רבי מנחם מענדל מפרימישלאן זצ"ל - כ"א תשרי תקנ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי מנחם מענדל מפרימישלאן זצ"ל - כ"א תשרי תקנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כ"א תשרי- הו"ר
הה"צ ר' מנחם מענדל ב"ר אליעזר מפרעמישלאן. - תקנ"ד
דער צדיק הרה"ק ר"ר מענדל מפלרעמישלאן זצ"ל איז געווען באקאנט מיט זיין מדת סבלנות. ווען ער האט געליטן יסורים האט ער זיך נישט אפלגערעדט דערויף, נאר דאס מקבל געווען באהבה. איינמאל איז ער אריין געקומען צווישן זיינע אנהענגער און ערקלערט אז היינט אווענט וועט ער מאכען א סעודה, ווייל ער איז פארשעמט געווארן דורך איינעם און ער האט אים נישט צוריק געענטפערט נאר מקבל געווען באהבה. אויף די פראגע פון די תלמידים פארוואס קומט צו מאכען א סעודה דערויף, האט ער געגעבן צו פארשטיין, אז ווען א חולה ווערט אויסגעהיילט, מאכט ער א סעודה, ווייל די יסורים לייטערן אויס דעם מענטש פון זיינע זינד, איז ער בשמחה אז ער איז באפרייט געווארן פון זיינע זינד. דאס זעלבע איז מיט דעם ענין פון ווערן פארשעמט, וואס דאס נעמט אוועק און מעקט אויס די עבירות, דעריבער וויל איך מאכען א סעודה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אויף הרה"ק ר' מנחם מענדל מפרעמישלאן ז"ל ווערט געברענגט, אז ער פלעגט זאגן, "סיגופים וויל איך מיר נישט מאכן, ווייל ווי איך קען איך פייניגן דער גוף וואס דער אויבערשטער האט מיר געגעבן, אבער ווען איך האב יסורים בין איך מלא שמחה". ווען ער האט א לאנגע צייט נישט געהאט יסורים פלעגט ער זאגן, "רבוש"ע דו האסט שוין אינגאנצן פארגעסן פון מיר".
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

לרגל הילולא הלילה, ליל הושע"ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

הרה"ק רמ"מ מפרימישלאן לא התנהג בסיגופים, כי אמר: " ווי האב איך בכח צו טשעפען דעם גוף וואס גאט ב"ה האט איהם באשאפן.."
רק כשהיו לו יסורים וענמ"נ - היה מלא שמחה.
וכשעבר עליו איזה זמן בלי שום מכאוב,אז היה אומר: " רבש"ע,האסט שוין פין מיר אין גאנצין פארגעסען.."
זי"ע ועכ"י , ובזכותו יהיה לנו פתקא טבא בגו"ר .
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבתו המקורית של הרה"ק רבי מנחם מענדל מפרימישלאן זי"ע

IMG_0462.JPG
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

זיידעניו האט געשריבן:הה"צ ר' מנחם מענדל ב"ר אליעזר מפרעמישלאן. - תקנ"ד

מאיפוא המקור שנפטר בשנת תקנ"ד?
על מצבתו המחודשת חרות תקל"א

Tiberias_Cemetery_1080_(511251944) (1).jpg
Tiberias_Cemetery_1080_(511251944) (1).jpg (414.35 KiB) געזען 3448 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מאמר אודותיו בגליון עלים לתרופה (ערב חג הסוכות תשע"ח)
אטעטשמענטס
רבי מנחם מענדיל מפרימישלאן.pdf
(202.65 KiB) געווארן דאונלאודעד 137 מאל
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

עפעס שטימט נישט דא מיט שנת פטירתו:

לויט ווי ס'שטייט אין ספר שבחי הבעש"ט איז רבי מענדל מפרעמישלאן געווען 36 יאר ביים ארויפקומען קיין א"י בשנת תקכ"ד, ד.ה. אז ער איז געבוירן געווארן בשנת תפ"ח.

יעצט שרייבט ער דארט אינעם גליון 'עלים לתרופה' אז ער האט געוואוינט 8 יאר אין טבריה און איז אוועק ביי די 41 יאר. הגע עצמך! אויב איז ער געווען 36 יאר ביים ארויפקומען קיים א"י, קומט אויס אז ביי זיין פטירה איז ער געווען 44 יאר! און אזוי אויך אויף פארקערט, אויב איז ער געווען 41 יאר ביי זיין פטירה, דאן האט ער געוואוינט אין א"י בלויז 5 יאר! איז וועלכע איז ריכטיג?

יעצט לגבי שנת פטירתו:
▪ 'תקל"א' איז אפגעפרעגט וויבאלד מיר טרעפן אין די גנוזות פון האג אז אום יאר תקל"ג האט מען נאך געשיקט געלט צו רבי מענדעלע.
▪ 'תקנ"ד' אויך נישט וויבאלד עס איז שוין סאך מער ווי 8 יאר נאך זיין ארויפקומען קיין א"י.
▪ אויב איז די 41 יאר לעבן ריכטיג, דאן קומט אויס שנת פטירתו 'תקכ"ט', אבער דאס שטימט אויך נישט ווי שוין ערווענט ביי תקל"א.
▪ אויב איז די 8 יאר וואוינען אין א"י ריכטיג, דאן קומט אויס שנת פטירתו 'תקל"ב', אבער דאס שטימט ווייטער נישט ווי שוין ערווענט ביי תקל"א.

לאור החשבון הנ"ל קומט אויס אז נישט די 8 יאר וואוינען אין א"י איז ריכטיג, און נישט די 41 יאר לעבן איז ריכטיג, קומט צוריק די שאלה ווען איז טאקע שנת פטירתו, און אויב איז די 8 יאר און 41 יאר נישט ריכטיג דאן קען שוין זיין אז 'תקנ"ד' איז יא ריכטיג. און בכלל, לויט וואס זענען די שרייבער פונעם 'עלים לתרופה' משער אז ס'צווישן תקל"ג צו תקל"ז?
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

א שאד דיין לאנגע קשיא, דער שרייבער האט זיך קודם גערעכנט 41 יאר לויט וואס עס שטייט אויף די נייע מציבה שנת פטירתו בתקל"א, נאר ברגע אחרון איז אפיר געקומען א מקור מוסמך אז אין תקל"ג איז רבי מענדעלע פרימישלאנער נאך געווען בחיים, האט דער שרייבער שנעל פאראכטן די שנת הפטירה און פארגעסן צו מוסיף זיין נאך 3 יאר למספר ימי חייו
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

די אגרא דפרקא ברענגט א איטרעסאנטע עובדא פון א פירער מיט א פינעווער פון די גרויסע צדיק, און ער זאגט כמה פשטים אויף די מעשה

די הייליגער קאמארנער ברענגט עפעס א אינטרעסאנטע מעשה מיט איינער וואס פלעגט פארשעמען יעדן טאג דעם הייליגן צדיק עיי"ש.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

יציב, ס'פארענטפערט נישט מיין קשיא, ווייל די גירסא פון 44 יאר איז אויך נישט ריכטיג ווי שוין ערווענט.

בעצם האסטו פארגרעסערט מיין קשיא, ווייל פון תפ"ח ביז תקל"א איז נישט 41 יאר, ס'איז 43 יאר, איז ווייטער שווער.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הרב מטריסק איז גערעכט, רבי מענדעלע פרימישלאנער איז געווען 45 יאר אום תקל"ג.

דער שרייבער האב נאכגעשריבן וואס אלפסי האט געשריבן און זיך נישט מטריח געווען צו רעכענען אויב ס'שטימט

unnamed.png
unnamed.png (87.87 KiB) געזען 3302 מאל
unnamed (1).png
unnamed (1).png (35.83 KiB) געזען 3302 מאל
לעצט פארראכטן דורך יציב פתגם אום דינסטאג אקטאבער 03, 2017 8:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

יעצט זעה איך אז תקנ"ד איז זיכער נישט ריכטיג, רבי מענדעלע איז קלאר נישט אוועק נאך שנת תקל"ז.

אום סיון תקל"ז דערמאנט אים דער בעל יושר דברי אמת אין קונטרס ראשון בלשון המתים, וזלה"ק:
יום ג' י"ט סיון תקל"ז לפ"ק זבריזא יע"א.

אני הכותב למען אהבת עמיתי וריעי אשר מעודי גדלתי עמו בתורת ה' ויראתו לפי קט שכלינו וגבה טורא בינינו ובעת הפרדי מאתו בקש ממני להעלות לו על הכתב יושר דברי אמת ואמונה הנשמעי מפי משכילי הדור אנשי מופת בעלי רוה"ק אשר עיני ראו ולא זר כמלאך אלהים פחדם ויראתם וכולם ממעין אחד שתו ה"ה האלהי ריבש"ט זללה"ה ואני לא זכיתי רק לראות פני תלמידו האלהי ר' דוב בער זלה"ה ואח"ז באו אלי כתבי קודש מדברי קדשו המלהיבים לב החרידים לעבודת השי"ת באמת ואף כמה פעמים הייתי לפני האשל הגדול האלהי ר' מנחם מענדל מפרעמישלאן ע"ה זלה"ה זי"ע וביותר להבדיל בין המתים ובין החיים אשר שמעתי מפי ק"ק בנן של קדושים צדיק בן צדיק הרב המופלג האלהי מו"ה יחיאל מיכל נ"י.

סיון תקל"ז דערמאנט אים דער יושר דברי אמת בלשון המתים, ד"ה אז ער איז אוועק צווישן יאר תקל"ד און תקל"ז.

יעצט פאר תקל"ד קען אויך נישט זיין, וויבאלד פרשת בא (חודש שבט) שנת תקל"ג ווערט ער נאך דערמאנט בין החיים אינעם פנקס א"י אין האג, וז"ל:
פ' בא תקל"ג אים לאמשטרדם גשיקט אום ליושבי בית המדרש דק"ק טבריא ליד הרב מו"ה מנחם מענדל מפרעמסליין סך חמישים זהובים


פון דעם פנקס קומט אויס אז ווינטער תקל"ג האט ער נאך געלעבט. בלייבן מיר איבער מיט די יארן תקל"ד - תקל"ז.
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע: אין ביבליאטעק

Re: רבי מנחם מענדל מפרימישלאן זצ"ל - כ"א תשרי תקנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

איז דא אייניקלעך פון אים?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”