רבי שלמה מראדאמסק התפארת שלמה זצ"ל - כ"ט אדר תרכ"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי שלמה מראדאמסק התפארת שלמה זצ"ל - כ"ט אדר תרכ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין די חסידישע וועלט איז שטארק באקאנט די נסיעה פון "תפארת שלמה" קיין צאנז אויף שבועות. צווישען די צאנזער חסידים איז דער שבועות פאררעכנט געווארן אלץ דער גרעסטער שבועות אין צאנז.
עס איז באקאנט אז צווישען די טויזענטער חסידים וואס זענען געפארן קיין צאנז, זענען אויך געוועהן די גרעסטע צדיקים און דור , רבנים , און רבי'ס פון חסידים אין פוילן ,גאליציע , און אונגארן וואס זענען געפארען צום צאנזער רב.
עס איז צו באמערקען אז דער "תפארת שלמה" איז צו יענער צייט געוועהן א מנהיג פון טויזענטער חסידים, און טראץ וואם ער האט שוין געהאט א געוואלדיגע געפארעכץ , האט ער איבערגעלאזט זיין היים און איז געפארען אויף שבועות קיין צאנז און צוזאמען מיט אים איז מיטגעפארען די גאנצע פמליא זיינע קינדער די גבאים ומשמשים און אהן א שיעור חסידים.
עס ווערט דערציילט אז זיין זוהן דער שפעטערדיגער ראדאמסקער רבי דער "חסד לאברהם" האט אים געפרעגט : טאטע וויאזוי קענסטו איבערלאזען דיינע חסידים אין אזא הייליגען טאג ווי אזוי קענסטו אזוי מצער זיין דיינע טויזענטער חסידים? מיין קינד- האט אים דער פאטער געענפערט אנווייזענדיג אויף זיין ווייסע בארד, איך בין שוין אלט און איך בין משתוקק צו פילען א טעם אין קבלת התורה מעין פון דעם טעם. וואם אונזערע אבות האבן מרגיש געוועהן ווען זיי זענען געשטאנען אויפ'ן בארג סיני און דאם קען מען נאר פילען ביים הייליגען צאנזנער רב .
ווען דער "תפארת שלמה" איז אנגעקומען קיין צאנז איז אים דער צאנזער רב געגאנגען באזוכען און מקבל פנים זיין דאם איז געוועהן אן אויסנאם.. די צוויי צדיקים האבען צווישען זיך ממתיק סוד געוועהן. ווען דער צאנזער רב איז צוריק געקומען פון די אכסניא האט ער זיך מיט זיין גרויס עניוות אנגערופען פאר זיינע מענטשען "פלאי פלאים" דער הייליגער ראדאמסקער רבי איז שוין גרייט צו קבלת התורה און איך האב נאך נישט אמאהל אנגעהויבען צו שפירען א חלק פון טויזענט וואם דער ראדאמסקער רבי שפירט אויך דער ראדאמסקער רבי האט דעמאלט געזאגט פאר זיינע מענטשען ווען דער צאנזער רב איז ארויס געגאנגען פון זיין הויו "איך בין מקנא דעם צאנזער רב וואם איז גרייט צו קבלת התורה און איך האב נישט אמאהל אנגעהויבען .[ביידע גרויסע צדיקים זענען באמת געווען גרייט צו קבלת התורה. אבער יעדער איינער איז געווען בענוה, און געזען דעם אנדערנ'ס גרויסקייט]
דעם ערשטען טאג האט דער "תפארת שלמה" אליין גע'דאווענט פאר'ן עמוד שחרית און געזאגט הלל.
ווען דער צאזנער רב האט מכבד גוועהן דעם "תפארת שלמה" צו דאווענען פאר'ן עמוד האט ער זיך קודם אנטזאגט זאגענדיג אז אין ראדאממק זאגט מען נישט קיין פיוטים:[יוצר] האט זיך דער צאזנער רב אנגערופען אז לכבודו פון ראדאמסקער רבי'ן וועט מען אויך אין צאנז נישט זאגען היינט קיין פיוטים דעמאלט האט דער "תפארת שלמה" אנגענועמן דעם כיבוד.
דער צאנזער רב איז במשך פון גאנצען דאווענען געשטאנען אויסגעדרייט , צום "תפארת שלמה" נישט אראפנעמענדיג א אויג פון אים.
דער גאנצער עולם איז גאר שטארק באגייסטערט געווארען פון זיינע תפילות און איבערהויפט דעם אקדמות זאגען ,צום צווייטען טאג יום טוב שבועות איז א אנדערער צוגעגאנגען צום עמוד צו שחרית דער נאך האט דער צאנזער רב געזאגט הלל פאר'ן עמוד . דער "תפארת שלמה" איז מורא'דיג נתפעל געווארען פון צאנזנער רב'ס הלל. נאכ'ן דאווענען, דעם צווייטען טאג שבועות האט זיך דער "תפארת שלמה" אנגערופען אויב וואלט איך געוואוסט נעכטען וויאזוי דעם צאנזער רב'ס הלל זעהט אויס, וואלט איך נעכטען נישט צוגעגאנגען צום עמוד
יארן שפעטער האבן די חסידים נישט געקענט פארגעסען דעם געהויבענעם מעמד ווען די צוויי גרויסע צדיקים זענען זיך צוזאמענגעקומען .
שבת נאך שבועות נאכדעם וואס דער צאנזער רב האט געענדיגט זיין טיש איז ער געגאנגען באזוכן זיין דערהויבענעם גאסט דער תפארת שלמה, דער תפארת שלמה האט נישט געוויסט אז דער צאנזער רב וועט קומען האט מען נישט אנגעגרייט "כיבוד" , דער בעל אכסניא איז שוין געשלאפין און די ליכט אין די שטוב ווי די עסענס זענען געלעגין זענען שוין געוועהן אויסגעברענט האט מען נישט געהאט מיט וואס מכבד צו זיין דעם צאנזער רב.
האט דער צאנזער רב געבעטין דעם תפארת שלמה ער זאל עפעס זינגען לכבוד שבת ,דער תפארת שלמה האט געזינגען "מזמור שיר ליום השבת" נאכדעם ווי דער תפארת שלמה האט גענדיגט זיין הערליכען ניגון האט זיך דער צאנזער רב אנגערופען דאס איז געוועהן גאר א חשוב'ע כיבוד…
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום דאנערשטאג מארטש 06, 2008 10:46 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כל ימי חייך להביא ימות המשיח
אלע דיינע טעג דארפסטו זיין אזא גרויסע עובד ה' אז דארך דיין גרויסע עבודה זאל משיח שוין קומען, דאס איז טייטש כל ימי חייך, אלע דיינע טעג דארפסטו ארבייטן אז עס זאל זיין להביא ימות המשיח, אז משיח זאל דארך דעם קומען.
(הרה"ק רבי שלמה ראדאמסקער זצ"ל)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א חסיד איז אמאהל געפאהרן צו זיין רבי'ן דער "תפארת שלמה" פון ראדאמסק זי"ע. דער איד האט געדארפט געהאלפן ווערן, ווייל שוין אכצעהן יאהר וואס ער האט חתונה געהאט און ער האט נאך נישט געהאט קיין קינדער. האט איהם דער רבי געהייסען קומען צום קומענדיגען סדר, פסח ביינאכט.
איידער דער רבי האט אנגעהויבן צו זאגן די "מה נשתנה" האט ער צוגערופען דעם חסיד, און געהייסען פארלייענען וואס עס שטייט אין די הגדה פאר "מה נשתנה" האט ער געליינט "כאן הבן שואל" (דא פרעגט דער זוהן די קשיות). האט איהם דער רבי געזאגט: "כאן הבן שואל - דא קענסטו אויסבעטן א זוהן"
אזוי איז טאקע געווען, א יאהר שפעטער איז איהם געבוירן געווארן א זוהן!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

שטארק צעבראכען איז דער חסיד אנגעקומען קיין ראדאמסק, צו זיין הייליגען רבי'ן, בעמ"ס "תפארת שלמה", ווען ער טראכט אז דא וועט ער האבן די מעגליכקייט אויסצוגיסן זיין צעבראכן הארץ, און זיין שווערן מצב. באלד ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן, האט ער געלאזט אנשרייבען א קוויטעל, אין וועלכען ער האט אריינגעשריבען אז ער איז אן עני. ווי נאר ער האט אריבערגעטרעטן דעם שוועל פון רבינ'ס טיר, און דערלאנגט זיין קוויטעל פאר'ן רבי'ן, האט דער תפא"ש געגעבן א געשרי, אן עני איז דאך אזוי ווי א מת - ר"ל, ארויס פון מיין שטוב, איך בין דאך א כהן!...
דער חסיד האט זיך דערשראקען פוענם געשריי, און איז אנטלאפן פון רבינ'ס שטוב. ווען דער רבי האט דאס באמערקט, האט ער אים געלאזט רופן זאגענדיג, דו ביזט דאך אוודאי א "מת מצוה", און א כהן מעג זיך מטמא זיין צו א מת מצוה...
נאך א לענגערן שמועס מיט דעם חסיד, אויסהערנדיג אלע זיינע מיטמאכענישן און פלראבלעמען, האט אים דער תפא"ש געפרעגט פון וואו ער האט פלרנסה, דערויף האט דער חסיד געענטפערט, מיין פרוי דרייט זיך ארום אין די פלריצי'שע הויפן, און פלרובירט צו פארקויפען געוויסע קלייניקייטן, און אזוי האבן מיר אביסעל אויף צום עסן, אבער איצט ווען איך האלט ביים חתונה מאכען א קינד, איז נישטא פון וואו. האט אים דער תפארת שלמה געענטפערט, ס'שטייט דאך אין פלסוק, וחצירות, אז מ'דרייט זיך אין די הויפען, ודי זהב, האט מען גענוג געלט, און אים געזעגענט מיט א ווארעמע ברכה.
ווען ער איז אנגעקומען אהיים דערציילט אים זיין פרוי, אז זי איז היינט - אזוי ווי געווענליך - געגאנגען אין די פלריצי'שע הויפן, און געטראפען אט דעם זעקל. ווען מ'האט דאס געעפענט האט מען געטראפן דערין אן אוצר מיט גאלדענע רענדלעך, אז מ'האט געקענט חתונה מאכן דאס קינד, און פון די איבעריגע געלט, איז ער אריין אין א מסחר, פון וועלכען ער איז געווארען א גרויסער עושר.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לשון קדשו פון ר' יענקעלע פשעוואסקער

דער צאנזער רב האט געהאט א זין ר' דוד, און ער איז געווען רב אין קשאנוב, זענען דארט געווען ראדאמסקער חסידים וואס האבען נישט נוהג כבוד געווען קעגן קשאנובער רב, איז דער צאנזער רב געווען ברוגז, דער מאור ושמש האט געהאט א זין אין קראקא, ר' ארון, איז דער ר' ארון אריין געפארען צים ראדאמסקער צים תפארת שלמה, און עם געזאגט, אז סאיז נישט גיט אז דער צאנזער רב זאל קלאפן אויף עם, סאיז געווען דעמאלטס פאר שבועות, זאגט דער תפא"ש, סקומט דאך צינעם א עולם, ווי אזוי קען ער זיי איבערלאזען, זאגט ר' ארון, ער זאל פארען מיטן עולם, איז דער תפא"ש געקומען קיין צאנז און דער צאנזער רב האט עם מכבד געווען מיט שחרית, האט דער תפא"ש געזאגט אונץ זאג מיר דאך נישט קיין פייט, האט דער צאנזער רב מסכים געווען מזאל נישט זאגען קיין פייט, האט מען דעמאלטס דעם ערשטען טאג שבועות אין צאנז נישט געזאגט קיין פייט, דער שווער ז"ל האט פארציילט אז צאנזער רב האט געזאגט צים ראדאמסקער "זינגט אונץ אהבת עולם סזאל זיך דאס הארץ דערכאפן" צי "דערקוויקען", הפנים וועגען שבועות האט ער געהייסן זינגען אהבת עולם, מזינגט דאך אין סאקמער אויכעט אהבה רבה שבועות, [דער שווער האט עס געהערט פין פריסטיקער דיין ר' ישראל אהרן ענגלענדער, ער האט עס געהערט פין גבאי פין תפא"ש, ביי זיי זאגט מען מקורב,]

ווען דער תפא"ש איז אנגעקומען קיין צאנז האבען זיי עפעס געשמיעסט פין גילוי אלי', האט דער צאנזער רב געזאגט אז גילוי צדיקים איז גרעסער ווי גילוי אלי', האט דער תפא"ש געגעבען א ציטער, ארויגייענדיג האט דער תפא"ש געזאגט צי דעם גבאי צים מקורב, "זענט עטס א מבין אויף דעם אלטיטשקען", [אין גרויס פוילען פלעגט מען זאגען אויף א רבי א ראש ישיבה דער אלטיטשקער,] אויפן צאנזער רב, האט ער געזאגט, "איך האב שוין א לאנגע צייט משתוקק געווען איך זאל זען דעם רבי ר' מיילך, האט ער מיר איצט געוויזען", דער צאנזער רב, מיט דעם וואס ער האט געזאגט אז גילוי צדיקים איז גרעסער, האט דער תפא"ש געזען דעם רבי ר' מיילך. [דאס ערשטע מאל איז דער תפא"ש געווען אין צאנז שבועות, און דאס אנדערע מאל איז ער געווען א שבת, ווען ער איז געווען אויף שבת, איז מיין זיידע, דעם טאטען'ס טאטע ר' לייביש, געווען דעמאלטס אין צאנז, דער זיידע האט פארציילט אז דער ראדאמסקער האט געזינגען א ניגון ביי שחרית, אויף הקל הפותח צי קל אדון, און דער צאנזער רב האט ביי מוסף געזינגען דעם ניגון, האט מען געזאגט אז פין איין מאל האט זיך דער צאנזער רב אויס געלערנט, (סאיז נישט קיין ראי', דער צאנזער רב האט אפשר געקענט דעם ניגון פין פריער), וואס האט ער געהאט מוסף צי זינגען, ווייס איך נישט, צי ישמחו, צי סאיז געווען פין די שבתים שקלים צי חודש, וואס סאיז דא צי זינגען ביי מוסף,]
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

טויזנטער אידן פון איבעראל, קומען צו פאטרן אויפ'ן ציון פון הייליגען רבי'ן ר' אלימלך זצוק"ל אין ליזענסק. און אויך היינט, פירן זיך פיהל אידן פון די גאנצע וועלט, צו פאטרן קיין ליזענסק, מתפלל זיין אויפ'ן הייליגן ציון. אבער נישט פון אייביג אהן איז דאס אזוי געוועהן, אין די ערשטע צענדליגער יארן נאך דעם רבי ר' אלימלך'ס הסתלקות איז דאס נאך נישט געוועהן אזוי ווייט איינגעפירט. ביז עס איז געקומען דער ראדאמסקער רבי, הגה"ק בעל תפארת שלמה זצוק"ל, און ער האט דאס איינגעפירט און דורכגעפירט אז דער ציון הקדוש פונעם רבי'ן ר' אלימלך זי"ע זאל ווערן א ווענד פונקט פאר טויזנטער אידן פון איבעראל. דער תפארת שלמה זצ"ל האט אויך איבערגעבויט דעם אוהל אויפ'ן ציון הקדוש, אויך האט ער געבויט א צוים ארום דעם קבר, מען זאל חלילה נישט טרעטן דערויף, און איינגעפירט עס זאל שטענדיג ברענען א ליכט אין אוהל, א נר תמיד, לכבוד דעם הייליגן צדיק וואס ליגט דארט.
ער האט אויך געווירקט, אז מען זאל פאטרן קיין ליזענסק, און דורך אים האבן טויזנטער אידן פון איבעראל געשטראמט קיין ליזענסק אויפ'ן הייליגן ציון, ביי די יארצייט און אויך א גאנץ יאר.
ער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: "ברוך השם אז מיר האבן דערהויבן דעם כבוד פון רבי'ן רבי אלימלך זי"ע".
איינמאל ווען דער תפארת שלמה איז געפאטרן קיין ליזענסק, איז ער דורך געפאטרן די שטאדט קראקא. האט ער געזאגט "די קראקא'ער לומדים וועלן נישט פארשטיין, פארוואס איך פאטר אדורך קראקא, וואו עס ליגן אויפ'ן דארטיגן בית החיים גדולי עולם, (דער "ב"ח", דער "רמ"א", דער "מגלה עמוקות", און נאך א סאך גדולי ישראל) און איך פאטר גאר ווייטער קיין ליזענסק? נאר צדיקים פון גן עדן ווייסן נישט וואס עס טוט זיך דא אויף דעם עולם, אויסער דער רבי ר' אלימלך זי"ע, וואס ער האט זיך אויסגעארבעט ער זאל יא זיין דא צווישן אונז".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בוקר ויודע ה' את אשר לו
גלייך ווען א איד שטייט אויף צופרי דארף ער אכטונג געבן אז די ערשטע מחשבה זאל זיין א הייליגע און אן ערליכע. דאס זאגט דער פלסוק, בוקר גלייך צופרי, ויודע ה', זאל ער טראכטען פונעם דרך ה'.
(תפארת שלמה - ראדאמסק)
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דער אוהל און ראדאמסק.
אויפען בילד פון אינווייניג, דער צווייטער פון לינקס איז דער תפארת שלמה.
אטעטשמענטס
K_Radomsk-2.JPG
K_Radomsk-2.JPG (89.83 KiB) געזען 11921 מאל
K_Radomsk2.JPG
K_Radomsk2.JPG (128.69 KiB) געזען 11918 מאל
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דבר בעתו מה טוב. א ריזן יישר כח זיידעניו פאר די הערליכע ענינים וסיפורי צדיקים.

איך וועל צולייגן א קורץ ווארט וואס איך האב אמאל אליינס געקלערט, און דאן האב איך צו מיין גרויס פרייד געפונען אז דער תפארת שלמה זאגט דאס זעלביגע:

די גמרא זאגט (ברכות ל"ב ע"א) אמר רבי חייא בר אבא אמר רבי יוחנן משל לאדם אחד שהיה לו בן הרחיצו וסכו והאכילו והשקהו ותלה לו כיס על צוארו והושיבו על פתח של זונות מה יעשה אותו הבן שלא יחטא.

טייטשט דער הייליגער תפארת שלמה: מה יעשה אותו הבן? שלא יחטא!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א הערצליכען ייש"כ ר' זיידע פאר די ספורים וענינים איבער דעם בעל ההילולא בהאי יומא דקא גרים, זכותו הגדול יגן עליך ועלינו להוושע בכל מילי דמיטב.

און יעצט אפאר שאלות פאר די ידענים צווישן אונז איבער דעם תפארת שלמה:

1) וואס איז געווען די משפחה נאמען פונעם תפארת שלמה

2) זענען פארהאן אייניקלעך פון אים בימינו בכלל, ובפרט בן-אחר-בן?

3) איז פארהאן א געוויסע חסידות היינט צו טאגס וועלכע זענען די ממשיכי דרך פון ראדאמסק?
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

די משפחה נאמען איז ראבינאוויטש
פארן קריג איז בעווען זיין אייניקעל הרבי העשיר מראדאמסק זצ"ל
וואס האט אנגעפירט די צענדליגער ישיבות כתר תורה
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עפעס איז דא א ראדאמסקער שטובל אין בארא פארק (אין מיינע צייטן [...] איז אויך געווען דארט א ישיבה)
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

דאכטצעמער, אז כ'האבעס שוין איינמאל געשריבן אבער כ'בין נישט זיכער, און אז ס'איז נאך אין די שלשה ימים פונעם הילולא, קען מענעס נאך נאכזאגן.

אז פארדעם איז ארבעים יום קודם יצירת הולד, רופט מען אויס בת פלוני לפלוני, ווייל, ווען א מענטש ווערט געבוירן, איז דא אין אים, דריי שותפים, דער אייבישטער, טאטע, מאמע. סאו ווען ס'קומט צו שידוכים, קען זיך נאך א מענטש איינרעדן, אז ער האט א מיינונג, דערפאר לאזט מען אונז וויסן, אז פערציג טעג נאך פאר טאטע מאמע זענען שותפים, האט דער פון אויבן שוין אנגעגערייט דעם זיווג פון דא און ווייטער, קענען שוין די עלטערן ווערן שותפים.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

קרעמער האט געשריבן:עפעס איז דא א ראדאמסקער שטובל אין בארא פארק (אין מיינע צייטן [...] איז אויך געווען דארט א ישיבה)


די ראדאמסקער שטיבל אין באראפארק איז אויף געשטעלט געווארן דורך ראדאמסקער חסידים פון דער היים וואס האבן געוואלט מנציח זיין זייער רבי'ס נאמען (וועלעכע איז געהרג'עט געווארן דורך די דייטשען) לעולם און זיי האלטען אויך אויס די ישיבה דאכצעך מיר. ליידער ליידער זענען דא אסאך ראדאמסקער חסידים וואס זענען שוין נישט פרום היינט נאכן זיך וואלגערען פאר פינף יאר אין א צי אין די דייטשע קאצעטראציע לאגערען , אבער די סיפורי חסידיים וואס זיי פארציילען האבן א פארצייטישע חן.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

בנוגע די שבועות וואס איז אויבן דערמאנט געווארן וויל איך צו לייגען איין אינטרעסאנטע פרט וואס איך האב אמאל געהערט פון די באבוב'ער רבי מהר"ש זצ"ל.

ווען די צאנזער רב זצ"ל האט צו געשיקט די תפארת שלמה, האט ער זיך נאך געפרעגט ביי א באקאנטע איבער אלע מנהגים ביים דאווענען, און יענער האט אים פארגעסען צו זאגן אז די צאנזער רב פירט זיך צו צו גיין צום עמוד ביי הלל. און די תפארת שלמה האט טאקע פארגעזאגט הלל. די נעקסטע טאג האט די תפארת שלמה אבער געזען ווי די בעל תפלה טרעט אפ פאר הלל, און די צאנזער רב זאגט הלל, האט ער געהאט גרויס חלישות הדעת, און ער האט אפיר געהאלטען זיין באקאנטע פארוואס ער האט אים נישט געזאט איבער דער מנהג. די תפארת האט אבער אויסגעפירט בזה"ל "איך בין אבער אויך שולדיג, ווייל ווען איך האב געזען ווי די גאנצע פמליא של מעלה קומט אראפ צו הלל וואלט איך געדארפט פאשטיין אז זיי קומען צו הערען די צאנזער רב און נישט מיך".
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

דער גרעסטער שבועות אין צאנז איז געווען תר"ל, נאכן ח' פון דעם ימ"ש ביים כותל. [איך רעד נאך שיין קעגן וואס ר' נפתלי חיים האט געזאגט].

דריי הונדערט רבנים אריות שבחבורה זענען געווען דעמאלט אין צאנז, משופרא דשופרא פון כלל ישראל, זענען געקומען מחזק זיין דעם צדיק יסוד עולם.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין וויליאמסבורג האט געוואוינט א חשוב'ער איד הרב ר' הערש קערנקרויט ז"ל א איד א תלמיד חכם משכמו ולמעלה ער איז געווען א סימבאל פון א פארצייטישער חסידישער איד ער פלעגט דאווענען אין פארלערנען א שיעור אין ווייצענער ביהמ"ד, אינדערוואכן פלעגט ער דאווענען אין ראדני מיטן ערשטן מנין.

ער איז געווען א פוילישער א ראדאמסקער פון דערהיים און פלעגט דערציילן א געוואלד פון ראדאמסק

ער איז אוועק פאר עטלעכע יאר צוריק אום חוהמ"פ זייענדיג איבער די תשעים
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיר געדענקן אים גוט ב"ה. יהא זכרו ברוך
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

סאיז באקאנט צוויי שבועות'ער אין צאנז איינס ווען דער הייליגער תפארת שלמה איז געקומען
אין די צווייטע נאכן ח' רח"ל,
אגב דאכט זיך תרכ"ט ביסט זיכער בני?
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מיר איז א חידוש אז דער תפארת שלמה איז געווען א הערליכע בעל מנגן און בעל תפילה און עס איז נישט באקאנט קיין ניגוןו אדער נוסח תנועות פון אים
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

זיידעניו, צום ערשט א הערצליכען דאנק אייך פאר דעם שיינעם ליקוט און רייכע באשרייבונגען מאז באת לכאן. עס איז כמים קרים על נפש עיפה
והשנית, עס איז געווען א סיבה פאר וואס דער הייליגער תפארת שלמה איז געקומען קיין צאנז, קען מען דא רעדען דערוועגען?
צדיקים האבען געזאגט אז דער ספר תפארת שלמה איז דאס לעצטע עכט חסידיש ספר און דער ישמח ישראל האט זיך נאך מיטגעכאפט.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

זיידעניו, 1 זאך קען איך דיר זאגען, אז דו האסט געקענט אהערשלעפן נאטורליך'ן, דאן ביסטו א העלד!
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

די סיבה דערצי איז געווען אז דער צאנזער רב זון ר' דוד'ל איז געווען רב אין א געגענט ווי ס'איז געווען ראדאמס'קער חסידים אין זיי האבען זיך נישט פארטראגען מיט אים דער הייליגער תפארת שלמה האט זיך קודם אנגענומען פאר זיינע חסידים אבער שפעטער האט דאכט זיך ר' ארון קראקער געזאגט פארן ת"ש אז מיטן צאנזער רב איז א שפיל מיט פייער זיך צי קריגען איז ער געקומען אלץ פיוס קיין צאנז.
די נסיעה האט דאן אויפגעשטורעמט די חסידישע וועלט וויל ער איז געווען א רבי פון טויזענטער חסידים אין ער האט אלעס איבערגעלאזט אין געקומען ציפארן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

נאטורליך האט געשריבן:זיידעניו, צום ערשט א הערצליכען דאנק אייך פאר דעם שיינעם ליקוט און רייכע באשרייבונגען מאז באת לכאן. עס איז כמים קרים על נפש עיפה
והשנית, עס איז געווען א סיבה פאר וואס דער הייליגער תפארת שלמה איז געקומען קיין צאנז, קען מען דא רעדען דערוועגען?.


קוק דא האב עס איבער געשריבן לשון קדשו פון ר' יענקעלע אבער דעם
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

יאסל תרכ"ט איז עס טאקע געווען.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”