רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבי קלונימוס קלמן ב"ר אהרן זצוק"ל
- בעל "מאור ושמש"-
- א תמוז -



די פאלגענדע מעשה, האט דער "דרכי תשובה" זצ"ל געהערט פון רבי אהרן קראקא'ווער זצ"ל וואס איז געווען א זוהן פונעם "מאור ושמש".
ר' אהרן דער פאטער פונעם "מאור ושמש" איז געווען א בעקער פון בייגעל'ס, אין די שטאט קראקא, און זיין זוהן קלמן וואס איז געווען אלט זעקס זיבן יאר פלעגט אים העלפן, צו פארקויפן די בייגעל'ס.
עס איז געווען אין א ווינטער, ווען קלמיש'ל האט שוין אויספארקויפט זיין פאטער'ס בייגעל'ס, ווען ער איז געווען אדורך געפרוירן פון די גרויסע קעלט, איז ער אריין אין בית מדרש זיך אנצווארעמ'ן, זיצענדיג אין בית המדרש האט ער, זיך צוגעהערט ווי די תלמידי חכמים זענען זיך מפלפל אין לערנען, קלמיש'ל האט פון דעם הנאה געהאט, און איז געבליבן זיצן אין בית המדרש ביז שפעט ביינאכט.
אפילו ער איז נאך פאר דעם קיינמאל נישט געווען אין חדר, ווייל זיין פאטער האט נישט געהאט קיין געלד, צו צאהלן פאר שכר מלומדות, איז אים דאס לערנען אין ביהמ"ד זייער געפאלן, און ער האט מחליט געווען, יעדן טאג נאכדעם וואס איך וועל פארטיגן צו פארקויפן מיין פאטער'ס בייגעל'ס, וועל איך גיין אין ביהמ"ד, און זיך צוהערן, ווי אידן זיצן און לערנען די הייליגע תורה.
צווישן די לומדים אין בית המדרש, איז געווען א תלמיד חכם וואס איז אויך געווען א עושר, דער ת"ח האט אין אכט גענומען, דעם קליינעם קלמיש'ל, וואס זיצט אפ יעדן טאג לאנגע שעות אין בית המדרש, און ער הערט זיך צו, צו די פלפולים, האט ער צוגעריפן דעם אינגל און האט אים געפרעגט, קענסט מיר אפשר נאכזאגן עפעס א זאך פון דעם פלפול, וואס מ'האט היינט געלערנטן אין ביהמ"ד.
דאס אינגל האט אים געזאגט, איך קען דיר נאכזאגן דאס גאנצע פלפול פון אנהייב ביזן סוף, און ער האט אים אויפן ארט נאכגעזאגט, דעם גאנצן פלפול, דער עושר איז זייער נתפעל געווארן פון אים, און האט אים געפרעגט, וויאזוי הייסטו? ווער איז דיין פאטער? און ווער איז דיין מלמד?
דאס אינגל האט אים געזאגט, איך הייסט קלונימוס קלמן, און איך בין דעם בעקער ר' אהרן'ס זוהן, און איך גיי נישט אין א חדר, ווייל מיין פאטער איז ארעם, און איך העלף מיין טאטע יעדן טאג צו פארקויפן זיינע בייגעל'ס, און איך האב נאך נישט געלערנט אפילו קיין חומש.
ווען דער עושר האט געהערט, אז א קינד וואס האט נאך נישט געלערנט קיין חומש, זאל קענען אזוי גוט נאכזאגן א פלפול, האט ער פארשטאנען אויב אזא איינער, וועט יא גיין אין חדר, קען ער אויסוואקסן א גרויסער עילוי.
דער עושר איז אריבער צו ר' אהרן, און האט אים געפרעגט, פארוואס שיקסטו נישט דיין אינגל אין חדר? האט דער בעקער געזאגט, ווייל איך האב נישט קיין געלד צו צאהלן שכר לימוד, האט אים דער עושר געזאגט, ווייסטו וואס? איך וועל מאכן מיט דיר א געשעפט, איך האב א קליינע טאכטער פון זעקס יאר אלט, אויב ביזטו מסכים וועל איך איר מאכן א כלה, צו דיין זוהן, און איך וועל פאר אים באצאהלן שכר לימוד, כדי ער זאל שטייגן אין לערנען, און צו די חתונה, נעם איך זיך אונטער צוגעבן, צען טויזענט גולדן פאר נדן. דער פאטער האט אים געזאגט, אפילו איך פארליר מיין זוהן, וואס האט מיר ביז יעצט צוגעהאלפן צופארקויפן די בייגעל'ס, בין איך מסכים צום געשעפט.
מ'האט נאך יענעם טאג געמאכט תנאים, דער עושר האט אים צוגעשטעלט לייטישע בגדים, מיט וואס ער זאל גיין אין חדר, און קלמיש'ל איז געשטיגן אין לערנען.
ווען קלמיש'ל איז געווארן צוועלף יאהר, און האט גע'שם'ט מיט זיין גאונות, האט זיך פאר א צווייטן עושר זיך פארגלוסט, אים צונעמען פאר א איידעם, יענער איז אריבער צום בעקער, און ער האט אים געזאגט, ס'איז אמת אז דיין מחותן האט צוגעזאגט צען טויזענט גולדן נדן, און ער האט פאר אים באצאהלט ביז איצט שכר לימוד, אבער וואס האסטו פון דעם. דו בלייבסט ווייטער א אריעמער בעקער? איך בין גרייט דיר צו געבן פאר דיין אייגענע געברויך צען טויזענט גולדן, און אנדערע צען טויזענט גולדן וועל איך געבן אלץ נדן, און איך וועל דעם מחותן, צוריק צאהלן אלעס וואס ער האט ביז איצט אויסגעגעבן פאר דיין זוהן!
דער בעקער האט אים געזאגט, ס'איז אמת, אז איך וואלט זיך געפרייד צו די צען טויזענט גולדן וואס דו ווילסט מיר געבן, אבער איך קען גארנישט טוהן, פאר איך וועל די זאך אדורך רעדן מיטן מחותן, אפשר וויל ער מיר אויך געבן פאר מיין געברויך עקסטערע צען טויזענט גולדן? דעמאלס קומט ער פאר דיר?
ר' אהרן בעקער איז אריבער געגאנגען צו זיין מחותן, און ער האט אים דערציילט די זאך מיט דעם נייעם עושר, דער מחותן האט אים געזאגט, איך פארשטיי אז דו דארפסט האבן צו פרנסה, און עס וועט דיר אויפרעכטן די צען טויזענט גולדן, דאס בין איך דיר אויך גרייט צוגעבן, אבער ווער ווייסט, אויב אין א טאג, וועט אנקומען א דריטער עושר, וואס וועט דיר מעהר געלד צוזאגן, דעריבער פארלאנג איך, אז אזוי ווי קלמיש'ל ווערט בקרוב בר מצוה, זאל מען יענעם אווענט אויך מאכן זיין חתונה בשעטו"מ.
אזוי איז געווען, מ'האט אין די נאכט פון זיין בר מצוה אויך געמאכט זיין חתונה, ווי יעדער האט זיך מיט געפרייד.
נאך די חתונה, האט רבי קלמן געבעטן רשות פון זיין ווייב און פון זיין שווער, צו קענען פאהרן אויף ליזענסק צו הייליגען רבי ר' אלימלך זי"ע.
ווען רבי קלמן איז אנגעקומען אויף ליזענסק איז ער אריין צום רבין, ווען רבי ר' אלימלך האט אים געזען, האט ער אים געגעבן שלום עליכם, און האט אים געפרעגט, ווער ביזטו? און פון ווי קומסטו? און וואס ווילסטו דא טוהן?
רבי קלמן האט געזאגט, איך הייס קלונימוס פון קראקא, און איך בין אהער געקומען, אז דער רבי זאל מיט מיר לערנען, האט אים רבי אלימלך געזאגט, איך לערן נישט מיט קיין תלמידים, ר' קלמן איז געבליבן דארט שטיין א לענגערע צייט, ווייל דער רבי איז געווען שטארק פארטראכט, ווען דער רבי האט זיך אויפגעכאפט, האט ער אים נאכאמאל געגעבן שלום עליכם, און האט אים געפרעגט, ווער ביזטו? און פון ווי קומסטו? און וואס ווילסטו דא? און ער האט די זעלבע געענטפערט ווי פריער און דער רבי האט אים אויך די זעלבע זאך געענטפערט, ביז דער רבי האט אים געזאגט, ווייסטו וואס, אויב ווילסטו, ביי מיר בלייבן אלץ משרת, קענסטו דא בלייבן, ר' קלמן האט צו דעם מסכים געווען און איז דארטן געבליבן.
ר' קלמן האט ערליך באדינט דעם רבי'ן, ער פלעגט שלאפן ביים רבין'ס טיהר, און ווען דער רבי פלעגט אים אריינרופן, פלעגט ער אריינגיין און אים באדינען. נאך עטליכע יאהר זיין אין ליזענסק, פאסירט איין נאכט, ווי ער זעהט ווי ס'שיינט ארויס פונעם רבין'ס שטוב א גרויסע ליכטיגקייט, ר' קלמן האט אריינגעקוקט אינעם רבין'ס שטוב, פון צווישן די שפאלטענס, און ער האט געזען ווי נעבן רבי'ן זיצט א אלטער איד, וואס זיין פנים שיינט ווי די זין, ר' קלמן האט שיעור גע'חלש'ט, און האט געציטערט און נישט געקענט ווייטער שלאפן.
דער רבי האט אים נאכדעם גערופן, ווען ר' קלמן איז אריין אינעם רבין'ס שטוב, האט אים דער רבי געפרעגט וואס ביזטו אזוי צוטראגן?
האט ר' קלמן געזגט, ווייל איך האב די נאכט געזען, א אלטן איד זיצן נעבן רבי'ן, און זיין פנים האט געלויכטן ווי די זין, האט אים דער רבי געפרעגט, דו האסט אים דערקענט? האט ר' קלמן געזאגט, ניין, האט דער רבי געזאגט, וויי איז צו א זוהן, וואס דערקענט נישט זיין פאטער, דער אלטער איד איז געווען אברהם אבינו, וואס איז זיך געקומען אפרעדן פארוואס דיין גלות נעמט אזוי לאנג.
נאכדעם האט אים דער רבי ר' אלימלך זי"ע אהיים געשיקט, און ר' קלמן איז געווארן מפורסם, ווי אסאך אידן זענען געקומען צו אים זיך אנווארעמען, אין זיין אור התורה והחסידות.
(זכרון צדיקים)
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

יכט זיך אז דער מאור ושמש איז אויך געווען א תלמיד פון דעם חוזה אין פון רבי ר' מענדעלע מרונוב זי"ע
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער הייליגער מאור ושמש ליגט אינעם נייעם ביה"ח אין קראקא און נעבן אים זיין זוהן ר' אהרן (ארון) מקראקא זצ"ל.

ר' שמחה,
מיר האבן א בילד פונעם מציבה?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

רב מיללער
געווען דארט. איך זיך. איך ווייס נישט פארוואס איך טרעף נישט יעצט.
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך בין נאכנישט דארט געווען, אבער איך האב געפונען אויפן קאמפיוטער עטליכע בילדער, פונעם מאור ושמש און זיין זוהן:
אטעטשמענטס
ae__165.jpg
ae__165.jpg (40.71 KiB) געזען 10684 מאל
9_1215643546.jpg
9_1215643546.jpg (47.99 KiB) געזען 10685 מאל
9_1215643525.jpg
9_1215643525.jpg (44.06 KiB) געזען 10692 מאל
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אה ישר כח!
האסט מיך מהנה געווען!
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר כח הרב קרעמער (מיט פיקצ'ער מענעג'ער קענסטו אויסדרייען די בילדער)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב הונדערטער בילדער אויפן פייל, ואין לי פנאי אויסצודרייען זיי אלע, ואתכם הסליחה פאר די סטיף-נעק (מען קען דעם מאניטער אויך דרייען..)
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

איז נישט זיין מצבה וואס האט דעם קויל אינמיטן דעם מצבה?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

היכלא,

איך געדענק נישט אזוי זייענדיג דארט.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

געדנקסט נישט אזא מצבה?

ס'איז נישט אנפאנג אין בית החיים נאר טיף, דאכט זיך דארט ווי ס'ליגט דער קארניצער משפחה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די קארניצערס ליגן לעבן ר' שמעו סופר ביים ברייטן וועג, אביסל אריינציהר, דער מאור ושמש ליגט מער פארנט אבער אינדערמיט.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

יא ריכטיג, קען טאקע זיין אז די לאך איז ביי די סופר משפחה, דארט איז דא א מצבה וואס איז שוין צוריק צוזאמגעשטעלט אבער ס'זעט זיך אן די לאך אינמיטן, וואס האט פאסירט ביים וועלט קריג.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער האט געשריבן:איך האב הונדערטער בילדער אויפן פייל, ואין לי פנאי אויסצודרייען זיי אלע, ואתכם הסליחה פאר די סטיף-נעק (מען קען דעם מאניטער אויך דרייען..)


איך האב מהפך געווען די בילדער על פיהם, יעצט זענען זיי קוקבאר און שמערצן-פריי.

בנוגע די מצבות, די צוויי פונעם מאור ושמש זענען די זעלבע נוסח וועלכע איז לכאורה דער אריגינעלער נוסח, נאר איינס איז נייער פון ס'צווייטע (עס קוקט אויס ווי ביידע שטייען דארט, איינס פון פארנט און איינס צופוסנס), קיינע פון זיי זענען נישט די אריגינעלע מצבות.

אויפן מצבה פון ר' אהרן הלוי שטייט קלאר איז דער מצבה איז חרוב געווארן בשנות הזעם, ונתחדש בשנת תשל"ג, דארט שיינט אז דער נוסח איז אויך פארגעסן געווארן.

חבל על דאבדין ולא משתכחין, כן יאבדו כל אוביך ה'.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

אהה, איר רעדט פונעם הייליגן מאור ושמש? עס דרייט זיך מיר שוין ארום א לאנגע צייט א שטיקל מאור ושמש, וואס איך האלט ס'ווערט אן אויסשמועס צווישן אונזערע לומדים וחסידים.

יענע וואך אין פרשת חקת, שמועסט דער מאור ושמש שטארק ארום איבער דאס ענין אז דער באשעפער האט מטביע געווען בטבע אז ס'איז משועבד בלויז צו א מענטש וואס פירט זיך בדרך התורה. ער לאזט זיך דארט אריין אין א לענגערן שמועס איבער דעם ענין וויאזוי א חכם און א צדיק קענען היילן א חולה, און וויאזוי זייערע תפלות קענען פויעל'ן פאר אידן ישועת און רפואת.

בתוך דבריו לייגט ער צו אן אינטערסאנטע זאך, אז דער טעם דערפון איז ווייל לויט ווי ער האט געהערט פון א רופא מומחה וואס פארשטייט און איז באהאווענט אין מעמקי חכמת הרפואה, קומען געווענדליך רוב קרענק וואס טשעפענען זיך אן צום מענטש פון די פארדארבענע לופט און שלעכטע רוחות. איז דער מאור ושמש מסביר דערצו (איך בין נישט זיכער צו דער הסבר איז זיינס אדער פונעם רופא מומחה) אז געווענדליך די אלע שלעכטע רוחות וואס שוועבן אין די לופטן זוכן זיך אנצוקלעבן אין יעדן מענטש, און אויב א מענטש פירט זיך ווי עס ברויך צו זיין דאן האט דער מענטש א שמירה פון אויבן אז די אלע בייזע ווינטן רירן נישט צו צום מענטש, אויב אבער א מענטש פירט זיך נישט ווי עס ברויך צו זיין דאן ווערט אוועקגענומען די שמירה פונעם מענטש, און אזוי ארום קענען זיך די אלע שלעכטע וואס שוועבן אין די לופטן זיך אנקלעבן אין אים און אים קראנק מאכן.

איך האב נישט דאס לשון פון מאור ושמש פאר מיר, אבער וואס איך וויל אויסשמועסן דא איז צוויי זאכן. קודם, פון לשון אינווענדיג איז שטארק מסופק צו זיין צי דער הסבר מחמת השמירה קומט פונעם דאקטער צי פונעם מאור ושמש? לכאורה פון מאור ושמש. דערנאך, וואס זענען די רוחות ואוירים רעים וואס דרייען זיך אין די לופטן און זוכן זיך אנצוקלעבן צום מענטש? צי מיינט ער אפשר די היינט ברייט באקאנטע דז'ערימ'ס בלע"ז, וואס רופט זיך די קליינע שלעכטע באצילן וואס שוועבט אין די לופטן?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פאלגענד איז דער תורה פון וואס ר' זרח רעדט:

ספר מאור ושמש - פרשת חקת ד"ה או
או יאמר וידבר ה' אל משה ואל אהרן לאמר זאת חקת התורה וגו'. והנה ראוי להבין כפל מלת לאמר כנ"ל. גם מה לשון חקת. ואם כונתו על הפרה שמטהרת טמאים ומטמאת טהורים, היה ראוי לומר זאת חקת הפרה. והנראה לרמוז בזה כי הנה השי"ת ב"ה ברא תבל ומלואה להיטיב לברואיו, וברא להם כל צרכם הן במזון והן ברפואות שאם צריכים רפואה נבראו עבור זה עשבים טובים למיניהם, וגם יצר מלאכים הממונים לרפאות בני אדם באם צריכים לכך ח"ו, גם כל יתר צרכיו נבראו עבורו לטובתו. ואולם אם אדם הולך בדרך התורה אזי הטבע משועבד לתורה כדכתיב אם בחקותי תלכו וגו' ונתתי גשמיכם וגו', ואם אדם מקלקל דרכיו חלילה ונוטה מדרך הטובה ללכת בשרירות לבו הרע ועצת יצרו, אז תקנתו שיעשה תשובה שלימה ויעזוב דרכו הרע. ואמרו חז"ל בבבא בתרא דרש ר' פנחס בר חמא מי שיש לו צער או חולה בתוך ביתו ילך אצל חכם ויבקש רחמים עליו כו', וכונתם כי העיקר תולה ביד הצדיק לתקן כל הדברים שקלקל בהעוותו מדרך הישר ואז התגבר הרע חלילה והוא תחת הטבע וצריך לרפואה או שאר הצטרכות אז החכם ישיבנו לדרך הטובה ושב ורפא לו, גם החכם יבקש עליו רחמים. גם אמרו חז"ל מרגלית טובה היתה תלויה בצוארו של אברהם אבינו ע"ה שכל החולה הרואה אותה מיד מתרפא, ופירש הכותב ז"ל שכונתם באמרם בצוארו של אברהם אבינו דהיינו בדיבורו ובגרונו, שגזר אומר על זה שיתרפא והועילה תפלתו ודיבורו כמאמר הכתוב ותגזר אומר ויקם לך. וזהו שכל החולה שהיה רואה אותו מיד מתרפא, ביאור הדבר שאם אדם רואה את הצדיק האמיתי ומסתכל בצורתו הקדושה והוא מתפלל עליו מיד מתרפא. וכן כל שאר צרכי בני אדם בני חיי ומזוני כולם תלוין בתפילת הצדיק כמאמר חז"ל הקב"ה גוזר והצדיק מבטל. ואמרו גם כן בגמרא גבי נגעים כנגע נראה לי בבית, אפילו הוא חכם ויודע שהוא נגע לא יאמר נגע נראה לי אלא כנגע, והטעם שטומאת נגעים וטהרתו היא תלויה ביד כהן שכל זמן שהכהן לא טימא את הנגע עדיין בטהרתו עומד שכן הוא גזירת הכתוב. והנה ידוע שהצדיק העובד השי"ת ומתפלל בקדושה ובטהרה ובהזדככות גדול הוא מכונה בשם כהן והוא הכהן האמיתי והכל תלויה בידו לרפאות את הנגעים וכל מיני חלאים בדיבורו, והטעם נראה על פי מה ששמעתי מרופא מומחה שאמר לי שהוא מבין מעמקי חכמת הרפואות שכל מיני חלאים רחמנא ליצלן מתהוים על ידי קלקול אוירים ורוחות רעים, והוא שכאשר יעות אדם דרכו להטות מהדרך הישר אז סר השמירה מעליו והרוחות לא טובים רוצים לדבק בהאדם הזה ולקלקל את טבעו ועל ידי זה יוכל לבא לידי חולאים רעים רחמנא ליצלן. וכן במניעת הפרנסה הוא גם כן על ידי המשוטטים באוירים הרוצים להדבק בהאדם ולהביאו ליד עניות, כמו שאמרו בש"ס פרק ערבי פסחים שרא דעניותא נבל שמיה וכו' ושורה במקום מיאוס, והם מונעים ממנו פרנסתו שלא יצליח בעסקיו ומונעים את הקונים ממנו או את המוכרים לו, וכשהצדיק מתפלל עבורו אז מוכרחים הרוחות רעות לילך ממנו וחונה מלאך ה' סביבו ובכל אשר יפנה יצליח כמו שמצינו בספר חסידים עיין שם. והכל תלויה באמירת הצדיק הגם שנגזרה הגזירה בעולמות העליונים יש כח ביד הצדיק לבטל הגזירה, וכל המלאכים והממונים אין להם רשות לעשות מה שנצטוו עליהם לעשות מהגזרה אחרי שהצדיק ביטל הגזרה מכל וכל על ידי דיבורו הקדוש, לפי שדרכו והלוכו בקודש בעסק התורה שהיא למעלה מכל העולמות ששם אין שום גזירה, וכשהצדיק מדבק את עצמו באין סוף ב"ה אזי ממשיך רחמים גדולים על כנסת ישראל ממקורות העליונים. וזהו ביאור הפסוק זאת חקת התורה אשר צוה ה' לאמר פירוש זאת החוקה היא על פי התורה. ומהו החוקה, אשר צוה ה' לאמר, ביאורו כי כן צוה ה' שיהיה כח להצדיק לבטל כל הגזירות על ידי אמירתו ודיבורו וכל זה הוא על פי התורה שדבוק בה ועל ידי כן מתדבק באין סוף ב"ה וממשיך רחמים על כנסת ישראל ממקור העליון ואין רשות לשום מלאך וממונה להרהר אחריו כי חקה חקקתי גזירה גזרתי וכו' והבן:
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

עס איז כדי ארויף צי ברענגן דעם אשכול לכבוד די יארצייט א' תמוז


היכלא. איר מיינט זיכער נעבן דעם רמ"א מציבה איז דא א מציבה מיט א לאך פון א קויל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עס איז אינטערעסאנט אז בשנת תרכ"ג איז אין ליעמבערג ערשינען דער ספר מאור ושמש אריינגעדרוקט אינעם חומש אינאיינעם מיטן אוה"ח הקדוש ע"י בנו הרה"ק ר' אהרן (ארון) מקראקא בהסכמת גדולי הרבנים דאז בראש הרה"ק הארי' דבי עילעא זצ"ל (דער גאנצער סעט געפונט זיך אויף היברו-בוקס).

אום תשל"ז איז ערשינען דורך 'מכון זכר נפתלי' בראשות ר' אלי' חיים קארליבאך ז"ל אב"ד הילסייד-נוארק נ.זש. א חיבור יד מאור ושמש וועלכע איז א מפתח ערכים וענינים מלוקט מספרי המאור ושמש זצ"ל.

עס איז כדאי צו דערמאנטען אז דא אין ניו יארק איז געווען א ניישטאטער רבי ר' שמואל אלי' עפשטיין ז"ל א בא"ב צום מאור ושמש, אזוי ווי פרי ווי תש"ג ווערט ער שוין דערמאנטן אין הפרדס אלס א חבר באגודת האדמורי"ם, עס איז דערווייל אומבאקאנט ווי ער ליגט(ווארשיינליך דא אין אמעריקא) ווער עס האט עפעס פרטים ווערט געבעטן מעיר צו זיין ויהי בזה זכרו כפול מן השמים.

דער שער בלאט פונעם חומש עם מאור ושמש ואור החיים.
אטעטשמענטס
39756.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין תש"ל ווערט געמאלדן אין 'דאס אידישע ווארט' (ארגאן פון אגודת ישראל) איבער א ספר תורה מירושה פונעם 'גוטן איד' פון ניישטאדט בנו של המאור ושמש ביד נכדו הנ"ל ר' שמואל אלי' ז"ל, וויאזוי גייט דער יחוס צום גוטען איד?
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_33369_29.jpg
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

בא' האשכולות לפני כמה שנים בבחדרי חרדים כתב מישהו שבבעלזא לא למדו בספר מאור ושמש מכיוון שבהיותו אצל החוזה זרק מגבת על הרה"ק השר שלום מבעלזא, והרה"ק ר' יהושע מבעלזא אמר שאנו עדיין מרגישים את המגבת...
נפשי בשאלתי מחכמי הקרעטשמע ללמדני האם אמנם שמועה זו אמיתית? ומה היה הרקע לסיפור בין המאו"ש והשר שלום?
משה זוך מיר
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2009 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה זוך מיר »

מיללער האט געשריבן:עס איז כדאי צו דערמאנטען אז דא אין ניו יארק איז געווען א ניישטאטער רבי ר' שמואל אלי' עפשטיין ז"ל א בא"ב צום מאור ושמש, אזוי ווי פרי ווי תש"ג ווערט ער שוין דערמאנטן אין הפרדס אלס א חבר באגודת האדמורי"ם, עס איז דערווייל אומבאקאנט ווי ער ליגט(ווארשיינליך דא אין אמעריקא) ווער עס האט עפעס פרטים ווערט געבעטן מעיר צו זיין ויהי בזה זכרו כפול מן השמים.

ער איז געווען א איידים פון ר' יעקב שמשון קאנער דער איידים פון ר' משה'לע שינאווער,
א פעטער פון דעם וויזניצער רבי פון ב"ב.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נישט לאנג צוריק האט 'דער בלאט' געהאט א בילד פון דעם דערמאנטן ניישטאטער רבי (זעה בייגעלייגט) ר' שמואל אליהו עפשטיין זצ"ל, ער איז געווען א זון פון ר' דוד נתן ב"ר חיים מאיר ב"ר קלונימוס קלמן בן הגוטער איד ר' יוסף ברוך מניישטאט בן המאור ושמש זצ"ל.

אין ליכט פונעם אשכול פון סטאשובער רבי ר' אברהם יצחק ווייסבלום (זעה באזונדער) איז כדאי מרכז צו זיין די קינדער און אייניקלעך פונעם 'גוטער איד' פון ניישטאט הרה"ק ר' יוסף ברוך הלוי עפשטיין בנו של הרה"ק ר' קלונימוס קלמן מקראקא ה'מאור ושמש' זצ"ל.

בני וחתני ה'גוטער איד' הרה"ק ר' יוסף ברוך הלוי עפשטיין מניישטאט (עיר-חדש) זצ"ל (נפטר י' אדר תרכ"ז)

א. בנו ר' קלונימוס קלמן הלוי עפשטיין מניישטאט (נפטר ט' טבת תרס"ג)
ב. חתנו ר' משה אבא בעער מאיסטריק
ג. חתנו ר' אליעזר הלוי הורוויץ-שטערנפעלד מניישטאט ב"ר מרדכי זאב (ב"ר צבי בהרה"ק החוזה מלובלין זצ"ל)

בני ר' קלמן מניישטאט
א-א. בנו ר' חיים מאיר הלוי מניישטאט חתן הגביר ר' בונם ממישעוו (נפטר ז' טבת תרע"ד)
א-ב. חתנו ר' שמואל שמעלקי האלבערשטאם ב"ר אהרן ה"ש מקרייז-צאנז (נפטר ט' טבת תרס"ג)

בני ר' משה אבא בעער מאיסטריק
ב-א. בנו ר' קלמן בעער מווידאמא חתנו של ר' עמנואל מפרשעדבורז
ב-ב. חתנו ר' ישראל הורוויץ מווייסליץ (בן ר' מנחם מענדל מלינסק ברא"ח מלינסק בהרה"ק מראפשיץ)

בני ר' אליעזר הלוי הורוויץ-שטערנפעלד מניישטאט
ג-א. בנו ר' חיים שמואל מחענטשין חתן ר' יהושע העשיל פ"ת בן הברוך טעם

בני ר' חיים מאיר הלוי עפשטיין מניישטאט (א-א)
א-א-א. בנו ר' אברהם מסטופניץ
א-א-ב. בנו ר' משה לוי
א-א-ג. בנו ר' אלימלך
א-א-ד. בנו ר' אלעזר הלוי עפשטיין האדמו"ר מזאלעשיץ



תמונות ר' שמואל אליהו עפשטיין האדמו"ר מניישטאט (העתק מדער בלאט)
אטעטשמענטס
Epstien.JPG
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:נישט לאנג צוריק האט 'דער בלאט' געהאט א בילד פון דעם דערמאנטן ניישטאטער רבי (זעה בייגעלייגט) ר' שמואל אליהו עפשטיין זצ"ל, ער איז געווען א זון פון ר' נתן דוד ב"ר חיים מאיר ב"ר קלונימוס קלמן בן הגוטער איד ר' יוסף ברוך מניישטאט בן המאור ושמש זצ"ל.

אין ליכט פונעם אשכול פון סטאשובער רבי ר' אברהם יצחק ווייסבלום (זעה באזונדער) איז כדאי מרכז צו זיין די קינדער און אייניקלעך פונעם 'גוטער איד' פון ניישטאט הרה"ק ר' יוסף ברוך הלוי עפשטיין בנו של הרה"ק ר' קלונימוס קלמן מקראקא ה'מאור ושמש' זצ"ל.

בני וחתני ה'גוטער איד' הרה"ק ר' יוסף ברוך הלוי עפשטיין מניישטאט (עיר-חדש) זצ"ל (נפטר י' אדר תרכ"ז)

א. בנו ר' קלונימוס קלמן הלוי עפשטיין מניישטאט (נפטר ט' טבת תרס"ג)
ב. חתנו ר' משה אבא בעער מאיסטריק
ג. חתנו ר' אליעזר הלוי הורוויץ-שטערנפעלד מניישטאט ב"ר מרדכי זאב (ב"ר צבי בהרה"ק החוזה מלובלין זצ"ל)

בני ר' קלמן מניישטאט
א-א. בנו ר' חיים מאיר הלוי מניישטאט חתן הגביר ר' בונם ממישעוו (נפטר ז' טבת תרע"ד)
א-ב. חתנו ר' שמואל שמעלקי האלבערשטאם ב"ר אהרן ה"ש מקרייז-צאנז (נפטר ט' טבת תרס"ג)

בני ר' משה אבא בעער מאיסטריק
ב-א. בנו ר' קלמן בעער מווידאמא חתנו של ר' עמנואל מפרשעדבורז
ב-ב. חתנו ר' ישראל הורוויץ מווייסליץ (בן ר' מנחם מענדל מלינסק ברא"ח מלינסק בהרה"ק מראפשיץ)

בני ר' אליעזר הלוי הורוויץ-שטערנפעלד מניישטאט
ג-א. בנו ר' חיים שמואל מחענטשין חתן ר' יהושע העשיל פ"ת בן הברוך טעם

בני ר' חיים מאיר הלוי עפשטיין מניישטאט (א-א)
א-א-א. בנו ר' אברהם מסטופניץ
א-א-ב. בנו ר' משה לוי
א-א-ג. בנו ר' אלימלך
א-א-ד. בנו ר' אלעזר הלוי עפשטיין האדמו"ר מזאלעשיץ
א-א-ה. ר' נתן דוד מניישטאט



נישטערענדיג אין די מצבות פון שטאט טארנא האב איך באגעגנט די מציבה פון האשה מחלה בת ר' נתן דוד הלוי האדמו"ר מניישטאט, ווי סקוקט אויס האט איר מאן געהייסען 'עלווינג' אויף די משפחה נאמען און זי איז אוועק בחיי אביה (ר' נתן דוד נספה בשואה בשנת תש"א הי"ד)

דא איז א לינק צו די מציבה (קאפירעכטירט) אפשר קען איינער שאפן מער פרטים
http://www.bagnowka.com/?m=cm&g=zoom&gal=38&img=49103
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

מאור ושמש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

איך ווייס נישט אויב ס'קומט ממש דא אריין
אבער מענין לענין באותו ענין

כ'האב לעצטענס געהערט אז משפחת פאלאטשעק בני הרב איש החסד מוויליאמסבורג רבי אברהם מרדכי פאלאטשעק ז"ל
פאר רעכענן זיך אלס אייניקלעך פונעם מאור ושמש זי"ע

איז דא ממשות דערין? ווייסט מען ווי אזוי? איז דא א שטיקעלע מסורה ווי אזוי?
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

ראש הקהל האט געשריבן:

כ'האב לעצטענס געהערט


where did u hear it?
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”