רבי משה טייטלבוים מאוהעל הישמח משה זצ"ל - כ"ח תמוז תר"א
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
רבי משה טייטלבוים מאוהעל הישמח משה זצ"ל - כ"ח תמוז תר"א
הרה"ק רבי משה טייטלבוים (בהרה"ק ר' צבי) ישמח משה - איז געוועהן א תלמיד פון הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע. ער האט מחבר געוועהן די ספרים ישמח משה על התורה ונ"ך, ומס' אבות, שו"ת השיב משה, און ספר תפלה למשה אויף תהלים. דער ישמח משה (אזוי רופט מען אים על שם ספרו) איז געוועהן מפורסם אלץ בעל מופת בפרט מיט דעם וואס ער פלעגט שרייבן קמיעות על כל צרה שלא תבא. דער ישמח משה איז געוועהן רב אין שינאווא און סוף ימיו אין אוהעל ושם מנו"כ (ר"ת מנוחתו כבוד). ער איז נפטר געווארן כ"ח תמוז שנת תר"א לפ"ק, זי"ע ועכ"י.
זיידע,
מנו"כ, זאגן טייל 'מנוחת כבודו' ווייסט אפשר וואס דער חילוק איז?
אגב דא אין דער 'אידישע וועלט' וויקעפידיע איז פארהאן א שיינע באשרייבונג פון דעם ישמח משה ויוצאי חלציו רבני עיר איהעל, ווי אויך אנדערע חסיד'ישע דינאסטיעס, אויב גלייכט איר און זענט בקי בתולדות הגדולים, איז דארט פארהאן גאר א גוטער פלאטפארמע פאר אזעלכע ענינים.

דער "ייטב לב" האט דערציילט, אז ער האט אליין געהערט פון זיין זיידען דער "ישמח משה" ווען ער האט געזאגט אז ער קומט שוין איצט אראפל אויף די וועלט דאס דריטע מאל. דאס ערשטע מאל איז ער געווען אינעם דור המדבר, זאגענדיג אז ער געדענקט נאך דאס געצעלט אין וועלכן זיי האבן געוואוינט זייענדיג אין מדבר. דערביי האט ער דערציילט אז ביי די מחלוקת פון קרח האבן די אלע שיינע אידן, די ראשי סנהדראות, מיטגעהאלטען מיט קרח, נאר דער געווענליכער המון עם האט מיטגעהאלטן מיט משה רבינו. האט אים דער "ייטב לב" געפרעגט מיט וועלכען צד ער האט געהאלטן? האט דער ישמח משה געענטפערט, איך בין געשטאנען אין א זייט און זיך נישט אריינגעמישט אין קיין שום צד. אויף די פראגע פונעם ייטב לב פארוואס ער האט נישט מיטגעהאלטן מיט משה רבינו, האט ער אים געענטפערט, האסט נישט געקענט דעם קרח'ן. ווען דו וואלסט געקענט דעם קרח, וואלסטו אזא שאלה נישט געפרעגט...
דער ישמח משה האט המאל געוויזען פאר זיין אייניקעל (איך מיין אז פאר ר' משה יוסף איהעלער אזוי ליגט מיר עפעס אין זכרון אבער דאס "פארוועם" געדענק איך נישט זיכער) אז די קמיעות האבען א חיות אין זיך, ער האט עס ארויפגעלייגט אויף זיין האנט איין די קמיעות האבען וואו שפאצירט אויף ארויף.
מפי האדמו"ר מסאטמאר זי"ע (בעל הברך משה)
מפי האדמו"ר מסאטמאר זי"ע (בעל הברך משה)
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 485
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2007 2:22 pm
- לאקאציע: מחשובי אנ"ש
Re: רבי משה טייטלבוים, הישמח משה=כ"ח תמוז שנת תר"א
צום היינטיגן יארצייט, יום ה' פ' מסעי תשס"ח לפ"ק
דער הייליגער רבי ר' הירש'עלע ליסקער בעל אך פרי תבואה און תלמיד מובהק פון הייליגן ישמח משה האט אמאל אין טאג פון יארצייט געזאגט אז ער האט געזעהן דעם הייליגן רבי'ן אין אוהל ביים ציון הק' מיט ביידע הענט אויסגעשפרייט אויפן ציבור און וואונטשט אן אלע אידן וואס זענען געקומען זיך אויסבעטן ביי זיין ציון אין טאג פון יארצייט.
דער הייליגער ישמח משה איז געווען באקאנט מיט זיין אויסערגעווענליכע צפי' לישועה אויף די גאולה שלימה
עס איז באקאנט די מעשה אז אמאל ער"פ האט מען זייער געווארט אז זיין זון דער הייליגער רבי אלעזר ניסן זאל שוין אנקומען אויף יו"ט, (ער האט שוין געזאלט זיין דארט פון א טאג צוויי צוריק, אדער אינדערפרי, עכ"פ מען איז שוין געווען נערוועז איבער זיין אנקום) דער הייליגער ישמח משה איז שוין געגאנגען אין מקוה (פאר מצות באקן?) ווען פלוצלינג איז מען אריינגעלאפן מודיע זיין פאר'ן ישמח משה אז "ער איז שוין דא ב"ה" "ער איז אנגעקומען"
דער הייליגער ישמח משה איז פארשטייט זיך געווארן זיער באגייסטערט און זיך אנגערופן 'לאמיר שנעל גיין איהם מקבל פנים זיין' 'וואו איז ער?' האט מען איהם גע'ענטפערט 'ביים רבי'ן אין שטוב', ' ביי מיר אין שטוב?' נו, דארף מען זיך אוודאי צואיילן.......
אנקומענדיג אין שטוב פרעגט ער ווייטער מיט איין אטעם און געוואלדיגע שמחה "וואו אין שטוב געפינט ער זיך ? אין וועלכן צימער? " האט מען איהם געזאגט ביים רבי'ן אין צימער, איז ער אריינגעלאפן אהין און געפרעגט ר' אלעזר ניסן "וואו איז ער???"
ביז די שטוב מענטשען האבן זיך געכאפט אז דער הייליגער רבי האט געמיינט אז מ'רעדט פון משיח, ווייל ביי איהם האבן די ווערטער "ער איז שוין דא" געמיינט נאר איין זאך............
ער האט אמאל געזאגט, רבוש"ע, איך בין גרייט צו גיין אין שאול תחתית און קיינמאל נישט ארויפקומען פון דארט און נישט צוזעהן די שמחה פון ביאת משיח, אבי דו זאלסט שוין שיקן משח אונז אויסלייזן

רבי משה טייטלבוים, הישמח משה=כ"ח תמוז שנת תר"א
א בילד פון אוהן פון אינדרויסן
- אטעטשמענטס
-
- 1 (WinCE).jpg (8.86 KiB) געזען 14584 מאל
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 485
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2007 2:22 pm
- לאקאציע: מחשובי אנ"ש
Re: רבי משה טייטלבוים, הישמח משה=כ"ח תמוז שנת תר"א
איבערגעלייגט די בילד פון מצבה, (עס איז צו גרויס פאר ניי קרעטשמע)
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
Re: רבי משה טייטלבוים, הישמח משה=כ"ח תמוז שנת תר"א
לכבוד די יארצייט וועל איך ארויפלייגן א שייע תורה פון ישמח משה אויף וואכעדיגע סדרה (פר' מסעי), וואו ער זאגט א שיינע טעם אויף דעם וואס עדים זוממים וואס האבן געוואלט איינעם מחייב זיין גלות, ווען זיי ווערן מוזם גייען זיי נישט אליין אין גלות.
וז"ל:
והשיבו אותו העדה אל עיר מקלטו וגו' וישב בה עד מות הכהן גדול (במדבר לה כה). במסכת מכות דף ב' (ע"א) מעידין אנו באיש פלוני שהוא חייב לגלות, אין אומרים יגלה זה תחתיו כו'. מנא הני מילי, ומסיק דדריש הוא ולא זוממין. והנה נ"ל ליתן טעם ע"ד דלא רצה התורה לחייב בזה דין הזמה, משום דבגלות כתיב וישב בה עד מות הכהן גדול, ונתבאר בכ"מ (מכות י"א ע"א) דזה עונש לכהן גדול כדי שיתפלל על מיתת כהן גדול, (מדה כנגד מדה) משום שהכהן גדול לא התפלל שלא יהיה מכשול כזה, ודוקא בשוגג אמרינן כן, דזה אינו בבחירת אדם, אבל לא בהורג במזיד שהבחירה חפשית והכל בידי שמים כו' (ברכות ל"ג ע"ב), ולא שייך גביה תפילה. ואם כן לפי זה יתכן זה דוקא בהורג בשוגג כדאמרן, מה שאין כן אם הוזמו העדים, וזה לא הרג בשוגג והעדים הרי העידו שקר במזיד, מה חטא הכהן גדול שיתלה גלות במיתתו, ואם נימא דיגלו לעולם, הרי התורה לא אמרה רק כאשר זמם, ואם נימא דיגלו על איזה זמן קבוע, הרי בעינן כאשר זמם, ואם יכלה הזמן ועדיין כהן גדול חי, הרי לא הוי כאשר זמם, ואם כהן גדול מת ועדיין לא כלה הזמן, הרי הוי יותר מכאשר זמם, והתורה לא אמרה רק כאשר זמם, לכך לא רצה התורה לדון בדיני הזמה בזה כנ"ל. אבל בודאי אי לא האי מיעוט, לא הוי מפקינן בזה מפשטא דקרא דכתיב בהדיא ועשיתם לו כאשר זמם, משום הא דדרשינן, ר"ל טעמא דקרא עד מות הכהן גדול, אבל כיון דמיעטיה התורה, נ"ל לומר כן לטעם נכון ואמת בס"ד:

בעני,
זייער א שיינע טעם פונעם הייליגען ישמח משה, יישר-כח פאר די העתקה.
זכותו הגדול יגן עלינו ועכי"א.

זיידעניו כתב:
דער "ייטב לב" האט דערציילט, אז ער האט אליין געהערט פון זיין זיידען דער "ישמח משה" ווען ער האט געזאגט אז ער קומט שוין איצט אראפ אויף די וועלט דאס דריטע מאל.
א צווייט מאל ווען ער איז געווען אויף דעם עולם איז געווען אין דור פונעם חורבן, אזוי ווי ער האט אליין געזאגט אז מען זאל זיך נישט וואונדערן
פון ווי עס קומט צו איהם אזא שטארקע השתוקקות צו די גאולה העתידה און בנין בית המקדש, דאס איז דערפאר וייל "אני הגבר ראה" בדורו של ירמי' הנביא, און לויט א צווייטע גירסא גאר ירמי' הנביא אליין.

דער ישמח משה האט קיינמאל זיך נישט געטראפן מיט רבין ר' אלימלך ליזענסק ביז שינעווע איז היינט אפשר א האלבע שעה צו פארן.
עס איז געווען איינמאל וואס דער ישמח משה האט זיך ארויסגעלאסט צו פארן צים רבין ר' אלימלך איז אין מיטן וועג האט אים איינעם אפגעשטעלט פרעגן ווי פארט ער האט ער אים געזאגט. האט אים יענער קאלט געמאכט אז היתכן ער גייט פארברענגען צייט האט ער זיך אויסגעדרייט אין אהיים געגאנגען דער רבי ר' אלימלך האט עס שטארק באדויערט אין געזאגט ווען איך וואלט מיך מיט אים געטראפן וואלט איך אים געקענט טון א טובה עד סוף כל הדורות
ווען דער רבי ז"ל האט פארקיינעם געזאגט פארלוירן זיין טאכטער רחל האט ער דעס געזאגט ווער וויייסט אויב דער זיידע וואלט זיך געטראפן מיט רבי ר' אלימלך וואלט דאס פאסירט זי"ע

- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
די אויבנדערמאנטע מעשה וואס ''זיידעניו'' האט געשריבן וואס דער ייטב לב האט געזאגט בשם דעם ישמח משה זי"ע בנוגע די מחלוק' פון קרח, האט דער ייטב לב זי"ע איבערגעזאגט ביי די מחלוקה הידוע וואס מרן הק' מצאנז זי"ע האט אנגעפיהרט, בנוגע וואס מ'האט אים אנגעפרעגט היתכן ער מישט זיך נישט אריין.
שפעטער האט אבער דער ייטב לב יא געשריבן א ווארעמע בריוו לכבודו פונעם מחותן מרן הגה"ק מצאנז זי"ע, (דאס איז געווען ווען די צד שכנגד האבן געמאכט א ח'רם רח"ל אויפן הייליגן צאנזער רב).

לחיים ולברכה!
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
איהר האט מן הסתם פאר-מישט מיט הרה"ק רבי משה מ'ראזוואדאוו.cano האט געשריבן:דער ישמח משה האט המאל געוויזען פאר זיין אייניקעל (איך מיין אז פאר ר' משה יוסף איהעלער אזוי ליגט מיר עפעס אין זכרון אבער דאס "פארוועם" געדענק איך נישט זיכער) אז די קמיעות האבען א חיות אין זיך, ער האט עס ארויפגעלייגט אויף זיין האנט איין די קמיעות האבען וואו שפאצירט אויף ארויף.
מפי האדמו"ר מסאטמאר זי"ע (בעל הברך משה)
רבי משה יוסף בעל היטיב איטיב האט דאך געטראגן דעם נאמען פון דעם זיידן דער ישמח משה.
ועמך כולם צדיקים
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35146
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
א חסידישע מעשה אין א סינגאפאר צייטונג בשנת תרי"א
http://onthemainline.blogspot.com/2010/ ... apore.html

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ארויף לכבוד די יארצייט סאיז שפעט ערב שבת נאנט צום זמן לאמיר מקציר זיין.
ווען דער ישמח משה איז געפארן די ערשטע מאל צום רבין פין לובלין האט ער גקלערט אויפן וועג הבא לטהר מסייעין אותו אז דער לשון רבים מיינט די צדיקים און ווען ער איז אנגעקומען צום רבין פין לובלין האט די רבי פין לובלין געזאגט די תורה פארן ישמח משה האט ער געזען אז די אפענע אויגן פינען רבין פין לובלין.
אויך די מעשה מיטן טאביק פישקע המביא דורן לת"ח כאילו הקריב ביכורים.
ווען דער ישמח משה איז געפארן די ערשטע מאל צום רבין פין לובלין האט ער גקלערט אויפן וועג הבא לטהר מסייעין אותו אז דער לשון רבים מיינט די צדיקים און ווען ער איז אנגעקומען צום רבין פין לובלין האט די רבי פין לובלין געזאגט די תורה פארן ישמח משה האט ער געזען אז די אפענע אויגן פינען רבין פין לובלין.
אויך די מעשה מיטן טאביק פישקע המביא דורן לת"ח כאילו הקריב ביכורים.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
איך האב די וואך געזען א אינטערעסאנטע זאך אז דער ישמח משה ווען ער איז געווען רב אין שינאווא, נאך פאר ער איז נתקרב געווארן צו חסידות, איז אמאל געווען די הייליגע טעג ווען ער איז דורך דאס חסידיש ביהמ"ד אין שינאווא האט ער פלוצלינג געפילט א געוואלדיגע השתוקקות אריינצוגיין דארט, און ער האט זיך געוואונדערט אז דוקא אין אזעלכע הייליגע טעג ציט אים אריינצוגיין אין אזא פלאץ. למעשה האט דאס אים געשטופט צו פארן צום רבין פון לובלין און בודק זיין די זאך צו זען צו דאס איז מצד הקדושה אדער חלילה להיפך
זיין איידעם דער ארי' דבי עילאה האט אויך אסאך מפציר געווען ער זאל פארן צום רבין פון לובלין.

אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מי יודע לויט ווי איך האב עס געהערט האט דער ישמח משה געזאגט שפעטער ווען ער איז שוין נתקרב געווארן צו חסידות אז אויפן וועג פין זיין הויז ביז צום ביהמ"ד פלעגט ער דורעכגיין א חסידוש שטיבל און אונעם הייליגן נאכט ווען ער פלעגט גיין אין שול האט ער געשפירט אז ס'ציט אים אריינצוגיין און ער האט זיך געווינדערט אויף זיך אליין ווי קומט עס צו אים עס זאל אים ציען אזאנע זאכן צו טוען, נאכן נמשך ווערן צו חסודית האט ער שוין פארשטאנען אז דאס קומט פינעם צד הקדושה.
מען פארציילט א ווערטל וואס איז אדער נישט אמת אדער יא אמת אז דער ישמח משה האט מען אמאל געגעבן א נועם אלימלך און ער איז נאך געווען א מתנגד האט ער עס אוועקגעווארפן האט אים דער איד געזאגט איר וועט נאך ווערן א חסוד ווייל איר האט אוועקגעווארפן דאס ספר מיט א חסידוש ברען.
די לעצטע שבת פינעם ישמח משה האט ער געהאלטן און איין פרעגן צו סאיז געקומען א איד וואס דארף געהאלפן ווערן מיט קינדער, די מעשה איז געווען אז סאיז געווען א איד אין מונקאטש ר' יוסף? זרח וואס האט נישט געהאט קיין קונדער איז ער געפארן צו ר' מאירל פרעמישלאן זיך מזכר זיין האט אים ר' מאריל געזאגט פאר אויף אוהעל שטעל דיך נישט אפ און ערגעץ כצפרים עפות אבער דער ווייב האט אים צוגערעדט יא צו בלייבן אינדערהיים אויף שבת און נאך שבת פארן ווייטער למעשה איז דער ישמח משה אינדערצווישן נפטר געווארן און ער האט פארפאסט זיין געלעגענהייט און דעמאלטס האט ער געלאזט בויען דעם ביהמ"ד לשמו ולזכרו.

און שטאט קליינווארדאן? האט מען געגראבן פאר א קוואל צו בויען א מקוה אבער מען האט נישט געטראפן קיין וואסער און מען איז געגאנגען צום רבי ר' הירש און ער האט געבעטן א סך געלט איז געגאנגען די קהלה און געמאכט אן אסופה האט איינער אנגעטראגן מען זאל פרובירן אין אוהעל אפשר דארט וועט עס קאסטן ביליגער, איז מען טאקע געגאנגען קיין אוהעל און פאר א צענער האט דער ישמח משה דערלאנגט א קמיע מיט די צייט האט דער רבי ר' הערש געפרעגט וואס גייט פאר אין קליינוארדאן מען דארף מער נישט קיין מקוה? האט מען אים געזאגט זיי האבן פראבירט אין אוהעל פאר ביליג האט דער רבי ר' הירש געפרעגט און וואס האט דער אוהעלע רב געטוען האט מען אים געזאגט ער האט געגעבן א קמיע האט ער געזאגט מיט א קמיע איז א קונץ? לאמיר זען אן א קמיע
אנטשולדיגט אז איך שרייב די מעשות בקיצור אין נישט פינקטליך איך זעה נאר אז קיינער שרייבט נישט שרייב איך כאטש עפעס ואתכם הסליחה, אפשר ווען איך וועל האבן א רואיגע שעה וועל איך עס נאך פארעכטען אבל אננו מתחייב את עצמו לזה.
אנטשולדיגט אז איך שרייב די מעשות בקיצור אין נישט פינקטליך איך זעה נאר אז קיינער שרייבט נישט שרייב איך כאטש עפעס ואתכם הסליחה, אפשר ווען איך וועל האבן א רואיגע שעה וועל איך עס נאך פארעכטען אבל אננו מתחייב את עצמו לזה.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
cano האט געשריבן:מי יודע לויט ווי איך האב עס געהערט האט דער ישמח משה געזאגט שפעטער ווען ער איז שוין נתקרב געווארן צו חסידות אז אויפן וועג פין זיין הויז ביז צום ביהמ"ד פלעגט ער דורעכגיין א חסידוש שטיבל און אונעם הייליגן נאכט ווען ער פלעגט גיין אין שול האט ער געשפירט אז ס'ציט אים אריינצוגיין און ער האט זיך געווינדערט אויף זיך אליין ווי קומט עס צו אים עס זאל אים ציען אזאנע זאכן צו טוען, נאכן נמשך ווערן צו חסודית האט ער שוין פארשטאנען אז דאס קומט פינעם צד הקדושה.
מען פארציילט א ווערטל וואס איז אדער נישט אמת אדער יא אמת אז דער ישמח משה האט מען אמאל געגעבן א נועם אלימלך און ער איז נאך געווען א מתנגד האט ער עס אוועקגעווארפן האט אים דער איד געזאגט איר וועט נאך ווערן א חסוד ווייל איר האט אוועקגעווארפן דאס ספר מיט א חסידוש ברען.
די לעצטע שבת פינעם ישמח משה האט ער געהאלטן און איין פרעגן צו סאיז געקומען א איד וואס דארף געהאלפן ווערן מיט קינדער, די מעשה איז געווען אז סאיז געווען א איד אין מונקאטש ר' יוסף? זרח וואס האט נישט געהאט קיין קונדער איז ער געפארן צו ר' מאירל פרעמישלאן זיך מזכר זיין האט אים ר' מאריל געזאגט פאר אויף אוהעל שטעל דיך נישט אפ און ערגעץ כצפרים עפות אבער דער ווייב האט אים צוגערעדט יא צו בלייבן אינדערהיים אויף שבת און נאך שבת פארן ווייטער למעשה איז דער ישמח משה אינדערצווישן נפטר געווארן און ער האט פארפאסט זיין געלעגענהייט און דעמאלטס האט ער געלאזט בויען דעם ביהמ"ד לשמו ולזכרו.
יא דער איד האט געהייסן ר' יוסף זרח הורוויץ, ער האט דערנאך געלאזט בויען א ביהמ"ד אין מונקאטש ווי ער האט אויסגעהאלטן עשרה בטלנים צו לערנען, דאס ביהמ"ד האט מען גערופן "דאס קליינע ביהמ"ד" אויב האב איך נישט קיין טעות איז דער מונקאטשער ביהמ"ד אין וומסב"ג אינדרויסן אויף די סיין שטייט עפעס אז דאס איז לזכר די קליינע ביהמ"ד
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מי יודע האט געשריבן:איך האב די וואך געזען א אינטערעסאנטע זאך אז דער ישמח משה ווען ער איז געווען רב אין שינאווא, נאך פאר ער איז נתקרב געווארן צו חסידות, איז אמאל געווען די הייליגע טעג ווען ער איז דורך דאס חסידיש ביהמ"ד אין שינאווא האט ער פלוצלינג געפילט א געוואלדיגע השתוקקות אריינצוגיין דארט, און ער האט זיך געוואונדערט אז דוקא אין אזעלכע הייליגע טעג ציט אים אריינצוגיין אין אזא פלאץ. למעשה האט דאס אים געשטופט צו פארן צום רבין פון לובלין און בודק זיין די זאך צו זען צו דאס איז מצד הקדושה אדער חלילה להיפך
זיין איידעם דער ארי' דבי עילאה האט אויך אסאך מפציר געווען ער זאל פארן צום רבין פון לובלין.
ביטע אויב מעגליך צייכנט אן די ארט ווי איר האט עס געזעהן.