רבי סעדיה גאון זי"ע - כ"ו אייר ד' אלפים תש"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי סעדיה גאון זי"ע - כ"ו אייר ד' אלפים תש"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבי סעדיה גאון זי"ע כ"ו אייר ד'תש"ב לפ"ג

צו רבינו סעדיה גאון איז אמאל אריינגעקומען איינער פון זיינע חשוב'ע תלמידים, עס איז שוין געווען דעמאלס אין די שפעטע שעה'ן פון די נאכט, אבער צוליב דעם וואס דער תלמיד האט געדארפט עפעס זייער וויכטיג דורכשמועסן מיט זיין רבי'ן, איז ער געקומען צו איהם אין די דאזיגע שעה.

אבער רבינו סעדיה גאון איז נישט געווען אין שטוב, דער תלמיד איז צוריק ארויסגעגאנגען פון הויז, און ער האט באמערקט ווי זיין רבי וואלגערט זיך אינדרויסן אין די שניי, וועלכע איז מיט א פאר שעה פריער אראפגעפאלען אויף דער ערד.

דער תלמיד איז געווארן שטארק איבעראשט, זעהנדיג ווי זיין הייליגער רבי איז זיך מסגף מיט גלגול שלג, האט ער צוגעווארט ביז זיין רבי האט גענדיגט דעם גלגול שלג, און ער איז צוריק אריינגעגאנגען אין זיין הויז.

דאן האט ער איהם געפרעגט, ווי אזוי קומט עס אז ער זאל דארפן גלגול שלג אלץ כפרה אויף זיין זינד, ער איז דאך אפגעהיטן פון יעדן חטא, און פון יעדע הרהור עבירה. האט איהם רבינו סעדיה גאון אויף דעם גענטפערט, אז די סיגופים פון גלגול שלג מאכט ער צוליב א מעשה וואס האט איהם לעצטענס פאסירט.

רבינו סעדיה גאון האט פארציילט פאר זיין תלמיד, אז מיט א שטיקל צייט צוריק איז ער געווען אונטערוועגענס, און ער האט גענכטיגט אין א אכסניה. דער בעל הבית האט נישט געוואוסט ווער ער איז, און ער האט איהם מכבד געווען פונקט אזוי ווי אנדערע געסט, וואס זענען געקומען אין זיין אכסניה.

צומארגענס, זענען אסאך מענטשן פון שטאט  וועלכע האבן געהערט אז דער רבינו סעדיה גאון געפונט זיך אין די אכסניה  געקומען צו איהם מקבל פנים זיין, דער בעל האכסניה וואס האט זיך דערוואוסט ווער דער דאזיגער גאסט איז, האט ער נאך מער און מיט שענסטן און בעסטן און אלעס געטוהן כדי מכבד צו זיין דעם געהויבענעם גאסט.

ווען דער רבינו סעדיה האט געהאלטן ביים פארלאזן די אכסניה און אוועק פארן פון שטאט, איז דער בעל אכסניה צוגעקומען אין געפאלן צו די פיס, אז דער רבינו סעדיה זאל איהם מוחל זיין וואס ער האט איהם אין אנפאנג נישט מכבד געווען אזוי מ'דארף מכבד זיין אזא גרויסן גאון, און ער בעט סליחה ומחילה אויף דעם ערשטען טאג ביז ער האט זיך דערוויסט ווער ס'איז דער גאסט.

דער רבינו סעדיה גאון האט אויסגעפיהרט די מעשה, אז די ווערטער זענען מיר אריין טיף אין הארץ און האב מיר געלערנט דערפון, אז מה דאך פון א בשר ודם קען מען אזוי שטארק בעטן סליחה ומחילה אויף דעם דעם וואס א טאג פריער האט מען נישט געוואוסט ווער דאס איז, איז דאך אוואדי אז פון'ם מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, דארף מען יעדן טאג זיך איבערבעטן און תשובה טוהן אויף דעם וואס א טאג פריער האט מען נישט אזוי שטארק משיג געווען די גדולת הבורא.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

באקאנט. זאל זיין שפתותיו דובבות

עשרה טעמים על תקיעת שופר
מרבי סעדיה גאון זצ"ל

א) ווייל ראש השנה איז דער טאג וואס דער אויבערשטער איז געווארן קעניג אויף דער וועלט. און פאר קעניגן בלאזט מען מיט טראמפייטערס ווען זיי ווערן קעניג.

ב) ווייל ראש השנה איז דער ערשטער טאג פון עשרת ימי תשובה. וועקט מען אויף מיט דעם די מענטשן זיי זאלען תשובה טון.

ג) צו דערמאנען פון "קבלת התורה" וואס איז געווען מיט א שטארקען שופר. אזוי ווי עס שטייט: "וקול שופר חזק מאד".

ד) צו דערמאנען די מוסר רייד פון די נביאים וואס זענען געגליכען צו א שופר. אזוי ווי עס שטייט: "כשופר הרם קולך".

ה) צו דערמאנען פון דעם חורבן בית המקדש, וואס די גוים האבן דעמאלס געבלאזען מיט שופרות. און דורך דעם וועלן מיר בעטן אז דער דריטער בית המקדש זאל אויפגעבויט ווערן.

ו) אונז צו דערמאנען ווי יצחק האט געהאט מסירות נפש ביי די עקידה, און מיר זאלען אויך האבן מסירות נפש ביי עבודת ה'.

ז) אז מיר זאלן זיך שרעקן. ווייל די קול פון א שופר שרעקט איבער א מענטש.

ח) צו דערמאנען אז היינט איז דער יום הדין הגדול והנורא, און מיר זאלן מורא האבן.

ט) מיר זאלן זיך אריין טראכטן, און גלייבען, ווי אזוי משיח וועט איינזאמלען אלע אידן פון גלות מיט א שופר.

י) אונז צו דערמאנען "תחיית המתים", אזוי ווי עס שטייט אין פסוק(ישעיה יח-ג): "כל יושבי תבל ושכני ארץ כנשא נס הרים תראו וכתקע שופר תשמעו".
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

נולד בשנת ד'תרמ"ב בעיר פיום
חיבר ספר האמונות והדעות
פירוש על התורה (רס"ג)
ספר המצות להרס"ג
תרגום ה"תפסיר" על תנ"ך
אותיות לרבינו סעדיה
אשא משלי (נגד הקראים)
ספר האגרון\הגורלות\הירושות
פירוש על ספר יצירה
ועוד
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"
יצחק פון ישיבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

זיין שורש נשמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק פון ישיבה »

דער הייליגער חיד"א ברענגט פון מהרח"ו, אז שורש נשמת הרס"ג, איז גווען פון חושי הארכי [חברו של דוד המלך], ומרבי פנחס בן יאיר. און ער איז גווען פון זרע רבי חנניא בן דוסא, [און סאיז טאקע אינטרעסאנט, אז זיין זון האט געהייסן רב 'דוסא' גאון] ומגזע שילה בן יהודה.
נאך א אינטרעסאנטע זאך שראייבט דער הייליגע חיד"א, אז רס"ג על אף אז און זיינע ספרים שראייבט בעיקר אויף פילוסופי', מ"מ ער איז גווען הויכעט אגרויסע בעל קבלה. [און ער שראייבט דארטן א מעשה, וי אזוי רס"ג האט אמאל משביע גווען א מלאך צו מגלה זיין וויפל אותיות איז דא און דער תורה הק']
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”