רבי יוסף חיים מבאגדאד זצ"ל הבן איש חי - יג אלול

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי יוסף חיים מבאגדאד זצ"ל הבן איש חי - יג אלול

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:26 pm

י"ג אלול
רבי יוסף חיים ב"ר אליהו זצ"ל
מבאגדאד " בעל "בן איש חי" וש"ס
רבי יוסף חיים האט אמאל דערציילט, די פאלגענדע מעשה, עס איז געווען א איד וואס האט געוואוינט אין א בעל הבתיש'ע הויז, זיין נאמען איז געווען זבולון, דער זבולון האט געמאכט שיין פרנסה, אבער ער האט געהאט א פאטער א אריעמאן און זיך נישט אומגעקוקט אויף זיין פאטער.
ער האט אים געלאזט זיך ארום וואלגערן אין די גאסן, ער האט אים קיינמאל נישט אריינגענומען צו זיין הויז, אים צו געבן עסן, אדער קליידונג, ווען מען האט פאר זבולון פארגעווארפן, פארוואס קוקסטו זיך נישט אים, אויף דיין פאטער? האט ער געענטפערט - זאל ער זיך אליין פאר זארגן!
עס איז געווען אין א קאלטן ווינטער טאג, ווען זיין אלטען פאטער, איז געזעצן צוזאמען מיט אנדערע ארעמלייט אויף א באנק, אויף איינע פון די שטאטישע גאסן, יענע צייט איז דארטן אדורך געגאנגען זבולון'ס אינגל, נחום, דער זיידע האט זיך אויפגעשטעלט פון זיין ארט, און האט געזאגט פאר נחום'ן, זאג פאר דיין טאטע, ער זאל מיר א טובה טוהן, און ער זאל מיט דיר שיקן פאר מיר א ווארימער ראק, כדי איך זאל נישט פון די קעלט פארפרוירן ווערן.
נחום'ל איז אהיים געלאפן, און האט געזאגט פאר זיין טאטע, - דער זיידע בעט, א ווארימען ראק.
זבולון האט נישט געוויזן קיין עקסטערע אינטרעס אין די זאך, ער האט געזאגט פאו זיין זון, גיי ארויף אויפן בוידעם, דארט איז דא א ראק, וואס הענגט אויף א נאגל, נעם דאס אראפ, און געב דאס פאר אים, נחום'ל איז ארויף אויפן בוידעם, כדי אויפצוזוכן דעם ראק, ווען ער האט דאס געטראפן, איז אים שלעכט געווארן, אזא אפגעקראכענע ראק, וואס איז צוריסן און האט פיל לעכער, אזא ראק, וויל מיין טאטע געבן פארין זיידן?
נחום'ל, האט מחליט געווען עפעס צו טוהן, ער האט אין בוידעם אויפגעזוכט א שערל, און ער האט מיטן שערל צושניטן דעם ראק אין האלב, ווען זיין טאטע האט געזען אז ער זוימט זיך צו לאנג אויפן בוידעם, האט ער צו אים געשריגן, וואס זוימסטו זיך דארט אזוי לאנג? גיי שוין אראפ פון דארט?
נחום'ל איז אראפ געקומען פון בוידעם, ווען ער האלט אין זיין האנד, א האלבן ראק, האט זיך זיין פאטער גענומען שרייען אויף אים, וואס איז דאס? פארוואס האסטו צושניטן דעם ראק אין האלב?
ווי איז דער צווייטער העלפט ראק?
נחום'ל האט געענטפערט, דאס צווייטע העלפט האב איך צוריק געלייגט אויפן נאגל אין בוידעם!
דער טאטע האט אים געפרעגט, פארוואס? האט נחום'ל געזאגט, "דאס צווייטע העלפט ראק, לאז איך דארט פאר דיר"!, פרעגט אים זיין טאטע - אויף ווען? זאגט נחום'ל, ווען דו וועסט אלט ווערן, וועל איך דיר אויך נישט אריינלאזן אין מיין הויז, דו וועסט זיך קענען ארום דרייען אין די גאסן, מיט די אנדערע בענטלערס, און ווען דו וועסט שיקן צו מיר נאך א ווארימען בגד, וועל איך דיר שיקן, די צווייטע העלפט פונעם ראק, וואס איז געבליבן הענגען אין בוידעם!
זבולון איז געווארן זייער ברוגז, און האט נישט געקענט קומען צו זיך, ער האט שטרענג געפרעגט זיין זון, זאג נאר, אזוי איז שיין צו טוהן פאר א טאטע'ן? האט נחום'ל געזאגט, פארוואס נישט, אזוי ווי די פירסט זיך מיט דיין טאטען, אזוי וועל איך זיך פירן שפעטער מיט דיר!
זבולון, איז געווארן זייער פארשעמט, און ער האט זיך איצט געכאפט אז ער האט נישט גוט געטוהן, ער איז תיכף ארויס געלאפן אין גאס, און האט אויפגעזוכט זיין פאטער, ער האט אים איבער געבעטן, און האט אים אריינגענומען אין זיין הויז, ווי ער האט זיך געזארגט פאר אים.
(נפלאים מעשיך)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2008 10:39 pm

בילד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2008 10:48 pm

בילד
בילד

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 12:53 pm

א פלא פון א מציבה
ווייסט איינער קלארער וואס דארט איז פארגעגאנגען?
איך פארשטיי אז ער איז נסתלק און נטמן געווארען אין איראק, און איז געקומען אין חלום אז מ'זאל אים מפנה זיין קיין ירושלים, און דער קברן איז געקומען בהקיץ בעטן א האלבען גאלדענעם לירה שכר קברנות, ווער איז געווען די קברן, איז ער שוין נישט געווען בחיים? עפעס האט די משפחה דארט געוואלט ער זאל ליגן לעבן דעם פעטער,
בירור?
טעמו וראו כי טוב השם

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 3:58 pm

א רשימה פון זיינע הייליגע ספרים

• אבן שלמה: דרושים בפרדס על שיר השירים
• אדרת אליהו: דרושים על התורה
• אור זרוע
• אורח חיים: על הגדה של פסח
• אמונת עתיך: תפילות ותיקונים
• אם המלך: על מגילת רות
• אמרי בינה
• בן איש חי
• בן איש חיל.
• בניהו
• בן יהוידע
• ברכת אבות: על מסכת אבות
• דעת ותבונה
• הלולא רבא: לימוד בליל ל"ג לעומר
• חיים והשלום: פירוש על תהילים
• חסדי אבות: על פרקי אבות
• חקי הנשים [קאנון אל נסא]: הנהגה ומוסר לנשים
• כתר מלכות
• לשון חכמים: ייחודים וכוונות
• מלאך הברית: על המילה
• ממלכת כהנים: לימוד על מצבת יהושע כה"ג, עזרא הסופר ויחזקאל הנביא
• משמרת החודש: לימוד לערב ראש חודש
• סדר היום
• סדר תיקון ז' באדר
• סדר תיקון ה' באב
• עוד יוסף חי: דרושים בפרד"ס והלכות
• עטרת תפארת: חידושים ושו"ת
• קרן ישועה: על מגילת אסתר
• רב ברכות
• רב פעלים
• תורה לשמה

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 4:05 pm

דער מצבה וואס איז אין באגדאד
צוגעלייגטע
BenIshChay (Custom).jpg

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 8:21 pm

ארויף געברענגט ווייל נעכטן געוועהן דער הייליגע יא"צ פין דער בן איש חי זי"ע
参考专家

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 27, 2014 11:57 am

זיידעניו האט געשריבן:דער מצבה וואס איז אין באגדאד

די מצבה אויפן הר הזיתים
צוגעלייגטע
IMG-20140220-00032.jpg


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט