"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך טראק דרייווער »

קול מבשר האט לעצטנס געמאלדן אז אין אינדיע פארשפרייט זיך עפעס א טויטליכע שווערצע פאנגעס ביי ווידיאוס אנגעשטעקטע. איינער ווייסט עפעס מער דערוועגן?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
שיינער חלום
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע: אין בעט

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך שיינער חלום »

טראק דרייווער האט געשריבן:קול מבשר האט לעצטנס געמאלדן אז אין אינדיע פארשפרייט זיך עפעס א טויטליכע שווערצע פאנגעס ביי ווידיאוס אנגעשטעקטע. איינער ווייסט עפעס מער דערוועגן?

??????????
אבזערווירער האט געשריבן:
שטארקע מענטשן ברענגן גוטע צייטן, גוטע צייטן ברענגן שוואכע מענטשן, שוואכע מענטשן ברענגן שווערע צייטן, שווערע צייטן בויט שטארקע מענטשן...
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך טראק דרייווער »

שיינער חלום האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:קול מבשר האט לעצטנס געמאלדן אז אין אינדיע פארשפרייט זיך עפעס א טויטליכע שווערצע פאנגעס ביי ווידיאוס אנגעשטעקטע. איינער ווייסט עפעס מער דערוועגן?

??????????

צריך לומר "וויירוס" אנגעשטעקטע
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך הײמישער זײגער »

נארמאליזעם האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:מאדערנע האט געמאלדן אז נאכן דורכפירן טעסטס אויף קינדער צווישן דו 12-17 יאר שטעלט זיך עס ארויס צו זיין 100 פארצענט אפעקטיוו

אודאי זיי האבן עס דאך קיינמאל נישט באקומען.

אין ארץ ישראל
און אזוי אויך געט מען עס שוין אין קאנאדא

איך האב געמיינט צו זאגן קאוויד סא אודאי איז עס 100 פראצענט עפעקטיוו..
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך חדשות »

יואל שרייבער האט געשריבן:אינטערעסאנט צו זעהן וויאזוי די וועלט'ס קאנטינענטן קאמפעירן זיך איינער צום צווייטן.
Screenshot_20210525-115145.png

ממש צוויי וועלטן.

אויף די טעגליכע טשארט קען מען יא זעהן ווי אזיע קומט שוין אביסל נאנט צו צפון אמעריקע, שוין נאכדעם וואס מיליאנען מענטשן דאהי זענען וואקסינירט.

Screenshot_20210525-115101.png

אויך אינטרעסאנט צו זען די פארשידנארטיגע ווינטער/זומער עפפעקט
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך KMW »

נארמאליזעם האט געשריבן:מאדערנע האט געמאלדן אז נאכן דורכפירן טעסטס אויף קינדער צווישן דו 12-17 יאר שטעלט זיך עס ארויס צו זיין 100 פארצענט אפעקטיוו

יא, און דא האסטו די אנהייב פון די המשך... מען האט וואקסינירט יונגע קינדער וואס האבן קיינמאל און וואלטן קיינמאל נישט געליטן פון די וויירוס און דא האסטו די אנהייב פון די רעזולטאטן פון די נאכווייען.

vaers.JPG
vaers.JPG (101.26 KiB) געזען 2335 מאל

https://www.medalerts.org/vaersdb/findf ... AX=COVID19
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

שוין לאנג נישט באריכטעט דא...
היינט זעמיר דא בס"ד מיט נייעס'לעך און אנטוויקלונגען פון איבער די וועלט ואין מוקדם ומאוחר:

--אין היטראו לופטפעלד די גרעסטע לופטפעלד אין אייראפע האבן די באאמטע איינגעפירט א נייע סיסטעם ווי די אלע פאסאזשירן וואס לאנדן פון די רויטע לענדער (ד.ה. וואס מ'מוז אריינגיין אין רעגירונג אנגעפירטע האטעל) וועלן לאנדן אין א ספעציעלע טערמינעל וואס איז געווידמעט אויסשליסליך פאר רויטע-לענדער אנקומענדע וואס וועט האפענטליך רעדוצירן די ריזיקע פון וועריענטן זאלן זיך שנעלער פארשפרייטן צווישן די פאסאזשירן וואס קומען אן פון אנדער לענדער.

אין אנדערע נייעס אין ענגלאנד טוט זיך יעצט אויף טיש און אויף בענק מיט די אזויגעריפענעם אינדיען-וועריענט וואס פארשפרייט זיך מיט א שנעלקייט אין עטליכע געגענטער וואס דאס ברענגט זארג ביי די סייענטיסטן אז די קומענדיגע ווידער-עפענונג פאזע אין יוני 21 וועט מוזן אפגעשטיפט ווערן מיט עטליכע וואכן.
נאכפאלגענדיג די ווארענונג, טוט די בריטישע רעגירונג אונטערנומען אן אגרעסיווע קאמפיין אז יעדע העכער די 30 זאל האבן באקריגן כאטש איין דאזע און יעדע העכער 50 מיט ביידע דאזעס ביז די אויבענדערמאנטע דאטום.
אין יוני 21 דארפן די אלע סאושעל דיסטענסינג רעגולאציעס אפלויפן און דאס לעבן וועט קענען צוריק אנגיין ווי נארמאל, א דאנק די סוקסעספולע וואקסין דרייוו.

--די געזונטהייט מיניסטער אין דייטשלאנד זאגט אז די RKI (אזוי ווי די CDC אין אמעריקא - דעזיז אינסטיטוציע) וועט רעדוצירן די קאראנע וויירוס ריזיקע פון זייער הויך צו הויך.

--מאלאזיע איז אריין אין א שטייפע נאציאנאלע לאקדאון נישט קענעדיג דערהייבן די צאל פרישע אנגעשטעקטע און פאטאטליטעטן ווי מער ווי 40 פראצענט פאטאליטעטן זענען געווען בלויז אין חודש מאי למס'.

--כינעזער אוטאריטעטן אין די פראווינץ Guangdong האבן פארמאכט ביזנעסער און אפגעריפן פלי רייזעס נאכפאלגענדיג די לעצטיגע אויפשטייג וואס שיינט צו זיין פון די אינדיען וועריענט.

--רוסלאנד האט געמאלדן אז זיי וועלן באניען פלי רייזעס פון און אריין עטליכע לענדער, אריינגערעכנט בריטאניע, עסטרייך, לבנון, אונגארן, לוקסעמבורג, קראאציע און מאראקא, ווס זענען געווען סוספענדירט צוליב די וויירוס.

--אויסטראליע'ע בירגער וואס זענען גענצליך וואקסינירט צום וויירוס וועלן האבן גרינגערע באגרעניצונגען ווען עס קומט צו טרעוול, און נישט דארפן זיין אין שטרענגע רעגירונג אנגעפירטע האטעלן.

--אין די פיליפינען האט די ארטיגע פרעזידענט פארלענגערט עטליכע באגרעניצונגען ביז מיד-יוני אין די הויפטשטאט און אין אנדערע געגענטער, צו פארמיידן א פרישע אויפשטייג.

--וויעטנאם האט גענצליך אפגעריפן אלע פלי רייזעס אריין אין הויפטשטאט האנאוי און אזוי אויך איינגעשטעלט פרישע באגרעניצונגען וועלנדיג פארמיידן א פרישע אויפשטייג.

--רייזענדע פון ענגלאנד אריין קיין פראנקרייך וועלן ערלויבט ווערן אריינצוקומען נאר מיט א נויטיגע סיבה, נאך וואס פראנצוישע באאמטע ווילן אויסמיידן די אינדיען וועריענט וואס פארשפרייט זיך ענגלאנד.

--אין מדינת ישראל, ווי די עקאנאמיע האט זיך גענצליך געעפענט האט די פינאנץ מיניסטעריום באשטעטיגט אז זיי וועלן נידערן די שטיצע פאר ארבעטסלאזע, אנגעהויבן מיט בירגער אונטער די 28 אנע פאמיליע נאך וואס עטליכע ביזנעסער האבן זיך באקלאגט צו טרעפן ארבעטער.

--די וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע האט באשטעטיגט דאס באנוץ פון די כינעזער סינאו-פארם וואקסין און וועט לויט די פלאן באנוצט ווערן אונטער די גלאבאלע קאוועקס וואקסין פראגראם צו שטיצן די ארעמע לענדער מיט וואקסינען.

--אינדיאנער באאמטע באטראכטן א פלאן צו וואקסינירן 10 מליאן בירגער אין לאנד פער טאג אנגעהויבן פון יולי למס' אין א פרואוו צו פארמיידן א ווידער-אויפשטייג אזוי ווי פארלאפענעם אפריל למס'.
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך הײמישער זײגער »

נייע דאקומענטן פון פאוטשי באקומען דורך FOIA...

Fauci wrote: "Masks are really for infected people to prevent them from spreading infection to people who are not infected rather than protecting uninfected people from acquiring infection.

"The typical mask you buy in the drug store is not really effective in keeping out virus, which is small enough to pass through material. It might, however, provide some slight benefit in keep out gross droplets if someone coughs or sneezes on you."

He added: "I do not recommend that you wear a mask, particularly since you are going to a very low risk location.
"

https://www.newsweek.com/fauci-said-mas ... ls-1596703

באמת קומט א עקסטערע אשכול פאר דעם..
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

לויט א באריכט פון די דזשאן האפקינס אוניווערזיטעט זענען שוין באשטעטיגט געווארן גלאבאל 173 מיליאן קאוויד קעיסעס און 3.7 מיליאן פאטאליטעטן זינט די אנהויב פון די מגיפה
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך טראק דרייווער »

גענומען פון אן אנדערע אשכול:

eller האט געשריבן:איך בין נייגעריג ווען זלמן זאגט די אינדיאנע סטרעין (היינט..) און ווען ער זאגט דעלטע סטרעין ? איז דאס פשוט וועם ער זאגט נאך ??.
און אז מ'רעדט שוין.. ס'אי זמיר באמת אינטערסאנט פארוואס ביז לעצטענס האט מען גערופן יעדע סטרעין בריטישע, אינדיא, ניו יארק סיטי.. אא"וו אבער די טשיינא זטרעין האט מען ח"ו נישט געטארט זאגן.....

די תירוץ אויף די קשיא איז פשוט והמכין יכין, אבער איך פארשטיי נישט עפעס אנדערש וואס איז באמת א שטיקל קשיא, פארוואס האט מען במשך איבער א האלבע יאר נאר געהערט פון איין סטרעין, און פלוצלינג האט אנגעפאנגען זיך צו יאווענען סטרעינס איינס נאכ'ן צווייטן?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך הײמישער זײגער »

covi.JPG
covi.JPG (126.43 KiB) געזען 1760 מאל
covi1.JPG
covi1.JPG (46.6 KiB) געזען 1760 מאל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

בראזיל האט נעכטן דעגרייכט די דראמאטיש הויכע ציפער פון 500 טויזענט פאטאליטעטן פון קאראנע.
דאס איז די צווייט העכסטע נאך די פאראייניגטע שטאטן וואס האט געזעהן 600 טויזענט.
אין די זעלבע צייט זענען פארגעקומען נעכטן שווערע פראטעסטן לענגאויס עטליכע גרויסע שטעט אין בראזיל ווי מאסן האבן פראטעסטירט אנטקעגן די רעגירונג פון דזשאיאר באלסאנאראו איבער די וועג וויאזוי ער האט באהאנדלט די ווירוס קריזיס.
באלסאנאראו איז באקאנט מיט זיין מהלך ווען עס קומט צו אינפארסירן לאקדאון'ס און ווייזט ארויס סקעפטיציזם ווען עס קומט צו וואקסינען, מאסק מאנדאט, און סאושעל דיסטענס.
אין ראליס לענגאויס די שטעט פון ריאו די דזשענעראו און בראסיליע האבן מאסן געשריגן "באלסאנאראו מוז גיין" אדער "500,00 איז גענוג" און נאך עטליכע אזעלכע לאוזינגען.

2932.jpg
2932.jpg (54.78 KiB) געזען 1655 מאל

3936.jpg
3936.jpg (63.2 KiB) געזען 1655 מאל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

רוסלאנד האט רעקארדירט א פרישע 17,000 קעיסעס היינט זונטאג וואס 8 טויזענט דערפון זענען אין די הויפטשטאט מאסקווע, ברענגענדיג די סך הכל צו איבער 5 מיליאן קעיסעס זינט די אנהויב פון מגיפה.
די רעגירונג'ס קאראנע וויירוס טעסק פארס האט באשטעטיגט אז 450 מענטשן זענען געשטאבן אין די לעצטע 24 שעה ברענגענדיג די סך הכל צו 129 טויזענט.
די פעדעראלע סטאסטיקס אגענטור האלט א באזונדערע חשבון אין לויט זיי זענען איבער 270 טויזענט מענטשן אומגעקומען זינט די אנהויב פון די מגיפה.
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פארדינט »

עירוב תבשילין האט געשריבן:לויט א באריכט פון די דזשאן האפקינס אוניווערזיטעט זענען שוין באשטעטיגט געווארן גלאבאל 173 מיליאן קאוויד קעיסעס און 3.7 מיליאן פאטאליטעטן זינט די אנהויב פון די מגיפה

קען מען גלייבן די נאמבערס??

דאס איז וואס איינער האט מיר היינט געשריבן:

מיר קוקט אויס ווי די גאנצע קאראנע נאמבערס זענען סתם אויפגעבלאזן, פארוואס זיי בלאזן עס אויף ווייס איך נישט, אבער דאס ווייס איך אז אז עס איז אויפגעבלאזן.

פון וואו ווייס איך פרעגסטו? אה! דא האסטו...

איינע פון מיינע מיטארבעטערס - א גוי - זיין זון איז אויפגעשטאנען פאריגע וואך נישט גוט פילענדיג, וואס טוט א גוי, געמאכט א רעפיד קאוויד טעסט, און יאפ, ס'איז פאזיטיוו.
האבן זיי עס אריינגעגעבן פאר די DOH, און זיי האבן עס ארויפגעלייגט אויפן רעקארד פאר נאך א פאזיטיוו קעיס אין נ"י.

האב איך אים אבער געהייסן צו מאכן א געהעריגע טעסט דורך א לעב, צו זעהן מער אקוראט אויב עס איז פאזיטיוו, ער האט מיך געפאלגט, נאך 3 טעג איז צוריקגעקומען די רעזאלטאטן ווי ערווארטעט, יאפ! גוט צוגעטראפן, נעגעטיוו.

שיקט ער מיר 2 אימעילס, ליינטס ביידע גוט אדורך און האטס הנאה.

ערשטע:
Good morning,

The 2nd test results came back negative. We left messages for the health department to try to get us cleared and the quarantine lifted. They are supposed to call us back today.

צווייטע:
We just got off the phone with them and they did not clear us to return. He noted our records but said we must quarantine until 6/27. They only take the positive results into consideration.

די ענד פון די מעשה האט היינט פאסירט...
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

פארדינט האט געשריבן:

ווער זאגט אז די נוממער ארויסגעגעבן דורך די דזשאן האפקינס רעכנט אריין רעפיד טעסטס? אפשר איז עס טאקע נאר PCR טעסטס וואס זענען אסאך מער אקוראט?
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

די פרעמיער מיניסטער פון לוקסעמבורג געפינט זיך אין שפיטאל נאכ'ן טעסטן פאזיטיוו פאר די וויירוס.
קסאוויער בעטעל האט געטעסט פאזיטיוו פארלאפענעם יוני 27 אין איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל היינט אינדערפרי ווי ער וועט ארדורך גיין עטליכע טעסטס.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

רוסלאנד האט רעקארדירט 25,142 פרישע קעיסעס היינט זונטאג און 663 טויט פעלער.
דאס קומט אין א צייט וואס דאס לאנד פלאגט זיך מיט א כוואליע קאראנע קעיסעס.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

איראן האט ווידעראמאל פארארדענט אלע נאן-עסענטועלע ביזנעסער זיך צו פארמאכן אויס זארג פון די דעלטא-וויירוס ווערסיע ארויס פון אינדיע, וואס קען פירן צו א פאטענציאלע 5'טע כוואליע לויט די ארטיגע פרעזידענט רוהאני.
אין 275 שטעט אין איראן - דאס מערסט באטראפענע לאנד אינעם מיטל מזרח וועלן שאפינג מאלס, רעסטוראנען, פארקס, בארס און אנדערע פארוויילונגס ערטער זיך מוזן פארשליסן.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

עירוב תבשילין האט געשריבן:די פרעמיער מיניסטער פון לוקסעמבורג געפינט זיך אין שפיטאל נאכ'ן טעסטן פאזיטיוו פאר די וויירוס.
קסאוויער בעטעל האט געטעסט פאזיטיוו פארלאפענעם יוני 27 אין איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל היינט אינדערפרי ווי ער וועט ארדורך גיין עטליכע טעסטס.

שפיטאל באאמטע נאנט צום בעט'ל פונעם פרעמיער מיניסטער זאגן אז ער וועט פארבלייבן אין שפיטאל פאר נאך 24 שעה און דורך גיין נאך עטליכע טעסטס.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

ענגלאנד'ס פרעמיער מיניסטער איז ערווארטעט צו אנאנסירן איבער די לעצטע פאזע פון די ווידער עפענונג פלאן דעם קומענדיגע יולי דעם 19'טען וואס וועט נישט אפגעשטיפט ווערן אפגעזעהן די ווארענונג פון עטליכע סייענטיסטן אז דאס קען צוברענגען פרישע וועריאנטן.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

לויט ציפערן ארויסגעשטעלט דורך די דזשאן האפקינס אוניווערזיטעט האט שוין די קאראנע וויירוס מגיפה אומגעברענגט איבער די וועלט אלעס צוזאמען זינט פארלאפענעם דעצעמבער 2019 3,972,934 מענשטן ה"י.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

די אוקלאנד טוהרגארטן (ZOO) אין צפון קאליפארניע האט אדמעניסטרירט אן עקספערימענטאלע קאוויד וואקסין פאר באשעפענישן וואס זענען אין א הויכע ריזיקע פון אומקומען פון די וויירוס.
די וואקסין איז באשטעטיגט געווארן דורך די USDA (יונייטעד סטעיטס דעפארטמענט אוו אגריקולטור) און איז דיסטריביוטעד געווארן צו איבער 70 טוהרגערטנער לענגאויס אמעריקא.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

בראזיל האט רעקארדירט 27,783 פרישע קאראנע פעלער אין די לעצטע 24 שעה און 830 טויט פעלער.
דאס קומט אין די זעלבע צייט ווען צענדליגע טויזענטער דעמאנסטרירער האבן זיך ווידעראמאל פארזאמלט אויף די געסער פון עטליכע גרויסע שטעט אין בראזיל פארלאפענעם שבת אנטקעגן די פרעזידענט דזשאיאר באלסאנאראו וועלכע איז לויט זיי פאראנטווארטליך פאר די האלבע מיליאן קאראנע אומגעקומענע פון די וויירוס אין בראזיל.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

דרום אפריקע האט רעקארדירט 26,000 קאראנע פעלער פארלאפענעם שבת.
דאס איז די העכסטע צאל זינט די אנהויב פון די מגיפה.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

אוקראיינע געזונטנהייט באאמטע האבן באשטעטיגט דאס באנוץ פון די דזשאנסאן ענד דזשאנסאן וואקסין.
דאס איז די לעצטע אין א רייע אנדערע וואקסינען וואס איז שוין באשטעטיגט געווארן אין לאנד.
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”