רבי שמעון מיערסלוב זצ"ל - א' סוכות תר"י

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי שמעון מיערסלוב זצ"ל - א' סוכות תר"י

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג פאברואר 19, 2008 10:53 am

איינמאל אין א ר"ח ניסן זענען עטליכע צדיקים געזעסן אין זידיטשויב ביי א סעודת ר"ח, דער צדיק הרה"ק ר' שמעון יערוסלובער זצ"ל האט זיך אנגערופען, "נאר ר' יודא צבי מראזלא האט אינזין די ריכטיגע כוונות". נאך די סעודה האט מען אריינגעברענגט ניסלעך, דער צדיק הרה"ק ר' שלמה מדאלינא זצ"ל האט זיך אנגערופן בדרך צחות, היינט איז דאך ראש השנה, מ'עסט דאך נישט קיין ניסלעך, דערויף האט זיך הרה"ק ר' יודא צבי מראזלא זצ"ל אנגערופן, היינט דארף מען זיכער עסן ניסלעך ווייל אגו"ז איז בגימטריא טו"ב, און צען מאל טו"ב מיט'ן שם הוי"ה איז בגימטריא ניס"ן ווי פאלגענד, 10 מאל א' איז י', 10 מאל ה' איז נ', 10 מאל ו' איז ס', 10 מאל 5 איז נ', דאס זענען די אותיות ניס"ן. דאס מיינט אויך רש"י אותו היום נטל עשרה עטרות...

--------------
אמר קרעמער: אינעם קעפל איז געשטאנען אז זיין טאטע האט געהייסן ר' אברהם, איך האב עס פארקורצט צו קענען ארויפשטעלן דעם שנת הפטירה
לעצט פאראכטן דורך זיידעניו אום דינסטאג פאברואר 19, 2008 11:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג פאברואר 19, 2008 10:53 am

דער הייליגער דברי חיים זצ"ל איז אמאל געקומען צו א סעודת מצוה וואו עס האבן אנטייל גענומען א סאך צדיקים. צווישן די צדיקים איז געווען הרה"ק ר"ר שמעון מיארוסלאוו זצ"ל, א תלמיד פון הרה"ק מלובלין זצ"ל, וועלכער איז שוין געווען אין די עלטערע יארן און האט שוין נישט אזוי גוט געזען. הערנדיג ווי דער צאנזער רב איז אנגעקומען, האט זיך דער צדיק אויפגעהויבן און זיך אנגערופן, "שלום עליכם מיין טייערער חיים". גלייך דערנאך האט ער זיך אנטשולדיגט, זאגענדיג אז דער צאנזער רב זאל אים מוחל זיין פארוואס ער רופט אים ביים נאמען, ערקלערנדיג אז זיין רבי פלעגט רופן ביים נאמען די אלע וואס ער האט ליב געהאט, איך האב אבער נישט זוכה געווען צו די מדריגה, נאר ווען עס קומט שבת, בין איך יא אין די מדרגה, און אזוי ווי היינט האב איך געשפלירט קדושת שבת, א ראי' האט איר אז ביים דאווענען האב איך געזאגט ברכות קריאת שמע מיט'ן ניגון פון אל ברוך גדול דעה, דעריבער שפליר איך מיך ביי די מדרגה צו רופן דיין נאמען...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג פאברואר 19, 2008 10:53 am

דער צדיק הרה"ק ר' שמעון פון יערעסלאוו זצ"ל האט אמאל געזאגט, "אין די ווייטע שטעט דארט וואו מ'קען מיך נישט, רופט מען מיך "דער צדיק פון יעראסלאוו", עטוואס נענטער וואו מ'קען מיך שוין בעסער, רופט מען מיך "רבי שמעון", דאקעגן מיין פרוי וואס זי קען מיך נאך די בעסטע, רופט מיך ביים נאמען "שמעון"...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג פאברואר 19, 2008 10:54 am

דער צדיק הרה"ק רבי שמעון מיעראסלאוו זצ"ל איז אנגעקומען צו א הויכען עלטער. ווען איינער פון די תלמידים האט אים אמאל געפרעגט אין א שמועס, ווי אזוי ער איז צוגעקומען צו אזא אריכות ימים? האט ער געענטפערט, אז ער האט זיך קיינמאל נישט אפגערעדט אויפ'ן אויבערשטענ'ס וועגן, אלעס איז מיר גוט, וויסענדיג אז השי"ת פירט די וועלט און אלעס איז לטובה, אבער ווען איינער רעדט זיך אפ, פירט מען אים ארויף אויף יענע וועלט און מ'ווייזט אים אז אלעס איז מיט א חשבון. אז מיר איז אלעס גוט געווען האט מען מיך נישט געדארפט ארויפפירן דאס צו איבערצייגען...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 19, 2008 4:58 pm

אין וועלכן יאר איז ער נפטר געווארן? פארריכט דעם קעפל ביטע. (דורך דריקן "ערוך" אינעם ערשטן תגובה)

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך פאברואר 20, 2008 11:15 am

קרעמער, ט"ו תשרי תר"י.

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » מיטוואך אפריל 08, 2009 5:33 am

דער דברי חיים האט נישט מזכיר געווען א נאמען פון א שטאט נאר יארוסלאב האט ער יא מזכיר געווען ווייל עס איז א לשון פון יראת הלב....

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » מיטוואך אפריל 08, 2009 5:40 am

ר' שמעון פון יארוסלאב האט געטייטש מען זאגט מצאי שבת" יזכר לך עתה אתמול אשר דיברת"
האט ער געזאגט עס שטייט אין גמרא לווי עלי ואני פורעאז לכבוד שבת און יום טוב קויפט מען אויפן אייבישטער'ס חשבון
דאס בעט שוין צוצאי שבת " יזכר לך עתה אתמול אשר דיברת" געדענקט וואס די האסט אינז ציגעזאגט און בצאהל שוין יעצט ערב יום וואס די הוצאות זענען ב"ה זייער גרויס.. זאל השי"ת העלפן יעדער איינער זל זיך קענען זעצן צים סדר מיט א לייכט געמיט און האבן אסאך געדילד צי די קינדער...............

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

רבי שמעון מיערסלוב זצ"ל וצאצאיו - ט"ז תשרי תר"י

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 29, 2013 11:22 am

תולדות הצדיק הרה"ק רבי שמעון מיעריסלוב זצ"ל ע"י מאיר וונדר:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 61&hilite=
ספרו 'תורת שמעון'
http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?100683&
ספרו 'תורת שמעון השלם' שהו"ל וונדר (מהדו' ב):
http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?105739&

דער פאטער פון רבי שמעון האט געהייסן ר' ישראל אלבום ב"ר יעקב קאפיל מליקאווא זקנו של הרה"ק החוזה מלובלין (אבי אמו הרבנית מאטיל), די קינדער פון רבי שמעון האבן זיך גערפוען אויף די משפחה נאמען 'מארילעס' (יש אומרים שהוא קיצור של 'מיעריסלוב')

לאמיר קודם אראפשרייבן די שושלת לדורותיהם כפי דברי וונדר שם עם הוספות דערנאך וועט מען מוסיף זיין בדיבוק חברים כדרכינו

בני הרה"ק רבי שמעון מיעריסלוב זצ"ל :
א. בנו רבי בונם מנחם מענדל מארילעס - נפטר אלול תר"ן
ב. חתנו רבי קהת היילפרין - ב"ר נפתלי הירץ מברעזאן (לא זכה לזש"ק)
ג. בנו רבי יצחק מארילעס - חתן רבי מנשה מראפשיץ
(ד. בנו רבי אליעזר זאב מארילעס)
ה. בנו רבי נפתלי בער מארילעס מליטאוויסק
ו. חתנו ר' אליהו ב"ר ישכר דוב וועבער מברעזדוב
ז. חתנו ר' יהודה לייבוש העלמיר מווארשא
ח. חתנו ר' אהרן ווארמאן מבאטשוטש נכד דעת קדושים
ט. חתנו ר' איציקל צעהנווירטה מווישניצא
י. חתנו ר' יהושע לאם
י"א. חתנו ר' מרדכי הלוי העליר מיעריסלוב

בני ר' בונם מנחם מענדל מיעריסלוב
א-א. בנו ומ"מ רבי שמעון (השני) מעריסלוב
א-ב. חתנו ר' שמואל ישכר הירשפרונג
א-ג. חתנו ר' נפתלי הירש לעווענטאהל נכד מהרצ"ה מרימינוב

בני ר' יצחק מארילעס מראפשיץ
ג-א. בנו ר' מנשה מארילעס מראפשיץ חתן ר' דוד מדינוב
ג-ב. בנו ר' מנחם מענדל מארילעס מדובעצק
ג-ג. חתנו ר' יעקב מרדכי ליבערמאן אב"ד טאפרוב

בני ר' אליעזר זאב מארילעס ב"ר שמעון
ד-א. בנו ר' יוסף אהרן מארילעס מבאטשוטש בעמח"ס יד יוסף

בני ר' נפתלי בער מליטאוויסק
ה-א. בנו ר' יעקב קאפיל מארילעס מליטאוויסק

בני ר' אליהו וועבער מברעזדוב
ו-א. בנו ר' שלמה יהודא וועבער מברעזדוב (אבי ר' חיים אב"ד טימבערג) חתן ש"ב ר' יוסף יוסקא לאם (י-א)

בני ר' יהודה לייבוש העלמיר
ז-א. בנו ר' יצחק שמואל אב"ד גריצא
ז-ב. בנו ר' פישל אב"ד שטעקטשין (חותנו של ר' צדוק הכהן מלובלין)

בני ר' יהושע לאם
י-א. בנו ר' יוסף יוסקא לאם

בני ר' שמעון מעריסלוב השני (א-א) חתן ר' שמחה ב"ר אלעזר מלאנצוט
1. חתנו רבי דוד טייטלבוים מעטשעד ב"ר אברהם אהרן מקולבאסוב
2. בנו ר' דוד
3. בנו ר' אלעזר
4. בנו ר' ישראל אריה

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 29, 2013 11:34 am

מיללער האט געשריבן:בני הרה"ק רבי שמעון מיעריסלוב זצ"ל :
א. בנו רבי בונם מנחם מענדל מארילעס - נפטר אלול תר"ן
ב. חתנו רבי קהת היילפרין - ב"ר נפתלי הירץ מברעזאן (לא זכה לזש"ק)
ג. בנו רבי יצחק מארילעס - חתן רבי מנשה מראפשיץ
ד. בנו רבי אליעזר זאב מארילעס
ה. בנו רבי נפתלי בער מארילעס מליטאוויסק
ו. חתנו ר' אליהו וועבער מברעזדוב
ז. חתנו ר' יהודה לייבוש העלמיר מווארשא
ח. חתנו ר' אהרן ווארמאן מבאטשוטש נכד דעת קדושים
ט. חתנו ר' איציקל צעהנווירטה מווישניצא
י. חתנו ר' יהושע לאם

בני ר' יהושע לאם
י-א. בנו ר' יוסף יוסקא לאם



בני ר' יוסף יוסקא לאם חתן רבי אלעזר רוקח בן השר שלום מבעלז זצ"ל
1. בנו ר' שמעון לאם [חתנו של ר' יוסף חיים הכהן גלאנץ נכד האדב"ע] מייסד השינאווא קלויז באיסט סייד
2. בנו ר' ישכר דוב לאם
3. בנו ר' אברהם אלטר לאם אב"ד זאלקאוו בעמח"ס אשל אברהם
4. בנו ר' יהשע לאם חתנו של ר' פנחס הוראוויץ מוואליע, אבי ר' שלום לאם אב"ד סעקוראן שנראה פהבהתמונה
5. חתנו ר' שלמה יהודא וועבער בן-דודו ר' אליהו וועבער חדב"ן ר"ש מיעריסלוב

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 29, 2013 11:49 am

מיללער האט געשריבן:
בני הרה"ק רבי שמעון מיעריסלוב זצ"ל :
א. בנו רבי בונם מנחם מענדל מארילעס - נפטר אלול תר"ן
ב. חתנו רבי קהת היילפרין - ב"ר נפתלי הירץ מברעזאן (לא זכה לזש"ק)
ג. בנו רבי יצחק מארילעס - חתן רבי מנשה מראפשיץ
ד. בנו רבי אליעזר זאב מארילעס
ה. בנו רבי נפתלי בער מארילעס מליטאוויסק
ו. חתנו ר' אליהו וועבער מברעזדוב
ז. חתנו ר' יהודה לייבוש העלמיר מווארשא
ח. חתנו ר' אהרן ווארמאן מבאטשוטש נכד דעת קדושים
ט. חתנו ר' איציקל צעהנווירטה מווישניצא
י. חתנו ר' יהושע לאם


בני ר' נפתלי בער מליטאוויסק
ה-א. בנו ר' יעקב קאפיל מארילעס מליטאוויסק


ר' יעקב קאפיל מארילעס מליטאוויסק האט געהאט אן איידעם ר' זאב (וועלוול) זינגער פון קאלאמייא, ער איז געווען א זון פון ר' דוד צבי פון באקשעוויץ און א גרויסע יחסן פון אבות החסידות, ער איז געווען א גרויסע חסיד פון ר' אורי פון סאמבור, ולפטירת רבו האט ער אפגעדרוקט א חיבור מספד תמרורים אויף הרה"ק רבי אורי מסאמבור זצ"ל.

ר' וועלוול איז געקומען קיין אמעריקא, וואו ער איז ליידער אינגערהייט אוועק אלט זייענדיג בלויז 40 יאר, אלע זיינע קינדער (1 זון און 6 טעכטער) זענען געבליבן אין אייראפא, וואו זיי זענען אומגעקומען עקדה"ש הי"ד.

די מציבה פון רבי זאב זינגער אויף קברים.קאם:
http://kevarim.com/rebbe-zev-singer/

ר' יצחק
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 06, 2013 3:44 am

תגובהדורך ר' יצחק » מיטוואך מאי 29, 2013 4:01 pm

מיללער האט געשריבן:בני ר' יצחק מארילעס מראפשיץ
ג-א. בנו ר' מנשה מארילעס מראפשיץ חתן ר' דוד מדינוב
ג-ב. במו ר' מנחם מענדל מארילעס מדובעצק

ר' מנחם מענדיל היה בן ר' מנשה ומ"מ.

אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1307
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

תגובהדורך arender » דאנארשטאג מאי 30, 2013 7:05 am

כ׳האף כ׳האק נישט אריין, כ׳געדענק נישט אלעס אויסנווייניג, כ׳וועל עס פאררעכטן שפעטער וואס ס׳פעלט.

בני ר׳ אליהו צבי וועבער הנ״ל אות ו׳ בן ר׳ ישכר דוב וועבער.
ו-א. ר׳ שלמה יהודה וועבער אב״ד ברעזוב וזוגתו צביה חתן ש״ב ר׳ יוסף יוסקא לאם הנ״ל אות י-א.

ר׳ יוסף יוסקא לאם וזוגתו מרים הנ״ל י-א היה חתן ר׳ אלעזר רוקח בנו בכורו של השר שלום מבעלז זצ״ל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 30, 2013 2:30 pm

arender האט געשריבן:כ׳האף כ׳האק נישט אריין, כ׳געדענק נישט אלעס אויסנווייניג, כ׳וועל עס פאררעכטן שפעטער וואס ס׳פעלט.

בני ר׳ אליהו צבי וועבער הנ״ל אות ו׳ בן ר׳ ישכר דוב וועבער.
ו-א. ר׳ שלמה יהודה וועבער אב״ד ברעזוב וזוגתו צביה חתן ש״ב ר׳ יוסף יוסקא לאם הנ״ל אות י-א.

ר׳ יוסף יוסקא לאם וזוגתו מרים הנ״ל י-א היה חתן ר׳ אלעזר רוקח בנו בכורו של השר שלום מבעלז זצ״ל



א דאנק אייך מר. ארענדאר, נישט געוואוסט אז איר לעזט נאך דא

באישית האבן מיר באקומען נאך פרטים, קודם איבער דעם ר' שלמה יהודא וועבער הנ"ל, ער האט געהאט אן איידעם בשם ר' משה מענדל וויינפעלד פון סאטמאר, פון וועם עס זענען פארהאן אייניקלעך כהיום, וווייסט איינער מער פרטים?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 30, 2013 2:42 pm

מיללער האט געשריבן:
בני הרה"ק רבי שמעון מיעריסלוב זצ"ל :
א. בנו רבי בונם מנחם מענדל מארילעס - נפטר אלול תר"ן
ב. חתנו רבי קהת היילפרין - ב"ר נפתלי הירץ מברעזאן (לא זכה לזש"ק)
ג. בנו רבי יצחק מארילעס - חתן רבי מנשה מראפשיץ
ד. בנו רבי אליעזר זאב מארילעס
ה. בנו רבי נפתלי בער מארילעס מליטאוויסק
ו. חתנו ר' אליהו ב"ר ישכר דוב וועבער מברעזדוב
ז. חתנו ר' יהודה לייבוש העלמיר מווארשא
ח. חתנו ר' אהרן ווארמאן מבאטשוטש נכד דעת קדושים
ט. חתנו ר' איציקל צעהנווירטה מווישניצא
י. חתנו ר' יהושע לאם


בני ר' אליעזר זאב מארילעס ב"ר שמעון
ד-א. בנו ר' יוסף אהרן רובינזאהן-מארילעס מבוטשעטש בעמח"ס יד יוסף


נישט צו פארמישן, די רעדע איז פון א שטאט בוטשעטש אין ראמעניא און נישט פון באטשוטש אין גאליציע.

דאס גאנצע אריינלייגן ר' אליעזר זאב אלס א זון פון ר' שמעון מיעריסלוב איז א טעות פון מאיר וונדר הנ"ל, דער ר' אליעזר זאב האט געהייסן רובין, זיין טאטע האט געהייסן ר' חיים רובין

גיימיר טוישן און מוסיף זיין די פרטים, דערווייל צו שושלת באטושאן-דורוהי

בני ר' יוסף אהרן האדמו"ר מבוטשעטש ודורוהי ומח"ס יד יוסף חתן ר' יעקב יוסף טירער בנו של הבאר מים חיים מטשערנאוויץ, נפטר ר"ח סיון תרע"ג
1. בנו ר' אליעזר זאב מארילעס (שם שאימץ) אדמו"ר בבוטשעטש חתן ר' יעקב מרדכי ליבערמאן מטאפרוב (חתן ר' יצחק מארילעס מראפשיץ)
2. בנו ר' חיים רובינזאהן אדמו"ר בודורהי
3. בנו ר' משולם זלמן אב"ד בקארלסבאד - נפטר בגיל צעיר בחיי אביו - בניו נתגדלו על ברכי אביו-זקינם

אחד היתומים בני ר' משולם זלמן היה ר' יהודה ארי-ה לייבוש ששינה את שמו לפרענקל נפטר גם הוא ל"ע צעיר לימים כשהוא מותיר אחריו בן בגיל שנתיים ימים בשם מרדכי, ר' מרדכי זה כיהן ברבנות בבאטאשאן אחרי פטירת סבו עד לשנת תש"כ בה עלה לארץ והתגורר בחיפה עד לפטירתו בשנת תשמ"ד.
ר' מרדכי הנ"ל הוא אביהם של ר' יעקב האדמו"ר מבטאטשאן בבני ברק, ור' סיני מאיר רבה של יבניאל

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דאנארשטאג מאי 30, 2013 3:31 pm

מיללער האט געשריבן:
arender האט געשריבן:כ׳האף כ׳האק נישט אריין, כ׳געדענק נישט אלעס אויסנווייניג, כ׳וועל עס פאררעכטן שפעטער וואס ס׳פעלט.

בני ר׳ אליהו צבי וועבער הנ״ל אות ו׳ בן ר׳ ישכר דוב וועבער.
ו-א. ר׳ שלמה יהודה וועבער אב״ד ברעזוב וזוגתו צביה חתן ש״ב ר׳ יוסף יוסקא לאם הנ״ל אות י-א.

ר׳ יוסף יוסקא לאם וזוגתו מרים הנ״ל י-א היה חתן ר׳ אלעזר רוקח בנו בכורו של השר שלום מבעלז זצ״ל



א דאנק אייך מר. ארענדאר, נישט געוואוסט אז איר לעזט נאך דא

באישית האבן מיר באקומען נאך פרטים, קודם איבער דעם ר' שלמה יהודא וועבער הנ"ל, ער האט געהאט אן איידעם בשם ר' משה מענדל וויינפעלד פון סאטמאר, פון וועם עס זענען פארהאן אייניקלעך כהיום, וווייסט איינער מער פרטים?

ערשטענ'ס ארענדער איך וועל נישט מחולק זיין מיט דיר, אבער כמדומה לי אז צווישן די אייניקלעך פון ר' שלמה יודא איז אנגענומען אז ער איז אליין געווען א איידעם ביי ר' אלעזר נישט ביי ר' יוסף יוסקא, העלמיר מוזן ווארטן אייניקלעך זאל זיך מרחם זיין און קלאר מאכן דאס ענין

יעצט וועגן די משפחה פון ר' משה מענדל וויינפעלד וזוגתו מרת מלכה בת ר' שלמה יודא הנ"ל
איבער געלעבט די מלחמה האבן 2 טעכטער
1) מרת לאה ע"ה אשת ר' אברהם וואלף טירנויער ע"ה מחסידי סאטמאר
2) מרת אסתר תחי' אשת ר' אברהם יצחק סאנדעל לאוי"ט מקרית יואל
אויך האט איבער געלעבט א אייניקעל
ה"ה ר' יעקב יוסף ווייס לאוי"ט שו"ב מאנטשעסטער
ומשם יפרד צו א גרויסע משפחה פון הינדערטער אייניקלעך און איר אייניקלעך
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

LYI
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 4:07 pm

תגובהדורך LYI » מאנטאג יוני 03, 2013 10:52 am

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
בני הרה"ק רבי שמעון מיעריסלוב זצ"ל :
א. בנו רבי בונם מנחם מענדל מארילעס - נפטר אלול תר"ן
ב. חתנו רבי קהת היילפרין - ב"ר נפתלי הירץ מברעזאן (לא זכה לזש"ק)
ג. בנו רבי יצחק מארילעס - חתן רבי מנשה מראפשיץ
ד. בנו רבי אליעזר זאב מארילעס
ה. בנו רבי נפתלי בער מארילעס מליטאוויסק
ו. חתנו ר' אליהו וועבער מברעזדוב
ז. חתנו ר' יהודה לייבוש העלמיר מווארשא
ח. חתנו ר' אהרן ווארמאן מבאטשוטש נכד דעת קדושים
ט. חתנו ר' איציקל צעהנווירטה מווישניצא
י. חתנו ר' יהושע לאם


בני ר' נפתלי בער מליטאוויסק
ה-א. בנו ר' יעקב קאפיל מארילעס מליטאוויסק


ר' יעקב קאפיל מארילעס מליטאוויסק האט געהאט אן איידעם ר' זאב (וועלוול) זינגער פון קאלאמייא, ער איז געווען א זון פון ר' דוד צבי פון באקשעוויץ און א גרויסע יחסן פון אבות החסידות, ער איז געווען א גרויסע חסיד פון ר' אורי פון סאמבור, ולפטירת רבו האט ער אפגעדרוקט א חיבור מספד תמרורים אויף הרה"ק רבי אורי מסאמבור זצ"ל.

ר' וועלוול איז געקומען קיין אמעריקא, וואו ער איז ליידער אינגערהייט אוועק אלט זייענדיג בלויז 40 יאר, אלע זיינע קינדער (1 זון און 6 טעכטער) זענען געבליבן אין אייראפא, וואו זיי זענען אומגעקומען עקדה"ש הי"ד.

די מציבה פון רבי זאב זינגער אויף קברים.קאם:
http://kevarim.com/rebbe-zev-singer/



איך האב א ביסעל אינפארמעישן אויף הרב הצדיק ר' זאב זינגער זצ"ל
איז געקומען אויף אמעריקע תרפ"א ער האט געהאט TB ל"ע און דעמאלס האט מען זיך גקענט היילען אין שווייץ איז ער געקומען אויף אמעריקע פאר געלט ער איז ליידער זייער קראנק געווארן דא אין נפטר געווארען אין די בראנקס, עס האט זיך מטפל גווען מיט עהם הרה"ק ר' יצחק אייזיק מסטרעטין זצוק"ל אין ער איז נטמן געווארען אין די סטרעטינער חלקה אויף מאונט חברון.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 05, 2013 12:12 pm

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:בני הרה"ק רבי שמעון מיעריסלוב זצ"ל :
א. בנו רבי בונם מנחם מענדל מארילעס - נפטר אלול תר"ן
ב. חתנו רבי קהת היילפרין - ב"ר נפתלי הירץ מברעזאן (לא זכה לזש"ק)
ג. בנו רבי יצחק מארילעס - חתן רבי מנשה מראפשיץ
ד. בנו רבי אליעזר זאב מארילעס
ה. בנו רבי נפתלי בער מארילעס מליטאוויסק
ו. חתנו ר' אליהו וועבער מברעזדוב
ז. חתנו ר' יהודה לייבוש העלמיר מווארשא
ח. חתנו ר' אהרן ווארמאן מבאטשוטש נכד דעת קדושים
ט. חתנו ר' איציקל צעהנווירטה מווישניצא
י. חתנו ר' יהושע לאם

בני ר' יהושע לאם
י-א. בנו ר' יוסף יוסקא לאם



בני ר' יוסף יוסקא לאם חתן רבי אלעזר רוקח בן השר שלום מבעלז זצ"ל
1. בנו ר' שמעון לאם [חתנו של ר' יוסף חיים הכהן גלאנץ נכד האדב"ע] מייסד השינאווא קלויז באיסט סייד
2. בנו ר' ישכר דוב לאם
3. בנו ר' אברהם אלטר לאם אב"ד זאלקאוו בעמח"ס אשל אברהם
4. בנו ר' יהשע לאם חתנו של ר' פנחס הוראוויץ מוואליע, אבי ר' שלום לאם אב"ד סעקוראן שנראה פהבהתמונה
5. חתנו ר' שלמה יהודא וועבער בן-דודו ר' אליהו וועבער חדב"ן ר"ש מיעריסלוב


וועמענס זון איז ר' אברהם שמואל לאם חתנו של ר' יעקב [יצחק] שפירא מבלענדוב? (הצפירה תרמ"ח)
צוגעלייגטע
getimage (1).png
getimage (1).png (13.16 KiB) געזעהן 5180 מאל

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » מיטוואך יוני 05, 2013 12:25 pm

דאס איז דער בעל "אשל אברהם" הנזכר למעלה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 05, 2013 12:39 pm

מיילעך האט געשריבן:דאס איז דער בעל "אשל אברהם" הנזכר למעלה.

והוא היה חתנו של האמת ליעקב מבלענדוב?

ר' יצחק
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 06, 2013 3:44 am

תגובהדורך ר' יצחק » מיטוואך יוני 05, 2013 12:42 pm

כמוה"רר מיללעריא מסקרענטאן, אעתיק מאשכול מאגלניצא,
ENoam האט געשריבן:.

זוגת הרה"ק "השרף ממוגלניצא": הרבנית גיטל, בת רבי אלעזר מליזענסק, בן הרבי ר' אלימלך זצללה"ה – ולפיכך כל צאצאיהם הבאים אחריהם הם נכדי הנועם אלימלך (כמצוין לרוב על מצבותיהם).

להוסיף לילדי הרבי מבלנדוב:
ביתו – הרבנית לאה-גיטל [זוגת הרב אברהם-שמואל לאם מזולקייב, בזיווגו השני]. ידוע לנו על בן אחד שלהם: אלעזר לאם הי"ד בזולקייב שנספה הוא וכל ילדיו הי"ד. נודה לכל מידע נוסף על משפחה זו.

"עיינות נועם" - נכדי ונכדות הנו"א. ENoam@013.net.il

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » מיטוואך יוני 05, 2013 12:50 pm

מיללער האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:דאס איז דער בעל "אשל אברהם" הנזכר למעלה.

והוא היה חתנו של האמת ליעקב מבלענדוב?

כן! ובזיוו"ר הי' חתנו של הרה"ק ר' אלימלך מרודניק זי"ע

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 05, 2013 6:33 pm

מיללער האט געשריבן:בני ר' יצחק מארילעס מראפשיץ
ג-א. בנו ר' מנשה מארילעס מראפשיץ חתן ר' דוד מדינוב
ג-ב. בנו ר' מנחם מענדל מארילעס מדובעצק
ג-ג. חתנו ר' יעקב מרדכי ליבערמאן אב"ד טאפרוב


ר' חיימ'ל ב"ר ישעילע מטשחוב איז געווען אן איידעם ביי איינע פון די מארילעס'עס, ביי וועם?

דא אין נעוויארק איז געווען א דובעצקער לאנדסמאנשאפט,געגרינדעט בשנת תרס"א, פאלגענד איז די שטאטוטען געדרוקט בשנת תש"ב, הנה:
צוגעלייגטע
KrosdubChevra.jpg

ר' יצחק
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 06, 2013 3:44 am

תגובהדורך ר' יצחק » מיטוואך יוני 05, 2013 9:15 pm

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:בני ר' יצחק מארילעס מראפשיץ
ג-א. בנו ר' מנשה מארילעס מראפשיץ חתן ר' דוד מדינוב
ג-ב. בנו ר' מנחם מענדל מארילעס מדובעצק
ג-ג. חתנו ר' יעקב מרדכי ליבערמאן אב"ד טאפרוב


ר' חיימ'ל ב"ר ישעילע מטשחוב איז געווען אן איידעם ביי איינע פון די מארילעס'עס, ביי וועם?

מיילעך האט געשריבן:ר' חיים הלברשטאם מטשעחויב-י"ז ניסן תשט"ז
נולד בשנת תרמ"ב בעיר בעלז לאביו ר' ישעי'לע מטשעחויב
ולאמו הרבנית פריידא בת ר' יחיאל מקרילאוויץ בן ר' משולם זוסיא מזינקוב וחתן מהר"י מבעלזא.
בשנת תרנ"ט נשא את בת ר' מנשה מארילוס אב"ד ראפשיץ בן ר' מנחם מנדל (חתן ר' דוד מדינוב) בן ר' יצחק מראפשיץ (חתן ר' מנשה מראפשיץ) בן הרה"ק ר' שמעון מיערוסלאב.
בשנת תרפ"ד היגר לארה"ב.
נערץ אצל כל צדיקי דורו ובמיוחד אצל הרה"ק מסאטמאר.
נסתלק א' דחוה"מ פסח תשט"ז ומנו"כ בוועלוואד-לאנג איילאנד.
בניו: ר' דוד יהושע ראב"ד סאסנאווצא-ר' שמעון מראפשיץ נספו בשואה הי"ד.
נשארו צאצאים מר' דוד יהושע כאן בארה"ב.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2013 12:08 pm

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:בני הרה"ק רבי שמעון מיעריסלוב זצ"ל :
א. בנו רבי בונם מנחם מענדל מארילעס - נפטר אלול תר"ן
ב. חתנו רבי קהת היילפרין - ב"ר נפתלי הירץ מברעזאן (לא זכה לזש"ק)
ג. בנו רבי יצחק מארילעס - חתן רבי מנשה מראפשיץ
ד. בנו רבי אליעזר זאב מארילעס
ה. בנו רבי נפתלי בער מארילעס מליטאוויסק
ו. חתנו ר' אליהו וועבער מברעזדוב
ז. חתנו ר' יהודה לייבוש העלמיר מווארשא
ח. חתנו ר' אהרן ווארמאן מבאטשוטש נכד דעת קדושים
ט. חתנו ר' איציקל צעהנווירטה מווישניצא
י. חתנו ר' יהושע לאם

בני ר' יהושע לאם
י-א. בנו ר' יוסף יוסקא לאם



בני ר' יוסף יוסקא לאם חתן רבי אלעזר רוקח בן השר שלום מבעלז זצ"ל
1. בנו ר' שמעון לאם [חתנו של ר' יוסף חיים הכהן גלאנץ נכד האדב"ע] מייסד השינאווא קלויז באיסט סייד
2. בנו ר' ישכר דוב לאם
3. בנו ר' אברהם אלטר לאם אב"ד זאלקאוו בעמח"ס אשל אברהם
4. בנו ר' יהשע לאם חתנו של ר' פנחס הוראוויץ מוואליע, אבי ר' שלום לאם אב"ד סעקוראן שנראה פהבהתמונה
5. חתנו ר' שלמה יהודא וועבער בן-דודו ר' אליהו וועבער חדב"ן ר"ש מיעריסלוב



לר' שמעון לאם משינאווא - ניו יארק היה חתן בשם ר' אברהם שמאי פייגענבוים, זיין טאט ר' שמואל זאנוויל פייגענבוים איז אויך געקומען קיין אמעריקא און ער איז געווען פון די ערשטע מייסדים פונעם דערמאנטן שינאווא קלויז, זעה דא:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=5


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט