ו-לזארעכ משפחת ה-זארכי

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

ו-לזארעכ משפחת ה-זארכי

תגובהדורך זארעכפעפער » זונטאג נובעמבער 19, 2006 4:47 pm

ס'איז א קורצער ווינטערדיגער זונטאג נאכמיטאג. די זון נויגט שוין צו מעריב זייט. אינדרויסן איז האלב פארכמארעט. און איך... (שוין, ס'געזונטער נישט צו פארציילן...). איז וואס'זשע טוט מען פאר א לעבן?. זעץ איך זיך אזוי צו צו מיין איינזאמען פענסטערעל, איך קוק זיך אזוי אום מיט פארגלייזטע אויגן, טראכטנדיג צו מיר, מיט וואס מען קען אזוי פארברענגען אין אזעלכע אומוטיגע מומענטן?

אמאל, אין דער אלטער היים, ווען אזעלכע מומענטן זענען אונז אנטקעגן געשפרינגען, פלעגן מיר אריינשפאצירן מיט פילע אייפער אין אלט-קרעטשמע און אנהייבן פירקלען. ס'רוב מאל ווען ס'פלעגט פאסירן פלעגט זיך דאן, צו מיין גוט מזל, קיין נפש חי' נישט באווייזן מיר אפצוגעבן די נויטיגע אטענשן. איז וואס'זשע פלעגט מען טוהן?. אט שטייט און שטוינט, זעענדיג אז זארעכ האט אנגעפירקלט א טישל און קיינער קימערט זיך נישט, פלעגן מיר ארויס גיין פון די קרעטשמע, זיך איבערטוישן די בגדים, זיך אנהענגען אויף די אקסלען די אלטע אויסגעריבענע בלעכענע אמפערס, און דאן פלעגט אויסוואקסן אין די קרעטשמע דער אלטער "חיים חייקל".

אויב האט די צייט ערלויבט, ווי שעלויש עסרע מידעס ביי די קרבנות, און קיין נפש חי' האט זיך נאך אלס נישט באוואוזן, איז פון א וואסער טרעגער געווארן א האלץ העקער, און פלוצלינג אזוי אומגערישט פלעגט דאן ערשינען א קארעטע אין פארנט פון די אלטע קרעטשמע, ווען ביים רעדל זיצט "נאכמענ נאטע".

שוין, מער האט שוין נישט אויסגעפעלט, אז זארעכ, חיים חייקל און נאכמענ נאטע, זענען אויפאמאל געווען אין די קרעטשמע אויף א באזוך, האט זיך אונזער אלטער "יענטאאש" אויפגעכאפט פון זיין טיפן דרימל, זיך אויסגעפוצט די שיך, אנגעטוהן דעם אנצוג מיטן פראק, און ביז מינוטן איז פארגאנגען א געשמאק אין די קרעטשמע.

ואם יש לו פנאי, און אויב קיין שינוי לטובה אינעם מצב איז נאך אלס נישט געקומען, דאן פלעגן מיר פארוואנדלט ווערן און א פשוטן קרעטשמער, מיט אבסיל "יין שרף" צו דער זייט, און מער האט מען שוין נישט בעדארפן. איי איי איי איז דאס געווען אלע טעמים.

ווען מיר זענען שוין געווען אביסל ביינשרפ'ט, און קיין רעזולטאטן האבן זיך נישט באוואוזן, האבן מיר געשלאסן א בונד מיט "נויעך קאטצ'ן" זאל אונז קומען העלפן אין די שווערע אנגעצויגענע מומענטן, אבער גלייבט מיר, ברידערלעך, ס'האט מיר געהאלפן האר גענוי ווי ס'האט געהאלפן פאר זארעכ'ן, חיים חייקל'ען, נחמן נטע'ן און יין שרף'ן.
ואם יש לו פנאי, אין זעלטענע זמנים, אויב האבן שוין די אלע אויבנדערמאנטע אויך נישט געהאלפן, דאן זענען מיר פארוואנדעלט געווארן אין... (פילט אריין וואס איר קלערט).

ועתה-און-יעצט, אהה, חסרנו כל אלה, זינט מיר האבן זיך אריבער געצויגן דא אין די ניי-שטאדט, ווי די חברה האבן געשטעלט שומרים איבער שומרים נאכצושפיאנירן די פיס טריט פון איטליכן פארבייגייער, זענען מיר אינגאנצן איינזאם, פארלוירן, ואין לנו להשען אלא וכו'.

דאס אליין וואלט נאך געווען אראפצושלינגען, אבער וואס איך קען נישט אראפשלונגען איז דאס, אז לו יצוייר איך וואלט זיך שוין אן עצה געגעבן מיט די שומרימ'לעך, אבער... אבער... וואס וועט שוין זיין נאכדעם? אז כ'על יא עפעס פירקלען נו וואס וועט שוין זיין? האמער דען יענטאאש'ן וואס זאל אונז דערפרייען?

על כל פנים אויף היינט, נאכן זיך שפירן אינעם יעמאלט'דיגן מצב, האבן מיר שוין געטראפן וואס צו טוהן... ויתרחם המרחם...

***
אז איר ווילט זענט איר אויך בארעכטיגט צו שילדערן וויאזוי איר האט אויסגעפילט אייערע איינזאמע מינוט'ן אין אלט קרעטשמע, זייענדיג א פושט צורה ולובש צורה...

א דאנק - זארעכפעפער, חיים חייקל, נחמן נטע, יין שרף, נויעך קאטץ, ועוד אחת.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג נובעמבער 19, 2006 4:49 pm

איך האב נאכנישט געליינט דעם איינטראגע דא, אבער אין דער אלטער היים, אויב האט זיך דיר געמאכט א פארכמורעטן זונטאג אווענד, האסטו געהאט מיין גוגעל-טאלק אדרעסע... זיי וויסן אז די אדרעסע איז נאך די זעלביגע ווי דאן!

און יעצט... לאמיר זען וואס דו האסט געשריבן דא..

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » זונטאג נובעמבער 19, 2006 4:52 pm

זארג נישט זארג נישט זארעכל! אוי, זארג נישט מיין טייערע ברודער!

עס קומט גוטע צייטן וואס וועלן גאר מאכן פארגעסן די אלטע גוטע צייטן...

וזה החלי. מיין ערשטע תגובה נאכן ערהאלטן די מעסעדזש אז עס איז דא אידן וואס ברויכן קאמענטארן אויף זייערע תגובות.

"א צוקו....

אוי ניין. כ'האב עס געוואלט שרייבן ערגעץ אנדערש.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג נובעמבער 19, 2006 4:59 pm

זארעך;

שתי תשובות לדבר, ערשטענס דא מאכט זיך היינט צוטאגס נישט אזא פראבלעם אז קיינער זאל נישט זיין דא (כמעט), צווייטנס, מען קען שוין היינט נישט נאכקוקן קיינעם, קענסט אריבער ברענגן אלע דיינע אנצוגן און קאסטיומען און קיינער וועט ניטאמאל חושד זיין.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג נובעמבער 19, 2006 5:11 pm

זארעך;

ביי מיר איז קיינמאל קיין סוד געווען, מער ווי אויף געציילטע מינוטן אדער שעות, אז דו ביסט טאקע דער וואס באהאלט זיך אונטער חיים-חייקל, נחמן-נטע, יין-שרף און נח-קאטץ, אבער איך קען זיך נישט כאפן וועלכע שלייער און אידענטיטעט דיינעם דו ביסט נאך אלץ אויסן צו פארהוילן.

וועל איך צואווארטן ביזן קומענדיגן פארכמורעטן זונטאג מיט געדולד!

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » זונטאג נובעמבער 19, 2006 5:21 pm

קרעמער;
נאכן צען מאל זאגן, האסטע געכאפט דעם סוד, הא?

נו, טא אויב אזוי, נאך וואס ווארטן ביזן קומענדיגן מצב ה"י, אויב זשע האט איר יע אזא גוטן נאז, נו, אויף וואס ווארט איר?

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » זונטאג נובעמבער 19, 2006 6:03 pm

אגב

לייענענדיג דיין קעפל בין איך געווען זיכער אז דו ווילסט אנאנסירען די ניק אלץ א קאנדידאט פאר ראה"ק,

ערשטענס, ווייל דו האסט שוין איבער הונדערט תגובות כן ירבו,

צווייטענס, ווער געדענקט דען נישט דער ארטיקעל פון אונזער אומפארגעסליכען ראה"ק, "וליענטאאש משפחת היענטאאשי" וואס אגב ווארט נאך אויף א המשך,

ומדי דברו בו , וויל איך דיך פרעגן אויב דו וואלסט אפשר געוואלט איבער נעמען מיין פלאץ צו לויפן אלץ ראה"ק?

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » זונטאג נובעמבער 19, 2006 6:05 pm

מעסטערמיינד נאר נישט דאס, מען קען נישט צוריקציען. העכסטנס קען זארעכ אליין לויפן. אבער נישט אנשטאט דיר, זאלן זיין פיר קאנדידאטן.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג נובעמבער 19, 2006 6:15 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:קרעמער;
נאכן צען מאל זאגן, האסטע געכאפט דעם סוד, הא?

נו, טא אויב אזוי, נאך וואס ווארטן ביזן קומענדיגן מצב ה"י, אויב זשע האט איר יע אזא גוטן נאז, נו, אויף וואס ווארט איר?


זארעך'ל, איך ווארט אויף אן ענטפער בנוגע מיין ערשטע תגובה אויפן דאזיגן אשכול.

לחיים!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג נובעמבער 19, 2006 11:23 pm

זארכ זארעכ, איי איי איי זארעכככככככככחחחחחח פעפעעעעעעעעער.

אוי ווי גוט דו לייגסט דאס אראפ מיט ציניזם, הומור, און געשמאק צוגלייך.

אגב, דיין קעפל האט מיך אזוי בארירט די אינעוויניגסטע סטרונעס (?) אזש ביז טרערן, דערמאנענדיג זיך דערביי פון יענטאאש'ס יענטאאש'ישע משפחה..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג נובעמבער 20, 2006 9:57 am

זארעך דיין ארטיקל איז גאר געשמאק, דיין שרייבן איז ווי פון אלטן דארף, ווייניג שרייבן אויף דעם אייגענארטיקן מהלך, כה לחי.

איך ציטער זאלסט אונז נישט פארלאזן, אבער אויב דיין באשלוס איז אז דו פלאנסט אפצופעקלן, ביטע איבערגעבן א גריס פאר אלע מתים אשר אינם חיים אתנו אז די קרעטשמע האט זיך שוין אזוי געטוישט, ס'איז א נחת און א פלעדזשער היינט אריינצוקומען, די מנינים וואס שטעלן זיך דא, די גריסן אלעס אלעס, זאג זיי אז זיי וועלן הנאה האבן דא צו פארברענגן.

מיר קענען אפשר אויך אויפשטעלן א ווינקל פאר די מתים, זיי זאלן קענען שמועסן רואיגערהייט אומגעשטערט. און אוודאי דארף איך דיר נישט צו זאגן אז די לעבעדיגע וועלן אפילו צוטערן אריינצוקומען דארט.

געב זיי איבער אונזער ווארימסטע וואונטשן, מיר טראכן פון זיי זייער אסאך.

מיט דעם אלעם, זענען מיר זיכער אז דו וועסט אונז נישט איבערלאזן, דו וועסט נאך דא בעז"ה אסאך זיצן און פארברענגן.

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1477
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » פרייטאג יוני 10, 2016 3:35 am

יגרסהדותא האט געשריבן:זארעך דיין ארטיקל איז גאר געשמאק, דיין שרייבן איז ווי פון אלטן דארף.
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ארגינעלע יוד, גוט זאגער און 14 געסט