גראף פאטאצקי הי"ד "הגר צדק מווילנא"

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

גראף פאטאצקי הי"ד "הגר צדק מווילנא"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די פריצים פון דער פאמיליע, פאטאצקי, זענען געווען די בארימסטע פריצים פון פולין. ערשטנס, זענען זיי געווען פון די רייכסטע פריצים אין פוילין, און צווייטנס זענען זיי געווען גרויסע קאטאליקן. פוילין איז געווען א קאטויליש לאנד.

דער פאטער פון וועלכן מיר ריידן, איז געווען א זון פון דעם פריץ, וואס צו אים האט געהערט די גרויסע שטאט ווילנא און די גאנצע אומגעגנט. אזוי, אז ער איז געווען א זון פון דעם רייכסטן און בארימטעסטן פריץ פון פוילין.

די ענגע משפחה פון זיין פאטער איז געווען א קליינע. זי איז באשטאנען נאר פון 3 מענטשן – דער טאטע, די מאמע און נאר דער איין זון. דער טאטע און מאמע האבן שוין אין די קינדהייט-יארן פון זייער זון באשלאסן, אז זיי וועלן זייער זון מאכן פאר א גלח. זיי האבן געזאגט, ג-ט האט אונז געגעבן איין קינד, דארפן מיר דעם קינד אפגעבן פאר ג-ט. זיי האבן אים געגעבן די עלעמענטארע בילדונג און ווען דאס קינד איז אלט געווארן 16 יאר, האבן זיי אים אריינגעגעבן אין דער קאטוילישער אקאדעמיע פון ווילנע.

אין דער אקאדעמיע איז געווען א סטודענט מיטן נאמען זארודני. דער איז געווען זייער א קלוגער, און מיט אנדערט-האלב יאר עלטער פון פאטאצקי. ער איז געווען א זון פון זייער ארימע עלטערן, און איז געווען דער נענסטער פריינד פון סטודענט פאטאצקי.

איין מאל בשעת הפסקה, זאגט פאטאצקי צו זארודנען: שוין וואכן אז איך שלאף נישט, שוין וואכן, אז איך קען נישט צומאכן קיין אויג. פרעגט זארודני ביי פאטאצקי: פארוואס? – א פראגע מאטערט מיר און גיט מיר נישט קיין רוה. – וואס איז די פראגע? – ענטפערט פאטאצקי: 3 סארטן מענטשן זיינען פאראן ארום אונז: די קאטאליקן, די אידן און מוסלמענער. די קאטאליקן זאגן, אז ביי זיי איז דער אמת. די אידן זאגן, ביי זיי איז דער אמת. און די מוסלמענער זאגן אז ביי זיי איז דער אמת. דער אמת קען דאך זיין נאר אין איין ארט און נישט אין אלע דריי ערטער, איז וואו איז דער אמת?

ענטעפרט אים זארודני: און וואס וועט זיין אז דו וועסט נישט שלאפן חדשים? אויך ווען דו וועסט נישט שלאפן יארן גאנצע, וועט דאס דיר אויך גארנישט העלפן. אזוי וועט זיין אלע מאל – יעדער וועט זאגן, אז ביי אים איז דער אמת!

כל זמן מיר זענען אין דער הויז פון אונזערע קאטוילישע עלטערן – ענטפערט פאטאצקי – אין דער קאטוילישער אקאדעמיע, וועלן מיר קיינמאל דעם אמת נישט וויסן. אויב מיר וועלן אבער ווערן אונפאהענגיג פון אונזערע קאטוילישע לערער, קען זיין אז מיר וועלן זיך יא עפעס דערוויסן.

ווי איז דאס מעגליך פאר בחורים אין אונזער עלטער זיך צו באפרייען פון די עלטערן און פון די לערער? פרעגט זארודני. ענטפערט פאטאצקי: פארוואס איז אונמעגליך? מיר קענען פארן אין פארשידענע לענדער און ריידן מיט פארשידענע מענטשן. זאגט צוריק זארודני: דיר איז גוט. דו קענסט ריידן וועגן פארן אין פארשידענע לענדער, געלט איז ביי אייך אין הויז ווי בלאטע, ווי קען איך אבער טראכטן וועגן פארן? מיינע עלטערן שלאפן נישט קיין נעכט יעדן סוף חודש, זיי מאטערן זיך אויך דער פראגע: וואו וועלן זיי נעמען געלט צו באצאלן דעם שכר לימוד?!

ענטפערט פאטאצקי: ניין, דו מאכסט א טעות, געלט איז נישט די פראגע, ווייל אויב איך וועל באקומען פון מיינע עלטערן רשות צו פארן, וועל איך באקומען געלט פאר מיר און פאר דיר, די פראגע איז – צו באקומען פון מיינע עלטערן רשות צו פארן. זארודני: נו אדרבה, פראוו, אויב דיינע עלטערן וועלן געבן רשות זייער איינציגן זון צו פארן און וועלן געבן געלט פאר דיר און פאר מיר – מיין איך אז מיינע עלטערן וועלן געוויס מיר געבן רשות צו פארן. פאטאצקי: איך וועל פראוון.

פארנאכט, ווען פאטאצקי איז געקומען אהיים פון אקאדעמיע, איז פאר אים שוין געווען צוגעגרייט עסן ווי אלע טאג. פאטאצקי איז אבער נישט געגאנגען צום טיש און נישט געגעסן. די דינסט-מיידל האט געפרעגט דעם אינגל, פארוואס ער עסט נישט? דער אינגל האט אבער נישט געענטפערט קיין ווארט. דאס עסן איז קאלט געווארן. די דינסט-מיידל האט געשטעלט דעם עסן צו ווארמען, אבער דער אינגל האט נישט געגעסן. די דינסט-מיידל איז אוועק און געזאגט צו דער מאמען אז ס'איז עפעס געשעהן מיטן קינד, ער וויל נישט עסן, די מאמע איז געקומען אהיים און אנגעהויבן פרעגן דעם זון: זאג מיר, פארוואס עסטו נישט? אפשר פילסטו זיך עפעס נישט אין ארדנונג אין געזונט, וועל איך ברענגען א דאקטאר. אדער האט איינער דיר באליידיגט אין אקאדעמיע עמיצער פון די לערער אדער עמיצער פון די סטודענטן?! פאטאצקי האט אבער נישט געענטפערט אפילו קיין איין ווארט. מען האט גערופן דעם טאטן, און אלע דריי – דער טאטע, מאמע און דינסט-מיידל זענען געשטאנען איבער אים און נישט געקענט באקומען קיין איין ווארט. פאטאצקי איז אוועק אין זיין שלאפצימער און זיך געלייגט שלאפן.

צו מארגן פרי איז געווען געגרייט פאר דעם יינגל א פרישטאג, א בעסערער ווי אלע מאל, ער איז אבער נישט געגאנגען צום טיש עסן נאר א קלאפ געטאן מיטן טיר און פארלאזט די הויז. גראף פאטאצקי מיט זיין פרוי זיינען אוועק אין אקאדעמיע, געפארשט ביי די לערער, אפשר האט עמיצער פון די לערער זייער קינד באליידיגט. זיי האבן אבער באקומען דעם ענטפער אז אין אקאדעמיע איז אין דעם טאג גארנישט געשען. די לערער האבן געפארשט ביי די סטודענטן און זיי האבן געבראכט דעם זעלבן ענטפער. אז צווישן די סטודענטן איז
גארנישט פארגעקומען עפעס ספעציעל.

פארנאכט, ווען פאטאצקי איז געקומען אהיים פון אקאדעמיע האבן אים זיין טאטע און זיין מאמע אנגענומען פאר די הענט און געזאגט, אז זיי לאזן אים נישט ארויס, ביז זיי וועלן נישט וויסן פארוואס ער עסט נישט. פאטאצקי האט געענטפערט די עלטערן: איר זייט גוטע עלטערן און אלץ גיט איר מיר נאך, און איך פיל מיר אין געזונט אין בעסטן ארדנונג, נאר איין זאך איז פאראן וואס איר גוט מיר נישט, און כל זמן איך האב נישט די זאך – איז מיין לעבן קיין לעבן נישט!

די מאמע האט אנגעהויבן וויינען און שרייען: איז דען פאראן עפעס א זאך וואס מיר גיבן דיר נישט? אלץ וואס אויף דער וועלט באקומען מיר דאך פאר דיר! האט דער זון געענטפערט: יא, איר גיט מיר נישט קיין לערנען. די עלטערן האבן גענומען טענה'ן, די בעסטע לערערס האבן מיר געהאט פאר דיר, אין דער אקאדעמיע האבן מיר געשאפן די בעסטע לערער צוליב דיר, און דו זאגסט אז מיר געבן דיר נישט קיין לערנען?!

האט דער זון געענטפערט: וואס לערנט מען מיר? מען היינגט אויף אויפן וואנט א מאפע און מען זאגט מיר, דאס איז איטאליע, איז דאס איטאליע? איך לייג אריין גאנץ איטאליע אין איינע פון מיינע הענט, צוקנייטש איר און ווארף אריין אין מיסט קאסטן. מען היינגט אויף א בילד אויפן וואנט און מען זאגט מיר, דאס איז דער פויפסט, איז דאס דער פויפסט? איך נעם איהם אין מיינע הענט, צורייס אים און ווארף אים אריין אין מיסט קאסטן!

טאטע מאמע האבן גענומען שרייען: איז דען מעגליך אנדערש צו לערנען? דער זון ענטפערט: פארוואס נישט? אויב איך וועל פארן אין איטאליע, וועל איך טאקע זען איטאליע און דעם פויפסט. ווען איך וועל פארן אין ענגלאנד, וועל איך טאקע זעהן ענגלאנד און דעם קעניג פון ענגלאנד. די מאמע האט גענומען לארמען. אזא משוגעת איז דיר אריין אין קאפ? טאמער פארשפעטיגסטו זיך צו קומען אהיים אין אוונט פון אקאדעמיע אויף 10 מינוט, פאלט מייר ארויס דאס הארץ פון שרעק, אפשר איז מיט דיר עפעס געשען, ווילסטו אוועקפארן אויף וואכן און חדשים, מען זאל פון דיר גאנצע חדשים נישט וויסן? ווארף ארויס פון קאפ דיין נארישקייט!

דער אינגל האט זיך ארויסגעריסן פון די הענט פון זיינע עלטערן און אריינגעגאנגען אין זיין שלאפצימער און פארהאקט די טיר. צומארגן פארטאג האבן די עלטערן פאטאצקי אויסגעקליבן די בעסטע פערד, געזעצט אויף זיי בעסטע רייטערס און געהייסן זיי פארן מיט דער גרעסטער גיכקייט זיי זאלן צוזאמענרופן אויף א פארזאמלונג די פריצים און די פריינד פון דער משפחה, וואס געפונען זיך אין א נישט ווייטן מרחק. די רייטערס האבן געדארפט איבערגעבן פאר די אלע פריצים און משפחה פריינד, אז די עלטערן פאטאצקי פון ווילנע געפינען זיך אין א צרה און זיי בעטן אלע פריינד זיי זאלן קומען אויף א פארזאמלונג, מען זאל צוזאמען טראכטן אן עצה.

בערך 3 אזייגער נאך מיטאג זיינען שוין אלע געווען פארזמלט, ס'איז געווען א פארזאמלונג פון בערך א 30 מענטשן, און די עלטערן פאטאצקי האבן מיט טרערן אין די אויגן דערציילט, וואס ס'איז זיי געשען – א שגעון איז אריין אין זייער זון, ער וויל פארן אין ווייטע שטעט און ווייטע לענדער, און שוין דער דריטער טאג, אז ער עסט נישט.
די פארזאמלטע וואס ארום טיש האבן אנגעהויבן צו ריידן און שרייען – און אלע אין איין טאן, אז מען מוז ברעכן די עקשנות פון דעם יינגל, ווייל אזא נסיעה איז פארבונדן מיט גרויסע סכנות. אין אזא וועג דארף מען מיטנעמען א סאך געלט און רויבער קענען זיך פון דעם יינגל דערוויסן און אים בארויבן און אפילו דערהרגענען, דאס קינד קען אויפן וועג קראנק ווערן און ס'וועט אפילו נישט זיין ווער ס'זאל אויף אים א קוק טאן. איין אלטער פריץ, וואס איז געזעסן די גאנצע צייט שטיל, האט דערנאכדעם אנגעהויבן ריידן און האט געזאגט. מיינע פריינד, די זאך איז נישט אזוי פשוט, א קינד וואס האט זיך אזוי איינגע'עקשנ'ט אז ער עסט שוין נישט 3 טעג, וואס וועט זיין אז ער וועט נאך צוויי אדער דריי טעג נישט עסן און ער וועט ווערן קראנק? וואס פאר א נחת און פרייד וועלן די עלטערן האבן צו זען זייער איינציגן זון א קראנקן אין בעט?!
פון פארשידענע זייטן פון טיש האבן זיך דערהערט א געשריי: נו וואס? זאל מען אים לאזן פארן? דער אלטער פריץ האב אבער געזאגט, מיינער פיינד זייט רוהיג און הערט וואס איך וויל זאגן. איך מיין נישט מען זאל אים לאזן פארן אליין, אבער איין מאל אין יאהר. פארן דאך סוחרים אויף יריד'ן פון פארשידענע לענדער. זאל פאטאצקי בעטן די סוחרים, אז דאן ווען זיי פארן – זאלן זיי דעם זון מיטנעמען, אז דער גראף פאטאצקי וועט זיי בעטן, וועלן דאס די סוחרים געוויס טאן און דער יינגל וועט נישט זיין אליין, ווען ער וועט פארן אין א לאנד וועט ער פארן צוזאמען מיט די סוחרים, דאס זעלבע ווען ער וועט אוועק פארן פון א לאנד, וועט ער פארן צוזאמען מיט זיי.
די ווערטער פון דעם אלטן פריץ האבן געביטן די געדאנקען פון אלע פארזאמלטע און אלע האבן אייננשטימיג מסכים געווען, אז דאס איז דער בעסטער וועג. ווען פאטאצקי איז געקומען אהיים פון אקאדעמיע, איז שוין געווען געגרייט פאר אים א פיינע סעודה און טאטע מאמע האבן אים דערקלערט, אז זיי האבן באשלאסן צו דערפילן זיין בקשה, אבער ער דארף פארשטיין אז פאר א יינגל, פארן אליין אין אזא וועג איז געבונדן מיט גרויסע סכנות, ווען די סוחרים וועלן פארן אויף די יריד'ן, וועט פאטאצקי מיט זיי מיטפארן.
דער זון האט געקושט די האנט פון זיינע עלטערן און האט אנגעהויבן עסן. טאטע מאמע האבן געקוקט מיט פרייד וואס ג-ט האט געהאלפן, ס'איז געפונען געווארן א לעזונג פאר זייער פראגע און זייער קינד קערט זיך אום צום נארמאלן שטייגער. אין מיטן עסן רופט זיך אן דער זון פאטאצקי צו זיינע עלטערן: ס'איז מיר געקומען א געדאנק אין קאפ.- וואס איז דער געדאנק? פרעגן זיי אים אומגעדולדיג. – ס'איז מיר געקומען א געדאנק, אז איך זאל פרעגן מייין חבר, זארודני, אפשר וועט ער מיט מיר וועלן מיטפארן? ווען די עלטערן האבן דאס דערהערט, האבן זיי זיך זייער דערפרייט.
1) אויב זייער זון וועט פארן נאר מיט די סוחרים, וועט ער מיט זיי פארן צוזאמען נאר אין לאנד און פון לאנד, אבער אין לאנד וועט דער אינגל זיין אליין.
2) אויב ער וועט פארן מיט די סוחרים, וועט ער, גראף פאטאצקי, קיינמאל פון די סוחרים זיך נישט אויסקויפן.
3) זארודני איז אן ארים אינגל און אויב ער וועט פארן, אויף זיין חבר'ס חשבון, וועט ער אלס דאנקבארקייט קוקן אויף זייער זון פונקט ווי זיי אליין.
4) זארודני איז אויך אביסל עלטער פון זייער זון און איז זייער א געזעצטער.

פאטאצקי איז אויף מארגן געקומען אין אקאדעמיע און געזאגט זארודניען אז די זאך איז ערליידיגט, און ער זאל ריידן מיט זיינע עלטערן.
דעם צווייטן טאג האט זארודני געבראכט דעם ענטפער, אז זיינע עלטערן זענען מסכים, און מען האט זיך אנגעהויבן גרייטן צום וועג. גרייטן האט מען זיך געגרייט אין דער הויז פון די פאטאצקי'ס. אין דער הויז פון זארודני האט מען זיך נישט געקענט גרייטן, ווייל די הכנות זענען פארבונדן מיט געלט און קיין געלט איז ביי די זארודני'ס נישט געווען.
די פארברייטונגען האבן גענומען צייט, ווייל מען האט געדארפט צוגרייטן שפייז פאר די 2 אינגלאך אויף א לאנגע צייט, מ'האט געדארפט גרייטן פאר זיי בגדים אויף זומער און ווינטער, בגדים פאר וואכענדיגע טעג און בגדים פאר יום טוב'דיגע, ספעציעלע בגדים אויף זיך ווייזן פאר פערזענליכקייטן א.ד.ג.
בערך 6 וואכן זענען אריבער ביז די אלע פארברייטונגען זענען געווען פארטיג און ס'איז געקומען דער טאג ווען די 2 אינגלאך האבן זיך געדארפט ארויסלאזן אין וועג. פון פארנט איז געפארן א וואגן, אויף וועלכן עס זענען געזעסן די 2 אינגלאך, הינטער דעם וואגן זענען נאכגעפארן נאך עטליכע פורן, אויף וועלכע ס'זענען געזעסן די משפחות פון פאטאצקי און זארודני – צו באגלייטן זייערע קינדער. עטליכע מייל הינטער דער שטאט האבן זיך די פאמיליעס צוזעגנט מיט די קינדער, און זענען געפארן אהיים.
ווען די אינגלאך זענען געבליבן אליין, רופט זיך אן זארודני צו פאטאצקין: נו, דו האסט שוין אויסגעפירט, מיר זענען שוין אומפהענגיג פון אונזערע עלטערן און לערער, וואס קלערסטו צו טאן? פאטאצקי האט איהם געענטפערט: מיר זענען דאך קאטאליקן, קריסטן, דאס ערשטע וואס מיר דארפן טאן איז פארשן דעם קריסטנטום, דאס ערשטע דארפן מיר פארן אין רוים, דארט געפינט זיך דער וואטיקאן, דער פויפסט – דער קאפ פון קריסטנטום. זארודני האט איהם געגעבן גערעכט.
זיי זענען געפארן וואכן, געפארן חדשים ביז זיי זענען אנגעקומען קיין רוים. זיי זענען געווען זייער מיד פון וועג, און האבן גענומען א צימער אין א גאסט הויס איבער געשלאפן די נאכט. צומארגן פרי זענען זיי, פרישע און אויסגערוטע, אוועקגעגאנגען אין וואטיקאן. פאטאצקי האט דערקלערט אין די ביוראען פון וואטיקאן, אז ער איז א זון פון דעם גראף פאטאצקי פון ווילנע און אז זארודני איז זיינער א חבר פון דער קאטוילישער אקאדעמיע. מען האט די אינגלאך אויפגענומען זייער פריינדליך, ווייל די פאטאצקי'ס זענען אין וואטיקאן געווען באקאנט. ס'איז אפילו געווען אין וואטיקאן א פלאץ, וואס איז געבויט געווארן פון די געלט פון די פאטאצקי'ס!
פאטאצקי האט געפרעגט צו זיי קענען אויפגענומען ווערן דורך דעם פויפסט. מען האט זיי געענטפערט אז זיי קענען אויפגענומען ווערן דורך דעם פויפסט שפעטער מיט 4 וואכן, ווייל ביז דאן איז דער פויפסט פארנומען מיט אנדערע, פאטאצקי האט געזאגט אז זיי קענען ווארטן.
יעדן טאג פלעגן די 2 אינגלאך קומען אין וואטיקאן, זיי פלעגו זיך דרייען אין אלע צימערן, פאטאצקי פלעגט ווארפן אויף אלע טישן פון די ביוראען צוקערקעס, שאקאלד און ציגארעטן און וויצן האט פאטאצקי געהאט ממש אן א שיעור, ווען די אינגלאך פלעגן קומען אין די ביוראען, איז אין די ביוראען געווארן פרייליך. יעדן אין דער פרי פלעגן די באאמטע פון די ביוראען קוקן אין די פענסטער, צי ס'גייען שוין די אינגלאך. יעדן טאג פארן אוועקגיין פון וואטיקאן פלעגט פאטאצקי געבן א געלט מתנה פאר דעם לייב באדינער פון דעם פויפסט, וואס פלעגט צוגרייטן פארן פויפסט די שפייז, אדער די בעט צום שלאפן.
פאטאצקי האט געטאן אלעס וואס מעגליך, כדי זיך צו באפריינדן מיט די ארבעטער פון וואטיקאן, כדי דורך זיי זיך צו דערוויסן וועגן די סודות פון וואטיקאן, באזונדערס האט אינטערעסירט פאטאצקין דעם פויפסט "ארויפגאנג אויפן הימל". די קאטוילישע וועלט אין יענע צייט האט געגלויבט, אז דער פויפסט גייט ארויף אויפן הימל די נאכט פון 25 דעצעמבער.
4 וואכן זענען אריבער און מען האט געזאגט די אינגלאך, אז מארגן 12 אזייגער וועלן זיי אויפגענומען ווערן דורך דעם פויפסט, זיי זאלן זיין געהעריג אנגעטאן. די אינגלאך זענען צומארגן געקומען אנגעטאן ווי געהעריג און נאנט צו 12 זענען זיי אריינגעלאזט געווארן אין ווארטע-זאל פון דעם פויפסט, און שוין זיצנדיג אין דעם זאל האבן זיי געזען זיין גרויסקייט.
צו די קארדינאלן האט ער גערעדט א פליסיגן לאטיין, ווי דאס וואלט געווען זיין מוטער שפראך. צו א דעלעגאציע פון פראנקרייך האט ער גערעדט א פליסיגן פראנצויז, אין די מינוטן וואס זיי האבן געזעסן אין ווארטע-זאל, האבן זיי געהערט 7 שפראכן פליסן פון זיין מויל און ווען די אינגלאך זענען אריין צו איהם האט ער זיי אויפגענומען אויף פויליש וואס האט געשפרודלט פון זיין מויל.
ווען די אינגלאך זענען ארויס פון דעם פויספט, איז זארודני געווען פשוט צומישט פון איבערראשונג פון פויפסט'ס פערזענליכקייט. פאטאצקי האט געזאגט צו זארודניען: איך זע אז דו ביזט איבער'רעש'ט פון דער פערזענליכקייט פון פויפסט! זארודני ענטפערט: יא, האסט שוין אמאל געזען אזא מענטש ווי דער פויפסט? פאטאצקי האט געפרעגט זארודניען: זאג מיר וויפיל קאטאליקן זענען פאראן אויף דער וועלט? עטליכע הונדערט מיליאן. – און וויפיל פויפסטן זענען פאראן אויף דער וועלט? – איין פויפסט. – ווען מען קלייבט אויס איין מענטש פון הונדערטער מיליאנען, ווילסטו אז דער מענטש זאל זיין א נישט קלוגער און נישט פיינער?! און וואס מיינסטו, אז דער הויפט פירער פון מוסלמענער איז א מענשט א נאר?! דער גרעסטער אידישער רב איז א נאר?!
זארודני פרעגט ווייטער: דו ביזט דאך געקומען אהער פארשן דעם קריסטענטום – וואס נאך קענסטו פארשן? פאטאצקי ענטפערט: מיר פארן נאך פון דא נישט אוועק! די אינגלאך זענען ווייטער געבליבן אין רוים, און די אינגלאך האבן זיך ווידער געדרייט אין די ביוראען פון וואטיקאן. אין א געוויסען טאג האט פאטאצקי געזאגט צו זארודני: דא זענען מיר שוין פארטיג, לאמיר איצט פארן אין איסטאנבול, דארט געפינט זיך דאך דער הויפט גייסטליכער פון די מוסלמענער. זיי זענען ווייטער געפארן און אנגעקומען אין איסטאמבול.
פאטאצקי איז געגאנגען אין איסטאמבול אויפן זעלבען וועג, ווי ער איז געגאנגען אין וואטיקאן, געטיילט ציקערקעס, שאקאלאד, און ציגארעטן פאר די בעאמטע פון די הויפט ביוראען פון דעם איסלאם, געזוכט אלע וועגן כדי מיט זיי זיך צו באפריינדן.
נאך עטליכע וואכן האט פאטאצקי געזאגט צו זארודניען: - דאס ציהט מיך אויך נישט, לאמיר איצט פארן און זיך באקענען מיטן גרעסטן אידישן רב. לאמיר זען, וואס ס'טוט זיך דארט.
אויף דער וועלט האט דאן געשמ'ט דער רב פון אמסטערדאם – די אינגלאך האבן באשלאסן אהין צו פארן.
די אינגלאך זענען געפארן און געקומען קיין אמסטערדאם. די אידן האבן דארט געוואוינט אין א געטא. אין מיטן פון דעם געטא איז געווען א גרויסער פרייער פלאץ – דארט איז געווען דער מארק פון שטאט. אויף דעם פלאץ איז געווען א גרויסער הויז – די הויז פון דעם רב.
אין דעם הויז איז אויך געווען א באזונדער טייל פון צימערן, וואס דארט איז געזעסן דער בית דין – די דיינים פון שטאט. אין בית דין פלעגן פארקומען פארשידענע זאכן: מענטשן זענען אהין געקומען פרעגן שאלות, מיט דין-תורות, און דאס גלייכן. ביי יעדע שווערע פראגע פלעגן די דיינים זיך ווענדן צום רב, ער זאל זיי העלפן. יעדן טאג פלעגט אנקומען צום רב א גרויסע פאסט. ס'פלעגט קומען פאסט פון פארשידענע שטעט און פארשידענע לענדער.
ביים צימער פון רב זענען געשטאנען א סאך מענטשן אין שורה. איינער האט געוואלט דער רב זאל אים בענטשן צו דער חתונה פון זיין טאכטער, א צווייטער האט געוואלט דער רב זאל אים ווינטשן א רפואה שלימה – ביי אים איז קראנק א קינד, אן אנדערער האט געוואלט פרעגן דעם רב אן עצה – ער געהט מאכן א שותפות מיט זיינעם א פריינד.
פאטאצקי האט געטאן דאס זעלבע וואס ער האט געטאן אין רוים און אין איסטאמבול. און האט געזוכט מיט די שמשים זיך צו באפריינדען, אומעטום וואו מענטשן האבן גערעדט, האט פאטאצקי אונטערגעשטעלט זיין אויער, כדי עפעס צו הערן, און באזונדערס האט ער געוואלט הערן וועגן דעם רב און זיין הימלישן וועג. עס זענען אריבער וואכן, אריבער חדשים – און פאטאצקי האט נישט געקענט כאפן אפילו איין איינציגן ווארט וועגן דעם רב'ס הימלישקייט. פאטאצקי האט באשלאסן אז ער האט מער נישט וואס צו ווארטן און ער האט באשלאסן צוטרעטן צו דער זאך.
איינמאל, ווען איינער פון די נאנסטע שמשים פון רב איז אריין אין ספרים שטוב זוכן א ספר פאר דעם רב, איז פאטאצקי אריין נאך אים און האט צו אים געזאגט: איך האב צו דיר א בקשה, דו מוזט דאס מיר טאן, איך וועל דיר גוט באצאלן.
דער שמש האט איהם געפרעגט וועגן זיין פארלאנג.
פרעגט פאטאצקי דעם שמש: זאג מיר, ווען גייט ארויף אייער רב אויפן הימל? דער שמש האט אנגעהויבן צו לאכן, פאטאצקי פרעגט דעם שמש, פאר וואס לאכסטו פון מיר? ענטפערט דער שמש: דו האסט אונז דערציילט, אז דו האסט געלערנט אין דער קאטוילישער אקאדעמיע, און אז דו האסט דארט געלערנט דעם ביבל. ווייסטו נישט, פון דעם ביבל, אז נאר צוויי מענטשן זענען ארויף לעבעדיקערהייט אויפן הימל – חנוך און אליהו! אפילו משה רבינו, וואס ג-ט האט דורך אים באוויזן אזעלכע גרויסע וואונדער אין מצרים, וואס ג-ט האט דורך אים געגעבן די תורה צו די אידן איז אויך געווען אין הימל בלויז 40 טעג!
פרעגט פאטאצקי: הייסט דאס, אז אייער רב איז נאך קיינמאל נישט געווען אויפן הימל? – ווען וועט ער זיין אויפן הימל... דער שמש: איבער הונדערט און צווואנציג יאר, ווען זיין נשמה וועט ארויסגיין פון זיין גוף, דאן וועט די נשמה זיין אויפן הימל.
פרעגט ער ווידער: און דיין נשמה און מיין נשמה וועלן איבער הונדערט און צוואנציג יאר נישט זיין אויפן הימל? ענטפערט דער שמש: מיין נשמה און דיין נשמה וועלן טאקע אויך זיין אויפן הימל, דארט איז פאראן אן ארט פאר גוטע מענטשן און אן ארט פאר שלעכטע מענטשן. דאס ארט פאר גוטע איז געטיילט אין א סאך פארשידענע ערטער, ווייל גוטע מענטשן זענן פאראן פארשידענע און דאס ארט פאר שלעכטע מענטשן איז אויך נישט איינער, נאר איינגעטיילט אויף פארשידענע טיילן, ווייל עס זענען פאראן א סאך פארשידענע שלעכטע מענטשן. דאס ארט, וואו די נשמה פון אונזער רב וועט קומען איז אזא ארט, וואס נאר ווייניג מענטשן קענען אהין קומען.

פרעגט פאטאצקי: אויב אייער רב איז נאך קיינמאל נישט געווען אין הימל, און וועט קיינמאל אויפן הימל נישט זיין, איז ער דאך א מענטש אזוי ווי מיר אלע. גיב א קוק וואס עס טוט זיך ארום אים, מענטשן שטייען גאנצע טעג און ווארטן דער רב זאל נעמען זייער האנט און זאגן די צוויי ווערטער – א רפואה שלימה אדער זיי ווינטשן א מזל טוב און ברכה. עס קומט אן יעדן טאג אזא גרויסע פאסט אפילו פון אנדערע ווייטע לענדער?!

דער שמש איז צוגעגאנגען צו דער ספרים-שאפע, ארויסגענומען א חומש מיט מפרשים, באוויזן פאטאצקי און אים געזאגט: דו זעסט די גרויסע ווערטער, דאס איז דער ביבל. די אלע קליינע ווערטער זענען פארשידענע דערקלערונגען פון דער ביבל, אזוי זענען פאראן נאך און נאך סארטן חומשים. אויסער די חומשים זענען ביי אונז פאראן 60 משניות'ן, און אויך גמרות, דער שמש האט ארויסגענומען פון שאפע א גרויסע גמרא און אים באוויזן, דו זעסט, דעם גרויסן בוך, אזעלכע זענען ביי אונז פאראן צענדליגער. חוץ דעם זענען פאראן ספרים פון דרוש, ספרים פון פלפול, און נאך פארשידענע ספרים אן סוף.

אלע אידן דאוונען, אבער פיל פון זיי פארשטייען אפילו נישט דעם אינהאלט פון דאוונען. א סאך פארשטייען דעם אינהאלט פון דאוונען אבער מער גארנישט. פיל אידן פארשטייען די ביבל, אבער נישט די מפרשים. אנדערע פארשטייען די מפרשים אבער נישט קיין גגמרא, אזוי איז אונזער פאלק געטיילט אויף פארשידענע סארטן, אבער אונזער רב קען אלץ, נישטא קיין זאך וואס ער קען נישט.

עס איז פאראן ביי אונז א חכמה וואס זי רופט זיך קבלה, די חכמה קענען נאר געציילטע מענטשן אויף דער ערד. אונזער רב איז אפילו אין קבלה איינער פון די גרעסטע.

פאטאצקי האקט איהם איבער די רייד, איך זעה אז דער רב איז אייער גרעסטער געלערנטער? ענטפערט דער שמש, ביי אונז שטייט "לא המדרש העיקר אלא המעשה" קענען איז נישט דאס וויכטיגסטע נאר טאן איז דאס וויכטיגסטע. א מענטש וואס קען א סאך און טוט ווייניג איז נאך ערגער פון א מענטש וואס קען נישט. א מענטש וואס קען א סאך און טוט ווייניג איז ביי אונז געגליכן צו א בוים, וואס האט גרויסע צווייגן און קליינע ווארצלן, יעדער ווינט קען אים איבערקערן און אויסרייסן! אין אונזער תורה זענען פאראן 613 מצות, חוץ די מצות פון דער תורה זענען פאראן מצות וואס אונזערע חכמים אין פארשידענע צייטן האבן באשטימט די מצות פאר אונזער פאלק. אויסער דעם זענען פאראן אננגענומענע מנהגים און חומרות. אונזער רב איז גרייט פאר יעדע מצוה פון אונזער תורה, פאר יעדע חומרא פון אונזער תורה, אפגעבן אלץ וואס איז ביי איהם טייער.

אונזער רב גייט נישט ארויף אויפן הימל נאר דער הימל קומט צו אים. אונזער רב איז אויפן הימל אפילו ווען ער איז אויף דער ערד, ווייל אויך דא אויף דער ערד קען ער ערלייידיקן הימלישע ענינים.

דער שמש האט דערקעלרט פאר פאטאצקי דעם ענין פון הקב"ה גוזר וצדיק מבטל, אז דער אויבערשטער רעכנט זיך מיט די תפילות און בקשות פון צדיק און פיהל מאל באשטימט דער אויבערשטער א שלעכטע גזירה פאר דער וועלט און דורך דער תפילה פון צדיק ווערט דאס פארוואנדלט צום גוטן.

פאטאצקי האט געקושט דעם שמש די האנט און אים געדאנקט פאר די שיינע דעקלערונגען.
ער איז נאכהער ארויס און געזאגט צו זארודני: ווייזט אויס אז דא איז דער אמת, דא רעדט מען וועגן ריינע געוויסן און וועגן ריינע מעשים, איך מיין אז דא איז דער אמת. פאטאצקי און זארודני האבן באשלאסן, אז זיי וועלן זיך באקענען מער מיט די אידן און מיטן אידישן לעבן.
די אינגלעך האבן ארומשפאצירט אין געטא און גערעדט מיט פארשידענע מענטשן. איינמאל, ווען זיי זענען געגאנגען אין געטא, האבן זיי דערהערט עפעס א יונגע-קינדערישע שטים. זיי זענען געגאנגען אין דער ריכטונג פון דער שטים און אנגעקומען צו א גרויסע הויז – דאס איז געווען א בית מדרש. זיי זענען אריין אין בית מדרש און געזען, ווי איינער לערנט מיט אינגלאך.

דער מלמד האט אויפגעהערט צו לערנען מיט די קינדער ווען די 2 אינגלאך זענען אריין אין בית מדרש. די אינגלאך האבן זיך אנטשולדיגט פאר דעם מלמד, פארוואס זיי רייסן אים איבער דאס לערנען און זיי האבן אים געפרעגט: וואס לערנסטו מיט די קינדער? איך לערן זיי תורה. פאטאצקי: און אז די קינדער וועלן ווערן גרויס, וואס וועלן זיי קענען? דער מלמד: זיי וועלן קענען תורה.

פאטאצקי האט געמיינט אז דער מלמד פארשטייט נישט זיין פראגע, זאגט ער צו דעם מלמד: איך האב געלערנט אין דער קאטוילישער אקעדעמיע, ווען איך וואלט די אקעדעמיע געענדיגט, וואלט איך געווארן א גלח, איך האב חברים אין ווילנע וואס לערנען אין דער טעכנישער שולע, ווען זיי וועלן ענדיגן, וועלן זיי ווערן אינזינירן און טעכניקער. אט די איננגלאך וואס דו לערסט זיי תורה, וואס וועלן זיי קענען ווען זיי וועלן ווערן גרויס?

ענפערט דער מלמד: איך האב גלייך פארשטאנען דיין פראגע און איך האב דיר שוין געענטפערט. מיר לערנען די קינדער, זיי זאלן זיין געגרייט צום לעבן. מיר לערנען זיי נישט קיין פאך, מיר לערנען זיי תורה נאר צוליב דעם, זיי זאלן קענען תורה.

פרעגט פאטאצקי: אויב די קינדער וועלן נישט האבן קיין פאך אין לעבן, צו וואס דארפסטו זיי לערנען תורה און צו וואס דארפן זיי קענען תורה? ענטפערט דער מלמד: עס איז פאראן אין אונזער תורה א מצוה, "והגית בו יומם ולילה" דו דארפסט ריידן און טראכטן וועגן תורה ביי טאג און ביי דער נאכט. פאראן תלמידי חכמים, וואס פירן אויס די מצוה בוכשטעבליך, זיי טוען קיין זאך נישט, זיי פארנעמען זיך נאר מיט תורה. פשוט'ע מענטשן זענען פארנומען מיט מלאכה און מיט געשעפט, זיי לערנען נאר אביסל אין דער פרי און אביסל ביי נאכט. פאראן מענטשן וואס האבן די גאנצע וואך קיין צייט נישט, לערנען זיי תורה נאר שבת און יום טוב, די וואס קענען אליין נישט לערנען – זיצן ביי א טיש און הערן ווי עס לערט פאר זיי פאהר א איד א למדן. אויב מיר וועלן די קינדער נישט לערנען קיין תורה ווען זיי זענען יונג, וועלן ביי אונז נישט זיין קיינע רבנים און תלמידי חכמים. וועלן נישט זיי קיינע אידן וואס לערנען תורה, ווועלן נישט זיין קיינע אידן וואס זאלן פארלערנען פאר אנדערע און וועט נישט זיין וואס וועלן זיי פארשטיין.

פאטאצקי האט א פארוואונטערטער געפרעגט דעם מלמד: הייסט דאס, אז איר לערנט זיי גאנצע טעג, כדי זיי זאלן קענען מקיים זיין א מצוה פון ג-ט! – געוויס נאר צוליב דעם! – האט געענטפערט דער מלמד.

די אינגלאך האבן געדאנקט דעם מלמד און ארויס פון בית מדרש, זיי האבן גערעדט איינער צום צווייטן מיט גרויס וואונדער, זע וואס פאר א גייסטיג פאלק דאס איז, מען טראכט נישט וועגן א צוקונפט פאר די קינדער, מען טראכט נישט וועגן צוגרייטן די קינדער צו א פרנסה אין לעבן. מען טראכט וועגן איין זאך – די קינדער זאלן קענען דערפילן זייער פליכט פאר ג-ט.

[ביז אהער איז די ערצעלונג פון פאטאצקי צוזאמען מיט זארודני, פון דא און ווייטער ווייסן מיר נישט וואס איז געשעהן מיט זארודני]

פאטאצקי איז געקומען צום רב פון אמסטערדאם און געזאגט: איך בין געקומען צו דער איבערצייגונג, אז דער אידישער ג-ט איז דער אמת'ער ג-ט, איך בעט דיר מאך מיר פאר א איד.

האט אים דער רב געענטפערט, ווען ס'קומט צו אונז נישט א איד און וויל ווערן א איד, שטעלן מיר אים פארשידענע פראגן, מיר דערציילן אים וועגן אונזער גרויסער תורה און וועגן אירע מצוות. מיר דערציילן אים וועגן די גרויסע שוועריקייטן וואס אונזער פאלק מאכט דורך אין פארשידענע צייטן, כדי זיך צואיבערצייגן, צי מיינט ער דאס טאקע מיט דער פולער ערנסקייט, ווייל מיר ווייסן פון דער געשיכטע אז א סאך נישט אידן, וואס זענען געווארן אידן, מיט דער ניישט פולער ערנסקייט, האבן שפעטער באדויערט זייער שריט און צו מאל זיך פארוונדלט פאר א דארן פאר אונזער פאלק.

דיר דארף מען קיינע פראגן נישט פרעגן און קיינע זאכן נישט דערציילן. ווייל איך קען דיר שוין און איך ווייס אז דו מיינסט דאס ערנסט, וואס זאל איך אבער טאן אז ס'איז פארבאטן פון דער רעגירונג צו מאכן א נישט-איד פאר א איד!? אויב איך זאל דיר מגייר זיין, וועל איך דארפן גיין אין תפיסה!

איך וויל דאך אבער ווערן א איד! – זאגט פאטאצקי מיט א צובראכן-שטים. ענטפערט אים דער רב: ס'איז פאראן א שכניש לאנד, וואס דארט מעג מען מגייר זיין א נישט איד. אין א געוויסע שטאט אין דער לאנד איז פאראן א רב וואס איז געווען מיינער א חבר אין ישיבה, איך וועל דיר געבן א בריוו צו דעם רב, און אז דער רב וועט דערזען דעם בריוו, וועט ער דיך גלייך מגייר זיין.

דער רב האט אים געגעבן א בריוו, און פאטאצקי איז געפארן אין יענעם לאנד. דארט האט מען פאטאצקי'ן מגייר געווען. עטליכע וואכן זענען אריבער, פאטאצקי האט זיך געפילט אין די כוחות, און איז געקומען צוריק קיין אמסטערדאם.

פאטאצקי האט נאך געהאט א ביסל געלט, האט ער געדונגען א מלמד און ער האט מיט אים אנגעהויבן לערנען. די פייהיגקייטן פון פאטאצקי זענען געווען זייער גרויס און זיין ווילן צו לערנען איז געווען אויסערגעוויינליך. פאטאצקי האט פראגרעסירט אין תורה מיט א געוואלדיגן טעמפא און גאר גיך האט ער אנגעהויבן אליין פארשטיין א שטיקל גמרא. גאנצע טעג פלעגט ער זיצן און לערנען, אין אוונט פלעגט ער זיך צו זעצן ביים טיש אין בית מדרש און צוהערן צו דער בלאט גמרא, וואס מען פלעגט פארלערנען.

שבת פלעגט ער פילן אין זיך א געוואלדיגע ליכטיקייט און ווארימקייט און ער פלעגט שרייען צו זיך אליין אין דער פוילישער שפראך: צא טא זא שאבעס – וואס איז דאס פאר א שבת!

איינמאל, ווען ער האט געלערנט אין גמרא, אז בעפאר דער אויבערשטער האט געגעבן די תורה צו די אידן, האט ער זיך געווענדעט צו פארשידענע פעלקער. זיי זאלן נעמען די תורה,. אבער די פעלקער האבן זיך אנטזאגט פון דער תורה צוליב פארשידענע סיבות. איין פאלק האט געטענה'ט אז אים געפעלט נישט דער לא תרצח, א צווייטע פאלק האט גע'טענה'ט אז אים געפעלט נישט דער לא תנאף און אזוי ווייטער. האט פאטאצקי זיך געשטעלט די פראגע: וואס הייסט דאס דער רבונו של עולם האט זיך געווענדעט צו די פעלקער? האט ער דעם גערעדט מיט אלע מענטשן פון די פעלקער? ער האט דאך גערעדט נאר מיט די מלאכים און שרים? אבער אין א פאלק זענען דאך פאראן מיליאנען פון מענטשן, איז דען נישט געווען אין יעדן פון די פעלקער מענטשן וואס וואלטן גערן גענומען די תורה טאקע פאר דעם לא תרצח און טאקע פאר דעם לא תנאף? פארוואס איז טאקע באשערט געווען פאר די גוטע מענטשן צו אפלעבן אן תורה און אן מצוות?

פאטאצקי האט זיך אליין געגעבן דעם ענטפער, ווייזט אויס אז די נשמות קומען אראפ נאך אמאל אויף דער וועלט, זענען זיך מגייר, כדי נאך צוה אבן דעם געשמאק פון תךורה.

פאטאצקי איז געזעסן אין בית מדרש פון אמטערדאם און געלערנט. איינמאל אין מיטן עלרנען איז אים געקומען א געדאנק אין קאפ, וואס בין איך אזוי פרייליך? וואס בין איך אזוי צופרידן וואס איך בין געקומען צו דעם אמת? איך בין דאך א פאליאק און געלאזט דארט אין לאנד צענדליגער מיליאנען פאליאקן. די אלע פאליאקן לעבן דאך אין דער פינצטער. זיי עסן און טרינקן און ווייסן נישט פון דעם אמת, איך דארף פארן קיין פוילין, פארבינדן זיך מיט פיינע פאליאקן און זיי אויף ווייזן דעם אמת און זי אויך בריינגען צום אמת!

פאטאצקי האט געמאכט פאפירן אויף אן אנדער נאמען און איז אוועקגעפארן קיין פולין. אין דער שטאט ווילנע האט ער מורא געהאט אריינצוקומען, כאטש זיין פנים האט זיך אסאך געביטן – ער איז געווען באוואקסן מיט א בארד און פאות. דאך האט ער נישט געוואלט קומען דארט. וואו ס'געפינען זיך זיינע עלטערן און אלע זיינע חברים.
ער איז אריינגעפארן אין דער שטעעטעלע איליע, וואס איז נישט ווייט פון ווילנע און זיך געזעצט אין בית מדרש און געלערנט.

דעם רב פון איליע האט ער דערציילט ווער ער איז. דער רב האס דאס אויך דערציילט פאר די בעלי בתים פון איליע, דאס לעבן פון די אידן איז אבער דאן געווען אזוי אפגעטיילט פון די נישט-אידן, אז די נישט-אידן האבן פון דעם גארנישט געוואוסט.

קיין געלט האט שוין פאטאצתקי נישט געהאט. די אידן פון איליע האבן אים געשטיצט און ס'איז געווען א גליק ביי א פרוי אין איליע, אז זי האט זוכה געווען צו קאכן איין מאל מיטאג פאר דעם גר צדק.

פאטאצקי איז געזעסן אין בית מדרש און געלערנט און האט אלץ געטראכט, צו וועמען פון די פאליאקן ער זאל זיך דאס ערשטע פארטרויען? אין בית מדרש וואו פאטאצקי האט געלערנט זענען אריינגעקומען יינגלאך און געשטיפט, זיי האבן זיך געשלאגן און האבן געווארפן מיט די שטענדערס, און זיי האבן פאטאצקי געשטערט אין לערנען. פאטאצקי האט זיך געבעטן ביי די יינגלאך, זיי זאלן ארויסגיין אויפן גאס. ביי אלע אינגלאך האט זיך פאטאצקי איינגעבעטן, איין אינגל אבער האט זיך דוקא איינגע'עקשנ'ט און נישט געוואלט ארויסגיין, ער האט געקלאפט מיט די שטענדערס נאך שטארקער ווי פריער. פאטאצקי האט אנגענומען דעם אינגעל, אים ארויסגעפירט אויף יענער זייט פון טיר און האט פארמאכט די טיר און איהר פארשלאסן.

דער אינגל איז אוועקגעלאפן אהיים מיט א געוויין, דער איד וואס אין בית המדרש האט מיר שיעור דערהרג'עט. די עלטערן פון דעם אינגל זענען געווען זייער פשוט'ע מענטשן און זענען געקומען צום בית המדרש מיט א געשריי, גוי איינער וואס האסטו געשלאגן אונזער קינד?!

ס'איז געווען פארנאכט און אידן האבן זיך שוין אנגעהויבן קלייבן אין בית מדרש צו מנחה. דאס געשריי פון אינגל'ס עלטערן האט אויפגעוועקט די פראגע און אידן האבן געמאכט א שמועס אויף דער גאס טאקע וועגן דעם גר.

אין שטעטל איליע איז געווען א גוי וואס האט פארשטאנען אביסל אידיש. ער איז דורכגעגאנגען אין גאס און דער גוי האט אויפגעכאפט פון זיי עטליכע ווערטער פון וועלכע ער האט פארשטאנען, אז דער איד וואס זיצט אין בית מדרש איז דער פארפאלענער זון פון פאטאצקי'ס...

ער איז געקומען אהיים מיט גרויס שמחה, ער האט פאר די פאטאצקי'ס א גרויסן סוד. דער זון וואס זיי האבן שוין לאנג באקלאגט און באוויינט איז דער איד, וואס זיצט אין איליע אין בית מדרש. זיי דארפן מארגן אויפשטיין פרי און פארן אין ווילנע און דערציילן פאר די פאטאצקי'ס דעם גרויסן סוד.

צו מארגן איז דער גוי מיט זיין פרוי אוועקגעפארן אין שטאט, געקומען צו דער פאלאץ פון די פאטאצקי'ס און געזאגט אז זיי האבן א סוד, וואס זיי קענען דערציילן נאר פאר די פאטאצקי'ס אליין.

דער גוי מיט זיין פרוי זענען אריין אין פאלאץ און דערציילט פאר גראף פאטאצקי און זיין פרוי, אז דער זון וועלכן זיי האבן אזוי פיל געזוכט און זיי האבן באקלאגט און באוויינט – לעבט, ער איז געווארן א איד און זיצט ביי זיי אין איליע אין בית מדרש און לעבט פון אידישע נדבות.

דעער גראף פאטאצקי איז געווען א מילדער מענטש, אבער זיין פרוי איז געווען א שארפע, זי האט גלייך געשיקט סאלדאטן, זיי זאלן גיין אין איליע אין בית מדרש און נעמען דעם זון און בריינגן צו איר.

די סאלדאטן האבן געבראכט דעם זון און אוועגקגעשטעלט פאר דער מאמע. ווען די מאמע האט דערזעהן דעם זון, האט זי גענומען וויינען און שרייען? מיר האבן דיר אזוי געזוכט! אזוי פיל געלט פארשווענדעט דיר צו געפינען און דו לעבסט און האסט אפילו אונז נישט געלאזט וויסן! גיב נאר א קוק וואס פאר א פנים דו האסט, דו זעסט דאך אויס ווי א משוגע'נער! גיי שער זיך ארום און ווער א מענטש, ווי מען דארף.

פאטאצקי האט געענטפערט דעם מאמען: א משוגע'נער בין געועון דאן, ווען איך בין געווען א קאטאליק. היינט בין איך קלאר, היינט בין איך א איד. היינט ווייס איך פון דעם אמת'ן ג-ט און דעם אמת'ן פאלק.

די מאמע האט גענועמן ריידן צום זון: קינד מיינס, אויב דו ווערסט א מענטש אויב דו קומסט אהיים, ביזט דאך איינער פון די רייכטסטע מענטשן אויף דער וועלט. דו ביזט דאך אונזער איינציג קינד און אונזער גאנצער פארמעגן וועט בלייבן פאר דיר. אויב אבער די בלייבסט א איד, בלייבסטו אן אייביגער ארימאן, אלעמאל וועסטו לעבן פון אידישע נדבות.

האט איהר דער זון געענטפערט: מאמע, פאר ג-ט און פאר דעם אמת בין איך גרייט אפצוגעבן אלע געלט און גאלד פון דער וועלט!

די מאמע האט ווייטער גערעדט: קינד מיינס, אויב דו ווערסט א מענטש, אויב דו קומסט אהיים, האסטו דאך אזא גרויסע בארימטע פאמיליע, אזעלעכע בארימטע טאטע מאמע, טאמער בלייבסטו א איד ביזטו אן עלנטער מענטש אלע טעג פון דיין לעבן!

ענטפערט דער זון: מאמע, פאר ג-ט און פאר דעם אמת בין איך גרייט אפצוגעבן מיין גאנצע משפחה, אפילו מיינע אייגענע טאטע און מאמע! די מוטער האט געזעהן, אז מיט גוטע רייד קען זי אים נישט באווירקן, האט זי געביטן איר טאן, זי האט א קלאפ געטאן אין טיש און געזאגט: איך זע אז מיט גוטן קען איך דיר נישט מאכן פאר א מענטש, איך וועל הייסן דיר אריינזעצן אין תפיסה, דארט וועסטו ווערן א מענטש!

מאמע – ענטפערט דער זון – פאר ג-ט און פאר דעם אמת בין איך גרייט אפצוגעבן מיין פרייהייט.

די מוטער האט געהייסן אריינזעצן דעם זון אין תפיסה און געשטעלט נעבן דער תפיסה וואך-מענער, פאסיכאלאגען, זיי זאלן אבסערווירן דעם זון און זען, וואס אין אים קומט פאר. עטליכע וואכן זענען אריבער און די וואכמענער האבן איבערגעגעבן דער מוטער, אז גארנישט האט זיך אין דעם זון געביטן. גאנצע טעג זאגט ער אידישע תפילות און ווען זיי ריידן מיט איהם איז ער אזוי פאר'עקשנ'ט ווי ער איז געווען.

די מוטער האט געבעטן ברענגען דעם זון צו איר, ווען מען האט דעם זון געבראכט האט זי צו אים געזאגט, איך זע אז דאס האט דיך אויך נישט געהאלפן. איך וועל דיר ארייננזעצן אין א פינצטערע תפיסה, וואס די שטראלן פון דער זון וועלן אפילו צו דיר נישט צוקומען.

האט איר דער זון געענטפערט: מאמע, פאר ג-ט און פאר דעם אמת בין איך גרייט אפצוגעבן אפילו די לעצטע זונען שטראלן! מען האט דעם זון אריינגעזעצט אין א פינצטערע תפיסה, וואו ס'זענען נישט ארייגנעקומען אפילו קיינע זון שטראלן, דארט איז נאר געווען א לאך, וואס דורך דעם האט מען אים דערלאנגט עסן. די מאמע האט דארט געשטעלט
וואכמענער, פאסיכאלאגן, אזוי ווי אין דער פריערדיגע תפיסה.

עטליכע וואכן זענען אריבער און די וואכמענער האבן געלאזט וויסן דער מוטער, אז גארנישט האט זיך אין אים געביטן און ער איז דער זעלבער ווי פריער. די מוטער האט געהייסן בריינגען דעם זון צו איר און האט צו אים געזאגט: איך זעה אז דאס האט דיר אויך נישט געהאלפן, איך וועל הייסן דיר אריינזעצן אין א גרוב, וואו ווערים וועלן דיר עסן. האט פאטצקי געענטפערט: מאמע, פאר ג-ט און פאר דעם אמת בין איך גרייט איבער צו טראגן אויף זיך די גרעסטע יסורים פון דער וועלט!

מען האט אריינגעזעצט פאאטצקי אין א גרוב וואו די ווערים האבן אים געביסן. – עסט ווערים, נאכדעם וואס איך האב זיך אנגעגעסן א סאך מיט טריפות – נעמט זיך פאטאצקי די יסורים מיט גרויס ליבשאפט.

אנדערהאלבן טעג זענען אריבער און די וואכטמענער האבן געזאגט צו די מאמע אז גארנישט האט זיך אים געביטן, און זי דארף באלד באשליסן, וואס ווייטער צו טאן, ווייל אויב ער וועט זיין נאך א טאג וועט ער שטארבן אויפן ארט.

די מאמע האט אים ווידער געהייסן בריינגען צו איר. איך זעה – זאגט זי איהם – אז דאס אלעס האט דיר נישט געהאלפן, איך וועל אריינגעבן די זאך אין געריכט און מען וועט דיר פאר'משפט'ן צום פארברענען.

מאמע, פאר ג-ט און פאר דעם אמת בין איך גרייט אפצוגעבן אפילו מיין לעבן! – האט ער געענטפערט מיט שטאלץ.

די מוטער האט געהאפט אז אפשר וועט דער טויט-אורטייל באווירקן דעם זון, ער זאל זיך צוריקקערן. אדער אפשר וועט דער פייער פון דער עקזעקוציע, ווירקן אויף אים, ער זאל זיך צוריקקערן.

מען האט אריינגעזעצט פאטאצקי אין א געוויינליכער תפיסה און די זאך איז געגאנגען אין געריכט. ס'איז אנגעקומען דער טאג פון משפט און מען האט דעם זון פאטאצקי פאראורטיילט צום טויט דורך פארברענען!

דער טאג פון פארברענען האט געדארפט זיין דער ערשטער טאג שבועות, און דער ארט האט געדארפט זיין אויפן ראטוש-פלאץ, דאס הייסט אויפן פלאץ פון שטאט ראט.

די מוטער האט צוגעגרייט א שליח מיט א בריוו, אז מען זאל דעם זון לאזן גיין. דער שליח האט דער בריוו געדארפט איבערגעבן 15 מינוט פארן פארברענען. א פריינד פון דעם שליח האט זיך אבער דערוואוסט וועגן די שליחות און וועגן דער בריוו, און זיי האבן דעם שליח פארפירט און פאר'שיכור'ט, און ווען דער שליח איז געקומען מיט דעם בריוו צו דער ארט פון דער עקזסעקוציע, איז שוין פאטאצקי געווען פארברענט...

בעפאר מען האט דעם יונגן פאטאצקי פארברענט, האט דער אגזעקיוטאר צו אים געזאגט: איך פארשטיי אז אויף יענער וועלט וועסטו פון מיר נעמען נקמה פארוואס איך האב דיר פארברענט האט איהם פאטאצקי געענטפערט: ווען איך בין געווען א קליין יונגל, האב איך ליב געהאט צו מאכן פארשידענע פיגורן און איך האב אין דעם געהאט א געשמאק. ס'איז געווען אמאל און מען האט געבויט א הויז אין אונזער הויף און ווען מען בויט א הויז זענען דאך פאראן פארשידענע מאטעריאלן – האלץ, ציגל, ליים א..ד.ג. איך פלעג מאכן פון ליים אן עכטן מענטשעלע מיט הענטעלאך, פיסעלאך, און אלץ וואס מען דארף.
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

זיידעניו
א שיינע אנאליז!!!
יישר כח
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער אוהל אויפן ציון פונעם גר צדק אין שטאט ווילנא, פאר די קריג.
אטעטשמענטס
Vilne.jpg
Vilne.jpg (16.25 KiB) געזען 6897 מאל
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

אן אוהל? מען זאגט דאך אז אויף זיין קבר איז אויסגעוואקסן א בוים בצורת אדם?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אין די ליטא איז דא א קבלה פון גר"א, דער רבבות אפרים ברענגט עס, אבער נאך ברענגן עס, און בעל פה האב איך עס נאך מער געהערט, אז דער רוח רע פון נעגל וואסער איז בטל געווארן (אדער אפגעשוואכט געווארן) מיט דער שריפה און מסי"נ פון גראף פאטאצקי. והגם אז קיין הלכות טוישן זיך נישט צוליב דעם, אבער די אלע חומרות וואס חסידים האבן אין נעגל וואסער (וואס זענען נישט מעיקר הדין) איז ביי זיי נישטא צוליב די קבלה
למה זה תשאל לשמי...
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אויף דעם ארויף האט טאקע דער ר"ר זושא געטייטשט דעם פסוק אין תהלים (לו ה), יתייצב על דרך לא טוב,
און דער ר"ר זושא האט מיט געלעבט אויך אין יענע תקופה.
ועמך כולם צדיקים
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

נהרא נהרא ופשטי', יש הרבה קבלות אצל חסידים שאין אצליהם, וכל זמן שלא יוצא ממסגרת השו"ע, צריכים להבין שהכל שייך לפי שורש נשמה, ויכול להיות שהחלק ששייך לשורש נפשם נחלש, ודו"ק.
ותדע ידידי, שגם אצלם הי' גדולים אמיתיים, וקבלות אמיתיות, וכמ"פ יש קבלה אצל אחד מה שאין אצל שני,
ועי' במג"א קע"ג אודות דגים ובשר, דנשתנו הטבעים והכל לפי טבע הארצות
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

והוא פלאי האט געשריבן:אין די ליטא איז דא א קבלה פון גר"א,

און ליטא? דער מקור פון די קבלה איז ר' דוד בהר"ן (שאדיקר)פון ירושלים וואס האט עס מסתבר מקבל געווען בשם די תלמידי הגר"א מייסדי הישוב האשכנזי בירושלים,
הגאון רשז"א וואס האט עס גהערט פון ר' דוד הנ"ל ער האט עס איבערגעגעבן ווייטער אבער די אנדערע חכמי ליטא לא שמעו בכלל ממסורת זו
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

ר' מאטעס שמעתיה ממקורות אחרים לגמרי ג"כ
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

געקריגן אין אימעיל:

ראיתי דבר נפלא שהגראף פאטאצקי (אברהם) הי' גר שלש שנים בדיוק עד שנהרג
שהי' תיקון נגד השלש שנים עד שאברהם אבינו הכיר את בוראו
האם יש מקור לזה ?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

כאב מיך באגעגענט די טעג מיט אן אינטערעסאנט צעטיל אין שול ווי יענער בעט זיך ווער עס ווייסט די ניגון וואס דער גר האט געזינגען בעת הליכתו על קידוש השם.

איך לייג עס ארויף
אטעטשמענטס
ger1.pdf
(221 KiB) געווארן דאונלאודעד 465 מאל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זיידעניו האט געשריבן:בעפאר מען האט דעם יונגן פאטאצקי פארברענט, האט דער אגזעקיוטאר צו אים געזאגט: איך פארשטיי אז אויף יענער וועלט וועסטו פון מיר נעמען נקמה פארוואס איך האב דיר פארברענט האט איהם פאטאצקי געענטפערט: ווען איך בין געווען א קליין יונגל, האב איך ליב געהאט צו מאכן פארשידענע פיגורן און איך האב אין דעם געהאט א געשמאק. ס'איז געווען אמאל און מען האט געבויט א הויז אין אונזער הויף און ווען מען בויט א הויז זענען דאך פאראן פארשידענע מאטעריאלן – האלץ, ציגל, ליים א..ד.ג. איך פלעג מאכן פון ליים אן עכטן מענטשעלע מיט הענטעלאך, פיסעלאך, און אלץ וואס מען דארף.


איך פארשטיי נישט פאטאצקי'ס ענטפער, אדער פעלט עפעס פון דער פאראגראף..

ביטע ענדיג צו זיידעניו
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איז געקומען איינער א חבר מיינער, און צעשטויסען די אלע מענטשעלעך וואס איך האב געמאכט, האב איך דאן געבעטן פון מיין טאטע אז ער זאל אנפאטשען דעם חבר, ווייל ער האט מיר צושטערט מיין גאנצע ארבעט, האט מיין טאטע מיר געזאגט מאך דיר נישט נאריש, וואס האט ער שוין צובראכן אביסל ליים און זאמד, האב איך געטראכט, ווען איך וועל עלטער ווערן וועל איך שוין נקמה נעמען אין אים, אבער ווען איך בין עלטער געווארן האב איך איינגעזען אז עס איז נארישקייטן. זאגט ער יעצט די זעלבע זאך עטץ נעמט'ס נקמה אין מיר, אין מיינע פלייש און ביינער און מיין הויט, איך וועל קומען אויף יענער וועלט אין לעכטיגען גן-עדן דאס וועט זיין נארישקייטן, דאס וועט זיין אזוי ווי די קליינע מענטשעלעך וואס איז געמאכט פון ליים, איך נעם נישט קיין נקמה אין דעם.

ווען מען האט אים ארויס גענומען פון תפיסה צו טראגן צום פארברענען, האט ער געגעבן א שריי הויך, נישט נאר בין איך מוחל דער וואס האט מיר פאר'מסר'ט נאר אויב איך וועל האבן א זכות אין גן-עדן, וועל איך זען ארייצושלעפן דעם מוסר אין עולם הבא אריין, ווייל ער האט מיר געטון די גרעסטע טובה אז איך קען גיין אויף קידוש השם.

(קרעדיט: לייביש לאנגער)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דאנקע שעהן, העכער פון זיבעציג.

לייבוש לאנגער זינגט נישט דעם ניגון אפשר?
קוק א דריי תגובות ארויפצו.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ניין, אויף די סידי וואס איך האב זינגט ער עס נישט.
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

מאטעס האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:אין די ליטא איז דא א קבלה פון גר"א,

און ליטא? דער מקור פון די קבלה איז ר' דוד בהר"ן (שאדיקר)פון ירושלים וואס האט עס מסתבר מקבל געווען בשם די תלמידי הגר"א מייסדי הישוב האשכנזי בירושלים,
הגאון רשז"א וואס האט עס גהערט פון ר' דוד הנ"ל ער האט עס איבערגעגעבן ווייטער אבער די אנדערע חכמי ליטא לא שמעו בכלל ממסורת זו


און נישט נאר דאס נאר די ביידע מקבלי ה"שמועה" האבן זיך אליין מוסר נפש געווען צו גיסן נעגל וואסער!!!

ועיין במעשה רב החדש שכתוב בפירוש בשם הגר"א שיקפידו על זה, ועל אף שאינו מוזכר בשו"ע
והשמיטוה ממעשה רב הישן, וכידוע כהיום מצאו המקור בהכת"י בשם המקובלים להקפיד ע"ז
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

לעצטענס האב איך געזען ערגעץ אז עס זענען פאראן פילע וואס האלטן אז די גאנצע מעשה פונעם גראף פאטאצקי איז פיקטיוו; ווייסט איינער אויף וואס זייער באהויפטונג איז באזירט?
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

וואס איז שייך אויף וואס א ליגנט איז באזירט, א ליגנט איז באזירט אויף ליגנט.

אויף וואס איז באזירט די וואס לייקענען דעם חורבן אייראפע?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

איך מיין צו פרעגן וואס דרוקט זיי און וויאזוי פרעגן זיי אפ אלע הוכחות דערויף?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אין דעם קובץ נטעי נעמנים (י"ל ע"י ישיבה מתיבתא גבוה בלעיקואד) איז דא א גאנצער מדובר דערוועגן באזירט אויף כתבי ידות, ווי אויך צינעמט ער אלע גירסאות, זייער אינטרעסאנט (אויך מערקט ער אן יש אומרים דאס האט פאסירט ראש השנה ניט שבעות ווי עס איז אנגנומען:

0 פאטאצקי.pdf
חלק א' פאטאצקי
(176.21 KiB) געווארן דאונלאודעד 424 מאל


1 פאטאצקי.pdf
חלק ב' פאטאצקי
(158.25 KiB) געווארן דאונלאודעד 385 מאל


פאטאצקי2.pdf
חלק ג' פאטאצקי
(133.04 KiB) געווארן דאונלאודעד 338 מאל
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום דאנערשטאג מאי 26, 2011 3:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

פאטאצקי3.pdf
חלק ד' פאטאצקי
(171.29 KiB) געווארן דאונלאודעד 390 מאל
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

א שיינער דאנק, הרב יהי כן!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אויף קול מן הבשר, א אינטערוויוא וועגן א נייעם ניגון וואס גראף פאטאצקי האט געזינגען גייענדיג צו די עקידה
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

וואס איז דער מקור פאר דער ניגון? ו
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ער זאגטעך, ס׳א נייע ניגון...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”