הרבי ר' בער המגיד ממעזריטש זי"ע - י"ט כסלו תקל"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

הרבי ר' בער המגיד ממעזריטש זי"ע - י"ט כסלו תקל"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק ר"ר דובער המגיד ממעזריטש זי"ע - דער רבי ר' בער איז קודם געוועהן א תלמיד בתורת הנגלה פון הגה"ק בעל פני יהושע, און ער איז געוועהן באקאנט אלץ א גרויסער גאון. אין די שפעטערע יארן איז ער געקומען צו דעם בעש"ט הק' זי"ע, און איז געווארן זיין תלמיד מובהק. אין שנת תק"ך, ווען דער בעש"ט איז נפטר געווארן, איז דער ר"ר בער זי"ע געווארן דער מנהיג פון חסידים. 12 יאהר איז ער געוועהן דער מנהיג, ביז שנת תקל"ב וואס דעמאלסט איו ער נפטר געווארן, זי"ע ועכ"י.
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

ער איז נפטר געווארן תקל"ג.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער גרויסער מגיד איז געבוירן געווארן בשנת תס"ח אין שטאט לוקאטש, צו זיין טאטע ר' אברהם. זיין משפחה שטאמט פון גרויס יחוס וואס ציט זיך ביז רבינו הקדוש, ר' יהודה הנשיא. פון זיין יוגנט אטן האט ער זיך אויסגעצייכנט מיט זיינע וואונדערליכע כשרונות און זיין אויסערגעוויינליכע יראת שמים. ער האט געלערנט אין די ישיבה פון רבי שלמה דוב-בער, דער מרא דאתרא אין זיין געבורטשטאט, דערנאך האט זיין טאטע אים געשיקט לערנען אין די ישיבה פון דער גאון בעל "פני יהושע" אין לבוב. זיין גרויסקייט אין תורה איז געווען א שם דבר. ר' שלום שכנא פון טורטשין האט אים גענומען פאר אחן איידעם, און נאך זיין חתונה האט זיך באזעצט נעבן זיין שווער אין טורטשין. ווען די פרנסה איז געווארן זייער ענג ביי זיין שווער, האט דער גרויסער מגיד נישט געהאט קיין ברירה, און ער איז געצווינגען געווארן זיך איבערצוציען צו א נאנטע דארף און דארט ווערן א מלמד. עטליכע יאר שפעטער איז ער אריבערגעגאנגען קיין קוריץ. זייענדיג דארט האט אים א גביר ר' אהרן (דער שווער פונ'ם יסוד יוסף) איינגעלאדנט צו קומען צו זיין שטאט רובנו. ר' אהרן האט אמאל זייענדיג אין טורטשין, געהערט ווי דער גרויסער מגיד לערנט פאר פאר די תלמידים, און ער איז זייער נתפעל געווארן. ווען דער גביר האט געהערט פון זיין ענגשאפט, האט ער אים איינגעלאדנט צו זיין שטאט, און האט גענומען אויף זיך אים אויסצוהאלטן מיט אלע באדערפענישן. זייענדיג דארט האט דער גרויסער מגיד אנגעפאנגען ארומצוגיין צו די ארומיגע שטעטלעך און דערפלעך פון אוקריינא, און אין יעדן ארט האט ער גע'דרש'נט ברבים דרשות פון מוסר און יראת שמים מעורר צו זיין דעם עולם. פון דעמאלסט אטן האט ער באקומן דעם טיטל "דער מגיד". צוליב שוועריגקייטן איז דער גרויסער מגיד געצווינגען געווארן צוזאמען איבערצולאזן רובנו, און גייען קיין קריפה, און פון דארט קיין מעזריטש.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין יאר תקי"ב לפ"ק ווען דער גרויסער מגיד איז געווען בערך אין עלטער פון פינף און פערציג יאר, האט ער צום ערשטן מאל זיך געטראפן מיט'ן הייליגן בעש"ט, און פון דעמאלסט אטן איז ער דערנענטערט געווארן צום בעש"ט און איז געווארן איינער פון זיינע גרויסע תלמידים און שפעטער דער ממלא מקום.
דער גרויסער מגיד פלעגט זיך פירן, צו פאסטן אסאך און זיך צו פייניגן, און ער איז געווארן דערפון זייער קראנק. זיין משפחה האט געהערט איבער די מופתים פונ'ם בעש"ט, האבן זיי אים זייער געבעטן ער זאל פארן צו אים בעטן א רפואה. דער גרויסער מגיד האט נישט געוואלט גיין, נישט קענענדיג די הייליגע כוחות און מדרגות פונעם בעש"ט הק'. צום סוף האט ער זיי נאכגעגעבן, און ער איז געפארן צום הייליגן בעש"ט.
דער בעש"ט, וויסנדיג וואספארא גרויסע נשמה ער האט, האט שוין לאנג געווארט אים צו באגעגענען, און זיך געפרייט אז ער קומט צו פארן. אונטערוועגנס, נאך איין טאג פארן, האט ער נישט געקענט לערנען אזוי פלייסיג ווי אינדערהיים, האט ער שוין חרטה געהאט אז ער האט זיך אונטערגענומען צו פארן, נאר ער האט זיך כסדר געטרייסט אז ווען ער וועט אנקומען צום בעש"ט, וועט ער זיכער הערן פון אים טיפע געדאנקען אין תורה. ענדליך קומט ער אטן צום הייליגן בעש"ט, און ער גייט אריין צו אים. דער בעש"ט הק' נעמט אים אויף און הייבט אים גאר אטן צו דערציילן א מעשה:
"איינמאל בין איך געפארן אונטערוועגנס עטליכע טעג, און איך האב נישט געהאט מער קיין ברויט צו געבן פאר'ן גוי, דער בעל עגלה, און פונקט האב איך געטראפן א גוי מיט ברויט, און פון אים האב איך געקויפט ברויט פאר מיין גוי". דער גרויסער מגיד האט זיך געוואונדערט, און ער האט נישט פארשטאנען וואס דער הייליגער בעש"ט וויל מיט דעם מעשה, אבער ער האט גארנישט איבערגעפרעגט און ער איז צוריקגעגאנגען צו זיין אכסניא.
אינעם צווייטן טאג איז דער גרויסער מגיד ווידער אריין צום בעש"ט, האט דער בעש"ט דערציילט נאך א מעשה:
"איינמאל בין איך געפארן אויפ'ן וועג, און איך האב נישט מער געהאט קיין שטרוי פאר מיין פערד, פונקט טרעף איך א פעדלער וואס פארקויפט שטרוי און איך האב אפגעקויפט ביי אים די גאנצע שטרוי און געגעבן צו עסן פאר די פערד צו דער זעט".
דער גרויסער מגיד האט זיך נישט געקענט בארואיגן און האט נישט געקענט פארשטיין וואס טוט זיך דא, איז ער געגאנגען צו זיין אכסניא און געזאגט צו זיין בעל עגלה: עס איז א שאד אז איך האב זיך אנגעשטרענגט דא צו קומען, איך וואלט שוין יעצט צוריקגעפארן אהיים, נאר וויבאלד ס'איז שוין טונקל, וועלן מיר דא איבערנעכטיגן, און אזויווי ס'פאנגט אטן צו טאגן, און ס'וועט זיין דער עלות השחר, וועלן מיר שוין אוועקפארן פון דא.
אינמיטן די נאכט, ווען דער גרויסער מגיד האט זיך צוגעגרייט צו פארן, האט דער בעש"ט געשיקט זיין משמש צו רופן דעם גרויסן מגיד. ער איז נאכאמאל געגאנגען צום הייליגן בעש"ט. דער בעש"ט פרעגט אים: דו ווייסט עפעס פון די תורת הקבלה? און דער מגיד ענטפערט אים אז יא.
דער בעש"ט האט גענומען דעם ספר עץ חיים (א קבלה ספר), געפענט צו א געוויסע מאמר און האט געפרעגט פון דער גרויסער מגיד דעם פשט. דער גרויסער מגיד האט געזאגט אז ער וועט אריינטראכטן אין דעם, און דערנאך האט ער טאקע געזאגט א פשט. האט דער בעש"ט געזאגט: דו קענסט גארנישט! האט דער גרויסער מגיד געזאגט: דער פשט איז לכאורה אזויווי איך האב געזאגט, און אויב איר ווייסט אחן אנדערן פשט, זאלט איר עס זאגן, און איך וועל זאגן אויב ס'איז אמת! האט דער בעש"ט געזאגט: שטיי אויף! און דער גרויסער מגיד איז אויפגעשטאנען. ווען דער הייליגער בעש"ט האט אנגעפאנגען צו זאגן פשט אין דעם מאמר פון קבלה, איז די גאנצע שטוב אנגעפילט געווארן מיט ליכטיגקייט, און א פייער האט געברענט ארום אים!
דערנאך האט דער בעש"ט געזאגט צום גרויסן מגיד: אמת אז דער פשט איז אזויווי דו האסט געזאגט, נאר דיין לערנען איז אטן א נשמה, און איך האב אנגעצינדן דעם פייער.
באלד האט דער גרויסער מגיד געהייסן זיין בעל עגלה צוריקצופארן אליין, און ער איז געבליבן ביים בעש"ט הק' און האט ביי אים געלערנט.
פון דעמאלטס אטן, איז דער גרויסער מגיד געווארן דער געטרייער תלמיד פון בעש"ט הק'. דער בעש"ט הק' האט אזוי געשעצט דעם גרויסן מגיד אז ווען ער איז ארויסגעפארן אויף זיינע לאנגע רייזעס, האט ער אפט איבערגעלאזט דעם גרויסן מגיד צו פירן אלעס אנשטאט אים.
ווען דער הייליגער בעש"ט הק' איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים האבן אלע תלמידים און חסידים אנגענומען דעם גרויסן מגיד אלס זיין ממלא מקום. ער איז דעמאלטס געווען אין עלטער פון צוויי און פופציג יאר. דער גרויסער מגיד האט זיך דעמאלטס אריבערגעצויגן צו די שטאט מעזריטש, אין צפון אוקריינא, נעבן ליטא און רייסן, מקרב צו זיין יענע אידן צו חסידות.
דער גרויסער מגיד איז נישט ארומגעפארן אזויווי דער הייליגער בעש"ט פלעגט ארומפארן. ער איז נישט ארומגעגאנגען צו פארשפרייטן חסידות, פונדעסטוועגן, אין זיינע טעג איז חסידות באפעסטיגט געווארן. פיל חסידים זענען געקומען צו פארן קיין מעזריטש פון אלע עקן פוילן און רוסלאנד אים מקבל פנים צו זיין. א גאנצע וואך האט ער פארברענגט בעיקר מיט אויסגעקליבענע און געציילטע תלמידים, און נאר שבת האבן אלע פארברענגט צוזאמען ביי די הייליגע טישן וואס ער האט געפירט. ס'האבן זיך דערנענטערט צו אים נישט נאר פשוט'ע מענטשן, נאר גדולי תורה און בעלי קבלה צדיקים מפורסמים.
דער גרויסער מגיד איז פאר זיין הסתלקות געפארן צו די שטאט אניפאלי, און דארט איז ער נסתלק געווארן, ומנוחת כבודו איז טאקע אין שטאט אניפאלי.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זי"ע

כ'האב געליינט מישט לאנג צירוק אן אונטערעסאנטע באשרייבינג פונעם מגיד.

דער כותב איז איינער א פיליסאף, שלמה מימון, ער האט געלעבט און די צייטען פונעם מגיד, און ער באשרייבט א באזיך זיינער ביים מגיד. דער כותב איז געווען א מחלל שבת, און מיט דעם אלעמען, זעהן וואס ער האט דארט געזעהן, האט עס איהם בכלל נישט בארירט, און ער איז נישט געווארען פרום. ער האט געלעבט א לעבען פון הפקירות, און קיינמאל נישט זאט געווארען פון תאוות ביז ער איז געשטארבען און אן עלטער פון 46 יאהר.

עס איז זייער מערקווירדיג וואס ער שרייבט, און מיט זיין בעקגראנד, איז דאס געווען געשריבען אהן פערזענליכע אינטערעסע

איך ברענג פון איינער ווער עס האט איבערגעזעצט מימון'ס ווערטער.


"הנסיעה ארכה שבועות אחדים. כשבאתי בשלום לעיר מזריטש ונחתי מעמל הדרך, הלכתי אל בית המנהיג בתקותי, כי יקבלני תיכף.
אבל כאן הוגד לי, שלא יכול לקבלני לשם שיחה פרטית, ומזמין הוא אותי לסעודת שבת הקרובה בתוך יתר האורחים: בעת הסעודה אזכה לראות את פניו
הקדושים ולשמוע מפיו דברי תורה נעלים, שבהם אמצא גם רמזים המכוונים לי לבדי. אם גם לא הצגתי לפניו אישית, אלא רק בחבורה, אין בכך כל עלבון.
ביום השבת באתי אל הסעודה הנהדרה ומצאתי בבית קהל אנשים נשואי פנים, אשר באו הנה ממדינות שונות. ולבסוף הופיע הרבי בכבודו ובעצמו,
מלובש בגדי אטלס לבן, גם נעליו, ואפילו קופסת הטבק שלו, היו לבנות.
הרבי נתן "שלום" לכל אחד מהאורחים, ואז ישבנו כולנו אל השלחן. בעת הסעודה שררה דממת קודש בין המסובים.
אחר תום הסעודה נתן הרבי בשיר קולו והמנגינה נהדרה ומרוממת את הרוח.
אחר כן שם כפו על מצחו ויתבונן זמן מה, ואז התחיל לקרא את האורחים בשמם ושם עירם: כמובן שאנו כולנו תמהנו על כך.
אחר כך צוה לכל אחד מאתנו לאמר לפניו פסוק אחד מהתנ"ך.
אחרי אשר עשינו כזאת, פתח הרבי את דרשתו, שבה היו קלועים כל הפסוקים שאמרנו לפניו ושלא היה להם שום קשר פנימי.
ובאמנות גדולה קשר אותם לרעיון אחד. ועוד הפליא לעשות בזה, כי כל אחד מהאורחים מצא בחלק הדרשה המוסב על פסוקו, רמזים המכוונים אל עניניו הפרטים ואל מחשבות לבו"
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מורא'דיג!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ר' שמחה, וואס איז מיט דעם האומר דבר בשם אמרו מביא וכו', גיבט קרעדיט און צייכנט צו דער לינק.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

הרב ביקסאד,
איך האב עס מעתיק געווען פון א ביכעל וואס ליגט יעצט פאר מיר. איך האב עס נישט געברענגט פון א לינק.
זאג...האסט אמאל געהערט פון קורמן?
ער ברענגט עס פון דעם מימון
the SCY is the limit
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יאך האב דאס שוין געליינט ערגעץ, וואו געדענק יאך נישט איצטער אויף דעם מאמענט.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

עס שטייט אויך מער בקיצור אונעם ענגלישען ביכעל THE HOUSE OF RIZSHON געשריבען דורכען פאטער פונעם באיאנער רבי
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' שמחה, א חידוש וואס איך בין געוואור געווארן, א דאנק פארן מיטיילן.

עס איז מיר באמת א פלא אז בימים ההם האט זיך געמאכט אז א פרייער שרייבער זאל אראפשרייבן א שבת במחיצת פון א רבי.

אפשר קען איינער שרייבן מער דעטאלן איבער דעם באשרייבונג, און איבער דעם פילזאף מימון?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

צום אלעם ערשטן האף איך דאס דער עולם האט שוין בודאי געצינדן א ליכטל און פארטרינקען א גלעזל משקה לכבוד די הילולא זאל דער אייבישטער העלפן זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל לכהט"ס בחומ"ר בכו"פ אמן ואמן,

בנוגע דער באשרייבונג פון מיימון האב איך אויך נאר געליינט דער חלק פון דער באשרייבונג אהן דעם וואס יענער זאל צוצייכענען ווי דאס באשרייבונג איז,
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ר' מאטל סלאנימער האט פארציילט אז ווען די צוויי ברודער דער ר"ר שמעלקא מיטן הפלאה זענען צום ערשטן מאהל געקומען צום גרויסן מגיד, האט זיי דער מגיד געפרעגט איהר דארפט אויך פארן צו מיר? זענען זיי געבליבן שטיל, האט דער מגיד געזאגט, 'עס קען זיין א מענטש וולעכע שטייט אויף צו תיקון חצות און רעכט עס אפ ווי מען באדארף, ער זאגט דערנאך שירות ותשבחות, דערנאך לערנט ער עטליכע שעה, און דערנאך שטעלט ער זיך דאווענען, איך רעד שוין נישט פון אזא איינער וואס קומט אהן ביים דאווענען צום עולם האצילות און ער פאר זיך איז נישט דארט, איך רעד דוקא פון אזא איינער וועלעכע ער אליין איז אויך דארט אין עולם האצילות, דערנאך אז ס'קומט צו אשרי ובא לציון פאלט איהם אריין אין מחשבה א גוטמוטיקייט, וויקעלט מען איין דאס גאנצע חצות-שירות ותשבחות-די פאר שעה לערנען און מען מאכט דערפון איין גרויסער בינטל און מען וואפט דאס אריין טיף אין תהום אריין!,
האבן זיך די ברודער אנגערופן: גערעכט, מיר וואלטן טאקע נישט געדארפט פארן צו אייך, מיר וואלטן געדארפט גיין צופיס!!
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אז מען ברענגט אראפ א פערזענליכע באשרייבונג וואס דער פוקר מימון באריכט וואלט אודאי געווען נישט מער ווי רעכט אז מען זאל אראפ ברענגען א פערזענליכע באשרייבונג וואס דער הרה"ק ר' שלמה לוצקער מחבר פון ספר דברת שלמה און פון די נאנטסטע תלמידים צום גרויסן מגיד שרייבט אין די הקדמה וואס ער האט געשריבן צום ספר 'מגיד דבריו ליעקב' (ס"ת דו"ב) ליקוטי אמרים פונעם גרויסער מגיד.

איבערטייטשונג פון לה"ק צו אידיש המדוברת,

ווער קען דען באשרייבן די הייליגע מעלות וואס מיין רבי האט בעזעצן, ס'איז לא יאומן כי יסופר די וואונדערליכע מופתים, וואס זיינע תפלות זענען דערהערט געווארן, און דער אייבישטער האט גוזר געווען און ער האט מבטל געווען, אויף איהם שטייט אין פסוק ותגזר אומר ויקם, מיינע אויגן האבן אליינס געזעהן זיינע געוואלדיגע השגות און זיינע הויכע מדריגות, ער איז געווען אן עניו ושפל ברך, און יראת ה' איז געווען שטענדיג אויף זיין פנים, און כבוד ה' האט געשוועבט אויף איהם א גאנצער טאג,
ער פלעגט פון צייט צו צייט רעדן און לויבן זיין רבי'ן מוהר"ר ישראל בעש"ט, און איך האב געהערט מפיו הק': וואס וואונדערסטו זיך אז ער האט געהאט גילוי אליהו און נאך פיל הויכע און העכערע מדריגות? איינמאל האב איך געהערט מפיו הק' ממש אז דער בעש"ט ז"ל האט מיט איהם געלערנט שיחת עופות ושיחת דקלים וכו', און אויך האט ער מיט איהם געלערנט סודות פון די שמות הקדושים און יחודים, ער פלעגט מיט איהם לערנען אין דער ספר מעין חכמה און איהם געזאגט פשט אויף יעדעס ווארט, ער האט מיר געוויזען אין ספר רזיאל אותיות און שריפטן פון מלאכים און ער האט געזאגט אז דער בעש"ט האט מיט איהם דאס אלעס געלערנט ווייל יעדער מלאך האט תמונת אותיות פון די א"ב יעדער איינער לויט זיין מאס און זיין פאסטן און לויט די עולמות והמשכיל יבין, ווי אויך האט ער מיר געוויזען אין יענער ספר נעמען פון די מלאכים און ער האט מיר געזאגט אז ממש לויט די שמות האט דער בעל שם טוב געוויסט יעדער ראש חודש ניסן וועמען מען וועט שטעלן אין די קומענדיגע יאר אויף וועלכע שטעלונגען כדי ער זאל קענען וויסן ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט זיי און דורך זיי, האב איך איהם געפרעגט וואס עפעס דוקא ראש חודש ניסן? האט ער מיר געזאגט ווייל דאן איז ראש השנה למלכים, האב איך איהם געפרעגט: דער רבי זאגט דאך אז דער בעש"ט האט מיט איהם דאס אלעס געלערנט זיכער ווייסט דאך דער רבי אויכעט די אלע זאכן? האט ער מיר געענטפערט 'פארוואס זאל איך דאס נישט וויסן? נאר וואס דען מען דארף דערצו מאכן עטליכע יחודים', מגודל ענותנותו האט ער פון זיינע אייגענע מדריגות נישט געוואלט רעדן, האב איך איהם ווידער געפרעגט: פארוואס וויל דער רבי נישט מגלה זיין די אלע ענינים, ווארום דער בעל שם טוב האט דאך דאס יא מגלה געווען? האט ער מיר געענטפערט: דאס וואס דער בעש"ט האט מגלה געווען דאס איז בלויז אן אפס קצהו פון וואס ער האט באמת געוואוסט, און אפילו וועגן גילוי אליהו האט ער אויך נאר מגלה געווען פארן שטארבן, איך אבער האב דאס אבער יא משיג געווען ב"ה ווען איך בין געקומען צו איהם.
אזוי פירט דער לוצקער מגיד אויס איז דא פיל פיל מיט מעשיות נאר די פאפיר איז צו קורץ דערפאר
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

פתח לנו שער בעת נעילת שער כי פנה יום

לחיים!!
דער רבי ר' מיכל מזלאטשוב איז אמאל געקומען קיין מעזריטש און ער האט געשיקט זיין זוהן ר' איציקל ראדווילער וועלכע איז נאך געווען יונג אז ער זאל גיין זעהן צו מ'קען יעצט שלום נעמען ביים מגיד, איז ער געגאנגען און געפונען דעם מגיד זיצען אויפן בעט, האט ער איהם געפרעגט צו דער טאטע קען איצטער שלום נעמען, אבער דער מגיד האט זיך נישט צוטוהן געמאכט, אזוי האט ער איבער געפרעגט דריי צו פיר מאל אבער אלץ האט זיך דער מגיד נישט צוטוהן געמאכט, איז ער צוריק געקומען צום טאטן און פארציילט וואס ס'געווען, האט איהם דער פאטער ווידער געשיקט צוויי דריי מאל און אלץ דאס זעלבע, האט דער רבי ר' מיכלע געזאגט אויב אזוי לאמיר גיין צוזאמען, זענען זיי געגאנגען אבער ווי נאר זיי האבן געעפנט די טיהר איז דער זלאטשובער מגיד אפגערוקט מיט ציטער, און געפרעגט זיין זוהן האסטו דען נישט געזעהן אז ער זיצט מיט אליהו הנביא און לערנט?
שפעטער האט זיי דער גרויסער מגיד אויף גענומען מיט גרויס כבוד, אינדערמיט איז דער מגיד ארויס פון שטוב און אויפן טיש האט ער איבער געלאזט זיין טאבאק פושקע, האט עס ר' איציקל גענומען דאס אנצוקוקן און עס צוריק געלייגט אויפן טיש, ווען דער מגיד איז צוריק אריין אין שטוב האט ער זיך אנגערופען: אז מען ווייסט ניט, טוט מען ניט! ווען דער צדיק כאפט אהן מיט דער האנט א חפץ בויט ער דערמיט עולמות, און ווען ער לייגט דאס אראפ, און א צווייטער רירט דאס פון פלאץ איז ער דערמיט מחריב עולמות ר"ל!

* * *


דער רבי ר' מיכל מזלאטשוב האט געזאגט: ווען דער בעש"ט הק' איז נסתלק געווארן האט זיך דער שכינה הק' מיטן גאנצן קליניקל (מיטן גאנצן זעקל) זיך אריבער געצויגן פון מעזשעבוזש קיין מעזריטש!!

* * *


דער אלטער סאדיגורער האט אלס קינד געפרעגט דעם טאטן דער הייליגער רוזשינער זי"ע וואס עפעס רופט מען דעם מעזריטשער מגיד מיטן נאמען 'דער גרויסער מגיד'? האט איהם דער פאטער געענטפערט ווייל ער האט מיט זיינע דרשות אלס 'מגיד' (מגיד איז א לשון המשכה כמבואר בגמ') ממשיך געווען גוטס אויף אידן און ממתיק געווען די דינים (גרויסער מלשון הגדול איז אן ענין פון חסד מלשון הכתוב לך ה' הגדולה וכו' וואס דא מיינט חסד כידוע).

* * *


כידוע איז דער גרויסער מגיד געווען א מלמד פאר קינדער, האט דער רוזשינער געזאגט פאר ר' דוד'ל טאלנער, דער זיידע דער מגיד איז געווען א גוטער מלמד, און ווען ער האט געלערנט מיט די קינדער האט ער זיי געוויזן מעמד הר סיני!!

* * *


זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח בן-בוזי. דיינע מעשיות האבן א באזונדערן טעם.
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

דער תיאור פון שלמה מימון ווערט אויך געברענגט דורך ד"ר יצחק אלפסי
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

לחיים לחיים זְכוּתוֹ וְזַכּוּתוֹ תגן עלינו.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לחיים לחיים זי"ע. שוין געהאט א גלעזעלע שנאפס מיט מזונות לע"נ דעם צדיק.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

שוועמל האט געשריבן:לחיים לחיים זי"ע. שוין געהאט א גלעזעלע שנאפס מיט מזונות לע"נ דעם צדיק.


דער הייליגער גרויסער מגיד איז ווערט מער פון א גלעזל שנאפס מיט מזונות, זיינע ספרים זענען מלא וגדוש מיט תורה ועבודה, ער איז געווען א זעלטענער מגיד מיט א באזונדערע כח ההסברה און דעריבער איז א דבר הראוי זאלסט כאטש היינט אריין קוקן אין זיינע ספרים ווי מגיד דבריו ליעקב וואס זיין תלמיד מובהק ר' שלמה לוצקער בעל דברת שלמה האט מחבר געווען, און די אנדערע ספרים ליקוטים יקרים, תורה אור און תורת אמת, וואס לדאבונינו ליגט עס בקרן זויות, ס'איז הפלא'דיגע ספרים הפוך בהם הפוך בהם דכולא בי', ס'ליגן דארט די טיפסטע יסודות פון חסידות.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך פארמאג עס נישט אינדערהיים, שיק א לינק ביטע כ'על בל"נ מעיין זיין.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מגיד דבריו ליעקב (די הקדמה איז מורא'דיג)

ליקוטים יקרים

אור תורה

(דער אור האמת האבן זיי אויף דערוויילע נאכניט)
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

בן בוזי האט געשריבן:דער הייליגער גרויסער מגיד - - - זיינע ספרים זענען מלא וגדוש מיט תורה ועבודה, ער איז געווען א זעלטענער מגיד מיט א באזונדערע כח ההסברה און דעריבער איז א דבר הראוי זאלסט כאטש היינט אריין קוקן אין זיינע ספרים ווי מגיד דבריו ליעקב וואס זיין תלמיד מובהק ר' שלמה לוצקער בעל דברת שלמה האט מחבר געווען, און די אנדערע ספרים ליקוטים יקרים, תורה אור און תורת אמת, וואס לדאבונינו ליגט עס בקרן זויות, ס'איז הפלא'דיגע ספרים הפוך בהם הפוך בהם דכולא בי', ס'ליגן דארט די טיפסטע יסודות פון חסידות.

ומי יבא אחרי המלך, מאן מלכי רבנן, בן-בוזי שי"נ
לחיים ולברכה!
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מצבת קודש
אטעטשמענטס
Poster2.jpg
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אהל הקדוש
אטעטשמענטס
Poster2.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”