ר' אברהם (שטערן) אב"ד ניהייזיל - "המליצי אש" - כ”ה סיון

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

ר' אברהם (שטערן) אב"ד ניהייזיל - "המליצי אש" - כ”ה סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבי אברהם ב"ר יצחק יהודה (שטערן) זצ"ל הי"ד אב"ד ניהייזיל - בעמח"ם "מליצי אש" - כ"ה סיון -

דער דעברעצינער רב, רבי משה שטערן זצ"ל, האט דערציילט די מעשה. וואס ער איז דארט געווען בשעת מעשה, זיין טאטע רבי אברהם האט געהאלטן אין א שבת, א דרשה אין שוהל, ער האט שטארק מעורר געווען אין די גרויסקייט פון ענטפערן אמן, און "אמן יהא שמיה רבא", און ער האט אינצווישן דערמאנט וואס דער רמ"ק זצ"ל זאגט, אז די ראשי תיבות פון די ווערטער ש'תיקה י'פה ב'שעת ה'תפלה איז די זעלבע אותיות פון די ווארט "שיבה" וואס מיינט א טיפע עלטער, אז ווער עס איז געווארנט פון ענטפערן אמן, איז זוכה צו א טיפע עלטער.
און ער האט אויסגעפירט, איך וויל נישט ארויס רעדן פון מויל אויב חלילה מ'גיבט נישט אכטונג, און מ'רעדט יא בשעת'ן דאווענען און קדיש, וואס פאר א שטראף ס'קומט, חלילה פארקערט פון "שיבה".
דעם אנדערן טאג האט זיך געטוהן אין בית מדרש א טומל, איינער פון די מתפללים האט פארציילט ברבים אז ביינאכט האט ער גע'חלומ'ט, ווי ער שטייט פאר'ן בית דין של מעלה און מען איז אים דן, און מען האט אויף אים ארויסגעטראגן דעם אורטייל, אז ער איז שולדיג, און ער דארף איבער לאזן די וועלט.
דער איד האט זיך גענומען בעטן ביי דעם בית דין של מעלה, אז ער איז נאך יונג, און פארוואס זאל מען אים אזוי הארב באשטראפן, האט מען אים געענטפערט - ווייל דו האסט גערעדט אינמיטן דאווענען, און דו האסט נישט געענטפערט אמן, און אמן יהא שמיה רבא !
דער איד האט זיך פארענטפערט פארן בי"ד של מעלה, אז ער האט נישט געוואוסט פון דעם גרויסן שטראף, האט זיך איינער פון די בי"ד של מעלה זיך געבייזערט אויף אים, וויאזוי קענסטו זאגן אזא זאך! שבת האט דאך ענקער רב געהאלטן א דרשה און האט נאך געזאגט פון רמ"ק זצ"ל אז איינער וואס רעדט נישט ביים דאווענען, און ענטפערט אמן, און אמן יהא שמיה רבא, איז זוכה צו א טיעפן עלטער, און ווער ס'טוט נישט די זאכן, באקומט דאס פארקערטע, און די ביזט דאך געווען ביי די דרשה, איז וויאזוי זאגסטו, אז דו ווייסט נישט פון די הארבקייט פון די זאך?
דער איד האט צוגעזאגט פארן בי"ד של מעלה אז פון איצט אן, וועט ער אכטונג געבן, און ער וועט אויך יעדן לאזן וויסן, וואס ער האט געהאט מיט די בי"ד של מעלה, און אז יעדער זאל זיין דערין געווארנט, דעמאלס האט מען אים אין בי"ד של מעלה מוחל געווען זיין זינד.
דער דעברעצינער רב האט אויסגעפירט, איך בין דארטן געווען, ווען דער איד האט דאס פארציילט פאר דעם עולם אין שוהל.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

א שאד אז די אייניקלעך פון דעם בצל החכמה פעניען מיט איבערדריקן דעם מליצי אש
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

זיידעניו האט געשריבן:רבי אברהם ב"ר יצחק יהודה (שטערן) זצ"ל הי"ד אב"ד ניהייזיל - בעמח"ס "מליצי אש" - כ"ה סיון.
שויתי השם לנגדי תמיד
אוצרות
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 3:33 am

Re: ר' אברהם (שטערן) אב"ד ניהייזיל - "המליצי אש"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות »

מכתב קורע לב מאת הגאון ר' אברהם שטערן זצוק"ל אב"ד נייהייזל ובעל ה"מליצי אש" אל הגאון ר' יהושע בוקסבוים זצוק"ל אב"ד גאלאנטא, בבקשה לעורר רחמים מרובים עבור בנו. כולו בכתב יד קדשו וחתימתו.
במכתב שלפנינו שנשלח ע"י הגר"א שטערן ביום ג' האזינו תרצ"ב אל אב"ד גאלאנטא. מגולל את כאבו הגדול, בהיות בנו הגאון ר' מרדכי שטערן, חתנו של הגאון ר' שאול בראך אב"ד קאשוי ותלמידו של אב"ד גאלאנטא, מוטל במיטת חוליו על ערש דווי. הוא מספר לו את כל השתלשלות המחלה שתקפה אותו, ומתאר בתיאורים מצמררים את מצב חוליו, ואת גודל ייסוריו. הוא מתחנן אל אב"ד גאלאנטא שיעורר רחמי שמים מרובים עליו, ובפרט בהתקרב ימי הרחמים והרצון. לדאבון לב כל, נפטר בסוף מחוליו זה ביום ד' כסלו תרצ"ה, ויבך אותו אביו.

http://Londontreasures.bidspirit.com
פריט 84
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9537
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: ר' אברהם (שטערן) אב"ד ניהייזיל - "המליצי אש"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

מסדר חילוקים ושיטות. מאת הגאון רבי אברהם שטערן. מהדורה יחידה. ווראנוב, תרצ"ד (1934)
מסדר חילוקים ושיטות, שהוא קיבוץ גדול משיטות הראשונים בעינינים רבים, אשר חיבר הגאון רבי אברהם שטערן דומ"ץ בקהל יראים נאווע-זאמקי (נייהייזל) תע"א. מהדורה יחידה. ווראנוב, תרצ"ד 1934.
הגאון הנודע רבי אברהם שטרן הי"ד (תרמ"ד-נספה בשואה תש"ד), מחבר פורה ומפורסם – מחבר הספרים: "מליצי אש", "גפי אש", "כתבי אש", "מסדר חילוקים ושיטות", ועוד ספרים. תלמיד המהר"ם שיק, ותלמיד של בעל ה"שבט סופר" ושל בעל "ערוגות הבושם". חתנו ויד-ימינו של הגאון הישיש רבי יוסף מאיר טיגרמן (תרי"ב-תש"ד), אב"ד נאווע-זאמקי (בגרמנית: נייהייזל, ביידיש: ערשעקאויוואר). נהרג באושוויץ בתאי הגזים, בחודש סיון תש"ד, יחד עם חותנו הגאון הישיש שהיה כמעט בן 93, ועם בני משפחתם ואנשי קהילת ניהייזל, הי"ד. שלושת בניו הם הגאונים הנודעים: רבי בצלאל שטרן (תרע"א-תשמ"ט), בעל "בצל החכמה" אב"ד וינה ומלבורן; רבי מרדכי שטרן (תרס"ט-תרצ"ה), בעל "רב חסד"; ורבי משה שטרן (תרע"ד-תשנ"ז), הרב מדברצין-ארה"ב בעל "באר משה".
אטעטשמענטס
MSDR.jpg
MSDR.jpg (225.88 KiB) געזען 583 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9537
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: ר' אברהם (שטערן) אב"ד ניהייזיל - "המליצי אש"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ספר שלחן א"ש - אברהם שטערן
COVER STATES 1944, WHILE TITLE PAGE STATES 1943


PRINTED DURING THE HOLOCAUST!
ספר שלחן א"ש : חידושים וביאורים, הערות והלכות ... על שו"ע אורח חיים ונושאי כליו ומפרשיו ... / ממני אברהם שטערן ... בעהמח"ס גפי אש ...
שטרן, אברהם בן יצחק יהודה ליב אריה, 1884-1944;תש"ג
ערשעקאויוואר : א' שטרן: דפוס ב' פריעדמאן במישקאלץ
אטעטשמענטס
HOLO2.jpg
HOLO2.jpg (118.46 KiB) געזען 221 מאל
HOLO.jpg
HOLO.jpg (64.52 KiB) געזען 221 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”