א גאנץ יאר פורים!, פריילעך דארף מען זיין..

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

א גאנץ יאר פורים!, פריילעך דארף מען זיין..

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 16, 2008 9:20 pm

יא, איך שעם מיר אביסל, מגלה צו זיין, מיינע מחשבות זרות, וואס איך האב געהאט ביי דעם פארגאנגענע שבת ביים דאווענען די פסוקי דזמרה, יא, ליידער, איר זעהט גוט, איך זאג ענק אויס וואס איך האב געטראכט, ניין איך טראכט נישט הויעך, איך טייפ גאנץ שטיל, אבער איך האב דא אין פלאן, אייך צו דערצייילן וואס האט מיר געיושזעמעט אין מיין של ראש, אבער כדי צו פארשטיין מיינע טיפזימפיגע מחשבות, וועל איך מקדים זיין א קורצע הקדמה'לע.

איך, און מסתם אויך די, האבן געהערט דעם ניגון, פון סיי וועלעכע, יא אדער נישט געשמאקע, מאן דהו, וואס האט געטרייט צו מאכן עפעס פרייליך, אינעם פורים טאג, און אמאל זינג איך מיט, מיט דעם יעניגן, און אמאל קוק איך אן מיט מיין הינער אויג, ווי א יוא נעבעך, אבער נאך אלעם האב איך קייינמאל נישט אריינגעטראכט, איבער די ווארהייט וואס ליגט אזוי טיף באהאלטן, אינטער די אומגעלונגענע וויץ.

ביז...... פארגאנגענע וואך דארנערשטאג, בין איך געזיצן ביי מיין טישל, און פארזינקען מיט מיינע חלומות, און דערטראנקן אין חזיונות, ווען עס איז מיר אנגעקומען א נייע אימעיל, פון מיינס א ידיד, אבער ווען איך האב עס געעפענט איז מיין גאנצע רוהיגקייט צופאלן, און מיין מרבין בשמחה צוטראסקעט, און מיין שמייכל איז פארשווינדען, און מיינע בארד אויף די באקן האבן אנגעהויבן צו ווערן באוואסערט, און דאס איינגיצסטע מקום ווי כ'קען מוטיילען מיינע געפילן, איז דא טאקע אין אט דעם מקום, ובכן וועלן מיינע געפילן אויסגעליפטערט ווערן, און דער בריעדיגע שטיין וואס ברענט אויף מיין הארץ, ווי א פאלאפל אויפן מאגן, וועט אי"ה אפגעקוהלט ווערן, אזוי ווי חז"ל האבן מיר צוגעזאגן, אז צרת רבים חצי נחמה.


[url=http://www.impressiveslide.blip.tv/#741749]דא איז פאר אייך דעם לינק, אבער הזהרו!!, דאס איז נישט קיין מאטריאל, פאר שוואכע הערצער, און עפענט דאס נישט אינמיטן עסן.
[/url]

אין יעצט איר האט עס שוין געזעהן, פרעג איך אייך דעם באמבע קשיה, וואס איז מרפסין קרעטשמע, די קשיה איז......... מי כעמך ישראל? נו ווער נאך קען דאס באווייזן?, ער מאכט דאס מיט, און ער איז מלא שמייכל, און חיזוק, ווער ער ווייסט אז עס איז נישט דא קיין רפואה אין די גשמיותדיגע וועלט, נאר דער בורא עולם איז זיין ישועה.

אבער אויב מיינט איר אז דאס איז עס, אין פערדיג, ניין, עס איז ווייט דערפון.

זאג נאר, די קענסט דעם אינגערמאן וואס טאנצט דארט, אזוי געשמאק אין לעבעדיג, עס זעהט דאך אויס ווי די וועלט לאכט צו אים, איך וועל דיר דערציילן א סוד, ער איז שוין צען יאר נאך די חתונה, אין ער האט נישט קיין זרע של קיימא, יא, עטליכע מאל איז שוין שיעור געווען א שמחה, אין ליידער איז דאס נישט ערגעצט געווארן, אבער ער טאנצט אין איז מלא הומאר, אין שמחה, פשוט ביי אים איז א גאנץ יאר פורים, יא, א גאנץ יאר פארשטעלט, ווי א "פרייליכע איד".

קום אהער דא, אין קאווע שטיבל, די זעהסט דעם געשמאקע נייעס פארקויפער, אין אלץ ווייסער, ער לאכט פון די וועלט, עס פאלט אייך נישט איין, אז זיין יארגאנג איז די אינגע איין אין צוואנציג, אין ער האלט שוין ביי זיווג שני, ווייל ער איז געווען א אלמן, אבער אבער ער רעדט און פלעטשקעט, אין איז מלא הומאר אין שמחה פשוט ביי אים איז א גאנץ יאר פורים, יא, א גאנץ יאר פארשטעלט, ווי א "פרייליכע איד".
ביי אינז אין קרעטשמע, ר' מנשה איז דאך אינזער סיבאל פון הערא-איזים, וואס ער האט און האלט אינאיין באווייזן איז גאר נישט משיג צו זיין, מיט אינזער פאטעטא קאפ, ווי א אינגערמאן וואס האט שוין זוכה געווען מיט זיין אשת חיל, צו זעהן א לעכטיגע קינד, און זיי האבן נישט זוכה געווען אנצוהאלטן דעם שותפות אויף דאס מגדל צו זיין, פשוט, ווייל איר יונגע לעבן איז ליידער געקומען צו א פריצייטיגע שניט, אבער אויף אים אליינס קוקטס נאר אויף זיין געשמאקייט, ער טאנצט אין שפרינגט, אין איז מלא הומאר און שמחה, פשוט ביי אים איז א גאנץ יאר פורים, יא, א גאנץ יאר פארשטעלט ווי א "פרייליכע איד".

די זעהסט דעם אינגערמאן, וואס שלעפט דארט די טיש, יא יענער עסקן, וואס איז ווארעם אין געטריי לכל דבר שבקדושה, ס'זעהט טאקע אויס, ווי ער האט נישט קיין אנדערע דאגה, נאר טאקע דאס, ווי זוי די טישן ביי שלש סעודות, זאלן זיין אויסגעשטעלט, ווען די ווייסט ניטאמאל אז זיין טאטע גייט נעבעך אויס, מיט די געפערליכע MS מחלה, אבער ער איז ביזי מיט העלפן אידן, אין איז מלא הומאר, און שמחה פשוט ביי אים איז א גאנץ יאר פורים יא, א גאנץ יאר פארשטעלט, ווי א "פרייליכע איד".

טוה א קוק אויף יענעם בחור, ממש א גן עדן צו זעהן זיין דאווענען, יא, ער איז א חתן וואס איז מלא שמחה ורגש, ער גרייט זיך אויפצושטעלן א נייע בית נאמן בישראל, ווען ער ווייסט אז זיין טאטע איז אונטער די גראטעס פון רעגירונג צעלן, און די קומענדיגע מאל וואס זיי וועלן זיך פרייען אויף די פרייע וועלט, וועט על פי דרך הטבע זיין ביי דעם חתן'ס קינדער'ס חתונה, אבער ער טאנץ אין איז מלא הומאר, און שמחה פשוט ביי אים איז א גאנץ יאר פורים, יא, א גאנץ יאר פארשטעלט ווי א "פרייליכע איד".

און אזוי קען איך, און די, צענדליגע פארשטעלטע אידן, יונגע און אלטע, וואס ביי זיי איז טאקע פורים א גאנץ יאר, און מען טראכט פשוט נישט אריין, ווי די דאזיגע אידן זענען פון די העכסטע ביי כלל ישראל, דאס זענען די געשלייפטע דימאנטן, פון די העכסטע אינדאסטריע.

אבער ביים דאווענען, האט מען אייביג מער צייט דאס איבער צו טראכטן, אין מיינע הענט און פיס, האבן נישט געוויסט וואס צו טוהן, ביז כ'בין אנגעקומען צו דעם געבענשטע קאפיטל, פון נשמת כל חי תברך את שמך, יא, נברך......... מיר בענטשען דיר טאטע........

אבער די קלימאקס, איז געווען, ביי די ווערטער, ומחלים רעים........ ורבים......... ונאמנים......... דליתנו: דריי פאכיגע שנירלעך טרערן, האבן זיך ארויסגעלאזט פון מיינע אויגן, אין זיך געבעטן ביים טאטן.... הוי, טאטע, יישר כח, און א דאנק, אז עד הנה עזרונו רחמיך. ולא עזבונו חסדיך ה' אלהינו. אבער גיב מיר דיין ווארט, און זאג מיר צו, אז ואל תטשנו ה' אלוקינו לנצח:..........

און דאן איז געקומען די פייערדיגע ריקוד, אויף די ווערטער, על כן אברים שפלגת בנו. ורוח ונשמה שנפחת באפינו. ולשון אשר שמת בפינו. הן הם. יודו ויברכו וישבחו ויפארו וישוררו וירוממו ויעריצו ויקדישו וימליכו את שמך די בית מדרש אידן, האבן מסתם נישט געקענט פארשטיין וואס עס איז גאר געשעהן מיט מיר, אבער דא איז פאר אייך קלאר דעם תירוץ.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג מארטש 16, 2008 10:04 pm

זיידעניו, א שיינעם ארבעט אראפ געלייגט, כאטש כאנישט קיין אהנונג וואס מ'זעהט דארט אויפן לינק דיינעם, זשעי נעט פארגינט מיר נישט דאס צו זעהן.

שכוח.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » זונטאג מארטש 16, 2008 10:08 pm

זיידעניו, אזא קנאקעדיגע באשרייבונג אויף די קליפ, איך האב עס אויך באקומען אויף אימעיל פון איינעם, איך האב נאר געקוקט עטליכע סעקונדעס, און אויפגעהערט. ס'איז מיר גענוג געווען. אבער די באשרייבונג איז עפעס אויסטערליש. ייש"כ!
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מארטש 16, 2008 11:27 pm

דראמאטיש. סיי די קליפ און סיי די באשרייבונג. עס וועט מיר נעמען ביז איך וועל זיך קענען צוזאמקראצן. אבער וואס טוט זיך מיט אריינשיקן געלט פאר די פאמיליע דארט? זיי לאזן אן אדרעסע?

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » מאנטאג מארטש 17, 2008 12:46 am

נישט נארמאל!!! איך קען שוין נישט שלאפן.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מאנטאג מארטש 17, 2008 12:53 am

דאן באזוך דא
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג מארטש 17, 2008 9:11 am

איך קען נישט זעהן דעם לינק, אבער געשלאפן בינעך שוין נישט געהעריג ביינאכט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23747
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 17, 2008 9:14 am

זיידעניו:

מעכטיג און הארציג אראפגעלייגט,

מאכסט נאר איין קליינע טעות די אידן זענען גארנישט פארשטעלט זיי זענען באמת בשמחה.

אויסער דעם, אין די הייליגע תפלה פון נשמת האסטו ביז ומחלים רעים גארנישט געטראפן?

איך וועל דיר אי"ה נאך איבערטייטשן דאס גאנצע נשמת ווארט ביי ווארט אז דו וועסט וויסען וואס עס מיינט א נשמת, איבער דעם אי"ה בייי א קומענדיגע געלעגנהייט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג מארטש 17, 2008 10:07 am

איך וויין. זיידניו, כ'האב נישט קיין ווערטער.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מארטש 17, 2008 10:54 am

א שטארקער ארטיקל, אבער לדאבוני קאן איך דער קליפ נישט זעהן, איך ווייס נישט פון וואס די רעדסט, אבער פארשטיין פארשטיי איך יא, די שרייבסט מיט אזויפיל געפיל און הארץ, אז מ'ציגייט ממש.

א טובה נאר, פראביר ארויפצולייגן דער קליפ אויף יו-סענד-איט אז די אלע דזשעי נעט באניצער זאלן דאס קענען זעהן און האבן מיטלייד און גלייכצייטיג פארשטיין אייער גאנצער באשרייבונג.

יישר כח.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג מארטש 17, 2008 11:22 am

איך האב געזעהן די קליפ לעצטע וואך אויף אן אנדערע קאמפיוטער, און איך וועל בקיצור שילדערען פאר די וואס קענען נישט זעהן וואס די מדובר דא איז, אבער להוי ידוע אז אינו דומה שמועה לראי' און ס'איז נישט מעגליך עכט ארויס צו ברענגען די ווייטאגליכע געפילן פון די קליפ. דאך, נעמט עס נישט אוועק פון זיידעניו'ס ארטיקעל וועלעכע איז הערליך און הארץ רייסענדיג אפי' אן די קליפ.

די קליפ איז איבער א וויזניצער אינגערמאן וועלעכע האט געפירט א פרייליכע געשמאקע לעבן, א שטוב מיט קינדער, ער האט געהאט א געהעריגע פרנסה און געקויפט א הויז. מ'זעהט ווי ער בויט די סכה מיט זיינע זיסע קינדערלאך און ווי ער טאנצט מיט זיי ביי די חנוכה ליכט וכו' ווען פלוצלינג איז ער דיאגניזירט געווארן מיט די ביטערע ציגרונד לייגענדע עי על עס מחלה (לו געריגס דיזיעז). דאס איז א מחלה וואס אלע מוסקעלן גייען נעבעך ציגרונד. מ'זעהט ווי ער קען זיך היינט נישט רירען קיין שום אבר אפילו עסען און אטעמען קומט אים אן שווער. ער דארף הילף אויף א יעדע שריט און טריט. און דאס אלעס איז געשען אין געציילטע וואכן און חדשים. דאך טוט ער אלעס אנצוהאלטען זיין אייביגע שמייכעל און פרייליכקייט מיט זיין משפחה און זיינע קינדער. שפעטער גייען זיי אריין אין די שווערע הוצאות וואס ס'קאסט אים אפ.

זיידעניו, דיין ארטיקעל איז איינס אין די וועלט און דו ברענגסט אויף א זייער וויכטיגע טעמע.

איך פול אז דא איז די פלאץ אויס צו שמועסען א ענין וואס איך פלאג מיך שוין דערויף לאנגע צייט. ווען מען דרייט זיך צווישען מענטשען וועלעכע מאכן מיט א שווערע פראבלעם ווערט מען אסאך מאל פארלוירען און מ'ווייסט נישט ווי זיך אהין צו טון און וואס איז די וויכטיגע און ריכטיגע רעאקציע און וואס זאל מען יא זאגן און וואס נישט. אסאך מאל ווערט מען אזוי פארלוירען אז מען פירט זיך ממש אויף ווי א בהמה.

איך האב א חבר וואס האט א נישט געזונטע קינד אין שטוב, ס'פארדרייט ממש דאס גאנע שטוב די טאטע קען נישט נעמען קיין געהעריגע ארבייט, נאר עפעס ווי ער זאל קענען זיין גרייט א יעדע סעקונדע צו לויפען מיט זיין קינד אין שפיטאל, אזוי ווי עס געשעהט ליידער גאנץ אפט. אין די היים און אין די קאר זענען אלע מעדיצינען און מאשינען גרייט על כל צרה שלא תבא. און ס'כמעט אומעגליך פאר זיי אוועק צו פארען פאר וועקאציע אדער יום טוב. איך טראכט צו מיר, וואס האב איך צו רעדען מיט אים. ער פארשטייט מיר בכלל נישט, ער מיינט אז איך בין משוגע אז איך בין ביזי מיט אזעלעכע שטותים און לאקשען ווען ס'איז דא אזוי פול וויכטיגערע זאכן אין לעבען. די מענטשען האבן דאך אזא קלארע און ריינע בליק אויף די וועלט און זייער בליק איז אזוי אנדערש ווי אונזערע. איך קען נישט רעדען וועגען פארוויילונגען מיט אים, ווייל ער קען דאס נעבעך נישט האבן. איך קען נישט רעדען וועגען קינדער ווייל ער מוטשעט זיך נעבעך אזוי מיט זיינער. פרנסה איז דאך סתם נישט שיין צו רעדען מיט אים, ווייל ער מוטשעט זיך אזוי. איז וואס זאל איך יא רעדען מיט אים? זאל איך רעדען מיט אים חיזוק ווערטער? דארף ער דען מיין חיזוק? וויל איך אים דען מאכען פילען ווי א רחמנות? און בכלל ווי פול קען מען רעדען חיזוק? איז וואס זאל איך יא רעדן מיט אים? איך בין דאך געווען אמאל אזוי נאנט מיט אים און היינט פרוביר איך אים צו עוואוידען אויף ווי ווייט מעגליך. וואס זאל איך טון? ווי אזוי קען איך זיין נאנט מיט אים און דאך אים נישט וויי טון? אסאך מאל טראכט איך צו מיך אז ער דארף מיך בכלל נישט האבן. וואס דארף ער מיך פאר? ער ווייסט דאך אז איך פארשטיי נישט צו די וויכטיגע זאכן אין לעבען.

די זעלבע פאבלעם האב איך מיט מיין פעטער וואס זיין קינד האט יענע מעשה. און די זעלבע פראבלעם האט מיין ווייב מיט איר חבר'טע וואס האט מפיל געווען א קינד אין די ניינטע חודש נאכ'ן ווארטן פאר א שידוך פאר 4 יאר און נאכ'ן גיין פאר טריטמענטס פאר 6 יאר. די זעלבע פראבלעם האב איך מיט עני מענטש וואס מאכט עפעס מיט. און פארדעם טאקע גיי איך נישט מנחם אבל זיין, און איך גיי ווייניג מבקר חולה זיין עכטע חולאים.


מאנכע וועלען מיינען אז איך בין אן עגאואיסטישע מענטש, און איך זיך מיך אליין פשוט צו מאכען פולען גוט. די ענטפער איז ניין! און נאך אמאל ניין! איך וואלט געטון אלעס אין די וועלט זיי צו מאכען גרינגער, אפי' אויב זיי ווייסען קיינמאל נישט דערפון. איך שאף געלט פאר זיי, און איך שיק אינטער הילף אבער קיינער פון זיי ווייסט נישט אז ס'איז פין מיר. איך וויל פשוט וויסען וואס איז די ריכטיגע צוגאנג, און אויב די ריכטיגע צוגאנג איז טאקע נישט צו רעדען מיט זיי, און אפצוהאקען מיט זיי, דאן וויל איך דאס טון מיט א פארגעניגען, וויסענדיג אז דאס איז די בעסטע פאר זיי.


איך וויל נאר צולייגען איין וויכטיגע נקודה. איך בין 'נישט' קיין רחמנו צוליב מיין אויבן דערמאנטע דילעמע ח"ו, און הלואי די אלע געפלאגטע אידן זאלן נאר האבן 'אזעלעכע צרות' אמן!
לעצט פאראכטן דורך אנדי פעטיט אום מאנטאג מארטש 17, 2008 1:56 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23747
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 17, 2008 11:39 am

אנדי: אויף מיין אחריות,
קענסט און די זאלסט מיט יעדן רעדן אלעס אזוי ווי דו ביסט געווען געוואוינט ביז יעצט,
נאר היט דיך פון צוויי זאכן:
זיי נישט נייגעריג צו וויסען מער ווי דו ווייסט.
און זאג נישט קיין עצות און מיינונגען.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג מארטש 17, 2008 11:43 am

זיידעניו און אנדי, אייער מעכטיגע ארטיקלען האט מיך געמאכט זאגן א קפיטעל תהלים.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג מארטש 17, 2008 11:47 am

זיידעניו און אנדי געוואלדיג און שרעקעדיג.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מארטש 17, 2008 12:05 pm

אנדי, שכוח פארן עס אראפ שרייבן, איך בין שוין נישט זיכער, צו איך ווילעס זעהן.

פארשלאפן'ס פוינט איז זייער ריכטיג, ובפרט די צוויי לעצטע שורות פון זיין פאריגע תגובה. (כ'רעד נישט פון די חתימה.)

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג מארטש 17, 2008 12:45 pm

גם אני מצטרף אז איך קען נישט זען די קליפ
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג מארטש 17, 2008 12:50 pm

א שמועס וואס איך האב געהאט אין אישית מיט הרב פארשלאפען.

איך ברענג עס דא אראפ לתועלת הרבים ברשות פארשלאפען און מ'וועט דא ממשיך זיין לזכות אלע אידישע קינדער.

farshlufen האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אנדי: אויף מיין אחריות,
קענסט און די זאלסט מיט יעדן רעדן אלעס אזוי ווי דו ביסט געווען געוואוינט ביז יעצט,
נאר היט דיך פון צוויי זאכן:
זיי נישט נייגעריג צו וויסען מער ווי דו ווייסט.
און זאג נישט קיין עצות און מיינונגען.


פון א טאטע וואס דאנקט יעדען טאג דעם אדון כל תולדות וואס האט אים באשאנקען מיט א אוצר'ל וואס ברויך ספעציעלע הילף.


אנדי כתב:
באלד ווי איך האב געזעהן דיין תגובה האב איך פארשטאנען אז דו רעדסט פון עקספיריענס. די שאלה איז אויב דו ביזט זיכער אז אלע זענען אזוי. ווייל למשל מיין פעטער, פאר זיין קינד איז דיאגניזירט געווארן איז ער געווען אן אנדערע מענטש. היינטיגע טעג אבער איז ער געווארן זייער פארמאכט און ער רעדט ממש קורץ און שארף און לאו דוקא פון דעפרעשען ווייל ער זעהט נאך אויס צו זיין פרייליך גענוג און נאך. ס'זעהט פשוט אויס אז ער האט שוין אזוי פול געזעהן בין כותלי השפיטאל אז ער איז מחשיב יעדעס ווארט און יעדעס סעקונדע מער ווי איך און אנדער מענטשען.

איך וואונדער מיך אלץ אויב ער איז בכלל אינטרעסירט צו רעדען מיט מיר פשוט'ע מענטשעלעך וואס זעהן נישט דנפלאות הבורא יעדע סעקונדע אין טאג.

צווייטענס, אויב א זייער נאנטע מענטש פרעגט דיר נישט ווי אזוי דיין שטוב גייט אדער אויב דו גיבסט דיך נישט אן עצה, פולסטו נישט אז ער מאכטזיך נישט צו טון פון דיין מצב?


פארשלאפען כתב:
איך וועל דער ענטפערן על ראשון ראשון.

ערשטנס: איך קען נישט זאגן אז איך בין נישט געווארן אינגאנצן אן אנדערע מענטש, אבער איך ערווארט נאך אלץ אז מיינע חברים און נאנטע זאלן רעדן צו מיר ווי אייביג.

צווייטענס: אפילו גאר א נאנטער מענטש טאר נישט זאגן און פרעגן צופיל.

און דריטענס איך האף נאך צו שרייבן איבער דעם דא אין די קרעטשמע ועוד חזון למועד


אנדי כתב:

דאס איז טאקע די שווערע חלק, ווייל מ'וויל נאר אביסעל רעדען דערפון אבער מ'ווייסט נישט וויפול יא און וויפול נישט. און נאך מ'ענדיגט רעדען קען מען נישט אויף הערען צו טראכטען און אנאליזירען אויב מ'האט גוט געזאטגט אדער נישט. אויב ס'געווען צופיל אדער צו ווייניג. אויב מ'האט יענעם אפשר וויי געטון. און דערנאך קען מען זיך נשיט מוחל זיין, מ'פילט זיווי א שוטה. מען שעמט זיך צו קוקען יענעם אין פנים אריין, און אזוי גייט עס ווייטער ביז מ'האט שוין מורא צו רעדען מיט יענעם.


פארשלאפען כתב:
חיזוק איז אין אמת'ן א זאך וואס גאר גרויסע ווייסען נישט ווי אזוי מ'געט, און פאר מ'עפנט דאס מויל צו זאגן פאר איינעם דארף מען בעטן דעם בוכ"ע ער זאל אריין געבן די ריכטיגע ווערטער אין מויל.
דער אמת איז אבער אז איך וואלט געוואלט פירן דעם ווערטער אויסטויש אינעם קרעטשמע, ואילו באתי רק בשביל זה בין כותלי קרעטשמתינו די.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מארטש 17, 2008 12:54 pm

מיר ווארטן אויפן פארזעצונג, רבותי, כאפטס אבער א קוק וואס די קרעטשמע טוהט אויף, ס'מאכט מענטשן זאלן זיך נישט דערטרינקען אין זייערע פראבלעמען, דער פון אויבן זאל העלפן, קיינער זאלעס נישט וויסן פון עקספיריענס.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג מארטש 17, 2008 12:55 pm

איז ווי אזוי מעסט מען אפ צו וויסען וואס צו זאגען און וואס נישט?

בעסער לאמיך פרעגען א מער כלליות'דיגע שאלה, ווי אזוי קען מען אנהאלטען די נאנטשאפט פונקט ווי פריער? און איז דאס וואס די באטרעפענדע ווילן טאקע?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג מארטש 17, 2008 1:19 pm

איך_הער האט געשריבן:מיר ווארטן אויפן פארזעצונג, רבותי, כאפטס אבער א קוק וואס די קרעטשמע טוהט אויף, ס'מאכט מענטשן זאלן זיך נישט דערטרינקען אין זייערע פראבלעמען, דער פון אויבן זאל העלפן, קיינער זאלעס נישט וויסן פון עקספיריענס.

האסט נישט געקענט בעסער זאגן.
אנדי, שכח פארן אריינברענגן די דיסקאשן דא, איך ווארט אויך אויף אן ענטפער אויף דיינע הארץ רייסענדע קשיות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23747
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 17, 2008 2:03 pm

דו פרעגסט וואס צו זאגן, זאג אים פשוט אז דו ביסט גרייט אים ארויס צו העלפן אויב ס'פעלט אויס, אבער דאס און נאר דאס, רעד נישט קיין איין איבעריג ווארט איבער דעם ענין .

נאנטשאפט קען מען נאר אנהאלטן אויב מ'פירט זיך יא אויף ווי ביז היינט, שמועס און רעד כאילו לא הי'.

און יא דאס איז וואס ער ערווארט פון דיר.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מארטש 17, 2008 2:21 pm

אנדי א גרויסן יישר כח פאר אייער ערקלערונג און פאר אייער באשרייבונג מיט דער פראבלעם וואס די מאכסט מיט. (הלוואי אויף די אנדערע אידן געזאגט)

ליידער איז דא זייער אסאך פראבלעמען היינט און דאס ברענגט אז זייער אסאך אינגעלייט האבן חברים וואס האבן פראבלעמען, אלזא איז דאס א וויכטיגע טעמע ווואס דארף ווערן אויסגעשמיסט, און רב פארשלאפן, זיי נישט אזוי פארשלאפן, מיר נעמען פון אייך אייער עדווייז, איך ווייס נישט ווער איר זענט, אבער איר זענט יעצט אינזער מורה דרך אין די ענינים, עס איז זייער האקאלע ענינים און מ'ברויך וויסן פונקטלעך וויאזוי זיך אומצוגיין מיט א מענטש.

שפאטר נישט קיין ווערטער.

דער עיקר איז א אלע אידן זאלן שוין געהאלפן ווערן מיט אלעס וואס עס פעלט זיי, און מ'זאל שוין בקרוב הערן דער שופר של משיח וואס וועט שוין ברענגען אן עק און א סוף צו אלע צרות ישראל. אמן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23747
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 17, 2008 4:52 pm

איך וויל מיך דא אנטשולדיגן ברבים פארן זיידן זאל לעבן, פארן פארדרייען זיין אשכול. ס'איז פשוט געווען מענין למנין באותו בנין.

יעצט לאמיר טאנצען א גאנץ יאר פורים א גאנץ..........
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 17, 2008 5:11 pm

נישט לאנג צוריק האב איך געזעהן דעם סלייד-פרעזענטעישאן פון הרב ווייס ביי א געלט-אקציע וועלכע איז געווען געווידמעט פאר די צוועק, זאל דער פון אויבן העלפן אלע אידן מיט רפואות וישועות, ישועת ה' כהרף עין.

ליידער ליידער דער מחלה ALS ה"י האט דערווייל נישט קיין רפואה, און ווען איינער ווערט נעבעך דיאגנאזירט דערמיט רח"ל איז ביטער ווי א גאל, ביי די גוים להבדיל האט מען שוין געהערט פון א געוויסע טויון-דאקטאר קווארקיען וועכלער איז יארן לאנג געזעצן אין תפיסה פארן ממית'ן מענטשן וועלכע עס איז זיי נמאס געווארן דאס לעבן, די מכה בפטיש זיינע איז געקומען מאכדעם וואס ער האט פאבליצירט אויף די פאפולערע 60 מינוט פראגראם אזא עפיזאד מיט א גרויסע ספארטלער וועלכער האט בוחר געווען דעם טויט וועלכע זאל ענדיגען זיינע יסורים וצרות.

ביי אונז אידן ווייסט מען אבער אז יעדע זאך האט זיין סיבה, און אויב דער מסבב כל הסיבות האט איינעם געגעבן א צרה ל"ע איז דא דערויף א חשבון וואס מיר פארשטייען נישט, מיר צוקוקער קענען נאר טוהן אזא צייט צו לינדערען דעם מענטשן'ס פיין און פארגרינגערן פאר די משפחה און ארומיגע.

און צו דיר הרב פארשלאפן, בלייב מיט אונז מיר ווילן הערן נאך, אבער צו דער זעלבער צייט ווילן מיר דיר זאגן אייער אנוועזהייט דא ווי מיר זענען קונה פון אייערע ידיעות און קענטעניסען איז ווערט אלע געלטער לאו-דוקא די הדרכה אין די ענינים, נאר אייערע כלליות'דיגע הגהות והערות איז מאירין כספירים ויקרה היא מפנינים, זכות הרבים תלוי בך.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג מארטש 17, 2008 6:46 pm

איך ווייס נישט אויב עטץ קענסט מסתם רוב קענען אים ר' שלמה באכנער, ער איז א לעבעדיגע מוסר ספר ווי שטארק ער איז מצדיק את הדין ער האט ליידער נישט זוכה געווען צי זרע של קימא און ער העלפט יודן און די גאנצע וועלט ממש מיט מס"נ, איך האב געהערט א דרשה דעי וואך מצש"ק ביי א מל"מ, ווערטער וואס איך האב ממש נישט געגלייבט אזוי מצדיק את הדין צי זיין, דאס האט מיר געגעבן חיזיק אויף ווייטער צי זיין פריילעך מיט וואס השי"ת האט מיר געגעבן ב"ה, ווען מען זעט א יוד וואס מאכט ליידער מיט אסאך אויף סיי וואסערע אויפן און ער איז פריילעך געט דאס חיזיק אויף ווייטער פאר א יעדן איינעם, זאל דער אייבישטער העלפן אז אלע יודן זאל זיין באמת פריילעך מיט פריילעכע הערצער, אינעם גרויסן טאג זאל יעדער אויספוילן אלעס גיטס בב"א
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שטיגליץ און 4 געסט