רבי חיים טירער מטשערנאוויץ זצ"ל - הבאמ"ח, כ"ז כסלו שנת תקע"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי חיים טירער מטשערנאוויץ זצ"ל - הבאמ"ח, כ"ז כסלו שנת תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק ר' חיים מ'טשערנאוויץ (בהרה"ק ר' שלמה) - איז געוועהן א תלמיד פון הרה"ק רבי ר' בער ממעזריטש זי"ע אויך פון הרה"ק רבי ר' יחיאל מיכל מזלאטשוב זי"ע. ער האט מחבר געוועהן די ספרים "באר מים חיים" על התורה, "סידורו של שבת", "שער התפלה", און "ארץ החיים", אין זיינע מיטעלע יארן האט ער אויפגעגעבן זיין רבנות אין טשערנאוויץ און איז אוועק געפאטרן קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט און עיה"ק צפת ושם מנ"כ, ער איז נפטר געווארן כ"ז כסלו שנת תקע"ה לפ"ק, זי"ע ועכ"י.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כ"ז כסלו איז דער יארצייט פון הרב הקדוש רבי חיים (טיראר) זי"ע פון טשערנאוויטץ, מחבר פון ספר באר מים חיים על התורה. דער "באר מים חיים" זי"ע, איז געווען א תלמיד פון זלאטשובער מגיד הרה"ק רבי מיכל'ע זי"ע, און ווי רבי מיכל'עס זון, הרה"ק מקרעמניץ זי"ע, שרייבט אין זיין הסכמה אויפן באר מים חיים האט רבי מיכל'ע אים גאר שטארק ליב געהאט : "נאך מער ווי זיין שווארץ אפל פון אויג". דער באר מים חיים איז געווען רב אין עטליכע גרויסע שטעט, געוואוינט האט ער אין טשערנאוויץ וואו ער איז געווען רב, און האט אויך געהאלטן דאס רבנות אין די שטעט: באטשאן, קעשינוב, מאהלוב.

שנת תקע"ד לפ"ק איז דער באר מים חיים געפארן וואוינען קיין ארץ ישראל, ער האט זיך באזעצט אין די הייליגע שטאט צפת ת"ו, וואו ער האט געוואוינט ביז זיין הסתלקות כ"ז כסלו שנת תקע"ו לפ"ק. ער האט מחבר געווען די ספריס: באר מים חיים על התורה. סידורו של שבת, אויף עניני שבת קודש. שער התפלה, אויף עניני התפלה. ארץ החיים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ווי גרויס און הייליג דער באר מים חיים איז געווען א גאנצע וואך, אזויפיל גרעסער און העכער איז ער געווען שבת קודש. אין ספר גדולים מעשה צדיקים, שרייבט דער מחבר החסיד המופלג רבי יעקב מרגליות ז"ל, אז זיין טאטע דער ראש בית דין פון בארדיטשוב, הגה"צ רבי משולם נתן מרגליות, פלעגט פארן צום באר מים חיים זי"ע. האט ער אמאל געפרעגט זיין טאטן, צו עס איז אמת וואס די וועלט דערציילט אז דער באר מים חיים איז געווען יעדן שבת קודש מיט צוויי קעפ העכער ווי א גאנצע וואך?, האט אים זיין טאטע געענטפערט: "מיין קינד, דו ווייסט אז איך זאג נישט קיין גוזמאות, האב איך דען אפגעמאסטן זיין הייעך? נאר דאס קען איך דיר יא זאגן, איך פלעג אים זעהן ערב שבת קודש פאר ער איז געגאעען אין מקוה, און איך פלעג אים זעהן ווען ער איז צוריק געקומען פון מקוה, זאג איך דיר בתורת עדות ברורה, אז נאך די מקוה האט ער אויסגעזעהן ממש ווי א צווייטער מענטש, ער איז געווען אנדערש סיי מיט זיין הויעך און סיי מיט זיין געשטאלט, דאס גאנצע געשטאלט פון זיין קערפער איז געווען אנדערש ווי פריער".

הערש מאסייבער איז געווען א באקאנטער פערזאן אין "מאסייב", א שטעטל אין די געגנט פון מארמאריש. נישט מיט זיין לומדות איז הערש געווען באקאנט, אויך נישט מיט זיין באזונדערע קליגשאפט אדער פעהיגקייטן. פארקערט, הערש איז געווען א פראסטער מענטש, א ליידיגגייער און א גרויסער עם הארץ. וואס איז יא געווען הערש'נס ספציעליטעט מיט וואס זיין נאמען איז געווען באקאנט פאר קינד און קייט אין שטעטל?, הערש איז געווען א גרויסער לץ, לאנגע שעות פלעגט ער שטיין און טרייבן שפאס פון אלעס און פון יעדן, און אין גאנץ מאסייב איז ער געווען באוואוסט אלס אויסגערופענער לץ און שפאס טרייבער. הערש איז געווען א פארמעגליכער מענטש, ער האט געהאנדלט מיט בהמות און פערד, און האט קיינמאל נישט פארפעלט צו פארן קיין טשערנאוויץ, די הויפט שטאט פון באקאווינא, (וואס איז נעבן מארמאריש, אויף די אנדערע זייט פון די בערג) אויפן גרויסן "יריד", דער מארק טאג, וואו ער פלעגט איינקויפן בהמות און פערד פאר זיין מסחר. אויך אין טשערנאוויטץ איז הערש געווען פארנומען מיט זיין ליצנות, גאנץ אינדערפריה, איידער דער מארק האט זיך אנגעפאנגען, פלעגט הערש שוין זיצן ארומגענומען מיט א געזעמל סוחרים און סתם מענטשן פון די גאס, און געלאזט הערן זיינע "קלוגע" רייד, מיט וואס דער עולם האט זיך אונטערגעהאלטן און געלאכט מיט פולע מיילער.

זיצט אמאל הערש מאסייעבער אין מארק אין טשערנאוויטץ, און טרייבט ליצנות. פלוצליע זעהט ער וואו עס גייט דורך דער רב פון שטאט, דער באקאנטער צדיק רבי חיים טיראר זי"ע, מחבר פון ספר "באר מים חיים". גיט אים הערש א פרעג, א ביסל מיט ליצנות און א ביסל מיט ערנסטקייט : "רבי! וואס טוט איר דא אין מארק?". שטעלט זיך דער צדיק אפ, און ענטפערט אים : אז ער גייט נאך געלט, ער זאמלט געלט פאר א מצוה פון "פדיון שבוים", אויסצולייזן א געפאנגענעם איד. "וויפיל געלט דארף דער רבי האבן?" - פרעגט הערש, שוין מיט אן ערנסטע מינע. "טויזנט פינף הונדערט גאלדענע רענדלעך", ענטפערט דער רבי. הערש טראכט נישט לאנג, ער נעמט ארויס פון זיין טאש די גאנצע סומע, טויזנט פינף הונדערט גאלדענע רענדלעך, און גיט עס אהין פארן רבי'ן. דער רבי בלייבט שטיין ערשטוינט, טויזנט פינף הונדערט רענדלעך איז א ריזיגע סומע געלט, דאס איז הערש'נס גאנצע פארמעגן וואס ער האט מיט גענומען צו קענען איינקויפן בהמות, און דא גיט ער עס אויף איינמאל אוועק אינגאנצן!. דער כח פון א אידישע נשמה!. ווי געפאלן ער איז ערוועקט זיך אמאל דער אידישער פונק, עס פלאקערט אויף דאס הייליגע פייערל וואס פלאקערט אין א אידיש הארץ. פאר אזא ערהויבענעם סארט מענטש קומט זיך דאך זיכער א ברכה, ווינטשט אים דער רבי אן : "דו זאלסט זוכה זיין צו פילן א טעם אין הייליגן שבת".

קיין געלט האט הערש שוין נישט געהאט, ער האט דאך אוועקגעגעבן דאס גאנצע פארמעגן פארן רבי'ן, האט ער מער נישט געהאט וואס צו זיכן אין טשערנאוויטץ. האט ער זיך געבארגט עפעס געלט אויף שפעזן און איז אהיים געפארן קיין מאסייעב. ווען ער איז אנגעקומען אהיים, און האט דערציילט וואס ער האט געטאן מיט זיין געלט, האבן זיין ווייב און קינדער גענומען שרייען אויף אים : "וואס האסטו געטאן?, האסט דאך אונז אומגליקלעך געמאכט! דאס גאנצע פארמעגן אוועקגעגעבן!, פון וואס וועלן מיר לעבן?. רבי הערש, ווי מיר וועלן אים רופן פון יעצט, איז אבער געבליבן פרייליך און גוט אויפגעלייגט אז ער האט זוכה געווען צו טאן אזא גרויסע מצוה, און איז גארנישט געווארן טרויעריג.

יענעם דאנערשטאג, גיט רבי הערש א פרעג די ווייב : "דו ווייסט וואס מארגן איז"? "זיכער ווייס איך" - ענטפערט זי אים מיט כעס : "מארגן איז ערב שבת, און איך דארף טאקע געלט אויף שבת צו מאכן". רבי הערש מאכט זיך נישט וויסענדיג פון איר בייסיגען ענטפער און נעמט טאנצן פאר גרויס שמחה, אז מארגן איז שוין ערב שבת. די ווייב קוקט אים אן, זי האט געמיינט אז ער איז משוגע געווארן, פון ווען אן פרייט זיך איר מאן מיטן שבת?, נאכדערצו דאנערשטאג זאל ער שוין טראכטן אפילו אז עס גייט זיין שבת. דאנערשטאג ביינאכט ווען רבי הערש איז געגאנגען דאווענען אין בית המדרש מנחה מיט מעריב, איז ער שוין געווען אינגאנצן אויסער זיך פאר פרייד אז עס גייט שוין קומען דער הייליגער שבת !, ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, עס האט דאך אין אים געברענט די קדושה פון שבת קודש, און ער איז נאך נישט געווען אויסגעארבייט צו קענען באהאלטן פאר מענטשן זיינע הייליגע געפילן, האט ער אויך אין בית המדרש געזינגען און געטאנצן, ביז אלע אנוועזנדע האבן געמיינט אז ער איו נעבעך משוגע געווארן. זיין דאווענען דאנערשטאג און פרייטאג איז געווען מיט א פייערדיגען ברען און מיט גרויס התלהבות.

ווען עס איז געווארן דער זמן, דער הייליגער שבת איז אריינגעקומען, איז ר' הערש געווארן ווי א שטיק פייער, ער האט געברענט פאר די קדושה פון שבת קודש. א גאנצן שבת קודש איז ר' הערש געווען פאר'דביקות'ט, ווי איינער פון די צדיקי הדור, זיין דאווענען און זיינע סעודות זענען געווען מיט א געוואלדיגע העכערקייט, זיין פנים האט געפלאמט ווי א פאקל. די קינדער און זיין ווייב האבן זיך געבראכן די הענט פאר צער, זיי האבן געמיינט אז ער איז נעבעך משוגע געווארן פאר צרות.

ווען עס איז געווארן אויס שבת איז ר' הערש געווארן צוריק דער אלטער הערש, און האט זיך צוריק גענומען צו זיין האנדל ווי געווענליך, די משפחה האט זיך בארוהיגט, עס איז נאר געווען א דורכגאנג, ברוך השם אז יעצט איז ער שוין צוריק נארמאל געווארן. אבער ווען עס איז געקומען מיטוואך האט זיך די שפיל אנגעהויבן פון דאסניי. אזוי איז געווען עטליכע וואכן, די ערשטע פאר טעג פון די וואך איז ר' הערש ווייטער געווען א פשוט'ער איד. ווען עס איז געקומען מיטוואך איז ער געווארן גאר אן אנדערער, ער האט געברענט פאר די קדושת שבת, און איז געווען גאר אויסגעטאן פון די וועלט. ערשט דעמאלט איז קלאר געווארן אז דאס אלעס איז אין כח פון די ברכה וואס ר' הערש האט באקומען פון טשערנאוויצער רב דער באר מים חיים, וואס האט אים געבענטשט אז ער זאל פילן א טעם אין שבת.

די קדושה פון שבת קודש וואס ר' הערש האט געפילט יעדע וואך, האט אים צוביסלעך אויסגעאיידלט און איבערגעענדערט, די קדושה האט געהאט אויף אים אן השפעה און איז פארבליבן ביי אים אויך אין די אנדערע טעג פון די וואך, צוביסלעך האט ער זיך גענומען לערנען און דאווענען און שטייגן אין אידישקייט, ביז ער איז געווארן א גרויסער תלמיד חכם און אמת'ער צדיק, און איז שפעטער געווען איינער פון די חשוב'ע תלמידים פון הייליגן באר מים חיים זי"ע.

די מעשה האט דערציילט דער נאסודער רב הגאון הקדוש רבי אברהם יהושע פריינד זצ"ל. פלעגט דער נאסודער רב אויספירן, אז ער האט נאך געקענט אלטע חשוב'ע אידן, איינוואוינער פון די שטאט סיגוט, וועלכע פלעגן פארן קיין מאסייעב צו ר' הערש'ן, צו זיין ביי אים אויף שבת, און צו הערן דברי תורה פון זיין הייליג מויל. שפעטער איז ר' הערש ארויף געפארן וואוינען קיין ארץ ישראל, וואו ער האט אויסגעלעבט זיינע לעצטע יארן בקדושה ובטהרה, און איז דארט נפטר געווארן אלס צדיק און הייליגער איד.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

איר זענט זיכער מיט די יום ההילולא.
ועמך כולם צדיקים
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איך געדענק נישט קיין עירור דעראויף
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

די יום ההסתלקות פון דעם בעל באר מים חיים איז געווען שבת קודש כ"ז כסלו תקע"ח,

אין דעם ספר פרי צדיק עץ חיים - פרקי תולדות ימי חיי בעל באמ"ח, ארויס געגעבען דורך ר' אברהם אפרים גאטהייל, בשנת תשנ"ה, האט ער א גאנצע פרק מוקדש דערפאר, מיט די ארגינעלע מצבה, איטליכע עדות, ועוד, תעיין שם ותמצא נחת.

דער ארויסגעבער האט א מכון שש וארגמן, וואס האט אויך ארויס געגעבען מער וואו א צענדליג אינטערסאנטע גליונות מיט טשיקאווע ענינים אונטער דעם נאמען שבט מישראל.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

אויף mytzadik האב איך געזעהן אז דער באר מים חיים האט געהאט א טאכטער דבורה.
איז איינער דא באקאנט אויב די דבורה איז געווען די רביצין פן הרה"ק רבי שמואל שמעלקא רובין ז"ל מראמאן (א ברודער פונעם ראפשיצער רב ז"ל) ער איז געווען אן איידעם ביים באר מים חיים
פאלגענד איז א לינק ווי ס'איז דערמאנט
http://www.mytzadik.com/tadik.asp?kever_id=158&safaid=6
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב געזעהן אינעם ספינקא גליון (בית שמואל צבי) אז די קרעטשניפער רביים (רד"מ) זענען דאפלטע אייניקלעך פונעם בארמ"ח, קען איינער אראפברענגען דעם יחוס?
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

רבי מאיר קרעטשניפער (דער טאטע פון רבי לייזער וואלף קרעטשניפער און רבי איתמר'ל נודבורנא'ר) איז געווען אן איידעם ביי רבי יחיאל מיכל טירער פון דאראהוא ב"ר יעקב יוסף ממאהלעב א זוהן פונעם באר מים חיים, רבי דוד משה קרעטשניפער איז געווען אן איידעם ביי רבי חיים מרדכי ב"ר איתמר'ל נודבורנא'ער קומט אויס אז זיי זענען 2 מאל אייניקלעך פון רבי מאיר'ל קרעטשניפער, זענען זיי 2 מאל אייניקלעך פונעם באר מים חיים
לעצט פארראכטן דורך אלף בית אום מאנטאג דעצעמבער 22, 2008 4:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר כח הרב א. ווייס
אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 12:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיך? »

אלף בית האט געשריבן:רבי מאיר קרעטשניפער (דער טאטע פון רבי לייזער וואלף קרעטשניפער און רבי איתמר'ל נודבורנא'ר) איז געווען אן איידעם ביי רבי יחיאל מיכל טירער פון דאראהוא ב"ר יעקב יוסף ממאהלעב א זוהן פונעם באר מים חיים, רבי דוד משה קרעטשניפער איז געווען אן איידעם ביי רבי חיים מרדכי ב"ר איתמר'ל נודבורנא'ער קומט אויס אז זיי זענען 2 מאל אייניקלעך פון רבי מאיר'ל קרעטשניפער, זענען זיי 2 מאל אייניקלעך פונעם באר מים חיים

אויך קרעטשניפער רבי ר' הערשעלע פון כפר אתא - ירושלים, איז געווען א איידעם ביי ר' חיים מרדכי, ולא עוד זו נאר ר' חיים מרדכי איז געווען א איידעם ביי ר' לייזער וואלף ממילא זענען זיי 3 מאל (עטליס) אייניקלעך.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

גערעכט
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

דער ספינקא גליון צילט מסתמא צו די יחוס פון דעם קרעטשניוו'ער רבין'ס [רחובות] שווער, הרה"צ ר' יואל בעער מ'ראצפערט זצ"ל.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

פארוואס זאגסטו אזוי?
אגב, כ'זעה נישט אין ערגעץ אז רבי יואל בערר זאל האבן עפעס א שייכות מיטן באר מים חיים
לעצט פארראכטן דורך אלף בית אום מאנטאג דעצעמבער 22, 2008 5:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

פרעגט דעם סקרענטאן'ער רב וועט איר זעהן אז דברי יש להם על מה שיסמוכו,

יאך האב נישט געזעהן דעם גליון, אויב ער רעדט פון רד"מ אליין לא אמרתי כלום.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

דער פריערדיגער אדמו"ר מבית שמואל צבי ז"ל איז געווען א מחותן מיטן רחובות'ער
כ'געדענק ווען דער רחובות'ער האט חתונה געמאכט אן אייניקל דא אין אמעריקא איז דער בית שמואל צבי-ספינקא רבי געקומען מיט א שטריימל
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביקסאד איז גערעכט,

אדמו"ר ר' יוסף מאיר ב"ר בעריש מספינקא איז אן איידעם ביי קרעטשניף-רחובות וועלכע איז אן איידעם ביי ר' יואל בעער מאצפערט חתן ר' זושא'לע בן מהרש"א מראצפערט.

וויאזוי איז ר' יואל בעער א אייניקל פונעם באמ"ח?
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

מיללער האט געשריבן:ביקסאד איז גערעכט,

אדמו"ר ר' יוסף מאיר ב"ר בעריש מספינקא איז אן איידעם ביי קרעטשניף-רחובות וועלכע איז אן איידעם ביי ר' יואל בעער מאצפערט חתן ר' זושא'לע בן מהרש"א מראצפערט.

וויאזוי איז ר' יואל בעער א אייניקל פונעם באמ"ח?


ס'מיינט אז זיי צילן קרעטשניף-רחובות, לאו דוקא רבי יואל בערר.

רבי יואל בער איז כפי ידועתי נישט קיין אייניקל פונעם באמ"ח
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
חאצקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל »

אלף בית האט געשריבן:אויף mytzadik האב איך געזעהן אז דער באר מים חיים האט געהאט א טאכטער דבורה.
איז איינער דא באקאנט אויב די דבורה איז געווען די רביצין פן הרה"ק רבי שמואל שמעלקא רובין ז"ל מראמאן (א ברודער פונעם ראפשיצער רב ז"ל) ער איז געווען אן איידעם ביים באר מים חיים
פאלגענד איז א לינק ווי ס'איז דערמאנט
http://www.mytzadik.com/tadik.asp?kever_id=158&safaid=6


מיר זעהט אויס אז נישט ווייל זי ליגט אין ארץ ישראל און ווי איך ווייס איז דער ראפשיצער רב'ס ברודער נישט ארויפגעפארן קיין ארץ ישראל (ס'איז בלויז אן השערה נישט אויף זיכער)
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:ביקסאד איז גערעכט,

אדמו"ר ר' יוסף מאיר ב"ר בעריש מספינקא איז אן איידעם ביי קרעטשניף-רחובות וועלכע איז אן איידעם ביי ר' יואל בעער מאצפערט חתן ר' זושא'לע בן מהרש"א מראצפערט.

וויאזוי איז ר' יואל בעער א אייניקל פונעם באמ"ח?


B"H

COULD ANYBODY TELL ME WHOS EINKEL RAB YOEL BER <EISENBERG IS.
but exatly not bderech efshar.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

הרה"צ ר' יואל מ'ראצפערט בן
הרה"ח ר' יעקב שלמה בעער חתן
הרה"ג ר' דוד צבי שיינפעלד אב"ד בוקארעסט חתן
הרה"ג ר' יצחק אייזיק שור אב"ד בוקארעסט חתן
הרה"ג ר' לוי יצחק פרענקל - אשכנזי אב"ד בוקארעסט חתן
הרה"ק ר' יעקב יוסף מ'מאהילוו בן
הרה"ק הבעל באר מים חיים זי"ע


וואו פארלעסליך און קראנט די סדר היוחסין איז, זאל יעדער האלטן פאר זעך, און ראגירן וואו עס פאסט,
וואו יאך האב ערווענט ביי א פריערדיגע געלעגענהייט איבער די סארט יוחסין בכלל קאנט איר זעהן דאהי,
און בפרט וואו בן בוזי האט דארט געשריבן איבער די פרענקל - אשכנזי פאמיליע,

וואו העכער מען גייט אלס מער קאמפליצירט ווערט עס, און נישט נאר עס איז שכיח עס זאל זעך טרעפן פעלערען און איהרטום'ן, נאר עס איז כמעט נישט מעגליך, לא ימלט עס זאל נישט פאסירן, בפרט ווען עס איז נישט דא א פריערדיגע אראפ געשריבענע צו אן געצייכענטע מקור מוסמך, און די מקבלים מפה אל פה כענין אין אדם מוריש שקר לבניו, מיט די יארן אפילו מען וויל נישט איז מען נישט מדייק, אן הייבענדיג טאקע נאר כחוט השערה.

היינט צו טאג קומט נאך אפיר חדשים לבקרים די ארגינעלע מעטריקעל ביכער Vital records פון יענע מקומות, וואס זענען על פי רוב גאר קראנט, א גרויסע טייל קאן מען שוין אליין נאך קוקן אויף דעם ברייטן געוועב, וואס יאך קאן פערזענליך כמה אידן וואס האבן ממש אויף געלאכטן, געפינענדיג דארט ראיות המסייעם בעבודתם מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי, און אנדערע זענען דורך די דאקומענטן, זייערע יחוס פאפירן איין געשרימפן.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

דאס איז אמאל זיכער אז רבי יואל בערר מראצפערט האט געדארפט זיין א גרויסער יחסן, אויב איז ער געווארן אן איידעם ביי הרה"ק ר' זושא'לע בן הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט בן מרן הגה"ק מצאנז זי"ע, די שאלה איז נאר ווי קראנט איז די יחוס וואס דו ברענגסט אראפ איז קראנט.

לפי זה האלטן מיר שוין 4 מאל וואס די קינדער פונעם קרעטשניף-רחובות'ער רבי'ן זענען אייניקלעך פונעם באמ"ח

1. בן אחר בן ביז רבי מאיר'ל קרעטשניפער חתן נכדו פונעם באר מים חיים
2. רבי דוד משה איז געווען אן איידעם ביי רבי חיים מרדכי ב"ר אתימר מנודבורנא ב"ר מאיר מקרעטשניף
3. רבי חיים מרדכי מנודבורנא איז געווען אן איידעם ביי רבי לייזער וואלף ב"ר מאיר מקרעטשניף
4. דורך רבי יואל בערר מראצפערט
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אזוי וואו דער סקרענטאן'ער רב זז"ג, האט אנגעהויבן דער שמועס אין דעם געהענגעל פון וואס ער האט געזעהן אין דעם ספינקא גליון, על כן האב יאך געוואלט אן מערקן אז די ספינקא קינדער זענען זעלבסט אייניקלעך פון דעם באר מים חיים,
וכה סדר יחוסם :

כ"ק אדמו"ר בעל תפארת צבי מ'ספינקא זצ"ל חתן
הגה"צ ר' ישכר דוב בעריש וויינבערגער חתן
הרה"צ ר' מאיר פאללאק חתן
הרה"צ ר' אברהם חיים האגער בן
הרה"ק ר' צבי הירש מ'פעטשיניזין חתן
הרה"ק ר' אברהם חיים מ'לינסק חתן
הרה"ק ר' שמואל שמעלקא מ'ראמאן-באר חתן
הרה"ק הבאר מים חיים זיע"א

וואו פאר שטענדליך זענען דא וואס זענען מפקפק דערין מיט גוטע טענות,
איינס אז די אלטע ספינקא רביצין הרה"צ אסתר רחל ז"ל איז בכלל נישט קיין האגער אייניקל געווען,
צווייטנס אז די קינדער פון הרה"ק ר' שמואל שמעלקא מ'ראמאן-באר זענען נישט קיין אייניקלעך פון דעם באר מים חיים, זעה אין זרעא קדישא-לינסק.
ועמך כולם צדיקים
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

און תל אביב איז דא בית מדרש באר מים חיים מיט א הכנסת אורחים וואס דארט העסין אסאך יודין 3 מאהל און א טאג און בשבת, און דאס נתייסד געווארן דארך כ"ק אדמו"ר ר' משה יצחק לופאוויטש פון טשערנאויץ בוקארעסט זיע"א. היינט זיין זון איז ממלא מקומו און בני ברק ה"ה כ"ק אדמו"ר הרה"צ ר' אהרן זעליג לופאוויטש פון טשערנאוויץ בוקארעסט שליט"א, און דער בית מדרש און דער הכנסת אורחים און תל אביב איז ממשיך דארך דער איידעם ה"ה הרה"צ ר' אפרים טייטילבוים שליט"א א זון פון כ"ק אדמו"ר הרה"צ ר' מרדכי דוד טייטילבוים פון האסאקאב באר שבע שליט"א.

וזהו סדר יחוסם:
כ"ק אדמו"ר ר' משה יצחק לופאוויטש פון טשערנאוויץ בוקארעסט זיע"א חתן
כ"ק אדמו"ר ר' אהרן זעליג טירער פון דארעהאי זיע"א בן
כ"ק אדמו"ר ר' יעקב פינחס טירער פון דארעהאי זיע"א בן
כ"ק אדמו"ר ר' יחיאל מיכל טירער פון דארעהאי זיע"א בן
כ"ק אדמו"ר ר' יעקב יוסף טירער פון מאהליב זיע"א בן
הרב הקדוש רבי חיים טירער פון קוזיבא קריפטש טשערנאוויץ באטאשאן מאהליב קעשינעב זיע"א בעהמ"ח ספה"ק "באר מים חיים" "סדורו של שבת" "שער התפלה" ארץ החיים"
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אלף בית האט געשריבן:אויף mytzadik האב איך געזעהן אז דער באר מים חיים האט געהאט א טאכטער דבורה.
איז איינער דא באקאנט אויב די דבורה איז געווען די רביצין פן הרה"ק רבי שמואל שמעלקא רובין ז"ל מראמאן (א ברודער פונעם ראפשיצער רב ז"ל) ער איז געווען אן איידעם ביים באר מים חיים
פאלגענד איז א לינק ווי ס'איז דערמאנט
http://www.mytzadik.com/tadik.asp?kever_id=158&safaid=6


אין מאורי גאליציא ח"ו, צייכענט ער צו אז ר' שמעלקא איז געווען אן איידעם ביים במ"ח בזווג שני, און זיין טאכטער אשת ר' אברהם חיים מלינסק דער ערשטער איז געווען מזיווג ראשון נכדת ר' יצחק'ל האמבורגער.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”