רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

: הרה"ק רבי יעקב יצחק מלובלין זצוק"ל איז געבוירן געווארן אין יאר תק"ז צו זיין פאטער רבי אברהם אליעזר הורוויץ דער רב פון יוזעפאף. ער האט חתונה געהאט אין שטאט לאנצוט און דארט האט זיין נאמען אנגעהויבן שמ'ן. אמאל האט ער געזאגט פאר זיין רביצין אז פון הימל האט מען אים צואוויסן געטון אז ער דארף פארלאזן זיין שטאט, האט ער זיך דאן אריבערגעצויגן קיין טשעחויב און דערנאך צום נישט ווייטן לובלין. דער הייליגער חוזה האט אכצן יאר געלערנט ביים רבי'ן ר' שמעלקא פון ניקלשבורג, און ער פלעגט זאגן אז ער שפירט דארט א ריח גן-עדן נאר דער רבי ר' שמעלקא באהאלט עס מיט'ן האלטן פארשידענע סארט גוטע בשמים. אויך איז דער לובלינער געווען זייער נאנט מיט'ן רבי'ן ר' זושא און איז דורך אים מקורב געווארן צום רבי'ן ר' אלימלך. דער לובלינער איז אויך נאך געווען ביים גרויסן מגיד פון מעזריטש. כאטש וואס אין לובלין האט מען פאר'ן חוזה צוגעטיילט גרויס כבוד - ווי למשל אז מ'האט געגרינדעט א מנין ספעציעל פאר'ן חוזה, טראצדעם וואס דער מנהג אין שטאט איז געווען צו מאכן נאר איין מנין - האט דער חוזה אבער געהאט אסאך מתנגדים אין שטאט און אויך דער לובלינער רב, "דער אייזערנער קאפ", הגאון רבי עזריאל האראוויץ זצ"ל, איז ארויס קעגן דעם הייליגן חוזה מיט גרויס קעגנערשאפט. רבי עזריאל האט אבער סוף ימיו געזאגט: "א שאד כ'האב אים נישט געקענט!". שוין פון זיין יוגנט אטן האט דער חוזה זיך שטארק אפגעהיטן, באזונדערס האט ער אכטונג געגעבן אויף זיין ראיה און ער פלעגט אין זיין יוגנט גיין מיט ארומגעבינדענע אויגן כדי ער זאל נישט צוקומען ארויסצוקוקן פון זיינע ד' אמות. ער האט טאקע זוכה געווען צו הייליגע אויגן און דערפאר האט מען אים גערופן "חוזה" וואס טייטשט "זעהער" ווייל ער האט אלעס געזען. דער חוזה איז געווען דער גרויסער רבי, פון פיל גרויסע תלמידים, די רביים פון די קומענדיגע דור. אין יאר תקע"ד איז פארגעקומען די באוואוסטע מלחמה פון נאפוליאן, ווי צדיקים און בתוכם דער הייליגער לובלינער האבן געזען א מקום מקרב צו זיין ביאת המשיח. יענעם שמחת תורה (תקע"ה) איז פארגעקומען די באוואוסטע געשיכטע מיט די "נפילה" (ווי מיר האבן שוין אמאל אויספירליך באשריבן) און תשעה באב פונעם זעלבן יאר איז דער הייליגער חוזה נסתלק געווארן ומנוכ"ק אין ק"ק לובלין.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ר' אברהם לעווי איז געווען פון די חשוב'ע און דערהויבענע בעלי בתים אינעם שטאט פוזנא. אבער די שטאט-לייט האבן געפילט כלפי אים עפעס א מין קנאה. נישט חלילה אז ער האט געהאלטן פון זיך עפעס; פונקט פארקערט ר' אברהם פלעגט דווקא אנטלויפן שטענדיג פון יעדן סארט פירסום, און איז געווען אחן אמת'ער שפל ברך. און כאטש אז פוזנא איז דאן געווען אחן עיר ואם בישראל וואו מערסטענס אידישע איינוואוינער זענען געווען בני תורה - עס האט נישט געפעלט קיינע מיוחסים אינעם דעמאלטיגן פוזנא; אפילו די פשוטע בעלי בתים זענען געווען ערליכע אידן, יראי השם, וואס טאקע אדאנק דעם האט די קהילה זוכה געווען פאר לאנגע יארן צו האלטן ביי זיך אלס רב איינער פון די גרעסטע מפורסמים צווישן די גדולי הדור: הגה"ק רבי עקיבא אייגער זצוק"ל! - פונדעסטוועגן האט ר' אברהמ'ס וועזן געשיינט עפעס ספעציעל ווי פאלגענד.
ווען ער איז נאך געווען א יונג קינד איז רבי אברהם ל"ע פאר'יתומ'ט געווארן פון זיין פאטער רבי שלמה זלמן. זיין פאטער אליינס איז געווען א גרויסער עניו און טראץ זיין גרויסן גדלות האט ער נישט געלאזט מאכן קיין שום וועזן פון זיך.
קורץ נאך זיין פטירה האט זיך רבי שלמה זלמן באוויזן אין חלום צו זיין פרוי און ער האט איר אנגעזאגט גוט אויפצוציען איר זון ווייל פון אים וועלן ארויסקומען גרויסע דורות. רבי אברהם האט טאקע אפגעשיידט זיין גאנצער יוגנט פאר תורה, ער האט געלערנט ביים רב פון פויזן דער איידעם פונעם גאון דער "נודע ביהודה" וועמען מ'האט גערופן "יוסף הצדיק". שפעטער האט ער געלערנט צען יאר אינאיינעם מיט'ן חמדת שלמה אין ווארשא, און דערנאך איז ער צוריק אהיימגעקומען און האט באהאלטן זיין גדלות פונקט ווי זיין פאטער פלעגט טון.
ער האט טאקע זוכה געווען צו פינף זין מיט וועמען דער דור האט גע'רעש'ט. אין פוזנא פלעגט מען זאגן א מליצה אז רבי אברהם האט ביי זיך אין שטוב "חמשה חומשי תורה" מיינענדיג זיינע פינעף גאונ'ישע זין: רבי שלמה זלמן דער רב פון זלאטשוב; רבי אשר לעמיל דער רב פון גאלין; רבי יעקב ליב דער רב פון טולטשין; און רבי ישראל פון פויזן. כולם קדושים, כולם טהורים, און צוליב דעם האט מען אין פוזנא געקוקט אויף רבי אברהם מיט אזא קנאה.
אנדערע האבן יא געוואוסט צו זאגן אז שוין מיט יארן פריער האט זיך דער הייליגער חוזה אמאל ארויסגעכאפט מיט א רמז אז רבי אברהם וועט נאך זוכה זיין צו אזעלכע תורה-ריזן.
עס איז געווען שבת פרשת לך לך, רבי אברהם האט זיך דאן געפונען אין שטאט לובלין, אבער ער איז נישט געקומען צו פארן צום הייליגן רבי'ן פון לובלין, נאר דווקא צו זיין גרויסן קעגנער דער לובלינער רב, רבי עזריאל "דער אייזערנער קאפ", מיט וועמען ער פלעגט זיך כסדר מפלפל זיין אין לערנען. שבת אינדערפרי האט זיך רבי אברהם פארשפעטיגט אזוי אז ער האט בלית ברירה געמוזט אריבערקומען אין שול פון הייליגן לובלינער וואו מען האט געדאווענט שפעטער.
ס'האט אים נישט געאחרט וואס דער עולם אינטערסירט זיך נישט אין אים, רבי אברהם האט זיך געשפירט אומבאקוועם אין דעם "וואלד" פון די גרויסע חסידים אנגעטון אין זייערע זיידענע זשיבעצעס. ער האט זיך געפונען א פלאץ אונטער'ן אויוון וואו ער האט זיך געשטעלט דאווענען שחרית.
ביי קריאת התורה האט דער הייליגער לובלינער אליינס געליינט די פרשה. ווען עס איז געקומען צו די קריאה פון שישי האט דער לובלינער פלוצים געוויזן מ'זאל מכבד זיין מיט אחן עליה דעם אורח וואס זיצט אונטער'ן אויוון, דאס איז געווען רבי אברהם לעווי פון פוזנא. דער חוזה האט באלד גענומען ליינען ווייטער מיט גרויס ברען און ווען ער איז צוגעקומען צו די לעצטע דריי ווערטער אינעם קריאה וועלכע ליינט זיך "ומלכים ממך יצאו" האט דער חוזה דאס מדגיש געווען מיט א ספעציעלע נעימות און דארט זיך אפגעשטעלט.
דער פסוק "און עס וועלן פון דיר ארויסגיין קעניגן" איז פאר די חסידים געווען מער ווי א רמז. אינדערזייט איז געשטאנען רבי אהרן משה פון בראד, א הייסער חסיד פונעם חוזה, און הערנדיג די הייליגע נבואה פונעם חוזה האט ער זיך אנגערופן: הלוואי זאל איך זוכה זיין צו זען די קינדער צו וועמען דער רבי האט מכוון געווען! דער חוזה האט זיך באלד אויסגעדרייט צו אים און געזאגט: אהרן משה, כ'בין דיר עס מבטיח!
דער מעשה איז פארגעקומען אין יאר תקע"ג, צוויי יאר שפעטער אום תשעה באב פון יאר תקע"ה, איז דער הייליגער לובלינער נסתלק געווארן. רבי אהרן משה וועלכער איז געווען מקושר צו זיין רבי'ן בלב ונפש און איז אליינס געווען א צדיק און עובד ה' האט זיך יעצט מקשר געווען צום הייליגן "שרף" הרה"ק רבי אורי פון סטרעליסק. נאך די פטירה פון זיין רבי'ן רבי אורי האט רבי אהרן משה זיך אפגעשיידט פון די וועלט מיט גרויס פרישות, ער האט זיך פארשפארט פאר א תקופה פון דרייצן יאר און עוסק געווען אין תורה ועבודה מיט גרויס התבודדות. נאך דרייצן יאר האט מען אים צואוויסן געטון אין חלום ער זאל ארויפגיין זיך באזעצן אין ארץ ישראל.
אין יאר תקצ"ט איז רבי אהרן משה ארויף קיין ירושלים עיה"ק, ער האט זיך אריינגעזעצט אינעם בית המדרש פון די מקובלים "בית א-ל", שפעטער האט ער געגרינדעט דעם ערשטן חסיד'ישן שול אין ירושלים.
26 יאר זענען שוין געווען אריבער זינט דעם פאסירונג און די ווערטער פון הייליגן חוזה זענען נאטכאחלץ נישט פולקאם מקויים געווארן. אמת, גאנץ פוילן האט זיך געשאקלט מיט די פינף גדולי הדור די קינדער פון רבי אברהם, אבער דער חסיד ר' אהרן משה האט זיי נאכנישט זוכה געווען צו זען. ר' אהרן משה האט געהאט פארשריבן יעדעס ווארט וואס ער האט געהערט פון זיין הייליגן רבי'ן, און זייענדיג א זקן האט ער געווארט צו זען ווי די ווערטער פון חוזה וועלן פארווירקליכט ווערן.
ראש חודש תמוז אין יאר תר"ה האט ירושלים מקבל פנים געווען דריי פון די זין פון רבי אברהם. די אנדערע צוויי האבן שוין נישט געלעבט. ווי רבי אהרן משה האט זיך דערוואוסט אז גרויסע גדולים זענען געקומען צו פארן פון פוילן זיך צו באזעצן אין ירושלים, איז ער אויך געקומען זיי מקבל פנים זיין. ערשט ווען רבי אהרן משה האט זיי געזען און האט געהערט ווער זיי זענען האט ער זיך געכאפט אז איצט זענען די ווערטער פון זיין הייליגן רבי'ן פולקאם מקויים געווארן.
ז' תמוז תר"ה, צומארגנס נאכדעם וואס רבי אהרן משה האט זיך באגעגנט מיט די דריי ברידער, איז ער נפטר געווארן און איז געברענגט געווארן למנוחת עולם אין עמק יהושפט נעבן דעם קבר פון זכריה הנביא. (ירושלים של מעלה)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער הייליגער חוזה פון לובלין זיע"א האט געטייטשט "רבים" ווען עס פארזאמלט זיך א 'רבים' א גרויסער עולם, אין בית המדרש ביים דאווענען אדער ביים רבי'ן, "מכאובים לרשע" דאס טוט וויי פאר א רשע, וועלכע פארנעמט נישט דאס שטופעניש. אבער "והבוטח בה'" דער ערליכער איד "חסד" ווערט פאררעכנט ביי אים אלץ א חסד "יסובבנו" אז אידן נעמען אים ארום. (דברי תורה)
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

זיידע לעבן, דער חוזה איז געבוירן געווארן תק"ה, נישט תק"ז.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ועברתי בארץ מצרים:
דער חוזה מלובלין האט געטייטשט, דער באשעפער איז שנעל אדורך און נישט געקוקט אויף די עבירות פון די אידן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער רבי ר' שמואל פון קאריב זי"ע פלעגט שטענדיג פארן צום רבי'ן פון לובלין דער הייליגער חוזה זי"ע. ר' שמואל איז געווען ל"ע א גרויסער ארימאן אז ער האט נישט געהאט פון וואס צו שפייזן זיין משפחה, פונדעסטוועגן האט עס אים נישט געשטערט פון זיין הייליגע עבודה. אידן וועלכע האבן זיך דערוואוסט פון זיין ענגן מצב פלעגן אים שטיצן פון צייט צו צייט אז זיי זאלן זיך דערהאלטן.
איינמאל האט זיך דער רבי ר' שמואל פארגענומען אז ער וועט מיט קיינעם נישט ארומרעדן וועגן זיין שווערן מצב אין פרנסה, נישט געקוקט אויף כאטש ווי געענגט ער זאל נישט זיין, נאר דאס וואס השם יתברך וועט באשערן, און מענטשן וועלן פון זיך אליין זיך דערמאנען פון אים, וועט ער נעמען, אויסער דעם, נישט.
די רעבעצין איז אים צוגעשטאנען, אז ער זאל עפעס רעדן מיט איינעם וועגן זייער שווערן מצב, אבער ער האט נישט געענדערט זיין באשלוס, פילנדיג אז השי"ת וועט אים נישט פארלאזן אפילו אין די שווערע צייטן.
אזוי האט ער זיך טאקע געפירט א שטיק צייט. און אלע מאל האט זיך געמאכט איינער וואס האט אים אינזינען געהאט און ארויסגעהאלפן.
איינמאל האט זיך געמאכט פאר פסח, און דער רבי ר' שמואל האט גארנישט געהאט אין שטוב.
ער האט געהאט דערפון גרויס עגמת נפש, מורא האבנדיג אז ער וועט מוזן ענדערן זיין באשלוס, און חלילה דארפן בעטן ביי מענטשן, אבער ער האט זיך דאך געשטאקט מיט דער האפענונג אז השי"ת וועט זיכער העלפן.
דערווייל האט זיך דער יום טוב דערנענטערט און עס האט זיך נישט געוויזן קיין אויסזיכט אפילו אויף דעם כזית מצה און די פיר כוסות, די מינימאלסטע זאכן וואס א איד דארף האבן צום סדר, און דער רבי האט געהאט דערפון גרויס צער.
דער רבי פון לובלין מיט זיינע הייליגע אויגן, האט אבער אין פאראויס געזען דעם שווערן מצב פון זיין הייליגן תלמיד, האט ער מיט א צייט פריער געזאגט פאר איינעם פון זיינע חסידים, דער עושר ר' שלמה פון קאנסקיוואלי אן איידעם פון דעם צדיק רבי נטע פון חעלם זי"ע, אז ער זאל זען צו באזארגן זיין תלמיד דעם רבי'ן ר' שמואל פון קאריב מיט אלע זיינע געברויכן אויף פסח.
און אז דער רבי הייסט, האט ער שוין נישט פארגעסן, און ערב פסח נאכמיטאג האט זיך פאר ר' שמואל'ס הויז אפגעשטעלט א וואגן אנגעלאדענט פון אלעם בעסטן אויף פסח. עסנווארג. געשיר און וואס נאר מען דארף.
דער צדיק האט אויפגעלעבט, אזוי אומגערישט איז ער אויפגעראכטן געווארן און זיין הארץ איז פול געווארן מיט פרייד און שבח והודאה צו השי"ת וואס האט אים באשערט מיט א פרייליכן יום טוב.
עס איז נישט מעגליך צו באגרייפן ווי אזוי דער צדיק האט זיך אוועקגעזעצט צום סדר, מיט גרויס התלהבות, און שמחה פון דעם הרחבת הדעת מיט וואס ער איז באגליקט געווארן, האט ער אפגעראכטן דעם סדר, אזוי אז ער האט ממש פארגעסן פון דער וועלט, און ווי געשוועבט מיט זיין קדושה אין די הימלען, איבערהויפט האט אים דערהויבן דער געדאנק אז ער האט געקענט אנגיין מיט זיין אלטן באשלוס, נישט צו בעטן ביי קיינעם.
דער סדר האט זיך געענדיגט שפעט אין דער נאכט, מיט גרויס שמחה, און אז עס האט זיך אים געדאכט אז קיינמאל האט ער נאך נישט אזוי אפגעראכטן א סדר ווי דאס מאל.
דער ערשטער טאג יום טוב איז אדורך, און דער רבי האט זיך געוואלט נעמען צום צווייטן סדר. אבער ער האט דערפילט א מידקייט, האט ער זיך אביסל אנגעשפארט זיך אביסל אפצורוען פארן סדר.
דער רבי האט זיך געפירט אז ער האט אויך די צווייטע נאכט מקפיד געווען צו עסן דעם אפיקומן פאר חצות, און דא האט פאסירט אז ווען דער רבי האט זיך דערוועקט איז שוין געווען אביסל שפעטליך, און עס וואלט אויסגעקומען צו עסן דעם אפיקומן שפעטער נאך האלבע נאכט.
דער רבי האט געהאט דערפון גרויס עגמת נפש, און ער האט זיך גענומען שנעל צום סדר, און האט אין איילעניש גענומען צו זאגן די הגדה, געטרינקן די כוסות, אזוי אז ער האט קוים געהאט צייט צו עסן דעם אפיקומן צייטליך.
נאכ'ן אפיקומן האט דער רבי גענומען אביסל צייט זיך צו פארטראכטן.
אוי! האב איך געפראוועט א סדר, האט דער רבי געטראכט מיט ביטערניש. די הייליגע ווערטער פון די הגדה, סיפור יציאת מצרים, ווערטער וואס גרייכן ברומו של עולם, האב איך אזוי אפגעזאגט. עס איז אמת אז איך האב עס געטאן וועגן מיין זהירות פון עסן דעם אפיקומן, אבער דאך, אזוי אפצופראווען א סדר, מיט אזא שפלות, איבערהויפט אין די נאכט וואס השי"ת מיט די פמליא של מעלה גייען ארום אין אידישע שטיבער, זיך איינצוהערן די שירות ותשבחות וואס אידישע קינדער זאגן פאר אים, און אט אזא געהויבענע נאכט האט איך געזאגט אזוי איינפאך די ווערטער.
אזוי האט דער רבי ווייטער געשפינט זיינע מחשבות מיט צובראכנקייט און הכנעה, ביז ער איז געקומען צום אויספיר כמעט מיט טרערן - אז ער האט נאך אין זיין לעבן נישט אפגעראכטן א סדר אין אזא נידריגע שטופע ווי ער האט עס געטאן דאס מאל, און ער גלויבט אז קיין שום איד אויף דער וועלט הא נישט געפראוועט אזא שפלות'דיגן סדר .
דער רבי האט דערפון געהאט גרויס צער און עגמת נפש.
נאך יום טוב איז דער רבי ר' שמואל געפארן קיין לובלין צו זיין רבי'ן דער הייליגער חוזה זי"ע.
גלייך ווי ער האט אריינגעטרעטן צום רבי'ן, און שלום געגעבן, האט זיך דער רבי אנגערופן:
"לאמיר באטראכטן די סדרים וואס ר' שמואל האט געפראוועט.
דער סדר פון די ערשטע נאכט איז געווען שוואכליך, עס האט זיך געדאכט אז ער פליעט אין הימל - וואס עפעס פליען אין הימל?" האט דער רבי באמערקט.
"דער צווייטער סדר, אה, דאס איז שוין געווען שיין, מיט אזא פראכט און גלאנץ, דאס אמת'דיגע צעבראכנקייט האט געגעבן דעם גאנצן חן און חשיבות דערפאר, עס האט זיך אנגעזען אויבן אין הימל מער פון אלע סדרים...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער ישמח משה איז געוועהן א תלמיד פון רבי'ן פון לובלין דער חוזה זי"ע . ער איז עטליכע מאל געפארן קיין לובלין להסתופף בצל קדשו פון רבי'ן מקבל צו זיין תורה וחסידות פונעם איש אלקים קדוש דער רבי פון לובלין זי"ע.
אין ספר תהלה למשה ווערט געברענגט אז דער ישמח משה איז נישט געוועהן ביים רבי'ן פון לובלין נאר צוויי אדער דריי מאל, אבער אין די פאר מאל האט ער מקבל געווען פון רבי'ן מער ווי אן אנדערער וואלט מקבל געווען אין א סאך מאל!
איינמאל האט זיך דער ישמח משה ארויסגעלאזט קיין לובלין אויף סוכות, דער וועג האט זיך אים פארצויגן , עס איז שוין געווארן שפעט נאכמיטאג, און איז נאך נישט אנגעקומען קיין לובלין,אזוי גייענדיג איז ער געווארן זייער הונגעריג, דער הונגער האט זיך זייער געשטארקט אויף אים און ער האט געמוזט עפעס עסן, ער האט אבער נישט געהאט וואס צו עסן. האט ער זיך דערמאנט אז ער האט גראדע ביי זיך א בייגל, ער האט זיך אפגעשטעלט און געמכט א ברכה און אנגעהויבן עסן דעם בייגל .זעענדיג אבער ווי שפעט עס איז האט ער נישט געהאט קיין ברירה נאר האט געמוזט אנהייבן לויפן כאטש ער האט געהאלטן אינמיטן עסן, אזוי איז ער געלאפן מיטן בייגל אין מויל.
אזוי לויפענדיג איז ער געווארן פיל מיט צער, ער האט געזעהן ווי דער טאג ריקט זיך און ער איז נאך זייער ווייט פון לובלין , באלד וועט ווערן נאכט, און ער וועט נאך בלייבן שטעקן אויף יום טוב אינמיטן א פוסטעניש.
א פאר רגעים שפעטער דערזעט ער פלוצלינג ווי ער געפינט זיך אינמיטן א שטאט , שטעלט ער אפ איינעם פון די דורכגייער און פרעגט אים אויפן נאמען פון די שטאט זאגט אים יענער: איר זענט דא אין לובלין!. האט ער זיך זייער געפרייט אז ער איז ב"ה אנגעקומען קיין לובלין , ער האט נאך געהאט צייט צו גיין אין מקוה און צוגיין צו אן אכסני' נאך פאר דער יום איז אריינגעקומען.
קומענדיג צוריק פון מקוה צו זיין אכסני', גייט נישט א דורך קיין פאר מינוט און איינער קלאפט אין די טיר, ער עפענט אויף די טיר און זעט דארט שטיין א איד מיט ד' מינים אין די האנט ,יענער דערלאנגט אים די ד' מינים זאגענדיג:דער רבי האט דאס אייך געשיקט!
דער ישמח משה ברוב ענוותנותו האט נישט געוואלט צונעמען די ד' מינים זאגענדיג, ער ווייסט אז דער רבי שיקט די ד' מינים נאר פאר געציילטע צווישן זיינע גרויסע תלמידים,און איז זיכער אז דער שליח האט יעצט א טעות געמאכט, עס איז נישט מעגליך אז דער רבי האט אים געשיקט די ד' מינים, וויל ער עס נישט נעמען ווייל ס'איז א מקח טעות, און ער וועט נישט קענען יוצא זיין מיט אזעלכע ד' מינים וואס ער האט באקומען בטעות.
דער שליח איז צוריק געגאנגען מיט די ד' מינים און איבערגעגעבן פארן רבי'ן וואס דער ישמח משה האט אים געזאגט האט דער רבי פון לובלין געהייסען דעם שליח צוריק גיין און געבן די ד' מינים פאר'ן ישמח משה זאגענדיג דערביי פארן שליח: "זאג פארן שינאווער רב (דער ישמח משה איז דעמאלט געווען רב אין שינאווא) וואס מיינט ער? אז ער לויפט נאך יעצט מיט א בייגל אין מויל?"
ווען דער שליח איז צוריק געקומען און איבערגעגבען די ווערטער וואס דער רבי פון לובלין האט געזאגט האט דער ישמח משה געזען ווי דער רבי ווייסט ברוח קדשו וואס ער האט פריער געטאן גייענדיג אויפ'ן וועג, און ער האט גענומען די ד' מינים!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם
אין ספר עשר אורות ווערט דערציילט, אז דעריבער האט דער "חוזה"
אין זוכה געווען צו אזעלכע אויגן, מיט וואס ער האט געזען פון איין עק וועלט ביז די אנדערע, ווייל אין די יונגע יארן האט ער זיך ארומגעבונדן מיט א שמאטע "7 יאר", און נישט געקוקט אין ערגעץ. דורך דעם האט ער באקומען אזעלכע הייליגע אויגן, אז ער איז געווארן דער "חוזה", דער זעער.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ה' אלוקיכם הרבה אתכם.
דאס חשיבות פון כלל ישראל באשטייט דערפון וואס יעדער יחיד פאר זיך אליין איז אזוי ווי א רבים, הרבה אתכם, ער האט יעדן געמאכט פאר א רבים
(החוזה מלובלין ז"ל)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין בחדרי חרדים ברענגט דער חשבוער ניק יעקב135 דעם פאלגענדען בילד און ער שרייבט;

ר' מרדכי הלוי הורוביץ-שטרנפלד אב"ד זאמושטש, ב"ר יעקב יצחק ב"ר משולם זוסיא ב"ר ישראל בן החוזה.

בנו ר' יוסף אחריו אב"ד זאמושטש עד מלחה"ע א', אחרי המלחמה ברוסיא רב במילטשנע ליד קיוב ואח"כ במעזריטשקא עד מלחה"ע ב', אחרי השואה בויליאמסבורג. צאצאיו בוומ"ס


ווייסט איינער מער איבער דעם ר' יוסף הלוי הורוויץ-שטערנפעלד מזאמוטשט ולחריו בוומ"ס, און ווער זענען זיינע קינדער וועלכע וואונען דארט?
אטעטשמענטס
201063_19242527169_jpg.jpg
201063_19242527169_jpg.jpg (15.09 KiB) געזען 15177 מאל
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

גענומען פון ספר בית אבות (ברוקלין תשס"ב) דף שי, די הג"ה באציהט זיך אויף ר' יוסף הלוי הורוויץ - שטערנפעלד אבד"ק זאמושטש
אטעטשמענטס
Horowitz-Sternfeld.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אינטערעסאנט, יישר-כח בן הרחמן.

וואו אין וויליאמסבורג האט ער געוואונט, האט ער געהאט א ביהמ"ד?
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אינטרעסאנט צו וויסן, איז דא אייניקלעך בן אחר בן פונעם חוזה?

איך קען איין איד א אייניקל בא"ב פונעם חוזה ער הייסט (דאכט זיך) ר' שמואל שמעלקא הלוי האראוויץ דער שווער פון ר' אשר ניימאן פון ק"י,

ווייסט אפשר איינער נאך?
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

שאץ מאץ האט געשריבן:אינטרעסאנט צו וויסן, איז דא אייניקלעך בן אחר בן פונעם חוזה?

איך קען איין איד א אייניקל בא"ב פונעם חוזה ער הייסט (דאכט זיך) ר' שמואל שמעלקא הלוי האראוויץ דער שווער פון ר' אשר ניימאן פון ק"י,

ווייסט אפשר איינער נאך?

טעות!
ער איז אייניקל בא"ב פון דעם רבי ר' שמעלקא זי"ע
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

מיללער האט געשריבן:אין בחדרי חרדים ברענגט דער חשבוער ניק יעקב135 דעם פאלגענדען בילד און ער שרייבט;

ר' מרדכי הלוי הורוביץ-שטרנפלד אב"ד זאמושטש, ב"ר יעקב יצחק ב"ר משולם זוסיא ב"ר ישראל בן החוזה.

בנו ר' יוסף אחריו אב"ד זאמושטש עד מלחה"ע א', אחרי המלחמה ברוסיא רב במילטשנע ליד קיוב ואח"כ במעזריטשקא עד מלחה"ע ב', אחרי השואה בויליאמסבורג. צאצאיו בוומ"ס


ווייסט איינער מער איבער דעם ר' יוסף הלוי הורוויץ-שטערנפעלד מזאמוטשט ולחריו בוומ"ס, און ווער זענען זיינע קינדער וועלכע וואונען דארט?

מצבת בנו ר' צבי בביה"ח מאנטיופארי:
אטעטשמענטס
Picture 018.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זייער אינטערעסאנט ר' מיילעך א יישר-כח, איך זעה פונעם זוהן'ס מציבה אז דער שווער ר' יחיאל מיכל רויטבלאט איז געווען אן אייניקל פונעם בעשה"ק, המגיד ממעזריטש והרי"מ מזלאטשוב, וויאזוי?
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

בנוגע היחוס להמגיד ממעזריטש והמגיד מזלאטשוב, האב איך געזעהן אינעם ספר וואס איך האב פריער דערמאנט "בית אבות" בפרק א' אצל תולדות ר' גרשון רויטבלאט משעדליץ (אחי ר' יחיאל מיכל), שרייבט ער דארט אן השערה אז ר' צבי אב"ד מזעריטשקא אביהם של ר' יחיאל מיכל ור' גרשון רויטבלאט הנ"ל, הי' חתן ר' יחיאל מיכל מזוועהיל.

ולפי"ז מונה שם היחוס כזה: ר' יחיאל מיכל מזוועהיל, בן ר' משה מזוועהיל, בן הרה"ק המגיד מזלאטשוב זי"ע.

ר' יחיאל מיכל מזוועהיל, חתן ר' ישראל חיים מלאדמיר, בן ר' אברהם המלאך, בן הרה"ק המגיד ממעזריטש זי"ע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:אין בחדרי חרדים ברענגט דער חשבוער ניק יעקב135 דעם פאלגענדען בילד און ער שרייבט;

ר' מרדכי הלוי הורוביץ-שטרנפלד אב"ד זאמושטש, ב"ר יעקב יצחק ב"ר משולם זוסיא ב"ר ישראל בן החוזה.

בנו ר' יוסף אחריו אב"ד זאמושטש עד מלחה"ע א', אחרי המלחמה ברוסיא רב במילטשנע ליד קיוב ואח"כ במעזריטשקא עד מלחה"ע ב', אחרי השואה בויליאמסבורג. צאצאיו בוומ"ס


ווייסט איינער מער איבער דעם ר' יוסף הלוי הורוויץ-שטערנפעלד מזאמוטשט ולחריו בוומ"ס, און ווער זענען זיינע קינדער וועלכע וואונען דארט?


מצאתי מצבתו בהר הזיתים, נפטר תשל"ו:

פ"נ איש חי ורב פעלים לתורה צדקה וחסד ועוסק בצ"צ באמונה ובמסי"נ מוה"ר יוסף הלוי הורוויץ שטערנפעלד זצ"ל הרב דעמילטישן ברוסיא בן הרב מרדכי זצ"ל אב"ד דזאמושטש דור חמישי בן אחר בן להחוזה מלובלין זי"ע ונכד להרה"ק ר' יהודה ליב מזאקולקוב זי"ע בעל ,,ליקוטי מהריל" נלב"ע בניו-יורק עש"ק י"ט חשון תשל"ו תנצב"ה


גם בנו ר' יחזקאל שנפטר בשנת תשנ"ט נטמן שם:
http://www.mountofolives.co.il/TheMount ... TabIndex=0
אטעטשמענטס
GL_D5221.jpg
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

בתודה לידידינו הרב מסקרענטאן שהעירנו על ההוספות להאתר של ווארשא ביה"ח
האב איך געטראפן די מצבה פון א נצר ממשפחת הורוויץ-שטערנפעלד

ר' ישכר הורוויץ-שטערנפעלד בן ר' יוסף הלוי מלובלין
נכד בא"ב להחוזה, ונכד להמגיד מקאזניץ, ולהרה"צ ר' יהודה ליב הכהן מהאניפאלע בעל אור הגנוז, זכותם יגן עלינו
נפטר א' טבת תרפ"ה
ומנו"כ בביה"ח דאטוואצק

ווי אויך איז דארט דא מצבת בתו הבתולה חי' אסתר יענטא
http://cemetery.jewish.org.pl/id_109440 ... nfeld.html
אטעטשמענטס
Yisucher Horovits-Sternfeld, Otvock cemetery.jpg
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

נאך א מצבה אין אטוואצק ממשפחת הורוויץ-שטערנפעלד

מצבת ר' מרדכי זאב הלוי הורוויץ-שטערנפעלד, בן ר' משה אליקים בריעה מקאלביעל, בן ר' מרדכי זאב (שהי' חתן הבאר משה מקאזניץ), בן ר' צבי, בן החוזה מלובלין זיעועכ"י
ונכד לעוד כמה צדיקים קדושים כמבואר בנוסח המצבה

פ"נ הרב הצדיק הישיש המפורסם
שלשלת היוחסין מוכתר בנימוסין
גזע קדושים אלי תרשישים מוהר"ר
ר' מרדכי זאב הלוי
זצלל"ה בן הר' הצדיק הקדוש מוהר"ר
משה אליקים בריעה זצלל"ה מקאלביעל
נין ונכד להרב הקדוש מלובלין
זצלל"ה בן אחר בן, ונכד להרה"צ והק'
והטהור מוהר"ר אלימלך זצלל"ה מליזענסק
ונכד להרה"צ והק' והטהור מוהר"ר ישראל
המגיד מקאזיעניץ זצלל"ה
ולהרה"צ והקדוש מוהר"ר
ארי' ליב מוואלאציסק זצלל"ה
חתנו דבי נשיאה הרהצוה"ק
מוהר"ר יעקב צבי זצלל"ה אדומו"ר ואב"ד
דק"ק פאריסוב זי"ע עכ"י
נפ' בש"ט בש"ט [=בשם טוב בשיבה טובה] בן פ"ד שנים
ביום כ"ג מנחם-אב תרצ"ד לפ"ק
ת.נ.צ.ב.ה.
אטעטשמענטס
Mordche Zev Horovits-Sternfeld, Otwock cemetery.jpg
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

אז עס איז שוין יא אזוי, האב איך שוין געטראפן אויך אין ווארשא ביה"ח עטליכע מצבות מנכדי החוזה ממשפחה הנ"ל

מצבת ר' אליעזר הלוי שטערנפעלד ב"ר מרדכי זאב
(ר' אליעזר הי' אחי ר' מא"ב מקאלביעל)
אויף די מצבה שטייט אז ער איז געווען א פועל ישועות

ווי אויך א דאפעלטע מצבה פאר צוויי פון זיינע זיהן, ר' יעקב יצחק קאפיל ור' מרדכי זאב
אטעטשמענטס
Eliezer Sternfeld, Warsaw cemetery.jpg
Sternfeld brothers, Warsaw cemetery.jpg
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

נאך צוויי מצבות

1) של ר' פלטיאל הלוי שטערנפעלד הורוויץ, בן ר' יצחק הלוי נו"נ להחוזה מלובלין

2) של האשה לאה פערל בת ר' משה אליקים בריעה מקאלביעל, ואשת ר' אברהם אבא לעווערטאוו
אטעטשמענטס
Paltiel Sternfeld-Horovits, Warsaw cemetery.jpg
Leah Perl Lewertov bas Moshe E. Briah Sternfeld, Warsaw.jpg
ENoam
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 01, 2011 2:26 am

צאצאי החוזה - נכדי הרבנית רייזל - נינת הנועם אלימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ENoam »

להעיר ולהסביר - בהקשר המצבות הנ"ל:

הרבנית רייזל הופשטין היתה זוגת הרב מרדכי-זאב הורוביץ שטרנפלד, בן רבי צבי, בן החוזה זצללה"ה.

הרבנית רייזל (ועל שמה: ר' מא"ב מקוליבל המכונה: "משה רייזלס" - המצבה לעיל) -- בת הרבנית חיה-שרה, בת רבי אלעזר מליז'נסק , בן הנועם אלימלך זצללה"ה.

הרבנית שרה-חיה, זוגת הרה"צ משה-אליקים בריעה הופשטייון ("באר משה") בזיווגו השני, בן המגיד רבי ישראל מקוזניץ זצללה"ה.



זהו הבירור בנוושא (הסיכום הוא מכ"א אדר א' תשע"א 25-2-2011):

"אליעזר הורביץ-שטרנפלד" (ובנו היחיד הרב חיים-שמואל אדמו"ר מחנצ'ין וכל יורדיו) מובא במקורות אחדים כבן "רייזל ומרדכי-זאב הלוי". אליעזר נפטר צעיר, בתר"ג (1843), מעוגמת נפש לאחר פטירת הסבא קדישא מרדושיץ. לאביו צוינו בספרות שני זיהויים: רבי צבי-הירש בן החוזה מלובלין, או הרב מרדכי-זאב בן צבי הנ"ל (בהרחבה: "נחלת צבי", ח; והערות, שם: י, יב).
עדויות חדשות שאותרו מורות בבירור כי אליעזר (אבי הרב ח"ש מחנצ'ין) הוא בן צבי-הירש: (א). רישום ארכיון מלובלין, 1811, על לידת אליעזר – בן להירש (בן יצחק) שטרנפלד ולברכה בת לייבוש (זיהוי ברור עם צבי בן הרבי מלובלין); (ב). איתור מצבת אליעזר שטרנפלד בן הרב מרדכי-זאב הלוי בבה"ק בווארשה (על המצבה: "נכד הרב מלובלין והמגיד מקוזניץ"), שנפטר ב-1911. מצבות שני בניו המבוגרים אותרו שם גם הן: "הרב הצדיק המפורסם" יעקב-יצחק קופל – נפטר 1927; אחיו הרב מרדכי-זאב – נפטר 1928. צאצאי הבנים (ובהם נכדות אחדות בשם רייזל) ידועים, ונולדו מ-1880 ואילך.
נראה כי מדובר בשני אנשים שונים שנקראו "אליעזר הורביץ-שטרנפלד". בנוסף, לא אותרה אף עדות (ספרות, מצבות) המציינת כנכד הנו"א מי מצאצאיו הרבים של הרב חיים-שמואל אדמו"ר מחנצ'ין.

בני משפחה המשתייכים לשושלת זו או לנועם אלימלך, ומעוניינים בפרטים נוספים, אנא יפנו ישירות ל: [email protected] ויענו בברכה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נאך א מציבה אין ווארשא נכד החוזה, ר' יצחק ב"ר דוד הלוי הורוויץ המכונה שטערינפעלד נפטר ו' שבט תרנ"ז
בילד
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

הוזכר לעיל בראש העמוד אז דער אייזערנע קאפ האט חרטה געהאט
איז דא א מקור פאר דעם?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”