ר' אהרן (הגדול) מקארלין זצ"ל - י"ט ניסן שנת תקל"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

ר' אהרן (הגדול) מקארלין זצ"ל - י"ט ניסן שנת תקל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק ר' אהרן (הגדול) מקארלין (בהרה"ק ר' יעקב) - איז געוועהן א תלמיד פון הרה"ק רבי ר' בער ממעזריטש זי"ע. ער איז געוועהן פון די ערשטע תלמידי בעש"ט הק' וואס האבן געוואוינט אין "ליטא". ער האט געמאכט פיהל בעלי תשובה. זיינע דברי תורה ווערן געברענגט אין ספר "בית אהרן" פון זיין אייניקל וואס האט אויך געהייסן רבי אהרן קארלינער זי"ע. ער איז נפטר געווארן י"ט ניסן שנת תקל"ב לפ"ק, זי"ע ועכ"י.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

היינט מאנטאג ג' דחוה"מ איז די יומא דהילולא קדישא (י"ט).
זיין השפעה און כח הקדושה איז געווען מורא'דיג, ער האט געמאכט "אכציג טויזענט בעלי תשובות", (איך האב געהערט איבער דעם פון א געוויסען אדמו"ר אז נישט פשט ער האט געמאכט פון בעלי עבירה בעלי תשובות, נאר ער האט געמאכט אכציג טויזענט אידן פאר בני עלי', קאכעדיגע ווארימע חסידישע אידן!).
זכותו יגן עלינו ועכ"י.
לחיים ולברכה!
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

נחמן נתן האט געשריבן:היינט מאנטאג ג' דחוה"מ איז די יומא דהילולא קדישא (י"ט).

בעזהשי''ת
ואני הקטן שמעתי מקדוש עליון מפורסם שהפשט הוא שקידש את האויר ועי''ז נעשו בעלי עבירה
בעלי תשובה ממש .
אגב עיין באור הצפון לחסידי בעלז חודש ניסן שהאדמוהאמצ''ע מבעלז אמר כדי לעשות את אמעריקא
בעלי תשובה הוא יכול לעשות זאת מבעלז .ולא צריך לנסוע בשביל זה לאמעריקא . ג''כ הפירוש כך
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

badatz האט געשריבן: בעזהשי''ת
ואני הקטן שמעתי מקדוש עליון מפורסם שהפשט הוא שקידש את האויר ועי''ז נעשו בעלי עבירה
בעלי תשובה ממש .
אגב עיין באור הצפון לחסידי בעלז חודש ניסן שהאדמוהאמצ''ע מבעלז אמר כדי לעשות את אמעריקא
בעלי תשובה הוא יכול לעשות זאת מבעלז .ולא צריך לנסוע בשביל זה לאמעריקא . ג''כ הפירוש כך

אהא דאס לייגט זיך שוין מער אויפן שכל אז ס'זאל שטימען דער ציפער 80 טויזענט
אינטערסאנט איז אבער אז די כוח הקדושה פון די צדיקים האט נישט מזכך געווען דאס אוויר דא אין אמעריקא בעפאר עס זענען אהער געקומען די צדיקים אין בפועל אויפגעטאן, זעט אויס אז א שטיקעל איתרעותא דלתתא מיז יא זיין.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

יאסל האט געשריבן:

ב''ה
יאסעלע !!!!!
אי''ה ביומיים הקרובים אכתוב קצת אריכות בזה ויתבררו הדברים כשמלה ותהנה .
אך פטור בלא כלום לא שייך ----הצדיקים בעת ההיא לא רצו שיהי' להם שייכות עם אנשי אמעריקא
כי הרגישו שהשייכות איתם יגשם אותם .כי כידוע האנשים שבאו לכאן הורידו מעליהם עול התורה והמצוות
והמענטשלעכקייט .ולא רצו שיהיו להם שום שייכות עם אנשי מעלה .משא''כ אחר המלחמה לא באו
לכאן ברצונם הטוב רק פשוט הכריחו אותם לבא לכאן .ובעצם הם רצו להישאר עם קשר לאבותיהם .
כידוע מאמרו של הרה''ק עטרת תפארת ישראל מטשארטקאוו זצ''ל .אודות העלי' לארה''ק .שזה לא
עלי' ברצון --עלי' בחומה --רק אומות העולם דוחפים אותנו לעלות ע''י הגזירות והשיעבודים --אין אני
רוצה להיכנס בנושא זה .כי אחרים לא יבינו את הדברים לאישורם -- עכ''פ תן לחכם ויחכם עוד
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

badatz האט געשריבן: כידוע מאמרו של הרה''ק עטרת תפארת ישראל מטשארטקאוו זצ''ל .אודות העלי' לארה''ק .שזה לא
עלי' ברצון --עלי' בחומה --רק אומות העולם דוחפים אותנו לעלות ע''י הגזירות והשיעבודים --אין אני
רוצה להיכנס בנושא זה .כי אחרים לא יבינו את הדברים לאישורם -- עכ''פ תן לחכם ויחכם עוד

דבר זה מבואר כבר בספר דעת משה להר' משה'לע קוזניצער בפרשיות של קרח-חקת-בלק איני זוכר בדיוק באיזה פרשה. ואכהמ"ל בזה.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

וויאזוי גייט דער יחוס פון ר' אשר זילברשטיין אב"ד לאס-אנזשעלעס ז"ל צו ר' אהרן הגדול מקארלין? ר' אשר האט געשטאמט פון שטאט מעזריטש ווי זיין טאטע ר' ישראל אהרן האט משמש געווען ברבנות בהמשך פון 10 דורות רבנים ארטיגע רבנים, כשהגיע לפרקו האט ער חתונג געהאט מיט הרבנית חנה רחל בת ר' אברהם יהושע העשיל ממאלין-ראדומישל, ער איז געווען קודם רב אין וויניפעג, קאנאדא ווי זיין ווייב איז נפטר געווארן ל"ע אין אן עקסידענט, נאכען נכאמאל חתונה האבן האט ער אנגענומען דאס רבנות אין ל.א. קאליפארניע ביז צו זיין פטירה בשנת תש"ל

http://kevarim.com/rabbi-osher-zilberst ... ment-26911
אטעטשמענטס
reb-asher-silberstein-la.jpg
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

נחמן נתן האט געשריבן:היינט מאנטאג ג' דחוה"מ איז די יומא דהילולא קדישא (י"ט).
זיין השפעה און כח הקדושה איז געווען מורא'דיג, ער האט געמאכט "אכציג טויזענט בעלי תשובות", (איך האב געהערט איבער דעם פון א געוויסען אדמו"ר אז נישט פשט ער האט געמאכט פון בעלי עבירה בעלי תשובות, נאר ער האט געמאכט אכציג טויזענט אידן פאר בני עלי', קאכעדיגע ווארימע חסידישע אידן!).
זכותו יגן עלינו ועכ"י.

דעם חול המועד הבעל"ט פאלט אויס דער יארצייט.

זעהט דא באריכות (פון דעם עמוד און ווייטער, קוקט אויך די הערות) וועגן דער כח פון רבי אהרן הגדול אין מחזיר בתשובה זיין אידישע קינדער. מען האט אים געדראעט מיט'ן לעבן, אזוי ווייט אז ער פלעג אויסרופן זיין נאמען איידער די דרשה, אויב חלילה מען וועט אים אומברענגען אויפ'ן באלעמער בשעת'ן דרשה זאל זיין רעבעצין נישט בלייבן קיין עגונה!
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אויב מיינט מען זיין השפעה און כח הקדושה - ואס איז דער מאדנער ציפער אכציג טויזנט??
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ארויף געברענגט לכבוד די הילולא קדישא היינט

זכותו יגן עלינו
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

איטשע האט געשריבן:אויב מיינט מען זיין השפעה און כח הקדושה - ואס איז דער מאדנער ציפער אכציג טויזנט??

לכאורה פשוט !
דורך ארומגיין זאגן דרשות פאר טויזענטער אידן און דורך זיין כח הקדושה זענען אלע (אדער רוב רובם) נתעורר געווארן לתשובה, איז נישט אזוי ווייט אנצוקומען צו דעהם ציפער,
נישט אזוי ?
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

ממעתיקי השמועה האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:אויב מיינט מען זיין השפעה און כח הקדושה - ואס איז דער מאדנער ציפער אכציג טויזנט??

לכאורה פשוט !
דורך ארומגיין זאגן דרשות פאר טויזענטער אידן און דורך זיין כח הקדושה זענען אלע (אדער רוב רובם) נתעורר געווארן לתשובה, איז נישט אזוי ווייט אנצוקומען צו דעהם ציפער,
נישט אזוי ?

געווען אינגאנצן 36 ביי די פטירה
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3077
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

הרה"ק רבי אשר השני מסטאלין זצ"ל האט געזאגט בלש"ק:

״דיא וועלט זאגט, אז ער האט גימאכט בעלי תשובה, מ׳מיינט אז ער איז גשטאנען מיט דיא אנדערע זייט צום ארון קודש ודרש ברבים, ער איז געזצין אויף זיין שטוהל, און גיזאגט תורה
שטילער וויא דער טאטע (מרן אדמוה׳׳ז זיע״א), און ווער עס האט גדארפט הערן האט גיהערט ביז טויזנטער פרסאות.

ברכת אהרן עמו' ד'.
the collector
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך the collector »

א בילד פונעם ציון ביטע?
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מיללער האט געשריבן:וויאזוי גייט דער יחוס פון ר' אשר זילברשטיין אב"ד לאס-אנזשעלעס ז"ל צו ר' אהרן הגדול מקארלין? ר' אשר האט געשטאמט פון שטאט מעזריטש ווי זיין טאטע ר' ישראל אהרן האט משמש געווען ברבנות בהמשך פון 10 דורות רבנים ארטיגע רבנים, כשהגיע לפרקו האט ער חתונג געהאט מיט הרבנית חנה רחל בת ר' אברהם יהושע העשיל ממאלין-ראדומישל, ער איז געווען קודם רב אין וויניפעג, קאנאדא ווי זיין ווייב איז נפטר געווארן ל"ע אין אן עקסידענט, נאכען נכאמאל חתונה האבן האט ער אנגענומען דאס רבנות אין ל.א. קאליפארניע ביז צו זיין פטירה בשנת תש"ל

http://kevarim.com/rabbi-osher-zilberst ... ment-26911

הרב ר' אשר זילבערשטיין ז"ל אב"ד מעזריטש גדול
בן הרב ר' ישראל אהרן זילבערשטיין ז"ל אב"ד מעזריטש גדול
בן הרב ר' אשר ז"ל
בן הרב ר' צבי ז"ל
בן הרב ר' ישראל מאוסטראה זצ"ל [שם זוגתו הצ' פערל שהיתה בזיוו"ר אשת ר' אהרן מלעכוויטש]
חתן הרה"ק ר' אשר הראשון מסטאלין זצ"ל
בן הרה"ק ר' אהרן הגדול מקארלין זצ"ל
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

חותנו של רבי אהרן הגדול מקארלין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

שמעתי שבאחד הקובצים של עץ חיים (באבוב) יש מאמר עם השערה מי היה חותנו של רבי אהרן הגדול מקארלין.
אשמח לקבל מ"מ מפורט.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: ר' אהרן (הגדול) מקארלין זצ"ל - י"ט ניסן שנת תקל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

היינט איז די יארצייט זכותו הגדול יגן עלינו
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: ר' אהרן (הגדול) מקארלין זצ"ל - י"ט ניסן שנת תקל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

הרה"ק רבי אהרן ב"ר יעקב זי"ע, (פערילאוו), מקרלין,
הנקרא רבי אהרן הגדול מקרלין - ראש השלשלת קרלין

איז געבוירן אין שטאט קוברין, בשנת תצ"ו,
צו זיין טאטן הצדיק נסתר רבי יעקב מקוברין זי"ע, א ברידער מיט הרה"ק רבי נחמן מקוסוב זי"ע.

און צו זיין מאמע הצדיקת מרת פערלי ע"ה, די שוועסטער פון הרה"ק רבי מנלי מקרלין זי"ע,
א תלמיד פונעם מגיד ממעזריטש זי"ע.
די משפחה נאמען פערילאוו האבן זיי באקומען נאכן נאמען פון די מאמע "פערלי".

נאך זייענדיג גאר יונג איז ער שוין געווען א בקי בש"ס ופוסקים, ער איז געווען א קדוש וטהור, א עובד השם מיט מסירת נפש ממש.

דורך זיין פעטער הרה"ק רבי מנלי מקרלין זי"ע, איז ער נתקרב געווארן צום הייליגען מגיד הגדול ממעזריטש זי"ע.

עס האט נישט לאנג גענומען און ער איז געווארן א תלמיד מובהק פונעם מגיד ממעזרישט זי"ע, זיין דביקות אין זיין רבין איז געווען מיט א געוואלדיגע אהבה, און כמים פנים אל פנים האט זיין רבי אים געהאלטן פון זיינע הייליגסטע תלמידים.

ווען מען האט אים געפרעגט וואס ער האט זיך געלערנט ביי זיין רבין, האט ער געזאגט
"לא כלום" דאס מיינט זיין מידה פון שפלות אז ער איז גארנישט.

ער פלעגט זיך רופן "א חוטא שבחוטאים, פושע שבפושעים" און זיין צוואה האט ער געשריבען אז מען זאל נישט שרייבען אויף אים קיין שום שבח, און ווער עס וויל רעדן א דבר גנות אויף אים גיבט ער רשות דאס צו טון.

דער מגיד האט געזעהן אין אים א שליח נאמן צו פארשפרייטן די דרך החסידות, ווי ער שרייבט אויף אים "הדרכתו היא טובה בעיני אלקים".
אויך שרייבט דער מגיד אויף אים "בשעה שרבי אהרן אומר שיר השירים בערב שבת, נעשה רעש בפמליא של מעלה, ומלאכים פוסקים מלומר שירה, ומתקבצים שיירות שיירות להקשיב לניגונו החדש, הנעים והמתוק, שנלקח מעולם הנגינה".

ער האט בפקידות פונעם מגיד אויפגעשטעלט דאס חסידות קרלין.
און צוזאמען מיט הרה"ק רבי מנחם מענדל מוויטעבסק זי"ע, האט ער אנגעהויבען פארשפרייטען די דרך החסידות און גאנץ ליטא, עד כדי כך איז געווען זיין השפעה דאן אז די מתנגדים האבן אנגעהויבען רופן די דרך החסידות מיטן נאמען "קרלינים".

צדיקים האבן געזאגט אז מיט זיין כח הקדושה האט ער געמאכט איבער 80 טויזנט בעלי תשובה, צדיקים האבן געזאגט אז דאס מיינט נישט נאר פון בעלי עבירה צו בעלי תשובה נאר אויך איז גערעכנט די מענטשן וואס ער האט געמאכט פאר אמתע עובדי השם און בני עלי', און דאס האט ער געטון לעבענדיג אויף די וועלט נאר 36 יאר.
לעצט פארראכטן דורך מרגלא בפומיה אום מאנטאג אפריל 10, 2023 4:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: ר' אהרן (הגדול) מקארלין זצ"ל - י"ט ניסן שנת תקל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

איינע פון די שטארקע דרך אין חסידות וואס ער האט אריינגעברענגט איז געווען די מנהג פון דאווענען מיט א התלהבות, און בכלל זיין עבודת השם איז געווען מיט אזא ברען און יראת השם אז צדיקים האבן געזאגט אז ער איז פארברענט געווארן "מאימת הבורא ברוך הוא".

אויך האט ער געהאט א געוואלדיגע כח הנגינה,
און בהוראת פון זיין רבין די מגיד ממעזריטש זי"ע האט ער מחבר געווען דעם זמר "קה אכסוף" וואס דער ניגון ווערט געזונגען כמעט אין יעדע אידישע שטוב שבת קודש, און מען קען שפירען א געוואלדיגע קדושה ווען מען זינגט דעם ניגון, און צדיקים האבן עדות געזאגט אויף דעם ניגון אז דאס איז מחבר געווארן מיט רוח הקודש.

ווי עס איז באקאנט האט דער מגיד געבעטן פון די תלמידים יענעם יו"ט פסח בעפאר רבי אהרן הגדול איז נסתלק געווארן, אז מען זאל אים נישט לאזען אהיים פארן, ווייל דער מגיד האט געהאט א כוח צו דערהאלטן דעם רבין ביים לעבן, און ווי דער מגיד האט זיך כמה פעמים אויסגעדריקט אז עס איז א חידוש אז דער תלמיד לעבט בכלל, מיט די עבודת הקודש וואס ער האט אפגעראכטען.

אבער ליידער איז געווען פארשריבען פון אויבן אז ער זאל יא אהיים פארן, און ווען דער מגיד הגדול ממזריטש זי"ע, האט געהערט די בשורה פונעם הסתלקות פון זיין תלמיד חביב האט ער געזאגט בזה"ל
"כשמת אהרן נסתלקו ענני הכבוד, ובפטירתו נאבדה כלי מלחמה שלנו, ואין לנו מה לעשות עוד בעולם".
און טאקע 9 חדשים שפעטער ביום י"ט כסלו תקל"ג איז זיין הייליגע רבי דער מגיד ממעזריטש נסתלק געווארן.

זיין נוסח המצבה האט ער אליין געשריבען און געבעטן מען זאל נישט צולייגען גארנישט.

און דאס איז די נוסח המצבה:
זכה וזיכה את הרבים כמה וכמה פעמים, ומסר את נפשו במסי"נ ע"ז לפי שכלו לזכות את הרבים, והי' מוכיח לרבים בתוכחות מגולה ואהבה מסותרת לקרב את ישראל לאביהם שבשמים ולייחדם ביחוד גמור.

און זיין צוואה האט ער געבעטן בזה"ל "כל אותם שקיבלו ממני אות אחת מעבודת הבורא, לעשות עמדי חסד של אמת, וללמוד בכל יום עד כלות שנה ראשונה עכ"פ שתיים או שלש שורות אגדה".

זיינע הייליגע דברי תורה זענען נישט געווארן געדריקט און קיין באזינדערע ספר, נאר עס איז געדריקט אין ספרים פון זיינע תלמידים און אויך אונעם ספר בית אהרן פון זיין אייניקל הרה"ק רבי אהרן השני מקרלין זי"ע.

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער.
הרה"ק רבי יעקב זי"ע,
א איידעם פון הרה"ק רבי אברהם מקרלין זי"ע, ער איז ארויף קיין ארץ ישראל מיטן שווער און געוואוינט אין טבריה.
הרה"ק רבי אשר זי"ע, וואס איז געווען 9 יאר אלט ווען די טאטע איז נסתלק געווארן, און געווארן אויפגעצויגען ביי דעם טאטן'ס תלמיד חבר און ממלא מקומו הרה"ק רבי שמעון מקרלין זי"ע, און נאכן הסתלקות פון רבי שמעון האט דער זוהן הרה"ק רבי אשר זי"ע איבערגענומען דאס רבנות אין קרלין.

בתו, הצדקת מרת חיה שרה ע"ה, אשת הרה"ק רבי מרדכי מטשרנוביל זיע.
בתו, הצדקת רבקה ע"ה, אשת בזיווג שני פון הרה"ק רבי שלום שכנא אלטשולר זי"ע.

האדמורי"ם בדורינו אייניקלעך פון רבי אהרן הגדול : קרלין סטאלין, לויצק, וויזניץ ב"ב, סאטמאר מהר"א, סאטמאר מהרי"י, באבוב, בעלזא, אדמור"י וויזניץ מאנסי, בארנוב, סקווירא שיכון, סקווירא מאנסי, סקווירא ב"פ, רחמיסטריווקא, זוויעהל ירושלים, זוויעהל מאנסי, באבוב 45, קרעטשניף מרחובות, בית חיים יהושע, אדמור"י טשערנאביל, קרעטשניף ירושלים.

נסתלק לגנזי מרומים בן ל"ו שנים, ביום י"ט ניסן חוה"מ פסח תקל"ב.
ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט קרלין.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
לעצט פארראכטן דורך מרגלא בפומיה אום מאנטאג אפריל 10, 2023 4:43 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: ר' אהרן (הגדול) מקארלין זצ"ל - י"ט ניסן שנת תקל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

הרה"ק הבעל התניא זי"ע האט געזאגט אז רבי אהרן הגדול מקרלין זי"ע האט געהאט יעדע רגע א פחד און געטרייסלט פון השם אזוי ווי א מענטש וואס האט טויזענט קאנטעינער'ס סחורה אויפן וואסער און מען זאגט אים אז זיי זענען דערטראנקען געווארן.

ווען רבי אהרן הגדול האט געזאגט "המלך" ראש השנה האט ער גע'חלש'ט פון פחד השם.

ווען רבי אהרן הגדול זי"ע
איז אנגעקומען אין שטאט קרלין, האט הרה"ק רבי שלמה מקרלין זי"ע געהאט א גרויסע ישיבה, האט רבי שלמה אנגעזאגט פאר די תלמידים אז זיי זאלן צו אים נישט גיין ווייל ער האט א געוואלדיגע כח המושך און איינמאל מען איז ביי אים בלייבט מען שוין דארט, און דאן האט רבי שלמה מקרלין געהאט א געוויסע התנגדות קעגן רבי אהרן הגדול, און רבי שלמה איז נאך דאן נישט געווען א תלמיד פונעם מגיד ממעזריטש זי"ע.

שבת נאכמיטאג זענען די תלמידים יא אריבער צום דרשה פון רבי אהרן הגדול, ווען זיי זענען צוריק געקומען האט רבי שלמה געפרעגט ווי זענט עטץ געווען היינט נאכמיטאג.
האבן זיי מודה געווען אז זיי זענען געגאנגען צו רבי אהרן הגדול, און געזאגט אז עס לוינט זיך די רבי זאל אריבער גיין און הערן א דרשה פון דעם צדיק.

איז רבי שלמה אריבער צו רבי אהרן הגדול, און ער איז זייער איבער גענומען געווארן.
און רבי שלמה האט געהאט א שווערע שטיקעל מהרש"א אין מסכת סוכה וואס ער האט זיך נישט געקענט א עצה געבן, און רבי אהרן הגדול האט אים דאס מסביר געווען בטוב טעם ודעת, האט רבי שלמה געפרעגט פון רבי אהרן פון ווי נעמט מען אזא תורה, האט רבי אהרן געזאגט אז אין מעזריטש.
ווען רבי שלמה קארלינער זי"ע איז אנגעקומען קיין מעזריטש האט דער הייליגער מגיד געזאגט לאמיר קעגן גיין נשמת משיח בן יוסף.

דער הייליגער בעל התניא זי"ע האט זייער געוואלט זיך משדך זיין מיט די יוצאי חלציו פון רבי אהרן הגדול זי"ע.
דער הייליגער בעל התניא זי"ע האט געזאגט די סיבה פארוואס ער וויל אזוי זיך משדך זיין מיט יוצאי חלציו פון רבי אהרן הגדול זי"ע.
ווייל ווען דער הייליגער מגיד ממעזריטש זי"ע איז שוין געווען גאר שוואך האבן זיך די תלמידים אפגעגעבן צו אפהיטען אז מען זאל דעם מגיד נישט שטערן צוליב זיין געזונט.

איז איינמאל דער בעל התניא געווען על המשמר, און רבי ר' זושא זי"ע איז געקומען זיך מזכיר זיין, האט מען אים אריינגעלאזט, זאגט דער בעל התניא זי"ע אז ער האט געהערט וואס דער רבי ר' זושא רעדט זיך אפ פארן מגיד אז ער האט געבעטן אז מען זאל אים פון הימל געבן די יראת השם פון א מלאך און ער פיעלט ווי ער האלט עס נישט אויס.

איז דארט אין צימער געווען דער תלמיד רבי אהרן הגדול,
האט דער בעל התניא געהערט ווי דער מגיד זאגט פאר רבי זושא, די זעסט דעם אינגערמאן דארט, וואס איז געווען רבי אהרן הגדול, מען שמאסט מלאכים אין הימל פארוואס זיי האבן נישט די יראת שמים פון רבי אהרן הגדול, דערפאר האט דער בעל התניא געוואלט זיך משדך זיין מיט א אייניקל פון רבי אהרן הגדול.
לעצט פארראכטן דורך מרגלא בפומיה אום מאנטאג אפריל 10, 2023 4:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: ר' אהרן (הגדול) מקארלין זצ"ל - י"ט ניסן שנת תקל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

איינמאל זענען געגאנגען אידישע קינדער וואס האבן ליידער נישט געהיטן קיין שבת, און זיי האבן געזיכט פייער פאר א ציגארעטל אים שבת קודש ר"ל, זענען זיי אריין צום ציון פון רבי אהרן הגדול וואס דארט ברענט דאך א נר תמיד צו נעמען פייער,
ווען איינער פן זיי האט זיך אראפ געבויגען צו אנצינדען דעם ציגארעטל איז ער אויפן פלאץ געשטארבן.

הרה"ק רבי שאול בראך זי"ע, פארציילט אז מען האט אסאך געליטן פין די אוקראינה פויערן וואס פלעגן מאכן פאגראמען אויף די אידן, האט מען זיך איינמאל דערוויסט אין מעזריטש אז די אוקראינה פויערן קומען, איז מען געקומען זאגן פארן מגיד, האט דער מגיד זיך געגרייט צו אנטלויפען,
אבער רבי אהרן הגדול זי"ע האט בשום אופן נישט געוואלט אנטלויפן.

און ער האט געהאט געקויפט א שיינע מנורה פון 36 רערן פארן רבי דער מגיד און מען האט דאס געוואלט אראפנעמען, האט ער נישט געלאזט, ווען מען איז געקומען זאגן פארן מגיד,
האט דער מגיד געהייסן יעדער זאל קומען אין ביהמ"ד ווייל רבי אהרן הגדול נעמט אחריות,
ווען רבי אהרן הגדול האט דאס געזעהן האט ער געזאגט פארן מגיד, דער רבי וועט מיר מיזן צוהעלפן.

ווען מען איז געקומען זאגן פאר רבי אהרן הגדול אז די פויערען זענען שוין דא, איז רבי אהרן הגדול ארויס און געזאגט די ווערטער "לָמָּה רָגְשׁוּ גוֹיִם וּלְאֻמִּים יֶהְגּוּ רִיק".
און עס האט פאר די פויערן אנגעכאפט א פחד און זענען אנטלאפן און זיך איינעם דעם אנדערן גע'הרג'ט און די אידן פון מעזריטש זענען ניצל געווארן.

איינמאל האט רבי אהרן הגדול זי"ע געזאגט מוסר אין א שטאט.
איז צו אים געקומען א איד וואס איז דורך געפאלן אין שווערע עבירות און געבעטן פונעם רבין אז ער וויל תשובה טון.

האט רבי אהרן געזאגט איך קען דיר נישט העלפן, פאר דיר איז נישט דא קיין תשובה,
נאר איין וועג איז דא אז די זאלסט דיך לאזן שעכטן פארן אייבערשטען וואס דאן קען די תשובה נתקבל ווערן, דער איד האט געזאגט פארן רבין אז ער איז גרייט פאר דעם אויך.

האט דער רבי געגרייט דעם איד, פארבינדען די הענט און די אויגן און געלייגט אויפן טיש, דער איד האט זייער געוויינט און תשובה געטון, אבער דער צדיק האט צוגעגרייט א הינדל אין די זייט, און די רבי האט געמאכט דעם ברכה על השחיטה און דער איד האט געווארט אז די רבי זאל אים שעכטן, דערווייל האט די רבי געשאכטן דעם הינדל און געזאגט זה תמירות זה, און די תשובה איז נתקבל געווארן.

דער טאטע פון רבי אהרן הגדול זי"ע איז געווען א שיינע בעל תפילה, איינמאל יום כיפור ביינאכט ביי שטילע שמונה עשרה האט דער טאטע רבי יעקב זייער מאריך געווען מיטן דאווענען און דער גאנצער עולם האט געווארט, ווען ער האט אויסגעטרעטן איז צוגעגאנגען א עושר און אראפ געלאזט א פראסק פאר רבי יעקב פאר די חוצפה פון לאזן ווארטן דעם גאנצן עולם.

דער רבי יעקב האט ווייטער געדאווענט כאילו גארנישט האט פאסירט, און אפילו נישט גענטפערט פאר דעם מחוצף.
מוצאי יו"ט איז צו אים צוגעקומען איינע פון די מתפללים און געזאגט אז ער איז אים גרייט צו געבן א הון תועפות ער זאל אים אוועק געבן די בזיונות פון דעם פראסק.
האט דער טאטע רבי יעקב געזאגט עס פעלט נישט אויס ווייל ער האט דעם איד גלייך מוחל געווען פאר די בושה ווייל דער עושר איז דאך געווען גערעכט ווייל איך האב אויפגעהאלטן דעם גאנצן עולם.

און ער האט געהערט א בת קול אויסרופען אז אין דעם זכות וועט ער זוכה זיין צו א קינד וואס וועט פארשיינען די וועלט, און דאס איז געווען דער זוהן רבי אהרן הגדול מקרלין זי"ע.
ישראליק'ל
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 3:27 pm

Re: ר' אהרן (הגדול) מקארלין זצ"ל - י"ט ניסן שנת תקל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראליק'ל »

מרגלא בפומיה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 10, 2023 4:13 pm

נסתלק לגנזי מרומים בן ל"ו שנים, ביום י"ט ניסן חוה"מ פסח תקל"ב.
ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט קרלין.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
ער ליגט אין קארלין? נישט אין פינסק בעלארוס?
https://www.zadikim.net/?p=14322
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ר' אהרן (הגדול) מקארלין זצ"ל - י"ט ניסן שנת תקל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ישראליק'ל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 11:13 am

ער ליגט אין קארלין? נישט אין פינסק בעלארוס?
https://www.zadikim.net/?p=14322
היינו הך.

קארלין איז היינט איינגעשלונגען אין פינסק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”