הגה"ק בעל חי' הרי"ם מגור זצ"ל - כ”ג אדר תרכ”ו - משפחתו וצאצאיו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

הגה"ק בעל חי' הרי"ם מגור זצ"ל - כ”ג אדר תרכ”ו - משפחתו וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הגה"ק רבי יצחק מאיר אלתר מגור זי"ע איז געבוירן שנת תקנ"ט צו זיין פאטער הגאון רבי ישראל רויטנבערג זצ"ל אבדק"ק מגינשוב און שפעטער אין גור, און צו זיין מוטער די צדיקת מרת חי' שרה וועלכע איז אויפגעצויגן געווארן ביים קאזניצער מגיד אין שטוב און ער האט איר אויך חתונה געמאכט. דער מגיד האט געהייסן אים א נאמען געבן "מאיר" ווייל ער וועט זיין "אן אור גדול" "יצחק" האט ער געהייסן נאכ'ן בארדיטשובער רב זי"ע (וועלכער האט זיך באוויזן אין חלום צום פאטער די נאכט פארן ברית).

פון אלס פיצל קינד איז דער חידושי הרי"ם אויפגעצויגן געווארן רוב יארן ביים קאזניצער מגיד אין שטוב. נאך זיין חתונה שנת תקע"ג איז ער צוריק געפארן קיין קאזניץ און דארט געגעסן קעטט ביים קאזניצער מגיד'ס טיש, לויט'ן פארלאנג פונעם קאזניצער מגיד זי"ע. נאך די הסתלקות פון מגיד, איז ער געפארן צום זון הרה"ק בעל באר משה מקאזניץ זי"ע, און דערנאך קיין פרשיסכא צו הרה"ק רבי בונם זי"ע, נאך די פטירה פון רבי'ן ר' בונם האט ער זיך מכניע געווען אונטער זיין חבר (און שפעטער אויך א שוואגער) הרה"ק מקאצק זי"ע. דער חידושי הרי"ם איז געווען אן איידעם אין ווארשא, און האט דארט געוואוינט אלע זיינע יארן. שוין דעמאלט איז ער געווען גאר שטארק מפורסם מיט זיין גאונות און צדקות, כאטש ער האט נישט פארנומען קיין שום פאסטן און איז געפארן קיין פרשיסכא און קאצק ווי א חסיד צווישן חסידים.

בשנת תרי"ט נאך דעם קאצקער רבי'נס הסתלקות איז ער אויפגענומען געווארן אלס רבי. ער האט זיך באזעצט אין גור, און פילע טויזנטער חסידים זענען געפארן צו אים. ער איז געווען פון די גרעסטע רביים אין גרויס פוילן, געשעצט און אנערקענט אפילו ביי די מתנגד'ישע קרייזן. צווישן זיינע תלמידים זענען געווען צענדליגער רבנים און צדיקים, ווי הרבי ר' העניך פון אלכסנדר, דער אבני נזר פון סאכטשאוו, רבי וואלף מסטריקוב, רבי אברהם מפאריסאוו, און נאך.

זיבן יאר האט ער געפירט רבי'סטווע אין גור ביז זיין הסתלקות שבת קודש כ"ג אדר שנת תרכ"ו, ושם מנ"כ. עס איז געבליבן פון אים די ספרים חידושי הרי"ם שו"ת חידושים על הש"ס, און שו"ע. זיין ממלא מקום איז געווען זיין תלמיד דער רבי ר' העניך פון אלכסנדר זי"ע, וועלכער האט נאר געלעבט פיר יאר אלס רבי, און נאך זיין פטירה איז געווארן רבי דעם חידושי הרי"ם'ס אייניקל הגה"ק ר' יהודה לייב אלתר בעל שפת אמת מגור זי"ע א זון פון הרה"ק רבי אברהם מרדכי אלתר ז"ל וועלכער איז נסתלק געווארן בחיי אביו דער חידושי הרי"ם.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דעמאלט ווען דער רבי ר' בונם פון פרשיסכא זי"ע איז אוועק פון די וועלט, האט דער חידושי הרי"ם זיך אונטערגעבויגן און איז געווארן א חסיד פון זיין ביז יעצטיגן חבר דער קאצקער רבי הגה"ק רבי מנחם מענדל זי"ע. איינמאל איז דער חי' הרי"ם געפארן קיין קאצק מיט א באגלייטער, א חסיד אן איינוואוינער פון די שטאט ווארשא. אט ביי די נסיעה האט דער חידושי הרי"ם מיטגענומען א ספר כתב יד וואס האט אנטהאלטן א גאנצן חיבור חידושים אויף חושן משפט. דער חידושי הרי"ם איז דאך געווען דער גאון הדור, דער געוואלדיגער חריף און בקי, איז דער חיבור געווען ווי עס פאסט פאר אזא סארט גאון. כאטש דער חי' הרי"ם האט געמאכט עטליכע ספרים, און אין די פאר ספרים וועלכע זענען פארבליבן ביז היינט און זענען ערשינען אין דרוק זעט מען אן אומגעווענליכע חריפות און געוואלדיגע בקיאות, עס ווערט דארט דורכגעווארפן הונדערטער ענינים אין ש"ס איינס געקניפט מיט די אנדערע מיט א בליציגקייט און וואונדערליכן סדר מיט מעסער שניידענדיגן חריפות, איז אבער דער חיבור געווען דער דימאנט פונעם קרוין און דאס סאמע בעסטע וואס דער חידושי הרי"ם האט פארפאסט. דער חיבור איז אים געווען ווי אן אויג פון קאפ חשוב'ער ווי אלע חיבורים וואס ער האט ביז דעמאלט געשריבן. איז ער אריינגעגאנגען דערמיט צום רבי'ן אים עס ווייזן. זעט דער באגלייטער ווי דער חי' הרי"ם קומט ארויס פון רבינ'ס צימער, זיין פנים איז צופלאמט, זיין געזיכט איז רויט, אין די ווינקלען פון די אויגן פינקלען טרערן. ער פאררייכערט די לולקע ארומדרייענדיג זיך אין שטוב אהין און צוריק א לאנגע צייט צעקאכטערהייט. דאן הייסט ער פאר'ן באגלייטער: "זיי מוחל גיי ברענגט מיר עטליכע שפענדליך האלץ מיט נאפט!" גייט דער באגלייטער און ברענגט וואס ער האט געבעטן, דאן מאכט דער חידושי הרי"ם א פייער, און ווארפט אריין דערין זיין חיבור! ווען די פייער צינגען האבן גענומען פארציקן און האבן איינגעשלינגען דעם חיבור, נעמט דער חי' הרי"ם אויפקלערן פאר זיין באגלייטער וועלכער איז געשטאנען צומישט און פארוואונדערט און נישט באגרייפט וואס דא האט פאסירט, וואס דא איז פארגעגאנגען. "שוין עטליכע יאר", דערציילט דער חי' הרי"ם, "וואס איך בין עוסק אין פארפאסן א חיבור אויפ'ן שלחן ערוך חושן משפט, ביז איך האב אפגעשריבן דעם דיקן חיבור וואס דו האסט פריער געזען. דער חיבור איז ביי מיר געווען חשוב ווי אן אויג אין קאפ, מער פון אלע חיבורים וואס איך האב ביז יעצט געשריבן. איך האב מיך דערמיט געפלאגט מיט גרויס יגיעה און זיעת אפיים, איך פיל נישט איך זאל האבן קיין שום צד פני' ח"ו ביים שרייבן דעם חיבור דער אינהאלט פון דעם ספר איז געווען צו פארענטפערן מיט א בירור הלכה בעומק העיון אלע קושיות וואס דער ש"ך פרעגט אויף די פריערדיגע פוסקים. יעצט ווען איך בין געווען ביים רבי'ן און איך האב אים געוויזן דעם חיבור, האט דער רבי מעיין געווען דערין א לענגערע צייט, און דאן האט ער געזאגט צו מיר: "דער חיבור איז א דבר יקר, נאר איך בין חושש אז אויב וועט עס געדרוקט ווערן וועט עס אזוי געפעלן די לומדים און רבנים און זיי וועלן פון דעם פסק'נען, זיי וועלן אפלאזן דאס לערנען אין ש"ך, דעריבער האלט איך דו זאלסט פארברענען דעם ספר ווייל עס איז נישט קיין יושר אז א חיבור פון אן אחרון זאל אוועקשטופן דעם ספר הש"ך וואס האט געלערנט תורה לשמה מיט יגיעה און התמדה". דאן האט דער חי' הרי"ם אויסגעפירט מיט גרויס רגש: "זאלסט וויסן, אז קיין שום פארמעגן אויף די וועלט איז ביי מיר נישט ווערט קעגן דעם חיבור, און פון מיין זייט פיל איך יעצט אויך נישט קיין ריכטיגן טעם פארוואס איך זאל עס דארפן מבער זיין פון די וועלט, אבער עס איז דאך א מצוה לשמוע דברי חכמים, בין איך מבטל מיין דעת פאר'ן רבי'נס דעת", און ער האט דערביי פארגרעסערט דאס פייער וואו ער האט אריינגעווארפן דעם ספר שטייענדיג ביים פייער אזוי לאנג ביז עס איז אינגאנצן פארברענט געווארן. ווען דער קאצקער רבי האט געהערט פון דעם פארברענען דעם ספר, האט ער זיך אנגערופן: "עס איז זיך צו וואונדערן אויף דעם אדם גדול און אויף זיין מדת טוב עין וואס ער פארמאגט, ווייל דאס איז א געוואלדיג ענין צו קענען פועל'ן ביי זיך מבטל צו זיין דעם אייגענעם ווילן צו פארברענען אזא גרויסן חיבור וואו עס איז געווען געשריבן טייערע דברי תורה על דרך האמת לשמה אן קיין פני', און ער האט אויסגעפירט, "זיין אור תורה פאנגט יעצט אן צו שיינען אז עס וועט באלייכטן די וועלט, און זיינע חידושים וועלן אנגענומען ווערן אין די גאנצע וועלט".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

צום יארצייט
אטעטשמענטס
GUR.jpg
GUR.jpg (5.72 KiB) געזען 10447 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אויסער דעם שפת אמת, האט דער חידושי הרי"ם געהאט נאך קינדער?

זיידעניו,
האסט אפשר א גרעסער בילד פון די פעינטינג מיט די גערער רביים?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דער שפת אמת איז געווען אן אייניקל, א זוהן פון ר' אברהם מרדכי (אזוי מיין איך) וואס איז אוועק יונגערהייט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער האט געשריבן:דער שפת אמת איז געווען אן אייניקל, א זוהן פון ר' אברהם מרדכי (אזוי מיין איך) וואס איז אוועק יונגערהייט.


יא גערכט הרב קרעמער, דער חידושי הרי"ם האט געהאט 13 קינדער וועלכע כמעט אלע זענען ליידער נפטר געווארן בחייו ל"ע, און דער שפת אמת איז געווען זיין אייניקל א זוהן פון זיין זוהן ר' אברהם מרדכי, וועלכער איז אויפגעצויגן געווארן ביים זיידן אין שטוב (קרעדיט, וויקיפידיה):

וויקיפידיה האט געשריבן:הרב יצחק מאיר רוטנברג (אלתר) (ה'תקנ"ט, 1799 - ה'תרכ"ו, 1866) מחבר "חידושי הרי"ם" (רבי יצחק מאיר) ומייסד חסידות גור.

נולד לאביו ר' ישראל רוטנברג במגנישוב, פולין. הגיע ממשפחה של רבנים שייחוסה מגיע עד רש"י. הראשון מבית רוטנברג הוא בעל התוספות המפורסם הרב מאיר מרוטנבורג. הרבי נאלץ לשנות את שם משפחתו בגלל השתתפותו בתנועה לשחרור פולין שדוכאה ביד קשה על ידי השלטון הרוסי.

הרב יצחק מאיר היה נחשב ל"עילוי מוורשה", למד אצל רבי אריה לייב צינץ מפולוצק, ואחר כך התקרב לרבי ישראל מקוז'ניץ, רבי שמחה בונים מפשיסחה ורבי מנחם מנדל מקוצק. בשנותיו האחרונות, לאחר מות רבי מנחם מנדל מקוצק, עבר לעיירה גורא-קלאווריה, שם הקים את חסידות גור. היו לו שלשה עשר ילדים שכמעט כולם חוץ מבתו אסתר מתו עליו בחייו. גידל את הרב יהודה ליב, נכדו, שהיה לאדמו"ר שלוש שנים לאחר פטירתו. היה מגדולי הפוסקים בדורו עד שרבי מנחם מנדל מקוצק השווה אותו לש"ך.


ציון קברו של החידושי הרי"ם בעיר גורה קלוואריה שבפוליןהעריך מאוד את הלימוד בעיון והבקיאות ודרש מתלמידיו לדעת לפחות עשרים דפים בתלמוד בעל פה[1].

חיבר את ספר "חידושי הרי"ם" על התלמוד, על השולחן ערוך (מלבד לחלק אורח חיים) ועל התורה. כמו כן חיבר את ספר הזכות וספר שאלות ותשובות.

נפטר בכ"ג באדר ה'תרכ"ו, בעיר גור שבפולין, ונקבר לצד נכדו השפת אמת האדמו"ר השני בשושלת חסידות גור
.

דאס איז א בילד פון די אוהל אין גור
אטעטשמענטס
GurMatzieva.jpg
GurMatzieva.jpg (14.31 KiB) געזען 10367 מאל
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

יו"ח של ר' אברהם מרדכי בן החי' הרי"ם:
ה'שפת אמת'
ר' אליהו יוסף מביאלא
ר' שמעון חיים מווארשא
ר' שלמה מווארשא
חתניו:
ר' אהרן פנחס תאומים מגור
ר' יצחק בוימגאלד מווארשא
ר' בנימין מארגנשטערן מקאצק בן השרף מקאצק
ה' שפתי צדיק' מפילץ.

בילד פון מצבה פון ר' אברהם מרדכי אין ווארשא
ובניו ר' אלי' יוסף-ר' שלמה:(virtual cemetery)
אטעטשמענטס
photo.jpg
photo.jpg (29.23 KiB) געזען 9938 מאל
gora.jpg
gora.jpg (33.57 KiB) געזען 9938 מאל
gor.jpg
gor.jpg (23.47 KiB) געזען 9938 מאל
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיילעך האט געשריבן:יו"ח של ר' אברהם מרדכי בן החי' הרי"ם:
ה'שפת אמת'
ר' אליהו יוסף מביאלא
ר' שמעון חיים מווארשא
ר' שלמה מווארשא
חתניו:
ר' אהרן פנחס תאומים מגור
ר' יצחק בוימגאלד מווארשא
ר' בנימין מארגנשטערן מקאצק בן השרף מקאצק
ה' שפתי צדיק' מפילץ.

בילד פון מצבה פון ר' אברהם מרדכי אין ווארשא
ובניו ר' אלי' יוסף-ר' שלמה:(virtual cemetery)


ר' אליהו יוסף אחיו של השפת אמת האט געהאט א טאכטער הרבנית פיגא שנישאה לר' צבי חיים ליפסקער, בייגעלייגט איז א בילד פון איר מציבה אויפן ווארשאווער בית עולם, מערקט ווי איר יחוס ויחוס אביה ווערט באצייכענט אלס 'אחי מרן השפת אמת ונכדת החידושי הרי"ם'.
אטעטשמענטס
Lipsker-Alter.jpg
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

לעצטנס האבעך געזעהן א ספר ליקוטי הרי"ם, ליקוטים פון הרה"ק רבי יצחק מאיר זי"ע. האבעך געזעהן אז דער חידושי הרי"ם זאל האבן געזאגט (כ'מיין ס'איז בשם שיח שרפי קודש) אז ווען נישט די מחלוקת אויף רבי יהונת אייבשיץ זי"ע וואלט ער געווען אזוי גרויס ווי דער רבי ר' בונם. ס'איז זייער שווער נאכצוזאגן אזא ווארט, אז ער זאל מגדיר זיין א פריערדיגער, נאכדערצו אזא גאון הדורות ווי ר' יהונתן אייבשיץ אז ער וואלט געווען אזוי גרויס?! אתמה!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יוסלמאן האט געשריבן:לעצטנס האבעך געזעהן א ספר ליקוטי הרי"ם, ליקוטים פון הרה"ק רבי יצחק מאיר זי"ע. האבעך געזעהן אז דער חידושי הרי"ם זאל האבן געזאגט (כ'מיין ס'איז בשם שיח שרפי קודש) אז ווען נישט די מחלוקת אויף רבי יהונת אייבשיץ זי"ע וואלט ער געווען אזוי גרויס ווי דער רבי ר' בונם. ס'איז זייער שווער נאכצוזאגן אזא ווארט, אז ער זאל מגדיר זיין א פריערדיגער, נאכדערצו אזא גאון הדורות ווי ר' יהונתן אייבשיץ אז ער וואלט געווען אזוי גרויס?! אתמה!


הרב יוסלמאן
ברענגסט א האלבע מעשה האסטע קשיות
די מעשה ווערט דערציילט אין ספר מאיר עיני הגולה (וועלכער איז א קראנט ספר) מיט א הקדמה, והנני מעתיק לך את הלשון:
עה סיפר הרה"ח ר' משהלי וואלער ז"ל ששמע בעצמו מאת הרה"ג הר' דוב בעריש מייזילש ז"ל אבד"ק ווארשא כשהי' במסיבה יחד עם איזה רבנים מגדולי החסידים ובתוך שיחתו גינה מעשי המתנגדים הקיצונים שבודים מעשים שקרים על הנהגת החסידים שעוברים ח"ו על איסורים והכל מחמת ריבי המפלגות וכו' אז שאלהו א' מידידיו מן הרבנים היושבים אז אם כ"ת מכיר ויודע האמת שהכל מלשינות ושקר א"כ למה לא נהפך עד עתה להיות בפירסום בין עדת החסידים ומכש"כ אחר היותו זמן גדול בידידות ובצוותא חדא עם רבינו הקדוש זצ"ל מגור השיבו השיבו הרה"ג הנ"ל היא הנותנת הוא זצ"ל גרם לי לזה שהוכרחתי לבטל רצוני ונשארתי מחוץ לעדת החסידים והענין הי' מפאת ב' דברים שסיפר לי מהפלגת רבותיו פעם א' כשישבנו יחד הפליג מאוד בשבחיו של הגאון הרבי ר' יונתן אייבשיץ זצ"ל בעל או"ת וסיפר בהפלגת חכמתו בכל הענינים ושהי' לו נשמה קדושה וטהורה מבחי' גבוהה מאוד אבל ע"י המחלוקה שהי' נגדו מגדולי ישראל הי' לו עיכוב בדרכו וסיים אח"כ ואמר כי לולי המחלוקה והרדיפות שהיו לו הי' יכול להגיע בגדולתו כמעט לדרגת הרבי ר' בונים זצ"ל ועוד פעם אחת דיבר עמי מגדולתו של היהודי מפרשיסחא זצ"ל ואמר כי הנהו מאמין בבירור שהיהודי בעת שהעלה עשן מפיו מן הלילקע כיון אז ממש אותן הכוונות שכיון הכהן הגדול בהקטרת הקטורת ביוה"כ לפני ולפנים והנה אם הייתי שומע דברים כאלו מאיזה איש אחר יהי' מי שיהי' לא נשתוממתי כ"כ ביודעי כי רק בפיו הנהו אומר כך אבל אין זה אמונה גמורה בלבו רק דמיון של מחשבה בעלמא אבל כאשר שמעתי זה מפיו הקדוש ואני הכרתיו היטב כי אם הנהו אומר כן בוודאי קבוע בתוך לבו אמונה הזקה שכן הוא הדבר ואיך יכולתי אח"ז להתדבק לחסידים עכ"ל

און לגופו של ענין, איז אינטרעסאנט אנצימערקן, אז הה"ק הרבי ר' יונתן אייבשיץ זי"ע איז גאר געווען אן עלטער עלטער פעטער פארן חידושי הרי"ם!! דורך זיין מאמען הצדקנית חיה שרה וועלכע איז געווען אן אייניקל פון ר' נפתלי הירץ בהר"ר יונתן אבד"ק דראבנין, בן הר"ר אהרן אייבשיץ אחי הה"ק הרבי ר' יונתן בעל האו"ת והיע"ד
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיילעך האט געשריבן:יו"ח של ר' אברהם מרדכי בן החי' הרי"ם, נשא בז"ר את בתו של ר' יוסף מווארקא, וב"זש הרבנית אסתר בת ר' העניך לאנדשטיין, בזווג שלישי הרבנית חוה בת?
בניו: מזוו"ר:
ר' יהודה ארי' לייב בעל ה'שפת אמת'
מזווג שלישי:
ר' אליהו יוסף מביאלא
ר' שמעון חיים מווארשא
ר' שלמה מווארשא
בנותיו: (מזוו"ר)רייצא אשת ר' אהרן פנחס תאומים מגור אבי ר' יעקב משה תאומים אב"ד נאווידוואהר
מזווג שני:
דבורה מלכה אשת ר' יצחק בוימגאלד מווארשא ב"ר גבריאל
פרימטשא אשת ר' בנימין מארגנשטערן מקאצק בן השרף מקאצק
הענדל לאה אשת ר' פנחס מנחם יוסטמאן ה' שפתי צדיק' מפילץ.


מ'האט אין א שכינותדיגען אשכול דערמאנט דעם ר' יצחק בוימגאלד חתן ר' אברהם מרדכי בן החידושי הרי"ם זצ"ל, http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=20 דא אין ספר שם ושארית ווערן טאקע דערמאנט די קינדער פון ר' אברהם מרדכי, מיט עטליכע פרטים נוספים (וואס איך האב צוגעשטעלט)

די מציבה פון הרבנית אסתר זווגו השני של ר' אברהם מרדכי בן החידושי הרי"ם בתו של ר' העניך לאנדשטיין, ביחד עם מציבת בתה הרבנית דבורה מלכה אשת ר' יצחק בוימגאלד, על הביה"ח בווארשא.
אטעטשמענטס
Boumgold.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מציבת הרב ר' יצחק בוימגאלד חתן ר' אברהם מרדכי בן החידושי הרי"ם ביחד עם אביו ר' גבריאל מווארשא
אטעטשמענטס
Baumgold3.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א דריטע מציבה פון די בוימגאלד משפחה נכדי החידושי הרי"ם, טרעף איך האשה מרת פיגא אשת ר' נח בוימבגאלד נ"י, בת ר' נתן נטע אייבשיץ, ברויך מען וויסען וויאזוי דער יחוס גייט ביז צום חי' הרי"ם (נפטרה בשנת תרצ"ה)
אטעטשמענטס
Baumgold2.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:יו"ח של ר' אברהם מרדכי בן החי' הרי"ם, נשא בז"ר את בתו של ר' יוסף מווארקא וב"זש הרבנית אסתר בת ר' העניך לאנדשטיין, בזווג שלישי הרבנית חוה בת?
בניו: מזוו"ר:
ר' יהודה ארי' לייב בעל ה'שפת אמת'
מזווג שלישי:
ר' אליהו יוסף מביאלא
ר' שמעון חיים מווארשא
ר' שלמה מווארשא

בנותיו: (מזוו"ר)
רייצא אשת ר' אהרן פנחס תאומים מגור אבי ר' יעקב משה תאומים אב"ד נאווידוואהר
מזווג שני:
דבורה מלכה אשת ר' יצחק בוימגאלד מווארשא ב"ר גבריאל
פרימטשא אשת ר' בנימין מארגנשטערן מקאצק בן השרף מקאצק
הענדל לאה אשת ר' פנחס מנחם יוסטמאן ה' שפתי צדיק' מפילץ.


מציבת ר' אהרן פנחס ב"ר מאיר תאומים חתנו של ר' אברהם מרדכי בן החי' הרי"ם ומציבת בנו ר' אברהם מרדכי, על הביה"ח בווארשא
אטעטשמענטס
TeomimAP.jpg
TeomimAM.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

האט דער חידושי הרי"ם געהאט אן איידעם ר' דוב בעריש עהרליך? איך זעה עס נישט אינעם שם ושארית הנ"ל, אבער אזוי שיינט מיר פון די מציבות פון ר' דוב בעריש עהרליך ובנו ר' אברהם מרדכי בביה"ח בווארשא:
http://cemetery.jewish.org.pl/id_53856/ ... rlich.html
http://cemetery.jewish.org.pl/id_107577 ... rlich.html
אוועטאר
הער שליוואוויץ
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2010 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער שליוואוויץ »

מיללער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:יא גערכט הרב קרעמער, דער חידושי הרי"ם האט געהאט 13 קינדער וועלכע כמעט אלע זענען ליידער נפטר געווארן בחייו ל"ע,

מפי הזכרון, איך ווייס נישט צי ס'איז וואהר, אז דער חיד' הרי"ם האט געזאגט אז די קינדער וואס זענען אוועק בחייו איז געשעהן אלטס קפידה פין הה"ק ר' משה'לע קאזניצער, ווי ער איז קודם געווען א תלמיד.
ווי אויך אז דע אריגענעלע גור'ע משפחה נאמען איז נישט געווען אלתר נאר ראטטענבערג.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

הער שליוואוויץ האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:יא גערכט הרב קרעמער, דער חידושי הרי"ם האט געהאט 13 קינדער וועלכע כמעט אלע זענען ליידער נפטר געווארן בחייו ל"ע,

מפי הזכרון, איך ווייס נישט צי ס'איז וואהר, אז דער חיד' הרי"ם האט געזאגט אז די קינדער וואס זענען אוועק בחייו איז געשעהן אלטס קפידה פין הה"ק ר' משה'לע קאזניצער, ווי ער איז קודם געווען א תלמיד.
ווי אויך אז דע אריגענעלע גור'ע משפחה נאמען איז נישט געווען אלתר נאר ראטטענבערג.


אזוי שטייט אין מאיר עיני הגולה (א קראנט ספר)
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מיללער האט געשריבן:יו"ח של ר' אברהם מרדכי בן החי' הרי"ם, נשא בז"ר את בתו של ר' יוסף מווארקא וב"זש הרבנית אסתר בת ר' העניך לאנדשטיין, בזווג שלישי הרבנית חוה בת?
בניו: מזוו"ר:
ר' יהודה ארי' לייב בעל ה'שפת אמת'
מזווג שלישי:
ר' אליהו יוסף מביאלא
ר' שמעון חיים מווארשא
ר' שלמה מווארשא

בנותיו: (מזוו"ר)
רייצא אשת ר' אהרן פנחס תאומים מגור אבי ר' יעקב משה תאומים אב"ד נאווידוואהר
מזווג שני:
דבורה מלכה אשת ר' יצחק בוימגאלד מווארשא ב"ר גבריאל
פרימטשא אשת ר' בנימין מארגנשטערן מקאצק בן השרף מקאצק
הענדל לאה אשת ר' פנחס מנחם יוסטמאן ה' שפתי צדיק' מפילץ.


מצבתה בפילץ
אטעטשמענטס
pilc1.jpg
pilc7.jpg
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

בית גור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

הרה"ח ר' שלמה אלטר בנו של בעל חידושי הרי"ם מגור ואחי הרבי בעל שפת אמת.

היש מי שיודע איזה מעמד היה לו בחצרות גור?
אטעטשמענטס
photo.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איך וועל צוברענגען נאך עטליכע מבני משפחת המלוכה.

2
הבחור החתן שמעון חיים בהר' אברהם מרדכי נכד החידושי הרי"ם, איז דאס דעם אמרי אמת'נס א קינד?
אטעטשמענטס
shimon ch.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

בן בוזי האט געשריבן:הרה"ח ר' שלמה אלטר בנו של בעל חידושי הרי"ם מגור ואחי הרבי בעל שפת אמת.

היש מי שיודע איזה מעמד היה לו בחצרות גור?

הר"ר שלמה זה הוא בנו של רא"מ בנו של חי' הרי"מ, ואחיו של השפ"א. ראה ודוק מ"ש על המציבה.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ר' אברהם מרדכי אלטר, דעם חידושי הרי"ם'ס בן יחיד. און פאטער פונעם שפת אמת.

געווען אן איידעם בזוו"ר ביי ר' יוסף מווארקא פון וועמען ער האט געהאט איין טאכטער, רייצא אשת ר' פנחס תאומים מגור, אבי הגאון ר' יעקב משה תאומים אב"ד נאווידוואר.

בזוו"ש געווען אן איידעם ביי ר' העניך לאנדשטיין און געהאט די פאלגענדע פיר קינדער, דבורה מלכה אשת ר' יצחק ב"ר גבריאל בוימגאלד מגדולי חסידי ווארקא, פרומטשא אשת ר' בנימין בהה"ק מקאצק, הרה"ק ר' ארי' לייב בעל השפת אמת, הענדל לאה אשת ר' פנחס מנחם מפילץ.

בזוו"ש האט ער געהאט ר' אליהו יוסף מביאלע, ר' שמעון חיים מווארשא, ר' שלמה מווארשא אלע געווען חסידישע אידן חסידי גור.


עס איז מערקווירדיג צו זעהן די ווייטאגליכע אויף שריפט אויפן מציבה.
====
אטעטשמענטס
sh ch.jpg
photo.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:הרה"ח ר' שלמה אלטר בנו של בעל חידושי הרי"ם מגור ואחי הרבי בעל שפת אמת.

היש מי שיודע איזה מעמד היה לו בחצרות גור?

הר"ר שלמה זה הוא בנו של רא"מ בנו של חי' הרי"מ, ואחיו של השפ"א. ראה ודוק מ"ש על המציבה.


ריכטיג טעיתי ועי' בתגובתי השנית
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ר' משה בצלאל בן השפת אמת הי' חתן ר' שמעון חיים בן רא"מ הנ"ל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”