רבי יוסף אלתר האגער מראדיוויץ-צפת ז"ל - ח' תמוז תרל"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי יוסף אלתר האגער מראדיוויץ-צפת ז"ל - ח' תמוז תרל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבי אלתר יוסף האגער ב"ר חיים זצוק"ל
- האדמו"ר מראדיוויץ - קאסוב -
- ח' תמוז -


זיין זון רבי משה מראדיוויץ זצ"ל האט דערציילט, איינמאל אין חודש טבת איז זיין פאטער רבי אלתר יוסף, געפארן מיט זיין גבאי אויף רוסלאנד, צו קענען זיין אויף'ן ציוו פון זיין זיידן רבי משה צבי מסאווראן זי"ע וואס זיין יארצייט קומט אויס כ"ה טבת.
יענע צייט איז געווען זייער א שלעכטע וועטער, סאיז געווען א גרויסע פראסט און .הויכע שניי, אין א נאכט האבן זיי געבלאנדזשעט, זיי האבן געטראפן עטליכע אידן, האבן זיי זיך געפרעגט ביי זיי ווי מען קען איבער נעכטיגן, די אידן האבן אנגעוויזן, אויף א קרעטשמע וואס איז נישט ווייט פון דארט, זיי האבן אנגעזאגט מיין טאטע, דו זאלסט וויסן, יענער קרעטשמער איז א עושר, אבער ער איז זייער קארג, און עס קען זיין, אז ער וועט ענק אינגאנצן נישט אריינלאזן צו זיך אין הויז! פראבירט וואס איר קענט, ווייל א אנדערע קוואטיר איז נישטא.
מיין טאטע האט געזאגט פארן בעל עגלה, פאהר צו, צו די קרעטשמע, ווען זיי זענען דארטן אנגעקומען האבן זיי אריינגעקלאפט אין טיהר, דער בעל הבית האט זיי געפרעגט אריבער די טיהר, ווער זענט איר? און פון ווי קומט איר? האבן זיי גענטפערט מיר זענען פון א געוויסן געגענד. דער בעה"ב האט ווייטער געפרעגט, וויאזוי איז אייער נאמען? ווייל איך קען אלע איינוואוינער'ס פון דעם געגענד, מיין פאטער האט געזעהן אז ער האט נישט קיין ברירה, האט ער געזאגט, אז ער קומט פון פולין פון די שטאט קאסוב.
דער בעה"ב האט זיי דעמאלס אויפגעמאכט די טיהר, און ער האט זיי שיין אויפגענומען, ער האט זיי מכבד געווען מיט לעקיך און בראנפן, און ער האט זיי נאכדעם מכבד געווען מיט א שיינע סעודה.
אינמיטן די סעודה, האט מיין פאטער אים געפרעגט, קען איך אפשר וויסן, פארוואס האב איך די זכי' אז איר האט מיר אזוי שיין אויפגענומען?
האט דער בעה"ב געזאגט, ווי איך שטעל זיך פאר, זענט איר א זון פונעם קאסובער רבי, רבי חיים זצ"ל, ווייל איר זעהט אויס ווי אים ?
אויב איר ווילט, וועל איך אייך דערציילן פון ווי איך האב אים געקענט
מיט צוואנציג יאר צוריק, איז אייער פאטער געווען דא אין רוסלאנד מיט א שוואגער רבי Cערצי זצ"ל אב"ד טויסט, ווי די צוויי רבנים זענען געגאנגען, האבן זיי זיך נישט פארגעשטעלט אלץ רבי'ס, נאר אלץ פשוטיע סוחרים.
אין דעם נאנטן דארף האבן זיי געדאווענט שחרית, יענעם טאג איז געווען ראש חודש, רבי בערצי איז געגאנגען זיך טובל'ען ביים וואסער, אויפן וועג האט אים א באקאנטער דערקענט, און האט אים געפרעגט, ווי אהין פארט איר? און ווער איז אייער באגלייטער? האט ער געענטפערט, איך פאהר מיט מיין שוואגער, דעו קאסובער רבי אויף קאריטץ.
דער באקאנטער, האט געלאזט וויסן פאר זיינע באקאנטע, אז עס איז דא חשובע געסט, רבי בערצי דער זון פון רבי מאיר משפיטובקא זצ"ל און רבי חיים מקאסוב זצ"ל.
נאך פארן ענדיגן דאווענען, האט זיך אינדרויסן אנגעזאמלט א עולם, וואס האבן געוואלט מקבל פנים זיין דעם קאסובער רבין, ווען דער קאסובער רבי האט באמערקט דעם גרויסן עולם, איז ער פון דארטן ארויס געגאנגען פון א אונטער טיר, און ער איז דעמאלס אנגעקומען צו מיין הויז.
אין מיין הויז האט דער רבי געענדיגט דאס דאווענען, ווען ער איז אנגעקומען צו מיין הויז, האב איך אים געפרעגט, ווער זענט איר? האט ער מיר געענטפערט, אז ער איז א סוחר! איך האב אים באשטימט א שטוב ווי דערמאנט פריער, ווי ער האט דארטן געענדיגט זיין דאווענען.
זייענדיג ביי מיר אין הויז, האט ער געזען מיין קליין קינד, וואס איז דארטן ארום געקראכן,האט ער מיר געפרעגט, צו ער איז גע'מל'עט? איך האב אים געזאגט אז ניין, ווייל אזוי ווי מיין פריערדיגע צוויי קינדער, זענען געשטארבן צוליעב זייער ברית, האט דער רב מיר געזאגט, אז דאס קינד זאל איך נישט מל'ען.
דער קאסובער רבי האט מיר געזאגט, "איך מיין אז די פריערדיגע מוהלים זענען געווען ספעציעליסטן, דעריבער איז דאס נישט געלונגען, אבער איך בין ב"ה א ספעציעלער גוטער מוהל, און אויב דו ווילסט, וועל איך אים שוין מל'ען ווי עס דארף צו זיין".
איך האב אים געבעטן, אז ער זאל צו ווארטן ווייל איך וויל די זאך אדורך שמועסן מיט מיין ווייב, און איך וועל אים ענטפערן.
איך בין אריין געגאנגען אין קיך, צורעדן מיט מיין ווייב, און דאס קינד איז ביז דערווייל געבליבן ביים רבין אין שטוב, דער רבי מיט זיינע מענטשן האבן צוגעשפארט די טיר, זיי האבן גענומען דעם קינד און זיי האבן אים דארט גע'מל'עט, דאט קינד האט זיך גענומען וויינען אינמיטן ברית, ווען איך האב געהערט ווי דאס קינד וויינט, בין איך שנעל געקומען צולויפן, האב איך געזען, וואס זיי האבן געטוהן, און איך האב זיך גענומען שרייען אויף אים.
ווען דער רבי האט געהערט מיינע קולות, האט ער מיר געזאגט, דו זאלסט וויסן, איך בין נישט קיין סוחר, נאר איך בין דער קאסובער רבי! איך בין א מחותן מיטן הייליגן ריזשינער זי"ע, און א מחותן פונעם סאווראן'ער, און איך בין א איידעם פון שפיטובקא'ער רבי'ן וואס איז א זון פונעם קאריצער רב'ן זי"ע, איך בין אהער געקומען כדי אריין צוברענגען דיין קינד בבריתו של אברהם אבינו ע"ה, און איך וואונטש דיר, אז די זאלסט אים ערציען, לתורה ולחופה ולמעשים טובים.
ווי נאר דער רבי האט געענדיגט רעדן, זענען צו מיר אין הויז אנגעקומען, פילע וועגנער מיט מענטשן, יונגע מיט אלטע, וואס האבן געברענגט עופות און פיש, חלות און מזונות, איך האב די מענטשן געקענט, ווייל זיי האבן געוואוינט אינעם נאנטן דערפל, האב איך זיי געפרעגט, פארוואס זענט איר אלע אהער געקומען? האבן זיי מיר געזאגט, ווייסטו ווער עס געפינט זיך ביי דיר אין הויז? דער הייליגער קאסובער רבי, ווען איך האב זיי דערציילט אין מיין פארלעגנהייט, די מעשה וואס דער רבי האט מיר אנגעטוהן, האבן זיי מיו געזאגט, זארג זיך נישט! אז דעו רבי זאגט אז עס וועט זיין גוט, וועט זיכער זיין גוט!
ווען די אידן האבן גענומען "שלום" ביים רב'ן, האט זיי דער רבי ענטפאנגען מיט גרויס פרייד, זיי האבן געזאגט פאר'ן רב'ן אז זיי האבן געברענגט א גאנצע סעודה, לכבוד ראש חודש!
האט דער רבי זיי געזאגט, די סעודה וועט נישט זיין נאר לכבוד "ראש חודש", דאס וועט אויך זיין לכבוד די סעודה פון "ברית מילה". איך האב געלייגט משקה פאר'ן עולם, און צוגעלייגט זאכן צו די סעודה, יעדער איז געווען דארטן פרייליך.
נאך די סעודה איז דיין פאטער געפארן אויף קאריטץ, פון דעמאלס אן, ליגט זיין צורה פאר מיר.
אצינד, בעפאר דו ביזט געקומען צו מיר, האט זיך דיין גרויסער פאטער צו מיר באוויזן, און ער האט מיר געזאגט, דו זאלסט וויסן, מיין קינד גייט צו דיר אנקומען, ער וועט נישט וועלן זאגן זיין ריכטיגן שטאט ער וועט זאגן אז ער איז פון א אנדער געגענט, זאלסטו אים שיין אויפנעמען און מכבד זיין.
איצטער פארשטייט איר ראדיוויצער רבי, פון ווי איך האב אייך דעוקענט! און אז איר ווילט וויסן, וואס איז געווארן פון מיין קינד, וואס אייער פאטער האט אים גע'מל'עט, דאן קומט אריין צו די צווייטע הויז, וועל איך אייך צו ווייזען מיין חשוב'ן זון, וואס איז א חסידישער פיינער יונגערמאן וואס האט אויפגעשטעלט א שיינע משפחה.
(אבן שתיה)
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

ער ליגט אין א"י אין חיפה?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יא
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

רב ביקסאד
און דער וואל סטריט סינעגוג איז דא א רב איינער האגער. אויף די נשמות טאבלעך איז דא א ראדעוויטצער רבי מיטען רבעטצין. דער רב האט מיר געזאגט אז דאס זענען געווען זיינע עלערען.
ווייסטו אפשר עפעס דערפון
the SCY is the limit
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יאך בין דארט נאך אדערוויילע ניקס געוועזן, ברענגזשע ביטע די נעמען קאן זיין אז מיר וועלען עפעס דערקאנען.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

בל"נ
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

scy4851 האט געשריבן:רב ביקסאד
און דער וואל סטריט סינעגוג איז דא א רב איינער האגער. אויף די נשמות טאבלעך איז דא א ראדעוויטצער רבי מיטען רבעטצין. דער רב האט מיר געזאגט אז דאס זענען געווען זיינע עלערען.
ווייסטו אפשר עפעס דערפון


איך האב פריערט גערעדט מיט איינעם וואס האט אויך באזוכט דעם וואל סט. שול, דער רב האגער דארט איז שוין אן אייניקל פון דעם ראדיוויצער רבי פון אמעריקע, ער איז אן ערליכער אבער מער מאדערן געשטימט (דאכציך אן א בארד) ער האט נישט געהאט קיין סך חשק צו רעדן איבער זיין זיידן, אבער ער האט אים געגעבן עפעס אלטע צייטונגס אויסשניטן פון 'טאג-בלאט' וואס איז ערשינען בימיו וואס רעדט אביסל איבער דעם ראדיוויצער רבי מיט א בילד.

עס קען זיין אז איך וועל דאס קריגן און פאוסטען דא לתועלת הציבור.

ביקסאד,
דער ראדיוויצער וואס ליגט אין חיפה הנ"ל האט געוואונט דאהי אין אמעריקא?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

כ"ה אייר תרי"ד מ למב"י איז נפטר געווארן דער תורת חיים איבער לאזענדיג דריי זוהן, דער עלטסטער ממלא מקומו הרה"ק ר' יעקב שמשון דער צווייטער אונזער מדובר הרה"ק ר' אלטיר יוסף פון ראדאוויץ, דער דריטער דער צמח צדיק פון וויזשניץ.

הרה"ק ר' אלטיר יוסף מ'ראדאוויץ חתן (שם זוגתו לאה) הרה"צ ר' ישראל חתן (שם זוגתו וויטא פיגא) הרה"ק רבי משה צבי מסאווראן חתן (שם זוגתו שפרה זיסל נפטרה י"א סיון תקפ"ט) הרה"ק ר' דוד המגיד מ'סטעפין חתן הרה"ק ר' יחיאל מיכל המגיד מ'זלאטשוב.

הרה"ק ר' אלטיר יוסף פון ראדאוויץ האט עולה געווען קיין ארץ ישראל תרל"ג, ער האט זיך באזעצט אין צפת י כסלו תרל"ט איז זיין רביצין נפטר געווארן, זומער איז ער געפארן אויף חיפה צו זיין נעבן ים און שעפן די לופט פאר זיין געזונט ער איז דארט נפטר געווארן ח תמוז, עס איז דאן פאר געקומען א שטיקעל געפעכט אוואו מען זאל אים לייגן ווייל ווי נישט האט ער דאך געוואוינט אין צפת, צום סוף האט מען אים געלייגט נעבן דעם אמורא רבי אבדימי דמן חיפה, אוואו מען האט דער נאך אויף געבויט אן אוהל.

זיין זוהן הרה"ק ר' משה במ"ס ויקח משה איז א פאר מאל געפאהרן באזוכן זיינע עלטערן אין ארץ ישראל [עס איז נישט גרינג אנגעקומען אין יענע יאהרן] צום סוף האט ער אין תרנ"ז אויך עולה געווען קיין ארץ ישראל, נאך אנדערהאלבן יאהר וואוינען אין חיפה האט ער זיך באזעצט אין צפת אוואו ער איז דארט נפטר געווארן א כסלו תרס"ב ושם מנו"כ.

דער ויקח משה האט איבער געלאזט צוויי זוהן:

א) זיין זוהן ר' זיידא חיים נפטר בחיי אביו ערב יום הקדוש תרס"א זוגתו שיינדל רחל (כשם אמה) בת הרה"ק בעל אור למאיר מ'בוקאווסק [בן הצמח דויד מ'דינוב בן הבני יששכר] וחתן בזו"ר הרה"ק ר' אלטיר יוסף פון ראדאוויץ, בתם הרבנית לאה נישאה להרה"צ ר' אלעזר שפירא מ'קיוויאשד ונפטרה בדמ"י כ"ו אדר תרע"א בהותירה אחריה בתם היחידה רחל אסתר שלא נישאת לאיש ונפטרה ג אדר תש"ן.

ב) זיין זוהן הרה"צ ר' ישראל איז ארויס געקומען קיין אמעריקא תרע"ג, זעהט אויס אז פון אים איז דער שמועס דא, ווייל ער האט אסאך פרובירט צו טוהן אין יענע יאהרן.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מורא'דיג מסודר, א הערצליכען דאנק אייך הרב מביקסאד.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

רב מיללער,
דער ראבאי דארט קען איך.
ער איז אן אלטער בחור, לעצטענס געווען קראנק אויפען הארץ, אן עהרליכער, אבער אביסעל מאדען און שווער צי כאפען
א שמועס מיט אוהם. כ'האב שוין פרובירט.

ס'איז מיר נאך נישט אויסגעקומען גיין דארט באקוקען און אהער ברענגען די נעמען פון דעם נשמה טאבעל פון דער וואנט דארט.
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אגב,
היינט איז ח' תמוז
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יעצט מוצ"ש פר' פנחס, האב איך געקריגען די דערמאנטע צייטונגס אויסשניטן ווי דער שרייבער ש. ערדבערג שילדערט אביסל א טיש ביי הרה"צ ר' ישראל האגער פון ראדיוויץ אדער וויאזוי ער רופט אים 'דער ראדיוויטצער' ווי אויך וואס ער שרייבט ביי זיין פטירה בשנת תש"ב.

לויט יענעם שרייבער איז ער געווען דער 'ערשטער חסידישער רבי' אין אמעריקא קומענדיג אין 1912 תרע"ב, א זאך וואס איז מן-הסתם נישט אמת, לויט ר' יונה לאנדא איז דער מאנאסטריטשער רבי פון באפאלא געווען דער ערשטער רבי דאהי, דער שרייבער ברענגט דארט ארויס אז זיין זוהן ר' יוסף האגער האט געגרינדעט דעם וואל-סטריט שוהל, מן-הסתם אז דער היינטיגער ראביי משה האגער יענעמס זוהן.

ער האט דארט אויך א בילד, אז איך וועל עס קענען סקענען וועל איך עס בל"נ ארויפשטעלן.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:לויט יענעם שרייבער איז ער געווען דער 'ערשטער חסידישער רבי' אין אמעריקא קומענדיג אין 1912 תרע"ב, א זאך וואס איז מן-הסתם נישט אמת, לויט ר' יונה לאנדא איז דער מאנאסטריטשער רבי פון באפאלא געווען דער ערשטער רבי דאהי.
דער 'ערשטער חסידישער רבי' אין אמעריקא איז געווען הרה"ק ר' אליעזר חיים מ'יאמפלא.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב ביקסאד,
לויט ווי עס שטייט דא ביי די קברי צדיקים איז דער יאמפאלער רבי טאקע געווען דער ערשטער רבי צו באטרעטן דעם אמעריקאנעם באדן ווען ער האט באזוכט אמעריקע בשנת תר"ן, אבער למעשה האט ער זיך הערשט באזעצט דא בשנת תרע"ב, די זעלבער יאר וואס דער ראדיוויצער רבי איז געקומען.

בייגעלייגט איז דער בילד פונעם ראדיוויציער רבי ר' ישראל האגער זצ"ל, ווי אויך פון זיין אוהל אין די 'בית דוד' סעמעטערי אין עלמאנט נ.י. (גענומען מיט רשות פון דא)
אטעטשמענטס
rabbi-israel-hager.jpg
rabbi-israel-hager.jpg (27.04 KiB) געזען 10150 מאל
Radivitz.jpg
Radivitz.jpg (45.17 KiB) געזען 10151 מאל
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

איצטער ארויף געלייגט, מצבת הר' יוסף שמואל בן הרה"צ ר' ישראל, http://kevarim.wordpress.com/2008/08/13 ... sef-hager/
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:הרב ביקסאד,
לויט ווי עס שטייט דא ביי די קברי צדיקים איז דער יאמפאלער רבי טאקע געווען דער ערשטער רבי צו באטרעטן דעם אמעריקאנעם באדן ווען ער האט באזוכט אמעריקע בשנת תר"ן, אבער למעשה האט ער זיך הערשט באזעצט דא בשנת תרע"ב, די זעלבער יאר וואס דער ראדיוויצער רבי איז געקומען.

בייגעלייגט איז דער בילד פונעם ראדיוויציער רבי ר' ישראל האגער זצ"ל, ווי אויך פון זיין אוהל אין די 'בית דוד' סעמעטערי אין עלמאנט נ.י. (גענומען מיט רשות פון דא)


די סיין אויף די שוהל פונעם ראדיוויצער רבי ר' ישראל האגער ז"ל אויף רידזש סט. אין די איסט-סייד
אטעטשמענטס
Radivitz.bmp
Radivitz.bmp (60.51 KiB) געזען 9949 מאל
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

איז דער בחור דער לעצט פארבליבענער אייניקל פון אים, איז נאך פאראן נאך אייניקלעך?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לויט ווי עס קוקט מיר אויס פונעם טיימס ארטיקל נאך זיין פטירה, האט ער נאר געהאט דעם איינעם זוהן, אבער צוויי אייניקלעך, ברויך מען נאר וויסען צו פונעם אנדערען אייניקל איז יא עפעס פארהאנען.
אטעטשמענטס
Hager-Radivitz.jpg
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

און די לעצטיגי ארץ ישראל'דיגע כתב עת "המודיע" און דו טייל פון חלק התורה ווערט געברענג א לענגערע באשרייבונג וועגען דעם הייליגען ראדעוויטצער ז"ע וואס ליגט און חיפה.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:יעצט מוצ"ש פר' פנחס, האב איך געקריגען די דערמאנטע צייטונגס אויסשניטן ווי דער שרייבער ש. ערדבערג שילדערט אביסל א טיש ביי הרה"צ ר' ישראל האגער פון ראדיוויץ אדער וויאזוי ער רופט אים 'דער ראדיוויטצער' ווי אויך וואס ער שרייבט ביי זיין פטירה בשנת תש"ב.
יאך ווארט נאך צו זעהן דא ברבים דעם טיש שילדערונג,

מכתב בעצם כת"י משנת תרע"ט, אויף זיין דרוק-סארט [לעטטער-העד, בלע"ז].
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

'דער ב.' די וואך האט א מעשה פון אינגעלייט וואס זענען ווארעם געווארן צו קברי צדיקים באמעריקא און האבן אפגעשטאט א באזוך על קברו פונעם ראדיוויצער רבין אין עלמאנט (בטעות שרייבן זיי אינעם קעפל 'לאנג איילאנד' באמת איז דאס אין קווינס), זענען זיי געווארן שאקירט פון די נאכגעלאזטקייט אינעם אוהל.

במחילת כבוד בלאטתם, שרייבען זיי דארט אז זיינע קינדער זענען נישט געווען קיין גרויסע 'ברי הכי' וואס באמת איז דער זוהן ר' יוסף שמואל דאכציך יא געווען א לייטישער מענטש, אבער וואס איז מיר געווען אינטערעסאנט אז זיי ברענגען דארט דעם נוסח מציבת הרבנית שפרינצא בת הה"צ ר' ישראל שמואל מטומושוב און זיי זענען מוסיף אז זיי ווייסען נישט מער איבער דעם שווער, איז דאס פילייכט אן איינקל פון ר' יהושע מטומושוב?
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

ר' ישראל שמואל נייהויז מטאמאשוב בן ר' ארי' לייבוש מטאמשוב חתן הרה"ק בעל אור לשמים מאפטא זי"ע
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

דעם קומענדיגן מיטוואך, ג' מרחשון, אינעם טאג פונעם יארצייט, וועט א קבוצה היימישע אינגעלייט ארויספארן קיין בית דוד אין עלמאנט פוקד זיין דעם ציון פון הר"ר ישראל מראדאוויץ זצ"ל איבער וועם מיר שמועסן דא - בהשתתפות האדמו"ר מקאסוב שליט"א. די ערשטע מאל וואס א ציבור אידען וועלן פוקד זיין דעם ציון אינעם טאג פונעם יארצייט.

לויט ווי איך האב פארשטאנען פון די ארגענעזירער איז דאס א אוהל וואס מ'האט ערשט לעצטענס ערפינדען, אבער ס'איז מיר א חידוש, ראשית ווייל איך זעה אז די חברים אוהבי אדמור"י ארה"ב האבן שוין אפילו בידלער פונעם אוהל, און בכלל, ווי אומ'בא'וואוסט קען שוין זיין א אוהל אין אזא באקאנטע בית החיים אין קווינס?

ווען זיין פאטער ר' משה האט זיך געצויגן קיין ארץ ישראל בשנת תרנ"ז איז ר' ישראל געווארן ממלא מקום אין שטאט ראדאוויץ, ביז ער האט זיך אהערגעצויגן קיין אמעריקא בשנת תרע"ג.
ווי דערמאנט האט ער געהאט א בן יחיד ר' יוסף שמואל וועלכע האט געוואוינט אין קראונהייטס, וועלכע האט איבערגעלאזט 2 אומפארהייראטע בחורים, וואס איינער פון זיי שיינט צו זיין דער דערמאנטער ראביי אין וואל סטריט שול.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

scy4851 האט געשריבן:רב מיללער,
דער ראבאי דארט קען איך.
ער איז אן אלטער בחור, לעצטענס געווען קראנק אויפען הארץ, אן עהרליכער, אבער אביסעל מאדען און שווער צי כאפען א שמועס מיט אוהם. כ'האב שוין פרובירט.


מיללער האט געשריבן:לויט ווי עס קוקט מיר אויס פונעם טיימס ארטיקל נאך זיין פטירה, האט ער נאר געהאט דעם איינעם זוהן, אבער צוויי אייניקלעך, ברויך מען נאר וויסען צו פונעם אנדערען אייניקל איז יא עפעס פארהאנען.

די ביידע ברועדער זענען בחורים, און דאס איז די סיבה פארוואס זיי ווילן נישט רעדן פון זייער פאטער, ווייל זיי האבן א שטיקל שווער הארץ אויף אים פאר'ן נישט חתונה מאכן.
אבער אינטערעסאנט איז, אז איך האב געהערט פון איינע פון די אינגעלייט וועלכע זענען געווען ביי זיין ציון פארגאנגענעם תשעה באב (אפשר איז דאס וואס האב מילער שרייבט: 'דער ב.' די וואך האט א מעשה פון אינגעלייט וואס זענען ווארעם געווארן צו קברי צדיקים באמעריקא און האבן אפגעשטאט א באזוך על קברו פונעם ראדיוויצער רבין אין עלמאנט), אז ער האט געפונען א קוויטל פונעם זוהן ווי ער איז מזכיר זיינע בחורים לזיווג הגון. ווייזט אויס אז ער האט זיי יא געוואלט חתונה מאכן. גיי ווייס.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב משיח, ווען וויפיל אזייגער מיטוואך?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”