רבי צבי הירש מזידיטשוב- י"א תמוז - תקצ"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי צבי הירש מזידיטשוב- י"א תמוז - תקצ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק רבי צבי הירש מזידיטשוב זצוק"ל איז געבוירן געווארן אין יאר תקכ"ג אינעם שטאט סאמבור צו זיין פאטער רבי יצחק אייזיק זצ"ל פון סאפרין. רבי יצחק אייזיק - אחן אייניקל פון הייליגן תוספות יו"ט איז געווען א גרויסער ת"ח און ער פלעגט זיך מפלפל זיין מיט'ן קצות החושן. דער הייליגער לובלינער זצוק"ל האט זייער מחשיב געווען רבי יצחק אייזיק'ס גדלות (עשר קדושות). דאס גרויסע התמדה פון רבי הערשעלע זידיטשובער איז שוין קענטיג געווען אין זיינע יונגע יארן, ער האט זיך דאן געפירט צו ענדיגן ש"ס יעדעס יאר (הנ"ל). ער איז געווען א תלמיד מובהק פון הייליגן חוזה, און ער האט זיך אויך געהאלטן פאר א תלמיד אין דור שלישי פונעם בעש"ט הק', ווייל ער האט זיך אמאל געטראפן מיט א תלמיד פון הייליגן בעל-שם הק' מיט וועמען ער האט געלערנט פאר עטליכע טעג (הנ"ל). אויך שרייבט ער אז ער איז געווען א תלמיד פון רשב"י (עטרת צבי, הקדמה). און צדיקים האבן געזאגט אז דער נאמען פון זהר איז נוטריקון ר' ה'ערש ז'ידיטשובער. רבי הערשעלע פלעגט אסאך מאל אנהייבן זיינע חידושי תורה מיט די ווערטער: "פתח אליהו, וואס מיר האבן ביי אים געלערנט" (עשר קדושות). וועגן זיינע גרויסע מדריגות האט זיך זיין רבי דער לובלינער אויף אים אויסגעדריקט: ער איז פון די דריי חסידים וועלכע האבן נישט פארגעסן פון אייבירשטן אפי' פאר א רגע! (מפעלות צדיקים). אין יאר תקצ"א האט רח"ל געבושעוועט א שטארקע מגיפה, פיל אידישע משפחות זענען ה"י באטראפן געווארן פון דעם עפידעמיע ר"ל, רבי הערשעלע האט נישט אויסגעהאלטן די צרות ישראל און ער האט מקבל געווען מסירת נפש פאר כלל ישראל'ס וועגן און ער איז דאן נסתלק געווארן לגנזי מרומים (סדר הדורות). הרה"ק ר' הערשעלע האט איבערגעלאזט דעם ספר "עטרת צבי" וועלכע איז א פירוש אויפ'ן זוהר הק'. צדיקים האבן געזאגט אז ער האט נישט געשריבן קיין פירוש אויפ'ן זוהר הק' איידער ער האט עס געלערנט הונדערט און איין מאל! (עשר קדושות)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבי לייזער איז געווען פון די אנגעזענסטע חסידים ביים הייליגן עטרת צבי, הרה"ק רבי הערשעלע זידיטשובער זצוק"ל. אויסער זיין חשיבות אלס איינער פון די עלטערע חסידים אין די חבריא און זייענדיג פון די נאנטע מקורבים ביים רבי'ן, איז ר' לייזער אויך געווען באזונדערס באליבט צווישן די זידיטשובער חסידים אדאנק זיין באגאבטער שטימע מיט וועלכע ער פלעגט שטענדיג מהנה זיין אין הויף.

א פורים אין הויף מיט ר' לייזער אין שפיץ פון די מנגנים האט דאך געמוזט זיין עפעס לעילא ולעילא, אבער נישט אזוי איז עס געווען דעם יאר. תענית אסתר ביינאכט באלד נאכ'ן אויספאסטן, ווי נאר די חברייא איז זיך צוזאמענגעקומען זיך צו פרייען אינאיינעם, האט מען זיך דערוואוסט די נייעס אז ר' לייזער ליגט אין בעט פארשלאפט און דער מצב ערגערט זיך ר"ל יעדע מינוט.

רבי הערשעלע זידיטשובער, דער רבי, זיצט ביי זיך אין שטוב ווי געווענטליך, די חסידים האבן שוין אפי' פרובירט אנצוקלאפן ביי זייער רבי'ן הרה"ק רבי הערשעלע און מזכיר זיין דעם חולה. דער רבי מאכט זיך אבער נישט צוטון פון די יללות, ער שווייגט, און די חסידים לויפן מיואש'דיג אריין און ארויס פון ר' לייזער'ס שטוב וואו ער ליגט א חולה מסוכן. דער פורים אין זידיטשוב זעט אויס א פארשטערטער.

מארגן, פורים פארנאכט, פארזאמלען זיך די חסידים צום טיש פון רבי'ן. די הערצער זענען פארקלעמט, אבער קיינער האט נישט קיין קשיות אויפ'ן רבי'נס הייליגע התנהגות. אלס וואס מען פרובירט, איז נאכאמאל מזכיר צו זיין און דערמאנען דעם רבי'ן איבער רבי לייזער'ס געפערליכע צושטאנד אין-וועלכע ער געפונט זיך שוין זייט נעכטן באנאכט.

ענדליך קערט זיך רבי הערשעלע צו די געבעטן פון זיינע חסידים און ער הייסט מ'זאל ברענגען רבי לייזער צום פורים-סעודה. רבי לייזער ליגט רח"ל ווי א גוסס אין בעט און וואקלט זיך בין מות לחיים. די חסידים פרעגן אבער נישט קיין קשיות און מ'ברענגט אים צו שלעפן אין זיין קראנקן-בעטל אזויווי דער רבי האט געהייסן.

דער רבי ווענדט זיך צום משמש רבי קאפל און זאגט אים קלארע דיבורים: הייב אויף דיינע הענט און גיב דעם חולה א שטארקן קלאפ אויף ביידע זייטן!

דער רבי קאפל איז געווען א שטארק געבויעטער מענטש, הויך מיט אסאך כוחות. ער איז געווען פון די כלי-קודש אין זידיטשובער הויף, א פלימעניק פון רבי'ן און אליינס א רב אין קהילת רודניק. נאר ער איז געווען א משמש בקודש ביי רבי הערשל'ען און אין הויף האט מען דערציילט פארשידענע "וואונדערליכע ענינים" איבער רבי קאפל, איינס פון די מערסט-באקאנטע סיפורים וואס מ'האט דערציילט וועגן רבי קאפל האט פאסירט טאקע אין סאמע טאג פורים:

געווען איז עס ווען אידן האבן געליטן פון פארשידענע גזירות-רעות, צווישן זיי איז אויך געווען די הויעכע שטייערן וואס די רעגירונג האט געלייגט אויף די פלייש און אויף די לעכט, הרה"ק רבי הערשל'ע זידיטשובער - גלייך ווי די אנדערע צדיקי הדור - האט שטענדיג פארלייגט כוחות אפצושטופן די גזירות מיט וואס ער האט געקענט. באזונדערס שווער האט דער צדיק פארארבייט איבער די גרויזאמע גזירה וואס איז אנגעגאנגען אין יענע תקופה פאר לאנגע יארן, די גזירה פון נעמען אידישע קינדער אין מיליטער.

יענעם יאר פורים האט רבי קאפל, ווי דער מנהג ישראל (אין יענע מקומות) איז געווען, זיך פארשטעלט ווי א קעניגליכער מיניסטער, ער האט איינגעשפאנט אין די מלוכה עטליכע פון די גרויסע חסידים וועמען ער האט פארשטעלט אלס זיינע באגלייטער, און אזוי האט ער זיך ארויסגעלאזט, אין באגלייטונג פון דעם מלכות'דיגע סוויטע, צום הויף פון רבי'ן רבי הערשעלע זידישטובער דארט משמח צו זיין.
אין רבי'נס חצר האט מען אים ענטפאנגען מיט גרויס כבוד. אויך הרה"ק רבי הערשעלע האט אים צוגעטיילט כבוד מלכות גלייך ווי מ'נעמט אויף אחן אמת'ער קעניג. מיט גרויס ערנסטקייט האט דער רבי ר' הערשעלע גענומען 'שתדל'ן' ביי אים ער זאל אראפנעמען פון אידישע קינדער די גזירה פון די לעכט און פלייש שטייערן. רבי קאפל האט זיך טאקע באלד אונטערגעגעבן און ער האט אפגע'חתמ'ט א געזעץ וואו ער איז מבטל די שטייערן. ווייזט זיך אויס אז ס'געווען אחן עת רצון ווייל דער רבי האט ווייטער פארפירט ביים "מיניסטער" רבי קאפל, ער זאל צונישט מאכן אנדערע בלבולים פון אידן אויף וואס רבי קאפל האט אלס מסכים געווען און האט אראפגעריקט פארשידענע קטרוגים פון אידישע קינדער.

כאטש ס'געווען פורים, האט אבער אין שטוב, ביי רבי הערשעלע, געהערשט א גרויס ערנסקייט. איבערהויפט ווען דער רבי האט צום לעצט צוגעטרעטן צום גזירה פון די מיליטער. און ער האט גענומען איינבעטן רבי קאפל זאל אויך דעם גזירה אפרופן. ווי ערשטוינט זענען אבער די אנוועזנדע מקורבים געווארן ווען דאסמאל האט רבי קאפל קאטעגאריש זיך אנטזאגט פון פאלגן דעם רבי'נס בקשה. א לאנגע און שווערע וויכוח איז פארגעקומען צווישן דעם רבי'ן און זיין פארשטעלטער חסיד, וועלכער האט שוין א פנים געהאלטן ווייט נאך עד דלא ידע. דער רבי האט געבעטן און אויך געווארנט רבי קאפלען. ר' קאפל האט זיך אבער עקשנות'דיג געהאלטן ביי דאס זייניגע און אזוי איז עס געבליבן...

הרה"ק רבי הערשעלע האט איבערגעלאזט רבי קאפלען אין גרויס אויפרעגעניש און אפי' נישט געוואלט מער קוקן אים אין פנים אגאנץ פורים. די חסידים האבן נישט פארשטאנען וואספארא פארבארגענע כוונות דער רבי האט דערביי, אבער נאכמער האבן זיי נישט פארשטאנען פארוואס דער גרויסער חסיד רבי קאפל מאכט זיך נישט וויסנדיג פון דעם רבי'נס תחנונים. אויך זיי האבן מיט גוטן און בייזן פרובירט צו באווירקן רבי קאפל. אבער רבי קאפל איז ארויס דער זיגער, ער האט נישט אונטערגעשריבן קעגן דעם גזירה.

אויפצומארגנ'ס ווען רבי קאפל איז שוין געווען אויסגעניכטערט פון די שווערע וויין וואס ער האט געטרינקן אום פורים, און די חסידים האבן אים דערציילט איבער'ן געפעכט וואס ער האט געהאט נעכטן מיט'ן רבי'ן, האט רבי קאפל געצויגן מיט די פלייצעס. ער האט נישט געדענקט און געוואוסט פון די גאנצע מעשה צו זאגן.

דער יאר איז אדורך, און אידן האבן געזען גרויסע ישועות, דער גזירה פון די לעכט שטייערן און אויך די גזירה פון די פלייש שטייערן, זענען בטל ומבוטל געווארן כעפרא דארעא, נאר דער הארבער גזר-דין דער גזירה פון נעמען אידישע קינדער אין מיליטער, דאס איז געבליבן הענגען איבער אידן נאך פאר לאנגע יארן.

הערשט דאן האבן חסידים פארשטאנען וואס ס'איז דעם רבי'ן ר' הערשעלע זידיטשובער אזוי געגאנגען אין לעבן אז רבי קאפל זאל איינגיין מבטל צו מאכן אויך די גזירה. דער מעשה איז שוין גארנישט געווען קיין פורים-שפיל, רבי הערשעלע זידיטשובער האט פרובירט אין דעם עת-רצון אפצושרייען אויך דער ביטערער גזירה, ס'איז אבער נאכנישט געווען באשערט. רבי קאפל איז אבער געווען שטארק מקורב ביים רבי'ן און רבי הערשעלע האט זיך טאקע אסאך באנוצט מיט אים אויסצופירן זיינע הייליגע מופתים.

און אצינד זענען די חסידים געשטאנען און מיט שפאנונג געווארט ווי רבי קאפל וועט ערליך אויספירן דעם רבי'נס רצון. הרה"ק רבי הערשעלע האט אים מזרז געווען: איך ווארן דיך אטן דו זאלסט צוגיין צו דעם קראנקן רבי לייזער און אים גוט אנשלאגן!

מיט יראת הכבוד אויסצופירן זיין רבי'נס באפעל איז רבי קאפל צוגעטרעטן צום בעטל וואו דער חולה רבי לייזער איז געלעגן, ער האט אויפגעהויבן זיין ארעם און אראפגעלאזט ר' לייזער'ן א פארציטערטן פראסק און דאן נאך איינס, פונקטליך ווי דער רבי האט אים געהייסן. דאן האט דער רבי זיך אנגערופן צו ר' לייזער: דו זאלסט נישט פארגעסן צו קומען צו מיר מארגן נאכמיטאג צו עסן אינאיינעם מיט מיר מיטאג.

באלד נאכדעם האבן די חסידים אויפגעהויבן זיין בעטל און זי צוריקגעטראגן. עס איז נישט אריבער קיין סאך צייט און ס'האט זיך גענומען ווייזן ביי רבי לייזער קלארע סימנים פון לעבן. צוביסלעך האט ער געעפענט די אויגן, גענומען זיך רירן, און ביז א קורצע צייט איז ער שוין ממש געווען אינגאנצן ביי זיך. אינדערפרי איז ער שוין געווען ביי די כוחות און ער איז געקומען דאווענען ביים מנין פון זיין רבי'ן ר' הערשעלע און אויף מיטאג האט ער זיך שוין געוואשן צוזאמען מיט'ן צדיק פונקט ווי הרה"ק רבי הערשעלע האט אים אנגעזאגט א נאכט פריער. די חסידים וואס האבן דאס באגעוואוינט זענען דערשטוינט געווארן צוזעענדיג אחן אפענעם תחיית המתים. (עשר קדושות)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק רבי צבי הירש מזידיטשוב זיע"א האט אמאל ביי שלוש סעודות געזאגט: עס איז דא א כת וועלכע פארן צו זייער רבי'ן און זיי זאגן אז ער איז די איינציגע רבי אויף דער וועלט, דאס איז ע"ז רח"ל... מ'דארף זאגן: עס איז דא אסאך צדיקים און פאר יעדן איז גוט אחן אנדער צדיק, און אונזער רבי איז דער בעסטער פאר אונז (עשר קדושות).
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

די קינדער פון דעם עטרת צבי:
א) בנו יחידו הרה"צ ר' יחיאל מיכל נפטר בדמ"י על פני אביו עס איז געבליבן פון אים קינדער איין איידעם איז געווען ר' יוסף הכהן וואס האט געדרוקט די ערשטע מאל די ספרים פון דעם עטרת צבי און תפלה למשה.
ב) הרבנית שרה נפטרה ט"ז אדר תרל"ד בעלה הרה"ק ר' יהודה צבי מ'ראזלא בעל דעת קדושים בן הרה"ק ר' משה מ'סאמבור בעל תפלה למשה.
ג) הרבנית חיה איז געווען א צווילינג מיט איר אויבן דערמאנטע שוועסטער בעלה הרה"צ ר' נפתלי הירצל לאבין.
ד) הרבנית ריזל נפטרה ז כסלו תרכ"ג, בזו"ר אשת הרה"צ ר' משה חיים טויב מ'קאלוב בזו"שנ אשת הרה"צ ר' יוסף מ'קאזיווע בזו"של אשת הרה"צ ר' בערצי מ'טלוסט.
ה) בתו הרבנית רבקה נפטרה ט"ז חשון מנו"כ באוהל אביה בעלה הרה"צ ר' יהודה לייבוש עהרליך מ'ראזדיל.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

וואס עפעס ליגט דער אשכול באגראבען ערגעטס?
עס איז היינט דער יהרצייט
the SCY is the limit
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

מען זאגט נאך פון צדיקים אז
גדלי לד אתי
ווער עס קען נישט זיין אין מירון ל"ג בעומר זאל פארן י"א תמוז קיין זידיטשוב
ווען ער האט געשיקט זיין ספר קיין מירון האט ער זיך אינטער געשריבן תלמידך צבי הירש בן הינדא זי"ע
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

בני יששכר האט געשריבן:מען זאגט נאך פון צדיקים אז
גדלי לד אתי
ווער עס קען נישט זיין אין מירון ל"ג בעומר זאל פארן י"א תמוז קיין זידיטשוב
ווען ער האט געשיקט זיין ספר קיין מירון האט ער זיך אינטער געשריבן תלמידך צבי הירש בן הינדא זי"ע

נא בני יששכר פארוואס ענדיגסטי נישט די מעשה?
נאך אפאר מינוט איז די שליח צירוקגעקומען אין אוהל און געזעהן אז דער ספר איז מער נישט דארט!, קיינער האט זיך נישט געפונען אינעם אוהל, אחוץ רבי שמעון כמובן.
אויף דעם האט מען געזאגט א רמז פונעם פסוק 'גדלי לה' אתי', די ר"ת פון גדלי לה' איז ל"ג רמז אויף ל"ג בעומר, את"י איז ר"ת י"א תמוז

דרך אגב דעס שרייבט מען געווענדליך נאך ל"ג בעומר, אז טאמער מ'האט נישט געקענט אנקומען, קען נאך פארן אויף זיידיטשוב.

נ.ב. איך ווייס א אינגערמאן האט געדארפט א גרויסע ישעוה פאריאר, און איז געפארן סיי אויף מירון ל"ג בעומר, וויאויך אויף זידיטשוב י"א תמוז און עס איז איבריג צי זאגען אז די ישועה האט נישט געפעטיגט!
טעמו וראו כי טוב השם
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

אנטשולדיג ר' יענקעלע
איך האב געהערט א אנדערע גירסא
אז ר' אייזיקל מזידיטשוב האט געגעבן פארן שליח פאסט געלד ווייל ער האט געוואלט וויסן וויאזוי די זאך איז דורך האט יענער צוריק געשריבן אז ווען ער איז אנגעקימען באתרא קדישא אין מירון רין די מערה האט זיך א האנט ארויסגעשטעקט און איבער גענימען די ספר קינטרס השמות פון ר' הירשלע מזידיטשוב
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

מיר רעדען פון די זעלבע מעשה און די זעלבע שליח פון ר' אייזיקל זצ"ל, יא אזוי איז געוועהן מיטן אויסגעצאלטע פויסטידזש, נאר די חילוק איז נאר, אז מיר האבן מקובל די מעשה אז ער איז צירוקגעקומען איז די ספר שוין נישט געוועהן, און די פארציילסט אז א האנט איז ארויסגעקומען און גענומען,
לאמיר עס קלאר מאכען: מיר זאגען אויך אז א האנט האט דאס גענימען, ווארשיינליך די הייליגע רשב"י, און די זאגסט אז דער שליח האט פשוט זוכה געוועהן צי זעהן דעם האנט,
לכאורה איז דער שליח נישט געוועהן עפעס אן אויסדערוועלטן נאר איז סייווי געפארן און אינאיינוועגס מקיים געוועהן די שליחות, וואלט זיך ענדערש געלייגט אויפן סברה אז לאוו כל אדם זוכה לזה, אבער אם קבלה הוא בידך תקבל, אבער מיר האבען מקבל געוועהן אנדערש
טעמו וראו כי טוב השם
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

מען זאגט נאך אז דער עטרת צבי איז געווען די השלמה אויפן זהר
זהר איז ראשי תבות רבי הערשיל'ע זידיטשוב
11211
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11211 »

איך האב די וואך גלערנט אין די דברי תורה וואס ס'קומט ארויס יעדע וואך פון קלויזענבורג'ער רבי זצ"ל
זאגט ער דארט אויפן עטרת צבי זצ"ל זקיני ווייסט אפשר איינער וויאזוי ער איז א אייניקל?
"וויליאמסבורג, א מחי’ גאר, וואוינען דארט פיינע אידן, אויך מיר אזא יאר"
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אביו,
א) בעל צבי תפארה, חתן
ב) הרב רבי מאיר משולם שפירא, בן
ג) הרב רבי שמואל, [בן הבני יששכר] וחתן
ד) הרה"צ רבי נפתלי הירצל לאבין, חתן
ה) הרה"ק העטרת צבי זי"ע.
ועמך כולם צדיקים
11211
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11211 »

ביקסאד האט געשריבן:אביו,
א) בעל צבי תפארה, חתן
ב) הרב רבי מאיר משולם שפירא, בן
ג) הרב רבי שמואל, [בן הבני יששכר] וחתן
ד) הרה"צ רבי נפתלי הירצל לאבין, חתן
ה) הרה"ק העטרת צבי זי"ע.


ייש"כ, איז ער אבער נישט געווען א איידעם ביי ר' ישראל מ'בארנוב בן ר' אליעזר מ'דזיקוב(אפשר מזיווג שני)
"וויליאמסבורג, א מחי’ גאר, וואוינען דארט פיינע אידן, אויך מיר אזא יאר"
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

11211 האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:אביו,
א) בעל צבי תפארה, חתן
ב) הרב רבי מאיר משולם שפירא, בן
ג) הרב רבי שמואל, [בן הבני יששכר] וחתן
ד) הרה"צ רבי נפתלי הירצל לאבין, חתן
ה) הרה"ק העטרת צבי זי"ע.


ייש"כ, איז ער אבער נישט געווען א איידעם ביי ר' ישראל מ'בארנוב בן ר' אליעזר מ'דזיקוב(אפשר מזיווג שני)

בזיוו"ר הי' חתן הרה"ק מבארנוב ובזיוו"ש הי' חתן ר' מאיר משולם זצ"ל.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

עס איז היינט דער יהרצייט
the SCY is the limit
אוועטאר
אלדד
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2009 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלדד »

זכתו יגן עלינו ועל כל ישראל. אמן!
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה
אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר »

א בילד פון די אוהל און די מצבה פונעם עטרת צבי זי''ע.
אטעטשמענטס
1.jpg
1.jpg (49.65 KiB) געזען 10484 מאל
.jpg
.jpg (24.39 KiB) געזען 10484 מאל
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

ספריו הקדושים
עטרת צבי על הזוה"ק
צבי לצדיק על תיקונים
סור מרע ועשה טוב, על הנהגות שבעץ חיים
פרי קודש הילולים, על כתבי אר"י
בית ישראל
יש הרבה הגהות ממנו יש שנדפסו ויש שלא נדפסו
יש הגהות על משניות ע"ד הנגלה בחריפות נדפס בקובץ אור ישראל
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

היום! גדלו לד' את"י ר"ת י"א תמוז
the SCY is the limit
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אויף די מצבה זע איך אז די פטירה איז טאקע געפאלן יענץ יאר אין א מיטוואך, אוואו היינט.

זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביקסאד האט געשריבן:די קינדער פון דעם עטרת צבי:
א) בנו יחידו הרה"צ ר' יחיאל מיכל נפטר בדמ"י על פני אביו עס איז געבליבן פון אים קינדער איין איידעם איז געווען ר' יוסף הכהן וואס האט געדרוקט די ערשטע מאל די ספרים פון דעם עטרת צבי און תפלה למשה.
ב) הרבנית שרה נפטרה ט"ז אדר תרל"ד בעלה הרה"ק ר' יהודה צבי מ'ראזלא בעל דעת קדושים בן הרה"ק ר' משה מ'סאמבור בעל תפלה למשה.
ג) הרבנית חיה איז געווען א צווילינג מיט איר אויבן דערמאנטע שוועסטער בעלה הרה"צ ר' נפתלי הירצל לאבין.
ד) הרבנית ריזל נפטרה ז כסלו תרכ"ג, בזו"ר אשת הרה"צ ר' משה חיים טויב מ'קאלוב בזו"שנ אשת הרה"צ ר' יוסף מ'קאזיווע בזו"של אשת הרה"צ ר' בערצי מ'טלוסט.
ה) בתו הרבנית רבקה נפטרה ט"ז חשון מנו"כ באוהל אביה בעלה הרה"צ ר' יהודה לייבוש עהרליך מ'ראזדיל.


הרה"ק ר' יהודה צבי מראזלא זצ"ל חתנו של הרה"ק מהרצ"ה מזידיטשוב, האט געהאט פיר טעכטער, די איידעמער זענען געווען:

1. ר' יעקב מזאבלטוב
2. ר' יעקב טויבש רב בזידיטשוב ב"ר אהרן משה טויבש מיאס
3. הדברי יחזקאל משינאווא (בזוו"ש)
4. בן אחיו ר' שלמה מראזלא

די זיהן פון ר' יעקב טויבש זענען געווען:

א. ר' יצחק אייזיק ישכר דוב טויבש אב"ד אטיניע
ב. ר' אלכסנדר סענדר טויבש אב"ד וואסלוי

דער דערמאנטער ר' יצחק אייזיק טויבש האט געהאט אן איידעם ר' נפתלי גוטשטיין וואס האט אים ממלא געווען מקוומו ברבנות אטיניא, ער איז געווען דער זון פון ר' מאיר גוטשטיין אב"ד באלשעוועץ בגאליציע, שפעטער איז ער ארויסגעקומען קיין אמעריקא ווי ער האט משמש געווען ברבנות אין די קה' אנשי באלשעוועץ אין ניו יארק, ונפטר בשנת תרפ"א.

זיין מציבה מיט פרטים זענען לעצטענס ערשינען אויפן ווירטואלן בית עולם דורך ידידינו הרב ברוך אמסל תשוח"ח לו:
http://kevarim.com/rabbi-naftali-gutstein/
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

הילולא היום דשר בית הזוהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

רביה"ק עטרת צבי זי"ע
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

ווינקל האט געשריבן:אויף די מצבה זע איך אז די פטירה איז טאקע געפאלן יענץ יאר אין א מיטוואך, אוואו היינט.

זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

א בילד פונעם נייעם אוהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אפשר קען איינער ארויפלייגן א בילד פונעם נייעם אוהל?
[דער אוהל געפינט זיך אויפן פלאץ וואו עס איז ביז לעצטענס געווען דער אוהל ע"ש הרה"ק מהרי"א מזידיטשויב זי"ע]
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לכבוד די יארצייט היום ד' בלק, פון הייליגן זיידן העטרת צבי זי"ע ועכי"א.

האט ער געהייסן אייכנשטיין?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”