לכבוד פורים: זעקה גדולהההההה ומרה!!!!!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

לכבוד פורים: זעקה גדולהההההה ומרה!!!!!!

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג מארטש 16, 2008 3:49 pm

אין די מגלה שטייט.... ויזעק זעקה גדולה ומרה!!!!!!!!

די תורה איז דאך נצחיות, ממילא קומט אויס אז היינט בימי הפורים דארף מען אויך מאכען א זעקה גדולה. אשר על כן וועל איך מיך נעמען די האנט אין די פעדער אריין, און מאכען אזא מין זעקה גדולה, אז ס'וועט פליען גדולים פון אלע זייטן!

ווי מען גייט און ווי מען שטייט זעט מען און מ'הערט מחאות מחאות און נאך מחאות. די פאר מחאה'דיגע פסוקים איז שוין שגור אויף די צינג פון א יעדע שמויגער, ווי למשל, קול ענות אנכי שומע, מחאה אדירה, כולנו למערכה ..., שומו שמים, און נאך און נאך.

מוחה! מוחה! מוחה! דאס איז דאך די סטייל היינט. לאמיר זעהן ווער קען מוחה זיין מער. לאמיר זעהן ווער קען אויף טרעפען עפעס מער 'ארגינעל' און מער 'וויכטיג' מוחה צו זיין. פארשטייט זיך אז איך רעד נישט פון אן אמת'דיגע פירצה וואס די מנהיגים ועיני העדה פילן פאר וויכטיג צו לאזען הערען זייער וויי געשריי ברבים. איך רעד פון די נייע טרענד, די נייע פעסטקייט, אז א יעדע בר נש וואס האט א קאמפיוטער אין שטוב, און ער קען פרינטען צעטלעך, א יעדע שיינע איד וואס האט א טעלעפאון אין שטוב, און ער קען רעדען אויף א ליין, א יעדע ט"ס וואס האט א רעכטע האנט צו קענען קלאפען אויף א בימה, און א ברייטע פיסקל צו קענען שרייען, איז מוחה. אויף וואס איז מען מוחה? אויף וואס נישט? זיי אליין זענען נישט זיכער אין אנהויב אויף וואס זיי זענען מוחה, אבער זיי האבן בטחון אז ביין סוף פון זייער מחאה וועט זיך שוין אויס קאכען עפעס א פירצה. בייטאג מוחה'ט מען, און ביינאכט חלומ'ט מען איבער נייע פירצות מוחה צו זיין. די מער מחאות אינטער זיין פאסיק, די שענער זיין שיינע איד'שאפט איז אין בית המדרש. א שדכן זאגט מיר אז מ'פרעגט שוין היינט ביי שידוכים, צו די בחור האט א פאטענציאל צו קענען מוחה זיין.


שוין א לענגערע צייט וואס איך דריי מיך ארום מיט די שווערע קאשע פון למה נגרע? פארוואס זאל איך מיך נישט מיטכאפען מיט די שוואונג און אויך מוחה זיין? אז אזוי פול מענטשע מאכן מיליאנער דאללארן א יעדע טאג פון מחאות, לאז מיך אויך האבן א סלייס פון די פיי! איך האב טאקע נישט קיין קאמפיוטער, און א טעלעפאון ווי צו רעדען אויף א ליין האב איך אויך נישט, (מיין ווייב איז אויף די טעלעפאון 24/7) , און מיין רעכטע האנט טוט מיר זייער שטארק וויי, איך קען נישט האקען אויף די בימה, אבער א קרעטשמע האב איך, וועל איך מוחה זיין דא אויף אלע פירצות וואס איך האב מיך פארשריבן אין די לעצטע פאר וואכען. וזאת למודעי, אז יתר מה שקראתי לפניכם כתוב כאן, ס'דא נאך אסאך גרוסע פירצות בעוונותיכם הרמי"ם, אבער איך פארשטיי אז מ'קען נישט מסכן זיין די גאנצע וועלט מיט אלע אירע פירצות אויף איין מאל, עמיר דערווייל נאר רעדן איבער די 'גאר ערענסטע' פירצות וואס קומען ליידער פאר, וזה החלי.


לעצטענס איז געווארן א גרויסע פירצה אז די יונגע דור נעמט זיך די חוצפה משנה צו זיין ממנהג אבותיהם ר"ל, ווי ס'איז ידוע קען דאס פירען צו דאס ארגסטע וואס ס'נאר שייך. אמאל האט מען געוואוסט אז א זאך וואס מ'האט געזען ביים טאטע'ן אין שטוב איז קודש קדשים, און מען דערוואגט זיך נישט משנה צו זיין חלילה. איך רעד דא איבער די נייע מאכל וואס ליגט ביי די יונגווארג - ליידער ליידער נישט מער נישט ווייניגער - אויף די הייליגע שבת קודש טיש, עס רופט זיך 'חריינעיז'! שומו שמים והארץ וכל צבאם! ווי נעמט זיך א יונגערמאן די חוצפה משנה צו זיין פון די מנהג קדמאי צו עסען שבת - מיט די צדיקים הנמשלים לדגים - אביסעלע חריין? ווי אזוי לאזט מען צו אזא מאדערנקייט פון אריין מישען מייענעיז אין די שבת'דיגע חריין? און איבער אלעם זינגט זיך דער יונגערמאן אונטער עפעס א ווארימע תנועה'לע מיינענדיג אז מיט דעם האט ער אינטער געקויפט די אייבישטער? מ'דארף אויס רייסען דער 'מייענעיז' פון די חריין!!!!

כולנו למען הצלת החריין!


לעצטענס זעט מען אין מארדענערזירטע בתי מדרשים, ווי ביי די סינק איז דא 'פאפיער' זיך אפציווישען די הענט נאכ'ן וואשען. תסמרנה שערות ראש ולענה!! ווי ווייט האבן מיר זיך נעבעך דערקייקעלט? אז בתי מדרשים זאל'ן אויס זעהן ווי די תיפלות פון די נעאלאגען? אונזערע זיידעס נאכ'ן קריג האבן זיך מוסר נפש געווען דוקא צו האבן נאסע דורכגעווייקטע האנטוכער ביי די סינקס אין די שול'ן, און מ'האט מקפיד געווען דיקא נישט צו טוישען די האנטוכער נאר מער"פ לער"פ, ס'האט געהאט טעמים בנסתר ובנגלה, ובעיקר איז עס געווען מקיים צו זיין די חומרא דרב עצל קמצן, זיך צו וואשען צוויי מאל, איין מאל מיט וואסער, און איין מאל מיט די האנטוכער, און אונזערע קינדער, אונזערע צאן קדשים וועלען פון אזא חומרא ניטאמאל וויסען? מיר זענען מתרה די גבאים די פורצי גדר, צוריק צו שטעלען די שמעקעדיגע האנטוכער על מכונם, כדי למנוע אי נעימת, והמבין יבין!

כולנו למערכה למען ה'האנטיכער'!


יעצט וויל איך רעדען איבער א פירצה וואס ממש עסט מיך אויף דאס געזונט! איך ווייס אז מאנכע וועלען פילן אז איך שטעל מיך צו שארף ארויס, און עס גרעניצט זיך אפשר אפילו מיט טעראר, אבער ההכרח יגונה! און איך ווייס אז טאמער מ'וועט דאס נישט אויסרייסען באצייטענס, און איך מיין טאקע עוקר זיין מן השורש, ווער ווייסט ווי אונזער קינדערלעך און אייניקלעך וועלען אנקומען? די פירצה האט זיך שוין ליידער אזוי פארשפרייט, אזוי ווי אמעריקען טשיז אין אן אמלעט, אזוי ווי טחינה אין א פאלאפעל, און אזוי ווי קעטשאפ אין א טשאלענט (דאס איז אן עקסטרע פירצה וואס וועט באהאנדעלט ווערען עקסטרע). דא רעד איך וועגן 'רינגטאונס'!


אנגעהויבן האט זיך עס מיט די 'אומשולדיגע' נאקיע טאון, דערנאך איז עס פארקראכן ווייטער און ווייטער, איין טאון מער פראסט און קריאוז ווי די צווייטע, עס איז געווארן אזוי פאר'גוי'אישט און מושפע פון די שמוציגע גאסן קולטור, אז די וואס זענען נעבעך פארכאפט געווארן אין דעם, און האבן ארויף געלייגט די 'רינגטאונס' אויף זייערע סעלפאונס (לשון רבים) מיינען גאר אז זיי זענען גליקלעך און צופרידען, און זיי זעהן בכלל נישט איין ווי טיף זיי זענען פאזונקען אונטער די שווארצע נעגעל פון די אינקוועזיציע....כ'מיין פון די שאטען. איך גיי שוין נישט אריין אין די הארבע שאלה פון קול שירה אין די ימי בין המצרים און אין די ספירה טעג, אבער ס'איז נישט צום גלייבען וואס פאר א שמוציגע ניגונים מ'נוצט אלץ 'רינגטאונס'. לעצטענס בין געווארן שאקירט צו זעהן (פרעגטס מיר נישט ווי אזוי מ'זעהט א טאון, ס'איז א פאקט!) ווי אן איידעלע אינגערמאן'ס סעלפאון צוקלינגט זיך צו "מה מה מה" ה"י! א צווייטע אינגערמאנ'ס סעלפאון צודריזעלט זיך צום ניגון הנה מה טוב וכו'... ווי איז דאס געהערט געווארן אזא זאך צו פראקלימירען הויך אין א חסיד'ישע בעסמעדרעש "שבת אחים גם יחד"??? איך זיץ מיך אין ביסקיסע, הער איך ווי מיין שכן'ס סעלפאון צוקלינגט זיך צו.... ענינו ענינו...הוי! די אייבישטער זאל שוין טאקע העלפען. אין מקוה צוקלינגט זיך א סעלפאון צו אמר ר' עקיבא, אזש אפאר בחורים האב געכאפט א טענצעל, אנשטאט זיך טינקען אין די מי מקוה, טינקען זיי זיך אין די רינשטאק שמוץ פון די פארשימעלטע 'רינגטאונס'. לא די, אז די אידען זענען אזוי משוקץ ומתועב דורך די 'רינגטאונס' זענען זיי אויך מכשיל די וואס רופן זיי אריין מיט די הארבע איסור פון השמעת קול 'רינגטאן'!

רבותי! עת לחשות! ס'איז צייט צו פארשווייגען אט די 'רינגטאונס! מיר אין די וועד למען קדושת ה'רינגטאונס' העולמי, וועלען זיך פארלייגען אין די לענג און אין די ברייט אויס צורייסען דער סם המות מן השרש! מיר געבען ארויס אן איסור חמור צו שפילען די ניגונים וואס ווערען באנוצט אלץ 'רינגטאונס' ביי חתונות, מסיבות של מצוה'ס, קאנצערטען וכדו'. ולמזהיר ולנזהר שלמה חריין כמי נהר!

כולנו למערכה נגד ה'רינגטאונס'!


ובזה יצאתי ידי חובת מחאה.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג מארטש 16, 2008 5:00 pm

אההההככםם! אההכככככםםםם! די מייק ארבייט?
ששששששששששששא.......

אין נאמען פון די טויזענטער באטייליגטע דא ביים דער מאסען פראטעסט ווילן מיר אפגעבן א דאנק פאר ידידינו וידיד נפש כל מעמבער בקהלתינו ר' אנדי פעטיט זאל געזינט זיין פאר זיינע ווארימע ווערטער, די דברים היוצאים מן הלב, לאמיר האפן אז עס וועט אויך זיין נכנסים אל הסמעטענע.

אזוי ווי אינזער עיקר ציל איז דאך אז דער מעסעדזש זאל פארשפרייט ווערן וואס מער איבער די וועלט, וועלן מיר יעצט רעדן עטליכע ווערטער אין די גויאישע שפראך (נאך א פירצה?..) פאר די מידיאו, לאמיר האפן אז דאס וועט עושה רושם זיין.

אין נעים אוו דיס ראביניקעל ארגענעזישאן אף די היימישע קרעטשמע דאט קאם ווי וואט לייק טא טענק אוער טשיף ראביי און וואן אף אוער גרעטעסט רייטער'ס אין די קרעטשמע היסטערי מיסטער אנדי פעטיט!

פטשפטפשטפטשפטפשפטטשפאטשט............. (דער עולם פאטשט! ס'הערט זיך גאסן אוועק!)

איט'ס אוער פלעשער און אנער טו העוו סאטש עי קיינד אף עי מעמבער אין אוער גרעיט קאמיונעטי, מעי גאד בלעס הים הו שאלד בי עיבעל טו רייט מאור ענד מאור ארטיקלען פאר די ארגענעזעשן.

געט עי הענד פאור אנדי!!!!

פטשפטפשטפטשפטפשפטטשפאטשטפטשפטפשטפטשפטפשפטטשפאטשטפטשפטפשטפטשפטפשפטטשפאטשט..............!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג מארטש 16, 2008 5:22 pm

בילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילד
זייער שיין, יישר כח פאר די ווארעמע וועטער...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מארטש 16, 2008 6:46 pm

אנדי;

דו קומסט אהער? אבער שוין!

וואסידאס? פארוואס דארף איך געוואוער ווערן נאך א א יאר דא שרייבן אז די ביסט פון די בעסט אוו די בעסט וואס מיר פארמאגן? הא! איך הער נישט! דארפסט א פראסק? די עזות מחוצף פנים איינער!

אזא פירצה, ממש קוראה לאנדי, ויפרצו פרצות!

איז אזוי איין פלאץ שטייט למה תפרוצו בית פעטיט, ווידעראמאל שטייט ימין ושמאל תפרוצו, כיצד יתקיימו שניהם? יא פירצה'ן אדער נישט פירצה'ן, למה פרצת שרייט דאך דער נביא פעטיט וואס מאכסטו פירצות, טענה'עט אבער אנדי ויפרצו וישרצו אזוי ווי ס'פירצה'עט זיך אזוי שירצהעט זי, די שרצים הייבן אן נאכמאכן און דאס ברויך מען אפשטעלן באצייטנס.

כולנו למערכה, גייטס הכנות רבותי! הכונו!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג מארטש 16, 2008 6:50 pm

3x0 האט געשריבן:בילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילד
זייער שיין, יישר כח פאר די ווארעמע וועטער...


דאס דארפסטו דיך באדאנקען פאר על גאור וכת דילי'...

*

אנדי, איך בין מוחה אויף די מחאות. דו נעמסט צו די איינציגסטע אונטערהאלטונג וואס די מוחים האבן נאך...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מארטש 16, 2008 7:03 pm

ליידער ליידער, האמת אגיד, ווען נישט אנדי קומט און איז מיר מעורר דערויף, ווער ווייסט... אוי! ווער ווייסט וואו איך וואלט שוין ח"ו אנגעקומען. ומודה ועוזב איז דאך באקאנט פון אלע ספרים בפרט ר' ירוחם אז וואס נאר? יא! איך בין ליידער די לעצטע פאר וואכן שטארק אריינגעפאלן אין די ערשטע פירצה קורא לחרייאנעיז. דער אמת איז, אז פון די מענטשן וואס מער וועט געגעבן, ווערט מער ערווארטעט, און אלס איינער וואס האט געפאדערט פון מענטשן דאס גרעסטע מאס פארלאנג איך פון מיר נישט ווייניגער, על כן וויל איך דא מעלדן בשער בת רבים מיין עפנטליכע חרטה איבער דעם אומווירדיגן טאט וואס איך בין ליידער אזוי וואנזיניג באגאנגען, עס איז צום האפן אז ביז דעם קומענדיגן שבת וועט זיך דאס נישט איבערשפילן, נישט ביי מיר און נישט ביי מיינע יוצאי חלציכם.

די האנטוכער גראדע בין איך נישט איינשטימיג מיט אנדי'ן, האבנדיג געלערנט לעצטנס אז עס איז אן ערנסטע שאלה אויב מען דארף זיך נישט איבערוואשן נאכן אנרירן א טופח על מנת להטפיח'דיגן האנטוך, צוליב חשש אז איינער פון די פריערדיגע ווישער האט זיך נישט געוואשן כהלכה און זיין וואסער איז געבליבן טמא און איז מטמא אנדערע. אבער רינגטאונס, מאן דכר שמיה? ארויס פון דאנעט בשן וציין!

אוועטאר
גוטזאגער
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 10:07 am
לאקאציע: ביים מייקריפאן

תגובהדורך גוטזאגער » זונטאג מארטש 16, 2008 7:09 pm

העם עם אנדי! העם עם פעדיט..!
כיהודה ועוד לקרא.. וויל איך דא צוגלייגען מיין פריוואטע מחאה, אקעגן די 'שמירת עינים גלעזער', אוי וויפיל אונזערע רעבעס האבען אריינגעפראקט אין אונז, די חוב קדוש פון גיין מיט 'קעצי גלעזער' און דאס איז פון אונז אויסגעוואקסן.. שעי-מאנ-ענק !
גוט געזאגט! זאג עפעס בעסער'ס??

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 16, 2008 8:03 pm

מוחה אני לפניך וכו' ששמת אנדי מיושבי הקרעטשמע ויהי חלקינו עמהם

דאס איז מייניך די ריכטיגע ענין וואס מען דארף מוחה זיין

(אויף די אינגערישע סלאגאן איז ממילא נישטא קיין חילוק פון א חית און א הי')

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מארטש 16, 2008 9:00 pm

פון א ד' ביז א ח' איז דא שוין איינמאל א חלוק.


תודה מר. פטיט על קול המחאה במחנה, קול הענות אשר אנכי שומע.

ובכן, לכל זמן ועת לכל חפץ תחת השמים, עת למחות ועת לפרוץ. אם כי כן יש מקום לומר שאין טענה על עצם הפירצה גרידא, רק על 'עת' הפירצה. ממילא שפורצים, אבל מדוע לא בעת המיועד לכך?
ועל זה מתייחס העת האמור למחות, כלומר, 'עת' = ענין העת והזמן, 'למחות' = על זה צריך למחות . (אההה ... הורלף הפרעשור)

ויה"ר שהלמחות דנן תתקבל ברעוא קדם שני הצדדים, וקנוניא מנהון בקרטשמיא דכשר למחות ביה, ופסיקתא דא מנדוניא הדין, אמן סלה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג מארטש 16, 2008 10:16 pm

דער אייבישטער האט געפרעגט יונה הנביא, ההיטב חרה לך על הקיקיון.

איך זאג אז היטב, פאר אונז איז גוט, ווען חר"ה לך, ווען אנדי רעגט זיך אויף ח'ריין ר'ינגטאונס ה'אנטוכער.

אנדי, שכוח, גאמאני מצטמק להמחאה ארידה.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23747
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 17, 2008 8:32 am

אנדי:

פארוואס זאגסטו נישט אז דו קענסט?

וואס האסטו טענות אויך די וואס זענען מוחה? ס'שטייט דאך מחיתי כאב פשעיך איך וועל מוחה זיין ווי א טאטע אויף דיינע חטאים, און ווייטער שטייט אנכי אנכי איך און נאר איך הוא מוחה וועגן דעם בין איך אויף יעדן מוחה, ניין?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג מארטש 17, 2008 9:48 am

מאשקע האט געשריבן:
3x0 האט געשריבן:בילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילד
זייער שיין, יישר כח פאר די ווארעמע וועטער...


דאס דארפסטו דיך באדאנקען פאר על גאור וכת דילי'...

חחח, אקעי, ס'איז א טעות, ס'פעלט א ר'.

(לאמיר שנעל איבערקוקן צי יעצט איז אויך דא א טעות...)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מארטש 17, 2008 12:24 pm

איך לאך הערשט יעצט, כאבעס נישט באמערקט. שכוח מאשקע.

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » מאנטאג מארטש 17, 2008 3:59 pm

(איך וועל דיר געבן אין איין שאחט פאר אלע דייענ ארבעט, סארי די רעזערווסט מער, אבער...)

אנדי!!!

האק א צווייטן א טשייניק אז דו ביסט נישט געווען פרייליך נאר ביז דו האסט אונז מיפה געווען מיט עידית שבעידית, דו ביסט זיכער אייביג בשמחה.
ס'לעצטע שטיק צייט באגיסטו אונז מיט דיינע ארטיקלערישע שטאטף, וואס נעמט מיך ארויס פון מיינע בערג ארבעט.

לאמיר נאר אנכאפן א דוגמא א קליינער, די פאפיר מעשה איז אזוי, די אויסגעוואשענע האנטוכער איז עטוואס בעסער וואס מען פלנאט צו טוען מיט אונז. איך הער אז מען גייט אנהייבן געבן פעקלעך פעפער אין מקוה, אין יאלללא גיי ווישט אייך. אלעס וועגן דיין שרפ'דיגן בקשה. יעצט זעסטו וואס דו טוסט אויף?

העי איך האב פארגעסן וועגן די כערייאטנעיס.. ווארף דאס אראפ פון טיש אינגיכער, דאס איז לאנדאנער-יאפאנעזער מאכל. הגם עס איז במקום..

אבער א מינוט, בנוגע די אקט וואס דו האקסט קעגן נאקיאו רינג טאטן. וואס גלייכסטו בעסער? די רינג טאטן וואס די טריאו האט עס גייט אזוי: טעדאטל דעדאטל דעדאטל, (יעצט ארויף א טאטן) דעדאטל.(בלשון קשיא) אלע שעפסן און שול האבן דאס געהאט, ווען דאס האט איבערגעשריגן די הויכע שמו"ע. איז דאס געווען מיט דער טמא'נעם רינגער. פעעע

אוי אנדי! די ביסט דאך צוקער ווי ליקעריש! קיפ איט אפ!!

טענקס אנדי די 'אדר' יוד!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג מארטש 18, 2008 12:33 am

3x0 האט געשריבן:
מאשקע האט געשריבן:
3x0 האט געשריבן:בילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילד
זייער שיין, יישר כח פאר די ווארעמע וועטער...


דאס דארפסטו דיך באדאנקען פאר על גאור וכת דילי'...

חחח, אקעי, ס'איז א טעות, ס'פעלט א ר'.

(לאמיר שנעל איבערקוקן צי יעצט איז אויך דא א טעות...)

גוט גוט. איך האב אפילו נישט באמערקט דעם טעות אינעם ערשטן פלאץ (אין די פוירסט פלעיס), און איך האב געהאט א מעכטיגע פשט אויף מאשקע'ס רייד: באדאנק זיך פאר על גאור פארן ערפינדן דעם אינטערנעט, אזוי קענסטו הנאה האבן פון אנדי'ס געשרייבעכץ!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מארטש 18, 2008 12:57 am

קרעמער, גאנץ גוט... מ'צווינגט דעם פסוק צו שטימען מיט'ן פשט'ל, הא?...
An article a day keeps the babies away

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג מארטש 18, 2008 7:51 am

קרעמער האט געשריבן:
3x0 האט געשריבן:
מאשקע האט געשריבן:
3x0 האט געשריבן:בילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילדבילד
זייער שיין, יישר כח פאר די ווארעמע וועטער...


דאס דארפסטו דיך באדאנקען פאר על גאור וכת דילי'...

חחח, אקעי, ס'איז א טעות, ס'פעלט א ר'.

(לאמיר שנעל איבערקוקן צי יעצט איז אויך דא א טעות...)

גוט גוט. איך האב אפילו נישט באמערקט דעם טעות אינעם ערשטן פלאץ (אין די פוירסט פלעיס), און איך האב געהאט א מעכטיגע פשט אויף מאשקע'ס רייד: באדאנק זיך פאר על גאור פארן ערפינדן דעם אינטערנעט, אזוי קענסטו הנאה האבן פון אנדי'ס געשרייבעכץ!

איך וועל אייך זאגן דעם אמת, איך האב אויך נישט פארשטאנען וואס ער מאשקע האט האט געשריבן די ערשטע און צווייטע מאל וואס איך האב עס געליינט, איך האב עגטראכט מי איך זאל אים פרעגן פשט דא, אדער אויף גוגעל/יאהו, ביז איךבין געקומען צו די החלטה אז מען וועט בלייבן נייגעריג... אבער שפעטער ווען עס איז צוגעקומען נאך תגובות, האב איך געמאכט א חזרה אויף מאשקע'ס תגובה, דאן האב איך עס שוין פארשטאנען.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דינסטאג מארטש 18, 2008 9:14 am

וויזוי קען מען האבן אזא טעות ? געמיינט האב איך אמאל אז דער אנדי קען נאר שרייבן ספארטס.
הערסט אזוינס ? רוקטס ענק אוועק קרעטשמעריסטן, דער איז סחורה ווי גאלד אין א יעדע ענין !!!!

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג מארטש 20, 2008 10:35 am

צייטליך יישר כח פאר אלע פ' ט' און שי"ן'ס. אזוי פול האב איך מיר נישט געראכטען. :wink: ווי אויך פאר די שיינע אויפנאמע.

טריאו, קענסט האבן וויפול ווארימע וועטער (באנטש פינטעלעך) דו ווילסט, מיי פלעזשער.

מיללער, די אייבישטער זאל טאקע העלפן אז ס'זאל מקוים ווערען די פסוק 'ותתפרצ"ו תסשזבון מן כל עקא ומן כל מראין בישין.

מאשקע, דו ביזט סתם א לץ (יא! ס'האט מיר אויך גענומען אפאר טעג צו כאפען) און איך בין באלד מוחה אויף דיין מחאה.

ר' ירוחם קרעמער שליט"א, איך האב הנאה צו זעהן אז כאטש איינער איז נתעורר געווארן, אבער דו מיזט גראדע נישט ארויס ווארפען דיין חריינעיז, יש אומרים אז מ'קען מבטל זיין די מייענעיז דורך צוגיסען און אריין מישען טחינה מיט טאמעיטאו דיפ, אבער ס'גייט שוין אריין אין די שאלה פון טופח ע"מ להטפיח דאכצעך.

זיידעניו און גוטזאגער, לאזט הערן אייערע מחאות בחוצות ירושלים! שוועמעל, א שיין טייטש, איך קלער עס נאך צו זאגען פורים.

איכער, דיין תגובה שמעקט פון חר"ה.

פארשלאפען, איך שריי שוין יארן אז איך קען! יא מיר קענען! יא מיר קענען!

אלטער, וואס האסטו געטון צו מיא? איך קום היינט אריין אין מקוה זעה איך פאפירען אנשטאט האנטוכער, און די מקוה איד שרייט חי וקים, אז מקען עס נוצען ביי די סינק קען מען עס נוצען אין די מקוה אויך. קענסט דיך פארשטעלען ווי אזוי די מקוה וואסער האט אויסגעזען מיט טויזענטער צימאלענע פאפירעלעך ארום שווימען אין די וואסער. ביי דע וועי, דו קענסט נישט זינגען! די טריאו רינג טאון גייט טעדאל לעדאל לעדאל לעדאל, מיט א ל' נישט א ד'.

איזאק, אז מ'מיינט נער'ט מען זיך! איך האב מיך אויך אמאל גענערט. :wink:
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » זונטאג מארטש 05, 2017 4:22 am

כדי ס'זאל נישט פארגעסן ווערן די קול מלחמה במחנה וואס ס'האט זיך אפגעטיען אין יענע טעג פאר חדשים לאנג, ווילן מיר צירוק ארויפברענגען די גאר וויכטיגע קול קורא,

מיר ווילן מודיע זיין פארן ציבור אז די תקנות זענען נאך אלץ בתוקפו,
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג מארטש 05, 2017 2:59 pm

אוי ווי ריכטיג איז אז ווען מען רוקט זיך אוועק א זיז כל שכן, קען מען חלילה אנקומען ביגון שאולה. דער בעסטע ביישפיל, איך קען א יוד וואס טראגט דיקע שווארצע פלעסטיק ברילען, זיין זוהן טראגט שוין ליידער מעטאלענע ברילען און דער אייניקעל האט שוין נעבעך אינגאנצען נישט קיין ברילען.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2661
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » זונטאג מארטש 05, 2017 3:28 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:אוי ווי ריכטיג איז אז ווען מען רוקט זיך אוועק א זיז כל שכן, קען מען חלילה אנקומען ביגון שאולה. דער בעסטע ביישפיל, איך קען א יוד וואס טראגט דיקע שווארצע פלעסטיק ברילען, זיין זוהן טראגט שוין ליידער מעטאלענע ברילען און דער אייניקעל האט שוין נעבעך אינגאנצען נישט קיין ברילען.

און דער איר אייניקל גייט שוין צוריק מיט דיקע שווארצע פלעסטיק ברילן...
טשאלענט גמ"ח
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], Kollel, maybeeynot, בר דעת, מטעמים, פעטער ליפא, קיטשי און 12 געסט