רבי עקיבא איגר זצ"ל - י"ג תשרי תקצ"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

רבי עקיבא איגר זצ"ל - י"ג תשרי תקצ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך זיך א ליסטע פון די קינדער פונעם גרויסען גאון ר' עקיבא איגר ז"ל, פאלגענד זענען דריי פון די קינדער הידיעום לנו, ותן למיללער וימלער עוד, איך אפעליר צו יעדערן אשר לו יד בתולדותיו ותולדות בניו מקיים זיין דען אל תמנע טוב ממיללער.

1) מרת שרל ע"ה אשת מרן החת"ם סופר ז"ל
2) הגאון ר' שלמה איגר ז"ל (אבי ר' ליבל'ה איגר מלובלין, ראשון לשושלת לובלין-איגר)
3) ר' משה (נזכר בתשובת אביו, ולא ידוע לי עוד אודותיו)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

* ר' עקיבא איגר - י"ג תשרי תקצ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הה"צ ר' עקיבא איגר ב"ר משה גינץ, חותן החת"ס. - תקצ"ח
צום גאון ר' עקיבא אייגער זצ”ל איז אמאל אריינגעקומען איינער פון די עשירים פון שטאט. אזוי שמועסענדיג האט דער עושר פאררויכערט א ציגאר. "צו וואס דארפט איר רויכערן?" פרעגט דער גאון. "רבי," ערקלערט דער עושר, "כ'האב צופיל היינט געגעסן, איך בין אנגעפילט, און מיין מאגן פארדייט שווער דאס עסן, דארף איך א ציגאר וואס העלפט מיר."
עטליכע טעג שפלעטער איז אריינגעקומען א גרויסער ארעמאן צום גאון, און שמועסענדיג האט ער אויך גענומען א ציגאר אין מויל. "צו וואס דארפט איר א ציגאר?" פרעגט דער גאון. "רבי," ערקלערט דער ארעמאן, "כ'האב טיילמאל נישט קיין ברויט אין מויל צו נעמען, דארף איך כאטש א ציגאר צו שטילן מיין הונגער."
"ווי אינטערעסאנט זענען מענטשן," זאגט דער גאון. "דער עושר רויכערט ווייל ער איז צו זאט, דער ארעמאן, ווייל ער איז הונגעריג. זאל דער עושר געבן זיין איבריג עסן פאר'ן ארעמאן, וועט קיינער נישט דארפן רויכערן..."
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער גאון רבי עקיבא איגר ז"ל פלעגט אין זיינע יונגע יארן באפאלן זיין פאטער מיט פארשידענע קשיות, מיט זיין יונגען חריפשן שכל, פון וועלכן זיין פאטער האט געקוואלן און געשעפלט נחת. איינמאל זענען זיי געזעסן און צוזאמען געגעסן דעם מאכל וואס מ'רופט קאשע, האט אים דער טאטע געפרעגט, נו, וואס פארא תירוץ האסטו אויף די קאשע? (ווייזענדיג אויפ'ן מאכל) דאס יונגל האט געווינקען א צייכען אז אין משיחין בסעודה, מ'טאר נישט רעדן אינמיטן עסן. ווען מ'האט געענדיגט די סעודה פרעגט אים זיין טאטע ווידער, נו, וואס איז דער תירוץ? "איצט איז שוין קיין קאשע נישטא", האט דאס קינד א שמייכל'דיגער געענטפערט...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס ווערט דערציילט אויפ'ן גאון ר' עקיבא איגר ז"ל, ווען ער איז געקומען צו פארן קיין ווארשא זענען ארויסגעקומען אלע איינוואוינער פון שטאט לכבודו. ווען דער גאון איז אנגעקומען צום הויפלט גאס האט ער באפוילן צו פארקירעווען דעם וועג און צופארן צו א געוויסע אלמנה, זיינ'ס א קרובה וואס האט דארט געוואוינט, כדי אלע באגלייטער זאלען אויך אהינגיין לכבודה. ווען איינער פון די מקורבים פונעם גאון האט אים געזאגט אז ער זאל דאס נישט טאן ווייל ס'פלאסט נישט פאר אזא גאון, האט אים דער גאון געענטפערט, נאר ביי השבת אבידה שטייט דער היתר אז מ'מעג זיך אמאל פארהוילן, אבער ביי די מצוה שטייט בפירוש אין פלסוק "ומבשרך אל תתעלם", און ס'שטייט נישט קיין היתר זיך ארויסצודרייען דערפון.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס ווערט געברענגט אין ספר חוט המשולש, אז דער
גרויסער גאון און צדיק ר' עקיבא איגר זי"ע, איז
געווען זייער שטארק נזהר אין די מדה פון ביקור
חולים, און ווען ער האט געהערט אז עס איז דא א
קראנקער מענטש אין די שטאט איז ער געגאנגען צו
דעם קראנקען מענטש און האט אים געברענגט עסן
און אויפגערוימט די שטוב, אויך פלעגט ער אסאך
מאל איבער נעכטיגן ביים דעם קראנקען מענטש, און
ארויס געהאלפן מיט וואס ער האט נאר געקענט, אין
די שפעטעריגע יארן ווען ער איז שוין געווען אלט
און שוואך, האט ער געדינגען די חשוב'ע מענטשן
פון שטאט אז זיי זאלן גיין מבקר חולה זיין.

אין די צייט וואס דער רבן של בני הגולה ר' עקיבא
איגר זצ"ל, איז געווען רב אין פוזנ'ע, איז דארט
געווען אן אלטער איד, א גרויסער עושר און א בעל
צדקה, ווען דער איד איז געלעגן אין זיין לעצטע
קראנקהייט, און רבי עקיבא איגר האט אים מבקר
חולה געווען, האט דער חולה אים געפרעגט, אזוי ווי
דער דאקטאר האט אים פארשריבן מעדיצין וואס
זענען טריפה, ווי אזוי זאל ער טאן, צו מעג ער זיי
נעמען ? ר' עקיבא איגר האט אים געענטפערט , אז
לויט זיין מיינונג טאר ער דאס נישט ווייל ער איז
נישט אין אזא געפערליכן צושטאנד, אז מען זאל אים
מתיר מאכן טריפות.

באלד נאך דעם ווען ר' עקיבא איגר האט געענדיגט
זיין באזוך, איז ער געגאנגען אין קיך תו דער וויב
פון דעם קראנקען איד, און האט איר שטרענג
אנגעזאגט, צו מאכן אלע מעדיצין פונק ווי דער
דאקטאר הייסט, די ווייב איז געווען אביסל
פארוואונדערט, האט ר' עקיבא איגר געזאגט "איך
האב נישט געוואלט אז אייער מאן זאל וויסן אז אין
וואס פאר א שלעכטן צושטאנד ער געפינט זיך, ווייל
דאס קען אים מער שטען, זאל ער מיינען אז ער איז
א חולה שאינו מסוכן".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער גאון ר' עקיבא איגר ז"ל האט אמאהל געזעהן אין שבת שטיין צוויי אידן אין גאס , איינער האט גערייכערט, און דער צווייטער האט געבעטן פון דעם ערשטן א ציגאר. האט דער גאון זיך אנגערופן צו דעם צווייטן, "עשה שבתך חול" ביסטו מקיים, "ואל תצטרך לבריות" ביסטו נישט מקיים, היתכן!...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ר' עקיבא איגר איז אמאל געגאנגען יו"ט אין גאס און געזעהן צוויי פרייע מענטשן רייכערן, האט ער צו זיי געזאגט "א גוט שבת" פרעגן זיי דעם גאון, רבי? היינט איז דאך יו"ט, נישט שבת. האט זיי דער גאון געענטפערט: אז איך האב געזעהן אייך רייכערן, האט זיך מיר געדוכט אז היינט איז שבת...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב געזעהן די וואך אין די צייטונגען אז מ'האט מחדש געווען דעם ביה"ח אין פוזנא מקום מנוחתו של גאון הגאונים ר' עקיבא איגר זצ"ל, אויף די מצבה האט מען געשריבען אז בערך דארט אין די שטח ליגט רעק"א, וואס איז פארגעגאנגען מיט דעם ביה"ח ביז היינט?

אויך ליגט דארט זיין רביצין און זיין זוהן ר' שלמה איגר וועלכע איז געעוען ממלא מקומו ברבנות פוזנא, ר' שלמה איז געווען דער פאטער פון האדמו"ר ר' לייבעלע איגר מלובלין.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:איך זיך א ליסטע פון די קינדער פונעם גרויסען גאון ר' עקיבא איגר ז"ל, פאלגענד זענען דריי פון די קינדער הידיעום לנו, ותן למיללער וימלער עוד, איך אפעליר צו יעדערן אשר לו יד בתולדותיו ותולדות בניו מקיים זיין דען אל תמנע טוב ממיללער.

1) מרת שרל ע"ה אשת מרן החת"ם סופר ז"ל
2) הגאון ר' שלמה איגר ז"ל (אבי ר' ליבל'ה איגר מלובלין, ראשון לשושלת לובלין-איגר)
3) ר' משה (נזכר בתשובת אביו, ולא ידוע לי עוד אודותיו)



צאצאי מרן הגרעק"א כפי מה שנכתבו בספר עטרת פז (קאליש תרצ"ח) לתולדות רבינו.

מזווג ראשון,
א. ר' אברהם איגר מראוויטש, מנו"כ בפוזנא
ב. ר' שלמה איגר אב"ד קאליש ולאחריו מ"מ אביו בפוזנא (אבי רי"ל איגר מלובלין)
ג. שיינדל אשת ר' דוידזון ברמברג
ד. שרל אשת בזוו"ר ר' אברהם משה קאלישער, בזוו"ש אשת מרן החת"ס
ה. צפורה, מתה בנערותה
מזווג שני
ו. ר' משה איגר מווארשא
ז. ר' בנימין וואלף אייגר מיוהניסבורג וברלין
ח. יהושע פיבלמאן איגר מת בנערותו
ט. ר' יצחק לייב איגר מלאמזא
י. ר' שמואל איגר ממינסק
י"א. ר' שמחה בונם איגר מבארדיטשוב
י"ב. ר' דוד איגר מברעסלוא
י"ג. ראדיש אשת ר' וואלף שיף מוואלשטיין
י"ד. פריידכא אשת ר' פישל גראדשטיין מלובלין
ט"ו. גיטל אשת ר' שמואל קארנפעלד מבראד
ט"ז. רבקה אשת ר' חיים שמואל בירנבוים מפוזנא ואח"כ בדובנא רבתי, בעמח"ס רחש לבב והגהות מעשה חושב על ספר שער המלך להרמב"ם. (חתנו היה ר' עקיבא סופר בן ר' שמעון אב"ד ערלוי בעל התעוררות תשובה).
י"ז. בילא אשת ר' מאיר לייב ראזאניס מבראד
י"ח. הדסה מתה בנערותה
י"ט. יוטא אשת ר' שמעון ברלינער מקרוטשין
אייניגע
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 12:49 pm
לאקאציע: ארץ פלסטינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניגע »

קעניינעהארע. כאנישט געוויסט אז בימים ההם איז שייך געווען די ציפערן
מענין לענין. הייסט עס אז דער חת"ס איז יונג געווען בעת פטירתו. ווייל דער שווער איז דאך נסתלק געווארן קנאפע 3 יאר בעפאר. בינעך גערעכט?
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

אייניגע האט געשריבן:קעניינעהארע. כאנישט געוויסט אז בימים ההם איז שייך געווען די ציפערן
מענין לענין. הייסט עס אז דער חת"ס איז יונג געווען בעת פטירתו. ווייל דער שווער איז דאך נסתלק געווארן קנאפע 3 יאר בעפאר. בינעך גערעכט?

ניין דו ביזט נישט גערעכט , הגאון ר' עקיבא אייגער איז נסתלק געווארן לחיי עולם הבא בשנת תקצ"ח לפ"ק , און זיין איידעם דער הייליגע חת"ס איז אוועק קנאפע צוויי יאהר שפעטער כ"ה תשרי שנת ת"ר לפ"ק , אין עלטער פון אכט און זיבעציג יאהר, ווייל געבוירן געווארן איז ער בשנת תקכ"ב (צוויי יאהר נאכ'ן הסתלקות פון מרן רבינו אור שבעת הימים הבעש"ט הק' זי"ע ) נאר וואס ? דער הייליגער חתם סופר איז געוועהן זיין איידעם בזוו"ש , און ווען ער האט מיט איהר חתונה געהאט איז ער שוין אלט געוועהן פינעף און פופציג (55) יאהר אלט , זיין עלטסטע זוהן מרן הגאון דער כתב סופר זי"ע , איז אלט געוועהן קוים פינעף און צוואנציג (25) יאהר, ווען זיין פאטער איז אוועק , און דער כתב סופר איז אוועק זייער יונג , אלט זייענדיג בלויז זיבן און פופציג (57) יאהר , כידוע , אז סיי דער הייליגער חת"ס און סיי זיין זוהן דער כת"ס ,זענען געוועהן רב און פרעשבורג פונקט דריי און דרייסיג יאהר (33) , כמנין ג"ל עיני ואביטה , (מרן החת"ס תקס"ז-ת"ר, מרן הכת"ס ת"ר-תרל"ג, ) און ס'איז באקאנט אז ווען דער פרעשבורגער רב הגאון ר' עקיבא סופר איז שוין געוועהן רב 33 יאהר האט ער מורא באקומען אז קרבה שנותיו לאבותיו , האט ער איבערגעלאזט די שטאט ועלה לארץ ישרא' זיך ראטעווען זיך מיט דעם פון די דייטשן אויך , זכותם יגן עלינו ועכי"א ,
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

ורבר פלא הוא בעת שנשא אשתו ראשונה,נולרה אשתו השני', ובעת שמתה אשתו ראשונה, מתה בעל אשתו השני'
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

כ'האב געהערט ביי א דרשה פון הרה"ג ר' הלל וויינבערגער שליט"א אז ווען דער טאכטער פון רע"א איז נפטר געווארן האט מען גארנישט דערציילט פארן פאטער אויס מורא אז ס'וועט אים שאטען. ווען ער איז איינמאל געקומען קיין פרעשבורג באזוכן דעם איידעם האט מען מורא געהאט אז ער וועט זעהן אז די טאכטער איז נישטא, וואס האט מען געטאן?
ווען ער פלעגט קומען אויף פרעשבורג פלעגט און ער אדורך גיין דעם טיר צום שטוב פון איידעם און די טאכטער פלעגט שטיין לעבן טיר און אים באגריסן, טאטע וואס מאכסטו?, האט מען אהינגעשטעלט במקום די טאכטער (כ'מיין ער האט געזאגט די דריטע רעבעצין פונעם חתם סופר?!) און ווען ער איז אדורך האט זי געזאגט טאטע וואס מאכסטו, און ער האט גארנישט געמערקט אז ס'איז נישט זיין טאכטער. ר' הלל האט ארויסגעברענגט וואו ווייט רע"א איז געווען אפגעהיטן מיט די ראיה, אפילו די אייגענע טאכטער האט ער ניש געקענט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער גרויסער גאון צדיק וקדוש ר' עקיבא איגר איז געווען א זוהן פון ר' משה גינז, זיין מוטער איז געווען א טאכטער פון ר' עקיבא איגר הראשון מפרעשבורג בעל משנת דר' עקיבא, ועל שמו האבן זיך עטליכע בני מש]חה גערופען איגר, הגרעק"א אליינס שרייבט זיך אונטער ביידע וועגן.

אין די משפחה זענען באקאנט אסאך גאונים וצדיקים, צווישען זיי הרה"ג ר' בונם איגר ממאטעסדארף אחי הגרעק"א ובנו ר' משה (שניהם נזכרים פעמים אין מספר בתשובות רבינו וחתנו החת"ס), ר' פרץ זאבל איגר בעמח"ס עטרת פז בן ר' יהודה לייב בן ר' עקיבא הראשון ועוד.

דער הייליגער חת"ס איז שוין געשטאנען בקשר מכתבים מיט זיין גרויסען שווער בזוו"ש נאך אסאך איידער ער האט זוכה געווען צו ווערן זיין איידעם, ווי מ'זעהט בתשובות שניהם טיילמאל אן די קשר פון חותני/חתני וכדו' און אויך לויט די יארען, אויך איז ער ווי דערמאנט נישט געווען קיין סאך אינגער פון זיין שווער.
עס איז ידוע וואס די וועלט פארציילט אז דער שדכן וואס האט אנגעטראגען דעם שידוך פאר רעק"א האט באקומען א תשובה אז אוודאי וואלט ער גענומען אזא איידעם אבער ער גלייבט נישט אז דער חת"ס וועט מסכים זיין צו א שווער אן ע"ה, דער זעלבער תשובה האט ער באקומען פונעם איידעם, האט ער געזעהן אז דער שידוך איז פאסיג.
די הערצה וואס מ'זעהט אין די תשובות פונעם שווער צום איידעם און פארקערט איז עד להפליא, מיר האבן שוין אמאל געשריבען דערוועגן, עס נעמט ממש איינעם ארויס פון גלייכגעוויכט, דא שטייט איינער ביי וועם כל התורה כולה איז שגור על לשונו, עשה הגהות על כל התורה כולה מיט א חריפות בקיאות און עמקות, די וועלט שאקלט מיט זיין כח התורה, און ער שרייבט מיט אזא התבטלות צום חתם סופר אז מ'קען מיינען אז יענער איז גאר זיין שווער אדער טאטע.
אין די תשובות רעק"א וועלכע איז נישט אלס געווען צו מסודרדיג בדפוס, איז לעצטענס איבערגעדרוקט געווארן אבער פארט אביסל אן סדר, עס איז פארהאן דארט תשובות לרוב צו בני משפחה ווי מ'זעהט אביסל תולדותם וקורות חייהם, איך האב געזעהן א תשובה צום כתב סופר מיט שיינע טיטלען, אז מ'טראכט אריין אז דער אייניקל קוים אלט געווען 23 יאר בפטירת זקינו הגרעק"א זצ"ל.

עס איז באקאנט אז קודם פטירת החת"ס ווען ער האט מסמיך געווען בנו ר' אברהם שמואל בנימין דער כתב סופר אלס פרעשבורגער רב האט ער געזאגט 'זקינך ר' עקיבא מימיניך ומהרשש"ך משמאלך ואני אבוא אחריהם ומלאתי את דבריך' עס כאפט א פחד נאר צו לייענען די הייליגע ווערטער.

איך וועל מיך ערלויבען צו זאגען אז דער גאון ר' עקיבא איגר איז פון די געציילטע גדולים אין די לעצטע 300 יאר וועלכע איז פקיע שמיה ביי כל תפוצות ישראל, ער האט זוכה געווען אז זיינע הגהות וחידושים ווערן געלערנט דורך אידן פון אלע שיכטען און קרייזען בכל מקומות מושבותיהם, און איך טרויא מיך צו זאגען אז נאכען ווילנער גאון דער הייליגער גר"א איז רעק"א דער שטארקסטער בקאנטסטער גאון בתורה המפורסם בכל קצוי תבל.

זכותו הגדול יגן עלינו ועכי"א
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בזיווג ראשון איז רעק"א געווען אן איידעם ביי הגביר ר' יצחק איצק מרגליות מליסא, די טאכטער הרבנית גליקכה איז אוועק בעודנה באבה און רעק"א האט גענומען די טאכטער פון איר שוועסער מרת ברענדל בת ר' פיבלמאן הלוי אב"ד סאמטור, רעק"א שרייבט אויף איר בזה"ל "ועם רכות שנתה היא תה"ל גברת ועקרת הבית, הגדיל ה' חסדו עלי להשמין לי זיווג שני יותר מכפי מעשי" דאס איז ווי דערמאנט אין איינקלאנג מיט די זעלטענע ענות חן וואס דער גאון האט באזיצען.

-

די טאכטער שרל איז ווי דערמאנט געווען קודם אשת ר' אברהם משה קאלישער אב"ד פולא עס איז פארהאן פון אים חידו"ת בשם 'משה שפיר קאמרת'.

אנדערע בני משפחה וואס מ'טרעפט בספרי מרן ז"ל;
ר' יעקב ליטהויער אב"ד וואנגראביץ חתן בנו ר' אברהם איגר מראוויטש, ועוד חתני בניו; ר' הירש בלייכראטה בק"ק וילהלן, ר' יהושע העשיל רוקח (?).
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:

צאצאי מרן הגרעק"א כפי מה שנכתבו בספר עטרת פז (קאליש תרצ"ח) לתולדות רבינו.

מזווג ראשון,
א. ר' אברהם איגר מראוויטש, מנו"כ בפוזנא
ב. ר' שלמה איגר אב"ד קאליש ולאחריו מ"מ אביו בפוזנא (אבי רי"ל איגר מלובלין)
ג. שיינדל אשת ר' דוידזון ברמברג
ד. שרל אשת בזוו"ר ר' אברהם משה קאלישער, בזוו"ש אשת מרן החת"ס
ה. צפורה, מתה בנערותה
מזווג שני
ו. ר' משה איגר מווארשא
ז. ר' בנימין וואלף אייגר מיוהניסבורג וברלין
ח. יהושע פיבלמאן איגר מת בנערותו
ט. ר' יצחק לייב איגר מלאמזא
י. ר' שמואל איגר ממינסק
י"א. ר' שמחה בונם איגר מבארדיטשוב
י"ב. ר' דוד איגר מברעסלוא
י"ג. ראדיש אשת ר' וואלף שיף מוואלשטיין
י"ד. פריידכא אשת ר' פישל גראדשטיין מלובלין
ט"ו. גיטל אשת ר' שמואל קארנפעלד מבראד
ט"ז. רבקה אשת ר' חיים שמואל בירנבוים מפוזנא ואח"כ בדובנא רבתי, בעמח"ס רחש לבב והגהות מעשה חושב על ספר שער המלך להרמב"ם. (חתנו היה ר' עקיבא סופר בן ר' שמעון אב"ד ערלוי בעל התעוררות תשובה).
י"ז. בילא אשת ר' מאיר לייב ראזאניס מבראד
י"ח. הדסה מתה בנערותה

י"ט. יוטא אשת ר' שמעון ברלינער מקרוטשין


דא ווערן מיר געוואור אז דער זעלבער ר' מאיר לייב ראזאניס האט קודם חתונה געהאט צו הדסה די טאכטער פון רעק"א נאכדעם וואס זי איז נפטר געווארן האט ער גענומען איר שוועסטער בילא.

פון דעם צווייטען זיווג איז געבוירען צו זיי א זוהן יעקב ראזאניס וועלכער האט ליידער שטודירט אין ברעסלא און אין בערלין, ער איז אויסגעוואקסען א גרויסער פראפעסאר אין מאטעמאטיקס און א פראמינענטער שאך-שפילער.

זיינע קינדער האבן שוין רח"ל זיך געשמדט צו קריסטנטום, השם ירחם.

(אינפארמאציע גענומען פון דא)

א בילד פון יעקב ראזאניס בן בתו של הגרעק"א
אטעטשמענטס
180px-Jakob_Rosanes.jpg
180px-Jakob_Rosanes.jpg (7.83 KiB) געזען 10104 מאל
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום מאנטאג יאנואר 11, 2010 3:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
11211
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11211 »

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:(אינפארמאציע גענומען פון דא)

א בילד פון יעקב ראזאניס בן בתו של הגרעק"א (מחשבה טובה אויף דערווייל)

אפשר איז טאקע בעסער נישט צו ברענגען די בילד ודי
"וויליאמסבורג, א מחי’ גאר, וואוינען דארט פיינע אידן, אויך מיר אזא יאר"
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זאגט מיר מיינס א ידיד הרב"ש הי"ו, אז דער ר' מאיר אריה לייב הכהן רוזאניס חתן הגרעק"א (שכמדוה נהי' לחתנו לאחר פטירת חותנו בלקחו את בתו היתומה) האט געהאט אן איידעם ר' נתן נטע טענענבוים וועמענס זוהן ר' עקיבא טענענבוים האט חתונה געהאט מיט בתו של ר' יעקב ליינער מאיזיביצא אחותו של בעל התכלת מראדזין.

נו איינער קען מוסיף זיין?
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

יוסלמאן האט געשריבן:כ'האב געהערט ביי א דרשה פון הרה"ג ר' הלל וויינבערגער שליט"א אז ווען דער טאכטער פון רע"א איז נפטר געווארן האט מען גארנישט דערציילט פארן פאטער אויס מורא אז ס'וועט אים שאטען. ווען ער איז איינמאל געקומען קיין פרעשבורג באזוכן דעם איידעם האט מען מורא געהאט אז ער וועט זעהן אז די טאכטער איז נישטא, וואס האט מען געטאן?
ווען ער פלעגט קומען אויף פרעשבורג פלעגט און ער אדורך גיין דעם טיר צום שטוב פון איידעם און די טאכטער פלעגט שטיין לעבן טיר און אים באגריסן, טאטע וואס מאכסטו?, האט מען אהינגעשטעלט במקום די טאכטער (כ'מיין ער האט געזאגט די דריטע רעבעצין פונעם חתם סופר?!) און ווען ער איז אדורך האט זי געזאגט טאטע וואס מאכסטו, און ער האט גארנישט געמערקט אז ס'איז נישט זיין טאכטער. ר' הלל האט ארויסגעברענגט וואו ווייט רע"א איז געווען אפגעהיטן מיט די ראיה, אפילו די אייגענע טאכטער האט ער ניש געקענט.


אזא מעשה דארף האבען א שטארקע מקור. 1) פין נישט אויסזאגן ביז זאגען אין אנפירען א גאנצע ליגענט איז א חילוק. 2) עס איז נישט בצניעות שטעלן א צווייטע פרוי אנשטאצט. 3) האט ר' עקיבא איגר טאקע גארנישט גערעדט צי זיין טאכטער, אין זיי האבען געוויסט אז ער גייט נישט קיקען אין רעדן?.

ובאתי רק להעיר
אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2010 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פורים קטן »

עס איז דא א קונטרס'ל וואס רופט זיך "אגודת משפחת איגר", [עס איז דא אין "אוצרות התורה" פראגראם], וואו עס ווערט אויסגערעכנט הונדערטער אייניקלעך פון הגאון ר' עקיבא איגר. ס'איז ארויסגעקומען תמוז תשנ"ג, דורך איינעם "עקיבא איגר" אין "קיבוץ נצר-סרני".
פארשטייט זיך אז די אלע פרטים דארטן, דארפן האבן באווייזן, און ס'איז נישט גענוג די פאקט אז "ס'איז אזוי געדרוקט". דארטן שטייט אויף יעדע בלאט פון וואו זיי נעמען די אינפארמאציע, און פארשידענע מקורות דארט זענען מענטשן וועלכע לעבן נאך אפשר, וואס זיי האבן געוואוסט [אדער געמיינט אז זיי ווייסן] און האבן דאס איבער געגעבן פארן מו"ל, ממילא גלייב איך נישט אז ס'קען זייך "קראנט און פארלעסליך".
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א"כ הרב קטן,
איך האב טאקע נעכטן ערהאלטן אן אויסשניט פון די דערמאנטע 'אגודת משפחת איגר' ביי די ענף 'טענענבוים-לייענער' וואס איך האב דא דערמאנט, איך לייג עס דא צו. (אופס איך קען נישט, שוין יחשב נא כאילו הייתי פורטם).

פון דער דערמאנטער ר' נתן נטע טענענבוים חתנו של ר' מאיר לייב ראזאניס חתן הגרעק"א איז געווען נאך א רבישע משפחה מקושר, ווייל הרבנית אסתר בת ר' נתן נטע הנ"ל האט חתונה געהאט מיט האדמו"ר ר' אהרן צבי לאנדא מביאלא ב"ר דוב בעריש מביאלא ב"ר אברהם מטשעכנוב (מיר האבן אן אשכול איבער זיין זוהן ר' מנחם מענדל מביאלא-ניו יארק וועלכער איז דא נפטר געווארן א' אלול תרצ"ח וחיבר ספר שמש ומגן).
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ברוקלין האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:כ'האב געהערט ביי א דרשה פון הרה"ג ר' הלל וויינבערגער שליט"א אז ווען דער טאכטער פון רע"א איז נפטר געווארן האט מען גארנישט דערציילט פארן פאטער אויס מורא אז ס'וועט אים שאטען. ווען ער איז איינמאל געקומען קיין פרעשבורג באזוכן דעם איידעם האט מען מורא געהאט אז ער וועט זעהן אז די טאכטער איז נישטא, וואס האט מען געטאן?
ווען ער פלעגט קומען אויף פרעשבורג פלעגט און ער אדורך גיין דעם טיר צום שטוב פון איידעם און די טאכטער פלעגט שטיין לעבן טיר און אים באגריסן, טאטע וואס מאכסטו?, האט מען אהינגעשטעלט במקום די טאכטער (כ'מיין ער האט געזאגט די דריטע רעבעצין פונעם חתם סופר?!) און ווען ער איז אדורך האט זי געזאגט טאטע וואס מאכסטו, און ער האט גארנישט געמערקט אז ס'איז נישט זיין טאכטער. ר' הלל האט ארויסגעברענגט וואו ווייט רע"א איז געווען אפגעהיטן מיט די ראיה, אפילו די אייגענע טאכטער האט ער ניש געקענט.


אזא מעשה דארף האבען א שטארקע מקור. 1) פין נישט אויסזאגן ביז זאגען אין אנפירען א גאנצע ליגענט איז א חילוק. 2) עס איז נישט בצניעות שטעלן א צווייטע פרוי אנשטאצט. 3) האט ר' עקיבא איגר טאקע גארנישט גערעדט צי זיין טאכטער, אין זיי האבען געוויסט אז ער גייט נישט קיקען אין רעדן?.

ובאתי רק להעיר

די מעשה לייגט זיך טאקע נישט אויפן שכל, בפרט לויט די נוסחא וואס איך האב נעכטן געהערט פון ווינער רב שליט"א. איך שרייב איבער א העתקה פון א טעיפ פונעם שמועס:

אין תולדות פון חתם סופר שטייט אז (ער איז דאך געווען אן איידעם ביים רבי עקיבא איגר) ווען די רעבעצין איז אוועק האט מען נישט פארציילט פאר ר' עקיבא איגר, רעק"א האט נישט געוואוסט אז די רעבעצין איז אוועק, און בינתים האט דער חת"ס נאכאמאל חתונה געהאט, און עס איז אמאל אויסגעקומען אז דער רעק"א איז אדורכגעפארן פרעשבורג און ער האט געדארפט אריינקומען צום איידעם אין שטוב, און די טאכטער האט שוין נישט געלעבט. האט דער חת"ס געזאגט פאר די רעבעצין אז ווען רעק"א וועט אריינקומען זאלסטו צוגיין און געבן די הענט פאר אים און געבן א קוש אין די הענט אזוי ווי די טאכטער פלעגט טוהן, און ער וועט נישט וויסן ממילא צי דאס איז די טאכטער צי נישט. וכן הוה זי האט אזוי געטוהן, און דער רעק"א האט גערעדט דארט וואס מען מאכט, וואס מען טוהט, און ער איז גראד אריינגעגאנגען אין שטוב רעדן אין לערנען מיטן חת"ס און ער איז אוועקגעפארן, ער האט נישט געוואוסט אז די טאכטער איז נישט דא.

זאל איינער ביטע איבערפרעגן ווינער רב דערוועגן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די אריגיענעלע מציבה פון מרן הגרעק"א אין פוזנא, די מציבה איז חרוב געווארן ביים גריג, און לעצטענס איז דאס נתחדש געווען.
אטעטשמענטס
1183_4.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די מציבה פון ר' משה ב"ר שמואל גינז זצ"ל אביו של הגרעק"א (גענומען פון דא אויך ווערט דארט געזעהן די מציבה פון די מאמע פון הגרעק"א הרבנית גיטל אשת ר' משה גינז)
אטעטשמענטס
aEger01GR.jpg
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

תמונה מיוחסת לרעק"א
אטעטשמענטס
Reb Akiva Eiger.jpg
Reb Akiva Eiger.jpg (22.42 KiB) געזען 9846 מאל
לחיים ולברכה!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”