משה רבינו ז' אדר

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

משה רבינו ז' אדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

משה רבינו איז געבוירן ז' אדר און איז נפטר געווארן ז' אדר.
מגילה י"ג.

ר' אליעזר זאגט אז משה רביו איז געשטארבן זיבן טאג אין שבט.
מכילתא, בשלח ד'
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יענעם טאג וואס מ'האט אריינגעלייגט משה רבינו אין טייך, איז געווען ז' סיון און די מלאכים האבן געשריגן אז אין דער טאג וואס ער גייט געבן די תורה פאר די אידן גייסטו אים הארגענען, און אין דעם זכות איז ער טאקע ניצול געווארן.
סוטה י"ב. שמות רבה א'
משה רבינו איז געווען אין פאלאץ פון פרעה 40 יאר, און 40 יאר איז ער געווען אין מדין, און 40 יאר האט ער געפירט די אידן, צוזאמען אלעס האט ער געלעבט 120 יאר.
בראשית רבה ק'.
ווען משה רבינו איז א חתן געווארן מיט צפורה איז ער אלט געווען 77 יאר.
ילקוט שמעוני, שמות קס"ח
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"די גרויסקייט פון משה רבינו"

די צורה פון משה רבינו האט אויסגעזען אזוי ווי א מלאךץ
פרקי דר' אליעזר

די פנים פון משה רבינו האט געשיינט אזוי ווי א מלאך.
בבא בתרא ע"ה.

די צורה פון משה רבינו איז געווען זייער שיין, און יעדער איינער האט עס געגלוסט צו זען.
שמות רבה א' כ"ו

משה רבינו איז געווען צען איילן הויך.
ברכות נ"ד.

משה רבינו איז געווען א גבור.
נדרים ל"ח

די גאנצע צייט פון די שבעת ימי המילואים האט משה רבינו אליין אויפגעשטעלט די משכן און צונומען צוויי מאל א טאג, און קיינער פון די אידן האבן אים נישט געדארפט העלעפן.
במדבר רבה י"ב

די קול פון משה רבינו איז געגאנגען אזוי ווייט ווי מ'קען גיין פערציג טעג.
מכילתא, בא י"ד

משה רבינו איז געווען אזוי גרויס ווי אלע אידן צוזאמען.
שם יתרו

משה רבינו האט אויסגעזען אזוי ווי אדם הראשון.
זוהר כ"ח

צוויי גוטע פירער'ס האבן אידן געהאט משה רבינו און דוד המלך.
ספה”קי, דברים כ"ו

דריי גוטע פירער'ס האבן די אידישע קינדער געהאט, משה רבינו אהרן הכהן און מרים הנביאה, די שוועסטער פון זיי.
תענית, ט.

ביי משה רבינו איז יראת שמים געווען א קלייניקייט.
ברכות ל"ג

משה רבינו איז געווען א כהן, און האט באקומען א חלק אין די קדשים פון אויבערשטער.
זבחים ק"א
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"זיין געבוירן"
מרים הנביאה האט געזאגט נביאות אז איר מאמע גייט האבן א קינד וואס וועט נאך העלפן אלע אידן, און ווען משה רבינו איז געבוירן געווארן און די גאנצע שטוב איז ליכטיג געווארן פון זיין הייליגע'ן פנים, האט איר טאטע איר געקושט און געזאגט מיין טאכטער! דיינע רייד זענען פולקאם מקוים געווארן.
מגילה י"ד.

"כי טוב הוא" משה רבינו'ס נאמען איז אויך געווען "טוב", דאס מיינט אז ער איז גוט צו זיין א נביא, אנדערע זאגן אז דאס מיינט אז ער איז געבוירן ג'מלעטערהייט.
סוטה י"ב.
די טאכטער פון פרעה האט געהאט א קרעץ אויף זיך, און זי איז זיך געגאנגען אפוואשען ביים טייך, האט זי דעמאלס באמערקט משה רבינו, און זי האט אים ארויסגעצויגן פון וואסער, איז די קרעץ דעמאלס אראפ פון איר און ארויפגעגאנגען אויף משה רבינו, שפעטער ווען דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אים אויף די דארן בוים, און משה רבינו האט געוואלט נאנט גיין האט אים דער אויבערשטער געזאגט בלייב שטיין דארט און דו קענסט נישט אהער קומען ווייל דו ביסט א מצורע, האט אים דער אויבערשטער דערנאך געטוישט און ער האט באקומען א נייע גוף, און הערשט דערנאך האט ער געהערט נביאות פונעם אויבערשטער.
תקוני זוהר כ"א

די טאכטער פון פרעה האט אים ארום געטראגן צו די מצרי'שע פרויען אז זיי זאלן אים געבן צו עסן, און ער האט נישט געוואלט, ווייל די מויל וואס גייט רעדן מיט'ן באשעפער טאר נישט עסן פון א מצרי.
סוטה י"ב.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"די יונגע יארן פון משה רבינו"

"ויגדל משה" משה רבינו איז געוואקסן נישט ווי די נארמאלער סדר פון די וועלט.ץ
שמות רבה א'

"וירא בסבלותם" משה רבינו האט צוגעקוקט אוןג עזען זייער צער וואס זיי מאכן מיט, האט ער זיי געזאגט הלוואי זאל איך זיי קענען ארויס העלפן, און ער האט יעדן ארויסגעהאלפן מיט וואס ער האט נאר געקענט, דערנאך איז ער געגאנגען צו פרעה און געבעטן אז ער זאל זיי געבן כאטשיג איין טאג מנוחה, ווייל יעדע הער געט כאטשיג אין טאג מנוחה פאר זיין קנעכט, און פרעה האט אים נאך געגעבן און געגעבן דעם זיבעטן טאג אין די וואך אלס "טאג פון רוה", און שפעטער איז דאס געווארן דער "יום השבת".
שם.

ווען מ'האט געוואלט הרגענען משה רבינו, איז די שווערד אוועקגעשפרונגן פון משה רבינו'ס האלז, און געגאנגען צו יענעם וואס איז איז געוען געשטעלט אים צו הרג'נען, און ער איז געשטארבן.
ברכות ט' ה"א

ווען מ'האט געכאפט משה רבינו און מ'האט אים געוואלט אראפ שניידען דעם קאפ, איז אראפ געקומען א מלאך פון הימל און זיך פארשטעלט פאר משה רבינו, און משה רבינו אליין איז אנטלאפן, און אלע מענטשן וואס זענען דארט געווען זענען געווארן בלינד, און שטום, און טויב, און זיי האבן נישט געוואוסט וואס איז געשעהן מיט זיי.
שם


אין יענע צייט'ן וואס ס'האט פאסירט די מעשה וואס משה רבינו איז אנטלאפן פון מצרים, האט זיך אפגעשפילט א ביטערע מלחמה צווישן די שטאט כוש און בני קדם, דער קעניג פון די שטאט כוש האט געהייסן קוקנוס, און ער האט איבערגעלאזט די שטאט אין די הענט פון בלעם – וועלכער האט געוואוינט אין דער שטאט – און איז אליין ארויס אין מלחמה, בלעם וואס איז געבליבן אין די שטאט האט איבערגערעדט די מענטשן פון די שטאט אז זיי זאלן ווידערשפעניגן אינעם קעניג, און זיי האבן טאקע אזוי געטוען און בלעם אליין איז געווארן קעניג איבער די שטאט כוש, אין יענע צייט איז משה רבינו אנגעקומען און ער האט זיך געשטעלט צו די זייט פון קוקנוס מלך כוש און צו זיין מחנה, נאך ניין יאר איז דער קוקנוס געשטארבן און מ'האט געמאכט משה רבינו פאר מלך איבער זיי, און ער האט מלחמה געהאלטן מיט דימענטשן פון כוש און האט אויסגע'הרגעט 100 טויזענט מענטשן, און בלעם מיט זיינע קינדער זענען אנטלאפן, און משה רבינו האט איבערגענומען די שטאט, אבער אפילו זייענדיג קעניג האט ער אפגעהיטן אלע הלכות פון די תורה און נישט געוואלט חתונה האבן מיט די גוי'אישע פרוי וואס די מענשטן פון די שטאט האבן אים געגעבן, נאך פארציג יאר האט די פרוי געזאגט אז שוין אזויפיל יאר וואס ער וויל נישט מיט מיר חתונה האבן, דארף ער נישט זיין צווישן אונז, ס'איז בעסער אז מיר זאלן נעמען א קעניג פון אונז וואס דינט עבודה זרה, און נישט אזא איינער ווי ער, און מ'האט אים אוועקגעשיקט פון דארט מיט גרויס כבוד, און אנשטאט אים גענומען די זון פון פריערדיגן קעניג קוקנוס, אזוי ווי משה רבינו איז ארויס פון דארט האט ער נאך מורא געהאט צוריק צו גיין אויף מצרים איז ער געגאנגען אויף מדין, אלט זייענדיג 67 יאר, נאך דריי יאר שפעטער האט ער חתונה געהאט מיט זיין פרוי צפורה.
ילקוט שמעוני, שמות קס"ח
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"די נעמען פון משה רבינו"

די אויבערשטער באצאלט צוריק פאר די ואס טוען גוט'ס פאר מענטשן, ווייל משה רבינו האט געהאט אסאך נעמען, אבער דער עיקר רופט מען אים אן מיט'ן נאמען "משה" וואס בתיה האט אים געגעבן, צו ווייזן אז מ'צאלט איר צוריק פאר דעם וואס זי האט גוט'ס געטוען פאר משה רבינו.
שמות רבה א כ"ו

זיין טאטע האט אים גערופן "חבר", זיין מאמע האט אים גערופן "יקותיאל", זיין שוועסטער האט אים גערופן "ירד", זיין ברודער האט אים גערופן "אבי-זנוח", און זיין זייגערערן האט אים גערופן "אבי-סוכו", און די אידן האבן אים גערופן שמעיה".
ילקוט שמעוני, שמות קס"ו

דער אויבערשטער האט געזאגט איך טו זייער שעצען משה רבינו וואס האט געבעטן רחמים אויף די אידן, און דעריבער רוף איך אים "אב" לנביאים, "אב"ל למלאכים, "אב" למתפללים.
מדרש שוח"ט צ' ח'
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"זיין גרויסקייט"

פון דער טאג וואס משה רבינו איז געבוירן געווארן איז די שכינה נישט אוועק פון אים.
זוה"ק

פופציג "שערי בינה" זענען באשאפן געווארן אויף די וועלט, און צו אלעם האט משה רבינו זוכה געווען אויסער איינ'ס.
ראש השנה כ"א.

משה רבינו האט זיך אזוי אויסגעארבעט זיין מויל אז מיט איין ווארט וואס משה רבינו האט ארויסגעזאגט פון זיין מויל האט ער געקענט פארברענען די גאנצע וועלט.
ילקוט שמעונו תשפ"ה

אלעס וואס משה רבינו האט גוזר געווען האט דער אויבערשטער מקיים געווען.
דברים רבה ה' י"ג

פאר דריי מענטשן איז די זון אינטער געגאנגען שפעטער, משה , יהושע בן נון, און נקדימון בן גריון.
תענית כ'.

דער אויבערשטער מאכט נישט רוען די שכינה נאר אויף א מענטש וואס האט די מעלות, גבור, עשיר, חכם, און א עניון, און די אלע זאכן האט משה רבינו געהאט.
נדרים ל"ח.

משה רבינו האט פארדרייט אלע מזלות וואס איז דא אויף יענער וועלט.
ראש השנה ג' הלכה ה'


משה רבינו'ס געשטאלט איז געווען אזוי ווי דאס געשטאלט פון א מלאך. (מדרש)

משה רבינו האט אויסגעזען אזוי ווי אדם הראשון. (זוהר)

משה רבינו איז געווען אזוי חשוב ווי אלע זעקס הונדערט טויזענט יודן צוזאמען. (מכילתא)

אין יעדע דור איז דא די נשמה פון משה רבינו [אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא], און יעדער תלמוד חכם ווערט אנגערופן מיט די נאמען "משה" [משה שפיר קאמרת]. (ש"ס)

משה רבינו און ציפורה זענען באגראבן געווארן אין מערת המכפלה, די מלאכים האבן זיי דארט געפירט. (סוכת שלם)

ענוה איז די אומנות פון משה רבינו אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "והאיש משה עניו מאוד מכל האדם אשר על פני האדמה". (סוכת שלם)

משה רבינו האט זוכה געווען אז הקב"ה אליינס האט זיך מתעסק געווען מיט זיין קבורה. (סוכת שלם)

ווייל משה רבינו האט זיך מוסר נפש געווען פאר די תורה, ווערט די תורה אנגערופן אויף זיין נאמען, "תורת משה". (סוכות שלם

משה רבינו האט מתקן געווען פאר די יודן די סדר פון די דאווענען. (מדרש שוחר טוב)
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום זונטאג מארטש 09, 2008 8:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"זיין נביאות"

משה רבינו ווערט אנגערופן דער הויפט פון אלע נביאים.
דברים רבה ג' ט'

אלע נביאים וואס האבן נביאות געזאגט האבן נישט געוואוסט פונקטליך וואס זיי רעדן, אויסער משה רבינו און ישעיה הנביא וואס זיי האבן יא געוואוסט.
מדרש שוח"ט צ'

ס'האט אפילו אמאל פאסירט אז דער אויבערשטער האט גערעדט צו משה רבינו פופצן מאל אין איין טאג, דאס איז געווען דער טאג ווען משה רבינו האט אויפגעשטעלט די משכן.
משנת ר"א ו'

משה רבינו האט גערעדט פאר פרעה אין לשון הקודש, און אהרן הכהן האט גערעדט מיט די מצר'ישע שפראך.
מכילתא דרשב"י שמות

ווען משה רבינו מיט זיין ברודער אהרן הכהן זענען אנגעקומען צו פרעה האבן זיי אויסגעזען ווי צוויי מלאכים, זייער הויכקייט איז געווען ווי די טענען ביימער, אוןז יעיר אויגן האבן געלאכטן ווי די שיין פון די זון, און די געטליכע שטעקען איז געווען אין זייערע הענט, ווען פרעה האט זיי דערזען איז געפאלן א שרעק אויף אים, פיר הונדערט טירן זענען געועוןא יפ'ן וועג צו פרעה, און איבעראל איז געווען לייבן און בערן, און קיין שום מענטש האט קיינמאל נישט געקענט אריינגיין דארט, און ווען משה רבינו מיט אהרן הכהן זענען אנגעקומען זענען אלע חיות זיי אקעגן געגאנגען און זיי ארום גענומען מיט ליבשאפט, און אלע קעניגן וואס זענען דארט געווען (ווייל ס'איז געווען יענעם טאג פרעה'ס געבורט'ס טאג און יעדער איינער האט אים געברענגט מתנות, שמות רבה) זענען געפאלן אויף זייער פנים פון גרויס ציטער און שרעק.
ילקוט שמעוני שמות קפ"א

ווען משה רבינו איז ארויסגעגאנגען פון פרעה האט ער אים קודם געגעבן א פראסק און הערש דערנאך איז ער ארויס פון אים.
זבחים ק"ב.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"די צען מכות"

די צען מכות זענען געמאכט געווארן איינגעטיילט צווישן משה רבינו און אהרן הכהן, און דער אויבערשטער, דם צפרדע כינים איז געקומען פון די ערד און געמאכט געווארן פון אהרןה כהן, ברד ארבה חושך וואס דאס קומט פון די לופט און ס'איז געמאכט געווארן דורך משה רבינו, ערוב דבר מכת בכורות איז געמאכט געווארן דורכ'ן אויבערשטער, און שחין איז געמאכט געווארן דורך אלע דריי צוזאמען.
שמות רבה י"ב

פארוואס איז נישט דער וואסער געשלאגן געווארן דורך משה רבינו? נאר דער אויבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו, דער וואסער האט דיך אפגעהיטן ווען די ביזט געווען אין וואסער, פאסט נישט אז ער זאל געשלאגן ווערן דורך דיר.
שם ט'.

פאר מכת בכורות האט משה רבינו גענומען א שטעקען און געהאקט אויף די קעפ פון די מצרי'שע בכורים, און געזאגט דער איז יא א בכור און דער איז נישט א בכור.
מדרש הגדול, שמות י"א
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"מיט'ן ארון פון יוסף הצדיק"

קוק ווי שטארק משה רבינו האט ליב געהאט צוטוען מצוות, ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים און יעדער איז פארנומען געווען מי'טן כאפן געלד און גאלד פון די מצריים, איז משה רבינו פארנומען געווען מיט מצוות, און פון ווי האט משה רבינו געוואוסט ווי יוסף הצדיק ליגט? נאר ער האט זיך נאכגעפרעגט ווער ס'איז נאך דא פון יענע דור וואס איז אראפ אויף מצרים, האט מען אים געזאגט אז שרח די טאכטער פון אשר איז נאך דא, האט ער איר געפרעגט צו זי ווייסט ווי יוסף הצדיק ליגט באערדיגט, האט זי געזאגט אז די מצריים האבן אים געמאכט א אייזערנעם ארון און אריינגעלייגט אין די טייך נילוס, כדי אז די וואסער וואס איז אין די נילוס זאל געבענטשט ווערןע, איז משה רבינו אהין געגאנגען ביים ברעג פון נילוס און געשריגן יוסף יוסף! ס'איז שוין געקומען די צייט וואס דער אויבערשטער האט געזאגט אז ער גייט אויסלייזן זיינע קינדער, און ס'איז געקומען די צייט מיר זאל'ן מקיים זיין די שבועה וואס דו האסט באשוואוירן דיינע קינדער אז מ'זאל דיך ארויסנעמען פון דא איידער מיר גייען ארויס פון מצרים, קומסטו ארויס דעמאלס נעם מיר דיך מיט, אבער אויב דו קומסט נישט ארויס זענען מיר ריין פון דיין שבועה, און אזוי ווי ער האט געזאגט די ווערטער איז די ארון פון יוסף ארויפגעשווימען און משה רבינו האט עס גענומען אויף זיך.
סוטה י"ג

ווען משה רבינו האט ארויסגעשלעפט די ארון פון נילוס האבן די הינט וואס זענען געווען געמאכט פון כישוף אנגעהויבן צו בילן, הטא משה רבינו געזאגט פאר די אידן איר זעט די געהעריגע הינט בילן נישט, נאר די הינט ואוס זענען געמאכט פון כישוף.
פסיקתא דרב כהנא י'

יוסףה צדיק האט זוכה געווען צו באערדיגן זיין טאטן, און ער איז טאקע געווען די גרעסטער פון זיינע ברודער, משה רבינו האט זוכה געווען צו באערדיגן יוסף הצדיק און ער איז געווען די גרעסטע פון כלל ישראל.
סוטה ט'.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"משה רבינו אין הימל"

משה רבינו איז ארויף אין הימל און איז געווארן באדעקט מיט'ן וואלקען כדי ער זאל ווערן הייליג און זיין גרייט צו געבן די תורה פאר די אידן.
יומא ד'

פאר מתן תורה איז משה רבינו געווען אין הימל זעקס טעג כדי ער זאל ווערן אויסגערייניגט פון אלע עסן וואס ער האט געגעסן, ביז ער איז געווארן אזוי ריין ווי אמלאך, און הערשט דערנאך האט ער געקענט געבן די תורה פאר די אידן.
אבות דר' נתן א'

ווען משה רבינו איז ארויף אין הימל צו נעמען די תורה, האבן די מלאכים געזאגט פאר'ן אויבערשטער, וואס טוט דא א מענטש צוויען אונז? האט דער אויבערשטער געענטפערט אז ער איז געקומען אהער נעמען די תורה, האבן די מלאכים געזאגט רבוש"ע די תורה וואס דו האסט באשאפן 974 דורות פאר די וועלט איז נאך באשאפן געווארן, און איצט גייסטו געבן אזא תורה פאר די אידן, בעסער געב עס דא צווישן אונז וואס מיר זענען אסאך מער ווי זיי, האטד ער אויבערשטער געזאגט פאר משה רבינו ענטפער זיי א תשובה, האט משה רבינו געזאגט איך האב מורא פאר זיי, האט דער אויבערשטער געזאגט כאפ דיך אן אין מיין שטול און אזוי דארפסטו נישט מורא האבן צו ענטפערן א ענטפער פאר זיי, האט משה רבינו אנגעכאפט איןד י שטיל און געזאגט רבוש"ע דער תורה וואס דו ווילסט אונז געבן וואס שטייט דערין? האט דער אויבערשטער געזאגט ס'שטייט דארט אנכי וכו' אשר הוצאתיך מארץ מצרים, האט ער זיי געפרעגט איר זענט דען געווען אין מצרים, און אזוי האט ער ווייטער געוויזן פאר די מלאכים אז די תורה בלאנגט נישט פאר זיי, ביז זיי האבן טאקע מודה געווען, און יעדער מלאך האט געגעבן א מתנה פאר משה רבינו, און דער מלאך המות האט דעמאלס אויסגעזאגט פאר משה רבינו אז קטורת טוט ראטעווען פון א מגיפה.
שבת פ"ח.

ווען משה רבינו איז געווען אין הימל האט ער געטראפן ווי דער אויבערשטער כביכול זיצט און ער לייגט צו נאך קרוינען צו די תורה מער ווי די וואס זענען שוין געווען פון פריער, האט ער געפרעגט דעם אויבערשטער ווער האט געמאכט אז דו זאלסט דארפן צולייגן נאך זאכן צו די תורה, האט אים דער אויבערשטער געזאגט דאס איז עקיבא בן יוסף ואס ער גייט דרשענען יעדע פינטעל פוןדי תורה, הטא משה רבינו געבעטן פון אויבערשטער אז ער זאל אים קענען זען, האט אים דער אויבערשטער געזאגט דריי דיך אויס, און משה רבינו האט געזען ווי ער דרשענט די תורה, און ער האט זיך אראפגעזעצט אין די אכטע שורה מיטצוהאלטן וואס ער זאגט, אבער ער האט נישט געקענט פארשטיין וואס מ'רעדט דארט, איז ער שוואך געווארן דערפון, ביז ער האט געהערט ווי איין תלמוד פרעגט אויף א געוויסע הלכה פון ווי נעמט עס די רבי? האט ער געענטפערט אז דאס איז א הלכה "למשה" מסיני האט ער זיך בארואיגט, האט משה רבינו געבעטן דעם אויבערשטער זאל געבן די תורה דורך ר' עקיבא, האט דער אויבערשטער געזאגט ניין! אזוי האב איך געטראכט און אזוי וועט עס זיין האט משה רבינו ווייטער געבעטן דעם אויבערשטער האסט מיך געלאזט זען דיין תורה לאז מיך זען זיין שכר, האט ער געזעןווי מ'וועגט זיין פלייש, (דאס איז א רמז אז ער גייט אוועק גיין פון די וועלט אויף קידוש השם) האט משה רבינו געפרעגט אזא שכר באקומט מען פאר'ן לערנען תורה? האט אים דער אויבערשטער געזאגט שווייג! אזוי האב איך געטראכט און אזוי וועט עס זיין.
מנחות כ"ט

ווען משה רבינו איז ארויף אין הימל האט ער געטראפן ווי דער אויבערשטער לערנט די הלכות פון פרה אדוה, און ער זאגט נאך הלכות פון דער תנא ר' אליעזר, הטא ער געזאגט רבונו של עולם אלעס וואס איז דא אויף די וועלט באלאנגט פאר דיר און דו דארפסט נאכזאגן א הלכה פון אים? האט אים דער אויבערשטער גענטפערט, איין צדיק גייט זיין ואס ער וועט די ערשטע אנפאנגן צו רעדן פון די הלכות פון פרה אדומה, און פון אים זאג איך נאך, האט משה רבינו געזאגט איך בעט דיך באשעפער אז ער זאל זיין פון מיינע אייניקלך, האט אים דער אויבערשטער געזאגט איך שווער דיר אז עס וועט טאקע זיין פון דיינע אייניקלך, און דאס מיינט דער פסוק (שמות י"ח) ושם האחד "אליעזר".
פסיקתא דר"כ

דער אויבערשטער האט מגלה געווען פאר משה רבינו אויף יענער וועלט, 5000 טויערן פון חכמה, 8000 טויערן פון בינה 11000 טויערן פון דעה.
אותיות דר"ע א'.

משה רבינו האט געזאגט פאר די אידן ווען איך בין געווען אויבן אין הימל האב איך געזען ווי דער אויבערשטער טיילט איין דעם טאג אין דריי חלקים, די ערשטע דריי שעה איז ער עוסק אין תורה, דערנאך איז ער עוסק דריי שעה אין דין תורות, דערנאך איז ער עוסק דריי שעה אין צוזאם שטעלן שידוכים און קליין מאכן די וואס האלטן זיך גרויס.
תרגום יונתן דברים ל"ב

די אלע פערציג טעג וואס משה רבינו האט געלערנט ביים אויבערשטער האט ער אלעס פארגעסן וואס ער האט געלערנט, האט ער געבעטן דעם אויבערשטער דערויף, אוןד ער אויבערשטער האט אים געזאגט איך געב דיר די תורה פאר א מתנה, און פון דעמאלס האט ער אלעס געדענקט.
שמות רבה מ"א
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מיטוואך ראש חודש אדר איז אנגעקומען די מכה פון ארבה אבער ס'האט נאך געהאנגען אין די לופט דריי טעג ווייל ווען ס'קומט ווען אן פלוצלינג וואלט מצרים עויס נישט געקענט אויסהאלטען, און דעם דריטען טאג שבת האט עס גערוהט אויף די ערד, וועגען דעם שטייט "וינח" הארבה ווי ס'שטייט ביי שבת דער לשון פון מנוחה, די זיבעטע טאג פון די מכה איז געווען ז' אדר די געבורט'ס טאג פון משה רבינו איז געווען די מזל פון משה רבינו שטערקער ממילא האט פרעה פארלוירען זיינע כוחות און ער האט גערופען משה אז ער וויל תשובה טוהן אויף זיינע עבירות.
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום זונטאג מארטש 09, 2008 9:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"זיין מקום קבורה"

משה רבינו ליגט אין די חלק פון שבט גד.
סוטה י"ג

ווען משה רבינו איז אוועק פון די וועלט האט זיך קיינער נישט באשעפטיגט מיט אים נאר דער אויבערשטער אליין.
שם ט:

"ויקבור אותו בגיא מול בית פעור" דער פסוק זאגט פונקטליך ווי מ'האט אים געלייגט, און מיט דעם אלעם האט מער נישט געוואוסט ווי ער ליגט, ווען מ'איז געגאנגען אונטן פון די בארג האט זיך געדארכט אז ער איז אויבן, און ווען מ'איז געגאנגען אויבן האט זיך געדאכט אז ער איז אינטן.
שם י"ד.

פארוואס איז משה רבינו באערדיגט געווארן נעבן פעור? כדי ער זאל פארצייען אויף די גרויסע עבירה וואס די אידן האבן געטוען אין פעור.
שם.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בקיצור התולדות חייו

נולד בשנת ב' אלפים שק"ח לבריאת העולם, ז' אדר, לאביו עמרם, ולאמו יוכבד.
בן ג' חדשים, ו' סיון, הושלך בתיבה ליאור, וניצל ע"י בת פרעה.
בן ב' שנים, הובא לבית פרעה.
בן ג' שנים, היה המעשה אם פרעה אם הכתר והגחלים, ונכבה, ונעשה כבד פה וכבד לשון.
בן י"ח, הרג את המצרי וברח ממצרים.
בן כ"ד, מת אביו עמרם.
בן כ"ז, מלך על ארץ כוש במשך מ' שנים.
בן ס"ז, יצא מכוש למדין.
בן ע"ז, נשא את ציפורה בת יתרו.
בן ע"ט, היה המראה של הסנה.
בן פ', ט"ו ניסן, הוציא את בנ"י ממצרים.
בן פ', ז'(לרבנן) סיון, עלה להר סיני לקבל לוחות הראשונות.
בן פ', י"ז תמוז, שבר את הלוחות.
בן פ', י"ט תמוז עלה שנית אל ההר לרצות את ישראל.
כ"ט אב, ירד מן ההר, "ויפסול שני לוחות אבנים כראשונים".
ראש חודש אלול עלה שלישית אל ההר, וירד ביום הכיפורים, י' תשרי, עם לוחות השניות.
בן פ"א, כ"ג אדר, התחיל לעבוד במשכן בשמונת ימי המילואים.
בן ק"כ, הרג את סיחון ועוג.
בן ק"כ, ז' אדר, בערב שבת קודש בעלות המנחה נסתלק והיתה נשמתו מוטלת בכנפי המלאכים, עד שבת בעלות המנחה, ואז עלתה נשמתו למרומים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אומרים משמו של הצדיק ר' חיים מצאנז אסמכתא לסדר האושפיזין לפי מנהג האריז"ל להקדים משה ואהרן לפני יוסף - שלפי הסדר הזה יוצאים בכל שנה האושפיזין של משה ביום שחל בו ז' אדר הקודם לו, והוא יום פטירתו של משה רבינו עליו השלום (וכן יוצא באותו יום בשבוע, ל"ג בעומר, הילולא דרשב"י); וכן האושפיזין של אהרן הכהן לפי מנהג זה - ביום שחל בו ר"ח אב באותה שנה, והוא יום פטירתו של אהרן הכהן ע"ה:

וכך גם יום הושענא רבה, שדוד המלך בא בו בראש האושפיזין, לעולם הוא חל ביום שחל חג השבועות הקודם - יום פטירתו של דוד המלך ע"ה:

וזה על דרך שאמרו ז"ל: 'גדולים הצדיקים במיתתם יותר מבחייהם', ואף יום הפטירה של הצדיקים גדול משאר ימיהם וכשהם מזדמנים לאושפיזין - ביום הפטירה מזדמנים:
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

וכל מכה אשר לא כתוב בספר התורה הזאת:

דער מדרש זאגט, "וכל מכה אשר לא כתוב בספר התורה הזאת, זה הוא מיתת צדיקים".

דארף מען פארשטיין פארוואס הייסט מיתת צדיקים א מכה אשר לא כתובה בספר התורה? נאר, אין יעדע ספר פון די חמשה חומשי תורה ווערט דערמאנט מיתת צדיקים, אין ספר בראשית שטייט מיתת נח, מיתת האבות, מיתת האמהות. און אין ספר שמות שטייט מיתת יוסף, און מיתת השבטים, און אין ספר ויקרא ווערט דערמאנט מיתת נדב ואביהוא, און אין ספר במדבר ווערט דערמאנט מיתת אהרן ומרים, אבער אין ספר דברים ווערט נישט דערמאנט קיין מיתת צדיקים, נאר די מיתה פון משה רבינו אליין.

אבער משה רבינו מיט זיין גרויסע עניוות האט דאך נישט געהאלטן אז ער איז א צדיק, האט ער אנגערופען די מכה פון מיתת צדיקים, "אשר לא כתובה בספר תורה הזאת", דאס מיינט די ספר דברים, דארט ווערט נישט דערמאנט קיין מיתת צדיקים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ותשם בסוף על שפת היאור
די גמרא זאגט אז דער טאג וואס מען האט געלייגט משה ביים בארטן פון ים איז געווען ז' סיון, ווייל משה
רבינו איז געבוירן געווארן ז' אדר, און עס שטייט ותצפנהו שלשה ירחים, און פון ז' אדר ביז ז' סיון איז פונק דריי
חדשים. און די גמרא פירט אויס אז טאקע אין דעם זכות פון מתן תורה וואס עס איז געווען ז' סיון איז ער ניצול
געווארן דורך דעם וואס מען האט אים אריינגעלייגט אין טייך ז' סיון.
האט הגאון ר' מרדכי בענעט זי"ע געזאגט: אז דאס איז דער טעם פארווא סמען שפרייט אויס שבועות גרינע
גראז, כדי צו דערמאנען אז משה רבינו וואס ער האט פאר אונז מקבל געווען די תורה שבועות, איז ניצול געווארן
אין דעם זעלבן טאג וואס מען האט אים געלייגט ביים בארטן פון ים וואס דארט וואקסט גרינע גראז.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

משה רבינו איז געבוירן געווארן אין טאג פון ז' אדר, און דער פסוק דערציילט אין פרשת שמות, אז יוכבד די מוטער פון משה רבינו האט אים באהאלטן דריי חדשים און נאך דריי חדשים פון זיין געבוירן, האט זי אים אריינגעלייגט אין א קאסטן, און ווען בתי' בת פרעה איז זיך געגאנגען באדן האט זי אים ארויס גענומען און געוואלט געבן פאר די גוי'ישע מינקת צו זייגען און משה רבינו האט נישט געוואלט זייגן נאר פון א אידישע פרוי ווייל ער איז געווען אנגעברייט צו רעדען מיט די שכינה, און לויט'ן חשבון קומט דאך אויס אז דאס איז געווען אין טאג פון ז' סיון דריי חדשים נאך ז' אדר, דערפאר עסן מיר אין דעם טאג מאכלים פון מילך צו דערמאנען דעם זכות פון משה רבינו וועלכער האט נישט געוואלט זייגן פון קיין גוי'ישע פרוי.
(ילקוט יצחק)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ז' אדר, דער טאג וואס משה רבינו איז נפטר געווארן, געפאלט כמעט יעדן יאהר אין פרשת תצוה, וועגן דעם ווערט נישט דערמאנט אין גאנץ פרשת תצוה, משה רבינו'ס נאמען, מרמז צו זיין דעם הסתלקות פונ'ם גרויסן צדיק משה רבינו עליו השלום.
(ווילנער גאון)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ז' אדר יומא דהילולא של רעיא מהימנא

אין יאר ב' שס"ח, צוויי טויזנט דריי הונדערט אכט און זעכציג (2368) פון ווען השי"ת האט באשאפן די, וועלט, זיבן טאג אין חודש אדר ז' אדר מיטוואך אין די דריטע שעה פון טאג, איז אראפגעקומען דאס גרויסע און הייליגע ליכטיגקייט אויף דער וועלט, משה רבינו.עליו השלום וואס פון זייט די וועלט איז באשאפן געווארן איז נישט געווען קיין גלייכן צו משה רבינו עליו השלום, וואס ער האט זוכה געווען זיך ארויפצוארבעטן אויף אזא הויכע מדריגה וואס קיין שום מלאך, קיין שום שרף האט נישט זוכה געווען דערצו, ער האט זוכה געווען, אז השי"ת אליין זאל רעדן מיט אים מיט אזא נאנטקייט ווי איינער רעדט מיט א חבה פה אל פה, פנים בפנים, וואס קיין שום נביא האט נישט זוכה געווען דערצו.

און ווען עס איז געקומען די צייט, אז משה רבינו זאל אוועקגיין פון דער וועלט, מיט הונדערט צוואנציג יאר שפעטער אינ'ם זעלבן טאג וואס ער איז געבוירן געווארן ז' אדר אין יאר ב' אלפים תפ"ח, צוויי טויזנט פיר הונדערט אכט און אכציג (2488) פון ווען השי"ת האט באשאפן די וועלט, און זיין געטרייער תלמיד און נאכפאלגער יהושע בן נון זאל איבערנעמען די הנהגה אריינצופירן די אידן קיין ארץ ישראל, און אויף משה רבינו איז געווען א גזירה פון השי"ת, אז ער זאל נישט אריינגיין קיין ארץ ישראל נאר ער זאל פארבלייבן אין די מדבר.

משה רבינו האט פראבירט איינצורייסן הימלען מיט אלע כוחות וואס איז געווען מעגליך, ער האט אויסגעגאסן פינף הונדערט אין פיפצן תפילות, אז עס האט געשפאלטן הימלען, אז השי"ת זאל אים אריינלאזן קיין ארץ ישראל. אבער אזוי ווי דער רצון פון השי"ת איז נישט אזוי געווען האט אים גארנישט געהאלפן און השי"ת האט געהייסן צונעמען זיין נשמה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לקיחת הנשמה
דער מלאך המות האט זיך שוין געפרייט ווען ער האט געהערט, אז די צייט פון משה'ן איז שוין געקומען אוועקצוגיין פון דער וועלט אבער דער מלאך מיכאל האט געוויינט. השי"ת גיט א באפעל צום מלאך גבריאל: גיי ברענג מיר די נשמה פון משה'ן". "רבונו של עולם, ווי קען איך צוזען ווי דער גרויסער צדיק וואס האט איבערגעשטיגן מיט זיין ערליכקייט זעקס מאל הונדערט טויזנט אידן גייט אוועק פון דער וועלט, איך קען אים נישט אנטאן דעם גרויסן צער" האט דער מלאך גבריאל געזאגט.

האט השי"ת גערופן צום מלאך מיכאל: "גיי ברענג די נשמה פון משה'ן" "רבונו.של עולם, איך בין געווען זיין רבי און ער איז געווען מיין תלמיד ווי קען איך דאס צוזען" האט מיכאל געזאגט צו השי"ת.

דעמאלטס האט השי"ת גערופן צום מלאך המות: "גיי ברענג די נשמה פון משה'ן". ער איז באלט געווארן אין כעס און ער האט זיך אנגעטאן דאס שווערד, מיט גרויס אכזריות געגאנגען צו משה'ן. האט ער געזען ווי משה רבינו זיצט און שרייבט אין דער ספר תורה דעם נאמען פון השי"ת און זיין פנים שיינט ווי די זון און ער איז גלייך צו א מלאך פון השי"ת. דא האט זיך שוין געפארכטן דער מלאך פון משה רבינו. קיין שום מלאך וועט נישט קענען נעמען זיין נשמה" - האט דער מלאך געזאגט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

טענת משה עם המלאך
ווען משה רבינו האט זיך דערוואוסט, אז דער מלאך המות איז דא ווי ער האט געגעבן א קוק אויף אים איז דער מלאך המות אינגאנצן פארציטערט געווארן . עס איז נישט מעגליך געווען פאר אים צו עפענען זיין מויל צו רעדן מיט משה רבינו. וואס טוסטו דא"? פרעגט איםמשה. "השי"ת האט מיך געשיקט צו נעמען דיין נשמה" האט דער מלאך געענטפערט. "ניין, דו וועסט מיין נשמה נישט נעמען" זאגט אים משה רבינו שטרענג. ענטפערט אים צוריק דער מלאך "איך נעם יעדן נשמה וועל איך דיין נשמה אויך נעמען". איך האב אין מיר א גרעסערן כח פון אלע מענטשן" ענטפערט אים משה, "מיט וואס"? פרעגט אים דער מלאך.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

פלאות משה רבינו
דא האט אים משה אנגעהויבן צו ערקלערן זיין גרויסקייט פון ווען ער איז אראפגעקומען אויף דער וועלט ביז יעצט "איז נאך דא איינער אויף דער וועלט וואס האט באוויזן אזויפיל וואונדער ווי איך? אין דעם טאג וואס איך בין געבוירן געווארן האב איך שוין גערעדט און געגאנגען. ווען איך בין אלט געווארן דריי חדשים האב איך נביאות געזאגט, אז איך וועל מקבל זיין די תורה פון פלאמען פייער. פון פרעה'ן האב איך אראפגענומען די קרוין פון זיין קאפ, און זייענדיג אלט אכציג יאר האב איך באוויזן א וואונדערליכע מפות און ארויס געצויגן זעקס הונדערט טויזענט אידן פון מצרים געשפאלטען די ים סוף אויף צוועלף שטיקער, איבערגעקערט ביטערע וואסער אויף זיס וואסער, געהאלטן מלחמה מיט די מלאכים אין הימל ביי קבלת התורה, און מקבל געווען די תורה פון דעם פלאם פייער, גערעדט מיט השי"ת פנים בפנים, מגלה געווען די סודות פון הימל פאר מענטשן, געהאלטן מלחמה מיט סיחון ועוג די צוויי הויכע און מעכטיגסטע קעניגן אין דער וועלט וואס דער מבול האט נישט דערגרייכט צו זייער קנעכל און איך האב זיי גע'הרג'עט מיט מיין שטעקן. ווער אין דער וועלט האט נאך אזעלכע וואונדער באוויזן"? פרעגט אים משה רבינו. "גיי פון דא אוועק דו רשע! אנטלויף! איך וועל דיר מיין נשמה נישט געבן"!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רדיפת המלאך
איז דער מלאך המות צוריק צו השי"ת און אים דערציילט וואס משה האט אים געזאגט. "גיי ברענג מיר זיין נשמה איז נאכאמאל ארויס דער באפעל פון השי"ת. דא האט שוין דער מלאך ארויסגעצויגן זיין שווערד און זיך געשטעלט קעגן משה. האט זיך משה אויפגערעגט אויף אים און האט א נעם געטאן דעם שטעקן וואס השי"ת'ס נאמען איז געווען אויסגעקריצט אויף אים, און ער האט מיט דעם געגעבן א קלאפ אויפ'ן מלאך מיט זיין גאנצן כח, אז דער מלאך איז אנטלאפן און משה רבינו האט אים נאכגעיאגט און ער האט אים בלינד געמאכט א פאר אויגן (ווייל דער מלאך המות האט א סאך אויגן).

משה רבינו זאגט: "רבונו של עולם, פארוואס זאלסטו מיר נישט געדענקען וויפיל צער איך האב וועגן די אידן געהאט אין דער מדבר, אז זיי זאלן מקיים זיין די תורה און מצות, האב איך נישט קיין רעכט צו געניסן פון דער פרייד וואס די אידן וועלן האבן אריינקומענדיג קיין ארץ ישראל"?
(מדרש ברכה)

זאגט השי"ת צו משה'ן: "וואס טויג דיר דאס וויינען און שרייען, געדענק די טובות וואס איך האב דיר געטאן דיינע אלע לעבנס טעג, וואס דו האסט מיך געבעטן האב איך דיר באלד ערפילט. פון דיינעט וועגן האב איך געגעבן מן אין דער מדבר, און וואסער פון פעלזנשטיין, צוליב דיין כבוד האב איך געמאכט, אז קרח מיט זיין עדה זאלן איינזינקען אין דער ערד. אויך ביי דעם חטא העגל האב איך געוואלט די אידן אומברענגען, האסטו משה אנגעהויבן צו שרייען ,, סלח נא" זיי מוחל פאר די אידן, האב איך מיך באלד געלאזט איבערבעטן. אין מיין תורה האב איך אנגעשריבן "זכרו תורת משה עבדי" דאס איז גלייך ווי די תורה וואלט דיינס געווען. פערציג טעג און פערציג נעכט ביסטו געווען ביי מיר אין הימל און דורך דיר האב איך געגעבן די תורה פאר די אידן. דורך דיר זענען אידן אריבער דעם ים און דורך דיר האב איך פיל וואונדער געטאן אין מצרים. איך האב דיר אלע טעג גענוג כבוד געגעבן און אצינד, אז דיין טאג איז געקומען זאלסט שטארבן, זאלסטו אויפהערן בעטן און וויינען, ווייל ביים חטא העגל האב איך בעשוואוירן אדער דו משה זאלסט שטארבן, אדער אלע אידן זאלן אומקומען, און מיין שבועה מוז איך איינהאלטן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

קבלת הדין
ווען משה רבינו האט דאס געהערט, האט ער געזאגט: "ווען דאס איז אזוי, וועל איך ליבערשט שטארבן און פאר אידישע קינדער, פאר מיינע טייערע שעפעלעך זאל גארנישט געשען, אלעס בין איך גרייט אוועקצוגעבן פאר אידישע קינדער בני א-ל חי, אפילו מיך אליין אויך.
השי"ת זאגט צו משה'ן: "דו וועסט נישט דארפן די ליכט פון די זון און די לבנה ווייל דיין ליכט וועט שיינען אויף אייביג".
אז משה האט געזען, אז אנדערש קען דאס נישט זיין האט ער צוזאמענגערופן אלע אידן און פאר זיי האט ער איבערגעלערנט די תורה אויף זיבעציג שפראכן, און האט אנגענומען דעם באפעל פון השי"ת באהבה, מיט ליבשאפט, און האט געבעטן די אידן זיי זאלן מקיים זיין וואס עס שטייט אין די תורה.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”