ר' חנה הלברשטאם מקאלאשיץ זצ"ל-הי"ד - י"ח תשרי תש"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

ר' חנה הלברשטאם מקאלאשיץ זצ"ל-הי"ד - י"ח תשרי תש"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הה"צ ר' חנה הלברשטאם מקאלאשיץ, בהה"צ ר' מנחם מענדל מפריסטיק. - תש"ג.
דער
פשעווארסקער רבי זצ”ל האט אמאל דערציילט, אז איינמאל האט דער קאלאשיצער רב זצ"ל אריינגענומען א גאסט, און ער האט אים געגעבן זיין קאלדרע. אינדערפרי האט זיין רביצין געטראפן לייז ארומקריכן דערויף. די רעביצין האט זיך געבייזערט פארוואס ער נעמט אריין די אורחי פורחי. האט דער קאלאשיצער רב איר געענטפערט: "אט די קליינע חיות זענען בכח ארויסצושלעפן א מענטש פון שאול תחתית צו א מכובד'יגן ארט אין גן עדן".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק מפשעווארסק זצ”ל פלעגט נאכזאגן פונעם קאלאשיצער רב ז"ל, אויפן פסוק: "ואנשי סדום רעים וחטאים לשם מאוד", אז סד"ם איז ר"ת ס'עודת מ'לוה ד'מלכה. אז מיט דעם וואס אידן קומען זיך צוזאמען און פארברענגען מוצאי שבת אינאיינעם, איז מען ממתיק דעם חטא פון סדום, וואס זיי זענען געווען קעגן זיך צוזאמקומען און ארייננעמען געסט. "רעים" - זיי זענען פריינט, "וחטאים" - און זיי רייניגן זיך "לשם מאוד" - צום אויבערשטן.
און ער האט צוגעלייגט, אז מיט דעם וואס מען דערציילט סיפורי צדיקים און מען איז זיך מדבק מיט זייער דרכים, וואשט דאס אויס דעם מענטש, אז מען גייט אהיים אן קיין עבירות.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער פשעווארסקער רבי ז"ל פלעגט צולייגן בדרך צחות, אז ס'שטייט: "בשעה שהחכם יושב ודורש הקב"ה מוחל עוונותיהם של ישראל", אז געווענליך, ווען א בעל דרשן רעדט, שטייט ער, ווייסט מען אז ער וועט אמאל מיד ווערן, און ער וועט נישט צו לאנג רעדן. "אבער יאך זיץ, ווייס איך נישט ווילאנג איך וועל זאגן, און מיט דעם אלעם הערט מען מיר אויס, איז זיכער אז הקב"ה איז מוחל עוונתיהם של ישראל"...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ווען עס איז אויסגעקומן די "באווארפן" פון הרה"ק ר' דוד לייביש זצ"ל איו פר' וישלח האט זיין טאטע הרה"ק ר' חנה מקאלאשיץ זצ"ל געמאכט מערערע הוספות ביים ליינען מכבד צו זיין די געסט, ווען ער איז אנגעקומען צו די אלופי עשו, האט ער זיך אנגערופן מיט א שמייכעל "איצט וועלן מיר צושניידן די אלופי עשו"...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין ספר דברי חנה ווערט דערציילט אז דער קאלאשיצער רב זצ"ל האט אמאל דערציילט די באקאנטע מעשה פון יענע פרוי וואס האט געליינט די מעשה פון מכירת יוסף אין צאינה וראינה און זי האט זייער רחמנות געהאט אויף דעם יונגן יוסף וואס ער האט אזויפיל מיטגעמאכט.
א יאר שפעטער ווען זי האט ווידער געליינט די מעשה האט זי זיך אנגערופן איצט איז ער זיך אליין שולדיג ווייל ער האט געמעגט געדענקן פון פאריאר אז מ'גייט נישט צו די ברודער'ס...
דער קאלשיצער רב ז"ל פלעגט צולייגן אז פון בעל שם טוב זצ"ל שטייט אז יעדע זאך אויף די וועלט וואס האט א קיום מוז דאס זיין אביסל אמת, די זעלבע די דערמאנטע מעשה וואס מ'דערציילט שוין אזויפיל יארן האט זיכער א מוסר השכל דערין, האט ער געזאגט אז דאס וואס מיר ליינען יאר נאך יאר די פרשה פון מכירת יוסף איז א סימן אז עס הערשט נאך צווישען אונז פון דעם זעלבן פגם, דעריבער ליינען מיר די פרשה, דאס איז מרמז די געשיכטע פון די פרוי אז מ'דארף זיך אפלערנען פון יוסף...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין ספר דברי חנה ווערט געבערענט אז דער קאלשיצער רב ז"ל פלעגט זאגן, איך געדענק אז ווען דער זיידע הרה"ק משינאווע ז"ל איז שוין אלט געווען העכער אכציג יאר האט ער נאך יעדן טאג אליין געטראגן די טלית ותפילין גייענדיג און צוריקקומענדיג פון ביהמ"ד.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק מפשעווארסק זצ"ל דערציילט, איך בין געווען ביים קאלאשיצער רב ז"ל אין קראקא אנדערהאלבן יאר פאר די קריג, דער קאלאשיצער רב פלעגט געווענליך נישט זאגען שבת קיין תורה, נאר אינדערוואכען פלעגט ער אמאל זאגען א ווארט פארן דאווענען. דער קאלאשיצער רב האט געשמועסט פון די מלחמה, ער האט פארשטאנען אז דער דייטשער רשע גייט ווייטער און ווייטער, (איך געדענק איינמאל מוצאי שבת ווען ער האט געזאגט אין די זמירות תצילנו מפי אריות, ער איז געווארען אזוי רויט, מ'האט פארשטאנען וואס ער מיינט, דאס איז געווען א יאר צוויי פאר די קריג), יעדענפאלס, האט ער אזוי געזאגט, ער האט נישט דערמאנט דעם נאמען פון דייטשן רשע, סשטייט פון בעש"ט אדער פון הרה"ק מקאריץ זצ"ל, אז מזאל נישט דערמאנען דעם רשע'ס נאמען, ווייל אז מ'דערמאנט דעם רשע'ס נאמען, האט דער רשע דערפון א חיות, ער האט נאר געזאגט דער דייטשער רשע.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער קאלאשיצער רב האט דעמאלט געזאגט, פארוואס ביי די גאולה פין מצרים איז געווען א מוסטערונג, (אזוי האט געהייסן מוסטערונג ביים מיליטער, אזוי ווי א שטעלונג, דער איז יא גוט צום מיליטער און דער איז נישט), אז נישט יעדער איז ארויס פון מצרים, נישט אלע האבען זוכה געווען צו די גאולה, און ביי פורים וואס המן האט געוואלט להשמיד ולהרוג, און זיי זענען געהאלפן געווארען, איז געווען שמחה וששון פאר אלע יודען, האט ער געזאגט ס'קען זיין, (ווען דער קאלאשיצער רב פלעגט זאגען א חידוש, פלעגט ער זאגען אפשר, ס'קען זיין), ס'שטייט אין די ספרים הקדמונים, אז סאיז געווען עשירים אין מצרים, וואס האבען זיך אויס געקויפט פון די ארבעט פאר געלט, זיי זענען נישט געגאנגען אליין ארבעטן, נאר זיי האבען געשיקט א אנדערען, דעם שיעבוד האבען זיי נישט געהאט, ווייל זיי האבען נישט געארבעט, האבען זיי נישט געשפירט דאס גלות, דעריבער זענען זיי נישט ארויס פון מצרים, דאקעגן די גזירה פון המן איז דאך געווען להשמיד את כל היהודים, האט דאך יעדער געשפירט דעם גלות, איבערדעם איז געווען די גאולה פאר אלע יודען, האט ער צו געלייגט, אזוי ווי דער צורר היהודים דער דייטשער רשע מיינט דאך אלע יודען, אפילו, (ער האט געמיינט אפילו משומדים, לויט ווי איך האב פארשטאנען ווי דער קאלאשיצער רב האט געזאגט, ער האט נישט ארויס געזאגט משומדים, ער האט נאר געזאגט אפילו...), איז א סימן אז די גאולה וועט זיין פאר אלע יודען גלייך.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כ"ק אדמו"ר מפשווארסק ז"ל פלעגט נאכזאגן אין נאמען פון הרה"ק ר' חנה קאלשיצער ז"ל, אז דער צאנזער רב זצ"ל פלעגט זאגן, אז דער וואס ווארט פונקטליך זעקס שעה צווישן בשר און חלב איז א נאר. אויך פלעגט דער צאנזער רב זאגן אז פון טאג אויף נאכט דארף מען ווארטן נאך ווייניגער. פון שינאווער רב זצ"ל ווערט נאכגעברענגט אז ער פלעגט ווארטן פינף שעה און נאך אייניגע מינוטן. (זעלבט פארשטענדליך אז יעדער דארף זיך פירן כמנהג אבותיו) פון גארליצער רב זצ"ל ווערט נאכגעברענגט, אז דער וואס קוקט אויפן זייגער ווען די זעקס שעה וועלן זיך ענדיגן איז א רעבתן, "ס'טייטש האסט איצט גענדיגט צו עסן און שוין קוקסטו ווען דו וועסט ווייטער קענען עסן"...

ווידער אין ספר תהילות חיים דערציילט כ"ק אדמו"ר מבאבוב ז"ל, אז דאס וואס דער צאנזער רב האט נישט געווארט זעקס שעה איז בלויז ווען ס'איז געווען פון טאג אויף נאכט. אויך ווערט דארט דערציילט אז אזוי ווי דער ערשטער באבוב'ער רב הרה"ק ר' שלמה ז"ל איז געווען אן איידעם אין קאמינקא, וואו מ'פלעגט יא ווארטן זעקס שעה, האט ער זיך אויך געפירט צו ווארטן גאנצע זעקס שעה.
נאך ווערט דארט דערציילט אז אזויווי דער באבובער רב זצ"ל האט זיך זייער גענויטיגט אין א קאווע צוליב זיין געזונט צושטאנד, דעריבער פלעגט ער קוקן אויפן זייגער גענוי ווען די זעקס שעה ענדיגט זיך. איינמאל האט ער באפוילן פאר ר' אברהם דער גבאי אייניגע מינוטן פאר די זעקס שעה, אזוי ווי ס'איז נאך געווען אייניגע מינוטן פאר דעם האט דער גבאי באמערקט פארן רבי'ן אז ס'איז נאכנישט גאנצע זעקס שעה, דער רב האט זיך שטארק צובייזערט זאגנדיג, איך האב דיך דען געפרעגט צי מ'מעג, איך האב דיר געהייסען ברענגן א קאווע, אבער אזוי ווי ס'איז שוין יא אזוי, וועל איך צו ווארטן גאנצע זעקס שעה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער קאלאשיצער רב ז"ל פלעגט געווענליך עסן צוזאמען מיט א ציבור. איינמאל ווען ער האט צוגערופן א בחור'ל זאל מיטקומען עסן מיט אים, האט זיך דער בחור ארויסגעדרייט אז ער האט שוין געגעסן, האט אים דער קאלאשיצער רב געזאגט אז ער האט אמאל געזען אין א חומש אויפן פסוק ובירך את לחמך, שטייט אין תרגום יונתן בן עזיאל אז מ'עסט ביחידות און מ'דאווענט בציבור, איז געשטאנען צוגעשריבן אין די זייט "אבל אנחנו לא קבלנו מרבותינו הקדושים אלא גם האכילה צריך להיות ברבים", מיר האבן געהערט פון אונזערע רבי'ס אז אויך עסן דארפט מען עסן ברבים. דערנעבן איז געוען צוגעשריבן פון זיידן הרה"ק משינאווע זצ"ל, אז די הג"ה איז פון הרה"ק רבי ר' הערשעלע זידטשויבער זצ"ל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין ספר דברי חנה ווערט געברענגט אז דער קאלאשיצער רב זצ"ל האט דערציילט אז הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זצ"ל האט דערציילט אין נאמען פון זיין זיידן דער שר שלו' זצ"ל, אז מ'האט אים געוויזן פון הימל די אויסזעהן פון דעם רוסישן שר, או ער האט געטראגן א גארטל מיט אשיינעם קניפ דערויף (ער האט געוויזן וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן) דעריבער פירן מיר זיך נישט צו מאכען א שלייף אויף א גארטל, נאר מ'שטעקט דאס אריין אין די עקן פון גארטל...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק מפשעווארסק ז"ל האט אמאל דערציילט, אז ס'איז אמאל געווען א שמועס אין קאלאשיץ, אין ביהמ"ד, צי מען מעג גיין מיט לאנגע הויזן אדער נישט. האט דער פשעווארסקער רבי געזאגט: "איך בין דאך געגאנגען מיט לאנגע הויזן. פארשטייט זיך אז איך האב געהאלטן אז מען מעג".

פלוצלינג קומט אריין דער קאלשיצער רב זצ"ל און פרעגט וואס מען רעדט, האט מען אים געזאגט. האט זיך דער קאלאשיצער רב אנגערופן, אז לאנגע הויזן איז חוקת הגוי. שפעטער האט ער אויסגעבעסערט זיינע ווערטער אז דאס איז "בגדר" חוקת הגוי.

"תיכף ווען איך האט דאס געהערט" - האט דער פשעווארקסער רבי אויסגעפירט – "האב איך גענומען א בענדל און זיך ארויפגעצויגן די הויזן"...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק זצ"ל האט דערציילט אז דער קאלאשיצער רב זצ"ל האט געהאט א שטארקע קפידה נישט צו שלאפן אליין אין א צימער אפילו ווען ער האט זיך צוגעלייגט בייטאג האט עמיצער געמוזט זיין צוזאמען מיט אים. פאסירט האט אמאל סוכות ווען דער קאלאשיצער רב האט זיך צוגעלייגט, איז אים אויסגעקומען צו זיין דער שומר און ער איז דערפאר געשטאנען במשך די גאנצע צייט ביי די טיר, אינמיטן רופט זיך דער קאלאשיצער רב אן צו אים "יונגערמאן, דו ווייסט אויף וואס די ד' מינים זענען מרמז?" און ער האט מיט אים דעמאלט געלערנט די סודות פון די ד' מינים, ער האט אים מסביר געווען אז דער לולב איז מרמז אויף די שדרה, דער הדס איז מרמז אויף די אויגן, די ערבה אויף די מויל און דער אתרוג אויפן הארץ, די אלע אברים ברויכן האבן א שטארקע שמירה אז מען זאל נישט זינדיגן מיט זיי, אויסער דעם ברויך מען האבן א באזונדערע שטארקע שמירה אויפן מח אז ער זאל נישט טראכטן א מחשבה וואס מען טאר נישט "מען דארף שטיין ווי א סאלדאט נישט אריינצולאזן א מחשבה זרה אין מח", און אויב עס קומט ח"ו אויף אזא מחשבה ברויך מען דאס תיכף מבער זיין.

דער רבי האט אויסגעפירט "איך האב אויסגעהערט אלעס וואס דער קאלאשיצער רב האט צו מיר גערעדט, אבער איך האב נישט אלעס פארשטאנען ווייל כ'האב נישט געוואוסט פונקטליך וואס עס מיינט מחשבות זרות, אויך האב געמיינט אז מחשבות זרות מיינט אין די עניני אמונה, דעמאלטס האב איך נאר געוואוסט וואס עס מיינט גמרא תוספות נאך א בלאט און נאך א בלאט, ביז ווען איך בין געקומען קיין סיביר (אלט זייענדיג 37 יאר) האט זיך עמיצער אפגערעדט פאר מיר אז ער האט מחשבות זרות, הערשט דעמאלטס האב איך אנגעהויבן צו פארשטיין וואס דער קאלאשיצער רב האט געמיינט מיט די ווערטער מחשבות זרות".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין ספר דברי חנה (ח"ב עמ' צ"ה) ווערט געברענגט אז הרה"ק מקאלאשיץ ז"ל האט אמאל באפוילן פאר א בחור וואס איז אביסל פארקראכן פונעם וועג ער זאל יעדן טאג אפזאגן א בלאט אין ספה"ק נועם אלימלך, ערקלערנדיג אז זאגן נועם אלימלך "אפילו פארקערט" איז א סגולה צו יראת שמים...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער קאלאשיצער רב ז"ל האט געזאגט אז ער האט געהערט פון זיין זיידן הרה"ק משינאווא זצ"ל, אז עס ווערט געברענגט אז אלע אידן עד סוף כל הדורות זענען מרומז אין שירת האזינו, האט דער שינאווער רב אויסגעפירט, אז ער איז מרומז אין די ווארט תמ"ם. די שינאווער חסידים האבן צוגעלייגט אז דאס איז מרמז אויף די דריי הלכה'דיגע מחלוקת וואס דער שינאווער רב האט געהאט מיט זיין טאטן דער דברי חיים זצ"ל. ת' איז תפילין, וואס דער צאנזער רב האט געהאלטן אז דאס וואס חז"ל זאגן אז מ'קען לייגען צוויי תפילינ'ס אויפן קאפ, איז אין די ברייט, און דער שינאווער רב האט געהאלטן אז נאר אין די לענג איז דא פלאץ פאר צוויי תפילינ'ס. אויך איבער די קשר פונעם של ראש איז געווען א מחלוקה. מ' איז מרמז אויף מ'ילה, וואס אויף דעם איז אויך געווען א מחלוקה (עיין שו"ת דברי חיים ח"ב סי' קי"ד – קי"ט), און די ם' איז מרמז אויף מ'זוזה, דער דברי חיים האט געהאלטן אז די מזוזה דארף ליגן אזוי הויך ווי די אקסלען, און דער שינאווער רב האט געהאלטן אז עס דארף זיין ביי די דריטל פון טיר...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין ספר דברי חנה ווערט געברענגט אז ווען דער קאלאשיצער רב ז"ל איז נאך געווען א יונגעל האט אים זיין זיידע דער שינאווער רב ז"ל צוגערופן פרשת האזינו און געזאגט, "חנה'לע דו ביסט דאך אן ערליכער און זאגסט אסאך תהילים, אזוי ווי די הפטרה פון די וואך איז שטארק ענליך צו קאפליטל י"ח אין תהילים, אבער עטוואס איז דאס אנדערש, דעריבער קום אהער און איך וועל דיך גוט אויסלערנען די הפטורה, אז די זאלסט דיך נישט טועה זיין בשעת דו וועסט זאגען די הפטורה", און אזוי איז דער זיידע איבערגעגאנגען די הפטורה עטליכע מאל מיט זיין אייניקל.
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

הרה"ק ר' יעקב מפשעווארסק זי"ע פארציילט, אז ווען קאלישיצער רב'ס מאמע איז געוועהן טראגידיג מיט אים איז זי געגאנגען נעמען א ברכה פין איר הייליגע טאטע, הרה"ק משינאווא זי"ע, ווייל זי האט געהאט אפאר קינדער וואס זי האט מפיל געוועהן ל"ע, האט דער שינאווא רב זעזאגט אז איך זעה אין הימעל אז דא קומט א צדיק, האט דער גבאי הרה"ח ר' אלטר ז"ל זיך אנגערופען א "צדיקית" האט דער שינאווא רב צוריק גענטפערט ניין א "צדיק".
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

דער קאלאשיצער רב איז בשעת דער ערשטע וועלט קריג זיך אויפגעהאלטען אין שטאט קאשוי, ווי דארט האט געוואוינט הגה"ק מהר"ש ענגיל מראדמישלא זי"ע,
איז געוועהן ראש השנה האט ער ביידע טעג מכבד געוועהן קאלאשיצער רב מיט מוסף, אין ער האט געזאגט פאר זיין אייניקעל (כמדומה לי ר' אלחנן) קוק אויף אים עס איז מסוגל פאר יראת שמים,
ס' פלעגט זיך סתם אזוי מאכען אינמיטען דער וואך האט הגה"ק מהר"ש ענגיל געהייסען אז מ' זאל ווארטען ביז ער טרעט אויס שמונה עשרה, הגם ער איז געוועהן אסאך יאר עלטער פין אים.
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

צורת קדשו
אטעטשמענטס
''ק מקאלאשיץ זי''ע.jpg
''ק מקאלאשיץ זי''ע.jpg (17.09 KiB) געזען 8571 מאל
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

ער איז געוועהן עטליכע מאל א צאנזער אייניקעל, בן הרה"ק ר' מענדיל מפריסטיק בן הרה"ק ר' לייבוש דיקלא בן הרה"ק ר' דוד מקשאנוב בן הרה"ק מצאנז זי"ע
זיין טאטע הרה"ק מפריסטיק חתן הרה"ק משינאווא בן הרה"ק מצאנז,
ער איז געוועהן א איידעם ביי הרה"ק ר' משה מבארדיוב בן הרה"ק מגארליץ בן הרה"ק מצאנז זי"ע
הרה"ק ר' משה מבארדיוב חתן הרה"ק ר' אהרן מקרייז בן הרה"ק מצאנז זי"ע
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

שמעתי מהרה"ק ר' יעקב מפשעווארסק זי"ע, סוף ימיו פין דער שינאווא רב האט ער אריינגערופען קאלאשיצער רב מיט ר' איציקיל מפשעוורסק זי"ע, אין ער האט זיי אויסגעלערנט דער סוד פין שב"ק, ווען מ' איז ארויס געקומען האט ר' איציקיל געזאגט אז "איך האב גארנישט פארשטאנין" נאר דער קאלאשיצער רב ער האט פארשטאנין.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

החריף האט געשריבן:שמעתי מהרה"ק ר' יעקב מפשעווארסק זי"ע, סוף ימיו פין דער שינאווא רב האט ער אריינגערופען קאלאשיצער רב מיט ר' איציקיל מפשעוורסק זי"ע, אין ער האט זיי אויסגעלערנט דער סוד פין שב"ק, ווען מ' איז ארויס געקומען האט ר' איציקיל געזאגט אז "איך האב גארנישט פארשטאנין" נאר דער קאלאשיצער רב ער האט פארשטאנין.

טשעק איבער צי ר' יעקעלע האט דערציילט אז שינאווער רב האט זיי אריינגערופען אדער דער ציעשנאוו'ער רב.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

החריף האט געשריבן:שמעתי מהרה"ק ר' יעקב מפשעווארסק זי"ע, סוף ימיו פין דער שינאווא רב האט ער אריינגערופען קאלאשיצער רב מיט ר' איציקיל מפשעוורסק זי"ע, אין ער האט זיי אויסגעלערנט דער סוד פין שב"ק, ווען מ' איז ארויס געקומען האט ר' איציקיל געזאגט אז "איך האב גארנישט פארשטאנין" נאר דער קאלאשיצער רב ער האט פארשטאנין.

ב''ה
אגב חרפא משבשתא -הסיפור הי' אצל הרה''ק מציעשנעוו זצ''ל
בדוק קצת לפני שאתה כותב -עצה טבה קא משמע לן
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

גערעכט
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

החריף האט געשריבן:גערעכט

ב''ה
מודה ועוזב וירוחם .
צריכים להגביה את הרמה .אז יתוספו ערענסטע חברים המקשיבים והמשתתפים .
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”