רבי יצחק אייזיק ווייס 'החקל יצחק' מספינקא זצ"ל-הי"ד - י"ג סיון תש"ד
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
רבי יצחק אייזיק ווייס 'החקל יצחק' מספינקא זצ"ל-הי"ד - י"ג סיון תש"ד
שנת תרל"ה איז געבוירן צו הרה"ק ר' יוסף מאיר מספינקא בזיווגו השלישי הרבנית פערל ב"ר עזרא יעקב באש, זיין איינציגער זוהן הרה"ק רבי יצחק אייזיק ווייס הי"ד במ"ס חקל יצחק און ער האט אים א נאמען געגעבען נאך זיין רבי'ן הרה"ק רבי יצחק אייזיק פון זידיטשוב, [עיין בשו"ת חקל יצחק סימן כ"ד].
דער חקל יצחק'ס רביצין הרבנית מרים (נפ' שב"ק ח תשרי תר"ץ, מנו"כ במונקאטש) איז געווען א טאכטער פון ר' ישכר בעריש אייכנשטיין זצוק"ל, באקאנט אלס ר' בעריש'ל ווערעצקיער, בעמח"ס "מלבוש לשבת ויום טוב", דער מלבוש איז געווען א זוהן פון ר' סנדר ליפא אייכנשטיין ב"ר אייזיק'ל זידיטשובער, און זיין רביצין הרבנית שיינדל איז געווען א טאכטער פון הרה"ק רבי מנשה רובין בעל שמנה לחמו אב"ד ראפשיץ בן האור ישע.
נאך די פטירה פונעם אמרי יוסף ו' אייר תרס"ט, האט איהם ממלא מקום געווען זיין איינציגער זוהן דער חקל יצחק.
דער חקל יצחק האט געהאט צוויי זוהן און איין טאכטער, דער עלטערער ר' ישראל חיים זצ"ל הי"ד, דער יונגערער זוהן ר' נפתלי צבי זצ"ל הי"ד איז געווען אב"ד ור"מ בילקא, זיין בת יחידה הרבנית הינדא שיינדל ז"ל הי"ד האט חתונה געהאט י"ט סיון תער"ב מיט הרה"ק רבי אברהם אביש הורוויץ זצ"ל הי"ד אב"ד ור"מ קראלי במ"ס בית אברהם.
ביי די ערשטע וועלט מלחמה איז דער דער חקל יצחק אנטלאפן פון ספינקא און געפליכטעט קיין מונקאטש וואו ער האט זיך באזעצט.
א' וישלח תר"ץ נאך די פטירה פון זיין רביצין, אויפן פארלאנג פון מנחת אלעזר, האט דער חקל יצחק זיך אוועק געצויגן פון מונקאטש און זיך באזעצט אין סעליש, ווי ער האט געוואוינט ביז די צווייטע וועלט מלחמה און מ'האט אים געפירט פון דעם דארטיגן געטא קיין אוישוויץ וואו ער איז אומגעקומען עקד"ה זונטאג בהעלותך י"ג סיון תש"ד.

לעצט פארראכטן דורך ביקסאד אום זונטאג יוני 22, 2008 11:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א דאנק הרב מ'ביקסאד פאר פתיחת האשכול, מיר האבן שוין דא זוכה געווען צו אסאך בילדער פונעם חקל יצחק ווי אויך פון זיין זוהן אב"ד בילקא און זיין איידעם ר' אביש מקרולי (מ'בעט דער עולם זאל אריינשטעלן די בילדער).
מיר ווייסן היינט פון עטליכע ספקינא אייניקלעך סיי פון ר' ישראל חיים און פון ר' שמואל צבי ב"ר אביש מקרולי, איז פארהאן עפעס קינדער/אייניקלעך פון בילקא רב?
א בילד פונעם חקל יצחק (דריטער פון לינקס) מיט ר' יעקב משה מקאמארנא, (איז ער לינקס פונעם חקל יצחק זיין איידעם ר' אביש?)

- אטעטשמענטס
-
- Spinke-Komarne.jpg (86.78 KiB) געזען 10161 מאל
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
פון דעם בילקא רב איז געבליבען איין טאכטער זי לעבט נאך, דער איידעם איז געווען ר' ישכר דוב [בערל] בערגמאן ע"ה (נפטר ט"ז סיון תשד"ם) [פרעזידענט פון די אמעריקאנער מסרחי] ער האט איבער געלאזט אידישע דורות, דער חקל יצחק האט זיך נאך באטייליגט ביי זייער חתונה, נאך דעם וואס דער דייטש האט אינוואנדירט אונגארן האט ער זיך געשריבן מיט די ענגלישע קעניגליכע משפחה ארויס צו ראטעווען דעם חקל יצחק פון דעם גהינם זאל אים די זכות ביישטיין.מיללער האט געשריבן:מיר ווייסן היינט פון עטליכע ספקינא אייניקלעך סיי פון ר' ישראל חיים און פון ר' שמואל צבי ב"ר אביש מקרולי, איז פארהאן עפעס קינדער/אייניקלעך פון בילקא רב?
א בילד פונעם חקל יצחק (דריטער פון לינקס) מיט ר' יעקב משה מקאמארנא, (איז ער לינקס פונעם חקל יצחק זיין איידעם ר' אביש?)
הרה"ק רבי יעקב משה מקאמארנא זי"ע האט חתונה בזיווג שני מיט הרבנית אלטא חנה הי"ד א שוועסטער פון דעם חקל יצחק פון איין טאטע מאמע [עס איז דא עפעס א סיפור פון די חופה וואס יאך געדענק נישט אויך די מינוט] זי איז געווען די אלמנה פון ר' אברהם יקיר רובינשטיין ז"ל אן אייניקל פון דעם מהרש"ם מ'בערזאן, ביי איר ערשטע חתונה וואס איז פאר געקומען אין ספינקא האט זיך זיין זיידע דער מהרש"ם באטייליגט, ר' ישראל חיים הי"ד איז בזיווג שני געווען דארט אן איידעם פון דעם זו"ש זענען געווען די צוויי טעכטער וואס האבן איבער געלעבט די קריג הרבנית פערל פר"מ מ'אולם ז"ל און מרת יענטא ברוינשטיין ע"ה, דער שיח יעקב איז געווען דער איינציגער קינד פון ר' ישראל חיים'ס זו"ר בת הרה"ק ר' אלעזר מ'גלאגוב-סאסוב [נפטר ט"ז טב"ת תר"ץ מנו"כ בבית החיים בית דוד לאנג איילענד] די רביצין אלטא חנה הי"ד האט אויך געהאט צוויי זוהן פון איר זו"ר ר' משה הי"ד און ר' אלי' הי"ד זיי האבן זיך געשריבן מיט די משפחה נאמען ווייס ווי זייער מוטערס זייט, הרה"ק רבי יעקב משה מקאמארנא זי"ע האט חתונה געמאכט איר זוהן פון זו"ר ר' אליהו פינחס חיים די חתונה איינלאדונג בריוול איז געדרוקט אין שלשלת קאמארנא עמוד שי"ב און אין נאך פלעצער.
לעצט פארראכטן דורך ביקסאד אום מאנטאג יוני 16, 2008 1:16 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
דער חקל יצחק איז געווען א מתמיד עצום און א ערום ביראה וואס מען האט ביי די אנדערע צוויי נישט געזעהן, זיין אייניקל דער תפארת צבי האט געזאגט אז דאס עהרנסטקייט וואס ער האט געזעהן ביים זיידן האט ער געטראפן ביים סקווירא רבי זצ"ל, מה שאין כן די אנדערע צוויי האבן זיך ענדערש ערלויבט צו זאגן א ווערטל, א ביישפיל פון זיין התמדה מען פלעגט זאגן אויף דעם חקל יצחק אין די יאהרן וואס ער האט געוואוינט אין מונקאטש אז צופרי אויף דעם וועג אין מקוה זאגט ער פופציג בלאט גמרא און פון די מקוה ביז אין שוהל זאגט ער פופציג בלאט זוהר, עס איז דא א מורא'דיגע עובדא פון זיין התמדה וואס א אויבערלענדישע רב דער חלק לוי פון סערענטש האט געשטוינט און געכאפט געווארן אין התפעלות וואס דער סערענטש'ער רב שרייבט אליינס נאך דעם קריג, געדרוקט אין שלשלת ספינקא עמוד ???.יאסל האט געשריבן:דער חקל יצחק זצ"ל איז געווען א רבי כדוגמת רבינו מסאטמאר אדער מונקאטשער רב
אדער איז ער געווען אזא גיטער איד וואס אידען בעת צרה זענען געקומען צונעם
אבער אויף יו"ט לאמיר זאגען האט ער נישט געהאט א גרויסער געפארעכץ.
אמת אז ספינקא איז פון אלס געווען באוואוסט פאר א ווייברישע חסידות, באקאנט דאס ווארט פון הרה"ק רבי מרדכי מ'נאדווערנא אז ווי אזוי קאן א רבי עובר זיין אויך לא תחמוד אשת רעך דאס איז אז מען זעהט וועגענער מיט פרויען פארן צו מאיר יוסף'ן קיין ספינקא, אבער אז איר פרעגט וועגן יו"ט וועל יאך אייך דערציילן אז אינדערהיים האט מען געשמועסט אז אויף שבועות איז דא אין סעליש ביים ספינקא רבי טויזענט אידן און אין מונקאטש טויזענט אידן און אין סאטמאר צוועלף הונדערט אידן, דאס איז שוין געווען מיט די אפענע גרעניצן [אין וויזשניץ איז געווען דער עיקר עולם ראש השנה] אבער די אנדערע ימים טובים ווי ראש השנה צו די צווייטע טעג סוכות האט מען אויך באדארפט צו ניצן דעם סאלאש.
לעצט פארראכטן דורך ביקסאד אום מאנטאג יוני 16, 2008 1:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער חילוק פון ערענסקייט אדער דאס קענען זאגען א ווערטעל,
האב איך אמאל געהערט איז געווען דער חילוק צווישען צאנז וואס אלעס איז געווען גאר ערענסט
משא"כ אין סיגוט ווי דער הייליגער ייטב לב איז געווען גאר א שטארקער ווערטל זאגער.
אויף מיין שאלה זע איך אין דיין תשובה אז דער חקל יצחק האט יא געהאט א חסידות ס'הייסט געשווירענע חסידים
וואס זענען נאר צונעם געקומען
נישט כדוגמת סקולען אדער אפילו טאהש בין איך גערעכט?

ביקסאד האט געשריבן:שוין איינמאל, און דאס איז געווען נאך פאר די פייער ודי, די וועלט זאגט אז א מחלוקה פארשטערקערט [די פארטיי] דאס חסידות.יאסל האט געשריבן:אויף מיין שאלה זע איך אין דיין תשובה אז דער חקל יצחק האט יא געהאט א חסידות ס'הייסט געשווירענע חסידים
לויט ווי די שרייבסט איז מיר אלץ שווער געווען אז אין וומסב"ג האבען זיך געדרייט פלענטי געוועזענע מונקאטשע קאסענע נאסדער חסידים אין אזוי אויך ר' שלום אליעזר'לס אין אפילו בעלזערחסידים, אבער געוועזענע ספינקער חסידים איז געווען ממש געציילטע?
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
דאן קאנסטו זיי נישט, איך האב אייך שוין ערגעץ וואו געמאלדן בזה"ל: צווייטנס מיר איז גרינגער צו רעדן ווי צו שרייבן [טייפן] פארבינדט אייך מיט מיר וועט מיר זיין געשמאקער.יאסל האט געשריבן:אבער געוועזענע ספינקער חסידים איז געווען ממש געציילטע?
לעצט פארראכטן דורך ביקסאד אום מאנטאג יוני 16, 2008 2:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
רעכן מיר אויס פון די פופצען פון יעדע [פון א טייל מונקאטש און בעלזא ווער איר קאנען] און יאך וועל דיר פון ספינקא אויך, בכלל האב יאך נישט געוואוסט אז ר' שלום אליעזר'ל האט געהאט א גרויסן עולם חוץ שבת פאר ז אדר און דעם סוכות תש"ד און ווי פארשטענדליך אויף שמחות, יא קוויטלעך אויף פאסט נאך ר' ישעיה'לס פטירה, רעדן מיר נישט.יאסל האט געשריבן:לויט ווי די שרייבסט איז מיר אלץ שווער געווען אז אין וומסב"ג האבען זיך געדרייט פלענטי געוועזענע מונקאטשע קאסענע נאסדער חסידים אין אזוי אויך ר' שלום אליעזר'לס אין אפילו בעלזערחסידים, אבער געוועזענע ספינקער חסידים איז געווען ממש געציילטע?
לעצט פארראכטן דורך ביקסאד אום מאנטאג יוני 16, 2008 3:06 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
יאך וועל אייך דא אויסרעכענען איטליכע תלמידים פון ר' אביש'ל הי"ד פון קראלי וואס דאס זענען נאר א טייל פון די וואס האבן איבער געלעבט דעם חורבן וואס קומט מיר איצטער ארויף אין זכרון:יאסל האט געשריבן:ני אדרבה זאג עפעס נעמען
א) הרה"ג ר' שמואל זאנוויל כהנא שליט"א
ב) ר' נח גראס ע"ה נפטר ראש השנה תשס"ח
ג) ר' יצחק מרדכי אפעל
ד) הר"ר חיים משה בערקוי ז"ל
ה) ר' מיכל פערל
ו) הר"ר בן ציון מאליק נ"י (זמן אחד)
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3027
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
ס'איז נישט געוועהן אזא גרויס געפארכעט'ס ווי ביקסאד זאגט, אין יענע יארן איז דער עולם געפארן קיין מונקאטש, סאטמאר, וויזניץ, ועוד, פאקטיש האט יאסל א שטארקע טענה ווי זענען די ספינקא חסידים?
ווער לאזט זיך באשרייבן נאך די פטירה אז ער איז געפארן קיין ספינקא, מעט מזעיר, משא"כ מונקאטש, זעהט מען אין יעדן צווייטן באשרייבונג, געוועהן ביים מנח"א, געפארן יו"ט קיין מונקאטש, דאס מאכט נישט דעם חקל יצחק קליין, אבער דאס איז ברייט באוויסט אז דער חקל יצחק האט זיך נישט אפגעגעבן מיט פראווענען חסידים,
ר' לייב פראמאוויטש ז"ל האט פארציילט אז ער איז אריין געקומען צום חקל יצחק, גראד האט אים דער חקל יצחק פארהערט די גמ' וואס ער האט געלערנט אין..... קראלי....., אלעס איז געוועהן תורה.
מ'הערט נישט קיין קוויטלעך ישועות פונעם חקל יצחק, משא"כ דער אמרי יוסף איז געוועהן א ריזיגע קוויטל נעמער...
נאכאמאל ביקסאד אז איך האב א טעות. לעולם חוזר, איך בין גרייט צו זאגן טעיתי...

http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
שאץ מאץ האט געשריבן:ס'איז נישט געוועהן אזא גרויס געפארכעט'ס ווי ביקסאד זאגט, אין יענע יארן איז דער עולם געפארן קיין מונקאטש, סאטמאר, וויזניץ, ועוד, פאקטיש האט יאסל א שטארקע טענה ווי זענען די ספינקא חסידים?
ווער לאזט זיך באשרייבן נאך די פטירה אז ער איז געפארן קיין ספינקא, מעט מזעיר, משא"כ מונקאטש, זעהט מען אין יעדן צווייטן באשרייבונג, געוועהן ביים מנח"א, געפארן יו"ט קיין מונקאטש, דאס מאכט נישט דעם חקל יצחק קליין, אבער דאס איז ברייט באוויסט אז דער חקל יצחק האט זיך נישט אפגעגעבן מיט פראווענען חסידים,
ר' לייב פראמאוויטש ז"ל האט פארציילט אז ער איז אריין געקומען צום חקל יצחק, גראד האט אים דער חקל יצחק פארהערט די גמ' וואס ער האט געלערנט אין..... קראלי....., אלעס איז געוועהן תורה.
מ'הערט נישט קיין קוויטלעך ישועות פונעם חקל יצחק, משא"כ דער אמרי יוסף איז געוועהן א ריזיגע קוויטל נעמער...
נאכאמאל ביקסאד אז איך האב א טעות. לעולם חוזר, איך בין גרייט צו זאגן טעיתי...
כ'האב הנאה וואס די זאגסט, ווייל איך האב אויך אזוי געשמעקט
אגב כפי ידיעתי איז אין סאטמאר געווען א היבש גרעסערע געפארעכץ ווי אין מונקאשט.
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3027
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
[[/quote]
אגב כפי ידיעתי איז אין סאטמאר געווען א היבש גרעסערע געפארעכץ ווי אין מונקאשט.[/quote]
יא, אמת קיין סאטמאר איז געוועהן א גרעסערע געפארעכטס, אבער נאר צום סוף, אין די לעצטערע יארן פונעם מנח"א, די סיבה דערפון זאגן די היסטאריקער, ווייל דער מנח"א איז געוועהן מורא'דיג שארף, ביי יעדע תורה האט ער געזאגט זייערע שארפע דיבורים קעגן אגודה, געזאגט ימ"ש, און יעדער האט געמוזט ענפערן אמן, ווער ס'האט נישט גענפערט אמן איז געוועהן אחת דתו, און דאן איז די אגודה געוועהן גדולי ישראל און ערליכע אידן אן קיין שום שותפות מיט ציונות,
לדוגמא, כל נדרי ביינאכט, האט דער מנח"א ארויס גענומען דעם ס"ת, און געזאגט בזה"ל "רבוש"ע דעי הייליגע ס"ת וויל איטשע מאיר אויסרייסן"...
מ'האט באמת געדארפט האבן בלעכענע קישקעס צו דערהייבן דעי שפראך, כאטש וואס איז געוועהן פה קדוש דבר בו,
משא"כ ווער דער סטאמאר רב האט געוואוינט אין קראלי פאר תרצ..., האט דער מנח"א געהאט אסאך א גרעסערע געפארעכט'ס,
אפגערעדט אז אסאך רבנים פלעגן קומען, דער מונקאטשער רב האט נישט דערהויבן קיין בעל בית'ישע חסידים,

שאץמאץ האט געשריבן:אגב כפי ידיעתי איז אין סאטמאר געווען א היבש גרעסערע געפארעכץ ווי אין מונקאשט
יא, אמת קיין סאטמאר איז געוועהן א גרעסערע געפארעכטס, אבער נאר צום סוף, אין די לעצטערע יארן פונעם מנח"א, די סיבה דערפון זאגן די היסטאריקער, ווייל דער מנח"א איז געוועהן מורא'דיג שארף, ביי יעדע תורה האט ער געזאגט זייערע שארפע דיבורים קעגן אגודה, געזאגט ימ"ש, און יעדער האט געמוזט ענפערן אמן, ווער ס'האט נישט גענפערט אמן איז געוועהן אחת דתו, און דאן איז די אגודה געוועהן גדולי ישראל און ערליכע אידן אן קיין שום שותפות מיט ציונות,
לדוגמא, כל נדרי ביינאכט, האט דער מנח"א ארויס גענומען דעם ס"ת, און געזאגט בזה"ל "רבוש"ע דעי הייליגע ס"ת וויל איטשע מאיר אויסרייסן"...
מ'האט באמת געדארפט האבן בלעכענע קישקעס צו דערהייבן דעי שפראך, כאטש וואס איז געוועהן פה קדוש דבר בו,
משא"כ ווער דער סטאמאר רב האט געוואוינט אין קראלי פאר תרצ..., האט דער מנח"א געהאט אסאך א גרעסערע געפארעכט'ס,
אפגערעדט אז אסאך רבנים פלעגן קומען, דער מונקאטשער רב האט נישט דערהויבן קיין בעל בית'ישע חסידים
ווי איך האב פארשטאנען האט אסאך ציגעגבן דער פאקט, אז דער רבי האט שוין דאן געהאט טויזנטער תלמידים וואס דער מנחת אלעזר האט נישט געהאט.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
נישט פון קראלי, אין קראלי האבן געלערנט מער בחורים ווי אין סעליש, בכלל איז כדי צו וויסן אז דער בית אברהם האט געפראוועט און געפירט רעביסטעווע פון נאך דער הסתלקות פון זיין טאטן דער קדושת נפתלי, אפילו וויילענדיג בצל חותנו, די ספינקא חסידים האבן דאס געשעצט און די משפחה פארקערט.יאסל האט געשריבן:פיין שכוח
דאכט זיך אז ר' פישעלע איז אויך א תלמיד,
צוטיילט צווישען די אייניקלעך, א טייל אין וויזשניץ, קלויזענבורג, געציילטע אין סקווירא, סאטמאר און די איבריגע צופאלען.יאסל האט געשריבן:ס'איז מעגליך אנציצייגען ווי די ספינקא חסידים האבן זיך מסתופף געווען נאכן קריג
אין סאטמאר טרעפט מען זיי נישט, ווי יא?
לעצט פארראכטן דורך ביקסאד אום מאנטאג יוני 23, 2008 11:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.