ר' דוד (הראשון) מלעלוב - ז' שבט תקע"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

ר' דוד (הראשון) מלעלוב - ז' שבט תקע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק ר' דוד (בהרה"ח ר' שלמה) מלעלוב - איז געוועהן א תלמיד מובהק פון רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, און נאכדעם פון דעם חוזה מלובלין זי"ע. אין זיינע יונגע יארן האט ער זיך נוהג געוועהן מיט שווערע תעניתים וסיגופים. ער האט מקרב געוועהן א סך מענטשן צו תורה וחסידות, און ער איז געוועהן באוויסט מיט אהבת ישראל, אלעמאהל מלמד זכות געוועהן אויף אידן. אלע צדיקי הדור האבן אים שטארק מחשיב געוועהן. ער איז נפטר געווארן ז' שבט תקע"ד לפ"ק, זי"ע ועכ"י.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

און דעם אוהל ביי ר' דוד מלעלוב זצוק"ל
מען זעהט אויפען וואנט טאוועל 'אוהב ישראל'
אטעטשמענטס
KLehlev.JPG
KLehlev.JPG (92.67 KiB) געזען 7273 מאל
the SCY is the limit
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

דער הייליגער לעלובער פלעג אפרעכטן אסאך התבודדות אין פעלדער און וועלדער, און האט זיך געדרייט צווישן דעם המון עם אריינלייכטענדיג א קדושה און דערהויבנקייט אין פשוטע אידן. ער האט שטענדיג מקרב געווען אויך די נידריגסטע אידן, און איז טאקע וואויל באקאנט אלס א געוואלדיגער אוהב ישראל. מען דערציילט אז ער האט געהאט א קלייט אין די יונגע יארן, אבער עס איז קוים געווען אפן עטליכע שעה אין טאג, אויס זארג אז דער עולם וועט קויפן דוקא ביים אים, און אנדערע וועלן אזוי ארום דערלייגן פרנסה.

ער האט רחמנות געהאט אויך אויף ג-ט'ס באשעפענישן, און ביים יריד האט מען אים נישט איינמאהל געטראפן ווי ער טרונקט אן די פערד וועמענס אייגענטימער האבן זיי פארנאכלעסיגט זייענדיג פארנומען מיט די געשעפטן.

טראץ דעם וואס ער איז געווען א מבהיל'דיגער גאון, האט ער זיך פון גרויס עניוות אויס גאר שטארק באהאלטן, אז אפילו זיינע נאענטע האבן נישט געוואוסט דערפון.
ער האט מקרב געווען צו אידישקייט גאר אסאך אידן. פון זיינע באקאנסטע תלמידים איז דער רבי דער גרויסער דאקטער, רבי חיים דוד בראנד, שפעטער באקאנט אלס רבי חיים דוד פון פיעטרקאוו, וועמען ר' דוד'ל האט מחזיר בתשובה געווען.

ער האט איבערגעלאזט דריי זין: רבי משה זיין ממלא מקום, רבי נחמי' און רבי אביגדור. דורשי רשומות האבן געזאגט אז זיינע קינדער זענען נוט' "אמן".

--

זיין זון, הצדיק רבי משה לעלובער זי"ע האט אין זיינע יונגע יארן אויך געפירט א געשעפט'ל וואו ער האט פארקויפט מעל און זאלץ און זיך ערנעהרט דערפון בדוחק.

פרעגט אים אמאל זיין פאטער רבי דוד זי"ע: ווי גייט עס דיר אין דיין קלייט, דו פארדינסט עפעס?

ווי קען איך דען פארדינען, ענטפערט דער זוהן, אז קעגן איבער געפינט זיך אן אנדער געשעפט און יענער קאנקורענט פארקויפט דאס זעלבע וואס איך און שלעפט אוועק אלע מיינע קונים?

אויב אזוי, זאגט אים רבי דויד'ל, פארדינסטו דאך באמת. דו האסט דאך אוודאי גרויס שמחה אז א צווייטער איד פארדינט...

--

אמאל איז דער רבי איינגעשטאנען ביי א איד אונטערוועגנס. ווען ער איז אויפגעשטאנען פארטאגס צו פארן ווייטער, האט ער אנגעקלאפט אויפ'ן טיר פונעם בעל הבית און אים געוואונטשן "זייט געזונד".

אין יענעם שטוב איז געשלאפן די קראנקע טאכטער פונעם בעל הבית, וועלכע איז נעבעך געלעגן געלעמט גאנצע 12 יאר. נאכדעם וואס דער רבי האט יענעם אינדערפרי אנגעוואונטשן, איז זי אויפגעשטאנען צופרי פון בעט כאחד האדם. ויהי לפלא.

--

זיין תלמיד רבי ישראל יצחק פון ווארקע זי"ע האט אמאל דערציילט. דער רבי מוהר"ד לעלובער איז געפארן צו זיין רבי'ן ר' אלימלך פון ליזשענסק. אזוי ווי עס איז געווען א ווייטער וועג, און קיין געלט פאר א וואגן האט ער נישט געהאט, האט ער געדארפט גיין דורך א גרויסער וואלד. גייענדיג אין וואלד אויפ'ן וועג קיין ליזשענסק האט ער באמערקט אז ער בלאנדזשעט. נאכדעם וואס ער איז אזוי געגאנגען א לענגערע צייט און האט נישט געזען קיין עק, האט ער פון אנגסט גענומען וויינען. פלוצלונג דערזעהט ער א מענטש, און יענער פרעגט אים פארוואזשע וויינסטו? האט אים רבי דוד דערציילט אז ער טרעפט נישט דער וועג ארויס, און אויך אז ס'האט אים געכאפט א שרעק פון די נאכט פינסטערניש. האט אים יענער געזאגט, זארגט אייך נישט, איך קען גוט דעם וועג קיין ליזשענסק. קום לאמיר גיין צוזאמען. אזוי זענען זיי געגאנגען א קורצע וויילע ביז ער האט זיך דערזעהן נעבן שטאט ליזשענסק.

איידער דער מענטש האט זיך פון אים געזעגנט האט ער אים געזאגט: איך וועל דיר זאגן צוויי גאר וויכטיגע זאכן וואס וועלן דיר צוניץ קומען דיין גאנץ לעבן. 1, אויב מען וויל צוזאמשטעלן צוויי שטיקער האלץ, דארף מען קודם גלאט מאכן ביידע זייטן און אראפהויבלען די שפענדלעך וואס שטעקן ארויס וואס מען רופט: סענקיס. 2, אנשטאט צו זוכן די חסרונות און מעלות פון א צווייטן, איז "בעסער נישט ארויסצוקוקן פון זיך".

האט רבי דוד'ל געזאגט: אז היינט ווייסט ער שוין גוט פשט פון ביידע זאכן, און עס איז טאקע וואר. און דער מענטש וועמען ער האט באגעגענט אין וואלד, איז געווען אליה' הנביא זכור לטוב.

--

מרגלא בפי הרה"ק רבי יחיא' פון ביאלא זי"ע: עס איז ביי אונז מקובל פון אונזערע עלטערן, אז ווען רבי דוד'ל איז ארויף אין הימל, האט מען אים צוגעשטעלט אלס אוהב ישראל צום בית דין של מעלה, כדי ער זאל ממליץ טוב זיין אויף אידישע קינדער, ולסתום פיות מסטינים ומקטריגים.

זי"ע ועכי"א.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרב הקדוש רבי דוד'ל מלעלוב זי"ע איז געוועהן א זוהן פון הרה"צ ר' שלמה ז"ל וואס איז געוועהן באקאנט מיט זיין מדת האמת, און פון די גרויסע תלמידים פון הייליגען חוזה מלובלין זי"ע. דער הייליגע צאנזער רב זצוק"ל האט זיך אויסגעדרוקט אויף רבי דוד'ל מיט גרויס הערצה און חשיבות, און ער האט געזאגט אז "ללוב" – מיינט ל"ו ל"ב, מיינענדיג אז ער האט א ריכטיגע הארץ פאר דעם אויבערשטען, און פאר יודענ'ס וועגן.

גאר שטארק איז ער געוועהן בארימט מיט די מדה פון "אהבת ישראל". דער תפארת שלמה (רמזי פורים) ברענגט אז רבי דוד'ל לעלובער ז"ל האט זיך אויסגעדריקט מיט ווייטאג, "ווי קענט איר זאגן אז איך בין א צדיק הדור, אויב איך פיל נאך א גרעסערע ליבשאפט צו מיינע קינדער ווי צו אנדערע אידן...".


* * *


ווען די צוויי הייליגע ברידער דער רבי ר' זושא און דער רבי ר' אלימלך זכותם יגן עלינו זענען ארומגעגאנגען גלות ליידן זענען זיי געוואויר געווארן פון דעם יונגל דוד'ל. זענען זיי געגאנגען אין דעם דארף ביאלא נעבען לעלוב, וואו זיינע עלטערן האבן געוואוינט. אנקומענדיג אין הויז האבן זיי נישט געטראפן דארט קיינעם אויסער דאס קינד דוד'ל און האבן אים געפרעגט וואו איז דיין פאטער? האט ער געענפערט ער איז געגאנגען אין שטאדט אריין. און וואו איז דיין מוטער? האט ער געענפערט זי דארף שוין אנקומען. ווען די מוטער איז אנגעקומען אהיים, האבן זיי איר געפרעגט, זאגט אונז די התנהגות פון אייער מאן ווי אזוי ער פירט זיך אויף אין אלגעמיין וואס צוליב דעם האט איר זוכה געוועהן צו אזא הייליג קינד?

האט זי געענפערט, איך זע נישט ביי אים עפעס ספעציעלס, נאר איין זאך וואס איך טוה בייוואוינען, יעדן שבת נאכמיטאג ביי שלש סעודות ווען ער זינגט דעם זמר "בבואו מאדום" און ווען ער קומט אהן צו דעם חרוז "ויזכו לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות" וויינט ער בדמעות שליש און קלאפט זיך דעם קאפ אין דער וואנט, און בעהט השי"ת אז ער זאל זוכה זיין צו א לייטיש קינד, אן ערליכער איד, ער וויינט אזוי שטארק ביז ער פאלט אינגאנצען חלשות אז מען מוז אים דערמונטערן...

ווען זיי האבן דאס געהערט האבן זיי זיך אנגערופען, יעצט פארשטייען מיר שוין טאקע פארוואס זיי האבן זוכה געוועהן צו אזא קינד...


* * *


דער גראשקאווער רב הג"ר זאב דוד הכהן ז"ל שרייבט, אז זיין זיידע הרה"צ רבי אליעזר ליפמאן ז"ל פון שטעקעטשין, איז געוועהן גאר א נאנטער חבר מיט רבי דוד'ל לעלובער זי"ע. און יעדעס מאל ווען ער פלעגט פאָרן קיין לובלין צום חוזה זי"ע, פלעגט ער פאָרן דורך לעלוב, כדי צו קענען פארברענגען און זיך משתעשע זיין מיט רבי דוד'לען בתורה ובחסידות.

איינמאל ווען ער איז אנגעקומען קיין לעלוב, האט ער נישט געפונען רבי דוד'לען אינדערהיים. איז ער אים געגאנגען זוכן, ביז ענדליך האט ער אים געטראפן אויפ'ן בוידעם, דאווענען שחרית. ווייל אזוי ווי רבי דוד'ל האט דעמאלטס נישט פארמאגט קיין טלית, און קיין געלט צו קויפן א טלית האט ער אויך נישט פארמאגט, האט ער זיך געמאכט א טלית פון א לאלעך, ער האט זיך אבער געשעמט צו קומען צווישן מענטשן דערמיט, ווייל ער האט נישט געוואלט מען זאל וויסן פון דאס גרויס ארעמקייט וואס הערשט יעצט ביי אים אין שטוב, איז ער ארויף אויבן אויפ'ן בוידעם דאווענען.

ווען רבי אליעזר ליפמאן האט דאס געזעהן, האט ער געהאט דערפון גרויס עגמת נפש, אז זיין ידיד און נאנטער חבר זאל נישט קענען דאווענען צווישן מענטשן פון גרויס עניות, ער זאל נישט האבן קיין געלט זיך צו קויפן א געהעריגען טלית. און נאכדערצו האט דאך רבי ליפמאן גוט געקענט רבי דוד'לען, און האט געוואוסט פון זיין גרויס צדקות און קדושה. האט ער ביי זיך געקלערט, אז אויב וועט זיך אים מאכן צו קויפן א טלית, וועט ער אוועקגעבן דאס גאנצע געלט וואס ער האט יעצט ביי זיך אויף שפעזן קיין לובלין, און אויף צרכי חייו די צייט וואס ער וועט זיך געפינען אין לובלין, און וועט מיט דעם קויפן דעם טלית, און דאס ברענגען צו רבי דוד'לען פאר א מתנה.

אזוי איז טאקע געוועהן, אויפ'ן וועג פאָרנדיג קיין לובלין, האט ער געטראפן צו קויפן א טלית, מען האט געבעטן דערפאר צעהן רובל, האט ער ארויסגענומען כמעט דאס גאנצע געלט וואס ער האט פארמאגט, און געקויפט דערמיט דעם טלית. ער איז נישט געפאָרן ווייטער קיין לובלין, נאר איז גלייך צוריקגעפארן קיין לעלוב, און געגעבן רבי דוד'לען דעם טלית.

זעלבסטפארשטענדליך אז רבי דוד'ל האט זיך גאר שטארק געפרייט מיט די חשוב'ע מתנה. רבי אליעזר ליפמאן איז שוין נישט געפאָרן אויף יענעם שבת קיין לובלין, ער האט דאך שוין נישט געהאט מער קיין קיין געלט אויף שפעזן, איז ער צוריק אהיים געפאָרן קיין שטעקעטשין, און אויפ'ן אנדערן שבת איז ער ערשט געפאָרן קיין לובלין.

ווען ער איז אנגעקומען קיין לובלין, האבן אים די חסידים ארום גענומען און געגעבן שלום מיט גרויס שמחה, און האבן אים דערציילט, אז דעם פריערדיגען שבת האט דער רבי פון לובלין באפוילן מען זאל שטעלן וויין אויך פאר רבי ליפמאן פון שטעקעטשין, זיי האבן זיך זייער געוואונדערט אויף דעם, ווייל ער איז דאך דעמאלטס נישט געוועהן אין לובלין, און פארוואס הייסט דער רבי שטעלן פאר אים וויין? האבן זיי אים יעצט געפרעגט צו ער ווייסט אפשר פארוואס האט ער זוכה געוועהן דערצו?

האט רבי ליפמאן זיי דערציילט וואס עס האט מיט אים פאסירט, פארוואס ער איז נישט געוועהן דא אויף שבת, כאטש ער האט יא געהאט בדעה אהער צוקומען, און דעם טעם פארוואס דער רבי פון לובלין האט געהייסן מען זאל שטעלן פאר אים וויין, קען זיין ווייל ער האט געוואוסט אז רבי ליפמאן האט געוואלט דא זיין אויף שבת, אדער ווייל ער האט געהאט די זכי' צו זיין א מביא דורן לתלמיד חכם מחי' צו זיין דעם צדיק רבי דוד'ל לעלובער.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דער הייליגער צאנז'ער רב שרייבט אויפן הייליגער ר' דוד'ל לעלובער שוין לאחר פטירתו דער טיטל פון נ"י, אויף די פראגע פון די קינדער האט דער צאנז'ער רב געזאגט 'דוד מלך ישראל חי וקים'.

זעה די פאטאסטאט בלינק הנ"ל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

ווען ר' דוד לעלובער איז געקימען די ערשטע מאל צים רבין ר"ר אלימלך
האט ער אים געפרעגט ווער איז די גרעסטע פושעי ישראל אין לעלוב האט ער גענטפערט אז דער אפעטייקער
ווייל ער היט נישט קיין שבת האט אים דער ר"ר אלימלך נישט געוואלט אויף נעמען
איז ער צירוק געקימען זאגן אז ער איז די גרעסטע פושעי ישראל פון לעלוב
אבער ווען ער איז נישט דארט איז דער אפעטייקער .....

ער האט אסאך געטון פאר פדיון שביים
חשיכי בנים זעען ביי זיין ציון הקדוש ווינדערליכע זאכן זיי"ע
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

אֶת אַחַי אָנֹכִי מְבַקֵּשׁ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

דער צדיק ר' דוד'ל לעלובער, באקאנט אלס אויסערגעווענליכער אוהב ישראל, האט געהאט א מנהג זיך אפצושטעלן ביי יעדן דארף וואס ער איז פארבייגעפארן, אריינגיין, און זיך נאכפרעגן טאמער עס וואוינט דארט א איד. ויהי און מען האט אים געענטפערט אז יא, פלעג ער אריינגיין צום איד אין שטוב לראות את שלו' אחיו, זיך משתעשע געווען מיט אים ווי א לאנג פארלוירענעם ברודער, און אריינגעשיינט אין זיין הארץ אמונה און בטחון, תורה און חסידות. דער אידעלע – וועלכער האט נאכנישט רעכט פארשטאנען מיט וואס ער האט זוכה געווען צום באזוך פון דעם גוטן מלאך – האט אויסגעהערט מיט אפענע מויל און אויערן די ווארימע חיזוק רייד פון ר' דוד'ל וועלכע האבן אין אים אריינגעבלאזן א טל של תחי', און האט זיך אונטערנומען פונדאסניי צו זיין א געטרייער קינד צום טאטן אין הימל. דאן האט דער רבי אים צוגעוואונטשן ברכות לרוב, און געפארן ווייטער למחוז חפצו.

נו, אין וועלכן שטעטל-דערפל האט דען נישט געוואוינט מפוזר ומפורד א אידיש קינד? האבן טאקע די נסיעות ביי ר' דוד'ל גענומען גאר לאנג. אבער דערביי האט ער אסאך פארדינט. אידישע נשמות אנטפלעקט, טייער אומשאצבארע דיאמאנט שטיינער אויסגעפוצט ריין אזש זייער גלאנץ האט דערגרייכט דעם כסא הכבוד. אזוי האט ר' דוד'ל מחזיר בתשובה געווען אומצאליגע אידישע קינדערלעך און זיי דערנענטערט לאביהם שבשמים.

אמאל איז ר' דוד'ל געפארן צום הייליגן חוזה פון לובלין, וועלכער איז דאן געווען אויפ'ן וועג צו א חתונה פון זיין אייניקל און איז איינגעשטאנען אין שטאט וואדיסלאב. אריבערפארנדיג איינע פון די דערפלעך אויפ'ן וועג צום שטאט איז ער כדרכו בקודש אריינגעפארן אין דארף באזוכן דעם היגן ארענדאר, און דערזעהן האט ער דארט א שוידערליכע בילד: דער פריץ, פאר וועמען דער איד האט שוין א לענגערע צייט נישט באצאלט דאס פאכט-געלט (רענט בלע"ז), האט באשלאסן אויסצונוצן דעם איד מיט זיין עזר כנגדו פאר אונטערהאלטונג. ער האט זיי צוגעבונדן צום עק וואגן און געטריבן די פערד איבער די בלאטיגע געסלעך פון דארף. די ארימע נשמות מוזן נעבעך אונטערלויפן פארסאפעט כל עוד נפשם בם, טאמער וועלן זיי חלילה אראפפאלן און בלייבן ליגן... פריצים אין יענע צייטן האבן דאך געטוהן מיט זייערע אונטערטאנען ווי אזוי זייער בארבארישער קאפ האט דיקטירט. ווער האט דען געוואגט זיי זאגן א דעה?

ווען דער צדיק ר' דוד'ל האט דערזעהן פאר זיך דעם שרעקליכן סצענע, האט ער געוואונקען פאר'ן פריץ זיך אפצושטעלן. דער פריץ איז געווען נייגעריג וואס דער ראבינער וויל פון אים, האט ער געהייסן דעם קוטשער אפהאלטן די פערד. דאן האט דער רבי אויסגעדרוקט זיין גרייטקייט אויסצוצאלן דעם חוב פון דעם ארענדאר, נאר דער פריץ זאל אים שוין פריי לאזן.

אבער ר' דוד'ל האט נישט געהאט דעם נויטיגן סכום אויסצולייזן דעם איד, און דער פריץ האט אים נישט געוואלט באפרייען. ביז ר' דוד'ל האט אים דערציילט אז ער איז דער ראבין פון שטעטל לעלוב, און האט אויסגעשריבן פאר דעם פריץ א שטר חוב אויף די גאנצע סכום – הונדערט און פופציג רובל.

דער פריץ איז קיין נער נישט געווען, און האט גאנץ גוט געוואוסט אז פון טרייבן דעם איד מיט זיין פרוי אונטער'ן וואגן וועט ער קיין געלט נישט זעהן. דעריבער האט ער מסכים געווען צום געשעפט און אונטערגעשריבן אויפ'ן וועקסל מיט'ן ראבינער.

דער ארענדאר האט נישט געקענט גענוג באדאנקען זיין מלאך מושיע, און געבעטן דעם רבי'ן זאל ביי אים איינשטיין. אבער דער רבי האט זיך נישט פארזוימט לאנג אין דארף, נאר נאך א קורצע באזוך ביים ארענדאר אין שטוב באגלייט מיט א רבי'שע פארציע ברכות, האט ר' דוד'ל זיך ארויסגעלאזט ווייטער קיין וואדיסלאב וואו דער חוזה האט שוין געווארט אויף אים.

די גאנצע צייט וואס רבי דוד האט געפירט דעם משא ומתן מיט'ן פריץ איז דער חוזה געשטאנען נעבן וואגן מיט איין פוס אויפ'ן וואגן-טרעפל און די צווייטע אויף דער ערד, פארזונקען אין זיינע הייליגע געדאנקען. די מקורבים האבן שוין געווארט אז דער רבי זאל ארויפגיין אויפ'ן וואגן מען זאל ממשיך זיין די נסיעה אויפ'ן חתונה, אבער קיינער האט זיך נישט געטרויעט צו שטערן דעם רבי'ן. אזוי האט דער חוזה געווארט ביז ר' דוד'ל איז אנגעקומען. דאן האט אים דער חוזה מקבל פנים געווען מיט א שמחה און צוגעזאגט אז ער וועט זעהן אז דער חוב פאר'ן פריץ זאל אויסגעצאלט ווערן. איצט האבן שוין די נאענטע פארשטאנען פארוואס דער רבי האט זיך פארזוימט.

יענער פריץ האט געהאט א גרויסע וואל האנדל. ער פלעג פארקויפן די וואל פון זיינע שאף פאר דעם זעלבן סוחר יעדן יאר פאר א באשטימע פרייז. עטליכע טעג נאך די אינצידענט מיט'ן לעלובער רבי'ן, האט דער פריץ מצליח געווען אין דעם מסחר, און פארקויפט די וואל מיט א ריווח – פונקט 150 רובל מער ווי יעדעס יאר!

דער פריץ האט זיך א חשבון געמאכט אז דער ענין איז נישט פשוט, און אז דא שטעקט אוודאי דער האנט פון יענעם ראבין פון לעלוב. ווייל ווי שטארק די גוים און זייער פריצים האבן פיינט געהאט די אידן, און וויפיל זיי האבן זיך געפרייט אויף יעדן געלעגענהייט צו פייניגן אידן, האבן זיי גוט געוואוסט אז להבדיל פון זייערע גלחים, זענען די אידישע ראבינער ג-טליכע לייט וועלכע האבן א דעה אין הימל.

אז דער פריץ איז געקומען צו דעם מסקנה, האט ער זיך בארעכנט: טאמער דער ראבין קען טאקע פראווען וואונדער, אפשר קען ער אויך אויסהיילן מיין שטומער בן יחיד וועלכער האט שוין עטליכע יארן זינט זיין געבורט נישט ארויסגערעדט קיין ווארט?

געטראכט און געטוהן. דער פריץ האט געהייסן די באדינער איינשפאנען זיין קארעטע, אט די זעלבע וועלכע האבן פריער געשלעפט דעם נעבעכדיגן ארענדאר אויף די גאסן פון דארף, אנגעפילט נאך א וואגן מכל טוב וטוב, און מיטגענומען זיין בנ'עק אויף א נסיעה קיין לעלוב צום וואונדער-ראבין.

אבער אין לעלוב האבן דעם פריץ באגעגענט בליקן פול מיט פארדאכט. די אידן האבן נישט געוואלט דערציילן דעם פריץ וואו דער רבי וואוינט. ווער ווייסט – האבן זיי געקלערט – וואס אזוינס דער גוי וויל דעם רבי'ן אנטוהן? ווען דער פריץ האט פארשטאנען די קווענקעלנישן פון די שטאטס-לייט, האט ער זיי באוויזן דעם וואגן אנגעפילט מיט די בעסטע און שענסטע פון זיין גוט: געשטאפטע גענז און עופות, פירות און ירקות, ניס און מאנדלען, אלעס פאר'ן רבי'ן א פדיון.

דער פריץ איז ענדליך דערפארן צום רבין'ס הויז, און זיך נישט געקענט גלויבן די אויגן: ווי מאדנע זענען זיי די אידישע ראבינער? די גאנצע וועלט קומט צו זיי צו פארן, און זיי וואוינען אין א קליין, האלב איינגעפאלענע הייזקעלע...

אריינקומענדיג אין רבי'ן שטוב האט ער צום אלעם ערשט באוויזן דעם שטר חוב, און פאר'ן רבינס אויגן עס צוריסן. אויס חוב! דערביי האט ער דערציילט דעם רבי'ן וועגן דעם געלונגענעם מסחר מיט די וואל, וועלכע ער איז זיכער געווען אז דער רבי האט אנגעארבעט.

נאר איין בקשה האט ער צום הייליגן ראבין, זאגט דער פריץ. איין קינד האט ער, אט דא שטייט ער. אזוי ווי גרויס ער איז, מאכט ער נישט אויף דאס מויל. ווי גלייך זיין צונג איז צוגעקלעבט צו די גוימען. קיין מוק האט נאך דער שרץ נישט ארויסגערעדט.

זאל דער רבי וועלכער האט א ווארט אין הימל – אזוי ווי דער פריץ האט זיך שוין איבערגעצייגט – בעטן פאר'ן פריצישן יורש ער זאל אויסגעהיילט ווערן. ג-ט וועט דאך זיכער אויסהערן דעם ראבינער'ס געבעט.

דער לעלובער רבי הערט אויס דעם פריץ, און דרייט זיך אויס צו וואנט מיט א תפילה אויף מאמע לשון: "רבונו של עולם: אזוי פיל הינט בילן, וועט בילן נאך א הונט."

ס'איז אוודאי איבריג צו זאגן אז דער זוהן פון פריץ האט באלד אנגעהויבן רעדן, און דער פריץ האט נישט געוואוסט וואס צו טוהן מיט זיך פון גרויס פרייד. ער האט באלד אפגעלאדנט די מתנות פון וואגן, און אהינגעגעבן דעם ראבין וועמענס נאמען ער האט שטענדיג אויסגעלויבט פאר זיינע פריצי'שע פריינט ווען יענע האבן נאר געוואגט אפצושפאטן פון אידן.

אויך נאכ'ן הסתלקות פון הייליגן רבי דוד'ל לעלובער זי"ע האבן גוים זיך געוואנדן צום הייליגן ציון מיט זייערע בקשות צום פועל ישועות וועלכער האט אלע זיינע יארן געוואנדערט איבער די שטעטלעך און דערפלעך פון פוילן, זוכנ'דיג אויפצולעבן א אידישע נשמה.

אֶת אַחַי אָנֹכִי מְבַקֵּשׁ...
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

לרגל ההילולא קדישא היום ז' שבט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

הרה"ק רבי דוד מלעלוב זי"ע אמר בשם רבו החוזה הק' : " ויאמרו איש אל אחיו מן הוא כי לא ידעו מה הוא" - המן היה אוכל רוחני וזך, ופעל והשפיע על מי שאכלו שהיה לו עליה עצומה בקדושה ורוחניות ,עד שלגבי מדרגתו הקודמת היה נחשב לאדם אחר, וזהו :" ויאמרו איש אל אחיו מן הוא : אחר שאכלו את המן הם לא הכירו אחד את השני ואמרו כ"א " אל אחיו " :" מן הוא" ? מי הוא זה שנראה אדם אחר ושלם ברוחניות לגבי יום אתמול ?
אומרים שרבו הק' מלובלין אמר עליו שרק כשיבוא משיח ידעו את ערכו , וכידוע שמרן הק' מצאנז זי"ע כתב עליו "שליט"א" [ או " שיחיה" ] לאחר הסתלקותו. [ היה פה בא' מהאשכולות צילום מהמכתב הזה בכת"י של מרן מצאנז , אולי מישהו שיודע היכן יכול להמשיכו לכאן ].
" דוד מלך ישראל - חי וקים ".
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

דער אוהל הק' פון דרויסן

IMG_3026.jpg
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
Sprint
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 08, 2010 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sprint »

ז שבט תשס"ט
אטעטשמענטס
אדמור מלעלוב בפולין לעלוב ז שבט תשסט 139.jpg
אוועטאר
Sprint
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 08, 2010 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sprint »

ז שבט תש??
אטעטשמענטס
010.jpg
Mayer
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 4:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mayer »

די נייע אוהל
אטעטשמענטס
די נייע אוהל
די נייע אוהל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24241
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ארויף געברענגט לכבוד די יא"צ

זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לכבוד ההילולא זי"ע ועכ"י
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרשיסחא »

היינט (יעצט דא אין ארץ ישראל) געפאלט אויס צוויי הונדערט יאר פון די הסתלקות פון דער הייליגער רבי דוד מלעלוב זי"ע.


עס איז דא א ספר 'מגדל דוד' "סיפורים נפלאים ונוראים והנהגות טובות" פון דער גרויסער בעל ההילולא רבי דוד מלעלוב.
http://www.hebrewbooks.org/3879

איימיצער האט מיר געטענה'ט היינט אז עס שטימט נישט פונקט די יארן, ווייל רבי דוד'ל לעלובער איז נסתלק געווארן נאך פאר זיין גרויסן מחותן דער יהודי הקדוש, וואס איז נסתלק געווארן י"ט תשרי תקע"ד, און ממילא עס קען נישט זיין אז רבי דוד'ל לעלובער איז נסתלק געווארן אין יאר תקע"ד.
עס איז ריכטיג?
אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר »

Mayer האט געשריבן:די נייע אוהל


איך בין דארט בערך א האלבע יאר צוריק האב איך געזען א פרישע אהל .
וואס איז פשט, די אנדערע פיקטשער וואס סשטייט די נייע אוהל איז פון 2011 און שוין ברויך מען א נאך אנייע ?
אטעטשמענטס
לעלוב.png
לעלוב.png (194.31 KiB) געזען 6461 מאל
אוועטאר
מצבות שטעלער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12530
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצבות שטעלער »

קודם כל די נייע אהל קוקט שוין אויס היינט אסאך שענער [כ'דארף ערגעץ האבן גאנץ א אומקלאר בילד, וועלן מיר זעהן צו מיר וועלן עס געפינען שפעטער]

נאכן אפקויפן דעם גאנצן שטח, האט מען געבויעט דעם פארגאנגענעם נייעם אהל אויפן פלאץ פונעם אלטן אהל, אבער אזוי ווי עס איז געווען זייער א קליינער אהל האבן זיי עס געוואלט פארגרעסערן, האבן די לעלובער עסקנים אנגעפרעגט הגר"ש וואזנער שליט"א צו מען מעג פארגרעסערן דעם אהל, האט ער זיי געענטפערט אז מ'האט דאך נישט קיין אנונג ווער ס'ליגט דארט איז אפשר נישט ניחא פאר רבי דוד'ל זי"ע צו ליגן צוזאמען מיט זיי אין איין אהל.
זענען זיי אויפגעקומען מיט דעם געדאנק, צו בויען א צווייטן שטאק, ווען מ'האט אנגעפרעגט הגר"ש וואזנער שליט"א דערוועגן איז ער שטארק נתפעל געווארן דערפון, און מ'האט דאס טאקע געבויעט א הערליכע אהל, דהיינו אויפן פלאץ פונעם אלטן אהל האט מען געמאכט א נייע פאנדעישאן און א שטאק העכער האט זיך אויסגעשפרייט די אהל פי כמה על כל גדותיו.
[מפי הרה"ח ר' מנשה ליפשיץ שליט"א, עסקן נמרץ בק"ק לעלוב, וממייסדי ומנהלי הכנסת אורחים ליזענסק ולעלוב, ווי אויך איז ער זעלבסט א אייניקל לבית לעלוב]
אוועטאר
מצבות שטעלער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12530
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצבות שטעלער »

אז מען זוכט טרעפט מען
אטעטשמענטס
4168.jpg
אוועטאר
מצבות שטעלער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12530
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצבות שטעלער »

דא קען מען זעהן, אז פון אונטן איז ליידיג, ס'איז נאר דא א צווייטע שטאק
אטעטשמענטס
4172.jpg
אוועטאר
מצבות שטעלער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12530
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצבות שטעלער »

דער אלטער געיט מיטן באקס זענען ארויפגעפארן צום צווייטן שטאק

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל

אגב האבן די עסקנים געטראפן ביי די גוים אפאר שטיקלעך מצבות, גרעסערע קלענערע, וואס די גוים האבן גענוצט פאר טרעפ צו פאר טישן וכדו', די פאר מצבות האט מען אריבערגעפירט צום שטח הביה"ח
אטעטשמענטס
4171.jpg
שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שתוקא בתרין »

וואס מיינט דאס ר' דוד לעלובער "הראשון"?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

שתוקא בתרין האט געשריבן:וואס מיינט דאס ר' דוד לעלובער "הראשון"?

ר' דוד צבי שלמה מירושלים האט מען אויך גערופן ר' דוד'ל
שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שתוקא בתרין »

מען האט אים גערופן "ר' דוד'ל" אבער נישט "ר' דוד לעלובער".
עס ברענגט ארויס א געלעכטער ווען מען הערט בחורים'לעך רופן די פריערדיגע תלמידי הבעש"ט ותלמידיהם מיט'ן צונאמען "הראשון" (איך מיין נישט דוקא לעלוב נאר ביי א סאך).
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מציבה בווארשא מרבי משה שלמה יחיאל ב"ר דוד יוסף בידערמאן, ישב על כסא הוראה יותר משלשלים שנה, נכד הרה"ק רבי משה מלעלוב ורבי דוד מלעלוב זצ"ל, נפטר בשנת תרע"ח:
http://cemetery.jewish.org.pl/id_54221/ ... erman.html
וויאזוי גייט דער יחוס און וואו איז ער געווען א דיין?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

עי' בהקדמת ספרו דברי משה:
ב"ר דוד יוסף ב"ר שלמה יחיאל ב"ר משה ב"ר דוד
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”