* ר' אלעזר בן ערך

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

* ר' אלעזר בן ערך

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג ינואר 07, 2008 10:31 pm

איך האב לעצטענס ערגעץ איך געדענק נישט וואו, גערעדט פון א גמרא אין שבת וועגן ר' אלעזר בן ערך, האב איך געהערט פון ר' ישראל דוד זז"ג, א וויכטיגע הוספה דערוועגן. וואס איז בעצם א הקדמה צו די גמרא אין שבת, דאס האט מיר שוין געמאכט מער טון דערין, און צוזאמקראצן די מדרשים און גמרות דערויף, וזה מה שהעלתי בס"ד.

קודם דארף מען וויסן פון וועם מ'רעדט דא, דא רעדט מען פון א תנא אלוקי, וואס איז געווען מחמשה תלמידים של ר' יוחנן בן זכאי, וואס איז געווען דער קלענסטער תלמיד פון הלל, און דורך אים האט זיך די קבלת התורה געצויגן ווייטער.

די שבחים וואס ר' יוחנן בן זכאי האט גערימט און אויסגעלויבט זיין תלמיד, איז אויסערגעווענליך, ווי אבא שאול זאגט, האט ער גאר געזאגט אז ער איז מכריע אנטקעגן גאנץ כלל ישראל.

ווי דער משנה זאגט אין אבות:
חמשה תלמידים היו לו לרבן יוחנן בן זכאי, ואלו הן: רבי אליעזר בן הרקנוס, ורבי יהושע בן חנניה, ורבי יוסי הכהן, ורבי שמעון בן נתנאל, ורבי אלעזר בן ערך.
הוא היה מונה שבחן. רבי אליעזר בן הרקנוס, בור סוד שאינו מאבד טיפה, רבי יהושע בן חנניה, אשרי יולדתו, רבי יוסי הכהן, חסיד, רבי שמעון בן נתנאל, ירא חטא, ורבי אלעזר בן ערך, מעין המתגבר.
הוא היה אומר, אם יהיו כל חכמי ישראל בכף מאזנים, ואליעזר בן הרקנוס בכף שניה מכריע את כולם. אבא שאול אומר משמו, אם יהיו כל חכמי ישראל בכף מאזנים ורבי אליעזר בן הרקנוס אף עמהם, ורבי אלעזר בן ערך בכף שניה, מכריע את כולם.


אין אבות דרבי נתן שטייט דער שבח מיט א הוספה:

"ולאלעזר בן ערך קרא לו נחל שוטף ומעין המתגבר, שמימיו מתגברין ויוצאין לחוץ, לקיים מה שנאמר, יפוצו מעינותיך חוצה ברחובות פלגי מים".


און ווען ר' אלעזר בן ערך האט געזאגט א וועג שיבור לו האדם "לב טוב", האט זיין רבי ר' יוחנן זייער משבח געווען אים אנטקעגן אלע תלמידים, און געזאגט, רואה אני את דבריו, שבכלל דבריו דבריכם

ווי די משנה זאגט:
אמר להם, צאו וראו איזוהי דרך ישרה שידבק בה האדם, רבי אליעזר אומר עין טובה. רבי יהושע אומר חבר טוב. רבי יוסי אומר שכן טוב. רבי שמעון אומר הרואה את הנולד. רבי אלעזר אומר לב טוב. אמר להם רואה אני את דברי אלעזר בן ערך מדבריכם, שבכלל דבריו דבריכם. אמר להם צאו וראו איזוהי דרך רעה שיתרחק ממנה האדם. רבי אליעזר אומר עין רעה. רבי יהושע אומר: חבר רע. רבי יוסי אומר: שכן רע. רבי שמעון אומר: הלווה ואינו משלם. אחד הלווה מן האדם, כלווה מן המקום ברוך הוא, שנאמר (תהלים לז) לוה רשע ולא ישלם, וצדיק חונן ונותן. רבי אלעזר אומר לב רע. אמר להם רואה אני את דברי אלעזר בן ערך מדבריכם, שבכלל דבריו דבריכם.


שטייט אין אבות דרבי נתן, אזא סיפור, אז ווען ר' יוחנן בן זכאי איז געזיצן שבעה נאך א קינד ל"ע, און אלע תלמידים ר' אליעזר ר' יהושע ר' יוסי ר' שמעון, אלע זענען אריין מנחם זיין זייער רבין, און יעדער האט געזאגט דברי נחמה, און ר' יוחנן האט יעדן אפגעפרעגט די דברי נחמה, אבער ביי ר' אלעזר בן ערך שטייט שוין ביים כניסה זיינע נאך בעפאר ער האט אויספיעט צו מנחם זיין, שטייט אזעלכע דברי שבח.

דאס איז דער לשון דארט:
נכנס רבי אלעזר כיון שראהו אמר לשמשו, טול לפני כלי, ולך אחרי לבית המרחץ, לפי שאדם גדול הוא ואיני יכול לעמוד בו, נכנס וישב לפניו ואמר לו, אמשול לך משל, למה הדבר דומה, לאדם שהפקיד אצלו המלך פקדון. בכל יום ויום היה בוכה וצועק ואומר, אוי לי, אימתי אצא מן הפיקדון הזה בשלום. אף אתה רבי, היה לך בן, קרא תורה מקרא נביאים וכתובים משנה הלכות ואגדות, ונפטר מן העולם בלא חטא. ויש לך לקבל עליך תנחומים כשהחזרת פיקדוניך שלם, אמר לו ר' אלעזר בני נחמתני, כדרך שבני אדם מנחמין.

מער זעט מען זיין גרויסקייט אין די גמרא אין חגיגה, אז ר' יוחנן האט זיך אויף אים אויסגעדרוקט מבהיל'דיג, ברוך ה' שנתן בן לאברהם אבינו, אשריך אברהם אבינו שאלעזר בן ערך יצא מחלציך.

דאס איז די לשון הגמרא.
מעשה ברבן יוחנן בן זכאי שהיה רוכב על החמור והיה מהלך בדרך ורבי אלעזר בן ערך מחמר אחריו. אמר לו, רבי, שנה לי פרק אחד במעשה מרכבה, אמר לו, לא כך שניתי לכם, ולא במרכבה ביחיד, אלא אם כן היה חכם מבין מדעתו, אמר לו, רבי, תרשיני לומר לפניך דבר אחד שלמדתני, אמר לו, אמור, מיד ירד רבן יוחנן בן זכאי מעל החמור ונתעטף וישב על האבן תחת הזית. אמר לו, רבי, מפני מה ירדת מעל החמור, אמר, אפשר אתה דורש במעשה מרכבה ושכינה עמנו ומלאכי השרת מלוין אותנו ואני ארכב על החמור, מיד פתח רבי אלעזר בן ערך ודרש במעשה מרכבה, ירדה אש מן השמים [אגב זאגט דער מהרש"א פשט, "אש שאינה שורפת ואינה מזיקה אלא מחממת ואוהבת, אותה אש שראו הנביאים בחזונם, כשהשכינה וכבוד ה' נגלה עליהם], וסבבה את כל האילנות שבשדה. פתחו כל האילנות ואמרו שירה, מה שירה אמרו, הללו את ה' מן הארץ תנינים וכל תהומות וגו', עץ פרי וכל ארזים הללוקה. ויש אומרים שירה זאת אמרו, אז ירננו עצי היער. ואף מלאך נענה מתוך האש ואמר, ודאי הן הן מעשה מרכבה, עמד רבן יוחנן בן זכאי ונשקו על ראשו ואמר, ברוך ה' אלהי ישראל שנתן בן לאברהם אבינו שיודע להבין ולחקור ולדרוש במעשה מרכבה וכו' אשריך אברהם אבינו שאלעזר בן ערך יצא מחלציך!"


און אין ירושלמי שטייט דער סיפור מיט שינויים.
מעשה ברבן יוחנן בן זכאי שהיה מהלך על הדרך רוכב על החמור ורבי לעזר בן ערך מהלך אחריו אמר לו רבי השניני פרק אחד במעשה המרכבה אמר לו ולא כך שנו חכמים ולא במרכבה אלא אם כן היה חכם ומבין מדעתו אמר לו רבי תרשיני לומר דבר לפניך אני אמר לו אמור כיון שפתח רבי לעזר בן ערך במעשה המרכבה ירד לו רבן יוחנן בן זכאי מן החמור אמר אינו בדין שאהא שומע כבוד קוני ואני רכוב על החמור הלכו וישבו להן תחת אילן אחד וירדה אש מן השמים והקיפה אותם והיו מלאכי השרת מקפצין לפניהן כבני חופה שמיחין לפני חתן נענה מלאך אחד מתוך האש ואמ' כדבריך אלעז' בן ערך כן הוא מעש' המרכבה מיד פתחו כל האילנות פיהן ואמרו שירה אז ירננו עצי היער כיון שגמר ר' לעזר בן ערך במעשה המרכבה עמד רבן יוחנן בן זכאי ונשקו על ראשו ואמ' ברוך יי' אלהי אברה' יצחק ויעקב שנתן לאברה' אבינו בן חכם יודע לדרוש בכבוד אבינו שבשמי' יש לך נאה לדרוש ואינו נאה מקיי' נאה מקיי' ואינו נאה דורש אלעזר בן ערך נאה דורש ונאה מקיים אשריך אברהם אבינו שיצא מחלציך אלעזר בן ערך.


נאך די אלע הקדמות, קומט מען צו צו די מעשה.
שטייט ווייטער אין אבות דרבי נתן, איך קען נאר נאכזאגן וואס דארט שטייט, מעהאמיר נישט קיין מושג, אין די פשוט'ע פשט פון די דיבורים.

כשיצאו מלפניו, הוא אמר אלך לדמסית, למקום יפה ומים יפים ונאים, והם אמרו נלך ליבנה למקום שתלמידי חכמים מרובים אוהבים את התורה. הוא שהלך לדמסית, למקום יפה ומים יפים ונאים, נתמעט שמו בתורה, הם שהלכו ליבנה, למקום שתלמידי חכמים מרובים ואוהבים את התורה נתגדל שמם בתורה.


אז נאך ר' יוחנן בן זכאי'ס פטירה, האט ר' אלעזר בן ערך געזאגט אז ער וועט גיין קיין דיומסת, דארט איז געווען א שיין פלאץ און שיינע גוטע וואסערן, און וועגן דעם איז זיין נאמען נתמעט געווארן בתורה.

דערציילט די גמרא אין מס' שבת דף קמ"ז ע"ב. ווייטער די המשך המעשה, (פירוש רש"י הק' בסוגריים).
[אמר רבי חלבו, חמרא דפרוגייתא (שם מדינה שיינה משובח) ומיא דדיומסת קיפחו עשרת השבטים מישראל (שהיו בעלי הנאה, ועסוקים בכך, ולא היו עוסקים בתורה, ויצאו לתרבות רעה), רבי אלעזר בן ערך איקלע להתם (לפורגיתא ודיומסית), אימשיך בתרייהו (אחר היין והרחיצה), איעקר תלמודיה (נעקר תלמודו ושכחו). כי הדר אתא, קם למיקרי בספרא, בעא למיקרא החדש הזה לכם אמר "החרש היה לבם" בעו רבנן רחמי עליה והדר תלמודיה, והיינו דתנן, רבי נהוראי אומר, הוי גולה למקום תורה (אם תלמיד חכם אתה אל תשב אלא במקום תלמיד חכם חברך), ואל תאמר שהיא תבא אחריך (ואל תאמר תלמידים הם, יבואו אלי ודי לי בכך, למה אהיה גולה), שחבריך יקיימוה בידך (שתהא רגיל אצלם, וכשתשנה מסכת אחת והם אחרת תשמענ�ה ותהא סדורה בפיך ואל תשתכח הימנה), ואל בינתך אל תשען (לומר חכם גדול אני, וזכרן, וכשאחזור פרק זה או מסכת זו לא תשתכח חברתה ממני), תנא, לא רבי נהוראי שמו אלא רבי נחמיה שמו, ואמרי לה רבי אלעזר בן ערך שמו, ולמה נקרא שמו רבי נהוראי שמנהיר עיני חכמים בהלכה.


אין מדרש אויף קהלת פרק ו', שטייט דער גאנצער סיפור צוזאמען, מיט אסאך הוספות, אז דאס האט פאסירט נאך די פטירה פון ר' יוחנן בן זכאי, און אז ר' אלעזר בן ערך האט געוואלט די תלמידים זאלן אים נאכקומען, דאס איז שוין מרומז אין די גמרא אין רש"י פריער, וואס עס שטייט דער לשון," ואל תאמר שהיא תבוא אחריך",

דאס איז דער לשון פונעם מדרש אין קהלת:

חמשה תלמידים היו לו לרבן יוחנן בן זכאי, כל זמן שהיה קיים היו יושבים לפניו, וכשנפטר הלכו להם ליבנה, והלך ר"א בן ערך אצל אשתו [לדיומסי] מקום שהמים יפים והנוה יפה, המתין להם כסבור שהם באים אצלו, לבסוף בקש ללכת אצלם ולא הניחתו אשתו, אמרה ליה מי צריך למי, א"ל הם צריכין לי, אמרה ליה הפת והעכברים מי דרכן ללכת אצל מי, הוי אומר עכברים אצל הפת, שמע לה וישב עד ששכח תלמודו, אחר ימים באו אצלו ושאלו לו פת חטים ופת שעורים אי זו טובה בליפתן, ולא היה יודע מהו ליפתן, ויש אומרים קם לקרוא בתורה בפרשת החדש ואמר החרש היה לבם צווחו ליה כולי עלמא התחיל לבכות והם בוכים עד שהחזירו לו תלמודו, והיינו דתנן ר"א אומר הוי גולה למקום תורה, וי"א אליהו ז"ל החזיר לו תלמודו, לכך נאמר כי העושק יהולל חכם.

אויף דעם וואס דער אבות דרבי נתן זאגט הוא שהלך לדיומסת נתמעט שמו בתורה.
זאגט דער רד"ל א מערקווירדיגע זאך, אז מ'געפין מיר טאקע נישט אין גאנץ ששה סדרי משנה, קיין שום הלכה פון ר' אלעזר בן ערך, אנדערש פון אלע אנדערע תלמידי ר' יוחנן בן זכאי, וואס גאנץ משניות איז מלא מהם ווי ר' אליעזר און ר' יהושע, און לויט די איכא דאמרי אין די גמרא אין שבת, שטייט גאר, שהי' מנהיר עיני חכמים בהלכה, אבער אפגעשריבן איז גארנישט פון אים און ער ווערט נאר דערמאנט דארט אין אבות ווי מ'רעכנט אויס די תלמידי ר' יוחנן.

אבער ר' אליעזר וואס אויף אים שטייט, הם שהלכו ליבנה נתרבה שמם בתורה, זע מיר אז משניות הייבט זיך אן, מיט ר' אליעזר, מאימתי קורין את שמע בערבין משעה שהכהנים נכנסין לאכול בתרומה, עד סוף האשמורה הראשונה דברי ר' אליעזר, און אזוי אויך די חתימת המשנה, ענדיגט זיך מיט א מאמר פון ר' אליעזר, סוף עוקצין, [די מימרא פון ר' יהושע בן לוי איז צוגעלייגט א אגדה צו די משנה, ר' יהושע בן לוי איז געווען אין די דור ראשון פון אמוראים בארץ ישראל, אין א בחי' פון רב תנא ופליג, רש"י אין סוף מרובה זאגט אויך אז ער איז געווען א תנא, אנדערש ווי רש"י אין נדה י"ח, די צווייטע מימרא זיינע אין אבות, איז אויך אין פרק ו' וואס איז שוין נישט פון די משניות, נאר א צוגעלייגטע ברייתא].
לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 3:51 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג ינואר 07, 2008 10:33 pm

פונקט נעכטן האט מיר מיין פעטער זז"ג נאכגעזאגט דעם ענין מפי ר' ישראל דוד, ס'איז מבהיל הרעיון.

יישר-כח רבי פאר'ן בארייכערן אונזערע ידיעות

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג ינואר 07, 2008 10:34 pm

איך האב יא געזען דעם רד"ל אינעווייניג היינט, איז עס אבער זייער א לענגערע שמועס עס מעתיק צו זיין, און דידזשטעל פארמאג איך דאס נישט, אנדערש פון די אלע מדרשים און משניות וואס געפינט זיך אויפן געוועב.
דאס איז אין הקדמה צו פרקי דרבי אליעזר. ער לאזט זיך אריין אין א לענגערע שמועס, ווער עס איז געווען דער חשוב'סטער תלמיד פון ר' יוחנן בן זכאי, ר' אלעזר בן ערך צו ר' אליעזר בן הורקנוס.
ער וויל וועגן דעם גורס זיין אז די מעשה מיט די מעשה מרכבה איז געווען מיט ר' אליעזר, אויך די מעשה מיט די ניחום אבלים, איז דא א גיר' אז ס'איז געווען מיט ר' אלעזר בן שמוע, אפילו פון די גמרא אין שבת שטייט בפירוש די המשך המעשה מיט ר' אלעזר בן ערך.
לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום זונטאג אפריל 06, 2008 5:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג ינואר 08, 2008 11:36 am

יישר כח פאר די שיינע שיעור, חילך לאורייתא.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג יוני 22, 2008 8:13 pm

אריין אין על הצדיקים

הבני היכלא ימלא חסרונינו..

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג יוני 22, 2008 9:40 pm

איך האב אנגעפילט די צוויי ליידיגע תגובות, און יעצט גיי איך עס אריין רוקן אין על הצדיקים.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג יוני 23, 2008 1:04 am

יישר כחכם הרב טריאוי


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט