ר' שמואל שמעלקא הלוי הורוויץ מניקלשבורג - א' אייר תקל"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי שמעלקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק רבי ר' שמואל שמעלקא מניקלשבורג זצוק"ל (בהרה"ק ר' צבי הירש מטשארטקוב) - איז געוועהן פון די עלצטע תלמידים פון הרה"ק רבי ר' בער ממעזריטש זי"ע. ער האט מחבר געוועהן די ספרים דברי שמואל על התורה און נזיר השם על שו"ע אה"ע. פיל צדיקים פון יענעם דור זענען געוועהן תלמידים פון רבי ר' שמעלקא. ער איז נפטר געווארן א' אייר תקל"ח לפ"ק, זי"ע ועכ"י.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ארויף געברענגט לכבוד די בעפארשטייענדע יומא דהילולא.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך שטעל דא צוויי בילדער
קיין איינס איז נישט די בעסט קוואליטי.

דאס ערשטע איז פון רבי ר' שמעלקא זצ"ל
דאס צווייטע איז פון ר' מרדכי בנעט ז"ל וויא מקען זעהן וויא זיי ליגען איינס לעבען צווייטען
אטעטשמענטס
rebeh_reb_shmelkeh.jpg
niklesburg_1.jpg
the SCY is the limit
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יישר כחכם רבי שמחה איך האב מיר דערמאנט אז איך האב אין מיינע ארכיוון א שיין און קלאר בילד פון די מצבה
אטעטשמענטס
IMG_0429 (Custom).JPG
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די צוויי ברידער די צדיקים און גאונים רבי ר' שמעלקא (פון ניקלשבורג) און רבי פנחס הארוויץ דער הפלאה (פון פראנקפורט)- זענען שוין אין די יוגענט געוועהן גרויסע מתמידים און שטענדיג געלרענט תורה.

דער רבי ר' שמעלקא פלעגט אויף זיין גאנצע נעכט און לערנען בהתמדה, ער האט זיך קיינמאהל נישט געלייגט שלאפין, זיין שלאפען איז געוועהן נאר ווען ער פלעגט צוזאם פאלין פאר מידיקייט.

ווידער זיין ברודער דער הפלאה פאר גרויס חשק צו לערנען די הייליגע תורה האט נישט געהאט קיין צייט אפילו זיך צו וואשן צום עסן ער פלעגט זיך באגענוגענען מיט עסן קוכן צו שטילען זיין הונגער.

די מוטער זייערע האט זיך אמאהל אויסגעדריקט אויף איהרע צוויי קינדער :השי"ת האט מיר געשענקט צוויי קינדער, איינער בענטשט נישט קיין ברכת המזון און דער אנדערער לייענט נישט קיין קריאת שמע על המיטה …
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק ר"ר שמואל שמעלקא מניקלשבורג איז געבוירן געווארן אין יאר תפ"ו צו זיין פאטער הרה"ק רבי צבי הירש מטשורטקוב זצ"ל [וועלכער איז געווען שטארק מקורב ביים הייליגן בעש"ט הק' נבג"מ און פלעגט פארברענגען מיט אים אין הייליגע שמועסן פון לאנגע שעה'ן] און איז געווען אַן איידעם ביי רבי יהושע פון ריישא.

דער רבי ר' שמעלקא - ווי מ'האט אים שפעטער גערופן - איז געווארן שטארק מקושר צום נאכפאלגער און הייליגער ממלא-מקום פון בעש"ט הק', דער רבי ר' בער דער גרויסער מגיד פון מעזריטש זצוק"ל. ער איז געווען פון די גרויסע און געהויבענע תלמידים פון מגיד. שפעטער איז ער אליין געווארן א גרויסער רבי, וואס רוב צדיקים פון פוילן און גאליציע האבן זיך פאררעכנט אלס תלמידים פון רבי'ן רבי שמעלקא. דורכאויס די יארן האט דער רבי ר' שמעלקא געדינט אויפ'ן רבנות פאסטן אין פארשידענע גרויסע אידישע קהילות, ווי בריטשוואהל (תקי"ד), שינאווא (תקכ"ה), ניקלשבורג, מורביה (תקה"ל).

אין צווייטן טאג ר"ח, א' אייר אין יאר תקל"ח, איז דער רבי ר' שמעלקא נסתלק געווארן. יענעם טאג האט ער נאך אנגענומען סנדקאות אויף צוויי ברית'ן, באלד דערנאך האט ער איינגעזאמלט זיינע תלמידים, און זיי צו וויסן געטאן: היינט וועט זיין מיין פטירה! די תלמידים - הערנדיג די בשורה - האבן אויסגעפלאצט אין א ביטערן געוויין. דער רבי ר' שמעלקא האט זיי דאן אנטפלעקט: מיין נשמה איז די נשמה פון שמואל הנביא, ער איז געווען א לוי און איך בין א לוי, ער האט געהייסן שמואל און איך הייס שמואל, נאר דער חילוק איז וואס אים האט מען גערופן שמואל און מיר רופט מען שמעלקא; וואלט מען ווען אויך מיר גערופן שמואל, וואלט איך געווען שמואל הנביא ממש. ווען ר"ר שמעלקא האט פארענדיגט די ווערטער איז זיין נשמה ארויס בקדושה ובטהרה נאך זיצנדיג אויפ'ן בענקל. זיעועכי"א
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער רבי ר' שמעלקא איז געווען רב אין ניקלשבורג. טראצדעם וואס דאס מערהייט פון די שטאטלייט זענען געווען גרויסע מתנגדים, האט זיך דער רבי ר' שמעלקא געפירט מיט זיין עבודת הקודש אויפ'ן דרך החסידות. איינמאל האבן די בעלי-בתים פון שטאט באמערקט אז דער רב פארשפעטיגט זיך אפט מיט'ן דאווענען און ער דאווענט נאכ'ן זמן-תפילה, זיי זענען שטארק ברוגז געווארן און האבן באשלאסן אים צו מעביר זיין פון די רבנות.
דער משמש פון שול איז געווען א פשוטער אבער ערליכער איד, יעדן אינדערפרי פלעגט ער גיין איבער'ן שטאט און אנקלאפן אין די לאדנס פון אידישע הייזער, אויפצואוועקן די אידישע איינוואוינער לעבודת הבורא. ווען ער האט געהערט וועגן דעם באשלוס פון די ניקלשבורגע בעלי-בתים האט ער זיך אקעגנגעשטעלט דעם פלאן, און ער האט דערציילט:
יעדן אינדערפרי פלעג איך גיין קלאפן אין די פענסטער פון רב, און אלעמאל טרעף איך אים זיצן און לערנען מיט א פרעמדן מענטש. איינמאל האב איך געפרעגט דעם רב ווער דאס איז, האט מיר דער רב דערציילט אז דאס איז אליהו הנביא זכור לטוב.
איין אינדערפרי - דערציילט דער שמש ווייטער - בין איך אויפגעשטאנען שפעטער ווי געווענטליך און ווען איך בין אנגעקומען אין שטוב פונעם רב האב איך געזען ווי ער גייט מיט צוויי לעכט אין די האנט, און צוויי מענטשן באגלייטן אים, איינער איז געווען דער זעלבער איד, וועלכער לערנט דארט שטענדיג מיט'ן רב, און דער אנדערער איז געגאנגען מיט א גאלדענעם קרוין אויפ'ן קאפ. דער רב האט זיי ביידן ארויסבאגלייט און דאן האט ער זיך צוריקגעזעצט לערנען.
ווען איך האב געפרעגט דעם רב ווער דאס איז געווען האט ער דערציילט: דאס איז געווען מנשה בן יחזקי'ה, וועלכער איז מיר געקומען בעטן א טובה, ווייל עס האט פאסירט אין א געוויסן שטאט אז א געוויסער יוד איז ארומגעגאנגען צו די קריסטליכע תיפלה'ס און האט צובראכן אלע צלמים. ווען מ'האט אים געכאפט איז ער ר"ל פארארטיילט געווארן צום הענגען.
אין יענעם שטאט איז געווען א מנהג אז די קהילה האט געשפייזט די ארעמע אלמנות. ווען די אומגליקליכע אלמנה פון דעם חסיד איז געקומען בעטן מ'זאל איר אויך שפייזן, האבן די קהילה-לייט גע'טענה'ט אז דער מנהג שליסט איין נאר אזא איינער וואס שטארבט אויף א געווענטליכער אופן, אבער אין אזא פאל ווערט עס באטראכט אלס א זעלבסטמארד און די קהילה איז נישט מחוייב צו שפייזן די אלמנה.
דער מעשה האט זיך דערקייקלט צו א שווערע דין-תורה און דער רב פון שטאט האט פשוט נישט געוויסט וואס צו פסק'נען, דערפאר האט ער געשיקט דעם שאלה קיין ניקלשבורג צום רבי'ן ר' שמעלקא אז ער זאל אורטיילן דעם פסק-דין. דער רבי ר' שמעלקא אליין האט אבער אויך געהאט ספיקות, ער האט געהאט צדדים אויף ביידע זייטן.
יענעם טאג איז מנשה בן יחזקיה געקומען צום רבי'ן ר' שמעלקא און דערציילט אז דאס איז ער, און אז ער איז מגולגל געווארן אין דעם יוד, ווייל אין די צייטן פון צווייטן בית המקדש האט ער געזינדיגט און ר"ל אריינגעשטעלט א צלם אין היכל און יעצט האט ער דעם חטא מתקן געווען, דערפאר בעט ער דעם רבי'ן ר' שמעלקא זאל פסק'ענען לטובת די פרוי.
פארשטייט זיך אז ווען די קהלה-לייט האבן דאס געהערט האבן זיי באלד צוריקגעצויגן פון דעם החלטה, און דער רבי ר' שמעלקא איז געבליבן ביי די רבנות אין שטאט ניקלשבורג.
ווען הרה"ק רבי בונם פון פאשיסחא האט דערציילט דעם סיפור האט ער אנגעמערקט די גרויסע שבח פון דעם שמש, וועלכער האט יעדן טאג זוכה געווען צו גילוי אליהו, און ער האט קיינמאל נישט געטראכט זיך צו בארימען דערמיט, און ער האט דאס קיינמאל נישט דערציילט ביז ס'איז געקומען צו פארטיידיגן דעם כבוד פונעם רב, וואס דאן האט ער דאס אויך נאר דערציילט אלץ דעם גרויסקייט פון דער רבי' ר' שמעלקא זצוק"ל
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער רבי ר' שמעלקא זצוק"ל פלעגט דערציילן:

עס האבן אמאהל געוואוינט צוויי בחורים אין א דארף, זיי האבן ביידע געלערנט צוזאמען, און זיך געשפילט צוזאמען, און האבן איינער דעם צווייטען זעהר שטארק ליב געהאט. מען האט זיי ביידע אייביג געזעהן צוזאמען, און אזוי זענען זיי אויפגעוואקסן, און געווארן גרויסע בחורים, און האבן כסדר געלערנט צוזאמען ווי פריער.
ויהי היום, און איינער פון זיי איז א חתן געווארן ביי א גביר אין זעהר א ווייטע שטאט, און ער האט געדארפט אהין פאָרן חתונה האבן, און דארט בלייבן וואוינען. ווען עס איז געקומען די צייט זיך צו געזעגענען, האבן זיי ביידע אנגעהויבן צו וויינען, "ווי אזוי וועלן מיר אויסהאלטן איינער אהן דעם אנדערן?". צום סוף האבן זיי זיך אביסל בארוהיגט, און האבן צוגעזאגט איינער צום אנדערן כסדר צו שרייבן בריעף.
אין אנהויב האבן זיי זיך טאקע געשריבן בריעף יעדע וואך, אבער אזוי ווי עס זענען אדורך פיהל יארן, האבן זיי זיך כסדר ווייניגער געשריבען, ביז זיי פלעגן זיך נישט שרייבן מעהר ווי איין מאהל א יאהר, אויף ראש השנה.
דער אנדערע בחור האט אויך חתונה געהאט, דארט אין דארף, און איז נעבעך געוועהן זעהר ארים. ער איז געווארן מעהר און מעהר פארארימט, ביז ער האט נישט געהאט וואס צו געבן צו עסן פאר זיך און פאר די קינדער. ביז זיין ווייב האט עם אמאהל געזאגט, "דו האסט דאך אן אלטער חבר אין יענע ווייטע שטאדט, און ער איז דאך זעהר רייך, פאהר צו עם, ער וועט דיר אוודאי ארויסהעלפן". ער האט טאקע אזוי געטוהן, און ער האט פארקויפט דאס ביסל מעבל וואס איז עם געבליבן, אויף הוצאות, און ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן לאנגן וועג.
נאך א פאהר וואכן, איז ער ענדליך אנגעקומען אין יענע שטאדט, אינמיטן די נאכט. ער האט נישט געוואוסט וואו צו גיין אין די פינצטער, און ער האט זיך דארט אנידערגעזעצט אויף א שטיג אינמיטן די גאס.
בלילה ההוא, יענע נאכט האט אויסגעבראכן א גרויסע שריפה אין דעם פריצ'ס פאלאץ, עס איז ל"ע אינגאנצן פארברענט געווארן. די פאליציי האבן געזוכט דעם אינטער-צינדער, אבער זיי האבן עם אין ערגעץ נישט געקענט געפונען. עס האט זיי נישט געפאסט אז עס געלונגט זיי נישט צו כאפן דעם שולדיגן, און שונאי ישראל זענען זיי אויך געוועהן, האבן זיי אנגעכאפט דעם פרעמדן איד וואס איז געזעצן אין גאס, און זיי האבן געמאכט א בלבול, אז ער איז דער אינטער-צינדער, און זיי האבן באלד געשטעלט פאלשע עדות וואס האבן "אליין געזעהן" ווי דער איד צינדט אהן דעם פייער. מען האט עם געשטעלט צום געריכט, און מען האט עם ל"ע גע'משפט צום הרג'נען.
אין יענע צייט איז געוועהן דער מנהג, אז א מענטש וואס מ'האט פאר'משפט צום טויט, האט מען געשטעלט אין א ספעציעלע שטייג אינמיטן שטאדט, אז יעדער זאל עם קענען זעהן, כדי אז אויב איינער האט אויף עם א לימוד זכות (זאגן אויף עם גוט'ס) זאל ער עס קענען זאגן פאר'ן שופט, און אזוי האט מען אויך געטוהן מיט דעם "שולדיגן" איד.
אינדערפרי, ווען דער רייכער חבר איז אהיים געגאנגען פון דאווענען, איז עם אויסגעקומען אדורך צו גיין דעם שטייג, און מען קען זיך פארשטעלען זיין וואונדער און שרעק, ווען ער האט געזעהן אז אט זיין אלטער חבר, איז דארטן איינגעשפארט!. ער איז גלייך צוגעלאפן, און עם געפרעגט צווישן די דראטן, "וואס איז דא געשעהן?!", און דער חבר האט עם דערציילט אלעס וואס איז געשעהן, און וואס פאר אן אומגליק עס האט עם דא באפאלן. הערנ'דיג די מעשה, האט עם דער רייכער חבר געזאגט, "זארג נישט, איך וועל דיר שוין ארויס ראטעווען פון דא".
ער איז גלייך געלאפן צו די פאליציי, און זיי געזאגט אז ער אליין האט אונטער-געצינדען דאס פאלאץ!, ער האט זיי געזאגט, אז ביז יעצט האט ער נישט געוואלט מודה זיין, אבער יעצט, אז ער זעהט ווי מען גייט הרג'נען אן אומשולדיגן מענטש, מוז ער מודה זיין אז ער האט דאס געטוהן. די פאליציי האבן זיך מחיה געוועהן אז זיי האבן ענדליך געכאפט דעם "אמת'ן" פארברעכער, און זיי האבן יענעם גלייך באפרייט, און האבן אריין געשלאסן דעם רייכע חבר אין דעם שטייג. ווען דער ארימער חבר האט געזעהן וואס זיין חבר האט דא געטוהן, האט ער אויסגעשריגן, "לאזט עם ארויס, ער האט עס נישט געטוהן, איך האב עס פארברענט!, איך בין שוין אויף אלעס מודה!, איך וויל נישט אז דורך מיר זאל מען הרג'נען יענעם מענטש!". דערווייל שרייט יענער, "איך האב עס געטוהן!", און דער שרייט "ניין!, איך האב עס געטוהן".
די פאליציי האבן נישט געוואוסט וואס צו טוהן, און מען האט זיי ביידע געשלעפט צום שופט. דארט האט זיך איבערגעשפילט ממש די זעלבע מעשה, יעדער האט געזאגט אז ער אליין האט געמאכט דעם פייער. דער שופט האט נאכגעקוקט אין אלע זיינע געזעץ ביכער, און ער האט געזאגט, "אזא משפט אין נאך קיינמאהל נישט פארגעקומען, דעם משפט מוז מען נעמען צום קעניג אליין!". מען איז געפאָרן מיט זיי צו די קענגיליכע שטאדט, און מען איז אריין צום קעניג, און עם פארגעשטעלט די גאנצע מעשה. דער קעניג האט אויסגעפרעגט די צוויי אידן, און זיי האבן ביידע ווייטער געזאגט די זעלבע טענות.
האט זיך דער קעניג אנגערופען, "איך זעה, אז קיין איינער פון אייך האט דאס נישט געטוהן, ווייל איינער וואס איז זיך אזוי מוסר נפש פאר זיין חבר, צינדט נישט אונטער קיין הייזער. נאר איך בעט אייך, אזוי ווי איך זעה אז איר האט זיך איינער דעם צווייטען אזוי ליב, ממש אהבת נפש כמשמעו, בעט איך אייך: נעמט מיר אויך אריין אין די חברה, און האט מיך אויך ליב, און איך וועל אייך אויך ליב האבן!".
* * * * *
האט דער רבי ר' שמעלקא פון ניקלשבורג זי"ע געזאגט, אז דאס מיינט דער פסוק, וואס שטייט אין פרשת קדושים, "ואהבת לרעך כמוך", אז דער אויבערשטער זעהט, ווי איין איד האט ליב דעם אנדערן זעהר שטארק, זאגט דער אויבערשטער, "אני ה'" - איך וועל אייך אויך ליב האבן.
הרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זצוק"ל האט געזאגט, אז ווען ער האט געהערט די מעשה פון זיין רבי, דער רבי ר' שמעלקא זצוק"ל, האט ער באקומען זיין גרויס אהבת ישראל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער הייליגער חוזה האט אכצן יאר געלערנט ביים רבי'ן ר' שמעלקא פון ניקלשבורג, און ער פלעגט זאגן אז ער שפירט דארט א ריח גן-עדן נאר דער רבי ר' שמעלקא באהאלט עס מיט'ן האלטן פארשידענע סארט גוטע בשמים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"דער וואס האט נישט אינזין בכוונה ביי די תפילות פון אהבה רבה און אתה חונן, איז אים נישט מעגליך יענעם טאג מחדש צו זיין אַן אמת'ן חידוש". און פאר א תלמיד וואס האט זיך דערויף געדינגען מיט א טענה אז ער זעלבסט האט מחדש געווען א חידוש טראץ וואס ער האט נישט אינזינען געהאט ביי די אויבנדערמאנטע ברכות ווי געהעריג, האט דער רבי ר' שמעלקא אים באלד אפגעווענדעט און אויפגעוויזן אז עס איז מופרך מעיקרו, ס'איז גאר קיין חידוש נישט געווען. שמן הטוב
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

זיידעניו זייער שיין, לאמיר נאר א ביסעל מוסף זיין, דער רבי ר' שמעלקא איז געווען אן אייניקעל פין שמואל הנביא, די רבי ר' שמעלקא האט געלעבט צוויי אין פיפצוג יאר אין שמואל הנביא האט געלעבט צוויי אין פיפצוג יאר, איך מיין אז די צוויי פרטים האסטו פארפאסט, און אז נישט איז זיכער גוט.

די לעצטע מעשה האב איך געהערט מיט מקוה דאכטזיך אז ווער עס גייט נישט אין מקוה קען נישט מחדש זיין לאמיתו, אבער קען זיין אלע ביידע האט ער געזאגט סיי מקוה אין סיי אהבה רבה.

די רבי ר' שמעלקא איז קודם געווען רב אין שיניאווע אין דערנאך אין ניקעלזשבורג, ער איז געווען די ערשטע חסידישע רבי וואס האט געהאט א ישיבה, זייער א סך גרויסע פין יענע צייט האבן מקבל געווען דעם דרך הנגלה פונעם רבי ר' שמעלקא, און פארשטייט זיך אז חוץ מזה איז ער געווען א רבי אויך.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

דו באסטאנער רעבילעך זענען בא"ב צונעם הייליגען רבי ר שמעלקא.
אזוי אויכעט ר' זושא האראוויטץ - דער רב פון שיכון רמות און ירושלים איז א בא"ב
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

המבשר בשרייבט משפחת הורוויץ צאצאי ובני משפחתו של הרבי ר' שמעלקא זצ"ל.
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

זקיני הה"ק רבי שמואל ש. הלוי הורוויץ מירושלים-יאצ"ט ז' ניסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

ביום ז' ניסן הוא יארצייט של זקיני הרה"ק רבי שמואל שמעלקא הלוי הורוויץ ז"יע מירושלים, שהיה נכד בן אחר בן להרב הקדוש רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זי"ע. [ ונשא את שמו הק' בקרבו ].
רבי שמעלקא היה בנו של הרה"ק רבי אלכסנדר יצחק הלוי, בן הרה"ק רבי פנחס הלוי מבראד, בן הרה"ק רבי יעקב דוד הלוי מבראד, בן הרה"ק רבי צבי יהושע הלוי מטארנא בעל חידושי הריב"ש וסמיכת משה (חתן דודו הק' בעל ההפלאה), בן הרה"ק רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זי"ע.
רבי שמעלקא עלה לארץ הקודש עם זקנו הרה"ק רבי פנחס. שם הוא נשא לאשה את בתו של הרה"ק רבי אלעזר מענדיל בידערמאן מלעלוב זצוק"ל, הרבנית הצד' מ' שיינא עלקא .
רבי שמעלקא היה צדיק מופלא ומתמיד עצום. כל ימיו הוא היה שקוע בתורה הק', ופרוש לגמרי מכל עניני עוה"ז. הוא היה מתפלל שעות ארוכות ליד הכותל, כשהוא מנותק לגמרי מכל מה שנעשה סביבו. אמרו עליו שהוא א' מל"ו צדיקי הדור.
למרות שהוא מאד הצניע לכת, צדיקי הדור הכירוהו והיו שולחים אליו קוויטלאך מחו"ל. האדמור מאלכסנדר כתב לו שהוא מוכן לשלוח לו מעות למחיה, ובתנאי שהוא ילמד ביחוד עבורו שעה אחת ביום.
על פטירתו שמעתי סיפור מענין מזקני משפחתי: רבי שמעלקא חלה בדלקת ריאות בשנת תרנ"ח, בטרם היותו בן ארבעים שנים. אבל הוא לא התלונן על כך, מכיון שעניני הגוף לא תפסו מקום אצלו. כשראו בני משפחתו את סבלו, הם לקחוהו לבית החולים שערי צדק בירושלים, שם טיפל בו ד"ר וואלאך. הוא הורה לתת לו תרופה או זריקה, אבל הוא טעה, ובמקום לתת את התרופה הנכונה - הוא נתן לו תרופה שמאוד מזיקה דוקא לדלקת ריאות. משהבחין בטעותו, ניגש ד"ר וואלאך אל ר' שמעלקא, ומאד ביקש ממנו מחילה על זה. שאלו רבי שמעלקא : ומה הנזק? אמר לו ד"ר וואלאך : רבי, בגלל זה אתה תסתלק מהעולם עוד היום או מחר. אמר לו רבי שמעלקא: א"כ, שככה גרמת לי, ויש לי אשה וילדים קטנים, אז תבוא גם אתה עימי...
ד"ר וואלאך, ביודעו שרבי שמעלקא הוא קדוש עליון, החל לבכות ולומר שהיה זה בטעות גמור ורבים צריכים לו וכו'. אחרי כו"כ תחנונים, אמר לו רבי שמעלקא : " מה שיצא מפי - חייב להתקיים, ואין שום עצה נגד זה [ !! ] . אבל זאת אעשה, שאפרש את שאמרתי שתבוא עמי - באותו יום, אבל לא באותה שנה" ...
למחרת, ביום ז' ניסן, נפטר רבי שמעלקא. ויותר מחמישים שנים אח"ז, בשנת תשי"ז [ כמדומני ] , נפטר ד"ר וואלאך. ובאיזה תאריך ? ז' ניסן !!
[ ראיתי כו"כ פעמים את המציבה של זקיני וכ' עליה ז' ניסן, ולפני כמה שנים ראיתי צילום מהמציבה של ד"ר וואלאך - וכ' עליה "נפטר ז' ניסן" ... ].
[ שמעתי ספור זה מנכדו, דודי הרה"צ רלוי"צ מבאסטאן זצ"ל, ומנכדו ש"ב רבי פנחס הלוי הורוויץ זצ"ל, שהיה דייקן גדול בסיפורים ].
רבי שמעלקא השאיר אחריו ילדים : בניו : זקיני הרה"ק רבי פנחס דוד הלוי הורוויץ האדמו"ר הראשון מבאסטאן זצוק"ל, הה"צ ר' יהושע הורוויץ זצ"ל, הרה"צ ר' ראובן נתן נטע הורוויץ זצ"ל, הרה"צ רבי אברהם זצ"ל שהיה חתנו של [ דודו ] הרה"ק רבי דוד בידערמאן מלעלוב זי"ע, רבי משה הורוויץ זצ"ל.
חתניו: הרה"צ רבי נפתלי בראנדוויין זצ"ל, ואחיו הרה"צ רבי דוד לייב בראנדוויין זצ"ל. [ שניהם בני הרה"ק רבי אברהם מסטרעטין - ירושלים זי"ע ].
זקיני הרה"צ מסטרעטין - פראווידענס זצ"ל גם היה נכדו, ונקרא על שמו.
זי"ע ועכ"י אמן.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
קעלער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2009 1:18 am

רבי יעקב אבד"ק קאטלבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלער »

בס"ד
ווייסט אפשר איינער צו הגה"ק רבי יעקב אבד"ק קאטלבערג זי"ע איז געווען אן איידעם אדער אן אייניקל פון הרה"ק הר"ר שמעלקא מניקלשבורג זי"ע?
אויך, ווייסט איינער פרטים אודות צאצאיו וכדומה? ווי קען מען טרעפן איבער דעם?
יישר כחכם והצלחה
זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ר' יעקב איז געווען א זוהן פון א פשוטע יוד, און איידעם פון דער רבי ר' שמעלקא.
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

קעלער האט געשריבן:בס"ד
ווייסט אפשר איינער צו הגה"ק רבי יעקב אבד"ק קאטלבערג זי"ע איז געווען אן איידעם אדער אן אייניקל פון הרה"ק הר"ר שמעלקא מניקלשבורג זי"ע?
אויך, ווייסט איינער פרטים אודות צאצאיו וכדומה? ווי קען מען טרעפן איבער דעם?
יישר כחכם והצלחה
זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל אמן

הוא היה איידים שלו.
חתניו של רבי יעקב מקאטלבורג: רבי אברהם זאב וואלף פרענקל אב"ד פשעווארסק ורישא בעמח"ס משיב כהלכה, ורבי מרדכי מבראד , ויש מקומות שכתוב גם רבי יונה מיעריסלאוו.
בנו של רבל יעקב: רבי צבי הירש הורויץ אב"ד ווישניצא. [ ויש שכתבו רבי פנחס הורוויץ ].
יש פרטים בספר " שמן הטוב" .
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
קעלער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2009 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלער »

בס"ד
יישר כחכם ביידע פאר די תשובה!
ובפרטות לנכד סטרעטן, כי העיקר מה שמעוניין לי, הוא השייכות מרבי יעקב אבד"ק קאטלבערג לווישניצא.
גראדע, חפשתי ב"שמן הטוב" אודותם ולא מצאתי, כנראה לא יגעתי.
געדענקט איר המקור פון די פרטים?
רבי יעקב האט אויך געהייסן הורוויץ כמו הר"ר שמעלקא (ווייל כתבתם אז זיין זוהן אב"ד ווישניצא האט געהייסן הורוויץ)?
און יעצט אויב ווייסט איר דאס, ווייסט איר אויך די קינדער פון דעם אב"ד ווישניצא?
יישר כחכם גדול, זייטס געבענטשט
קעלער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2009 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלער »

בס"ד
מדי דברי זכור אזכור עוד...
מיט יארן צוריק איז מיר אמאל אויסגעקומען צו זיין אין באבוב ביי א סעודת מלוה מלכה, האט כ"ק אדמו"ר רבי שלמה מבאבוב זי"ע דאן דערציילט א מעשה באריכות גדול פונעם קאטלבערגער רב וועלכער איז געווען אן אייניקל פונעם ר"ר שמעלקא, און האט אויסגעזען אויפ'ן צורה אייניג צום ר"ר שמעלקא.
האט דער איידעם רבי יעקב אבד"ק קאטלבערג געהאט א זוהן אויך אבד"ק קאטלבערג?
תודה והצלחה
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:
קעלער האט געשריבן:בס"ד
ווייסט אפשר איינער צו הגה"ק רבי יעקב אבד"ק קאטלבערג זי"ע איז געווען אן איידעם אדער אן אייניקל פון הרה"ק הר"ר שמעלקא מניקלשבורג זי"ע?
אויך, ווייסט איינער פרטים אודות צאצאיו וכדומה? ווי קען מען טרעפן איבער דעם?
יישר כחכם והצלחה
זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל אמן

הוא היה איידים שלו.
חתניו של רבי יעקב מקאטלבורג: רבי אברהם זאב וואלף פרענקל אב"ד פשעווארסק ורישא בעמח"ס משיב כהלכה, ורבי מרדכי מבראד , ויש מקומות שכתוב גם רבי יונה מיעריסלאוו.
בנו של רבל יעקב: רבי צבי הירש הורויץ אב"ד ווישניצא. [ ויש שכתבו רבי פנחס הורוויץ ].
יש פרטים בספר " שמן הטוב" .

להגאון בעל משיב כהלכה היה נכד בשם ר' גרשון יצחק הלוי, בניו ר' אברהם זאב ור' שמחה הלוי לעווי היגרו לארה"ב.
ר' אברהם וואלף שהיה נקרא ע"ש זקנו המשיב כהלכה היה רב בעיר מקיספארט אשר בפאנסילבני' ואח"כ היה גר בברוקלין משנת התר"ץ עד פטירתו בשנת תש"א והניח ב' בנים וג' בנות, אחד מבניו ר' זלמן לעווי היה רב בניו זשערסי.

ר' שמחה ב"ר יצחק גרשון היה רב בעיר פירט-עמבאו בניו זשערסי

מקור:
http://kevarim.com/rabbi-avroham-zev-wolf-levy/
אטעטשמענטס
rev-wolf-levy.jpg
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

הוספה
א ברודער פון דעם משיב כהלכה הג"ר ר' פנחס שמעי' איז אויך געווען אן איידעם ביי ר' צבי הירש ב"ר יעקב אב"ד קאטלבורג
דריי מאל איז ר' בנימין (אבי ר' יעקב הנ"ל) געווען א מחותן מיטן רבי שמעלקא
ר' צבי הירש ב"ר יעקב האט זיך גערופן הורוויץ ע"ש אבי אמו, ער איז געווען רב אין ווישניצא, (ראה ספר אהל ברוך תולדות הברוך טעם אות קה, מילתא דבדיחותא שאמר הה"ק הר"ש מבאבוב כשהחליט לעזוב את הרבנות מווישניצא, אודות ר' צבי הירש הנ"ל).
אין ספר נפלאות הרבי (עמ' נה בהערה) איז געדרוקט א סיפור וועגן דעם שידוך פןו רבי יעקב ביים רבי ר' שמעלקא

בזכרוני משפחת שניטצלער (טשאבא) מתייחסים אחר רבי יעקב אב"ד קאטלבורג
קעלער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2009 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלער »

בס"ד
תודה על העבר...
יישר כחכם וזכותם יגן עליכם ועלינו ועל כל ישראל אמן.
בקשה על העתיד...
ווער עס האט נאך עפעס מוסיף צו זיין.
יישר כח למפרע גם להם וזכותם יגן עליכם ועלינו ועל כל ישראל אמן.
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

עכשיו ראיתי שבהאשכול של משפ' הרבנים "תאומים - פרענקיל" כתב מורינו מביקסאד, שרבי יונה מיעריסלאוו היה איידים אצל רבי צ"ה מווישניצא ב"ר יעקב מקאטילבורג, ולא אצל רבי יעקב עצמו [ כפי שכתבתי לעיל ].
והאיידים של ר' יונה היה רבי דוב בעריש אב"ד צעשינוב [ נכד הברוך טעם], שבנו רבי פנחס מביקאווסק היה חתנו של מרן משיניווע זי"ע. ובתו נישאה לרבי ב"צ וועבער בן הרב מאדא. עיי"ש.
להר"ר קעללער : ראה בספר שמן הטוב בחלק הסיפורים - בסופו. [ צאצאי הרבי רבי שמעלקא זי"ע]. ( אות נ"ז עמ' קפ"ב).
גם ראיתי כתוב שאמו של הרה"ק רבי שמעלקא סעלישער זי"ע היתה קרובת משפחה של הרה"ק רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג ואחיו ההפלאה, וקראה שם בנה ע"ש הרה"ק רבי ר' שמעלקא זי"ע.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

לרגל ההילולא קדישא היום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

כתוב בספר מדרש פנחס שהרה"ק ר"פ קאריצער זי"ע לא הניח לו לשבות אצלו, ואמר הסיבה כי יראתי ממנו, כי בשמיים מענישים את מי שאיננו קורא לו
"הרבי ר' שמעלקא".
כ' החוזה הק' בספר זכרון זאת פ' ויקהל:" לא תבערו אש בכל כו' ביום השבת": וכן שמעתי מהרב הגאון מניקלשבורג ז"ל בהיותי אצלו בק"ק שינאווא:"אילו שמרו ישראל 2 שבתות כהל' מיד נגאלין": פי' שישובו בשב"ק, ע"י קדושת שבת בא התעוררות לשוב בתשובה ויגמרו התשובה בחול, אחר כך יהיה שבת הבא כולו קדוש, וזה 2 שבתות".
מתלמידיו : אורח לחיים מזלאטשוב, רבי מ"מ מרימינאוו, המגיד מקאזניץ, החוזה,ר"ש מקשאנאוו, רבי מרדכי באנעט, היש"מ, האחים הק' ר"א מליזענסק
[ תלמיד חבר ? ] ור"ז, רמ"ל מסאסוב, רבי אייזיק מקאלוב, רלוי"צ מבארדיטשוב.
זי"ע ועכ"י.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נוסח מציבת ר' אליהו שלמה ב"ר משה יצחק הלוי הורוויץ-ווינאגראד מלידא דור חמישי להרה"ק הרבי ר' שמעלקא, נפטר כ"ד אייר תרל"ח ומנו"כ בווארשא:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=100
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”