רבי משה ליב מסאסוב זצ"ל - ד' שבט תקס"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי משה ליב מסאסוב זצ"ל - ד' שבט תקס"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק רבי משה ליב מסאסוב - איז געוועהן א תלמיד מובהק פון הרה"ק רבי ר' שמעלקא מניקולשבורג זי"ע. ער איז געוועהן באוויסט מיט זיין אהבת ישראל באופן גדול מאד, צוליב דעם פלעגט ער עוסק זיין כל ימי חייו גאהר אסאך אין די מצוה פון פדיון שבויים במסירות נפש. זיינע תורות און הנהגות זענען געדרוקט אין א ספר ליקוטי תורת הרמ"ל. ער איז נפטר געווארן ד' שבט שנת תקס"ז לפ"ק, זי"ע ועכ"י.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

היום היארצייט
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער רבי ר' משה לייב איז געווען א מוהל מומחה, און געפירט האט ער זיך אז אויב מען האט אים מכבד געווען מיט מוהלשאפט איז ער געפארן אפילו לאנגע מיילן ווייט מקיים צו זיין די מצוה. איז ער איינמאל געפארן אויף א ברית קיין ליטע, אין א דארף נעבן די שטאט ווילנא, א מרחק רב פון סאסוב, אפילו לויט היינטיגע באגריפן. דער ברית איז פארגעקומען ערב שבת קודש. אזוי אז ער האט געמוזט דארט בלייבן אויף שבת. אלע איינוואוינער אין יענעם דארף זענען געווען מתנגדים, אנהענגער פון גאון פון ווילנא דער גר"א זצ"ל. יענעם פרייטאג פארנאכטס גייענדיג אין מקוה לכבוד שבת קודש, האט רבי משה לייב ארויסגעהערט פון איינע פון די הייזער אקול פון געוויין און קלאג. איז ער אריינגעגאנגען אהין האט ער דארט געטראפן א פילע שטוב מיט מענטשן וועלכע זענען געקומען זיין ביי די יציאת נשמה פון זייער נאנטן וועלכער איז געלעגן דארט אין בעט און האט שוין גע'גוסס'ט רח"ל. האט ער זיך גענומען נאכפרעגן וואס עס האט פאסירט מיט דעם חולה? וואס איז זיין קרענק? און נאך אזעלכע פראגעס. די פארזאמלטע מענטשן האבן זיך אנגעבייזערט אויף אים "וואס איז דאס אייער געשעפט?" האבן זיי אים געפרעגט "איר זעט דען נישט וואס דא טוט זיך, אט אט וועט זיין יציאת נשמה!" האט רבי משה לייב געזאגט: "לאזט מיך צו, אפשר וועל איך אים נאך קענען העלפן!" ווען זיי האבן דאס געהערט האבן זיי געלאכט און געשפעט פון אים, און אים נישט צוגעלאזט צום חולה. אבער אז ער האט נישט נאכגעלאזט און שטארק מפציר געווען מען זאל אים צולאזן, האבן זיי אים נישט געקענט אוועקשטופן און געלאזט צוקומען נאנט צום גוסס. האט רבי משה לייב געבעטן מען זאל אים דערלאנגען אביסל האניג, און אויך דאס האבן זיי אים נאכגעגעבן. מען האט אריינגעברענגט האניג און ער האט אריינגעגאסן א פולן לעפל האניג אין מויל פונ'ם גוסס, פלוצלינג האט זיך דערזען א פארענדערונג אויפ'ן פנים פונעם חולה, באלד האט ער געעפנט די אויגן און יעדער האט געזען ווי ער קומט צוריק צום לעבן.דאן האט רבי משה לייב אים געגעבן נאך א לעפל האניג און עס האט נישט לאנג געדויערט און דער חולה וועלכער איז אט פריער געשטאנען ביים שוועל פון טויט האט זיך אויפגעזעצט און דאן אויך אויפגעשטעלט פונעם בעט. רבי משה לייב האט דאן געהייסן מען זאל אים געבן נאך האניג צו עסן ביז ער וועט זיין אינגאנצן געזונט. אין שטאט איז געווארן א גרויסער רעש, די גאנצע שטאט האט געטומלט מיט דעם געוואלדיגן מופת פון תחיית המתים וואס דער פרעמדער גאסט האט באוויזן. נאך פאר שבת זענען זיי אלע געקומען צולויפן צו אים מיט קוויטלעך און בקשות און זיך געשטופט צו באקומען פון אים א ברכה.ווען עס איז צוגעפאלן דער שבת און דער רבי ר' משה לייב האט זיך געשטעלט דאווענען מיט גרויסע קולות משונות האט קיינער פון די אלע איינוואוינער, די מתנגדים און ליטוואקעס, נישט געלאכט פון אים און אים נישט געשטערט פון זיין עבודת הקודש, צוזעענדיג זיין גרויסן כח הקדושה. נאכמער, שבת אינדערפרי איז ער געגאנגען אין מקוה. כאטש ביי די מתנגדים אין יענע צייט איז דאס געהאלטן געווארן ווי א שטיקל איסור, און האבן נישט געלאזט גיין אין מקוה. אבער אים האט קיינער נישט געשטערט. האט שפעטער דער רבי ר' משה לייב אליין געזאגט אז דעם מופת פרייטאג פארנאכטס האט ער פאר דעם געפראוועט כדי ער זאל קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש אום שבת, און בפרט דאס אז ער זאל קענען גיין אין מקוה שבת אינדערפרי, ווייל ער האט געוואוסט אז אין דעם מתנגד'ישן דארף אז ער וועט זיך פירן אויף זיין שטייגער און בפרט אז ער וועט גיין שבת אינדערפרי אין מקוה וועלן זיי אים טטן ווער ווייסט וואס, דערפאר האט ער נישט געהאט קיין ברירה און האט געמוזט זיך באנוצן מיט זיין הימלישן כח מאכן אזא נס נפלא מחיה מתים צו זיין.
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

סע כדאי דערמאנען אז דער רבי ר' משה לייב האט געהייסן רבי משה יהודה לייב.
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

שמואליקעל ווי וואונסטו אז 554 איז שוין געווען ביי דיר אויס שבת?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ער וואוינט אין א"י.
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

זיין נאמען איז גיט צי דערמאנען מוצאי שבת משה יודא לייב בן ר' יעקב
זיין נאמען איז מסיגל פאר פרנסה
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

לחיים לחיים - לעבן צו לאנגע געזונטע יאהרן.
ר' משה יהודא לייב ב"ר יעקב זכותו יגן עלינו.
צדיקים האבן געזאגט אז ביומא דהילולא של ר' משה לייב זי"ע, איז זיכער די גיהנם פארמאכט - צוליב זיין געוואלדיגע מדה פון אהבת ישראל.
דא וואוינט א איד!
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

פרעגער האט געשריבן:לחיים לחיים - לעבן צו לאנגע געזונטע יאהרן.
צדיקים האבן געזאגט אז ביומא דהילולא של ר' משה לייב זי"ע, איז זיכער די גיהנם פארמאכט - צוליב זיין געוואלדיגע מדה פון אהבת ישראל.
[/b]


חסידים מספרים כי כשנפטר רבי משה לייב מסאסוב, אמר אל נפשו: "עתה פטור אני מכל המצוות, במה אוכל עכשיו לעשות את רצון הבורא יתברך?" נמלך בדעתו: "ודאי רצון הבורא יתברך הוא שאקבל עונש על עבירותיי הרבות לאין מספר!" רץ בכל כוחו וקפץ אל הגיהינום. מיד נעשה רעש גדול בשמיים, ובמהרה קיבל שר של גיהינום פקודה שכל זמן שהרבי מסאסוב שוהה שם תשבות האש. ביקש השר מאת הצדיק שילך אל גן העדן, כי לא כאן מקומו ואין זו המידה שהגיהינום תשבות בגללו. "אם כן", השיב רבי משה לייב, "אין אני זז מכאן עד שיורשו כל הנשמות לילך עמי. על פני האדמה נתעסקתי בפדיון שבויים, וכן לא אניח את ההמון הזה לסבול בכלא!" אומרים שנעשה רצונו.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

פרעגער האט געשריבן:לחיים לחיים - לעבן צו לאנגע געזונטע יאהרן.
ר' משה יהודא לייב ב"ר יעקב זכותו יגן עלינו.
צדיקים האבן געזאגט אז ביומא דהילולא של ר' משה לייב זי"ע, איז זיכער די גיהנם פארמאכט - צוליב זיין געוואלדיגע מדה פון אהבת ישראל.
דא וואוינט א איד!


דא וואוינט א איד!
עס איז באקאנט וואס ר' משה לייב האט געטייטש פאריגע וואך
ווען ער איז געווען ביים רבין ר' אלימלך אשר פסח על בתי בני ישראל
האט ער געזאגט אז דער אייבישטער האט געטאנצען אויף די אידישע הייזער ער האט זיך געפרייט אז דא וואינט א איד
און ער איז ארויף געשפרינגען אויפן טיש פונעם רבין ר' אלימלך אין געווינקען אז דא וואינט א איד...
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ר' משה לייב האט געהאט 2 קינדער, בנו ר' שמעלקא מסאסוב, שהי' חותן של השם שלמה, ובתו פעסל לאה וואס האט שעפטער חתונה געהאט צו ר' דוד'ל מזאבלטוב בן התורת חיים מקאסוב,
בפשטות איז נישטא קיין בו אחר בן'ס פון סאסוב, (אז איינער ווייסט אז יא, ביטע זיך לאזן הערן)

די קינדער זענען געוועהן יונגע יתומים ביים הסתלקות פון רמ"ל מסאסוב זי"ע,
עס ווער דערציילט אים ס' בית שלמה, אז ר' שמעלקא בנו איז נתגדל געווארן ביים אורח לחיים פון זלאטשוב, און צו די בר מצוה האט ער אים געגעבן דעם טאטנס תפילין זאגנדיג אז דער טאטע האט געזאגט אז די תפילין האבן געשריבן יוסף הצדיק ותו לא,

מאנכע ווילן זאגן אז דער יוסף הצדיק איז גאר דער זון פון ר' חיים וויטאל וועלכע איז געוועהן א סופר,
איינער ווייסט מער פרטים????
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

אוודאי איז דא בא"ב פון סאסוב!!
אין מאנסי איז דא איינער מיטן נאמען "ערבליך" והוא נכד בא"ב.
וגם באנטווערפן הרה"ח ר' נח ערבליך נ"י הוא נכד בא"ב.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

הרה"ק הרמ"ל נסתלק בחיי אביו,

בנו הרה"ק ר' יקותיאל שמעלקא, וידוע הטעות על המצבה.
ועמך כולם צדיקים
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ס'איז באקאנט אז דער צאנזער רב האט געזאגט, אז איינמאל ווען ער איז אלט געווען צוויי יאר (בשנת תקנט) האט אויסגעבראכן א שריפה אין בראד (צ"ב, שמקום דירת הוריו היה בטארניגראד הסמוכה, שם נולד ושם למד אצל רבותיו) און זיין זייגערין איז אנטלאפען קיין סאסוב, און ער האט דארטן געזען דער סאסוב רבי, און ער האט צוגענעדיגט דער מעשה אז ערגעדנקט נאך צורתו הק' פון דעמאלטס.
אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר »

די אוהל און די מציבה פון רבי משה לייב מסאסוב זי''ע.
אטעטשמענטס
0 (184).jpg
186.jpg
אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר »

ד מציבה אביסל קלארער.
אטעטשמענטס
0 (183).jpg
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

לעצטענס האט איינער ארויסגעגעבן א ספר "משנת הרמ"ל" פון ר' משה ליב סאסובער זי"ע
לחיים ולברכה!
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

ר' משה לייב האט זיך געלערנט אהבת ישראל פון א פויער.

ר' משה לייב פלעגט זיך דרייען ביינאכט אין די קרעטשמע'ס און דורך דעם האט ער געראטעוועט אסאך אידישע קינדער פון מכשולות רח"ל.
עס איז געווען אמאל אויף דער עלטער ווען ער האט שוין געפירט טיש. איז איינמאל אריין געקימען א איד צים טיש ווען עס איז געווען טינקל אין שיל און ר' משה לייב האט געזאגט תורה
דער איד האט זיך נישט געקענט דערמאנען פון ווי ער קען די קול. שפעטער ווען ער האט געזעהן ר' משה לייב האט ער זיך דערמאנט אין ער האט געוואלט מאכן א ויצעקו ער זאגט גאר תורה מיט בגדי לבן. ער פלעגט דאך קימען יעדע נאכט מיט אינז אין קרעטשמע. ביז ער האט זיך געכאפט אז ווען ר' משה לייב איז געווען מיט זיי זענען זיי ניצל געווארן פון גרויסע מכשולות רח"ל . דער צדיק האט מגין געווען אויף זיי. זאל זיין גרויסע זכות ווייטער מגין זיין אויף אלע אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם אמן.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

דעי שבת פר' בא איז געוועהן דער יא"צ פין הרה"ק רבי משה לייב סאסובער זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

ביקסאד האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:תורה ח' פון ר' מנחם שלום האב איך געהערט אויף ר' משה לייב סאסובער, אז ער איז ארויף אויפן טיש ביים הייליגן ר"ר אלימלך זי"ע און געשפרינגן "דא וואוינט א איד".

שמעתי מכ"ק אאדמו"ר שליט"א [זי"ע], ששמע מאביו כ"ק אאזמו"ר זי"ע מביאלא, שסיפר: הרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זי"ע, נסע חורף אחד בעגלה במחיצת עגלון יהודי, לשבות אצל הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע. באחד הלילות הקרים נחלו לרדת גשמים עזים ורוחות סוערות שגרמו להם להסתכן בנפשם, ולכן הורה הרה"ק רבי משה לייב זי"ע לעגלון, לעצור ולתור אחר בית יהודי בו יוכלו להיכנס ולחמם גופם קמעה. העגלון ירד וניגש למספר בתים ושב כלעומת שבא, באומרו שבדק ולא מצא בית מזוזה, ולכן צריכים להמשיך בנסיעה ולחפש בית יהודי בהמשך הדרך. הרה"ק מסאסוב הרגיש שגופו החלש והצנום בא לידי סכנה בקור המקפיא, ולכן ביקש מהעגלון, שידפוק על אחד הבתים, ואולי ימצא איזה גוי הגון שיאות להכניסם ולהחיותם. ניגש העגלון בשנית, ודפק על אחד הדלתות, וכשפתח בעל הבית את הדלת, ראה שבאמת יש בפתחה מזוזה, ובעל הבית יהודי הוא, ומרוב שמחה, החל לרוץ לעגלה, ובריקוד עַז זימר "כאן גר יהודי, כאן גר יהודי".

למחרת כששככה הסערה, המשיכו בדרכם לליעזנסק, והגיעו בשבת פרשת בא. בעת עריכת השולחן בש"ק, אמר הרה"ק רבי אלימלך זי"ע, ד"ת על הפסוק "ואמרתם זבח פסח הוא לה' אשר פסח על בתי בני ישראל במצרים" (שמות י"ז כ"ב). דלכאורה אמאי נאמר "פסח על בתי ישראל , "היה צריך ליכתב "פסח מעל בתי בני ישראל"," שכן משמעות הפסוק שהשי"ת בהכותו כל בכור בארץ מצרים, עבר על בתי מצרים והיכם, ודילג מעל בתי ישראל ? ותירץ: דהקב"ה ירד בלילה, ועבר בכל ארץ מצרים, ויראה את ערות הארץ, ארץ המלאה שיקוצים וגילולי ע"ז עד מ"ט שערי טומאה, אז לכן "ועבר ה' לנגוף בארץ מצרים". אך מאידך גיסא כאשר "וראה את הדם על המשקוף" דעל בתי ישראל ראה דם פסח, אזי "ופסח ה' על הפתח", דהיינו דילג עליהם להכותם, אך לא דילג עליהם לגמרי, אלא כביכול הקב"ה רקד על בתי ישראל וזימר "כאן גר יהודי, כאן גר יהודי". כששמע זאת הרה"ק מסאסוב קם ממקומו, וברוב התלהבות ושמחה דקדושה עלה על שולחנו של הרה"ק רבי אלימלך זי"ע, והחל לשיר ולרקוד בעוז ותעצומות: "כאן גר יהודי, כאן גר יהודי".

(כ"ק אאדמו"ר מביאלא שליט"א, עיוני הלכות ח"ב, עמ' רס"ח הערה י"ד, א')
(תפארת ישראל - גליון רצ"א - בא תשע"ב)
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לכבוד היארצייט זי"ע ועכ"י.

ווער זענען זיינע אייניקלעך היינט צוטאגס?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

בן אחר בן איז דא משפחת ערבליך פון אר"י. (איינער פון זיי רופט זיך אמאל סאסובער רבי.)

און כידוע, דער גאנצע מונקאטשער משפחה (כולל סטריזוב) זענען אייניקליך אויכעט.
שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 11:01 pm

רבי משה לייב סאסובער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שתוקא בתרין »

קומענדיגן זונטאג איז די יארצייט פון ר' משה לייב סאסובער, איך האב געזוכט צו עס איז דא שוין א באשרייבונג איבער דעם גרויסן צדיק, באוואוסט אלס אויסנאם אין די מצוה פון פדיון שבוים, דערווייל האב איך עס נישט געטראפן.
קען עס אפשר איינער אויפזוכן?
אויב איז טאקע נאכנישט דא, קען מען שוין דא ממשיך זיין.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שבת איז דער יא''צ פין רבי מכשה לייב סאסובער זי"ע ועכי''א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט איז דער יא''צ פין דער גרויסע אוהב ישראל דער הייליגע ר' משה לייב סאסובער זי''ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”