רבי צבי הירש מרימינוב זצ"ל - ל' חשון שנת תר"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי צבי הירש מרימינוב זצ"ל - ל' חשון שנת תר"ז

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג פאברואר 19, 2008 10:15 am

הרה"ק רבי ר' צבי הירש מרימנוב - איז געוועהן א יתום און איז נתגדל געווארן ביי א שניידער ביז צו די 15 יאהר, ווען ער איז אלט געווארען 15 יאהר איז ער געפאהרן לערנען צו הרה"ק רבי ר' מענדל'ע פון רימנוב זי"ע. ווען זיין רבי איז נפטר געווארן איז ער געפאטרן צו הרה"ק מראפשיץ זי"ע, נאכדעם איז ער צוריק געקומען קיין רימנוב, און איז געווארן דער ממלא מקום פון זיין רבי'ן און רימנוב. די תורות פון רבי ר' הירש מרימנוב זענען געדרוקט אין צוויי ספרים, "בארת המים" און "מבשר טוב", דער רבי ר' הירש מרימנוב איז נפטר געווארן ל' חשון שנת תר"ז לפ"ק, זי"ע ועכ"י.
לעצט פאראכטן דורך זיידעניו אום מוצ"ש נובעמבער 22, 2008 9:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6659
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג פאברואר 24, 2008 10:42 pm

עס איז נישט זייער קלאר ווייל עס איז שווער גיווען צי נעמען דעם בילד ממש און פראנט פון די מצבה
צוגעלייגטע
K_Riminov[1].jpg
K_Riminov[1].jpg (42.7 KiB) געזעהן 6652 מאל
the SCY is the limit

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מוצ"ש נובעמבער 22, 2008 9:50 pm

ר' שמחה אויב קענט איבערלייגן די בילד פון דעם מצבה וועלן מיר אייך דאנבאר זיין

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מוצ"ש נובעמבער 22, 2008 9:50 pm

אן עלענדע אלמנה איז אמאהל אריינגעקומען צום היילגיען רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע און זיך באקלאגט אז זי איז שוין עטליכע יאהר אן אלמנה און האט נישט ווער ס'זאל איר אויסהאלטן בעהט זי דעם רבי'ן אז ער זאל מתפלל זיין זי זאל טרעפן אן ערליכען מענטש וואס זאל מיט איר חתונה האבן, זי זאל קענען פירן א געהעריג לעבן אין א אידישע שטוב.
דער רבי ר' הערש האט זיך גענומען ביי איר אינטרעסירן פארשידענע איינצעלהייטען ווער ס'איז געוועהן איר ערשטער מאן ווער זענען איערע עלעטרן פון וועלכע שטאדט זי שטאמט און נאך פארשידענע פראגען.
פאר די פרוי האט אויסגעקוקט זייער אינטרעסאנט דאס וואס דער רבי אינטרעסירט זיך אזוי שטארק אבער זי האט געענטפערט גענוי אויף אלע פראגן.
ווען דער רבי ר' הערש האט געהערט דעם נאמען פון איערע עלטערין און די שטאדט וואו זיי האבען געוואוינט האט ער געגעבען א פרעג.
האבען זיי נישט געוואוינט ביים ווינקל פון יענע און יענע גאס? און אנגעהויבען אראפלייגן ווי אזוי דאס הויז האט אויסגעקוקט.
"יא יא דאס איז טאקע געוועהן דעם טאטענס הויז", האט די אלמנה געענפערט מיט איבעראשונג
דער רבי ר' הערש איז געבליבען שטיל און איז פארזונקען געווארען און זיינע הייליגע געדאנקען אויף עטליכע מינוט ענדליך האט ער זיך אנגערופען.
"איך האב פאר אייך א פאסיגן שידוך, אזוי ווי איך האב אויך נישט קיין רביצין בין איך גרייט מיט אייך חתונה צו האבן!
די פרוי איז געווארען אינגאנצען ערשיטערט אויף אזא זאך האט זי זיך גארנישט געראכטען איר הארץ האט אנגעהויבען שטארק צו קלאפן און זי האט נישט געקענט טרעפן די ריכטיגע ווערטער אנצוהייבען עפעס צו ענטפערן.
"שעמט אייך נישט צו זאגען וואס עס דריקט אייך אויב עס געפעלט אייך נישט וועל איך מיך גארנישט באליידיגען" האט דער רבי ר' הערש געזאגט.
הערשט דאן האט זי געענעפרט "אויב דער רבי איז מסכים בין איך אויך זיכער מסכים".
דער רבי ר' הערש האט תיכף געהייסען פאר'ן גבאי אריינברענגען "לעקעך און בראנפן" און מען
האט געשאלסען דעם שידוך און א גליקליכע שעה.
בשעת דער עולם האט זיך פארזאמעלט צו געבען "מזל טוב" האט דער רבי ר' הערש זיך אנגערופען פאר אלע אנוועזענדע "עס זאל אייך נישט זיין קיין וואונדער וואס איך האב געטוהן איך וועל אייך דערציילען ווער די פרוי איז און ווער איערע עלטערן זענען געוועהן.
אלס קליין קינד ווען איך בין געבליען א יתום און כ'האב מיך געדארפט מפרנס זיין האב איך געלערענט די מלאכה פון שניידעריי און געדינט אלס משרת ביי א שניידער אין די שטאדט וואו די עלטערין פון די פרוי האבען געוואוינט דער סדר פלעגט זיין אז איך פלעג גיין אפנעמען די סחורות פון די שטובער און עס צוריק טראגען נאכ'ן פאררעכטען.
ביי די עלטערן פון די דאזיגע פרוי וועלכע האבן געהאט א שטוב מיט אסאך קינדער פלעגט מיר אויסקומען צו זיין גאנץ אפט ווייל זיי פעלגען אסאך געבען קליידער צו פאררעכטען.
איין זאך האט מיר זייער געפאלען אין די שטוב – האט דער רבי ר' הערש פארגעזעצט – אז יעדען ערב שבת נאך חצות ווען איך בין געקומען צו זיי אין שטוב איז די שטוב שוין געוועהן צוגעגרייט לכבוד שבת אפילו די חלות, וויין, בעכער, אלעס איז שוין געלעגן גרייט אויפ'ן טיש און דער טאטע איז געזעסען ביים טיש און מעביר סדרה געוועהן די פרשה פון די וואך מען האט דארט געשפירט דעם טעם פון "קדושת שבת".
ארויסגייענדיג פונעם הויז האב איך אמאהל מתפלל געועוהן צו השי"ת אז איך זאל זוכה זיין צו ווערין אן איידעם אין אזא שטוב וואו פרייטאג שפירט מען שוין דעם טעם פון קדושת שבת.
אצינד אז פון הימעל האט מען אהער גשיקט די פרוי א טאכטער פון יענעם הויז און זי איז מסכים, איז דאס א באווייז אז מיין תפלה איז דעמלאט אנגענומען געווארען דעריבער האב איך זאפארט געטוהן דעם שידוך.
(אוצר הסיפורים לרצ"מ חלק ט"ו)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מוצ"ש נובעמבער 22, 2008 9:51 pm

אין די שטאדט הומענא האט געואוינט א איד מיט'ן נאמען ר' מענדל ער פלעגט אפט צו פארן צו הרה"ק רבי ר' הירש רימאנווער זי"ע. אין יאר תר"ג איז געוועהן אין יענע געגענט א טרוקעניש, ממילא זענען די פרנסות אויך געוועהן שווער . ס'איז געווארען ערגער און ערגער ביז ס'איז שוין כמעט נישט מעגליך געוועהן צו טרעפן א געהעריגע פרנסה נאך א סאך זוכענישן איז פאר ר' מענדל'ן געלונגען צו געפינען א פלאץ צו ארבייטען ביי א "קעסל" אלס א בראנפן ברענער, ביי א סוחר וועלכער האט געוואוינט נאנט צו זיין שטאדט הומענא .
דער סוחר איז אויך געוועהן א חסיד פון רבי ר' הירש רימאנווער, ר' מענדל איז געוועהן זייער פריילעך און געדאנקט דעם באשעפער אז ער האט אים ענדליך צוגעשיקט א פרנסה צו קענען שפייזען זיינע קינדערלעך, ער האט אנגעהויבען זיין ארבייט מיט גרויס חשק.
עס זענען אריבער עטליכע חדשים און פונקט האט זיך געמאכט אז זיין בעל הבית האט אים געשיקט קיין רימאנאוו פרעגען דעם רבי' ר' הירש'ן איבער אן ענין . ר' מענדל האט צו ערשט איבערגעגעבן דעם רבי'ן דאס קוויטל פון זיין בעל הבית , און דערנאך האט ער אויך דערלאנגט זיין אייגען קוויטל.
ווי דער רבי ר' הירש האט עס גענומען אין די האנט אריין גיט ער אים א פרעג. "דו ביסט א ברענער?" יא, ענטפערט ר' מענדל "דו זאלסט מער נישט זיין קיין ברענער!" איז געוועהן די תשובה פון הייליגען רבי ר' הירש'ן.
ר' מענדל שטייט פארוואונדערט, "רבי" רופט זיך אן ר' מענדל מיט גרויס זארג " פון וואו וועל איך נעמען אויף פרנסה, צו שפייזען מיין משפחה, אין אזעלכע שווערע צייטען" דער רבי שטייט פעסט ביי זיינס און זאגט נאכאמאהל" דו מעגסט טאהן וואס דו ווילסט אבער נישט זיין קיין ברענער"
ר' מענדל האט זיך פרובירט צו דינגען עטליכע מאהל אבער ס'איז נישט געגאנגען .
ר' מענדל האט זיך בשום אופן נישט געקענט באהערשן זיינע געפילען וואס האבען אים ווי געצוואונגען, און שטייענדיג שוין פאר'ן וואגען גרייט א היים צו פארען איז ער נאכאמאהל צוריק געגאנגען פרובירן אפשר איז פארט פארהאן עפעס אן אויסוועג, ער בלייבט דאך אן א שטיקעל ברויט אין שטוב" דעם רבינ'ס אנטוארט איז געוועהן דאס זעלבע וואס פריער.
פול מיט זארג האט ר' מענדל פארלאזט רימאנאוו, און ווען ער איז אנגעקומען א היים קיין הומענא האט ער איבערגעגעבן פאר זיין בעל הבית דעם רבינ'ס באפעל .
"דו האסט געפרעגט דעם רבין אויב דו זאלסט זיין א ברענער?" האט דער בעל הבית געפרעגט ר' מענדל מיט גרויס מיטלייד. "ניין איך האב גארנישט געפרעגט דעם רבי'ן " ענטפערט ר' מענדל "דער רבי האט בלויז געכאפט א בליק אינעם קוויטל און האט מיר תיכף פארבאטן פארצוזעצען מיין ארבייט".
עס זענען פאראיבער בלויז עטליכע טעג , זייט עס האט פארנומען ר' מענדל'ס ארט א נישט אידישער שכן , און אט וואס האט פאסירט דאס קעסל האט געפלאצט אינמיטן די ארביט! און דער גוי וועלכער האט פארטרעטען ר' מענדל'ס ארט איז ר"ל גע'הרג'ט געווארען צוזאמען מיט נאך צוויי גוים וואס האבן דארט געארבעט.
ווי נאר ר' מענדל איז געוואויער געווארען וואס האט פאסירט דארט איז ער באלד אריבער געפארען צום רבי ר' הירש'ן קיין רימנאוו, קוים וואס ער האט נאר געעפענט די טיהר שלום נעמען פון רבין רופט זיך אן דער רבי ר' הירש, "יעצט מעגסטו שוין זיין א ברענער".

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מוצ"ש נובעמבער 22, 2008 9:52 pm

דער רבי ר' הירש מרומנוב זי"ע איז געוועהן באקאנט אין זיין דור אלץ איינער פון די גרעסטע צדיקים , וואס די גרעסטע רבי'ס זענען געפארין צו אים , כאטש ער האט געשטאמט פון א פשוט'ע משפחה האט ער זיך אויסגעארבייט צו מורא'דיגע מדריגות קודם איז ער געווען דער משמש בקודש ביים רבי ר' מענדעלע מרומנוב זי"ע.

דער הייליגער צדיק דער רבי ר' הערש פון רימנוב זי"ע איז אמאל געפארן קיין סאניק וואו ס'האבען געוואוינט א שיינער קיבוץ אידן , קומענדיג אהין האט ער געהאט זיין אכסניא ביי איינעם פון די אנגעזעענע בעלי בתים אין שטאט , מ'האט אים דארט אויפגענומען מיט גרויס כבוד, ווייל מ'האט שוין דארט אויך געהערט פון זיין גדלות, און צדקות, האט פונקט דאן זיך אויך געמאכט א מעשה פלא.
ומעשה שהיה כך היה א גרויסער גביר און אן איש מכובד איז געווארן שטארק קראנק , ער האט געליטן אויף אן ערנסטע מחלה ל"ע די דאקטוירים האבען אלע , איינס ביי איינס אים מייאש געווען זיי האבן נישט געזען קיין שום האפענונוג פאר אים ,
הערענדיג אז ס'איז אנגעקומען קיין סאניק דער גרויסער צדיק דער רבי ר' הערש, זענען געקומען דאס בני בית פונעם חולה צום רבין און אים דערציילט דעם ביטערן מצב פון זייער פאטער און אז זיי קענען אים שוין ליידער נישט ברענגען אהער מער, דערפאר בעטן זיי דעם רבי'ן צו קומען אין הויז אים מבקר חולה זיין און אזוי ארום מתפלל זיין צו השי"ת פאר א רפואה שלימה פאר אים , האט דער רבי ר' הערש פון זיי פארלאנגט געלט (אויסלייז געלט) דעם סכום פון 12 רייניש און דעמאלט וועט ער גיין מבקר חולה זיין . זיי האבען באלד מסכים געווען.
דער רבי ר' הערש איז תיכף געגאנגען אין הויז פון דעם חולה, זיין מצב הבריאות איז שוין געווען זייער א שלעכטער ער האט שוין נישט דערקענט קיין מענטשן , דער רבי האט גערעדט צו אים און האט אים געפרעגט צו ער דערקענט אים האט ער נישט געענפערט האט דער רבי ר' הערש געהייסען יעדער זאל פארלאזען דעם צימער קיינער זאל זיך נישט געפונען דארט , נאר ער אליין און דער הויז בחור וועמען ער

האט מיטגענומען .
דערנאך האט דער רבי ר' הירש גענומען זיין לולקע ציבעק (א פיפקע) און האט זיך גענומען רויכערן ,דער רויך איז געווארן אין צימער אלץ שטערקער און גרעסער ביז דער גאנצע צימער איז געווארען איינגעהילט אין רויך, און די זלעבע צייט איז דער רבי ר' הערש געזעסען מיט גרויס דביקות און מיט זיינע הייליגע מחשבות האט ער מייחד געווען יחודים און געשוועבט אין די עולמות העליונים יעדע וויילע האט דער רבי געהייסען זיין הויז בחור אנפילען ווידער די לולקע ביז דער רויך איז ארויס פונעם פענסטער,

אינצווישען איז אנגעקומען דער דאקטער וואס פלעגט קומען באהאנדלען דעם קראנקען און ווען ער האט באמערקט ווי איינער זיצט אינערווייניג און רייכערט אזוי שטארק , איז ער געווארען מלא כעס ער האט אנגעהויבען צו שרייען אז רויך איז רח"ל סם המות פאר דעם חולה וואס ליידט אויף די לונגען און ווי אזוי לאזט מען צו אזא רויך אין זיין צימער. פון כעס האט ער נישט געוואלט אפילו אריינגגיין באזוכען דעם חולה ער האט זיך תיכף אויפגעהויבען און איז אוועק פון דארט.
ווען דער רבי ר' הערש האט געענדיגט מיט זיינע כוונות און יחודים האט ער אויפגעעפענט דאס פענסטער און מיט א טיכעל האט ער ארויסגעטריבען דעם רויך פון צימער און דערנאך האט ער פארמאכט דאס פענסטער און זיך ווידער געוואנדען צום קראנקען פרעגענדיג אים צו ער דערקענט אים שוין יעצט – דער קראנקער-האט צו אלעמענ'ס וואונדער געעפענט זיינע אויגען און זיך אנגערופען "שלום עליכם רבי הערש", דער רבי ר' הערש האט געעפנעט די טיר און אריינגערופען דאס בני בית אלע האבען געזען אן אפענע ישועה און זענען געווען אויסערגעווענליך איבערראשט זיי האבען נישט געפונען גענוג ווערטער צו לויבען און דאנ'קען דעם באשעפר פאר דעם חסד וואס ער האט מיט זיי געטוהן און דעם הייליגען צדיק וואס האט אויסגע'פולע'ט אויבען אין הימעל די ישועה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג נובעמבער 23, 2008 1:02 pm

דער טאג ל' חשון געפאלט נישט אויס יעדעס יאר, אזוי ווי היי-יאר תשס"ט לפ"ק ווען חשון איז חסר וועט נישט זיין קיין טאג ל' חשון, ווען האלט מען די יארצייט?

פונעם רבי ר' הערשעלע רימינוב זענען פארבליבען אסאך ניגונים, אויך בחצרות סיגוט-סאטמאר איז פארבליבען רימינובער ניגונים דורך דעם הייליגען ייטב לב וועלכע פלעגט פארן קיין רימינוב.

קען איינער אראפברענגען א ליסטע פון ניגונים וועלכע זענען מיוחס צו ר' הערשעלע רימינוב?

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג נובעמבער 23, 2008 4:50 pm

אין אזא יאר ווי דאס יאר האלט מען די יארצייט געווענדליך ר"ח כסליו.

וועגן די רשומה פון די ניגונים, מייניך, אז ביים אשכול פון נגוני סאטמאר וועסטו טרעפן עטליכע.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג נובעמבער 23, 2008 5:03 pm

איך האב געהערט פון מהר"א מסאטמאר שליט"א, אז ס'איז דא וואס נעמען אן ר"ח אלץ יארצייט, און ס'איז דא וואס נעמען אן ערב ר"ח.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג נובעמבער 23, 2008 5:13 pm

עס איז לכאורה תלוי אין א מחלוקת הפוסקים אין יו"ד סימן קפ"ט. וד"ל

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » זונטאג נובעמבער 23, 2008 5:35 pm

זיידעניו האט געשריבן:עס איז לכאורה תלוי אין א מחלוקת הפוסקים אין יו"ד סימן קפ"ט. וד"ל


איך האב געהערטגעהערט פון א גרויסען חקרן אז מ'דארף באמת אלע יארן האלטן זיין יארצייט אין כ"ט חשון, ווייל דעם יארצייט האלט מען אלע יארן אזויווי מהאלט עס געהאלטן געם ערשטן יאר, און אזוי דעם ערשטן יארצייט פונעם רבין ר' הערשלע איז געווען חשון חסר האט מען יענעם יאר געהאלטן דעם יארצייט ערב ראש חודש, דעריבער האלט מען אלע יארן דעם יארצייט ער"ח אפילו ווען ס'געפאלט יא מלא.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג נובעמבער 23, 2008 5:38 pm

יישר כח פאר דעם חידש אז די יארצייט איז נישט פון דעם פטירה אדער קבירה נאר גאר א יארצייט פון דעם יארצייט, עס איז מיר באמת א שיינע חידוש, אפשר ביסטו מער מרחיב אין דעם מיט מראה מקומות אדער דגמאות, כרצונכם הטוב.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג נובעמבער 30, 2008 11:01 am

עס ווערט דערציילט, אז דער רבי ר' הערש פון רימנוב איז אמאל געווען אין דעם שטעטל טאלטשווא, אונגארן. דאן האט מען זיך אין שטעטל געגרייט אויף די גרויסע חתונה פון די טאכטער פונעם רב הגה"ק רבי משה דוד אשכנזי זי"ע מיט דעם חתן העילוי והחריף רבי זלמן לייב דער שפעטערדיגער סיגעטער רב הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע. צו די חתונה איז אויך געקומען צו פארן דער גרויסער זיידע פון חתן דער הייליגער ישמח משה זי"ע דער איהעלער רב.
נישט בלויז די שטאט טאלטשווא איז געווען פארקאכט אין די גרויסע צוגרייטונגען נאר אויך די גאנצע געגענד ארום, האבן זיך געגרייט מקבל פנים זיין דעם צדיק. ווידער אין איהעל האט מען זיך אויך געגרייט צו דער גרויסער חתונה. פון איהעל קיין טאלטשווא איז אפילו נישט געווען קיין גרויסער מרחק, מיט דעם אלעם האט מען אנגעגרייט היבש צדה לדרך פון כל טוב וטוב, פאר אלע חסידים און ידידים וואס זענען מיטגעפארען צו די חתונה.
שב"ק ביים אויפרוף וואס איז פארגעקומען אין איהעל, האט דער חתן דער ייטב לב געהאלטען געשפאנט דעם עולם מיט זיין דרשה. אלע האבן געשטוינט און באוואונדערט ווי ס'האט זיך געגאסן די פערל ווערטער פון דעם יונגען חתן, מיט אזא געוואלדיגע חריפות און בקיאות.
נאך שב"ק האט מען זיך ארויס-געלאזט אויפ'ן וועג בשעה טובה. דער וואגען אויף וועלכ'ן ס'זענען געפארען דער ישמח משה, זיין זון דער אבי החתן הגה"ק רבי אלעזר ניסן, און דער חתן דער ייטב לב, איז געווען אויסגעצירט מיט פארשידענע שיינע בלומען און טאוולעך לכבוד די חתונה. במשך פונעם פארען האבן זיך אויפ'ן וועג אנגעשלאסען נאך חסידים וידידים מיט צו האלטען מיט די שמחה, און מיטגעפארען מיט די שיירא. צוויי טעג פאר די חתונה, איז מען אנגעקומען קיין טאלטשווא. עטליכע קילאמעטער פאר טאלטשווא זענען אנטקעגן געפארען חשוב'ע בעלי בתים און די ראשי קהילה מקבל פנים זיין די געהויבענע געסט, און מיט גרויס כבוד האט מען זיי אריינבאגלייט אין שטאט אריין.
אין טאלטשווא אליין זענען אנגעגאנגען די הכנות אין גרעסטן ברען. ס'זענען געקומען צו פארן רבנים און געסט בכלל פון די גאנצע געגענט. אלעמען האט מען באזארגט מיט קאסט און קוואטיר, יעדן לפי כבודו. אויך זענען געקומען פיל ארעמעלייט, הערענדיג פון דער גרויסער רבי'שע חתונה.
א נאכט פאר די חתונה איז איינגעארדענט געווארן אן ארעם-מאלצייט פאר די ארעמעלייט (אן ארעמע חתונה), וואס ס'איז א מנהג אין א סאך רבי'שע הויפן דאס צו מאכען. מ'האט געגרייט פאר די ארעמעלייט שיינע טישן מיט עסן און טרונקען פון שענסטן און פון בעסטן כיד המלך, און בעיקר וואס מ'האט געטיילט פאר יעדן ארעמאן א שיינע מטבע. פאר דעם צוועק האט דער ישמח משה זי"ע געברענגט א גרויסען סכום געלט און עס געגעבן פארן מחותן אויסצוטיילען.
דער מחותן דער רב, איז ארום געגאנגען צווישן אלע ארעמעלייט א גוט אויפגעלייגטער און געטיילט ביד רחבה אזוי אז די ארעמעלייט זענען געווען העכסט צופרידן און גליקליך. ביים עק טיש איז געזעסן אן ארעמאן, אויך אים האט דער טאלטשווער רב דערלאנגט א מטבע פונקט ווי פאר אלע. "דער" אורח, האט אבער צו די וואונדער פון טאלטשווער רב - נישט געוואלט נעמען די מטבע, ער האט זיך איינגעפרארט ביים רב דער אבי הכלה, אז ער זאל אים געבן גאר א גרויסען סכום. דער רב האט אים פרובירט מוסיף זיין עטליכע מטבעות, אבער יענער האט זיך איינגעשפארט און האט נישט געוואלט נעמען ווייניגער וויפיל ער האט פארלאנגט דאס ערשטע מאל. דער מחותן האט זיך דא געטראפן אין א פארלעגענהייט, ער האט נישט געוואוסט וואס פאר אן עצה מ'גיט זיך דא. רופט ער זיך אן צו דעם איד, דאס געלט איז נישט מיין, דער מחותן דער אוהעלער רב האט דאס מיר געגעבן צו צוטיילען צווישן די ארעמעלייט און מיר אנגעזאגט וויפיל צו געבן יעדן אייינעם. איך האב פאר אייך אויך געהאלטן ביים מוסיף זיין פון מיין געלט, ווילט איר דאך אבער נישט, און א גרעסערן סכום האב איך נישט קיין רשות צו געבן פון דעם געלט, סיידן איך וועל פרעגן רשות פון בעה"ב, איך גיי אים שוין פרעגן.
דער טאלטשווער רב איז געגאנגען צום ישמח משה און דערציילט אים וועגן דעם מאדנעם ארעמאן. איך וויל אליין גיין און אנקוקען דעם ארעמאן - האט דער ישמח משה זיך אנגערופען. דער ישמח משה קומט אריין אין ביהמ"ד וואו די ארעמעלייט האבן געגעסן און הייבט אויף זיינע הייליגע אויגען און גיט א קוק דעם פרעמדן אורח און באטראכט אים גוט, און רופט זיך אן, גיט אים מחותן וויפיל ער פארלאנגט פארשטייט זיך אז דער רב האט אזוי געטאן. ער האט אהין געגעבן דעם "אורח" דעם סכום וואס ער האט פארלאנגט.
דער פארשטעלטער "אורח" איז געווען דער רבי ר' הערש מרימנוב, ער האט דערנאך געגעבן זיין ברכה און אנגעוואונטשן אז פון דעם זיווג זאלן ארויסקומען דורות און דורי דורות וואס וועלן באלייכטען די וועלט...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 03, 2008 6:11 pm

דער ממלא מקום פונעם רבי'ן ר' הערש מרימינוב איז געווען זיין זוהן ר' יוסף הכהן פרידמאן מרימינוב זצ"ל.

איך האב געטראפן א ספר 'מעדני מלך' להרה"צ ר' אשר הורוויץ מרימינוב בן האמרי נועם מזיקוב, ווי אויף זיין זוהן ומ"מ ר' צבי הירש הורוויץ מרימינוב ווערט געשריבען 'נכד לר' צבי מרימינוב'.

ביי היברו-בוקס טרעף איך נישט דעם מעדני מלך הנ"ל עה"ת נאר א הגדה ש"פ מיטן פירוש מעדני מלך פונעם זעלבן מחבר, דארט זעה איך אז ר' אשר האט צום סוף געוואונט אין ווינא.

ווייסט איינער צו ר' אשר איז געווען אן איידעם ביי ר' יוסף מרימינוב?

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך דעצמבער 03, 2008 6:23 pm

יא.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 03, 2008 6:32 pm

יישר כח הרב מביקסאד, זענען פארבליבען אייניקלעך פון אים?

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך דעצמבער 03, 2008 6:36 pm

יא, פרענקל - קושיצקי.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 03, 2008 6:41 pm

ביקסאד האט געשריבן:יא, פרענקל - קושיצקי.


כ'האב טאקע געזעהן עפעס קושיצקי אייניקלעך אלס מנדבים אויפן ספר, דאס הייסט אז קיין 'הורוויץ' אייניקלעך זענען נישט פארבליבען?
זענען די פרענקל-קושיצקיס, רבנים אדער באקאנטע אידן?

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 3:40 pm

לגבי די יארצייט פון רבי'ן ר' הערש, איז כדאי אנצוצייגן אז די שאלה ווערט קלאר ארומגערעדט אין די פוסקים לגבי בר מצוה. דער מגן אברהם אין או"ח סי'? נעמט אן אז מ'ווערט א גדול ביום ר"ח כסליו עיי"ש הטעם שעד יום ר"ח עדיין לא נתמלאו לו י"ג שנה. אנדערע קריגן מיט אים. עס איז דא פוסקים וואס ברענגען א ראי' פון א גמרא אין סנהדרין, אז מ'גייט בתר שמא און וויבאלד ל' חשון הייסט אלעמאל א' דר"ח כסלו, דעריבער אפי' בשנת חסר ווערט מען בר מצוה ביום ר"ח כסלו.

לגבי יארצייט דירעקט איז אויך דא א קלארער שמועס אין די פוסקים (איני זוכר שמותם) דערוועגן. ס'רוב דאכט זיך נעמען אן כנ"ל, אז ס'פארעכנט זיך אויף ביום ראש חודש כסלו.

(כ"ז כתבתי מזכרוני ולא בדקתי כעת המ"מ)

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 3:53 pm

לגבי שנה פשוטה ומעוברת איז על פי הלכה דא א חילוק פון א בר מצוה ביז א יארצייט,

דהיינו איינער וואס איז געבוירן אדער אוועק אין א שנה פשוטה,

איז ווען עס קומט צו א שנה מעוברת איז א בר מצוה באדר שני, און א יארצייט אין אדר ראשון.
לעצט פאראכטן דורך ביקסאד אום דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 4:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ועמך כולם צדיקים

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 4:00 pm

יישר כח הרב מביקסאד פאר די הערה. כפי ידיעתי איז דאס אליין אויך א מחלוקת הפוסקים. דאכט אז דער חתם סופר אין א תשובה האלט כמו שכתבת. (פארוואס נאר דאכט זיך? ווייל איך בין נישט זיכער דערין עפעס שווינדלט מיר אין קאפ אז דער חתם סופר אין א תשובה נעמט לכתחלה אן אויף יעדן ענין, א חוץ לגבי פורים, אז מ'דארף זיך האלטן צו אדר ראשון. ואבדוק בל"נ).

למעשה, פוק חזי מאי עמא דבר. לויט וויפיל איך ווייס האט מען למעשה אנגענומען ווי די פוסקים אז אפי' ביי א בר מצוה איז דאס אויך באדר שני. עס איז דא א תשובת מהר"ם מינץ וואס רעדט אויך דערוועגן, און כמדומה ער נעמט טאקע אן אד"ב.

אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 28, 2008 11:51 am

תגובהדורך ארפכשד » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 4:06 pm

הרב זארעכפעפער: עי' בשו"ת חתם סופר או"ח סי' קס"ג.
ועי' בשו"ת מהר"י מינץ סי' ט'.
א איד פון דערהיים, מלא חן...

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 4:09 pm

די מעשה וואס זיידעניו ברענגט מיט די אלמנה איז גאר אינטערסאנט
ווייסט איינער אפשר וויפיל זיוויגים דער רבי ר' הערש האט געהאט, ווייל לויט די מעשה קוקט אויס ווי מרעד שוין פון עטליסט זיין צווייטער זיוג, אין ווי באקאנט האט דער הייליגער רוזשינער חתונה געהאט מיטן אלמנה פונעם הייליגען רבי ר' הערש אין ביי אים אין שטוב איז טאקע אויפגעצויגען געווארן זיין זון ר' יוסף וואס האט זיך טאקע גערופען מיטן לעצטען נאמען פרידמאן, בין איך נייגעריג צי דער רושינער האט גענומען אט די אויבן דערמאנטע פרוי פונעם סיפור וואס זיידעניו האט געברענגט.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 4:13 pm

ביקסאד האט געשריבן:לגבי שנה פשוטה ומעוברת איז על פי הלכה דא א חילוק פון א בר מצוה ביז א יארצייט,

דהיינו איינער וואס איז געבוירן אדער אוועק אין א שנה פשוטה,

אנטשולדיגט יאך האב געהאט א איהרטום, שוין פאראכטן.
ועמך כולם צדיקים

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 4:18 pm

יאסל האט געשריבן:די מעשה וואס זיידעניו ברענגט מיט די אלמנה איז גאר אינטערסאנט
ווייסט איינער אפשר וויפיל זיוויגים דער רבי ר' הערש האט געהאט, ווייל לויט די מעשה קוקט אויס ווי מרעד שוין פון עטליסט זיין צווייטער זיוג, אין ווי באקאנט האט דער הייליגער רוזשינער חתונה געהאט מיטן אלמנה פונעם הייליגען רבי ר' הערש אין ביי אים אין שטוב איז טאקע אויפגעצויגען געווארן זיין זון ר' יוסף וואס האט זיך טאקע גערופען מיטן לעצטען נאמען פרידמאן, בין איך נייגעריג צי דער רושינער האט גענומען אט די אויבן דערמאנטע פרוי פונעם סיפור וואס זיידעניו האט געברענגט.
יא, יא, עס איז דעריבער דא א תשובה פון איינע פון די גדולי הפוסקים ומשיבים אין יענע תקופה, אויב עס איז דא א חשש קטלנית.

ר' יוסף איז געבליבן דארט וואוינען א שיינע פאר יאהר נאך דעם ריזשינערס הסתלקות.
ועמך כולם צדיקים


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט