רבי אברהם אביש מפראנקפורט זצ"ל - י"א תשרי תקכ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי אברהם אביש מפראנקפורט זצ"ל - י"א תשרי תקכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הה"צ ר' אברהם אביש פראנקפורט, ב"ר צבי הירש. - תקכ"ט

אין א געוויסען טאג איז דער גאון ר' אביש'ל פראנקפורטער ז"ל געוואויר געווארן אז איינער פון די שטאט איינוואוינער איז מחלל שבת, האט ער געזוכט א געלעגענהייט אנצוקניפן א שמועס מיט יענעם און אים פארהאלטען דעריבער, אבער ווי אזוי שלעפט מען יענעם אהער? ער קומט דאך נישט אין בית המדרש. וועט ער אים רופען וועט ער אויך נישט קומען, זאל ער אליין אריבערגיין צו אים, מעגליך אז ער וועט אים נישט אויסהערן און דאס וועט זיין א מכשול פאר אנדערע.

ענדליך איז אים איינגעפאלען א געדאנק. ער האט באפוילען פאר איינעם פון זיינע אנהענגער צו בארגען סחורה פון יענעם, און ווען ס'וועט קומען די צייט פון באצאלען, זאל ער זעהן אז ס'זאל אויסברעכען א מחלוקה צווישען זיי, און דאס וועט זיי פירען צו א דין תורה, וואו ער וועט דורך דעם האבען די געלעגענהייט צו כאפן א שמועס מיט דעם איד.

אזוי האט טאקע פאסירט, און דער איד איז געקומען צו גיין צו דין תורה. דא האט אים דער רב אנטפלעקט דעם סוד אז דאס איז נאר אן אונטערגעשטעלטער שפיצעל, און ער האט אים בכוונה אהערגעשלעפט כדאי פארצוהאלטען אויף די ביטערע שמועה וואס ער האט געהערט אויף אים, און דערביי האט אים דער רב שטארק אראפ געריסען, און אים געווארענט מיט'ן ארגסטען.

דער איד האט זיך צוגעהערט, און ס'האט זיך דערקענט זיינע חרטה געפילען, ווען ער האט צוגעזאגט פאר'ן רב אז מער וועט דאס נישט פארקומען, אבער איך וואונדער מיך זייער, האט ער געזאגט פאר'ן רב, ווי פאסט דאס פאר א רב אזוי אריינצופאפן א מענטש?

דער רב האט אים געענטפערט, אויך משה רבינו האט אזוי געטוהן, ווי מיר געפונען אז אין פסוק שטייט, כי יהי' להם דבר, ווען זיי האבען א דין תורה, קומען זיי צו מיר, און אינאיינוועגס, והודעת את חוקי תורותיו, לאז איך זיי וויסען די וועגן פון השי"ת. דעריבער, בין איך אויך געגאנגען אין זיינע וועגען.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער האט געשריבן:מציבת הגה"ק ר' אברהם אביש אב"ד פראנקפורט בבה"ח דשם.

(עי' בספר אהל אברהם לתולדותיו שמביא בהגהות נוסח מצבתו שרשם ר' מרדכי הורוויץ אב"ד פראנקפורט בספרו אבני זכרון שמתאים עם הנוסח שלפנינו, ועי"ש שמנו"כ אצל המהרשש"ך זצ"ל)

וזהו נוסח מציבתו:

‎‏ה״ה אמ״ו הגאון הגדול ה[חסיד והעניו המ]פורסם מפה מהור״ר‏‎
‎‏אברהם מליסא זצ״ל אב״ד ור״[מ דקהילתינו יע״א] נפטר ביו׳ ה׳ לע״ע י״א תשרי‏‎ [הערת הכותב: תקכ"ט]
‎‏ונקבר למחרתו עש״ק י״ב תשרי‏‎
‎‏פה גנוז וטמון א״מ ורבינו עטרת תפארת ראשינו‏‎
‎‏מחמד עינינו אבי אבי רכב ישראל ופרשיו שהאיר‏‎
‎‏עיני הדור בתורת אמת שהית׳ בפיו פיו מפיק מרגליות׳
‎‏בחידושיו רוח המקום נחה עליו ונגלה ונסתר בקנה א׳‏‎
‎‏עולה בשפתיו קיים כל מילי דאבות ועשה צדקה‏‎
‎‏[וג״]ח לכל הבא אליו בחס[ידות] ובענוה לא הניח כמותו‏‎
‎‏בדורותיו לו עשר ידות בסגולה וברפואו׳ ומ[בק] ש?‏‎
‎‏וריפא בס״ד נפשות רבות חנם אין כסף ברפו[אותיו]‏‎ ‎‏במקום דלא של[טה ביה] יד ועין חימש? א[וצרותיו?]‏‎
‎‏שקולים א[צלו מצות קלות כחמו]רות [והי׳ מהדר]‏‎
‎‏[להיות סנדק ומוהל ופיזר עליו] פיזרונות רבים כל‏‎
‎‏[ימי]ו וזכותו [י]גן [עלינו ונצב״ה ע]״נ אי״ו ושצ״ו בג״ע א״ס‏‎
אטעטשמענטס
רבי אבישל פראנקפורטער 1.JPG
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

ר' אביש בעמ"ס ברכת אברהם על ש"ס ועמק המלך על הרמב"ם, איז געבוירען בערך בשנת ת"נ לאביו ר' צבי הירש אב"ד מעזריטש בליטא. ר' אביש אין איז געווען א תלמיד פין בעל בית שמואל על אבהע"ז, אין פין סמיכות חכמים. שפעטער איז ער געווארען איין איידעם ביי די איידעם פין בעל בית שמואל הנ"ל.

בשנת תקט"ו בעת שהיה אב"ד ליסא, איז ער אויסגעוועלט געווארען אנצפירען דעם בי"ד וואס האט געדארפט מאכען א פשרה בין היעב"ץ לר"ר יהונתן.

בשנת תקי"ט איז ער געווארען אב"ד פראנפורט לממלא מקום של הפני יהושע.

בשנת תקכ"ו נתעורר הפולמוס בענין הגט שסידר הג"ר ישראל ליפשיטץ אב"ד "קליווא". ור' אביש ובית דינו פסלוהו שאינו גט משום שהבעל מטורף בדעתו, וחכמי בראד ועמם רוב גדולי ישראל הכשריהו. למעשה האט דער מאן צוריק חתונה געהאט מיט די פרוי, אין ער האט געזאגט "הרי את עוד מקודשת לי וכו'.

בשנת תקכ"ג כשנולד החת"ס בעירו פראנקפורט, ציווה ליתן השם 'משה' לרך הנולד משום שעתיד להיות רבן של ישראל. ר' זלמן חסיד רבו של החת"ס היה תלמיד מר' אביש.

הבעש"ט הק' העיד על ר' אבישעל שהוא בעל רוה"ק.

הגה"ק המגיד ממעזריטש אמר, שהדברי תורה שאומרים בשם "העולם אומר", הוא מר' אביש פראנפורטער

נפטר יא תשרי תקכ"ט.

(כל המקורות הוא ממליצי אש)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ברוקלין האט געשריבן:בשנת תקי"ט איז ער געווארען אב"ד פראנפורט לממלא מקום של הפני יהושע.

אפשר נתמנה געווארן, געקומען איז ער פיל שפעטער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
קלונימוס
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלונימוס »

ברוקלין האט געשריבן: למעשה האט דער מאן צוריק חתונה געהאט מיט די פרוי, אין ער האט געזאגט "הרי את עוד מקודשת לי וכו'.


כאטש דאס שטייט שוין
דא

כמדומני אז דאס איז איבערגעצייגט געווארן צו זיין נישט אמת.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

farshlufen האט געשריבן:
ברוקלין האט געשריבן:בשנת תקי"ט איז ער געווארען אב"ד פראנפורט לממלא מקום של הפני יהושע.

אפשר נתמנה געווארן, געקומען איז ער פיל שפעטער.

ער איז הערשט געקומען און תקכ"א דערנאך וואס די ליסא'ער קהילה האט אים נישט אוועקגעלאזט אזוי גרינג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

דער חת"ס איז געבארן געווארן ערש"ק פארנאכטס
ר' אביש'ל. כווייס נישט צו ער איז שוין דאן געווען רב אין שטאט אבער די מעשה דערציילט מען אז ער האט געהאלטן פאר קבלת שבת. און ער האט געהייסן ווארטן מזאל נאכנישט מקבל שבת זיין. ווייל סדארף אראצוקומען א גרויסע נשמה און ער וויל נישט מזאל מחלל שבת זיין. און ער האט אזוי לאנג געווארט ביז סאיז אנגעקומען די ידיעה אז דער חת"ס מאמע האט געהאט א קינד וואס דאס איז געווען דער הייליגער חת"ס. ר' אביש'ל האט דאן געזאגט אז דערפאר האט ער צוגעווארט ווייל ער האט נישט געוואלט אז מזאל מחלל שבת זיין אויף אזא הייליגע נשמה
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

עיי' זכרונות ומסורות על החתם סופר מבית מורשת אשכנז בעמוד 16 שמשווה ג' נוסחאות של הסיפור הנ"ל ואיך שכל נוסח מוסיף על השני...
משה אמת ותורתו
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 7:33 pm

סדר יחוסו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה אמת ותורתו »

זעהט דא זיין שלשלת היוחסין, וואס האט אמאהל געשריבען רנ"א וקשטיין ביי א קונטרס פנימי.
אטעטשמענטס
א .jpg
ב .jpg
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

קלונימוס האט געשריבן:
ברוקלין האט געשריבן: למעשה האט דער מאן צוריק חתונה געהאט מיט די פרוי, אין ער האט געזאגט "הרי את עוד מקודשת לי וכו'.


כאטש דאס שטייט שוין
דא

כמדומני אז דאס איז איבערגעצייגט געווארן צו זיין נישט אמת.


פון וואנעט נעמסטו דאס?
אמשטרדם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2010 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמשטרדם »

זיין מצבה קען מען נאך היינט זעהן אין ביה''ח
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מי היו בניו או לוקחי בנותיו?
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אין אהל אברהם אות נ"ו ברענגט ער א מעשה: אז רבי אביש'ל זי"ע איז אמאל געווען מוהל ביי א ברית ווי דער סנדק איז געווען א גרויסער עם הארץ. און ווען רבי אביש'ל האט זיך איינגעבויגן צו מאכן מציצה, האט זיך דער עם הארץ אנגערופן "יעצט ביקט זיך דער רבי צו מיר" האט זיך רבי אביש'ל אנגערופן: עס שטייט דאך טאקע אין די תורה וישתחוו אברהם לפני עם הארץ.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יוראפ האט געשריבן:מי היו בניו או לוקחי בנותיו?


בן אחד היה ר' צבי הירש, נשא את בת-דודו מרת רבקה צפורה ב"ר מרדכי אב"ד ור"מ בליסא (אחיו של ר' אברהם אביש), מצבתה בפפד"מ:
http://www.steinheim-institut.de/cgi-bi ... n&inv=1117

האשה חשובה הו״ה מ׳ רבקה צפורה בת הגאון החסיד העניו
מהור״ר מרדכי זצ״ל אב״ד ור״מ ק״ק ליסא
אשת הגאון החסיד העני׳ מהור״ר צבי הירש
בן הגאון הגדול החסיד והעניו המפורסם אברם הוא אברהם זצ״ל מליסא
שהי׳ אב״ד ור״מ דקהילתנו
נפטרת בליל א׳ ונק׳ ביו׳ ב׳ ד׳ אלול תקמ״ם לפ״ק
פ״ט א״ח והגונה והחזיקה יד עני ואביון וגומלת לכל אשר אלי׳ פונה
כל ימי׳ השכימה שחרית וערבית לבה״כ להתפלל תפלתה בכוונה
ואף שהיתה מוטלת על ערס דוי ביסורים קשים לא בטלה תפלתה תמידין כסדרןבוידוי׳ גדולים
במצות חנ״ה היא נזהרה וכל כוונותיה היתה לש״ש מחזיקי לומדי תורה
שבחה אין להימנה בזכות זה תנצב״ה אמן


-

ספר אהל אברהם לתולדות ר' אברהם אבוש מליסא אב"ד פראנקפורט זצ"ל:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 34&pgnum=1
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

א הערצליכע דאנק הרב מיללער פאר די שנעלע ארבעט.
איז דא נאך קינדער?
ווי אויך אייניקלעך (אוודאי מיט א קלארע אפשטאם)

___________
ווער איז געווען דער רבי צבי הירש?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יוראפ האט געשריבן:א הערצליכע דאנק הרב מיללער פאר די שנעלע ארבעט.
איז דא נאך קינדער?
ווי אויך אייניקלעך (אוודאי מיט א קלארע אפשטאם)

___________
ווער איז געווען דער רבי צבי הירש?


בן נוסף היה ר' משה אב"ד קאריב, והוא היה חותנו של ר' יהודא לייבוש מרגליות מקאזניץ (אהל אברהם אות ס"ב):
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=40
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יוראפ האט געשריבן:א הערצליכע דאנק הרב מיללער פאר די שנעלע ארבעט.
איז דא נאך קינדער?
ווי אויך אייניקלעך (אוודאי מיט א קלארע אפשטאם)

___________
ווער איז געווען דער רבי צבי הירש?


געטראפן די מציבה פון ר' הירש ב"ר אברהם אביש מפראנקפורט וזו נוסחה:

http://www.steinheim-institut.de/cgi-bi ... n&inv=0077

ה״ה הרב המופלג בתורה
הגאון החסיד ועניו ושפל רוח
הרבני מהור״ר הירש
בן הרב הגאון החסיד האמיתי המפורסם
מהור״ר אברהם אב״ד ור״מ דקהלתינו
נפטר ונקבר בשם טוב יום ג׳ ח״י אדר ראשון תקלזי״ן לפ״ק

פ״ט איש תם וישר וירא ה׳ מנעוריו רוח המקום ורוח הבריות נוחין ממנו
באשר ששמו הטוב נודע בשערי׳ המצוייני׳ בהלכה
ידיו רב לו בים התלמוד אשר לן בעמקי של הלכה
ולעומקי דרש עם התלמידי׳ השומעי׳ לקולו ונוחין זה לזה
והרביץ תורה והגדיל עד כי הלך וגדול
כשם הגדולי׳ אשר מעולם אנשי השם
ויראת חטא קודמת לחכמתו
זה וזה נתקיימו בידו
והלך בעקבות אביו החסיד המנוח זצ״ל
ופיזור ממון לעניים ־סא־־מטע־ (?)
וזה ח״י שנים אשר כאן נמצא ובא
והי׳ תמיד מתבודד בביתו ולא מש מתוך אוהל של תורה
והוי מצלי בני עמודי היכא דהוי גירסא
ב״ז תנצב״ה.


ווי עס קומט מיר אויס פון די באשרייבונג דארט האט דער ר' צבי הירש געהאט א טאכטער ריכל אדער רחל וואס איז געווען די פרוי פון [ר'] מיכאל פרענקל ב"ר יעקב בנימין מקראטשין אב"ד האנוא.

ברויך מען וויסען ווער דאס איז.
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

ווייסט איינער זיין משפחה נאמען?
עפ"י חשבון דארף צו זיין גאנץ משפחת שווארץ צאצאי יהוסף וזוג' יוטא וצאצאי ר' מרדכי שווארץ וצאצאי ר' ישראל מענדל שווארץ דורך זייער באבן יוטא אשת ר' שמשון שווארץ שהיתה בת ר' דוד שטאלבערגער מנו"כ בנאנאש בן ר' אברהם אביש שטאלבערגער מנו"כ בראצפערט (נפטר שנת תרי"ג בן נ"ה) - ר' דוד הנ"ל הי' לו בן ר' אברהם אביש נפטר בשנת תש"א מנו"כ בנאנאש השאיר שני בנים לאחר המלחמה (סאיז דא פון זיי אייניקלעך אין קאליפארניע) אחד מהם שמו דוד נפטר מלפני כמה שנים בן צ' שנים ואמר שקיבל מאביו בשם אבותיו כי הם נכדי ר' אבישל פראנקפורטער בא"ב
לפי זה קומט אויס אז ר' אביש'ל האט טויזענטער אייניקלעך אין סאטמאר אליינס
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מאקאווער האט געשריבן:ווייסט איינער זיין משפחה נאמען?
עפ"י חשבון דארף צו זיין גאנץ משפחת שווארץ צאצאי יהוסף וזוג' יוטא וצאצאי ר' מרדכי שווארץ וצאצאי ר' ישראל מענדל שווארץ דורך זייער באבן יוטא אשת ר' שמשון שווארץ שהיתה בת ר' דוד שטאלבערגער מנו"כ בנאנאש בן ר' אברהם אביש שטאלבערגער מנו"כ בראצפערט (נפטר שנת תרי"ג בן נ"ה) - ר' דוד הנ"ל הי' לו בן ר' אברהם אביש נפטר בשנת תש"א מנו"כ בנאנאש השאיר שני בנים לאחר המלחמה (סאיז דא פון זיי אייניקלעך אין קאליפארניע) אחד מהם שמו דוד נפטר מלפני כמה שנים בן צ' שנים ואמר שקיבל מאביו בשם אבותיו כי הם נכדי ר' אבישל פראנקפורטער בא"ב
לפי זה קומט אויס אז ר' אביש'ל האט טויזענטער אייניקלעך אין סאטמאר אליינס

ער האט נישט געהאט קיין משפחה נאמען
וכן גם משפחת להבחל"ח אחותה שתליט"א אשת הרב החסיד ר' אברהם מרדכי פאלאטשעק ז"ל
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

משה אמת ותורתו האט געשריבן:זעהט דא זיין שלשלת היוחסין, וואס האט אמאהל געשריבען רנ"א וקשטיין ביי א קונטרס פנימי.

איינער ווייסט אוואו מען קען באקומען באקומען דעם דאזיגן קונטרס פנימי?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אינעם נייעם 'ירושתינו' איז געדרוקט צוויי הפסדים על פטירתו של הגאון רבי אברהם אביש מליסא זצ"ל, איז דא דארט א מבוא לתולדות הגאון זצ"ל.

מערכת ירושתינו האט מעתיק געווען דעם מבוא אויפן פארום פון אוצה"ח:
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... 08#p138208

איך לייג עס דא אריבער לתועלת הציבור.
אטעטשמענטס
ירושתנו ז תשעד ליסא.pdf
(326.38 KiB) געווארן דאונלאודעד 303 מאל
חתם סופר'ניק
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 3:59 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חתם סופר'ניק »

מאקאווער האט געשריבן:דער חת"ס איז געבארן געווארן ערש"ק פארנאכטס
ר' אביש'ל. כווייס נישט צו ער איז שוין דאן געווען רב אין שטאט אבער די מעשה דערציילט מען אז ער האט געהאלטן פאר קבלת שבת. און ער האט געהייסן ווארטן מזאל נאכנישט מקבל שבת זיין. ווייל סדארף אראצוקומען א גרויסע נשמה און ער וויל נישט מזאל מחלל שבת זיין. און ער האט אזוי לאנג געווארט ביז סאיז אנגעקומען די ידיעה אז דער חת"ס מאמע האט געהאט א קינד וואס דאס איז געווען דער הייליגער חת"ס. ר' אביש'ל האט דאן געזאגט אז דערפאר האט ער צוגעווארט ווייל ער האט נישט געוואלט אז מזאל מחלל שבת זיין אויף אזא הייליגע נשמה

כמדומה ער האט זיך אויסגעדריקט מיטן לשון, די וועלט ווארטעט אויף אים.

ערגעץ האב איך געזעהן אז שמחת תורה איז ער געטאנצן מיטן חת"ס אין די הענט ווייל ער איז א לעבעדיגער ספר תורה.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

יוראפ האט געשריבן:
משה אמת ותורתו האט געשריבן:זעהט דא זיין שלשלת היוחסין, וואס האט אמאהל געשריבען רנ"א וקשטיין ביי א קונטרס פנימי.

איינער ווייסט אוואו מען קען באקומען באקומען דעם דאזיגן קונטרס פנימי?

הרב יוראפ,
האסט אמאל געשטפט דעם קונטרס פנימי?

דארט שטייט אז רבי אבישל איז געווען אן איידעם ביי רבי אליהו ממעזריטש, האט עס א המשך אופן נעקסטן בלאט?

אין געוויסע פלעצער שטייט אז זיין רבי דער בית שמואל האט אים געגעבן זיין אייניקל פאר א כלה.
האט די צוויי א שייכות?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

משיח האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:
משה אמת ותורתו האט געשריבן:זעהט דא זיין שלשלת היוחסין, וואס האט אמאהל געשריבען רנ"א וקשטיין ביי א קונטרס פנימי.

איינער ווייסט אוואו מען קען באקומען באקומען דעם דאזיגן קונטרס פנימי?

הרב יוראפ,
האסט אמאל געשטפט דעם קונטרס פנימי?

כ'מיין אז נישט, דאס יא אז הרב וועקשטיין האט מיר דעמאלטס געזאגט אז ס'איז דא דארט טעותים און אז ער האט נאך אסאך הוספות דערויף, און ווען ער וועט האבן א געלעגנהייט... וועט ער ארבעטן דערויף
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

Re: רבי אברהם אביש מפראנקפורט זצ"ל - י"א תשרי תקכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

עטליכע שאלות איבער די עלטערין פון רבי אברהם אביש,
אויב עימעצער האט א ידיעה דערין און קען מיר ארויסהעלפן,

1. הרש״י היילפרין אבד״ק באר שרייבט אין זיין מגילת יוחסין שלמי אמוני ישראל, חוברת שני' עמ' 65, אז רבי צבי הירש ממעזריטש (אביו של רבי אביש פראנקפורטער) איז געווען אן איידעם ביי רבי יצחק מזאלקאווא.
די מגילת יוחסין איז א פריערדיגע זאך, און הייסט זייער פארלעסליך.
למעשה זעה איך אז די כותבי תולדותיו שרייבן אז רבי צבי הירש איז געווען אן איידעם ביי רבי מרדכי גינצבורג אבד״ק בריסק, חתן רבי יצחק מזאלקאווא.
אזוי שרייבט אבד״ק סעראצק אין שער ספר ברכת אברהם, תרמ"א. און אין הגדה של פסח מחזה אברהם, תרס"ט [און תרפ"ח] שרייבט ער אז זי האט געהייסן ריזל, און ווען זי איז אוועק וכו'. [הגן אינעם זעלבן ספר איין בלאט פריער שטייט אז ער איז יא געווען אן איידעם ביי רבי איציק זאלקאוער זעלבסט].
אזוי שרייבן אויך רנ״א וואקשטיין דא אויבן און רד״ב וועבער אין צור חוצבתם אז ער איז חתן רבי מרדכי גינצבורג אבד"ק בריסק חתן רבי יצחק מזאלקאווא.
וואס איז די מקור אז רצ״ה איז חתן חתנו פון רבי איציק זאלקאווער, און נישט חתנו?

ב. אויף רבי בנימין וואלף, רבי מרדכי גינצבורג׳ס פאטער, שרייבן די חוקרים ר"י לעוונשטיין מסעראצק, רש"א האראדעצקי, אלף מרגליות, ועוד, אז ער איז געווען אבד"ק מאגנעצא/מעץ, מיט א המשך היחוס אויף ארויף: בן רבי יעקב אבד״ק פרידלאנד/פרידבורג, בן רבי אליעזר ליזר, בן הקצין רבי שמעון גינצבורג מפוזנן, בן רבי אברהם מק"ק פפערשי, בן רבי יחיאל מפורטי, און אז רבי בנימין וואלף איז געווען אן איידעם ביי הגאון רבי מרדכי יפה בעל הלבושים.
האט דאס א מקור קדום?

ג. אויף די שווער פון רבי אביש מפפד״מ, רבי אלי׳ כ״ץ ממעזריטש, שרייבט מען אז ער איז געווען אן איידעם ביי הגאון בעל בית שמואל מפיורדא.
איז דאס פארלעסליך?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”