ר' מנחם מענדל מוויטעבסק ז"ל - בדר"ח אייר תקמ"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

ר' מנחם מענדל מוויטעבסק ז"ל - בדר"ח אייר תקמ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק רבי מנחם מענדל מוויטעבסק - איז געוועהן א תלמיד פון בעש"ט הק' זי"ע און שפעטער פון הרה"ק רבי ר' בער ממעזריטש זי"ע. ער איז געפאהרן קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין צפת עיה"ק. ער איז געוועהן דער מנהיג פון די ערשטע חסידים אין ארץ ישראל, נאכדעם האט ער געוואוינט אין טברי' און איז דארט נפטר געווארן בשנת תקמ"ח לפ"ק, זי"ע ועכ"י.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

הרה"ק רבי מנחם מענדל מוויטעבסק זי"ע ועכ"י
אטעטשמענטס
K_R Mendel Vtevsk 1.JPG
K_R Mendel Vtevsk 1.JPG (42.01 KiB) געזען 6581 מאל
the SCY is the limit
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ארויף געברענגט לכבוד די בעפארשטייענדע יומא דהילולא.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער הייליגער דרך פון הרה"ק ר' מנחם מענדיל מוויטעבסק זצוק"ל, איז געווען דורכגעפלאכטן מיט ענוה און שפלות, באהאלטן אין א לבוש פון מלכות און דערהויבנקייט. ווען עמיצער האט אים אמאל געפרעגט: "עס שטייט דאך 'יאי עניותא לישראל' עס איז שיין די ארימקייט פאר אידן?" האט דער צדיק מיט גרויס עניוות געענטפערט: "נו! וואס זאל איך טון אז כ'פארלייד נישט קיין שיינקייט, און דערפאר קען איך נישט פארנעמען דאס ארימקייט!".
ווען הרה"ק ר' מענדיל וויטעבסקער איז נאך געווען א יונג בחור'ל, און איז נאך נישט געוען מקורב צום הייליגן בעש"ט זי"ע, האט ער זיך שוין געדרייט אין שטוב ביי זיין רבי'ן דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זצוק"ל. דארט אין שטאט ראוונע, און שול'כל פון גרויסן מגיד, איז ער געזעסן אין געלערנט אן אויפהער מיט גרויס התמדה. עס איז געווען אין איינעם א טאג נאכ'ן לערנען א לענגערער צייט רצופות, האט זיך דער יונגער ר' מענדעלע געשפירט שטארק דערהויבן, און ער האט מיט'ן היטל פארריקט אויפ'ן שטערן, ארומשפאצירט. ווענדט זיך פלוצים דער רבי ר' בער, דער גרויסער מגיד, און פרעגט אים: "מענדעלע! וואס ביסטו עפעס אזוי פרייליך היינט?"
- "כ'האב היינט געלערנט זעקס בלעטער גמרא אין איין צו!" - האט ר' מענדעלע פרייליך געענטפערט. דער מגיד האט אוועקגעדרייט זיין קאפ און ארויסגעקוקט פון פענסטער ווען ער מורמעלט ווי צו זיך: "אזוי? אויב זעקס בלעטער פארריקן דעם היט, וויפיל בלעטער גמרא דארף מען האבן אינגאנצן אוועקצואווארפן דעם היט!". דער מגיד האט מער גארנישט געזאגט. אבער אין הארץ פונעם יונגן ר' מענדעלע האט זיך פלוצלינג עפעס א ריס געטאן, ער האט מיט א צובראכנקייט אויסגעפלאצט אין א שטארקן געוויין. ענדליך איז ער געקומען צו זיך און געפרעגט דעם מגיד: "וויאזוי איז מען מתקן דאס וואס כ'האב געלערנט נישט ווי מען דארף, און וויאזוי לערנט מען זיך אויס וויאזוי מען דארף צו לערנען!".
דער גרויסער מגיד האט דאן פארגעשלאגן פאר דעם יונגען מנחם מענדל צו פארן צוזאמען מיט אים קיין מעזבוזש צום הייליגן בעש"ט נבג"מ, און זיך לערנען דארט וויאזוי צו דינען דעם אייבירשטן. נאך יענעם וואך זענען די צוויי הייליגע צדיקים, דער גרויסער מגיד און זיין באליבטן תלמיד דער שפעטערדיגער רבי ר' מענדעלע וויטעבסקער, אוועקגעפארן אויף מעזבוזש. און נאך א קורצער צייט איז דער רבי ר' מענדעלע געווארן איינער פון די גרויסע תלמידי הבעש"ט, און שפעטער אליינס געווארן איינער פון די גרעסטע פארשפרייטער פון חסידות אין די שטעט פון רייסן און ליטא.
ווען הרה"ק ר' מענדעלע איז - נאך א שטיק צייט - צוריק אהיימגעקומען פון רייסן צו זיין רבי'ן דער גרויסער מגיד אין מעזריטש, האט אים דער מגיד געפרעגט: "וואס האסטו אויפגעטון אין רייסן?"
- "דארט האב איך געפונען גאנצע הערצער און צוריסענע קאפאטעס, האב איך געמאכט דערפון גאנצע קאפאטעס און צוריסענע הערצער!" - האט ער געענטפערט.
- "און וויאזוי האט מען דיר דארט מכבד געווען?" האט דער רבי ר' בער ווייטער געפרעגט.
"ס'געווען פלעצער" - האט הרה"ק ר' מענדעלע געענטפערט - "וואו מ'האט מיר גערופן 'גאון', און אנדערע פלעצער האט מען מיר געגעבן דעם טיטל 'גאון און קדוש', אבער איך האב איבעראל געוואוסט מיין שפלות!" - האט הרה"ק ר' מנחם מענדל אויסגעפירט צו זיין רבי דער גרויסער מגיד.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איבערגעלייגט רבי שמחה'ס בילד עס זאל זיין זעהבאר
אטעטשמענטס
K_R Mendel Vtevsk 1 (Custom).JPG
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

בשנת תרמ"ה איז געדרוקט געווארן אין פשעמישל/פרעמישלא א ספר מנחם ציון, אנגעבליך פון א כת"י פון הרה"ק ר' מנחם מענדל מוויטעפסק זי"ע, און אז דער כת"י איז געלעגן ביים צאנזער רב, אויפן שער בלאט שטייט קלאר ארויף געשריבן אז דער הייליגער צאנזער רב האט יעדן טאג דערינען געלערנט, ולא זז מחבבו, ולא מש משלחנו וכו', עס האט די הסכמות פון דעם צאנזער רב'ס קינדער, וועלכע שרייבן אז דער כת"י איז פון ר' מענדיל מוויטעפסק.

דער זעלבער ספר איז געדרוקט געווארן אין ווארשע א יאהר דערויף אונטערן נאמען 'מים אדירים' ע"ש ר' מנחם מענדל משקלאוו תלמיד הגר"א.

לויט ווי עס קוקט אויס איז אויפן שער בלאט בלויז געשטאנען דער נאמען מנחם מענדיל און עס איז געווען ברור אז דער מחבר איז פון דער דור פונעם גרויסער מגיד און דער גר"א, דעריבער האט יעדער געלערנט פשט דערין לויט ווי ער האט פארשטאנען, די חסידים האבן געהאלטן אז דער מקובל איז זיכער א חסיד, און די מתנגדים האבן געהאלטן אז דאס איז א זייערערס.

למעשה איז דאס יא פון ר' מנחם מענדל משקלאוו ווי עס ווייזט זיך אויף פון די פאלגענדע צוויי זאכן.

מישנדיג אינעם ספר איז אינטערעסאנט אז אויף היברו בוקס איז פארהאן דער ספר מיט אן הגה פון יעקב אליעזר בלאאמו"ר אהרן יצחק מ...ן מוויטעבסק וועלכע גיבט אהן אז דער מים אדירים איז גערעכט און דאס איז פון ר' מנחם מענדל משקלאוו.

אין א בריוו וואס עס שרייבט הרב שמואל לאנדא צום דרכי תשובה שרייבט ער מדעת עצמו א הוכחה אז דאס האט געשריבן א תלמיד הגר"א און ער איז מוכיח אז דאס איז ר' מנחם מענדל משקלאוו. (בכלל איז דער בריוו זייער אינטערעסאנט)

ושניהם לדבר אחד נתכוונו ומתנבאים בסגנון אחד.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
קלונימוס
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלונימוס »

אין ספר "הגאון" טענה'ט ער אז דער ספר האט שטיקלעך מפורש קעגן חסידים.

וועלכע ווייזן, לטענתו, אז עס איז זיכער נישט פון קיין חסיד.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

קלונימוס האט געשריבן:אין ספר "הגאון" טענה'ט ער אז דער ספר האט שטיקלעך מפורש קעגן חסידים.

וועלכע ווייזן, לטענתו, אז עס איז זיכער נישט פון קיין חסיד.

עיין במכתב הנ"ל של ר' שמואל לאנדא אל הדרכי תשובה
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
קלונימוס
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלונימוס »

בלעטערנדיג יעצט אינעם ספר אויף היברו בוקס זע איך אז ער ברענגט אסאך זאכן כמ"ש אדומ"ו ז"ל. דוכט זיך אז אויב אזוי דארף זיין גרינג צו וויסן וועמענס תלמיד ער איז געווען.

והיות שאין לי עסק בנסתרות. (עכ"פ נישטא אין קרעטשמע....) ווייס איך נישט צו צושטעלן ווער זיין רבי איז.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

בלייבט אויב אזוי איבער אויך צו זעהן וויפיל שפעטערע מדפיסים האבן ארויס גענומען שטיקלעך פון דא און עס צוגעלייגט צו תורת המגיד הגדול.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
קלונימוס
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלונימוס »

בן בוזי האט געשריבן:
קלונימוס האט געשריבן:אין ספר "הגאון" טענה'ט ער אז דער ספר האט שטיקלעך מפורש קעגן חסידים.

וועלכע ווייזן, לטענתו, אז עס איז זיכער נישט פון קיין חסיד.

עיין במכתב הנ"ל של ר' שמואל לאנדא אל הדרכי תשובה

עיינתי ובקשתי ולא מצאתי על מה ירמזון מליו.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

כוונתי להחילוקים בין קבלת הגר"א לבין קבלת החסידית
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
קלונימוס
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלונימוס »

בן בוזי האט געשריבן:כוונתי להחילוקים בין קבלת הגר"א לבין קבלת החסידית

לכאו' אינו ענין כלל למש"כ בשם ספר הגאון שהמנחם ציון מדבר בגנותן של החסידים
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

הרה"ק רבי מנחם מענדיל מוויטעבסק זצ"ל - א' אייר תקמ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

הרה"ק ר' מנחם מענדיל מוויטעבסק זצ"ל נולד לאביו הר"ר משה זצ"ל בשת תצ"ט.
בשנות ילדותו זכה לראות פני אור שבעת הימים הבעש"ט הק', והי' תלמיד רבינו המגיד הגדול ממעזריטש זצ"ל.
בפקודת רבו הק' קיבל את הנהגת עדת החסידים בחבל רייסין.
בשנת תקל"ז עלה לארץ הקודש במסעו הגדול, יחד עם רעו הרה"ק רבי אברהם מקאליסק זצ"ל, ועוד כשלש מאות נפשות נלוו עמהם - והתיישב בעיה"ק צפת ת"ו, ובשנת תקמ"ג עבר לעיר טבריא.
בבדר"ח אייר תקמ"ח עלה בסערה השמימה, ומנוחתו כבוד בבית החיים הישן בטבריא תובב"א.
השאיר אחריו ברכה את ספריו "פרי עץ" - "פרי הארץ".
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

כבוד הרב פרעגער א דאנק אייך פארן עפענען אן אשכול איבער קוה"ק מרן הרמ"מ מוויטעפסק, אבער במחילת כבודך הרם אטא דא איז שוין פארהאן אן אפענער אשכול, ואדרבה מע"כ איז מכובד מכבד צו זיין אנדערע בדבריו הנעימים במקומו הנכון.

בכבוד רב
בן בוזי
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

בן בוזי האט געשריבן:כבוד הרב פרעגער א דאנק אייך פארן עפענען אן אשכול איבער קוה"ק מרן הרמ"מ מוויטעפסק, אבער במחילת כבודך הרם אטא דא איז שוין פארהאן אן אפענער אשכול, ואדרבה מע"כ איז מכובד מכבד צו זיין אנדערע בדבריו הנעימים במקומו הנכון.

בכבוד רב
בן בוזי

איך האב געזוכט = אבער די 'פארגעשריטענע זוכעניש', האט מיר דאס נישט געוויזן. ואתכם הסליחה.
אולי יבואו הגבאים ויעשו סדר, בהוקרה
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פרעגער האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:כבוד הרב פרעגער א דאנק אייך פארן עפענען אן אשכול איבער קוה"ק מרן הרמ"מ מוויטעפסק, אבער במחילת כבודך הרם אטא דא איז שוין פארהאן אן אפענער אשכול, ואדרבה מע"כ איז מכובד מכבד צו זיין אנדערע בדבריו הנעימים במקומו הנכון.

בכבוד רב
בן בוזי

איך האב געזוכט = אבער די 'פארגעשריטענע זוכעניש', האט מיר דאס נישט געוויזן. ואתכם הסליחה.
אולי יבואו הגבאים ויעשו סדר, בהוקרה

היינט איז שוין דא מער א פארגעשריטענע זוכעניש ווי "פארגעשריטענע זוכעניש"... און דאס איז דער מפתח כללי אויפן על הצדיקים פארום וואס ידידינו "זייער נייגעריג" האט באארבעט.
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

קרעמער האט געשריבן:

שכוח, ואם אפשר כדאי לתקן 'נושא האשכול', בתאריך היומא דהילולא בדר"ח אייר תקמ"ח
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

הוא הי' אומר: ווען איך בין געקומען קיין רייסין, האב איך געטראפן אידן מיט צוריסענע קליידער, און גאנצע הערצער!
איך האב געארבייט, אז זיי זאלן האבן גאנצע קליידער און צוריסענע הערצער!!!
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

צדיקים האבן געזאגט (אפשר דער רוזינער האט דאס געזאגט, אויב דענק איך גוט), אז ר' מענדעלע איז געגאנגען קיין ארץ ישראל מיט די זעלבע כוונות ווי אברהם אבינו איז געגאנגען, הלוך ונסוע הנגבה.
לחיים ולברכה!
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

לרגל ההילולא קדישא היום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

פעם עלה א' על הר ותקע בשופר, ואמרו שמשיח הגיע. כששמע זה הרה"ק רמ"מ וויטעבסקער, ניגש לחלון והריח באפו, ואמר שאין זו הגאולה.
ואמרו ע"ז, למה היה צריך לגשת להחלון, הרי יכל להריח מחדרו ?
אלא שבחדרו הק' תמיד היה שם הריח של משיח, ורצה לראות האם אכן גם בהעולם זה כבר נמשך..
זי"ע ועכ"י.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

פרעגער האט געשריבן:הרה"ק ר' מנחם מענדיל מוויטעבסק זצ"ל נולד לאביו הר"ר משה זצ"ל בשת תצ"ט.

כותבי תולדותיו כותבים שנולד שנת ת"צ.

וויאזוי האט ער געהייסן, מענדיל מיט א יוד אדער מענדל אן א יוד?
אויף די מציבה וואס איז אויבן צוגעברענגט שטייט מיט א יוד, אבער די מציבה איז א נייע, די שאלה איז וויאזוי איז געשטאנען אויף די אלטע.
דער צמח צדק פון ליבאוויטש האט געהייסן נאך אים און ער האט געהייסן מענדל אן א יוד, אבער איך האב אמאל געהערט אז די צמח צדיק פון וויזניץ האט אויך געהייסן נאך אים און ער האט געהייסן מיט א יוד...
חקרן
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חקרן »

וויבאלד מען שטייט שוין און די חודש פונעם הילולא איז אינטערסאנט אנצומערקען אז גלייך נאך די הסתלקות פונעם הייליגען מגיד פון מעזריטש זי''ע האבן מען דן געווען צו מען זאל ממשיך זיין מיט איין גרויסע מנהיג אזוי ווי ס'איז געווען ביד דעלמאטס איינע פון די קאנדידאטען איז געווען די מאור עיניים זי''ע נאר די הייליגע בעל התניא זי''ע האט נישט געוואלט (יש אומרים אז דאס אי די סיבה פון די שטרייט פון די טשערנאבליע מיט די חב''דסיקע חסידים) נאר אז די הייליגע הארנדאנקער ווי מ'האט איהם גערופון און זייער קרייז און ביז וילאנג ער איז נישט ארויף צו ארצה''ק האט מען זיך און די רוסישע חסידים חב''ד שושלות קאברין (סלאנים) קארלין וכו' זיך אונטער געווארפן אינטער זיין הנהגה ביי מיין לעצטע באזוך און ארצה''ק בין איך פערצופאל אריינגעפאלן מען האט מיר גערופען פאר מנין און א שטיבל דארטען איז דא א גאנצע אפענע שטח גלייך נעבן די כינרת מיט אלטע שולן ר' חיים אבלעפיא בית הכנסת העתיק ווי די ריזשינע חסידים פלעגן דאווענען וואס יענע גאנצע מתחם איז א עקסטרע אפהאנלונג אי''ה בפעם אחרינא אלזא א אינגערמאן זאגט מיר אז די ביהמ'''ד ווי ער האט מיר אריינגערופון איז געווען די הויז פון ר' מענדעלע וויטבעסקער און יעצט באלאנגט עס פאר קרלין נאכדעם וואס די בית אהרן האט עס אפגעקויפט פאר קנאפע 200 יאר צוריק זאגט ער מיר ווייטער אז און פרי הארץ און די חלק המכתבים וואס איז במאמר המוסגר גאר אינטערסאנט צו ליינען שרייבט ער און א בריוו אז ער האט געקויפט די הויז ווי ס'איז דא דריי שטאק איינס פאר א הויז ביהמ''ד און א מקוה גראדע קוקענדיג נאך מיין צוריק קומען שטייט נישט ממש אזוי האט ער מיר אנגעוויזען די מקוה וואס זיי האבען אנדעקט פאר 8 יאר צוריק ס'איז זייער אינטערסאנט דענעדיג אז די חיבור איז געווען מיט די מימי הכינרת איך האב גראדע געזען דארטען אלטע ספרים נאר מפאת קוצר הזמן האב איך נישט געהאט צייט מעיין צו זיין האפענטליך נעקסטע מאל איך ראט אז יעדער וואס פארט קיין ארצה''ק זאל גיין קוקען מען זעט שטיקער חסידישע היסטאריע היינט איז זא כולל פון קארלינע חסידם א גאנצע וואך יענע אינגערמאן האט מיר געזאגט אז ער איז שוין די צענטע דור פון טבריא ומפאת קור הזמן קיצרתי עד למאוד ובעזהשי''ת נמשיך מחר מתולדתיו
בטל רצוניך מפני רצונו היינו זאלסט כלל נישט האבן א רצון
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

א הערליכער דאקומענטארישער ווערק פון החוקר לבית קארלין הרב אביש שור וועגן די דין ודברים פון איבערגעבן דאס נשיאות איבער חסידי רייסין דערנאך וואס רבי מענדעלע וויטעפסקער איז ארויף אויף ארה"ק צום בעל התניא אדער צו רבי שלמה קארלינער.

חוץ וואס דער ארטיקל איז מורא'דיג אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו, איז נאכמער אינטערעסאנט ווי ער פארשטייט די מכתבים פון צווישן די שורות, זאכן וואס ווער עס איז נישט באהאוונט מיט די ענינים וואלט עס קיינמאל נישט דערזעהן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

ווי באקאנט איז אין 'בית רבי' פארהאן א לענגערער באהאנדלונג איבער דעם (רבי מענדל האראדאקער), אבער עס איז קענטיג אז ס'פאהרט איין זייטיג.
לחיים ולברכה!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”