רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זצ"ל - ג' סיון תקס"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זצ"ל - ג' סיון תקס"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זצוק"ל = ג' סיון (תקס"א)

ואלה תולדות: הרה"ק רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זצוק"ל האט געשטאמט פון א גאר-גרויסע יחוס. זיין טאטע רבי יצחק איז געווען אחן אייניקל פון הגה"ק רבי שמשון מאוסטרופולי זיע"א הי"ד, און פון דער הייליגער מהר"ל זיע"א ביז צו רב האי גאון. ער איז געווען דער איידעם פון רבי יעקב חריף דער רב פון פולנאה.
הרה"ק רבי יעקב שמשון איז געווען פון די הייליגע תלמידים פונעם גרויסן מגיד פון מעזריטש זצוק"ל, און אויך פון הייליגן 'תולדות' הרה"ק רבי יעקב יוסף מפולנאה און [זיין מחותן] הרה"ק רבי פנחס קוריצער זצוק"ל [הרה"ק רבי יהודה מאיר בן הרה"ק רבי פינחס מקוריץ איז געווען אחן איידעם ביי הרה"ק רבי יעקב שמשון זיע"א].
הרה"ק רבי יעקב שמשון האט אלע זיינע יארן שטארק געגארט ארויפצופארן קיין א"י און זיך דארט באזעצן, אין יאר תק"נ איז ער טאקע ארויפגעפארן קיין טבריה, אבער ער איז נישט פארבליבן דארט פאר א לאנגע צייט. אין יאר תקנ"ד איז ער ווידער ארויפגעקומען קיין א"י און איז שפעטער נאכאמאל אוועקגעפארן, און ער האט זיך ווידעראמאל אומגעקערט אין יאר תקנ"ט פאר א קורצע צייט, וואו ער איז שוין פארבליבן ביז זיין פטירה ג' סיון תקס"א.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עניי ארץ ישראל
הרה"ק רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זצוק"ל איז געווען פון די לייבן אינעם חברייא קדישא, די הייליגע תלמידים פונעם גרויסן מגיד זצוק"ל. באזונדערס מפורסם איז דער הייליגער שפיטיווקא'ר געווען מיט זיין שארפן גאונות און טיפזיניקייט, ער האט אין זיין צייט פיל געארבעט צו באווירקן די גרויסע מתנגד'ישע לומדים אין זייער באציאונג כלפי די חסידים, ווצב"ש דער הייליגער גאון דער נודע ביהודה זיע"א מיט וועמען ער האט זיך מפלפל געווען מיט גרויס חריפות.
עס איז געווען אין די צייט נאכדעם וואס הרה"ק רבי יעקב שמשון האט צושטאנד געברענגט זיין הייליגע שאיפה ארויפצוקומען זיך באזעצן אינעם הייליג לאנד. רבי יעקב שמשון האט זיך דאן ארומגעקוקט און צוגעזען די אומגעהויערע דחקות פון די ארץ-ישראל'דיגע אידן. ער האט באלד באשלאסן עוסק צו זיין לטובת דעם ענין און ער איז ארויסגעפארן קיין חוץ לארץ צוזאמענקלייבן נדבות ביי די דארטיגע אידן.
אויך הרה"ק דער רבי ר' ברוכ'ל ממעזבוזש זצוק"ל האט זיך דאן באשעפטיגט אין זאמלען צדקה פאר די בני ארץ ישראל. נאר דער רבי ר' ברוכ'ל האט געשיקט דאס גאנצע געלט נאר פאר די אידן וועלכע זענען געווען אפשטאמיגע פון רייסין. אבער פאר די פוילן-אפשטאמיגע אידן האט ער נישט געשיקט, ווייל דער רבי ר' ברוכ'ל פלעגט שטארק מחשיב זיין די אידן פון רייסן זאגנדיג אז די אנשי רייסן פארלייכטן אים די גן-עדן בשעת קבלת-שבת.
דאס מערהייט פון די ארץ ישראל אידן אין יענע צייטן איז אבער באשטאנען פון פוילישע אידן, און פאר הרה"ק רבי יעקב שמשון האט דעריבער זייער פארדראסן דאס התנהגות פונעם רבי'ן ר' ברוכ'ל פארוואס ער מאכט זיך אומוויסנדיג פון די פוילישע אידן, און דערפון האט זיך געשאפן א טענה אין הארץ פון הרה"ק רבי יעקב שמשון קעגן דעם רבי'ן ר' ברוכ'ל. דער רבי ר' ברוכ'ל האט ווייטער געשיקט די געלט צו די רייסנ'ער אידן, און הרה"ק רבי יעקב שמשון שפיטיווקא'ר איז ארויסגעפארן צו די מערב לענדער שאפן געלט פאר אידן פון די אנדערע קרייזן.
אין איינע פון זיינע נסיעות איז הרה"ק רבי יעקב שמשון אנגעקומען אין א פרעמדן לאנד. זייענדיג דארט אין וועג איז ער אנגעקומען צו די הויז פון אחן ארטיגער רב. דער רב פלעגט זיך פירן אז ווען א חשובער אורח פלעגט קומען, האט ער אים אריינגענומען צו זיך אין שטוב און זיך מפלפל געווען מיט אים אין לערנען. דערנאך פלעגט ער אים אויך דערלאנגען א סכום הגון.
ווען הרה"ק רבי יעקב שמשון האט אנגעקלאפט אין טיר האט דער וועכטער אים נישט אריינגעלאזט, ער האט אים געוואלט געבן א נדבה אזויווי ער פלעגט געבן פאר יעדע אנדערער ארימאן. רבי יעקב שמשון האט שטייענדיג דארט באמערקט אז דער רב איז נישט קיין איינפאכער איד, ער האט אים געזען זיצן ביי א טיש מיט א הויפן ספרים. און געהערט ווי ער אמפערט זיך ביי א שווערן קושיא אין גמרא.
שטייענדיג דארט אונטער'ן פענסטער האט רבי יעקב שמשון געהערט ווי דער רב ווארפט צוזאם מיט גרויס בקיאות פון ש"ס בבלי און ירושלמי און פיל שאלות-ותשובות און ער קען בשום-אופן נישט פארענטפערן דעם קושיא. רבי יעקב שמשון האט זיך מער נישט געקענט איינהאלטן. ער האט געבעטן דעם שומר זאל אים אריינלאזן אינעווייניג.
דער רב וועלכער איז נאך געווען שטארק פארטיפט אין דער סוגיא האט גארנישט באמערקט אז עמיצער איז אריינגעקומען אין שטוב. א לאנגע צייט איז דער שפיטיווקא'ר נאך געשטאנען און זיך איינגעהערט מיט גרויס פארגעניגן ווי דער רב לערנט מיט א ברען בעת דער קושיא ווערט אלס שטארקער. ענדליך איז הרה"ק רבי יעקב שמשון צוגעגאנגען צום טיש און זיך אנגערופן: לויט מיין מיינונג איז דער קושיא זייער גוט פארענטפערט לויט א געוויסן תוספות. רבי יעקב שמשון האט איבערגעזאגט דעם תוספות און די צוויי האבן זיך אזוי לאנג מפלפל געווען ביז די קושיא איז אויסגעגליכן געווארן.
ווען דער רב האט זיך איבערצייגט מיט גרויס התפעלות אז זיין גאסט איז גארנישט קיין פשוטער איד, האט ער זיך זייער דערפרייט מיט אים, ער האט אים זייער מקרב געווען און געשמועסט מיט אים אין טיפע סוגיות מיט גרויס חריפות.
הערנדיג פון רבי יעקב שמשון אז ער קומט פון פוילן איז דער רב שטארק איבערראשט געוארן און ער האט געפרעגט דעם שפיטיווקא'ר צי ער קען עמיצען רבי ברוכ'ל פון מעז'בוזש. רבי יעקב שמשון האט אים דערציילט אז ער ווייסט זייער גוט ווער דאס איז און אז ער איז א גרויסער מנהיג ישראל. נאר הרה"ק רבי יעקב שמשון האט זיך זייער געוואונדערט אז דער רב וועלכער וואוינט דאך אין אזא ווייטן מרחק אוועק פון מעז'בוזש, זאל האבן געהערט וועגן דעם רבי'ן ר' ברוכ'ל. ער האט זיך איינגעבעטן אז דער רב זאל אים דערציילן וואו ער האט געהערט פון רבי'ן ר' ברוכ'ל.
מיט גרויס פשטות האט דער רב אים דערציילט אז שוין אלע יארן וואונדערט ער זיך און ער איז משתוקק צו וויסן וועגן דעם רבי'ן ר' ברוכ'ל, ווייל אלעמאל ווען ער מאכט אחן עליית נשמה און ער קומט אריין אין מתיבתא דרקיע הערט ער פון די פמליא של מעלה נאכזאגן דברי תורה פון רבי'ן ר' ברוכ'ל פון מעזבוזש, און דער רב האט זיך זייער דערפרייט צו הערן אז רבי יעקב שמשון קען גוט דעם רבי ברוכ'ל.
דער רב האט אים ארומגעפירט צו די שטאטלייט צו שאפן געלט, און ער אליין האט אים געגעבן א שיינעם סכום. דערנאך האט ער אים באגלייט מיט גרויס כבוד. רבי יעקב שמשון האט געענדיגט ארומפארן, און דאס געלט האט ער אפגעשיקט קיין טבריא וואו עס איז צעטיילט געווארן צווישן די ארעמעלייט. ער אליין איז צוריקגעפארן קיין פוילן, און איז באלד אוועקגעפארן קיין מעזבוזש. אנקומענדיג קיין מעזבוזש איז הרה"ק רבי יעקב שמשון באלד צוגעפארן אין שטוב פון רבי'ן רבי ברוכ'ל, ער האט אנגעקלאפט אין טיר, און געבנדיג שלום פאר'ן רבי'ן ר' ברוכ'ל האט ער אויסגערופן מיט גרויס עקסטאז: רבי ברוכ'ל, יעצט ווייס איך אז איך בין דער איצינציגסטער למדן און איר זענט דער איינציגסטער צדיק!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער הייליגער שפיטיווקאר ליגט אינעם ביה"ח אין טבריא ביי די חלקה פון די תלמידי בעש"ט ר' מענדל מוויטעבסק, ר' אברהם מקאליסק ושאר הצדיקים.
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

אמאל זענען געקומען דריי עגונות ל"ע צום גאון ער זאל זיי מתיר זיין פון די חבלי עגונה. זיי האבן געברענגט מיט זיך צוויי עדות וועלכע האבן עדות געזאגט אויף אלע דריי (עס איז געווען די זעלבע מעשה מיט אלע דריי מענער). דער הייליגער שפיטיווקער האט אבער נישט געוואלט אויסהערן אלע דריי אויפאמאל, און געהייסן ברענגען יעדן איינעם עקסטער. נאכדעם וואס ער האט אויסגעהערט יעדן פאל באזונדער און די עדות דערפון, האט ער זיי אהיימגעשיקט, און געהייסן צוריקקומען מארגן. דעם אנדערן טאג, ווען זיי זענען צוריקגעקומען, האט ער מתיר געווען צוויי פרויען, אבער די דריטע האט ער נישט געוואלט מתיר זיין.
פארשטייט זיך אז עס איז געווען א גרויסע חידוש פאר אלע אנוועזענדע אין בית דין פארוואס פונקט די דריטע פרוי נישט, אבער דער רבי האט באלד ערקלערט פארוואס ער האט אזוי געטוהן.
"איך קען זאגן דעם אמת, אז איך בין גאר א גרויסער חריף און עמקן," האט דער רבי געזאגט. "איך קען מיט מיין גרויס חריפות אפירברענגען היתרים און פארשידענע צדדים ביי יעדן שאלה. אויב אזוי וועט איר פרעגן, ווי קען איך דן זיין א דין אמת? דערפאר ווען עס קומט א שווערע שאלה, בין איך זיך מתדבק אינעם הייליגן בורא, און איך לאז זיך ארויס פון דעם גאנצן חמריות זוכנד'יג בלויז דעם אמת. דאן זעה איך, אויב בשעת איך בין מעיין אין דעם שאלה איז מיין קאפ נוטה להתיר, בין איך זיכער אז עס איז מותר, און די זעלבע פארקערט.
דערפאר האב איך לכתחילה נישט געוואלט אויסהערן אלע דריי צוזאמען, כדי איך זאל ביי יעדע איינע זעהן וואו מיין דעת איז נוטה. ביי די ערשטע צוויי האב איך נוטה געווען להיתר, אבער ביי די דריטע לאיסור. האב איך געקלערט אז מעגליך האב איך געמאכט א טעות אויך ביי די פריערדיגע צוויי, ווייל עס איז דאך איין מעשה. דערפאר האב איך אלע אהיימגעשיקט כדי איבערצוקלערן דעם פסק. נאך א גאנצע טאג וואס איך האב מעיין געווען, האב איך איינגעזעהן אז די פריערדיגע היתרים זענען ביי מיר שטערקער געווארן, דערפון האב איך פארשטאנען אז די ערשטע צוויי זענען טאקע מותר, אבער די דריטע נישט. אזוי האב איך ארויסגעגעבן א קלארע און אמת'ע פסק."
דברי דוד - ליקוטים.
--
דער הוסיאטין'ער רבי זי"ע האט דערציילט אין נאמען פון זיין טאטן, וועלכער האט עס געהערט פונעם הייליגן דגל מחנה אפרים זי"ע. אז אמאל איז הרה"ק רבי יעקב שמשון משפיטיווקע אויפגעקומען מיט א געוואלדיגע חומרא: וויבאלד עס איז פארהאן א דעה אין ירושלמי וועלכע איז מחמיר ביי חמץ בפסח אז עס איז חוזר וניעור און אוסר במשהו אפילו ביי צונן, האט דער הייליגער שפיטיווקע'ר זיך בארעכנט, אז מען טאר נישט טרינקען קיין שום וואסער פסח, אויך אויב עס איז אנגעגרייט געווארן ערב פסח, אלס חשש טאמער א שיף מיט תבואה האט זיך דערטראנקען אין ים און אלע וואסער אין די וועלט איז דורך דעם חמצ'יג געווארן!
איז ווי גיבט מען זיך אן עצה? האט ער גענומען ווינטער א ריזיגע פאס, און אריינגעלייגט דערין פרישע שניי וואס איז אט איצט אראפ פון הימל, פארזיגלט אליין דעם פאס, און ביז פסח וועט זיך דאך עס צולאזן, וועט דאך זיין כשר'ע וואסער לויט אלע דיעות.
קומט ערב פסח און דער רבי מאכט אויף דעם פאס, אבער טרעפט דארט א "בייגעל", חמץ גמור!
האט דער הייליגער שפיטיווקע'ר זי"ע געזאגט, א מען האט אים געוואלט ווייזן פון הימל אז א מענטש טאר נישט זיין קיין יוצא מן הכלל און מחמיר זיין אויסערגעווענליכע חומרות מער פון די גאנצע וועלט.
נר ישראל חלק ו'
--
א מבהיל'דיגע מעשה ווערט דערציילט אויפ'ן הייליגן שפיטיווקע'ר זי"ע. דער רבי איז געווען א געוואלדיגע בעל יסורים, מיט פארשידענע חלאים רעים אויף זיין הייליגע קערפער. דער געטרייער משמש פלעג זיך מטריח זיין מיט שטארקע איבערגעגעבנקייט אים צו היילן און שמירן זאלבן. אמאל אונטערוועגנס, הערט דער משמש ווי דער רבי זאגט אזוי צו זיך "קומט מיינע ליבע פריינט די יסורים"... (ממש ווי די גמרא דערציילט אויף'ן הייליגן תנא רבי אלעזר ב"ר שמעון!). דער שמש האט זיך זייער אויפגערעגט און געזאגט פאר'ן רבי'ן: "פארוואס דארף איך אזוי שווער ארבעטן אייך גרינגער צו מאכן די יסורים? איר ברענגט דאך עס אליין אויף זיך? איך וועל אצינד גיין דערציילן פאר אלעמען אז דער רבי איז אליין שולדיג אין זיינע קרענק"... (זעהט אויס אז דער שמש איז נישט געווען קיין באזונדערע חכם, אזוי ווי שמשים ביי אנדערע תלמידי בעש"ט)
האט זיך דער רבי פארענטפערט פאר אים און געבעטן ער זאל קיינעם נישט דערציילן. דער רבי האט אים געזאגט: "וואס זאל איך טוהן? די גמרא זאגט דאך (סנהדרין ק"ז) כל הבא על אשת איש נופל ביסורים.
דער שמש איז אויפגעשפרינגען.. "אזאנס? איז דען דער רבי דורכגעפאלן מיט אזא הארבע עבירה? עס קען דאך געמאלט נישט זיין!"
האט אים דער הייליגער שפיטיווקער צדיק געזאגט: ביי אונז הייסט אן איסור אשת איש, יעדע מחשבת גאוה רח"ל... (עיין סוטה ד:, אמר רבי חייא בר אבא אמר רבי יוחנן כל אדם שיש בו גסות הרוח לבסוף נכשל באשת איש שנא' ואשת איש נפש יקרה תצוד)
מאמר מרדכי
--
ווען ער איז געפארן קיין ארץ ישראל, איז ער געווען אויפ'ן שיף אום ראש השנה. האט זיך דאן געמאכט אויפ'ן שיף א געפערליכע שטורעם אינמיטן נאכט פון ראש השנה. איז דער הייליגער שפיטיווקער געשטאנען און געווארט אז עס זאל אנהויבן טאגן, כדי ער זאל קענען מקיים זיין די מצוה פון תקיעת שופר.
באלד ווי עס האט געטאגט, האט ער גענומען דעם שופר און אנגעהויבן בלאזן, און באלד דערויף האט זיך דער שטורעם איינגעשטילט.
שפעטער האט דער רבי מסביר געווען, אז נישט דערפאר האט ער געוואלט געבלאזן שופר אלס סגולה די ים זאל זיך איינשטילן. ער האט פשוט געוואלט אריינכאפן נאך איין מאל דעם מצוה פון תקיעת שופר כל זמן ער לעבט...
אוצר ישראל חלק א
--
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נוסח מציבת ר' אברהם ב"ר שמואל באהנארט בעיר אדעססא נכד להרה"ק משפטיווקא:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=21
האם ידוע פרטים אודותיו?
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

לרגל הילולא קדישא מחר, ווער האט א בילד פון די מצבה?
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

שויתי'ניק האט געשריבן:לרגל הילולא קדישא מחר, ווער האט א בילד פון די מצבה?

נאדער
אטעטשמענטס
Shptivka.jpg
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

המצבה המקורית של הרה"ק משפיטיווקא זי"ע

IMG_0458.JPG
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

בנו רבי יהושע העשיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

הרה"ק משפיטיווקא האט געהאט א זון רבי יהושע העשיל וועלכער איז נסתלק געווארן יונגערהייט.
איז באקאנט פרטים איבער אים?
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

נחוניא האט געשריבן:הרה"ק משפיטיווקא האט געהאט א זון רבי יהושע העשיל וועלכער איז נסתלק געווארן יונגערהייט.
איז באקאנט פרטים איבער אים?

חותנו: ר' אפרים נכד ה'חכם צבי'
חתנו: רבי פנחס (בן רבי משה) שפירא מסלאוויטא
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

בני רבי יעקב שמשון משפיטיווקא (והרבנית בלומא):

בנו:
1. רבי יהושע העשיל

חתניו:
1. הרבנית מרים = רבי יהודה מאיר שפירא משפיטיווקא
2. רבי אפרים וואהל מו"ץ בסאדילקוב
3. רבי ישראל יהודה לייב (בן רבי חיים מקראסנא)
4. הרבנית חיה פייגא = רבי חיים אורי פייבוש (בן רבי אריה לייב מוואלטשיסק) > בזיווגו הראשון
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

טריסקער האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:הרה"ק משפיטיווקא האט געהאט א זון רבי יהושע העשיל וועלכער איז נסתלק געווארן יונגערהייט.
איז באקאנט פרטים איבער אים?

חותנו: ר' אפרים נכד ה'חכם צבי'
חתנו: רבי פנחס (בן רבי משה) שפירא מסלאוויטא

וואו איז דער מקור ביי וועמען רבי יהושע העשיל איז געווען אן איידעם?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

זיידעניו האט געשריבן:הרה"ק רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זצוק"ל = ג' סיון (תקס"א)

ואלה תולדות: הרה"ק רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זצוק"ל האט געשטאמט פון א גאר-גרויסע יחוס. זיין טאטע רבי יצחק איז געווען אחן אייניקל פון הגה"ק רבי שמשון מאוסטרופולי זיע"א הי"ד, און פון דער הייליגער מהר"ל זיע"א ביז צו רב האי גאון. ער איז געווען דער איידעם פון רבי יעקב חריף דער רב פון פולנאה.
הרה"ק רבי יעקב שמשון איז געווען פון די הייליגע תלמידים פונעם גרויסן מגיד פון מעזריטש זצוק"ל, און אויך פון הייליגן 'תולדות' הרה"ק רבי יעקב יוסף מפולנאה און [זיין מחותן] הרה"ק רבי פנחס קוריצער זצוק"ל [הרה"ק רבי יהודה מאיר בן הרה"ק רבי פינחס מקוריץ איז געווען אחן איידעם ביי הרה"ק רבי יעקב שמשון זיע"א].
הרה"ק רבי יעקב שמשון האט אלע זיינע יארן שטארק געגארט ארויפצופארן קיין א"י און זיך דארט באזעצן, אין יאר תק"נ איז ער טאקע ארויפגעפארן קיין טבריה, אבער ער איז נישט פארבליבן דארט פאר א לאנגע צייט. אין יאר תקנ"ד איז ער ווידער ארויפגעקומען קיין א"י און איז שפעטער נאכאמאל אוועקגעפארן, און ער האט זיך ווידעראמאל אומגעקערט אין יאר תקנ"ט פאר א קורצע צייט, וואו ער איז שוין פארבליבן ביז זיין פטירה ג' סיון תקס"א.

מה המקור לזה? רוב כותבי הדורות שרייבן בכלל נישט אז ער איז געווען תקנ"ט אין חוץ לארץ, און זיי זענען מעלים עין פון די הסכמה וואס ער האט געגעבן בעת'ן זיין אין סלאוויטא בשנת תקנ"ח, איז דא עפעס מסמכים וואס צייגן אן ווען בערך ער איז געפארן אויף חו"ל?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

וואס איז די מקור אויף די יחוס פון רבי יעקב שמשון משפיטיווקא וואס ווערט געברענגט אין די היינטיגע ספרי היחס?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

נחוניא האט געשריבן:וואס איז די מקור אויף די יחוס פון רבי יעקב שמשון משפיטיווקא וואס ווערט געברענגט אין די היינטיגע ספרי היחס?

איך האב עס א אמאהל פראבירט נאך צו גיין, ולע"ד היה נראה לי אז דער ערשטער מקור איז ספרי הרב מוויקנא (מג"י שבסו"ס מקור חיים, למשל). לדוגמא, איך מיין אז איר וועט נישט טרעפן קיין זכר פון 'קטאריד' בקשר להרה"ק משפיטיווקא אין קיין עלטערע מקור.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

הסרפד האט געשריבן:

טרעפט מען בכלל אזא שטעטל "קטאריד" אויף די מאפע?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

נחוניא האט געשריבן:

Kytaihorod - זה שבגליל קיוב, שטעל איך מיך פאר. אבער אין קיין אנדערע מקור לפו"ר ווערט עס נישט אזוי געשריבן אויף יידיש.

דא איז טאקע דא א שטעטעל "קיטארעד" אין פלך פאדאל.
https://www.jewishgen.org/Communities/c ... n=-1042064
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי שמשון אב"ד סאראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אינעם מגילת יוחסין געדרוקט אין ספר מקור חיים שרייבט ער אז דער שעפעטיווקער רב איז געווען אן אייניקל פון רבי שמשון אב"ד סאראקא.
טרעפט מען בכלל דערמאנט אזא איינעם ערגעץ וואו?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

נחוניא האט געשריבן:דא איז טאקע דא א שטעטעל "קיטארעד" אין פלך פאדאל.
https://www.jewishgen.org/Communities/c ... n=-1042064

ידעתי, אבער דעם אנדערן איז נעבן אומין, וואו ר' יצחק איז אויך געוועהן רב.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

הסרפד האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:דא איז טאקע דא א שטעטעל "קיטארעד" אין פלך פאדאל.
https://www.jewishgen.org/Communities/c ... n=-1042064

ידעתי, אבער דעם אנדערן איז נעבן אומין, וואו ר' יצחק איז אויך געוועהן רב.

וואו זעט מען אז רבי יצחק איז דארטן געווען רב?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

נחוניא האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:דא איז טאקע דא א שטעטעל "קיטארעד" אין פלך פאדאל.
https://www.jewishgen.org/Communities/c ... n=-1042064

ידעתי, אבער דעם אנדערן איז נעבן אומין, וואו ר' יצחק איז אויך געוועהן רב.

וואו זעט מען אז רבי יצחק איז דארטן געווען רב?

טעות, אנטשולדיגט, הרה"ק משיפיטיווקא היה רב שם.
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע: אין ביבליאטעק

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

טריסקער האט געשריבן:בני רבי יעקב שמשון משפיטיווקא (והרבנית בלומא):

בנו:
1. רבי יהושע העשיל

חתניו:
1. הרבנית מרים = רבי יהודה מאיר שפירא משפיטיווקא
2. רבי אפרים וואהל מו"ץ בסאדילקוב
3. רבי ישראל יהודה לייב (בן רבי חיים מקראסנא)
4. הרבנית חיה פייגא = רבי חיים אורי פייבוש (בן רבי אריה לייב מוואלטשיסק) > בזיווגו הראשון

אויסער נכדי ר' יהודה מאיר שפירא משפיטיווקא ונכדי ר' פנחס שפירא מסלאוויטא חתן ר' יהושע העשיל, איז דא נאך אייניקלעך פון אים?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אום אני חומה האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:בני רבי יעקב שמשון משפיטיווקא (והרבנית בלומא):

בנו:
1. רבי יהושע העשיל

חתניו:
1. הרבנית מרים = רבי יהודה מאיר שפירא משפיטיווקא
2. רבי אפרים וואהל מו"ץ בסאדילקוב
3. רבי ישראל יהודה לייב (בן רבי חיים מקראסנא)
4. הרבנית חיה פייגא = רבי חיים אורי פייבוש (בן רבי אריה לייב מוואלטשיסק) > בזיווגו הראשון

אויסער נכדי ר' יהודה מאיר שפירא משפיטיווקא ונכדי ר' פנחס שפירא מסלאוויטא חתן ר' יהושע העשיל, איז דא נאך אייניקלעך פון אים?

נכדי נכדו ר' אלטער (אברהם יוסף) הלוי מטבריא - בן ר' חיים [אורי] פייבוש הלוי מצפת בהרה"ק מוואליטשיסק וזו' מ' חיה פייגא בת הרה"ק משפיטיווקא - דער ערשטער שווער פון ר' יחיאל מיכל מטורקא-סטרעטין.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זצ"ל - ג' סיון תקס"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט די הילולא קדישא פון רבי יעקב שמשון משיפטיקווע זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”