רבי מאיר נתן האלברשטאם ובנו ר' שלמה מבאבוב זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

רבי מאיר נתן האלברשטאם ובנו ר' שלמה מבאבוב זצ"ל

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג מארטש 30, 2008 9:59 am

איבער שבת האב איך ארויסגענומען די אלטע פארשטויבטע כתבים מיינער פון אלץ בחור (ווען איך בין געווען אינטא היסטאריע, פארוואס נישט? אל. בעסער ווי לערנען) און איך האב איבערגעקוקט די משפחה אביסל, איך וועל נאך אמאל איבערגיין דא מער בפרטית און מתקן זיין אפאר טעותים.

איך וועל אנהייבען מיט די ערשטע באבובער רב רבי שלמה זצ"ל.

וואו באוואוסט איז זיין טאטע הרה"ק ר' מאיר נתן ז"ל נפטר געווארן בדמי ימיו און די יתום איז נתגדל געווארן בבית זקיניו מצאנז ודזיקוב און אלע נוסחאות תפילות מנהגים וכדו' קומען טאקע פון די צוויי חסידישע הויפן.

ער האט חתונה געהאט מיט זוגתו המלומדת ובקיאה בתנ ובש"ס הרבנית רבקה העניא בת הרה"ק ר' יהושע מקאמינקא ז"ל.

ער האט געהאט צוויי קינדער, די קדושת ציון און אויך א טאכטער וואס האט חתונה געהאט מיט א קאזין הרב חיים יעקב טייטלבוים ז"ל מלימוניב (די שווער בזוו"ר פון די ווייטצענער רב ז"ל און פון די באבובער רב ז"ל).

זיין ערשטע רבנות שטעלע האט ער באקומען בהשתדלות זקינו מצאנז זצ"ל נאך אלץ יונגערמאן, די צאנזער רב פלעגט אים ממנה זיין צו איבערארבייטען זיינע תשובות וואס זענען געדרוקט געווארן שפעטער אין די שו"ת דברי חיים.

ער האט אויף געמאכט די ערשטע ישיבה אין גאליציע ווי ער אליין פלעגט פארלערנען שיעורים, און אסאך מצאצאי הדברי חיים האבן געהאט טענות אויף אים היתכן ער איז משנה און מאכט נייע זאכן, אבער ער האט געטענה'ט אז ווען די דברי חיים וואלט נאך דאן געלעבט וואלט ער אויך געטון אזוי. און טאקע אביסל שפעטער האבן אלע געמאכט ישיבות. פון זיינע תלמידים זענען שפעטער ארויס אסאך רבנים אין די גאליציאנער און אונגארישע שטעט.

ווען די צאנזער רב איז אוועק זענען אסאך תלמידי הדברי חיים געקומען צו אים אלץ ממשיך.

אזוי ווי איך האב שוין אויבן דערמאנט אין קורצען פלעגט די גארליצער רב זיך אסאך אויסדרוקען שארף וועגן אים און ער פלעגט טון די זעלבע אויפ'ן גארליצער רב זצ"ל. די טאכטער פון די צאנזער רב הרבנית נחמה'לע האט זיך איין יאר ביים צאנזער יארצייט כ"ה ניסן געבעטן ברחמים אז מ'זאל שלום מאכען , וכך הוה. און יענע יאר ר"ח תמוז תרס"ה איז די ערשטע באבוער רב אוועק בדמי ימיו פון א שוואכע הארץ. ווען די גארליצער רב האט געהערט די בשורה האט ער זיך צעוויינט און ער האט געזאגט, "דאס געשעט ווען פרויען מישען זיך אריין". די גארליצער רב איז אויך אוועק נאך אין יענע יאר.
לעצט פאראכטן דורך אנדי פעטיט אום זונטאג מארטש 30, 2008 10:33 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26139
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מארטש 30, 2008 10:25 am

א ישר כח אנדי

דאכציך אז איך האב קיינמאל נאך נישט געהערט די מעשה איבער באבוב - גארליץ.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג מארטש 30, 2008 10:42 am

א געמאלענע בילד פון די ערשטע בובובער רב.

ס'זענען דא וואס טענה'ן אז ס'זעהט בכלל נישט אויס.
צוגעלייגטע
14.jpg
14.jpg (3.33 KiB) געזעהן 5882 מאל
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג מארטש 30, 2008 9:47 pm

די מצבה פון די ערשטע באבובער רב אין די שטאט באבוב.
צוגעלייגטע
bobov3016.jpg
bobov3016.jpg (58.17 KiB) געזעהן 5739 מאל
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג מארטש 30, 2008 10:42 pm

די מצבה פון ר' מאיר נתן בן הדברי חיים ז"ל
דער פאטער פונעם ערשטע באבובער רב
ער ליגט אונעם אוהל און צאנז לעבען זיין פאטער דער דברי חיים
צוגעלייגטע
K_Sanz4.JPG
K_Sanz4.JPG (38.97 KiB) געזעהן 5229 מאל
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26010
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 02, 2008 12:19 pm

אז דו האסט ראיות איז עפעס אנדערש, איך האב נאר געפרעגט.

צוריק צו בית באבוב, עס קומט אויס אז משפחת בית וויטצען מזווגו הראשון של הבנין צבי ווען ער איז געווען אן איידעם ביי הגה"צ מלימונב זענען אויך אייניקלעך פונעם ערשטן באבובער רב (דער לימינובער רב פון וומ"ס האט אקע קורא שם געווען פאר זיין ביהמ"ד ע"ש, זייענדיג אן אייניקל פון ווייצענער רב).

האט דער לימונובער רב ר' חיים יעקב געהאט נאך קינדער אויסער אשת מהר"ש השני ואשת הגה"צ מ'ווייטצען?

ר' חיים יעקב מלימונוב איז געווען א זוהן פון ר' משה יוסף איהעלער בן מרן הייטב לב מסיגוט, אזוי ארום איז ער געווען א פעטער פאר ווייצענער רב בן הבנין דוד מאיהעל חתן ר' משה יוסף מאיהעל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28310
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אפריל 02, 2008 1:26 pm

דער לימנובער רב האט געהאט א זוהן ר' שלום אין ניו יארק (עס קען זיין אז ער לעבט נאך לאורך ימים)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26010
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 02, 2008 1:32 pm

קרעמער האט געשריבן:דער לימנובער רב האט געהאט א זוהן ר' שלום אין ניו יארק (עס קען זיין אז ער לעבט נאך לאורך ימים)


אזוי, לא ידעתי, ער האט קינדער?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28310
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אפריל 02, 2008 1:37 pm

ווארשיינליך (ער פלעגט גיין/גייט א קנייטש היטל, מיט א ווייסע בארד)

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 11:23 am

לעווי האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:ווי האט געהייסן דער סוכא רב זעלבסט??


ר' יעקב צבי האלברשטאם הי"ד

ני ווי קען דעמאלס זיין אז ער האט א זון ר' יענקוש???



ער האט טאקע נישט, ביקסאד האט זיך טועה געווען און האט עס שפעטער פארראכטן. יענקוש איז געווען א נעפיו פון די סוכא רב, א זון רבי יחזקאל הלברשטאם בן הצדיק מטשחויב וחתן הקדושת ציון מבאבוב.

אהא הייסט דאס אז סאיז נאך דא עטליכע רעכטע אייניקלעך פון ר' ישעי'לע
איינער וואס איז א קינד פון ר' יחזקאל דאס איידעם פונעם קדושת ציון,ווידער איז דא לויט ביקסאד צוויי קינדער פונעם סוכא'ר רב,
יעצט עטליכע פראגעס וויאזוי זענען טאקע די קינדער פונעם סוכא'רב געראטעוועט געווארן פון די נאצישע הענט? זענען זיי געראטעוועט געווארן מיט די באבוב'ער משפחה?
אין צי דיר מר' ביקסאד האסט אפשר מער אינפארמאציע איבער די צוויי ברידער ווי אזוי זיי קוקן אויס? חסידיש ליטוויש מזרחיש? אדער גאר א בילד פון זיי?

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג פאברואר 16, 2009 12:47 am

יאסל האט געשריבן:אהא הייסט דאס אז סאיז נאך דא עטליכע רעכטע אייניקלעך פון ר' ישעי'לע
איינער וואס איז א קינד פון ר' יחזקאל דאס איידעם פונעם קדושת ציון,ווידער איז דא לויט ביקסאד צוויי קינדער פונעם סוכא'ר רב,
יעצט עטליכע פראגעס וויאזוי זענען טאקע די קינדער פונעם סוכא'רב געראטעוועט געווארן פון די נאצישע הענט? זענען זיי געראטעוועט געווארן מיט די באבוב'ער משפחה?
אין צי דיר מר' ביקסאד האסט אפשר מער אינפארמאציע איבער די צוויי ברידער ווי אזוי זיי קוקן אויס? חסידיש ליטוויש מזרחיש? אדער גאר א בילד פון זיי?

ביי די קריג האט מען געראטעוועט פיר קינדער פון סוכא רב, זיי זענען דערביי געווען אין אונגארן און ביי הרה"ק בעל דבר"י אין שטאט סאטמאר.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג פאברואר 17, 2009 12:34 pm

ביקסאד האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:אהא הייסט דאס אז סאיז נאך דא עטליכע רעכטע אייניקלעך פון ר' ישעי'לע
איינער וואס איז א קינד פון ר' יחזקאל דאס איידעם פונעם קדושת ציון,ווידער איז דא לויט ביקסאד צוויי קינדער פונעם סוכא'ר רב,
יעצט עטליכע פראגעס וויאזוי זענען טאקע די קינדער פונעם סוכא'רב געראטעוועט געווארן פון די נאצישע הענט? זענען זיי געראטעוועט געווארן מיט די באבוב'ער משפחה?
אין צי דיר מר' ביקסאד האסט אפשר מער אינפארמאציע איבער די צוויי ברידער ווי אזוי זיי קוקן אויס? חסידיש ליטוויש מזרחיש? אדער גאר א בילד פון זיי?

ביי די קריג האט מען געראטעוועט פיר קינדער פון סוכא רב, זיי זענען דערביי געווען אין אונגארן און ביי הרה"ק בעל דבר"י אין שטאט סאטמאר.

די האסט פארשפראכן צי ברענגען מער אינפארמאציע איבער די קינדער פונעם סוכא רב אין אויב סאיז מעגליך א בילד, סאיז מיר היבש אינטערסאנט ווי אזוי זיי קיקן אויס היינט ציטאג.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » זונטאג פאברואר 22, 2009 11:06 am

אן אינטרעסאנטע פאקט, עס וואונדערט זיך מיר אז עס איז נאך נישט אויפגעברענגט געווארן דא.


די צאנזער רב האט געהאט קריאת השם ביי זיין אייניקל'ס המהר"ש הראשון מבאבוב זצ"ל'ס ברית, און ער האט געזאגט ויקרא שמו בשיראל חיים שלמה, פארשטייט זיך אז מען האט אים באלד אויפמערקזאם געמאכט, און ביי זה הקטן גדול יהי' האט ער טאקע נאר געזאגט שלמה בן מאיר נתן, און מען האט אים גערופן נאר שלמה.

למעשה ביי זיין חתונה איז געווען צוויי כתובות. (איך ווייס נישט אויב מען האט געליינט ביידע אונטער די חופה.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » זונטאג פאברואר 22, 2009 1:41 pm

לעווי שרייבט
די צאנזער רב האט געהאט קריאת השם ביי זיין אייניקל'ס המהר"ש הראשון מבאבוב זצ"ל'ס ברית, און ער האט געזאגט ויקרא שמו בשיראל חיים שלמה, פארשטייט זיך אז מען האט אים באלד אויפמערקזאם געמאכט, און ביי זה הקטן גדול יהי' האט ער טאקע נאר געזאגט שלמה בן מאיר נתן, און מען האט אים גערופן נאר שלמה.

לויט פון זכרון אז די מחתן ר' מאיר נתן'ס שווער ר'אליעזר מזיקב זי"ע האט אויפמערקזאם געמאכט די מחתן צאנזער רב דרך אגב דער ברית איז געווען און דזיקב
און ווען ר' יחזקל ה"ש בן הרה"ק מטשחוב זי"ע חתן הקדשת ציון זי"ע האט געהאט א קינד האט דער קדשת הציון געגעבן דעם נאמער חיים שלמה און האט דערנאך מסביר געווען אז דאס איז באמת דעם נאמען פון זיין טאטע (אבער למעשה האט ער אליין געגבן פאר זיין זין א נאמען שלמה אליין וצ"ע)
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » זונטאג פאברואר 22, 2009 7:02 pm

עפעס ליגט מיר און קאפ פון א ספר שיר המעלות לשלמה פון מהר"ש מבאבוב זי"ע
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

לעווי
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מאנטאג אפריל 06, 2009 3:11 pm

א קורצע באשרייבונג פון די קידוש החמה אין באבוב תרנ"ז ביי אדמו"ר מהר"ש הראשון זצ"ל.
צוגעלייגטע
1111.jpg
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » מיטוואך אוגוסט 05, 2009 8:57 am

יינט ט"ו באב פאלט אויס יארצייטן פון דריי סאנזער אייניקלעך: 1. ר' מאיר נתן -דער סאנזער רב הצעיר וואס איז נאך אוועק בחיי אביו מרן זי"ע מצאנז און ער איז דער פאטער פונ'עם ערשטען ר' שלמה באבובער זי"ע. 2. ר' צבי הירש - דער רודניקער רב זי"ע א זוהן פון ר' ברוכ'ל גארליצער זי"ע און דער פאטער פונ'עם קלויזענבורגער רב זצ"ל. 3. ר' ברוך הלברשטאם זצ"ל (קוקסט אונ'עם נייעם אשכול ווי איך וועל באלד אי"ה ובל"נ אויף מאכן) א זוהן פון ר' אלישע גארליצער זי"ע.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

לעווי
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מוצ"ש אוגוסט 08, 2009 11:29 pm

כתר ישועה האט געשריבן:יינט ט"ו באב פאלט אויס יארצייטן פון דריי סאנזער אייניקלעך: 1. ר' מאיר נתן -דער סאנזער רב הצעיר וואס איז נאך אוועק בחיי אביו מרן זי"ע מצאנז און ער איז דער פאטער פונ'עם ערשטען ר' שלמה באבובער זי"ע. 2. ר' צבי הירש - דער רודניקער רב זי"ע א זוהן פון ר' ברוכ'ל גארליצער זי"ע און דער פאטער פונ'עם קלויזענבורגער רב זצ"ל. 3. ר' ברוך הלברשטאם זצ"ל (קוקסט אונ'עם נייעם אשכול ווי איך וועל באלד אי"ה ובל"נ אויף מאכן) א זוהן פון ר' אלישע גארליצער זי"ע.


1)הרה"ק ר' מאיר נתן איז געווען א קינד און נישט קיין אייניקל.

2)זייט ווען איז רבי מאיר נתן געווען די צאנזער רב הצעיר? איך האב דאס קיינמאל נישט געהערט אדער געזעהן אין ערגעץ. ביטע ברענגט א מקור דערויף. יישר כח.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » זונטאג אוגוסט 09, 2009 4:37 pm

יאך האב נישט געשריבן אז ר' מאיר נתן איז געווען אן אייניקעל - ההפך הוא הנכון - נסתלק געווען בחיי אביו.

א פונקטליכער מקור האב נישט איצטער באמתחתי אבער ס'איז דברים ידועים פאר ווער ס'האלט נישט ביים לייקענען א יעדע זאך וואס געפעלט עם נישט. ר' מאיר נתן איז געווען דעם איינציגסטער קינד וואס האט געואוינט בסמיכות צונ'עם טאטן און האט עם געהאלפן בעבודת הקודש ובהנהגת הבי"ד.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » זונטאג אוגוסט 09, 2009 10:09 pm

כתר ישועה האט געשריבן:א פונקטליכער מקור האב נישט איצטער באמתחתי אבער ס'איז דברים ידועים פאר ווער ס'האלט נישט ביים לייקענען א יעדע זאך וואס געפעלט עם נישט. ר' מאיר נתן איז געווען דעם איינציגסטער קינד וואס האט געואוינט בסמיכות צונ'עם טאטן און האט עם געהאלפן בעבודת הקודש ובהנהגת הבי"ד.


לא דובים ולא יער

ר' מאיר נתן איז געווען א קדוש עליון וואס מ'האט נישט קיין השגה. דער צאנזער רב האט מעיד געווען אז ווען ער זאל מאריך ימים זיין, וואלט ער געווען...

אבער צו אויפמאכן נארישקייטן, וואס איז נישט געשטויגן און געפלויגן, צו שרייבן אז ער איז געווען רב הצעיר??!!...

אפשר איז כבוד ישועתו זיך טועה מיט'ן קרייזער רב,
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 11:58 am

פארצייטישע שרייבט
כתר ישועה האט געשריבן:
א פונקטליכער מקור האב נישט איצטער באמתחתי אבער ס'איז דברים ידועים פאר ווער ס'האלט נישט ביים לייקענען א יעדע זאך וואס געפעלט עם נישט. ר' מאיר נתן איז געווען דעם איינציגסטער קינד וואס האט געואוינט בסמיכות צונ'עם טאטן און האט עם געהאלפן בעבודת הקודש ובהנהגת הבי"ד.


לא דובים ולא יער

ר' מאיר נתן איז געווען א קדוש עליון וואס מ'האט נישט קיין השגה. דער צאנזער רב האט מעיד געווען אז ווען ער זאל מאריך ימים זיין, וואלט ער געווען...

אבער צו אויפמאכן נארישקייטן, וואס איז נישט געשטויגן און געפלויגן, צו שרייבן אז ער איז געווען רב הצעיר??!!...

אפשר איז כבוד ישועתו זיך טועה מיט'ן קרייזער רב,

עס שטייט און ארזי לבנון אז ער איז געווען רב אזוי ווי זיין ברידער און גאר זיין ברידער האט עם איבערגענימן אבער עס איז שווער צו גלייבן ווייל עס איז נישט אבערגעבליבן נישט קיין שום אנדערע באווייז אויף דעם און נאך מער עס איז נישט אבער געבליבן נישט קיין זיגל און נישט קיין סטעשענערי וצ"ע
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

איטשע
שר האלפיים
תגובות: 2518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג אוגוסט 28, 2009 5:53 am

רבי מאיר נתן איז נישט געווען רב, עס איז באקאנט איז זיין שווער ר' אליעזר'ל דזיקובער האט אמאל געפרעגט זיין פאטער דער צאנזער רב, היתכן ער שאפט נישט א רבנות פאסטען פאר עהם.
צאנזער רב האט עם באטיטול אויף זיין מצבה "האדם הגדול בענקים!!!", עס ווערט נישט דערמאנט קיין פאסטן אויפ'ן מצבה.
ער איז געווען א יונגערמאן ווען ער איז אוועק, און סאנזער איז אויך נישט געווען אזוי אלט, און צאנז איז נישט "דער" גרויסע שטאט אז ער האט געדארפט האבן רבי מאיר נתן'ס אפיציעלע הילף.

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » זונטאג יוני 13, 2010 2:21 am

הײנט איז די יארצײט פינעם הײליגען ערשטען באבובער רב זצ״ל זי״ע ב׳ דר״ח תמוז.
כידוע איז ר׳ שלמה׳לע נאך דער פטירה פין זײן הײליגען טאטען, אויפגעצוגען געװארען על ברכיו פין זײען הײליגען זײדען דער דברי חײם זי״ע, װעליכער האט עם זעהער ליב געהאט. זײן מאמע האט זיך מיט א צײט שפעטער צירוק געצויגען פין צאנז (װיא זי האט געװאינט מיט ר׳מאיר נתן ז״ל) צו איר הײליגען פאטער דער רבין ר׳אליעזר׳ל, קײן דזיקוב. אײנמאל האט די מאמע זיך געבענקט נאך איר בן יחוד׳ל, האט זי געשיקט א בריף צו ר׳ שלמה׳לע אז ער זאל קימען צופארען אויף יום טוב צו איר קײן דזיקוב (אפשר איז עס נישט געװען אויף יום טוב, נאר סתם). ר׳ שלמה׳לע איז ארײן װײזען דעם בריף צום זײדען דער הײליגען דברי חײם, האט דער דברי חײם געזאגט, אז ער געט עם נישט קײן רשות צו פארען, אין ער זאל צירוק שרייבען צי די מאמע אז טאמער זי בענקט זיך, זאל זי קימען קײן צאנז... זי״ע ועכ״י

Paris
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 28, 2010 6:44 am

תגובהדורך Paris » זונטאג יוני 13, 2010 4:43 am

כידוע זענען 3 צדיקים אוועק ר"ח, ר' אהרן קרייזער זצוק"ל ר"ח אב, ואחיו ר' ברוכ'ל גארליצער זצוק"ל ר"ח אדר, אין כ"ק האדמו"ר מהר"ש הראשו"ן מבאבוב זצוק"ל ר"ח תמוז, עס איז דא עפעס א קשר צווישען דער 3 איך געדענק נאר א האלבע מעשה אז עפעס זיי האבן אפגעמאכט אז ביי זייער יום היארצייט זאל מען סייווי נישט זאגען קיין תחנון, אבער די גאנצע מעשה געדענק איך נישט, טאמער איינער קען עס זאל ער עס ביטע צושרייבען וייש"כ למפרע.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג יוני 13, 2010 6:58 am

דער גארליצער רב האט אמאהל געטראפן דער קרייזער רב זי"ע אין מען האט געשמיעסט ווי דער עולם איז מקיל אין זאגן תחנון האט דער גארליצער רב געגעבן אזאג אז דער טאטע דער הייליגער צאנזער רב זי"ע האט אויסגעוועלט א חודש וואס מען זאגט סיי ווי נישט קיין תחנון ד"ה חודש ניסן וואס כידוע איז דער יא"צ כ"ה ניסן אין דער קרייזער רב האט מסכים געוועהן צו דעם אין אינסערסטאנט אז דער גארליצער רב איז נסתלק געווארן ראש חודש אדר אין דער דער קרייזער רב ראש חודש אב וואס מען זאגט ממילא נישט קיין תחנון .

לגבי דער ערשטער באבובער רב זי"ע האב איך נישט געהערט קיין קשר בנוגע תחנון נאר לגבי אן אנדערע ענין וואס כ'וועל נאך שרייבן אבער וואס יא אז דער לעצטער בארומטער באבובער רב ר' שלמה זצ"ל פלעגט כסדר דערציילען דער אובן דערמאנטע סיפור מיט א ספעציעלע חן אין איסטאנט אז ער איז אויך נסתלק געווארן ראש חודש אב תש"ס כידוע .
איך בין די פרעזידענט פון אמעריקא


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: שטאפיק און איין גאסט