
די וועלט געזונט ארגענעזאציע האט געהעכערט די לעוועל פון די פלו צו א לעוועל 5, וואס איז איינס פאר א פענעדעמיק וואס איז לעוועל 6, דאס איז א צייכן אז די פלו צושפרייט זיךשנעל און גרינג ציווישן איין מענטש און דעם צווייטען, די ארגענעזאציע האט געמאלדן פאר די וועלטס לענדער אז זיי זאלן וואס שנעלער איינפירן זייערע פענעדעמיק זיכערהייט און עמערדזשענסי פלענער,
די ערשטע טויט פאל אין אמעריקע פון די פלו איז פארגעקומען מיט א קינד אין טעקסאס, וואס איז געקומען פון מעקסיקא, ארום 91 מענטשען אין אמעריקע זענען אנגעשטעקט דערפון, און אין ניו יארק אליינס זענען איבער פופציג מענטשען אנגעשטעקט.
====
די וועלטס פירער זענען ערענסט באזארגט, אין די רעגירונגען גרייטן זיך אויף דאס ערגסטע, דער אמעריקאנער היים לאנד זיכערהייט סעקרעטאר זאגט אז זיי גרייטן זיך דערצו אז זיי ווייסן נישט ווי גרויס עס קען זיך צו-וואקסן.
די פלו האט שוין אנגעשטעקט מענטשן איבער די וועלט, און די וועלט געזונט ארגעניזאציע האט געווארענט אז דאס קען פירן צו א פענעדעמיק, זיי זאגן אז זיי טוהן באוואכטן די וויירוס יעדע מינוט, צו זעהן וואס עס טוט ווייטער,
דאס איז די גרעסטע וויירוס אויסברעך אין די לעצטע איבער צען יאר, מעקסיקאו איז אינטער סטעטי אוו עמערזשענסי, און די רעגירונג האט ארויס געגעבן ספעציעלע אנווייזונגען ווי אזוי זיך צו פירן און אומצוגיין, די מיליטער דארט האט שוין אויסגעטיילט איבער זעקס מיליאן מאסקעס,געוויסע לענדער האבן שוין אפגעשטעלט זייערע עסן אימפארטן פון מעקסיקאו.
דער אמעריקאנער פרעזידענט באראק אבאמא, איז אויך געווען אינטערן שרעק פון די וויירוס, ווען מען האט זיך דערוויסט אז בשעת ער איז פארגאנגענע וואך געווען אין מעקסיקאו האט ער זיך געהאלזט מיט א מאן וואס איז עטליכע טעג דערויף געשטארבן אלץ רעזולטאט פון די וויירוס, אבער זיינע דאקטוירעם האבן אים באשטעיטיגט צו זיין ריין פון די וויירוס.
די פלו געפינט זיך געווענליך בלויז אין שוויינען (דבר אחר) אדער אין מענטשען וואס זענען אין נאנטע קאנטאקט מיט זיי, ווי זייערע האדעווער, וכדומה.



באמערקונגען 11
אימעל
פרינט