ר' יקתואל יהודא גרינוואלד מקולומבוס, אהייא וחיבוריו

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אלץ-ווייסער

על ר' יקתואל יהודא גרינוואלד וחיבוריו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

י. י. גרינוואלד איז געווען א יליד סיגוט, און איז געווען א ווייטער קרוב מיט די ערוה"ג גרינוואלדס.
ער האט זיך אוועקגעצויגן פון אייראפע קיין אהייא, און שוין דארט פארבליבן. ער האט געשריבן הונדערטער ביכער אויף אידיש.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווי נאנט איז ער געווען צום ערוה"ב? ווייסער.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

כ'האב אמאל געהאט גאר אסאך פון זיינע ביכער, און איינע דערפון איז געווען אויסגערעכענט זיין פאמיליע בוים.
לויט ווי מיין מעמארי טשיפ דינט מיר, האט ער זיך עטוואס געגליטש אין זיין יוגענט, און האט נישט געפונען זיין ארט און די פרומע מארמארש סיגעט, כ'ווייס נישט צי ס'איז קראנט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' יקתואל יהודא גרינוואלד מקולומבוס, אהייא וחיבוריו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן:יום ג' לסדר במדבר ל"ז למטמוני"ם תשס"ח לפ"ק

איין גאר אינטערעסאנטע הוספה אינעם קורות הדורות שאנק:

אן ארטיקל אין קונטרס אוצר נחמד פון רי"י גרינוואלד:

תקופות סוערות בחיי החת"ם סופר

צו באמערקן אז דער רי"י גרינוואלד איז געבוירן תרמ"ט אין סיגעט, און האט געהייסן נאכן הייליגן ייטב לב.


דער רי"י גרינוואלד איז געווען רב אין קאלאמבוס אהייא (האט ער געהאט א שייכות מיט'ן מפשחה פון ערוגות הבושם?) ער איז געווען א זעלטענער היסטאריקער באקאנט מיט זיין 'טויזענט יאר אידיש לעבן אין אונגארן' אין 'על השוחט והשחיטה' ועוד.
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דאנערשטאג מאי 29, 2008 4:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מוסיף צי זיין אויף רב מיללערס ווערטער:
דער רי"י גרינוואלד האט געהאט א זעלטענער בקיאות און די תשובות ספרים.
איך בין דורך געגאנגען זיין חיבור 'על השוחט והשחיטה' פון דעקעל צי דעקעל.
עס איז געווען שווער אנידערלייגען. איך בין ממש ארויס פון התפעלות אויף זיין בקיאות.
באט די פאנש ליין איז אז דאס איז אלטס געווען אהן אוצר החכמה, אהן בר אילן, אהן א קאמפיוטער!
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די מצבה פון הרב גרינוואלד:
אטעטשמענטס
untitled.jpg
untitled.jpg (34.62 KiB) געזען 9002 מאל
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

וויא ליגט ער? און אהייא טאקע?
the SCY is the limit
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

כ'האב געליינט מערערע ביכער פון אים אלץ בחור, כמיין אז כהאב שוין רוב פארגעסן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

scy4851 האט געשריבן:וויא ליגט ער? און אהייא טאקע?


יא עיין פה בהלינק ליתר הפרטים

ר' יקתואל יהודא איז געבוירן אין סיגוט בשנת תרמ"ט, ער האט געלערנט אין אונסדארף ביי ר' שמואל ראזענבערג און האט באקומען הוראה פונעם ערוגה"ב, ר' אברהם בנימין קלוגר מבראד און נאך, ער האט אויך געלערנט אין סאטמאר און אין פרעשבורג.

ער איז געווען פאר א צייט רב אין סעבען, אונגארן פאר ער האט עמיגרירט קיין אמעריקא ווי ער האט קודם משמש געווען ברבנות אין ברוקלין פאר ער איז געגאנגען צו קהילת בני יעקב אין קאלומבוס, אהייא.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך האב פאר איינעם דאס געשריבען און אישית,
אונעם ספר 'השוחט והשחיטה בספרות הרבנות' פון יקותיאל יהודה גרינוואלד איז דא א באשרייבונג פון א פייערדיקע
מחלוקות וואס האט געקאכט און איראפע בשנת תר"ע וועגען א שוחט.
עס זענען געווען אריינגעמושט, ר' שלום מרדכי ברעזאנער רב ז"ל פון איין צד,
און נאסאדער רב ז"ל איז געווען איינער פון די רבנים אויפען צד כנגדו.
דער ספר איז דא אויף hebrewbooks.org און די באשרייבונג פאנגט זיך אהן פרק ששי אויף page 156-157

אויף 156 page האט ער אן אינטערעסאנטער באשרייבונג פון זיין באגעגעניש מיטען מהרש"ם און א טרעין סטעישאן
וויא ביידע האבען געווארט אויף זייער קאנעקשאן, און ער האט געהאט די זכיה צי וויילען און שמיסען מיט דעם שר התורה,
דער ברעזאנער רב ז"ל, א 4 שעה.

ער איז נאך דענמאלטס געווען א בחור

און די פוטנאטס אויף 158 page צייכענט ער צי דער מאמר און זיין ספר "אוצר נחמד" וואס פארשלאפען האט ברענגט וועגען דעם חתם סופר
לעצט פארראכטן דורך scy4851 אום דאנערשטאג מאי 29, 2008 5:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

שעכוח רב מיללער פאר די אינפא
the SCY is the limit
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

געווען פערזענליך נאנט מיט זוסקא רחל לאה'ס - מער באקאנט אלץ שלמה לייב פריעדלענדער - וואס האט ארויסגעגעבן די ירושלמי המזוייף אויף קדשים, ווי ער האט עס פערזענליך באשריבען אין ספר היובל 'הפרדס' (תשי"א דאכט זיך), ווי ער רייסט אים ארונטער געפערליך, און דעקט אויף אלע לגיונות, איבערהויפט איבער זיין אנגעבליכע פאלשע תלמיד אברהם ראזענבערג.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער האט געשריבן:די מצבה פון הרב גרינוואלד:


אין זיין ספר מצבת קודש די קורות פון סיגעט, ברענגט ער זיך א ראי' פון די נוסח המצבה פון ערשטן רב אין סיגעט ר' צבי, אז קיין גרויסע ת"ח זענען נישט געווען דאן אין סיגעט, אינטערעסאנט אז זיין אייגענע מצבה האט מיטגעטיילט דעם זעלבן גורל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אזוי ווי ער איז געווען א ילוד סיגעט האט ער געקענט דעם רבי'ן ז"ל פון גאר אינגערהייט, און כאטש ער באשרייבט נישט קיין לעבעדיגע ווייל ס'נעמט אוועק דעם היסטארישען ווערט פון א באשרייבונג, שרייבט ער דאס אויפן רבי'ן:

בנו הגאוה"צ ר' יואל, עוד בימי אביו היה לחן ולחסד בעיני רואיו,
היה מתמיד נפלא מאין כמהו היה רב בכמה קהלות גדולות ולבסוף ימיו
בסאטמאר ומראשי המדברים בארץ, עלה לארץ והוא כעת בברוקלין, אשרי יולדתו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פארשלאפן,

קענסט אפשר אפירזוכען א בילד פון אים? איך זוך שוין א לענגערע צייט אבער אן ערפאלג.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:פארשלאפן,

קענסט אפשר אפירזוכען א בילד פון אים? איך זוך שוין א לענגערע צייט אבער אן ערפאלג.
דא איז א בילד פון איהם, עס איז אבער נישט קלאר

דרך אגב,
און בעק פון השוחט והשחיטה [וויא איך האב געטראפען דער בילד] איז דא א גאנצע ביאגרעפיע פון איהם. און א רשימה פון אלע זאנע ספרים און ביכער.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר כחכם ר' שמחה און הרב פארשלאפענער (אין אישית) פאר'ן בילד, ווי דערמאנט איז עס נישט אזוי קלאר אבער גענוג צו מפענח זיין מיין שאלה וואספארא סארט רב ער איז געווען (הגם מען טאר חלילה נישט דן זיין קיינעם פון א בילד ובפרט לויט די דעמאלטסדיגע אומנשטענדן פון אידישקייט אין אמעריקע בכלל און אין די ערי השדה בפרט, קאנסידערענדיג זיינע פילע לייסטונגען מנצח צו זיין פילצאליגע היסטארישע תולדות וקורות הדורות פון כלל ישראל וגדוליה ברחבי תבל).
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער האט געשריבן:פארשלאפן,
ווער איז דער ר' אביגדור וואס שרייבט דער בריוו, דאס איז א ברודער פון רי"י גרינוואלד?

יא
מיללער האט געשריבן: ער דערמאנט אויך אז זיין פאטער האט געברויכט מספיד זיין נאר מחמת חולשה האט ער אפגעזאגט, ווער איז געווען זיין פאטער און וואס איז געווען זיין סטאטוס אין סיגוט?

זיין פאטער איז געווען איינער פון די טוענים פארן צד הארטאדאקסן ביי די מחלוקה,
דער צווייטער איז געווען ר' משה ארי'.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

וויאזוי האט זיין טאטע געהייסן אויפ'ן נאמען?
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דינסטאג יוני 03, 2008 2:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער,
זיין טאטע האט געהייסן ר' יעקב,
וואס ירושלים? הרב הצדיק הנגיד ר' משה ארי'.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:פארשלאפן,
ווער איז דער ר' אביגדור וואס שרייבט דער בריוו, דאס איז א ברודער פון רי"י גרינוואלד?

מיללער האט געשריבן: ער דערמאנט אויך אז זיין פאטער האט געברויכט מספיד זיין נאר מחמת חולשה האט ער אפגעזאגט, ווער איז געווען זיין פאטער און וואס איז געווען זיין סטאטוס אין סיגוט?

וואסערע בריף רעדט מען דא?
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פארשלאפן יישר-כח (טעיתי ברמ"א).

ר' יעקב גר"וו אבי הרי"י איז געווען א מחבר ספר?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' שמחה
פון דעם בריעוו:

מיללער, איך האב אויך אמאל אזוי געקלערט, אבער דאס איז אן אנדערער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ישר כח פארשלאפען
the SCY is the limit
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער האט געשריבן:ר' יעקב גר"וו אבי הרי"י איז געווען א מחבר ספר?


גערעכט הרב מיללער, ער האט מחבר געווען א ספר חלק יעקב - על פרקי אבות ארויס געגעבן דורך זיינע צוויי זון ר' אביגדור און ר' י"י.

ער האט זייער שיינע הסכמות פון: דעם עצי חיים, שימלויער רב, ר' שאול בראך, ר' יוסף חיים זאנענפעלד, בעל קרן לדוד, בעל מעשי למלך ווייטצען, זכרונם לברכה.

אינטערעסאנט איז ווי אזוי ר' יוסף חיים זאנענפעלד ז"ל שרייבט בענותנותו:
ועטרה זו ששמו עלי בעל כרחי בעה"ק ת"ו ג"כ אינה הולמת אותי, אולם הוצרכתי לקבל לצורך שעה, עד שעה שהי"ת ירחם וישלח הראוי לעטרה זו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”