רבינו יוסף קארו זצ"ל - "הבית יוסף ושלחן ערוך" - י”ג ניסן של”ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבינו יוסף קארו זצ"ל - "הבית יוסף ושלחן ערוך" - י”ג ניסן של”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבינו יוסף קארו (בן רבינו אפרים) - מחבר ד' חלקי "שולחן ערוך", ספר בית יוסף על הטור, און ספר כסף משנה על הרמב"ם. אויך האט ער מחבר געוועהן א ספר מגיד מישרים על התורה, וואס דארט שרייבט ער תורות וואס א מלאך א מגיד האט מיט איהם געלערנט. רבינו יוסף קארו האט געוואוינט אין חוץ לארץ, און שפעטער איז ער געפאהרן וואוינען אין ארץ ישראל על פי מעשה ידוע, וואס שבועות ביינאכט האט ער, מיט עטליכע פון זיינע חברים, געהערט א קול מן השמים וואס האט זיי געהייסן פאטרן קיין ארץ ישראל. ער האט זיך באזעצט אין די שטאדט צפת, ושם מנ"כ (מנוחתו כבוד).
_________________
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין ספר של"ה הק' ווערט געברענגט א בריוו וואס הרה"ק ר' שלמה אלקביץ זצ”ל (מחבר פון'ם לכה דודי) וואס איז געווען פון די חבריא קדישא פון הייליגן בית יוסף זצ"ל האט אפגעשריבן א מעשה וואס האט פאסירט מיט זיי בשעת זיי זענען אויף געווען, אין די נאכט פון שבועות.

איר זאלט וויסען אז מיר האבען מסכים געווען, דער חסיד נר"ו (בית יוסף) און איך און נאך אפאר חברים אויפזיין די נאכט פון שבועות און נישט שלאפען און מיר האבען נישט מפסיק געווען קיין איין רגע און דעם סדר האבען מיר געלערנט.

קודם האבען מיר געלערנט פון בראשית ביז ויכולו מיט א זיסקייט און א הויך קול נאכדעם בחודש השלישי ביז סוף סדרא וגו' (ער שרייבט נאך אלעס וואס זיי האבען געלערנט) אלעס באימה וביראה מיט א ניגון וטעם לא יאומן כי יסופר. נאכדעם האבען מיר געלערנט משניות גאנץ סדר זרעים און נאכדעם האבען מיר געלערנט ע"ד האמת (קבלה) און ווען מיר האבען געלערנט משניות ווען מיר האבען געענדיגט צוויי מסכתות האט אונז אונזער בורא מזכה געווען און מיר האבען געהערט דעם קול רעדען מפי החסיד נר"ו (בית יוסף) (עס איז געווען שכינה מדברת מתוך גרונו של הבית יוסף) א גרויס קול וואס אלע שכנים האבען געהערט און נישט פארשטאנען און די זיסקייט איז געווען שטארק און דער קול האט זיך געשטארקט און מיר זענען געפאלען אויף אונזער פנים און קיינער האט זיך נישט געטרויעט אויפצוהייבען די אויגען און פנים צו קוקען פון גרויס מורא.

און דער דיבור האט צו אונז אנגעהויבען רעדען און געזאגט. "הערט צו מיינע געליבטע ידידים מהדרים מן המהדרים, שלום צו אייך וואויל איז אייך, וואויל איז ווער ס'האט אייך געבוירען, וואויל איז אייך אויף די וועלט, וואויל איז אייך לעולם הבא, וואס איר האט גענומען אויף זיך מיך צו באקרוינען די נאכט וואס עס איז שוין אסאך יאר וואס דער קרוין פון מיין קאפ איז געפאלען, און קיינער טרייסט מיך נישט, און איך ליג אויף דער ערד געווארפען אין מיסט, און יעצט האט איר צוריק געקערט די קרוין צום פלאץ. שטארקט אייך מיינע גוטע פריינדט ,ווייל איר זענט פון די בני עליי' און איר האט זוכה געווען צו זיין מהיכלא דמלכא, און דאס קול פון אייער תורה איז ארויף פאר הקב"ה, און האט אדארך געשפאלטען פיל הימל'ן ביז עס איז ארויף, און מלאכים שווייגען, און שרפים זענען שטיל געבליבען, און חיות זענען געבליבען שטיין און אלע צבא מעלה הערען צו אייער קול.

איך בין געקומען צו אייך רעדען און אויב איר וואלט געוועהן צעהן מענטשען וואלט איר נתעלה געווארען פיל מער נאר פונדעסטוועגען זענט איר נתעלה געווארען וואויל איז אייך וואויל איז די וואס האבען אייך געבוירען מיינע פריינד וואס איר האט אוועקגענומען שלאף פון אייערע אויגען די נאכט און דארך אייך בין איך נתעלה געווארען וגו' און איר זענט נישט אזוי ווי די וואס שלאפען אויף זייער בעט וגו' און איר האט זיך מיט השי"ת און ער פרייד זיר מיט אייך, איבער דעם מיינע קינדער שטארקט אייך און פרייט אייך מיט מיין תורה און מיין יראה. ווען איר וואלט זיר געקענט פארשטעלען איינס פון טויזענט חלקים און טויזענטער און פיל צעהן טויזענסטעל חלק פון צער וואס איך האב, וואלט איר קיינמאל נישט געקענט האבען א שמחה אין אייער הארץ אדער א געלעכטער אין אייער מויל ווען איר וואלט געדענקט אז צוליב אייך ליג איך אין שטויב, איבערדעם פרייד זיך מיינע פריינד און שטארקט אייך און איר זאלט נישט מפסיק זיין דאס לערנען ווייל א חוט של חסד איז אויף אייך און אייער תורה איז זיס פאר הקב"ה. פארדעם מיינע קינדער שטייט אויף אויף אייערע פיס און זאגט אויף א הויך קול אזוי ווי יום כיפור "ברוך שם כבוד וכו'". זענען מיר אויפגעשטאנען און מיר האבען געזאגט מיט א ציטערניש וואס מ'האט אונז געהייסען.
נאכדעם האט דער קול נאכאמאל געזאגט צו אונז "וואויל איז אייך מיינע קינדער קערט אייך צוריק צו אייער לערנען איר זאלט נישט מפסיק זיין איין רגע. גייט ארויף קיין ארץ ישראל ווייל נישט אלע צייטען זענען גלייך און אייערע אויגען זאל נישט קארגען אייערע כלים וואס איר פארמאגט דא ווייל דאס גיטס פון ארץ העליונה וועט איר עסען און אויב איר וועט צוהערען וועט איר עסען דאס גיטס פון יענעם לאנד איבער דעם איילט אייך און גייט ארויף ווייל איך בין אייך מפרנס און איר וועל אייך דארט אויך מפרנס זיין ואתם שלום וביתכם שלום וכל אשר לכם שלום ה' עוז לעמו יתן ה' יברך את עמו בשלום".
די אלע רייד האבען מיר געהערט רעדען צו אונז און נאך פיל מער אזעלכע רייד עניני חכמה און פיל הבטחות און מיר האבען אלע אויסגעבראכען אין א געוויין פון שמחה. אויך ווען מיר האבען געהערט דעם צער פון די שכינה הק' און איר קול איז געווען אזוי ווי א קראנקער וואס בעהט זיך צו אונז. נאכדעם האבען מיר זיך געשטארקט און מיר האבען געלערנט ביז אינדערפרי מיט גרויס שמחה און פחד.
אינדערפרי זענען מיר זיך געגאנגען טובל'ן און דארט האבען מיר געטראפען די דריי חברים וואס זענען נישט געווען מיט אונז ביינאכט און מיר האבען זיי דערציילט אלעס וואס עס האט פאסירט און זיי האבען אנגעהויבען שטארק וויינען וואס זיי האבען נישט זוכה געווען צו הערען די אלע רייד און אויך מיר האבען זיי אנגעשריגען ווייל צוליב זיי האבען מיר אויך נישט זוכה געווען צו אלעס וואס מיר האבען געדארפט (ווייל עס איז נישט געווען מנין כנ"ל).

זיי האבען געזאגט צו אונז הלואי זאלען מיר זיך צוזאמען נעמען היינט ביינאכט און נאכאמאל לערנען אזוי ווי נעכטען און מיר וועלען זיין צעהן מענטשען. האבען מיר מסכים געוועהן אזוי צו טוהן און כאטש אז מיר זענען גארנישט געשלאפען די ערשטע נאכט און אויך נישט יענעם טאג ווייל דער חסיד נר"ו האט געזאגט א דרשה און מיר זענען אלע געווען ביי די דרשה, פונדעסטוועגען האבען מיר געטוהן אזוי ווי די ערשטע נאכט און מיר זענען געווען בשמחה ווייל מיר זענען צעהן מענטשען. די צווייטע נאכט האבן מיר נישט געדארפט ווארטן ביז מיר האבן געלערנט משניות, און ביז חצות. ווייל די ערשטע נאכט האט דער קול אנגעהויבען רעדען פונקט חצות,

נאר באלד ווען מיר האבען געהאלטען אין פ' ואתחנן ביי שמע ישראל האט דאם קול אנגעהויבען רעדען צו אונז און געזאגט: "הערט צו ידידים המהדרים מן המהדרים וגו' און האט געזאגט פיל דברי חכמה און נאכדעם", וואויל איז אייך מיינע פריינד וואס איר האט מיך דערהויבען און דארכדעם זענט איר אויך דערהויבען געווארען ווייל איר זענט צעהן מענטשען וואויל איז אייך וואויל איז ווער עס אייך געבוירען וגו' און איר זענט זיך מתדבק איך מיר וגו' און ווען איר וואלט געמעגט זעהן וואלט איר געזעהן דעם פייער וואס רינגעלט יעצט ארום דאס הויז איבערדעם שטארקט אייך און איר זאלט נישט מפסיק זיין דעם קשר און דערהייבט מיך אויף א הויך קול און זאגט "שמע ישראל און ברוך שם" הויך אזוי ווי "יום כיפור". און נאר אנדער רייד האט דאס קול גערעדט בערך א האלבע שעה און מיר האבען צוריק געקערט, צום לערנען.

חצות הלילה האט נאכאמאל דאס קול אנגעהויבען רעדען מיט אונז און האט גערעדט בערך א שעה און נאכאמאל געלויבט דאס ענין פון דעם לערנען און געזאגט צו אונז, "זעהט! האט איר שוין געהערט אזא זאך אין לעצטע פאר הונדערט יאר אז עמיצער זאל זוכה זיין צו דעם אז די שכינה זאל צו זיי אזוי רעדען? און איר האט יא זוכה געווען צו דעם דערפאר זאלט איר זיך מהיום והלאה היטען אייערע וועגען און איינער זאל דעם צווייטען העלפען אין עבודת ה' און איר זאלט געדענקען ווער איר זענט אז איר האט זוכה געווען אריינצוגיין אין פרוזדור ממילא זאלט איר זיך באמיען אריינצוגיין אין טרקלין וגו' וועקט אייך אויף מיינע קינדער און זעהט אז איך רעד צו אייך און שטארקט אייך און זייט זעלנער. זעהט אז איר זענט שכורים פון חמדת עולם הזה וגו' נאר גייט ארויף קיין ארץ ישראל ווייל איר קענט דאס באמת טוהן נאר איר זענט אריינגעטוהן אין חמדת העולם און ווער עס וועט זיך אפשיידען פון אייך איז דמו בראשו און זעהט אז איר האט זוכה געווען צו דעם וואס קיינער האט נישט זוכה געווען שוין פיל דורות".

נאך פיל אזעלכע רייד האט דאס קול גערעדט צו אונז. יעצט מיינע קינדער הערט צו וואס איך זאג אייך ווער איז נאך אזא פתי אז ער הערט די רייד און ער באקומט נישט א הרהור תשובה צורק צוערען זיך צו השי"ת מיט'ן גאנצען הארץ. גלייבט מיר אז אלעס וואס איך האב געשריבען אין דעם בריעף איז נאך נישט קיין הונדערטסטעל חלק פון די רייד וואס מיר האבען געהערט און צווישען זיי פיל עניני סוד וואס איך האב מורא געהאט צו שרייבען. אונז חברים וואס מיר האבען דאס געהערט האט עס אונז אריינגעגעבען א נייעם גייסט. שבת בייטאג האט נאכאמאל דער קול גערעדט צום חסיד (הבית יוסף) און געמערט בשבח אין דעם וואס מיר האבען געטוהן די צוויי נעכט, און דער חסיד האט צו אונז גערעדט פאר סעודת שבת און מיר מתקן געווען פיל תקנות גגדרים לעבודת ה' (עיין שם התקנות), אויך האבען מיר מסכים געווען צו פאהרען קיין ארץ ישראל.

איבערדעם טייערע חברים יעדער איינער זאל זיך בארעכענען און נישט קארגען זיינע טייערע כלים ווייל דער פסוק זאגט שוין "עת הזמיר הגיע" און נישט אלע צייטען זענען גלייך לטובה צו גיין קיין ארץ ישראל און איך קען נישט מער מאריך זיין ווייל מיין הארץ ברענט אין מיר און זעהט וויפיל סיבות השי"ת האט געפירט וועגען מיר און האט מיר געוויזען דעם גרויסען ענין און איר זאלט זיך אויך מחזק זיין און שטארקען און נישט נאכלאזען אייערע הענט.

אויך האבען מיר מקבל געווען נאך תקנות (עיין שם) וגו' איבערדעם זאלט איר איילען פאר'ן כבוד פון השי"ת און זייט געווארענט ווייל טאמער וועט איר חרטה האבען און השי"ת זאל געבען אין אייער הארץ צו רחמנות האבען אויף זיך אליין, און ער זאל אונז מזכה זיין זיך צו פאראייניגען מיט אייך אין ארץ ישראל אדמת קודש און מיר זאלען עם דארט דינען צוזאמען אמן.

פון די מעשה זאגט די של"ה הקדוש, קען א מענטש זעהן דאס חשיבות פון לערנען שבועות ביינאכט און נישט רעדען ח"ו קיין דברים בטלים, און אויך נאר ערליכע נוצליכע ווערטער וואס ברענגט שמירות תורה ומצות אדער יראת שמים, חזק חזק ונתחזק.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

Re: ר' יוסף קארו "הבית יוסף ושלחן ערוך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זיידעניו האט געשריבן:רבינו יוסף קארו (בן רבינו אפרים) - מחבר ד' חלקי "שולחן ערוך", ספר בית יוסף על הטור, און ספר כסף משנה על הרמב"ם. אויך האט ער מחבר געוועהן א ספר מגיד מישרים על התורה...
לעצטענס געזעהן אז עס איז דא א מבוכה צי דער ספר מגיד מישרים איז אמתדיג פון בית יוסף
the SCY is the limit
שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלישעי »

משפחת שטיין איז מיוחס צום בית יוסף ווייסט איינער מער פרטים

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =4&hilite=
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט באנייכט י''ג ניסן איז דער יא''צ פין דער הייליגער בית יוסף זי''ע ועכי''א
וואס צענדליגער טויזענעטער יודן לערנען אין זיינע הייליגע ספרים
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

ציור המיוחס למרן הבית יוסף זי"ע

140707.JPG
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

ציון מרן הבית יוסף זי"ע בצפת

DFGH4FDS.JPG
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

בית הכנסת של מרן הבית יוסף בצפת

5046.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

בית הכנסת כיום

isi_41092.jpg
isi_35341.jpg
isi_35339.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

פיוט בשבחא דמרן הב"י חרות ממעל שער הכניסה לבית הכנסת

isi_35345.jpg
שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלישעי »

משפחת שטיין הבאר משה - ורימון פרץ מתייחסים אחר הב"י
מישהו יודע פרטים ?
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

אין עלי זכרון 22 איז דא גאר א שיינע מאמר פון הרה"ח ר' יעקב אלחנן ריכטער שליט"א פון ירושלים, וועלכער איז אויך א נצר למשפחת שטיין, מברר צו זיין די יחוס פון משפחת שטיין צו מרן הבית יוסף זי"ע, די מאמר הייסט "מזרעא דיוסף קאתינא".
https://drive.google.com/file/d/1pGLLdX ... D0PeG/view
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
מחאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am
לאקאציע: תל אביב ד'אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחאה »

איך געהערט פון א אייניקל פון הר"ר מאיר שטיין ז"ל מזקני חסידי סאטמאר בעיר וומסב"ג אז זיי זענען אייניקלעך בא"ב פונעם הייליגן בית יוסף און דער נאמען קארו מיינט שטיין
צדיקים האבן געזאגט אז הוכח תוכיח דרש'נט מען אזויווי המול ימול, פונקט ווי א מוהל קען נאר זיין אזא איינער וואס איז אליינס גע'מל'ט אזוי אויך קען א מוכיח זיין נאר אזא איינער וואס איז אליינס גע'מוסר'ט. (און דאס איז נוגע אויך פאר דער וואס מוסר'ט די מוכיח...)
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

קוק דורך דעם גאנצן מאמר וואס איז געבויט על אדני פז, אז זיי זענען אייניקלעך דורך א טאכטער, און אזוי אויך איבער דעם אז קארו מיינט שטיין וואס איז לכאורה נישט ריכטיג, ובכגון דא איז כל המוסיף גורע.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

"מצבת היקרה מרת בואינה נ"ע בת מוהר"ר יוסף קארו יצ"ו" בעיר שאלוניקי

האם מדובר בבתו של מרן הבית יוסף?

מצבה שבורה של בת הרב יוסף קארו, סלוניקי.jpg
מצבה שבורה של בת הרב יוסף קארו, סלוניקי.jpg (136.71 KiB) געזען 2245 מאל
מסתופף בצל צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 19, 2020 5:45 am

Re: רבינו יוסף קארו זצ"ל - "הבית יוסף ושלחן ערוך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתופף בצל צדיקים »

איך האב גיהערט אז די גרויסע משפחת ווייספיש פון ירושלים זענען אויכעט אייניקלעך פונעם הייליגען בית יוסף איך האב גיהערט פון אן אייניקעל אז די זיידעס וואס זענען אנגיקומען אין ירושלים אין אנהייב פון אינגערען האבען חתונה גיהאט מיט ספרדישע ווייבער אין קען גאר זיין אז פון דארט שטאמט עס אויסער דעם ווייסט איינער טאמער עס איז געבליבען באוויסטער אייניקלעך פון ר' שלמה קארו בנו חתן האר"י הקדוש רב בדמסק ?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: רבינו יוסף קארו זצ"ל - "הבית יוסף ושלחן ערוך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

יין ישן האט געשריבן:אין עלי זכרון 22 איז דא גאר א שיינע מאמר פון הרה"ח ר' יעקב אלחנן ריכטער שליט"א פון ירושלים, וועלכער איז אויך א נצר למשפחת שטיין, מברר צו זיין די יחוס פון משפחת שטיין צו מרן הבית יוסף זי"ע, די מאמר הייסט "מזרעא דיוסף קאתינא".
https://drive.google.com/drive/folders/ ... s=5c3e292b

הער איך אז לעצטנס איז אין 'די צייטונג' געווען א שמועס מיט ר' יעקב אלחנן ריכטער איבער אונגארישע משפחות אייניקלעך פון מרן הבית יוסף, האט איינער דעם מאמר אין זיין באזיס? אויב יא וואלט איך שטארק מכיר טובה געווען אויב קען ער עס אהערברענגען.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
לייברערין
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

Re: רבינו יוסף קארו זצ"ל - "הבית יוסף ושלחן ערוך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייברערין »

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבינו יוסף קארו זצ"ל - "הבית יוסף ושלחן ערוך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פון דער הייליגע בית יוסף זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבינו יוסף קארו זצ"ל - "הבית יוסף ושלחן ערוך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

הרה"ק רבי יוסף קארו ב"ר אפרים זי"ע, בעל הבית יוסף,
ובעל השלחן ערוך,
איז געבוירן אין שטאט טולידה ספרד, בשנת רמ"ח.
צו זיין טאטן הגה"ק רבי אפרים זי"ע, בן הגה"ק רבי אפרים קארו הזקן מטולידה ספרד זי"ע,
און צו זיין מאמע הצדקת מרת בואינה ע"ה.

בשנת רנ"ב ווען עס איז געווען די גירוש ספרד איז די זיידע
ר' אפרים מיט די אייניקעל דער בית יוסף זייענדיג נאר 4 יאר אלט אוועק געוואנדערט קיין פארטוגאל, אבער בשנת רנ"ו האט מען זיי פארטריבען אויך פון דארט.

דער הייליגער בית יוסף איז דאן געווען 8 יאר אלט ווען זיי זענען אנגעקומען קיין קאנסטאניטנאפעל, און דארט איז ליידער זיין טאטע ביי וועם דער קינד האט געלערנט נסתלק געווארן.

דאן איז דער בית יוסף אריבער וואוינען ביי דעם טאטן'ס ברידער הגה"ק ר' יצחק ר"י אין שטאט ליסאבאן בעל תולדות יצחק זי"ע.
און דער פעטער האט אויף זיך גענומען צו אויסהאלטן דעם בית יוסף בתנאי אז ער וועט זיך אריינווארפן אין תורה מיטן גאנצן כח.

און זייענדיג גאר יונג האט מען שוין געזעהן די גדלות פונעם קינד ער האט שוין דאן געהאט קונה געווען א גרויס חלק פון ש"ס ופוסקים מיט די ראשונים.
אלע ספרים פונעם רמב"ם זי"ע זענען געווען שגור על פיו.

ער האט דאן חתונה געהאט בזיווג ראשון מיטן טאכטער פון הגה"ק ר' חיים אלבלג זי"ע, אבער ליידער איז זיין זיווג ראשון נפטר געווארן נאך צוויי יאר.

בשנת רע"ו האט ער חתונה געהאט בזיווג שני מיט די טאכטער פון הגה"ק ר' יצחק ב"ר אברהם סבע בעל צרור המור זי"ע, און ער האט דאן געוואוינט אין שטאט אדריאנאפאל, און ער איז דארט מפורסם געווארן צווישן די גאוני חכמי הדור.

גאוני דורו האבן אים שוין גערופען מיט דעם טיטל "מרן" ביי די 30 יאר.

בשנת רפ"ב זייענדיג 34 יאר אלט האט ער אנגעהויבען שרייבען זיין ספר בית יוסף אויפן טור , ער האט דאס אנגעהויבען און אדריאנופול און דאס געענדיגט אין ארץ ישראל,
עס האט גענומען 20 יאר.

דער הייליגער אר"י הקדוש זי"ע, און הגה"ק הרדב"ז זי"ע, און הגה"ק רבי אליעזר אשכנזי בעל יוסף לקח זי"ע, האבן אסאך געהאלפן מיטן ספר, דער בית יוסף האט אין זיין ספר מכריע געווען רוב הלכות ווי דריי עמודי עולם "די רי"ף, די רמב"ם, און די רא"ש זי"ע".

הגה"ק רבי חיים אבולעפיא זי"ע האט געזאגט אז מיט די פסקים פונעם בית יוסף האבן מסכים געווען קרוב צו 200 רבנים מובהקים בדורו.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבינו יוסף קארו זצ"ל - "הבית יוסף ושלחן ערוך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

בשנת רצ"ו אין חודש אלול איז דער הייליגער בית יוסף אנגעקומען קיין צפת און דארט האט ער זיך צוריק געטראפן מיט זיין רבו מובהק הגה"ק המהר"י בירב זי"ע, וואס איז דאן געווען אב"ד עיה"ק צפת וואס ער האט שוין ביי אים געלערנט אין שטאט ליסאבאן.

זיין רבי האט זיך זייער געפרייט צו האבן זיין הייליגען תלמיד מיט זיך און ער האט אים אויפגענומען פאר איינע פון די דיינים און זיין בי"ד, און דער בית יוסף איז געווען דער ערשטער וואס האט באקומען סמיכה בי זיין רבין דער מהר"י בירב זי"ע.

בשנת שי"ח האט ער מחבר געווען די ד' חלקי שלחן ערוך.
וואס ווי באקאנט האט ער דעם חיבור גערופען מיט דעם נאמען שולחן הערוך,
ווי די פסוק זאגט אז דער רבוש"ע האט געזאגט פאר משה רבינו ע"ה "ערכם לפניהם כשולחן הערוך".

ווען דער חיבור פון שלחן ערוך איז ארויסגעקומען איז אראפגעקומען א ליכטיקייט אויף די וועלט פון הלכה, און די ספר בית יוסף און שלחן ערוך זענען נתקבל געווארן ביי כמעט אלע חכמי ספרד.

דער הייליגער רמ"א זי"ע,
איז אנפאנג ארויסגעקומען קעגן דעם חיבור פונעם בית יוסף קודם ווייל ער האט איבעראל גע'פסק'נט כמנהג ספרד און דער רמ"א האט געהאלטן אז דאס וועט מבטל זיין אלע מנהגי אשכנז,

און אויך האט דער רמ"א געהאלטן אז דורכן לערנען אונעם בית יוסף נעמט דאס אוועק די עמילות בתורה,
און דער הייליגער בית יוסף וואס איז שוין דאן געווען א זקן און געווען עלטער פונעם הייליגען רמ"א זי"ע האט מיט דעם אלעם זייער מכבד געווען דעם רמ"א און אפילו באצאלט אויף דער עלטער צו קויפן א ס"ת וואס דער רמ"א זי"ע האט געשריבן.

שפעטער האט דער הייליגער רמ"א אויך אנגעהויבען לערנען דעם הייליגען חיבור בית יוסף און שלחן ערוך און אויך אריינגעברענגט ביי זיך אין ישיבה ביי די לימודים.

עס ווערט געברענגט פון גדולים אז אין יענע צייט זענען געווען דריי גדולים וואס זענען געווען ראוי' ארויסצוגעבן א ספר ווי דעם בית יוסף און שלחן ערוך און פון הימל האט מען באשטימט אז דער הייליגער בית יוסף זאל דאס מחבר זיין וועגן זיין גרויס עניוות.

און עס ווערט געברענגט אז הגה"ק בעל הר"י בן לב זי"ע, האט זיך זייער מתנגד געוען קעגן דעם חיבור פונעם בית יוסף זי"ע, אבער איינמאל איז ער אנגעקומען ביים לערנען צו א הלכה און נישט געקענט קומען צו א קלארן תשובה, דאן האט ער געזאגט אז מן השמים ווייזט מען אים אז מען וויל אז דער הייליגער חיבור פונעם בית יוסף זי"ע זאל נתפשט ווערן בעולם, און האט אונעם חיבור טאקע געטראפן דעם תשובה אויף די הלכה און פון דאן האט ער זיך מער נישט מתנגד געווען.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבינו יוסף קארו זצ"ל - "הבית יוסף ושלחן ערוך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

הרה"ק ר' שלום רוקח בעל שר שלום זי"ע, האט געזאגט אז זיין גאנצע יראת שמים האט ער באקומען לערנענדיג טור מיטן פירוש בית יוסף.

און דער זוהן הרה"ק ר' יהושע'לע מבעלזא זי"ע,
האט אמאל געפרעגט זיין טאטן דער שר שלום זי"ע, אויב עס איז אמת וואס מען פארציילט אויפן הייליגען חוזה מלובלין זי"ע,
אז ווען ער האט געלערנט גמרא און דערמאנט א נאמען פון א הייליגען תנא אדער א אמורא האט זיך דער תנא אדער אמורא צו אים באוויזען,

האט דער טאטע געזאגט
"אויפן לובלינער זי"ע איז אלץ צום גלויבן, נאר איך זאג דאך נישט אז איך זעה," נאר איך בין געווען א יונגערמאן ווען איך האב געגעסען קעסט ביים שווער אין סיקאהל, האב איך געהאט א שיעור יעדען טאג אין טור בית יוסף נאכ'ן דאווענען אין בית המדרש, און ווען איך בין אנגעקומען צו יעדען תנא, יעדען אמורא, וואס דער בית יוסף ברענגט אראפ האב איך מרגיש געווען די קדושה פון יעדען באזונדער.

הרה"ק בעל תפארת שלמה זי"ע, האט געזאגט א סגולה פאר א מו"ץ אז ער זאל ח"ו נישט נכשל ווערן מיט שאלות בפסח, צו לערנען פאר פסח אלע הלכות פון פסח בעיון היטב אונעם שלחן ערוך.
ווייל דער שלחן ערוך איז געקומען בטענה אז מען לערנט נישט בקביאות אונעם שלחן ערוך, און דערפאר קומט ארויף שאלות צום דיין ערב פסח כדי מען זאל דארפען מעיין זיין אונעם שלחן ערוך, און אויב מען לערנט דאס גוט דורך פאר פסח קומען נישט ארויף די אלע שווערע שאלות.

דער הייליגער חיד"א האט געזאגט אז מען קען זאגן אויפן הייליגען בית יוסף אז אלע זיינע חיבורים וואס זענען ארויסגעקומען זענען אפשר האלב פון וואס ער האט מחבר געווען,

הגה"ק ר' שמואל יהודה בן המהר"ם פאדובא זי"ע, האט געזאגט אז פון די צייט פונעם רמב"ם און דעם רמב"ן איז נישט אראפגעקומען אויף די וועלט א גדול בתורה וואס האט אזויפיל מרביץ געווען תורה אויף די וועלט.

הרה"ק בעל השל"ה הקדוש זי"ע, האט געזאגט אויפ בית יוסף זי"ע, בזה"ל "שהיה ממש כמלאך אלקים נתגלה לו מגידים מישיבת נביאים ותנאים והיה לו גלוי אליהו הנביא".

דער הייליגער בית יוסף איז געווען א גדול בתורה און א קדוש וטהור און אוועק געגעבן זיין גאנץ לעבן צו פארשיינען זיין הייליגע תורה פאר יענעם דור און פאר דורות נאכדעם ביז ווען מען וועט בקרוב זוכה זיין צו ביאת המשיח צדקינו במהרה בימינו אמן.

נסתלק לגנזי מרומים י"ג ניסן בשנת של"ה.
ער ליגט אין די ביה"ח הישן אין צפת נישט ווייט פונעם אר"י הקדוש זי"ע, און פונעם אלשיך הקדוש זי"ע.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: רבינו יוסף קארו זצ"ל - "הבית יוסף ושלחן ערוך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער ב"י האט געוואוינט אין ניקאפאל בולגאריע, פון דארט ביז בוקארעסט רומעניע איז בס"ה קנאפע 90 מייל, אזוי ווי פון ברוקלין צו די קאנטרי.

קוקטס נאר אריין אין מהרשד"ם וועט איר טרעפן אז די אונגארישע אידן זענען אנגעקומען קיין בולגאריע און צוריק.

ובכן, ס'איז גארנישט קיין תימא צו זאגן אויף אן אונגארישע פאמיליע אז זיי שטאמען פון ב"י.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
loyodea
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: רבינו יוסף קארו זצ"ל - "הבית יוסף ושלחן ערוך"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

אונגארישע אידן שטאמען נישט פון דארט.
ווידעראום ספרד'ישע אידן האבן געוואוינט אין אונגארן אין די חלק וואס האט געהערט צו טערקיי, אבער אין פריערדיגע תקופות.
דעמאלט זענען אידן אנגעקומען ביז בודא איין תקופה, און ביינא\ווינא, אנדערע קיין פולין, זאמשט. און געהאט א צייט אפילו א קהלה בפני עצמה
מיר אונגארישע אפשטאמיגע קומען אן שפעטער, אדער פון פולין אדער פון מעהרין זייט.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”