לכבוד פורים: פרעזידענטליכע דעבאטע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווער האט געוואונען די דעבאטע?

10
59%
2
12%
5
29%
 
סך הכל שטימען: 17

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

לכבוד פורים: פרעזידענטליכע דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

היות מאנכע טענה'ן אז איך קען מאכ'ן געלט אויף דער ארטיקעל, און איך בין נאך נישט זיכער צו זיי מיינען עס ערענסט, לייג איך דערווייל ארויף א כל הזכויות שמורות דערויף!



היות אז די טערמין פון אחשורוש לויפט שוין באלד אויס, קומט יעצט פאר א העפטיגע פארמעסט צווישן די פראנט לויפערס פון די צוויי גרויסע פארטייען. פון די רעכטע זייט לויפט די עקסטרעם קאסערוויטיווע קאנדידאט – מרדכי יהודאווסקי, און פון די לינקע זייט לויפט די עקסטרעם ליבעראלע קאנדידאט – המן כוסעין האמדאסא.

אין בעפארברייטונג צו די גרויסע וואלן וואס גייען בקרוב פארקומען וועט יעצט פארקומען א פאליטישע דעבאטע, וואס איז געספאנסערט דורך אל דזשעזירא אין צוזאמענהאנג מיט די איראנישע גארד טעלעוויזיע. איך - אלץ מאדירעיטער - וועל פארשטעלען שאלות אין פאליטישע טעמעס פאר ביידע קאנדידאטען אייניג, און עס וועט זיין פאר זיי אן אפערטוניטי קלאר צו שטעלען זייערע פאשידענארטיגע מיינונגען און שטעלעס. איך וויל קלאר מאכן אז ביידע קאנדיטאן האבן זיך אונטער גענומען נישט פערזענליך אטאקירען איינע דעם אנדערע, און איך בעט זייער אז מ'זאל זיך האלטן צו דער החלטה ווי ווייט מעגליך.

מאדירעיטאר:
מ'וועט אנהייבען מיט'ן דעמאקראטישע קאנדידאט המן האמדאסא, אפשר פארציילסטו אונז אביסל איבער דיינע עקספיריענס און דיינע קרעדענטשעלס צו ווערען פרעזידענט פון די וועלט מאכט וואס ווערט יעצט געפירט דורך אונזער געשעצטער אחשורוש.

המן כוסעין האמדאסא:
לעידיס ענד ג'עמטעלען איך האב אסאך עקספיריענס זייענדיג א חלק פון די קענעגליכע קאבינעט. בכלל וועל איך דאך זיין די פרעזידענט וואס גייט ברענגען "טשעינדזש" צו דער לאנד. און אז מ'ברענגט "טשעינדזש" דארף מען נישט טויגען צו דער דזשאב, די עיקר אז מ'האלט אין איין איבער זאגן די ווארט "טשעינדזש" נאך אמאל און נאך אמאל, און די מאסן וועלען שוין לויפען אין די פאולס און אפגעבען זייערע שטימע, און איך וועל מיך זיצען אין דערהיים און קונה זיין די פרעזידענטשאפט ב"שינוי". אדרבא, מיין אפענענט האלט זיך מיט עקשנות צו די אלטע וועגען און האלט נישט ביים מאכן קיין "טשעינדזש" כל שהוא. זאל ער אונז זאגן וואס זיינע קרעדענטשעלס זענען צו ווערען פרעזידענט.

מרדכי יהודאווסקי:
דער המן האט איין ווארט וואס ער הערט נישט אויף צו זאגן, "טשעינדזש" און נאך אמאל "טשעינדזש". אפשר קען ער מיר זאגן וואס ער וועט טון ווען אן אנדערע לאנד וועט פרובירען צו אטאקירען זיין לאנד? וואס איז זיין עקספיריענס מיט די מיליטער? הא? ער האט פארלוירען איין מלחמה נאכן אנדערע. אונז האמיר אבער געוואונען איין מלחמה נאכן אנדערע. וואס איז זיין עקספיריענס מיט פיסקעל (פינאנץ) ריספאנסעביליטי? הא? קענסט אונז אפשר זאגן וואס דו האסט געטון ווען די עסען פון דיינע סאלדאטען זענען אויס געלאפען אזוי פרי? גיב א קוק אונטער מיין שיך וועסטו טרעפען די ענטפער.....

המן כוסעין האמדאסא:
גיבט א קוק! ער האט געהאט סלעיווס, עבדים! ער איז געווען אקעגען די ציווילע רעכטען מאוומענט! ער אליין האט געהאט קנעכט!

מרדכי יהודאווסקי:
פארדריי נישט די שמועס! דו האלטסט אין איין רעדען וועגען טשעינדזש. ווי אזוי פלאנסטו צו טשעינדזשען די לאנד ווען דו האסט נישט געקענט טשעינדזשען דיינע אייגענע קליידער פאר דו ביזט געקומען צום ווייסע הויז נאך דעם וואס דיין טאכטער האט דיר באגאסען? עניוועי, איך וויל מיך האלטען צום אפמאך נישט צי אטאקירען מיין אפענעט.....

המן כוסעין האמדאסא:
טו לעיט! האסט מיר שוין אטאקירט! יעצט וועל איך מיך נעמען צו ....

מאדירעיטאר:
איך בעט אז מ'זאל נישט אריין האקען אין מיטען די אנדערע רעדט. מרדכי זיי ממשיך.

מרדכי יהודאווסקי:
איך האב אסאך עקספיריענס מיט די דזשודישעל סיסטעם זייענדיג יארן לאנג א סופרים קאורט דזשאסטיס אין די סנהדרין. ווי אויך בין איך א באצירטע גענעראל ווי פריער דערמאנט, און איך האלט אז אין אזא שווערע צייט איז נישט דא קיין בעסערע קאנדידאט ווי מיך צו פירען דאס לאנד. ווי אויך האלט איך אז איך בין די בעסטע קאנדידאט צוזאמצוברענגען ביידע פארטייען צו ארבייטען צוזאמען אינאיינעם. איך האב דאך געראטעוועט פרעזידענט אחשורוש'ס לעבען כאטש אפילו ער איז פון די קעגנערישע פארטיי.

מאדירעטאר:
וואס איז אייער שיטה מיט גלאבאלע אנווארעמונג און ענוויראמענטעל פראטעקציע?

המן כוסעין האמדאסא:
אה! דא וועל איך איבערשטייגען מיין אפענענט. ווי יעדע ווייסט דאך טוט אונזער פארטיי אזוי פול פאר ענוויראמענטעל פראטעקציע. איך אליין האב ארויסגעגעבן א מאווי אויף דער נושא, און איך האב - דרך אגב - געמאכט ביליאנען אויף דעם. אונז בלאקירען אויך א יעדע חלום פון גראבען אייגענע אויל אין אונזער לאנד, וואס האט א גרויסע ברירה צו פארבעסערען אונזערע אקאנאמיע, און עס קען אוועק נעמען אונזערע דעפענדענסי אויף אראבשע לענדער פאר אויל, און ממילא וועט עס אויך אפשוואכען זייערע טשאנסען אויס צו פירען טעראריסטישע אטאקעס. אונז פארקוקען אויף די אלע זאכן אלץ פאר די הייליגע מטרה פון ענוויראמענטעל פראטעקציע. אדרבא, מיין אפענעט איז זייער שוואך אין דער געביט. ער איז דאך ביזי ביי א יעדע שבת, יום טוב אדער יומא דפגרא צו עסען "ווארימע" קוגעל וואס שאדט זייער פאר די ענוויראמענט. ווי אויך חנוכה צונדען זיי אזוי פול לעכט, ווער ווייסט צו די לעכט וועלען נאך גורם זיין איין טאג אז גאנץ אלאסקא זאל זיך צולאזען. ווי אויך קענסטו ארום גיין אין די געגענטער ווי מיין אפענאנטס שטיצערס קאנצעטרירן זיך, ווי למשל, וויליאמסבורג, מאנראו, מאנסי און באקרא פארק, און זאג מיר וויפול מענטשען דארט ריסייקלען? א לאך אין בוידעם!

מרדכי יהודאווסקי:
איך ווייס נישט פארוואס המן האט געפילט פאר וויכטיג מיר צו אטאקירען אין אזא נושא וואס מיר פילען איז אזוי וויכטיג, עד כדי כך אז מיין פלימעניצע אסתר וועם איך האב ערצויגען אלץ אן אייגן קינד איז דאך א "גרינע" (ירקרק). לגבי די "ווארעמע" קוגל, אמת, איך בי מודה, עס איז טאקע ווארעם ווען די רבי עסט עס, אבער ביז ס'קומט אן צו די חסידים איז עס שוין גוט קאלט. בכלל, גיב א קוק, ענק עסען דאך הייסע פיצא אין די פיצא סטאר, משא"כ אונז קאנסערוויטיווע וואלט זיך נישט דערוואגט אריין צו גיין אין א פיצא סטאר און מיר עסען נאר "פראזען" פיצא. נו? ווער פראטעקט די ענוויראמענט? בכלל אפשר פארציילסטו פאר די עולם דא ווי דו האסט אראפ געשניטען גאנצע וועלדער צו בויען דיין הויכע 50 אמות'דיגע תלי'. דאס הייסט פראטעקטעד די ענוויראמעט?

מאדירעיטאר:
וואס איז אייער שיטות בנוגע פרויען רעכטען?

המן כוסעין האמדאסא:
אונז זענען זייער פראו וואמענס רייטס! אונז טוען וואס ס'פעלט נאר אויס פאר פרויענס רעכטען. זעסט דאך ביי מיר אין שטוב איז זרת די גאנצע באלעבאס. ווען אימער איך האב נאר א ספק וואס צו טון, איז זי מיין פאליטישע אדווייזער. זי איז טאקע א מידזשעט און גראב, א ראלי פאלי,.... כ'מיין זי איז נישט אזוי הויך און נישט אזוי דאר, אבער פרויען זענען פונקט אזוי קלוג ווי מענער און זיי קענען פירען א לאנד און א מיליטער פונקט ווי מענער.

מרדכי יהודאווסקי:
אונז זענען אויך פאר פרויען רעכטען, מ'דארף רעספעקטירען א יעדע מענטש און א יעדע בריאה, אבער דאס מיינט נישט אז זיי קענען פירען א לאנד און א מיליטער. שטעל דיך פאר ווען פראנקרייך וועט זאגן עפעס שלעכט אקעגען אונזער לאנד, אויב די פירער איז א מאן וועט ער זיך אויס לאכען און גיין ווייטער, אויב די פירער איז א פרוי וועט זי באלד פארארדענען א שאק ענד אה באמבאדירונג אקעגען יענע לאנד. עכ"פ זי וועט זיכער נישט רעדען צו יענע לאנד פאר א פאר טעג. ווער רעדט נאך אויב דאס וועט פארקומען אין "יענע טעג" ה"י. איך פארשטיי אבער נישט וויאזוי המן קען זאגן אז ער איז פראו וואמענס רייטס? ער מיינט טאקע אז מיר פארגעסען אזוי שנעל? ער האט זיך טאקע געטוישט זיין נאמען, אבער מיר אלע געדענקען גוט ווי ער האט געהייסען הארגענען ושתי ווייל זי האט נישט געטון פונקטלעך וואס איר "מאן" האט איר געהייסען טון. לאמיר קוקען אין דיינע רעקארדס, המן, האסטו נישט געספאנסערט א ביל צו צולייגען אן אמענדמענט צו די קאנסטיטוציע, להיות כל איש שורר בביתו?

המן כוסעין האמדאסא:
איך האב נאר געספאנסערט די ביל דאן ווייל איך בין געווארן פאר'נער'ט דורך קאלין פאוועל, אבער בעצם בין איך געווען דערקעגן.

מרדכי יהודאווסקי:
תירוצים תירוצים! זיי נישט אזא פליפ פלאפ!

מאדירעיטאר:
איך גיב יעצט א יעדע פון אייך א פאר מינוט צו רעדען איבער די טעמעס וואס זענען וויכטיג פאר אייך, למשל, אומלעגאלע אימיגראציע, די אקאנאמיע, העלט קעיר, נאציאנאלע סעקיוריטי וכדו'...

המן כוסעין האמדאסא:
די וויכטיגסטע טעמע אויפ'ן טיש אין די היינטיגע עלעקשאנס איז נישט קיין איינע פון די אויבן דערמאנטע זאכן, נאר די וויכטיגסטע טעמע איז די פראבלעם מיט סטערוידס. איך האלט אז מ'דארף איינפירען רעגולער סטערוידס טעסטס אויף אלע קנאקערס וואס גייען הגבה אין שול. מ'זעט לעצטענס ווי יונגעלייטלעך גייען הגבה און זיי עפענען די ס"ת צו 10 עמודים און זיי דרייען זיך ארום מיט עס ווי א מערי גאו ראונד, דאס קען מען נאר טון אויב מ'האט גענומען סטערוידס!!! און איך וויל אז די קאנגרעס זאל שוין מאכן אן אינוועסטיגאציע. נאך א וויכטיגע טעמע איז העלט קעיר. הערי מייזעלס די קאנקרעסמאן פון קול מוואסער פראמאוט זייער שטארק אומגעזונטע דייעטס. ער הייסט עסען אסאך אייער. ער מיינט אז מיר ווייסען נישט אז זיין איינציגסטע כונה איז צו מאכן פסח א גאנץ יאר. יא! דאס איז א טאקטיק אז זיי זאלן נישט דארפן ארבייטען וויאזוי הייסט עס נאר?..... שיעור פיעור? היו לא תהי' מיר וועלען פראקלעמירן א העלט קיער ביל וואס זאגט אז די דייעטס פון הערי מייזעלס איז נישט געזונט!

מרדכי יהודאווסקי:
המן! פארוואס פארציילסטו נישט פאר'ן עולם דא פארוואס דו ביזט באמת אקעגען די אייער דייעט? דיך באדערט נישט אז מ'עסט אייער, דיך באדערט אז מ'באצאלט נישט דיין ראדיקאלע שטייער וואס די האסט ארויף געלייגט אויף די אייער. יא! מיר געדענקען נארך ווי דו האסט פארגעשלאגן די "מס על אייער הים". ווען דו וועסט ווערען פרעזידענט וועלען די טעקסען ארויף שפרינגען ביז'ן הימל. דיר באדערט דען די שה"י פה"י? דיר באדערט די הכנות וואס מיר מאכען צו א שבת אדער צו א פסח - אנגעהויבן פון א וואך פאר חנוכה, און טאקע פארדעם ביזטו באשטראפט געווארן מדה כנגד מדה אז דיין טאכטער האט דיר באגאסען מיט הכנות! איך וועל מיך יא שטעלען אויף אימלעגאלע אימעגראציע. דאס איז דאך די לעצטע מכה. הערשט לעצטע שבת האב איך באמערקט ווי איינע שווערצט זיך אריין אין שול אומלעגאל שוין נאך ברכו! מ'דארף בויען א וואנט ארום די שול'ן! איך וועל מיך שטעלען אויף גא"ם קאנטראל! דאס איז א גויאישע מאכל, און נאר בהמות קייען און קייען! איך וועל מיך שטעלען אויף נאציאנאלע סעקיוריטי! מ'דארף קודם באשוצען אלע איינוואוינער פון די לאנד. הערשט נעכטען אינדערפרי האב איך מיך אויף געוועקט צום שרעקליכע סצענע פון אן אויסגעליידיגטע פעקעל המן טאשן. מיינע קינדער האבן געמאכט א חצי שלי וחצי שלך, אבער מיר האבן זיי נאר איבער געלאזט די 'מאן המן טאשן' בשעת זיי האבן אויף געגעסן אלע 'דזשעלי המן טאשען'! ווי אזוי דארף מען קענען שלאפען רואיג ביינאכט אויב מ'איז נישט פארזיכערט מיט אביסעלע המן טאשען? איך זאג אייך אלע, וואוטס פאר מיר און עס וועט זיין פורים אין דער וואכן!
לעצט פארראכטן דורך אנדי פעטיט אום דאנערשטאג מארטש 06, 2008 10:25 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אנדי;

פראם די ביעטשעס אין פלארידא, טו די דעזערטס אין די קרעטשמע (האסט שוין געזעהן דעם רבין'ס מדבר אשכול) פראם קאוסט טו קאוסט פראם סיע טו שיינינג סיע, אנדי פעטיט איז בעק.

הוי לעט פרידאם רינג..................

עניוועי, ס'איז מורא'דיג האק-א-טאג און רוה דיך אויס.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

2 נקודות:

איינס) ווייס איך שוין וואס דו האסט געטאן די לעצטע פאר טעג (אזא ארבעט קומט שוין שמיר-נישט-דיר-נישט ארויס פון ארבל, דא ליגט קאפ און מח)

צווייטנס) זיי נישט קיין נאר, דער ארטיקל איז ווערט קעש, און אלע צייטונגען, איינס ביי איינס, זוכן יעצט די סחורה ווי אויל אינעם ים. שיק עס אריבער צו די צייטשריפט אדער כדומה, און בעט דערפאר ממון!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ס'איז א מורא'דיגע געלונגענע ארבעט. כ'האב שטארק הנאה געהאט.
An article a day keeps the babies away
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איך האב נישט אויפגעהערט צו שמייכלן ביז איך האב אויסגעצויגן א געלעכטער פון מיין מויל
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אנדי, א ריזיגער ארבייט!!!

דא ליגט אריינגעלייגט קאפ און מוח, אויסגעמישט דאס היינט מיטן אמאל, ס'תורה'דיגן חלק מיטן די היינטיגע פאליטישע נייעס, אלעס אויף איין ארטיקל אזוי פורים'דיג.

קרעמער איז קלאר גערעכט, אלע צייטונגען לעכצן נאך אזא ארטיקל היינט צוטאגס.

אנדי, די ווערסט בעסער און בעסער, קיפ איט אן, די קענסט!

ווי איך זעה יעצט ליד מרדכי די פאולס מיט א שטארקע 66 פראצענט, ס'איז שווער צו זאגן אז המן זאל עס מאכן. נאר וואס, די ווייסט דאך שוין, אין פאליטיק קען מען גארנישט פאראויסזאגן....
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15456
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אנדי פעטיט;

אמעיזינג אמעיזינג, איף איים עווער ספיטשלעס איטס רייט נאו, איך האב באמת נישט קיין ווערטער אין פיסק נאכן ליינען דעם אינהאלטרייכן, הומאריסטישן, און - איבער אלעם - תורה'דיגן ארטיקל.

איי טינק איטס פעיר טו סעי, אז דאס איז די נאמבער וואן ארטיקל אין קרעטשמע היסטאריע, און דאס איז נישט גרינג צו זאגן.

איטס אן בעליוועבל, איך שפיר איצט ווי נאך איליי'ס טאטש דאון אין די לעצטע מינוטן, די שטילקייט וואס האט געהערשט דאן איבער די לופט שפילט זיך איצט איבער ביי מיר, עס וועט מיר נאך נעמען א וויילע צו צוזאמקלויבן מיינע געדאנקן.
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

איך וועל מיך בעגעניגן מיט א פאר ווערטער:
WOW
WOW
WOW
WOW
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

BACK TO YOU, ANDY...

DUE TO POPULAR DEMAND
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אנדי, א הערליכע דזשאב. האסט מיך ארויס גענומען פונעם עולם התוהו, און אריין געפירט אינעם דיבעיט זאל, און כאב אכטונג געגעבן נישט צו פארפאסן קיין איין ווארט, שכוח.

(איך האב נישט געהאט די סכי'ה, צו קענען מגיב זיין באותו יום ובאותו זמן, ס'איז געווען נעלם פון מיר ביז יעצט, גז מי טלובה.)
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

אנדי,

גאר שיין, א גרויסן יישר כח.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איך האב געמוזט וואוטען פאר המן, ער האט דאך קיינעם נישט געהאט.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אוקיי, יאך האב געוואוט פאר די דריטע אופציע, פשוט, די זאך איז אזוי, עס ווענד זיך ווען די דעבאטע איז פארגעקומען....

אנדי, כ'מוז דיר זאגן, כאב אזאנס געלאכט, האסט דאך דאס אזוי גוט צוזאמגעשטעלט...
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

שטום! כ'בין נאך שטום!

כ'קען מיך נאך נישט מצמצם זיין, אין געשריבענע ווערטער, אראפצוגעבן מיינע דאנק אויסדריקן באגלייט מיט אן אפשאצונג און א באהאנדלונג אויף דעם אויסטערלישן ארטיקל. ס'איז עפעס איינס אין דער וועלט! אין דוגמתה!

אנדי, אז דו קענסט אהערשטעלן וואונדערבארע ארטיקלעך דאס בין איך דאך שוין געוואויר געווארן ביים ליינען דעם שיכורים ארטיקל, טא פרעגסטו וואס כ'בין געוואויר געווארן נאכן ליינען דעם ארטיקל? וועל איך דיר זאגן:

ביסט א בר הכי אהער צו שטעלן אן ארטיקל געמישט מיט הומאר, פאליטיק און תורה'דיג, ועל כולם מלא תוכן טעם וחן. איך האב צוליב די אלע אויבנדערמאנטע טעמים איבערגעליינט דעם ארטיקל אפשר דריי מאל. לדעתי פארמאגסטו א זעלטענעם טאלאנט!

ס'אמת גערעדט, אז מ'קוקט זיך גוט ארום איז צום באמערקן אז ביי די חצרות צדיקים פלעגט מען בימי הפורים ארויפשטעלן אויפן טיש מענטשן וועלכע האבן פארמאגט אין זיך שטריכן פון די סארט טאלאנטן, א שטייגער ווי ר' שאול הוטרער אין באבוב און ר' נתנאל פארקאש אין סאטמאר וכו'. איך מוז דיר זאגן, ר' אנדי, אז לויט דיין ארבעט דא, ביסטו קוואליפיצירט לעלות על שולחן מלכים. אידן וועלן זיך קייטשן פאר געלעכטער פון דיינע איינפעלער. איך וועל נישט זיין סורפרייזד, ווען אין אפאר יאר ארום וועל איך הערן ווי אינגעלייט רעדן צווישן זיך:

יא, דער ר' אנדי, זיינע פורים פארשטעלונגען ביים טיש איז דאך עפעס מורא'דיג. עס איז צומדערקענען פון זיינע פארשטעלונגעגען, אז ער איז א אינגערמאן מלא וגדוש; קאן גוט לערנען און פארשטייט צו א גוט שטיקל פאליטיק. זיינע פארשטעלונגען, געפלאכטן מיטן חסידישן חן, האט אין זיך א טעם זקינים פון די אלטע פורים רבנים וועלכע פלעגן אויפטרעטן ביי די פריערדיגע צדיקים!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זארעך, אריין אין 'על הצדיקים'...............
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

מיללער האט געשריבן:זארעך, אריין אין 'על הצדיקים'...............


מיללער,
לא"ה :lol:

אויף די אנדערע וויל איך מגיב זיין ווען איך האב מער ישוב הדעת, סארי פאר די דילעי.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זארעך;

איך וועל נישט זיין סורפרייזד אז אנדי טרעט שוין אויף רבי'שע טישן לאנגע יארן מיט דברי בדיחותא (עכ"פ ביי מיין טיש אין קרעטשמע כמעט טעגליך..)
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איך וויל דא באדאנקען אלע ווארעמע משכיחים דא (בשם די סעקרעטאר) כל אחד בשמו הטוב.

מיללער, איך זיץ יעצט ביי די זעלבע ביטש (מיט א חירי"ק נישט א שב"א) ווי ווען איך האב געשריבן דער ארטיקעל.

קרעמער, אויב די צייטונגען זיכען יעצט סחורה ווי אויל אין ים דאן זאלען זיי דא אהער קומען אין קרעטשמע! דא איז דא אסאך גוטע סחורה צום ליינען.

מאשקע, מעיק אפ יור מיינד, האסט יא הנאה אדער נישט?

זיידעניו, האסט שוין אויף געהערט צו שמייכלען?

צייטליך, המן האט באקומען אביסל מאומענטום לעצטענס באקומענדיג די לעצטע צוויי דעלעגאטען.

יאנאש, איך פרוביר נאך אויף צו קומען מיט עפעס א גוטע ארטיקעל מקשר צו זיין די אלי מאנינג טאטש דאון מיט די די מגלה, ועוד חזון. ביי דע וועי דיין תגובה האט גאנץ אסאך ווערטער פאר א ספיטשלעס יאנאש.

איזאק, פיר מאל WOW איז כנגד די אמהות? די ארבעה בנים? ד' כוסות?

איכער, טריאו און סאכדעס, שכח פאר אייערע שכחס.


זארעך זארעך ציווישען אידן, זארעך און פעפער און זיין צופרידען, זארעך אין יעדע אידישע געשעפט, זארעך זארעך אויף די גאנצע וועלט. או הו הו הו שנאמר ה' זארעך לעמו יתן.......דו (און א יעדער איינער דא) וואונדערט זיך בעיקר אויף די תורה'דיגע חלק, ווי קומט עס צו א ספארטס פען צו קענען לערנען אויף? WOW! א חידוש עצום בעולם הספארטס! ביי מיר אבער איז עס נישט קיין חידוש בכלל (ערשטענס ווייל איך קען מיך שוין א קנאפע 63 יאר - איך האב מיך ס'ערשטע מאל געטראפען הערשט נאכ'ן קריג.)ווייל די וואס דרייען זיך אין די ספארטס פורום ווייסען אז נאר בעלי דעה און געלערענטע אידען דרייען זיך דארט, דו"ק ותשכח. איך קוק שוין אויך ארויס פאר די טאג וואס אזעלעכע ווי אנדי פעטיט און זיינס גלייכען וועלען ארויף גיין על שלחן מלכים פאר די רביס, איך האלט אז מ'האלט נישט ווייט דערפון. דיינס א שכח איז מלא טעם און ס'לוינט צו שרייבען א לאנגע ארטיקעל נאר פאר דעם אליין.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

איבערמעכטיג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

---
אגב, ווי אונטערסאנט איז דאס אז די טעמעס זענען נאך דריי יאר שפעטער אזוי אקטועל!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”