שוין א שטיק צייט וואס כ'האב די זכיה עומד צו זיין לשרת דעם חשוב'ן ציבור, בתור אחראי, ארויסצוהעלפן די חשובע מנהלים און אחראים, און ס'פילט זיך פון איין זייט א געוואלדיגע זכיה, און פון די אנדערע זייט א גרויסע אחריות, ווי ס'איז מיר אריין אין די ביינער א ווארט וואס איינער פון די חושבע אחראים האט מיר געשריבן דאן ביים אנהויבן אלץ א קבלת פנים
זייענדיג אן אחראי זעהט מען בחוש אז מ'קען מתקן זיין וואס אנדערע האבן קאליע געמאכט, עס איז א חיזוק אבער אן אחריות צו דער זעלבער צייט
געלויבט דער באשעפער אין די שטיקל צייט פון דאן האב איך געהאט די זכיה אסאך אויפצוטוען, אנע שיעור שנאת חנם וואס כ'האב פארמיטן, מיטן פארריכטן א ווארט צוויי פון א תגובה, וואס דער שרייבער האט ניטאמאל אן אנונג דערפון עד היום, ס'איז דא צומאל וואס מ'האט באמערקט אבער ס'איז באמת פיל מער פון דעם.
אנע שיעור ארבעט פון צוטיילן אשכולות, אפטיילן לייכטע דעבאטעס פון וויכטיגע קורצע נייעס, אז ס'זאל זיין געשמאק ומזה ומזה אל תנח ידך.
ווי פארשטענדליך ווען מ'האט אנגעהויבן די ארבעט אלץ פראבע, איז זיכער נישט געווען קיין רעדע פון גיין אפן מיט מיין ניק אלץ אחראי, GO GREEN ווי מ'רופט עס אויף אונזער באליבטן וועלטל, זינט ס'איז נאר א פראבע, וחוץ מזה, האט שוין די עבר געוויזן, אז צווישן אזא גרויסן ציבור איז דאך אלץ דא אזוינע וואס מאכן א ברכה לבטלה מיטן שלא עשני אשה... ווייל דעתן קלות, און האבן אנגעמאכט גרויס עגמת נפש מיט זייערע לויזע צונגן פאר די חשובע מנהלים ואחראים, און ווער זוכט זיך איבריג כבוד? ס'איז פיל רואיגער צו ארבעטן אין דער שטיל, אין הברכה שורה אלא בדבר הסמוי מן העין.
די פראבלעם איז אז עס קומט מיט א חסרון אויכעט, מ'קען נישט קאמוניקירן מיטן עולם, מ'קען נישט מעלדן עפעס א גרעסערע זאך, אפילו ס'איז יא דא אן "אחראי" ניק, צום דעספאזיציע פון די אחראים, אבער ס'איז יענץ עסק ארויסצוסיינען פונעם אייגענעם ניק, גיין אריינסיינען מיטן "אחראי" ניק, בפרט ווען די ארבעט וואס מ'טוט דא איז אראפגע'גנב'טע מינוטן דא און דארטן (ששש זאגסט נישט אויס מיין באלעבאס ...).
פארגאנגענע וואך געווען א שיינעם שמועס אינעם "אפענעם שמועס איבערן צענזור אשכול" איבער דעם ענין, און עטליכע חברים שיחי' האבן שיין ארויסגעברעגנט די נקודה פון די וויכטיגקייט און באקוועמליכקייט צו פילן אן אחראי וואס איז מיט אונז און דרייט זיך און שרייבט מיטן עולם, פילט מען נישט ווי איינער שטייט אין אפיס און קוקט פון אויבן אראפ, (וואס איז ח"ו נישט אמת, אבער מ'באקומט אזא געפיל).
צוליב די אויבערדערמאנטע טעם, צו פארמיידן גילוים און עגמת נפש, איז מיר פארמיטן צו גיין גרין מיט מיינע ביז איצטיגע ניקים ... אבער פארט האב איך געפילט אז ס'איז געקומען די צייט, זיך אנצוהויבן דרייען צוויישן עולם מיט א גרינעם הוטל, ווייל דאס איז באמת טבעי, צו פארברענגן צוזאמען מיטן עולם, מרבה זיין אהבה ואחוה ושלום ורעות, כאטש ס'איז נישט ממש מעגליך יעדן איינעם צופרידנצושטעלן, כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהן שוות, מ'קען נאר פרובירן די בעסטע וואס מ'קען און מ'בעט מיר ונמצא חן ושכל טוב בעיני אלקים ואדם.
איז געבליבן די החלטה אנהויבן פון דאסניי א ניק, ווערן א גרינער תרתי משמע, כ'האף דער עולם וועט מיך מקרב זיין אלץ א נייע ניק ...
כ'האף בס"ד צו שטיין צו הילף דעם עולם, צו העלפן אנהאלטן דאס ריינקייט (תרתי משמע) און געשמאקליכע אטמאספערע דא בתוכינו, און איך בעט דער עולם זאל זיין בייהילפיג סיי מיר, סיי די אנדערע חשובע אחראים ומנהלים, הן מיטן שרייבן ... אז ס'זאל גיין א רויעך ... והן מיטן מדווח זיין תגובות וואס זענען אונטער אונזער לעוועל, אנשטאטס צו ענטפערן דערויף און פארציען דעם שמועס.
ויה"ר שיתקדש ש"ש על ידינו, מיר אלע אחראים דא, קיינער מאכט נישט דא קיין פעני, און וויפיל איך קען פון זיי, האבן זיי קיינער נישט עפעס א ספעציעלע אומגעווענליכע תאוות השררה וואס זאל זיי טרייבן, אוועקצוגעבן אזויפיל צייט און מי פאר דעם פלאץ, די איינציגסטע זאך וואס טרייבט אונז, אז מ'פיל מיר אז דאס בגדר פון פארשפרייטן קדושה, אז יונגעלייט וואס זענען אויפן געוועב צוליב פרנסה (אדער פאר וואטעווער ריזען ...) זאלן האבן אן ערליך ווינקל אפגעהיטן ממים הזדונים פון די מבול כפירה ומינות וואס איז דא אוט דעיר, בעטן מיר אלע אויף סייעתא דשמיא, אז ס'זאל חלילה נישט ארויס קיין מכשול מתחת ידינו עד עולם.