רבי מאיר מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ט אייר תר"י

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי מאיר מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ט אייר תר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק רבי מאיר'ל מפרעמישלאן זצוק"ל כ"ט אייר

ואלה תולדות: הרה"ק רבי מאיר'ל מפרעמישלאן איז געבוירן געווארן אין יאר תקמ"ג צו זיין פאטער הרה"ק רבי ארון לייב מפרעמישלאן זצוק"ל. שוין אלס קינד האט מען געזען ביי אים גרויסע מדרגות. ווען ער איז געקומען צום זמן פון חתונה האבן, איז ער געווארן אחן איידעם ביי רבי צבי הירש מפודהיץ זצ"ל.
תורה און חסידות האט רבי מאיר'ל געלערנט פון זיינע הייליגע רבי'ס הרה"ק רבי מרדכי מקרעמניץ זצוק"ל און הרה"ק דער חוזה פון לובלין. שפעטער אין יאר תקע"ג נאך די הסתלקות פון זיין פאטער, איז ער אליינס געווארן רבי אין שטאט פרעמישלאן אויפ'ן ארט פון זיין הייליגן פאטער. פאר א קורצע תקופה פון דריי יאר האט זיך רבי מאיר'ל אויפגעהאלטן אין שטאט ליפקאני אין בעסאראביע, דאס האט ער געטון צוליב די גרויסע דרוק וואס ער האט געהאט אויסצושטיין און די רדיפות מצד די מתנגדים. נאך דריי יאר איז ער אבער צוריקגעקומען קיין פרעמישלאן אנצופירן זיין עבודת הקודש. אויף די עלטערע יארן האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין מיקולייב.
שב"ק, כ"ט אייר אין יאר תר"י, איז ער נסתלק געווארן לגנזי מרומים, און געברענגט געווארן למנוחת עולם אין פרעמישלאן וואו ער האט פריער געפירט מיט די רבי'סטיווע. עס איז מערקווירדיג וואס עס שטייט אין די הקדמה פון ספר "עיון מנחם" וואו הרה"ק ר' מנחם פאלק דער רב פון סערענטש שרייבט איבער די צוואה פון הרה"ק רבי מאיר'ל מפרעמישלאן. אויף די צוואה איז געשטאנען אז מ'זאל דאס עפענען פר' וירא תרצ"ט. ווען רבי מנחם האט דעמאלטס געעפנט דעם צוואה, האט ער געפונען שטיין די ווערטער: "איך מאיר'ל לעג זיך שלאפן פאר ניינציג יאר, דעמאלט'ס וועל איך אויפשטיין העלפן אידן!" עס האט נישט לאנג גענומען צו פארשטיין פארוואס הרה"ק רבי מאיר'ל דארף אויפשטיין העלפן אידן, ווייל אין יענעם יאר האט אויסגעבראכן די צווייטע וועלט מלחמה...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

געזעהן אליהו הנביא

דער רבי ר' מאיר'ל איז אמאל געווען שטארק אויפגעלייגט. די אנוועזנדע חסידים האבן באשלאסן אז ס'איז א שעת הכושר און זיי האבן געבעטן אז דער רבי זאל זיי ווייזן אליהו הנביא! האט דער רבי רבי מאיר'ל געענטפערט אז ער קען זייער פארלאנג נישט נאכגעבן, ווייל צוליב א מעשה שהיה האט ער מורא אז אויב ער וועט זיי ווייזן אליהו הנביא וועלן זיי אים אראפווישן פון וועג!
און רבי מאיר'ל האט זיי גענומען דערציילן א מעשה זיי צו ערקלערן פארוואס ער אנטזאגט זיך צו אנטפלעקן פאר זיי אליהו הנביא:

קיין פרעמישלאן פלעגן כסדר קומען צו פארן גאנץ פשוט'ע 'עמך' אידן, צווישן זיי אויך אזעלכע וואס האבן קנאפ געוואוסט פון תורה ומצוות, און זיי פלעגן קומען צום רבי'ן ר' מאיר'ל פאר א ברכה אדער צו פועל'ן א ישועה. בדרך כלל פלעגט דער רבי זיך מיט זיי אויסנעמען דאס זיי זאלן פארבעסערן זייער התנהגות אין אידישקייט, אבער אפטמאל זענען געקומען אידן וואס זענען נעבעך געווען אזוי פראסט, אז ס'איז אפילו שווער געווען מיט זיי צו רעדן דערוועגן.

אין איינעם א טאג זענען צו רבי מאיר'ל אריינגעקומען צוויי סוחרים, און האבן זיך שטארק אויסגעוויינט איבער די שווערע מצב הפרנסה וואס דריקט אויף זיי. האט רבי מאיר'ל גענומען ארומרעדן מיט זיי וועגן תורה און אידישקייט און ער האט מיט זיי זיך אויסגענומען צו פארבעסערן זייערע וועגן. דאן האט רבי מאיר'ל גענומען אכצן גודלן און עס דערלאנגט פאר די צוויי סוחרים.

"מיט די גולדן זאלט איר פארן קיין לעשקאוויטץ" - האט רבי מאיר'ל זיי באפוילן - "און דארט זאלט איר ארויס אין מארק און טון האנדל". רבי מאיר'ל האט זיי אנגעזאגט אז דאס ערשטע געשעפט וואס מען וועט זיי פארלייגן זאלן זיי באלד אננעמען און דאס אפקויפן מיט די אכצן גולדן.

די צוויי סוחרים האבן זיך באלד ארויסגעלאזט קיין לעשקאוויטץ, ווען די ברכה פון רבי מאיר'ל באגלייט זיי אין וועג. אנקומענדיג אין לעשקאוויטצער מארק האבן זיי לאנג נישט געדארפט קלערן, ווייל באלד איז פונדערווייטנס געקומען צו גיין אחן אלטער פאלאק, און גענומען פאר זיי פארלייגן א געשעפט.

דער אלטער האט אראפגעשלעפט פון זיינע איינגעבויגענע פלייצעס א פולן זאק, און פלינק ארויסגעשלעפט דערפון א וואלענעם געשטריקטן הוט, וועלכעס ער האט זיי גערן געוואלט פארקויפן. די צוויי סוחרים האבן גוט געדענקט רבי מאיר'לס עצה און זענען באלד איינגעגאנגען אויפ'ן געשעפט.
"וויפיל ווילט איר פאר דעם געשעפט" - האבן זיי געפרעגט דעם אלטן אויף פויליש.

"זעקס רובל" - האט דער גוי געענטפערט.

די צוויי האבן באלד געענדיגט דעם געשעפט, און זיך געקליבן צו גיין פון דארט, נאר דער אלטער גוי האט זיי אפגעהאלטן: "פארוואס זאלט איר נישט קויפן נאך אזעלכע היטלעך" - האט ער געפרעגט. אטן קיין ברירה האבן זיי מסכים געווען און ארויסגעצויגן די איבריגע צוועלעף רובל, אפקויפנדיג נאך צוויי אזעלכע היטלעך.

זעענדיג אז עס גייט אים גוט האט זיך דער פאלאק אנגערופן צו זיי, ווייזנדיג אויפ'ן זאק, איר זעט, דער זאק איז דאך פול מיט אזעלכע הוטן, אפשר ווילט איר אפקויפן פון מיר דאס גאנצע זאק?
די צוויי סוחרים האבן זיך אבער אנטשולדיגט אז זיי האבן נישט קיין געלט אפצוקויפן מער פון די הוטן. ווען דער גוי האט עס געהערט האט ער זיך פארקלערט א מינוט און דאן געזאגט: נו, וועל איך עס אייך געבן במתנה.

ביז דערווייל האט איינער פון די סוחרים באמערקט אז אויף דעם הוט איז אויסגענייט פיל טייערע דיימאנטן. ער האט באלד גענומען באטראכטן די אנדערע הוטן, און צו זיין וואונדער געזען אז דאס גאנצע זאק איז פון מיט אזעלכע הוטן, וועלכע טראגן אויף זיך גאר גאר טייערע דיימאנט שטיינער.

אין זיין מח האט דער סוחר שנעל גענומען וועבן פלענער, ער האט זיך אנגערופן צו זיין חבר רעדנדיג אין לשון-הקודש אז דער גוי זאל נישט פארשטיין: עס קוקט מיר אויס אז דער חברה-מאן האט די סחורה פון ערגעץ אפגע'לקח'נט און ער וויל דערפון פטור ווערן, אז דערנאך זאל ער אונז קענען גיין מסר'ן ביי די פאליציי, לאמיר אלזא אים קודם אראפווישן פון וועג און דערנאך זיך האלטן מיט די גאנצע געשעפט. דער גוי וועלכער איז דערווייל געשטאנען אין א זייט ווארטנדיג אויף אחן ענטפער פון די צוויי סוחרים האט זיך פלוצלים צוגעריקט צו זיי און אויסגערופן: איך האב "נייעס" פאר אייך, לשון-הקודש פארשטיי איך זייער גוט, און דערפאר זאלט איר זיך פון היינט מאל אטן זוכן אנדערע מענטשן מיט וועמען צו האנדלען! ער האט פלינק אריינגעשארט די ערשטע צוויי היטלעך אינעם זאק, און אין אחן אויגנבליק נעלם געווארן פון דארט, איבערלאזנדיג די צוויי סוחרים געפלעפט איינער קעגן צווייטן.

"פארשטייט איר" - האט רבי מאיר'ל אויסגערופן צו זיינע חסידים - "דער פאלאק איז געווען אליהו הנביא זכור לטוב, און זינט דאן האלט איך זיך צוריק פון אנטפלעקן אליהו הנביא פאר מענטשן, טאמער וועט מען אים חלילה אראפווישן פון וועג".
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

א שיינע מעשה לכבו דיד יארצייט פון ר"ר מאיר'ל מ'פרימשלאן
הרב פאדווה פון לאנדאן האט דערציילט, אמאל האט ער שפאצירן אין די שטאט ווין, אלץ בחור צוזאמען מיט זיין ברודער, פארנט פון זיי ארויפציר, האט שפאצירט א אלטע איד מיט זיין ווייב, זאגט דער ברודער פאר הרב פאדווה, זעסט דעם יוד דארט, ער האט א ברכה פון ר' מאיר'ל פרימשלאנער, ווער ער האט דאס געזאגט, דרייט זיך אויס דער איד, וואס איז געוועהן אפגערוקט א האלבע גאס, און זאגט, הא? עטץ רעטס פון מיר?, כ'וועל ענק פארציילן די מעשה,

איך בין געוועהן א הויז בחור ביים בראדער מגיד ר' שלמה קלוגער, ר"ש קלוגער האט געהאט א מנהג ערב שבת אליין צו מאכן די פיש, איינמאל איז ער געוועהן פארנומען האט ער געבעטן איך זאל מאכן די פיש, און גלייכצייטיג אנגעווארנט איך זאל אכט געבן אויפן גאל, ווייל אז ס'פלאנצט דער גאל ווערט די גאנצע פיש ביטער, איך האב געמאכט די פיש כדת וכראוי, פארציילט דער איד דער געוועזענע הויז בחור, אבער פאר ר' שלמה קלוגער האט זיך געדאכט, אז כ'האב יא געפלאצט די גאל, האט ער מיר געגעבן א פסק, למעשה האט זיך ארויס געשטעלט אז נישט, האט ער מיר מפייס געוועהן, און אונגעוואונטשן ארוכות ימים,

לימים בין איך געוועהן ביי ר' מאיר'ל פרימשלאנער, ווי נאר כ'בין אריין געקומען, רופט זיך אן ר' מאיר'ל איך זעה אז דא האסט א ברכה פונעם בראדער מגיד, מאיר'ל וועט דאס ממתיק זיין, ארוכות ימים, מיט א גוטע שמועה, א גוטע ריאה, און א זווג ראשון, און דער איד דער זקן ענדיגט און דאס איז דא מיין ערשטע ווייב.

האט הרב פאדווה אויסגעפירט, דאס אז ער האט א גוטע ריאה, האב איך געזעהן ווייל ער האט נישט געטראגן קיין אויגן גלעזער, און א גוטע שמועה האב איך אויך געזעהן, ווייל פון א האלבע גאס אוועק האט ער מיר געהערט רעדן צו מיין ברודער....

מפי הר"ר י"ח גר"וו שליט"א - טעיפ של הנסיעה לפרימשלאן
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

זי"ע היינט איז די יארצייט ברענג איך עס ארויף,
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

די וועלט פארציילט אן עובדא מיט א מורא'דיגע מוסר השכל אבער די עובדא האט כמה נוסחאות.

די רבי רבי מאיר'ל האט אמאל אראפ שפאצירט א זייער שיפע בארג ווען עס איז געווען א פראסט און עס איז געווען אייזיג און גליטשיג, ער האט שפאצירט כאילו עס איז גראד און טרוקען אן זיך באלאנסירן, און אזוי איז ער אראפ די בארג. ווען ער האט געזעהן די וואונדער אין די אויגן פון די צוקוקערס האט ער געזאגט, "אז מען איז געבינדן פון אויבן גליטשט מען נישט אונטען".
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

צרופה אמרת מאד ועבדך אאהבה האט ר' מאיר'ל געטייטשט עפ"י דרכו, דיין תורה איז פארבינדען מיט 'געלט' אלזא האט עס 'מאיר'ל' ליעב ודו"ק
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

ר' מאיר פרעמישלאנער האט געזעהן א איד שלאגן כפרות האט ער אים געפרעגט די ווייסט וואס דער האן קרייט דארט
האט דער ר' ר' מאירל געזאגט, ער זאגט:
אני הגבר ראה עני בשבט עברתו = איך האטן האב געזעהן ווי די האסט פארטריבן דעם ארימאן מיטן ריט
אותי נהג ויולך חושך ולא אור = מיך שלעפסטו ארים אין די טינקל פארטאגס
אך בי ישיב יהפוך ידו כל היום = טאמער נאך מיט מיר טיסטו תשובה קענסטו דרייען און דרייען אגאנצן טאג
.
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

ווען איך בין געווען מיט אויפן ציון פון ר' מאיר'ל האט מען געזאגט אז עס מקובל מען זאל מאכן דארט הקפות זיבן מאל זאל מען זאגן קאפיטל קכ"א אין אנא בכוח מיט הקפות ציברעכט מען אלע מויערן אזוי ווי יהושע בין נין האט געמאכט הקפות
זי"ע
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

ווען ר' מאיר'ל איז געווען א קינד ער האט זיך געדרייט אין ווייבער שול
און ער האט געהערט אז א פרוי וויינט אין שול נעבן ארון קודש
אז זי איז אן אלמנה און זי האט נישט קיין פרנסה
האט ר' מאיר'ל אראפ געשריגן פון ווייבער שול אז זי זאל בעטן פאר קראנקע מענטשן איו זיי וועלן אויסגעהיילט וווערן אין דורך דעם וועלן מענטשן דיר געבן אסאך געלט און די וועסט האבן פרנסה בהרחוה
און עס איז אזוי געווען יארן וואס זי האט געווינטשן און מענטשן זענען געהאלפן געווארן און זי האט געהאט פרנסה
מיט יארן שפטעטער האט ר' מאיר'ל באקימען און האלטז א אייטער bubble און מען נישט געטראפן א רפואה
האט מען אים געזאגט אז עס דא א פרוי וואס זי ווינטש און מען ווערט געהאלפן
האט ר' מאיר'ל געהייסן מען זאל אריבער רופן די פרוי און הערן פון ווי זי דעם כח צי פון די קדושה אדער חלילה פארקערט
האט זי פארציילט אז זי איז געווען א ציבראכענע אלמנה איז זי אריין אין ביהמ"ד און זי האט געווינט אויף איר מצב און מיטן האט זי געהערט א בת קול אז זי זאל ווינטשן פאר קראנקע און מען וועט געהאלפן ווערן.
האט ר' מאיר'ל זיך זייער צילאכט פון די מעשה ווייל ער האט זיך דערמאנט אז ער האט געמאכט דעם א בת קול
אלץ קליין קינד. און די איידער האט זיך אויף געקראכט פון אזוי לאכן און ר' מאיר'ל האט דורך דעם געהאט א ישועה
זי"ע
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

אין הקדמה צום ספר חקל יצחק ספינקא איז דא המון שיינע סיפורים וואס ער האט מקבל גיווען פון אביו האמרי יוסף אויף ר' מאירל אויב גט בריך הוא וועט שענקען כח וועל איך צוטירן כמה פון זיי אבער דערווייל עיין שם ותמצא נחת.

פון די קשר פון ר' שלמה קלוגר צו ר' מאירל איז די הרבה צושרייבען און כהעל שרייבען כמה דמטי:

ר' שמחה זעליג די דיין אין בריסק האט זיך אמאהל גיווערטעלט אז סנישט גיווען קיין ר' מאירל מפרימישלאן און קיין ר' ליב שרה'ס [ר' שמחה זליג איז גיווען אן הומאריסטישער מענטש און וועלנדיג אביסל חוזק מאכען פין חסידים האט ער דאס גיזאגט מיינענדיג אוועקצומאכען די אלע מופתים וואס מדערציילט צווישען חסידים, וואס אויף די צוויי צדיקים באציען זיך היבש א צאהל פון די סיפורים],
האט זיך א חסיד אנגערופען ס'דא א פסק פון דער "מגיד" [אין די בריסק איז ר' שלמה קלוגער גערופן גיווארן אזוי] אז סגיווען א ר' מאירל
פרעגט אים ר' שמחה זעליג נא שוין ווייטער א חסידישע מעשה
רופט זיך אהן די חסיד אז סדא גידרקט א הספד ווי דער מגיד באוויינט ר' מאירל...

ווען ר' שלמה קלוגער האט באקומען די רבנות דאכטזיך אין ברעזשאן, איז ר' שלמה שטארק נישט געזונט גיווארן האט ר' מאירל גישיקט א שליח איבערגעבן אז כדי ער זאל געהיילט ווערן להלך על משענתו מוז ער זיך צוריקקערן קיין ברודי און נישט אננעמן די רבנות און אויך מער נישט צו געבן קיין התרת הוראה
ר' שלמה האט זיך טאקע צוריקגיקערט און כל ימיו נישט אנגענומען קיין רבנות וואס פארשטייט זיך אז אזא גאון הדור וואס איז גיווען בשעתו פקיעי האט נישט גיפעלט קיין שטעלעס וואס מהאט אים אנגעטראגען [סבאקאנט וואס ר' צדוק הכהן מלובלין האט דערציילט אז ווען ער איז ארומגעגאנגען בגלל זיין היתר מאה רבנים האט ער זיך באקענט מיט היפשא צאהל גדולים בימיו איינע פון זיי איז גיווען ר' שלמה און ער שטעלט פאר ווי אזוי סהאט אויסגעקוקט, ר' שלמה איז גיזעצן אין בפניו איז גיווען 4 שרייבערס און יעדער האט געשריבען א צווייטע נושא והכל ע"פ דיבורו פין ר' שלמה, אזא טיפען קאפ האט ר' שלמה גיהאט, און זיינע תשובות זענען אנגעקומעןבכל קצוי תבל].
ר' שלמה איז זיך מתנצל אין א בריוו פארוואס ער קען נישט פארטיילען קיין התרת הוראה בגלל פקודת של ר' מאירל און ער פירט אויס הגם ער זעהט נישט פארוואס "אבל למיחש מיהו בעי".
אויך איז דא א מכתב פון א תלמיד פון ר' שלמה ושמו ר' מאיר דייטשמאן, ווי ער שרייבט צו ר' אברהם בנימין בנו פון ר' שלמה, אז ער האט התרת הוראה פון זיין טאטען און ער פירט אויס הגם זיין טאטע האט נישט פארטיילט קיין התרת הוראה, איז דאס צוליב פקודת ר' מאירל און ער איז דארט גיווען אין ברעזשאן דעריבר האט ער נאך באקומען.

ואסיים כעת.
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

היינט געפאלט די יאהרצייט פון הרה"ק ר' מאיר הגדול מפרעמישלאן זי"ע.
הוא היה אומר: יצא אדם לפעלו - קודם דארף א מענטש ארבעטן אויף זיין אייגענע, און דערנאך, ולעבודתו עדי ערב - זאל ער ארבעטן אויף יענען (מלשון כל ישראל ערבים זל"ז). דהיינט קשוט עצמך ואחר כך קשוט אחרים
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2009 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח »

היינט איז די יארצייט פינעם הייליגען צדיק זיעועכ"י
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

אין תפארת ישראל פאריגע וואך איז געשטאנען די מעשה. מחוסר הפנאי זעץ כ'עס נישט איבער, ואתכם הסליחה.

לפלא אז די מעשה איז געווען מיטן צדיק פון סטרעטין, וואס איז געווען תלמידו של הרה"ק מסטרעליסק זי"ע.

-
אטעטשמענטס
Reb Meyer.pdf
(163.37 KiB) געווארן דאונלאודעד 347 מאל
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

מיללער האט געשריבן:צרופה אמרת מאד ועבדך אאהבה האט ר' מאיר'ל געטייטשט עפ"י דרכו, דיין תורה איז פארבינדען מיט 'געלט' אלזא האט עס 'מאיר'ל' ליעב ודו"ק

פירושו:
צרופה - מלשון כסף צרוף, אמרתך - דיין תורה קאסט געלט.
מאוד - מלשון ובכל מאודך - ווידער געלט.
ממילא - ועבדך אהבה - פארדעם האט מאיר'ל ליעב געלט!
ובכן - געלט, תן - געלט, פחדך - געלט!!!!!!
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר »

די אוהל און די מציבה פון רבי מאיר'ל זי''ע.
אטעטשמענטס
1.jpg
1.jpg (36.7 KiB) געזען 9804 מאל
2.jpg
2.jpg (61.45 KiB) געזען 9803 מאל
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

לויט וויפיל לעכט, שיינט עס ווי עפעס א "נסיעת ידידים"...
כ'האב אמאהל געזעהן א טייטש פון איהם כדרכו: זה דור דור שוא [דורשיו] - דאס איז א פאלשע דור, פארוואס? ווייל מבקשי פניך - די וואס האלטן זיך צדיקים, אבער ווען ס'קומט צו געבן איז - יעכב סלע [יעקב סלה] - האלטן זיי צוריק דאס גראשן...
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

פרעגער האט געשריבן:ובכן - געלט, תן - געלט, פחדך - געלט!!!!!!

פחד"ך = געל"ט

בלי שום כולל או צירופים.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

אויף שבועות: איינס ווי צוויי.
דער צדיק הרה"ק ר"ר מאיר'ל מפרעמישלאן ז"ל האט אמאל אריינגערופן א חסיד און אים געגעבן א בריוו צו טראגן צום רוזינער ז"ל אנזאגנדיג אז ער זאל דעם ברייו אריינלייגן אין שיך און נישט ארויסנעמען ביז ער געפונט זיך אין שטוב פון צדיק, אנקומענדיג קיין רוזשין האבן די גבאים געוואלט זען דעם בריוו ער האט אבער נישט געוואלט אויספירנדיג די שטרענגע באפעל פון זיין רבי'ן, ערשט ווי ער איז אריינגעקומען צום צדיק, האט ער זיך אויסגעטאן זיין שיך, און געגעבן דעם בריוו ווי ס'איז געווען געשריבן ווי פאלגענד: אזוי ווי ס'קומט שבועות און מ'דארף מער קרעפלך ווייס איך נישט וויאזוי זיך צו פירן, איינס צו עסן איז צו ווייניג, און צוויי איז שוין זוגות, דריי איז שוין צופיל, האט דער ריזינער געענטפערט ער זאל מאכן איין קרעפל וואס איז אזוי גרויס ווי צוויי וסוד ה' ליריאיו. [קרעדיט זיידעניו, אינעם אשכול סיפורים לחג השבועות]
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

לאמיר אנצייכענען צוויי מעשיות פין ר' מאירל וואס האט מיט לעמבערגע רב.

איינמאל איז ר' מאירל געווען באזיכען דעם לעמבערגע רב דער ישעות יעקב, אין ר' מאירל האט גערעדט אן אינטערעסאנטע דרך ער פלעגט זאגן מאירל זעט אין הימל דאס אין מאירל זעט אזוי, דאס איז געווען זיין דרך פין רעדן איז געווען א אינגערמאן אן אייניקעל פינעם ישועות יעקב איך מיין ער האט געהייסן ר' צבי הירש האט ער זיך צעשמייכעלט פין ר' מאירלס וועג פין רעדן, האט זיך ר' מאירל אויסגעדרייט אין זיך אנגעריפען אינגעמאן וואס שמייכעלסטו מיינס א וודאי אז דאס לעמבערגע רבנות ווארט אויף איך? נישט אזוי שנעל זעקס אין דרייסיג יאר (אפשר זיבן אין דרייסיג איך געדענק נישט פינקטליך) וועסטו ווארטען, די ארומיגע האבן זיך שטארק געווינערט ווייל דער אינגערמאן איז ראוי' געווען איבערצונעמן דאס רבנות אין אויך איז שוין דער ישעות יעקב געווען א זקן האט מען נישט פארשטאנען פשט, אבער ווען דער ישועות יעקב איז אוועק אין מען האט אויפגענימען א צווייטען איך מיין אז עס האט געדוירט א פאר יאר ביז מען איז זיך דורעכגעקומען אויפצונעמען א רב אין נאכן צווייטען האט מען הערשט אויפגענימען דעם שואל ומשיב אין הערש שפעטער האט מען אויפגענומען דעם אינגערמאן איך מיין ער האט געהייסען ר' צבי הירש אין עס איז טאקע געווען זעקס אין דרייסיג יאר פין ווען דער ישיעות יעקב איז אוועק ביז'ן הסתלקות פין דעם שואל ומשיב האט מען שוין גוט פארשטאנען ווי ווייט ר' מאירל האט געזען.

דער לעמבערגער דער שואל ומשיב איז אמאל דורעגעפארן פרעמישלאן ר' יוסף שאול האט זיך געפירט אז א רבי וואס ער האט געוויסט אז ער לערנט האט ער מכבד געווען אין פארברענגט מיט אים אין לערנען, אבער א רבי וואס ער האט נישט געוויסט אז ער זאל קענען לערנען האט ער פראבירט אויסצומיידען ווייל ער איז דאך נישט געווען פינעם חסידושען חדר, איז געווען אמאל ווען דער גאון ר' יוסף שאול האט געדארפט אריבערפארן פרעמישלאן האט ער געבעטן דעם בעל עגלה זאל זיך נישט אפשטעלן אין שנעל אריבערפארן מען זאל אים נישט באמערקן, האט זיך אבער געמאכט אז ער האט זיך יא אפגעשטעלט אין מען האט אים באמערקט האט שוין דער גאון ר' יוסף שאול שוין נישט געוואלט מען זאל שמיסען אז ער איז מצער ר' מאירל האט ער זיך מישב געווען ער וועט אריינגיין צו אים וועט ער אים טרעפן לערנען וועט ער כאפן א שמיעס מיט אים, אבער טאמער וועט ער אים טרעפן סתם פירן רביסטעווע וועט ער אים געבן שלום אין גיין ווייטער, איז געווען אזוי ר' יוסף שאול איז אריינגעקומען צו ר' מאירל האט ער אים געטראפן ארומשפאצירען פארמוחט אינעם צימער, האט זיך ר' יוסף שאול מישב געווען אז ער וועט אים געבן שלום אין גיין ווייטער, אזוי ווי ר' מאירל האט זיך אויפגעכאפט פין זיין עבודת הקודש האט לעמבערגע רב געגעבן שלום פאר ר' מאירל אין געוואלט גיין ווייטער, פרעגט ר' מאירל לעמבערגע רב אפשר זאגט איר מיר פשט אין די גמרא, הם ראית ת"ח שעבר עבירה בלילה אל תהרר אחריו ביום שמא עשה תשובה פרעגט די גמרא שמא עשה תשובה אלא ודאי עשה תשובה, האט ער געפרעגט איינער וואס די גמרא רופט אן ת"ח וואס פאר א עבירה קען ער שוין טוען? אין וואס איז פשט שמא עשה תשובה? האט דער לעמבערגע רב פארשטאנען אז ער פרעגט מן הסתם האט ער א תירוץ אויך האט ר' מאירל געזאגט ת"ת כנגד כולם הייסט אז טאמער איז ת"ת די גרעסטע מצוה איז ביטול תורה די גרעסטע עבירה, יעצט אז מען זעט א ת"ח איז מבטל תורה זאל מען נישט מהרר זיין נאך אים, ווייל דער רבי פין לובלין פלעגט שטענדיג פארן לערנען תשובה טוען ער האט געזאגט לרשע אמר אלוקים מה לך לספר חוקי אין אזוי האט ער תשובה געטוען אין זיך געזעצט לערנען, יעצט די רבי פין לובלין האט געקענט שנעל תשובה טוען איך קען נישט אזוי שנעל איז אז איר זעט איינער איז מבטל תורה ער דרייט זיך ארויף אין אראפ פארמוחט זאלט איר נישט מהרר זיין נאך אים ווייל שמא עשה תשובה אפשר דאס וואס ער האט זיך אזוי ארומגעדרייט איז געווען ווייל ער האט תשובה געטוען, אין אויף דעם פרעגט די גמרא שמא עשה תשובה? איז דען מעגליך ער האט עפעס אנדער געטוען? זאגט די גמרא אלא ודאי עשה תשובה.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

וכנה אשר נטעה ימיניך, א הארציגען דאנק פאר די צוויי מעשיות קאנאו, זייער שיין.

די פרטים איבער דאס לעמבערגער רבנות איז טאקע אזוי, דער ישועות יעקב איז נפטר געווארן תקצ"ח, ביז צום שו"מ האט מען נישט אפיציעל אויפגענומען קיין רב נאר ר' צבי הירש ראזאניש בעל תשע שיטות איז געווען דער אומאפיציעלער רב, דערנאך איז געווען דער שו"מ און נאך זיין פטירה איז ארויפגעקומען (נאך וואלען בינו לבין המהרי"א איטינגא) ר' צבי הירש אורנשטיין בן ר' מרדכי זאב בן הישועות יעקב, בעמח"ס ברכת רצ"ה, אזוי ווי דער הייליגער ר' מאיר'ל האט פאראויסגעזאגט
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

ר' מאיר'ל זי"ע איז נפטר געווארן כ"ט אייר שנת תר"י (נישט ווי עס שטייט דא אין די לוח היארצייטן תרי"ד).

פרעגער האט געשריבן:היינט געפאלט די יאהרצייט פון הרה"ק ר' מאיר הגדול מפרעמישלאן זי"ע.
הוא היה אומר: יצא אדם לפעלו - קודם דארף א מענטש ארבעטן אויף זיין אייגענע, און דערנאך, ולעבודתו עדי ערב - זאל ער ארבעטן אויף יענען (מלשון כל ישראל ערבים זל"ז). דהיינט קשוט עצמך ואחר כך קשוט אחרים

ר' מאיר הגדול איז געווען די זיידע פון ר' מאיר'ל זי"ע, אסאך זענען זיך טועה און מיינען אז היינו הך.

די מציבה וואס איז פריער אראפגעברענגט איז די ארגינעלע, אדער איז דאס געטוישט געווארן?

קען איינער מעתיק זיין די נוסח מציבה?
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

עטליכע חידושים אין דעם קורצען אטיקעל.
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

היינט געווען די יארצייט
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

האט ר' מאירל איבערגעלאזט א ספר, אדער איז דא עפעס א ליקוט פון אים?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פון אישי:
פון רבי מאיר'ל האט מען געדרוקט, אין אמעריקא דברי מאיר, אין אר"י פנים מאירים, פארן קריג איז אויך געווען עטליכע ליקוט ספרים פון איהם.‬

דברי מאיר איז פארהאן אין די ליקוט "ספרים הקדושים מתלמידי בעש"ט" בית הילל, איך ווייס נישט וואו ס'יז נאך דא בנמצא היינט.

ווער עס וויל עס איבערדרוקן אדער אנדערע ספרים פון רבי מאירל זי"ע זאל זיך ווענדן אין אישי איך בין גרייט ארויסצוהעלפן בגוף ובממון בע"ה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”