רבי לוי יצחק גרינוואלד מצעהלים-וומ"ס כ"ז ניסן תש"מ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

רבי לוי יצחק גרינוואלד מצעהלים-וומ"ס כ"ז ניסן תש"מ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער חשובער גבאי פון אונזער אוצרהאט מיך מעורר געווען אז היינט כ"ז ניסן איז די יארצייט פונעם צעהלים'ער רב זצ"ל בעמח"ס מגדלות מרקחים.



איך ברענג אהער די שאלה וואס איז נולד געווארן אין אן אנדער אשכול.

הניק מארשיווא האט ארויסגעברענגט אז דער צעהלימער רב זצ"ל ר' לוי יצחק גרינוואלד האט אויך משמש געווען ברבנות אינעם שטאט ארשיווא, ר' שמחה האט טאקע צוגעברענגט די שער בלאט פונעם מגדלות מרקחים וואו עס ווערט אויך אזוי דערמאנט.

ווייסט איינער צו דאס איז געווען נאך פאר דער רבי דער דברי יואל איז דארט געווען רב?
אטעטשמענטס
grewaldddddddddddd.jpg
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום פרייטאג מאי 02, 2008 9:34 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ער איז משמש געווען דארטען גראד נאכן רבי'ן,
פארן רבי'ן האט ארשיווע נישט געהאט א רב.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאסל האט געשריבן:ער איז משמש געווען דארטען גראד נאכן רבי'ן,
פארן רבי'ן האט ארשיווע נישט געהאט א רב.


ר' שבתי איש ליפשיץ איז נאר געווען דיין?

דער צעהלימער רב איז געווען רב דארט?
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מיללער האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:ער איז משמש געווען דארטען גראד נאכן רבי'ן,
פארן רבי'ן האט ארשיווע נישט געהאט א רב.


ר' שבתי איש ליפשיץ איז נאר געווען דיין?

דער צעהלימער רב איז געווען רב דארט?

יא אלץ דיין
יא רב
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך זיך דעם בילד פונעם צעהלימ'ער רב לכבוד די יארצייט, ווער קען מזכה זיין דעם עולם?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35147
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יגעתי ומצאתי.

קרעדיט CANO
אטעטשמענטס
tzelim.jpg
tzelim.jpg (36.16 KiB) געזען 10128 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35147
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

און נאך איינס:
קרעדיט פעטרישקע
אטעטשמענטס
tzelim2.jpg
tzelim2.jpg (26.16 KiB) געזען 10657 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יש"כ הרב פארשלאפן.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

קענסט ריפען געשטעטנער'ס האט ליין ער איז אבסעסט מיטן צעהלים'ער רב זצ"ל
ער האט אדער שיינע שמוסען וועגן אים.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מר' פארשלאפען האט מיך אויפגעוועקט לכבוד די יאהרצייט פון צעהלימער רב זצ"ל, און מיך געפרעגט און אישית אויב איך געדענק עפעס פון איהם.

איך געדענק דעם צעלהמער רב זצ"ל פון מיינע יאהרען לערנען און ערוגת הבושם. איך האב דארט געלערנט ביז די 9 יאהר. עס קומט מיר יעצט אין זכרון די לויה פון זיין רעבעטצין.
ווען זי איז נפטר געוואערען, האט מען גענומען די גאנצע ישיבה קטנה צי די לויה.

אויף דער מינוט קומט מיר צוויי עפיזאדען פונעם רב ז"ל און געדאנק.
איינס וואס איך בין אליינס דערביי געווען. און איינס וואס איך האב געהערט פון רב הערשעל בראדי.

איך בין אמאל געווען אויף א חתונה, און צעהלעמער רב ז"ל איז געווען מסדר קידושין.
ער איז אנגעקומען צי די חתונה אין ער האט נאך נישט געהאט גידאווענט מנחה.
עס ליגט מיר פאר די אויגען וויא מעהאט זיך געשטעלט דאווענען, אין ער זאגט פארען בעל תפילה אז מען זאל דאווענען א 'הויכע קדושה' ווייל עס איז דא א גרויסע גרידער אין דער עולם הערט ממילא נישט אויס חזרת הש"ץ.

רב הערשעל בראדי (דער מענטשעסטער דיין, וואוינט היינט און באראפארק) האט מיר דערציילט, אז ביי זיין יונגערען ברידער איז צעלהמער רב ז"ל געווען מוהל. דער רב ז"ל האט זיך נישט גוט געשפירט עפעס מיטען מאגען, האט ער נישט געגעסען פון די סעודה. ער האט אבער דאך געוואלט מיטהאלטען, האט מען איהם געברענגט א גאר גרויסע שטיקעל SPONGE CAKE כדי עס זאל זיין א שיעור קביעת סעודה.
רב בראדי איז דענמאלטס געווען א יונג יונגעל, און ער האט פאר מיר דערציילט, אז ער קוקט אהן צעלהמער רב ז"ל און טראכט ביי זיך, אז אזוי עלטערער יוד ווייסט נישט אז אויף CAKE מאכט מען א מזונות און נישט קיין המוציא?
the SCY is the limit
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35147
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א הערצליכן דאנק ר' שמחה,
מיר קינדערלעך האב מיר שוין נישט געהאט די זכי' אים צו קענען.

אויסער דעם, דאס איז דאס ערשטע מאל וואס איך הער א רב זאל מאכן הלכה למעשה המוציא ברבים אויף א שיעור קביעת סעודה מזונות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35147
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

באקאנט איז, אז דער צעהלים'ער רב האט געזאגט פארן רבי'ן, מ'האב מיר געהאט די זעלבע סנדק און מוהל, דער קדושת יו"ט איז געווען סנדק און דער ערוגת הבושם מוהל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35147
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נאך א מימרא וואס ער האט געזאגט פארן רבי'ן:
איך האב געמאכט כשר'ע מילך דא אין אמעריקע, און איר האט געמאכט ווער ס'זאל עס טרינקען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

די ביידע מעשות האב איך געשריבען טאקע וועגען דעם אינטערעסאנטקייט וויא אזוי א גדול האט זיך געפירט הלכה למעשה, אפילו עס איז אקעגען דער נארמאלער שוואנג פון וואס דער המון עקספעקט פון איהם.

ער איז אויך געווען א 'פעסטער פוסק'.

ווען עס איז ארויסגעקומען חלב ישראל מילך מיט זיין השגחה, ער איז געווען דער PIONEER אין דעם, האבען די היזיגע צייטונגען געמאכט חוזק דערפון. איך געדענק נישט צי עס איז געווען דער 'פארווערטס' (וואס און יענע יאהרען איז ע ארויסגעקומען טעגליך) אדער עס איז געווען דער 'טאג מארגען זורנאל', איינער פון די ביידע האבען געדריקט א CARTOON, א פיקטשער פון קוהען אנגעטוהן און שטראמלעך.
היינט זעהט שוין ווער עס איז געבליבען חוזק.
דער 'טאג' איז איגאנצען אונטערגעגאנגען, און דער 'פארווערטס' איז א פערטעל די סייז און קומט נאר ארויס וועכענליך.

נאך עפעס וואס איך האב מיך יעצט דערמאנט שרייבענדיג דא.
ר' יעקב קאמינעצקי ז"ל, ווען ער האט נאך געוואוינט אין וויליאמבורג, פלעגט כסדר קומען צי די שבת תשובה און שבת הגדול דרשה פון צעהלמיר רב ז"ל.
אויף די שאלה פון זיינע נאנטע, פארוואס ער גייט, האט ער געזאט, איך דאווען אינדערוואכען און צעהלים, צעהלימער רב איז מיין רב, גיי איך הערען זיין דרשה
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיין זיידע ע"ה פלעגט זיין א שטענדיגער מתפלל אין צעהלים שבת נאכמיטאג, דאס הייסט מנחה אין סעודה שלישית, דערציילט מיר זיין איידעם -מיין טאטע לאויט"א- אז ביי די שבע ברכות פון זיין שוואגער דער אנדערער איידעם איז מיין זיידע אויך אהין געגאנגען צו של"ס עס איז געווען די פרשה פון די תוכחה, כידוע האבן תלמידי בע"ש געטייטשט די תוכחה אויף ברכות.

האט דער צעהלימער רב זצ"ל געטייטש די פסוק "והיו חייך תלוים לך מנגד" אז ביי צדיקים איז דאך געווען שייך צו טוישן דעם גוף למשל לכבוד שב"ק וכדו', האט ער געזאגט והיו חייך תלוים לך, דיין גוף וועט הענגען אין די 'קלאזעט' אויף ווען די וועסט איר וועלן איינטוישן...

ודפח"ח, זכותו יגן עלינו.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

געוואלדיג!
the SCY is the limit
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

לעצטענס איז מפורסם געווארן א דרשה וואס ער האט געזאגט בנוגע טעלאוויזשען ווי ער ווענד זיך צי די קינדער אימיטען די דרשה זייער אינטערסאנט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א ווערטל וואס איך האב געהערט בשם צעלימער רב זצ"ל:
ו-שא נס- לקבץ גליותינו = עס וועט זיין SO NICE דו זאלסט אונז אויסלייזן פון גלות
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דער ווארט איז SO NICE :smile:

שעכוח רב קרעמער
the SCY is the limit
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35147
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מ'זאגט נאך אז אמאל האט דער בעל תפלה ביים צעהלים'ער רב'ס מנין נישט געזאגט קיין תחנון, נאכן דאווענען איז א מתפלל צוגאנגען צום רב מיט טענות, זאגט אים דער רב, וואס האסטו געוואלט, א איד זאגט יתגדל ויתקדש שמי' רבא און איך זאל אים שטערן?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאסל האט געשריבן:לעצטענס איז מפורסם געווארן א דרשה וואס ער האט געזאגט בנוגע טעלאוויזשען ווי ער ווענד זיך צי די קינדער אימיטען די דרשה זייער אינטערסאנט.


מער דעטאלן ביטע.

ר' שמחה, קרעמער און פארשלאפן,

אייערע ווערטער בשם דעם צעהלימער רב, זענען איטליכע ווערט א דאנק, יישר כחכם!

אגב, דער צעהלימער רב האט נישט איבערגעלאזט קיינע קינדער ל"ע, דער היינטיגער צעהלימער רב שליט"א הרה"צ ר' יוסף משה גרינוואלד, איז א זוהן פונעם ווייב פון צעהלימער רב זצ"ל וועלכער איז אויפגעצויגן געווארן ביי אים.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מיללער האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:לעצטענס איז מפורסם געווארן א דרשה וואס ער האט געזאגט בנוגע טעלאוויזשען ווי ער ווענד זיך צי די קינדער אימיטען די דרשה זייער אינטערסאנט.


מער דעטאלן ביטע.


נאכן רעדן צי די טאטעס אז מזאל ארויסווארפען דעם טעלאוויזשען ווענדט ער זיך צי די קינדער אז אויב זיי האבן אינדערהיים די כלי זאלן זיי אריינווארפען א שטיין אדער א שטיק האלץ אין זיי זאלען אים קימען דערציילען אין ער וועט זיי געבן א פרייז.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווי איז פארגעקומען די דרשה, און וועלכע יאר?
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

אויף אלע צעטלען אין בתי מדרשים פון לוח המודעות

דאכצעכמיר יאר תשי"ט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א שיין בילד פונעם צעהלימער רב באדיבות חברינו היקר באנשים ר' נחמן נתן הי"ו.
אטעטשמענטס
Tzehlim.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”