יידיש פארם - גאושן נ.י.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

יידיש פארם - גאושן נ.י.

תגובהדורך פלעכטער » זונטאג יולי 20, 2014 10:49 pm

איך האב געזעהן אין די לאקאלע היימישע אויסגאבעס איבער א פארם וואס ווערט געפירט אויף אידיש, אין די שטעטל גאושן ניו יארק, אין די אומגעגנט פון קרית יואל, האט מיך אנגעכאפט א חשק אהין ציפארן. וויילענדיג שבת אין אפסטעיט, האב איך אויפן וועג אהיים פון די קאנטרי געזאגט פאר די קינדערלעך, אז מ'גייט מאכען א סטאפ ביי א פארם, ווי מ'גייט זעהן ציגעלעך און קאטשקעלעך.

די גרינדער פונעם פארם איז א איד 'ישראל בת' א בעל תשובה פון לאנג איילאנד, זיין ציל איז צי פארשפרייטן דאס רעדן אידיש. (נוסח פארווערטס). די ראוד וואס פירט צום פארם איז א נישט אויסגעפלאסטערטע שאסיי, אלע שילדן וואס דערעקטירן אהין זענען אין בלויז יידיש.

זיי פארמאגען א גרויסע פעלד, וואס איז פארפלאנצט מיט אראגעניק קנאבל. דאס פארקויפן אראגעניק קנאבל איז א חלק פון די הכנסה צי פינאנצירן די פארם. ווי אויך א ווייץ פעלד פאר די מצות, און פאר א גאנצע יאריגע באנוץ.

זיי האדעווען קאטשקע'ס און טערקי'ס, שעפעלעך, הערש'ן, אלע פלייש ווערן געשאכטן א חסידישע שחיטה, דורך ר' הערשל ווייס פון קרית יואל.

אין די מעין בנין איז די שוהל, די דאווענען איז נוסח קארלבאך. זיי גראבן יעצט א קוואל פאר א מקוה אין די וואלד.

פון די דאך הענגען קארן וואס איז געוואקסן אויפן פארם, ס'טריקענט זיך דארט, דערנאך שיילט מען אפ די קערלעך פון די קאב, און מען מאכט 'עכט היימישע' פאפ קארן.

זייער וועב זייטל

Address:
Yiddish Farm Education Center
71 Dzierzek Lane
New Hampton, NY
Phone 8453605023
Email info@yiddishfarm.org

בילד
די גרינדער ישראל בת.

בילד



בילד
בילד
ר' יצחק אויפן פארם.

בילד



בילד
תלמוד צורה ויואל משה אויף א טריפ
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג יולי 20, 2014 11:13 pm

איך ווייס נישט וואס רב לעבאוויטש (וואודרידזש) טוט דארט, רב לעבאוויטש (פעסט/בונדאש) האט מער פשט!

אין ויואל משה'ס מאכן אן אויסוואנדערונג אהין האט גאר פשט נישט.

דארט איז א מקום זוהמה במלוא מובן המילה, די פרויען מיט די ציצית איז שוין די מצוה זייערער...

די זענען מקלקלים ומקולקלים, זיי האבן אן אגענדע היל"ת, דער נאנטסטער משל צו זיי איז פוטסטעפס
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג יולי 20, 2014 11:20 pm

יע גאר מאדנע.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג יולי 20, 2014 11:29 pm

אינטרעסאנט אז די קעפל דארט, Yiddish Farm Present's איז נישט גוט געספעלט (ס'קומט אן א שטרעכעלע), אבער זיי רעדן נאר אידיש...

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג יולי 21, 2014 12:26 am

נישט געזעהן דארטן קיין פרויען מיט ציצית, כאטש - אין גייסט פון די מחאות דא - מוז איך מוחה זיין אויף דעם וואס איינער דארט האט אן די ציצית פארקערט וואס איז נישט אויסגעהאלטן כידוע.

און וואס הייסט מקלקלים / מקולקלים? אגענדע קרוב צו פוטסטעפס? מה ענין שמיטה אצל הר סיני? דער גרינדער קוקט אויס צו זיין א בעל תשובה מיטן גאנצן חרדי'שן געשטעל, איך פארשטיי נישט פונקטליך דעם שגעון פון מקרב זיין אידן צו יידיש, אבער קיינער דארטן וויל נישט קיינעם אפפירן פון וועג חלילה (אויב אפילו נאר צוליב דעם פאקט אז די נושרים פרובירן געווענליך צו רעדן ענגליש און דאדורך פארלאזן די הייליגע יידישע שפראך...).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יולי 21, 2014 12:47 am

כ'מיין ווער ברויך מער פון דעם!!!!!
צוגעלייגטע
tuvia-tenenbom-ziege-540x304.jpg
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג יולי 21, 2014 1:30 am

מי חכם וואלט געמעגט טוישן נאמען צו "אני חכם".

און צו די פשוט'ע בינינו: איך ווייס בידיעה פון זייער וואוסטע אגענדע.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג יולי 21, 2014 2:11 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:כ'מיין ווער ברויך מער פון דעם!!!!!

;l;p-
אחזתני פלצות...


אגב פלעכטער,
וואס מיינט "חסיד'ישע" שחיטה? בחיי נישט געהערט אזא מין אויסדרוק. וועלכע סימן אין יורה דעה?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

תגובהדורך קהלס נאר » מאנטאג יולי 21, 2014 7:50 am

דאס קוקט אויס אינטרעסאנט. נאך א פלאץ ווי צו גיין חול המועד האלטן
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » מאנטאג יולי 21, 2014 7:59 am

איך האב געהערט די אויסדריק חסידישע שחיטה, דארט אויפן פארם, מן הסתם מיינט ער אשכנז'ישע שחיטה.

זעה די אשכול פון חסידישע כשרות. שוועמל האט דארט געשריבן: אין ניקור איז דא אסאך חילוקים צווישן ספרד און אשכנזישע אידן.

--

למעשה האבן די קינדער זייער הנאה געהאט, עס זענען דארט געווען עטליכע משפחות פון קרית יואל. זיי זענען נאכגעלפן די גאר גרויסע ווייסע קאטשקעס. געווען ביי די שפייכלער, און אריין אין די שייער קוקען וויאזוי מען פאקט די קנאבל. א איינוואוינער האט זיי פארבארגט א גיטאר, איך האב נישט געוואלט זיי זאלן שפילן דערמיט אין די 3 וואכען, אבער א קול נגינה איז סייווי נישט ארויס געקומען פון זייער שפילען...

---

שטראק זיך, אויב ס'איז אמת וואס די זאגסט, אפשר איז נישט ראוי דאס זאל זיין אויף אייוועלט, אבער אין דער איד און אין די שאפערס ראוט איז עס געווען עדווערטייזד,

ויואל משה'ס טריפ, איז ערגער ווי זיי גייען ווען צי א גויא'ישע פארם?
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג יולי 21, 2014 8:14 am

האבען זיי שוין געטראפען דעם 'שטארקע מאנרא בחור' וואס זיי האבען געזוכט?

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » מאנטאג יולי 21, 2014 8:18 am

יוסף שרייבער האט געשריבן:האבען זיי שוין געטראפען דעם 'שטארקע מאנרא בחור' וואס זיי האבען געזוכט?


וואס הייסט?
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג יולי 21, 2014 8:23 am

.
צוגעלייגטע
monroe.jpg

הצלחה רבה
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 28, 2013 12:37 pm

תגובהדורך הצלחה רבה » מאנטאג יולי 21, 2014 9:02 am

who is that bucher ? 1

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מאנטאג יולי 21, 2014 11:17 am

אין מצרים איז שוין די פארם אויך געווען אין גושן
משנכנס אדר מרבים בשמחה

אוועטאר
נישט אלעס איז אמת
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 2:45 pm
לאקאציע: אין א וועלט פון שקר

תגובהדורך נישט אלעס איז אמת » מאנטאג יולי 21, 2014 11:19 am

יאפין האט געשריבן:אין מצרים איז שוין די פארם אויך געווען אין גושן


;l;p- ;l;p-
געדענק!! צייט קומט נישט צוריק

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג יולי 21, 2014 11:21 am

ער האט דארט א פלאקאט אויף די וואנט מיטן אויפשריפט "ועתה ישבו נא עבדיך בארץ גושן"...
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13144
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יולי 21, 2014 11:41 am

אדורך געבליקט זייער זייטעל
די מייסדים דערמאנען בכלל ניט אז זיי האבען ערגיץ געלערנט עפעס וועגען אידישקייט שמירת תורה ומצוות
דאס שמירת שבת און כשרות וכ' איז דרך אגבדיג ווי זיי שרייבען אליינס
Although Yiddish Farm attracts people from a wide range of observances, all of our programs are shomer-shabbos and shomer-kashrus.
די בעסטע ראי' פון זייער עם הארצות איז GALUS FESTIVAL
=====
דעם טערמין CHASIDISHE SCHECHITA זעט מען א סך אין עדווערטייזמענטס אין די ענגליש-אידישע אויסגאבען
א רשימה פון רעסטאראנן אינטער OK LABS ביי אלי פליישיגע שטייט CHASIDISHE SCHECHITA

דער מאמר
עניני שחיטה במשנת קארלין־סטאלין קבץ בית אהרון וישרא זעט אויס צו זיין אינפארמאטיוו נאך ניט אנגעקומען דורך ליינען
אמאל איז געווען א חסידישע שחיטה בעיקר "סכינים מלוטשים" דוכט זיך אז היינט נוצט יעדער
היינטיגע חסידישע שחיטה
שוחטים מיט גאנצע בערד און לאנגע מלבושים וואס גייען ידען טאג און מקוה
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג יולי 21, 2014 11:52 am

קקיון, הונדערט פראצענט גערעכט, מען רעדט נישט דא פון קיין היימישע זאך, און קיינער זאל טאקע נישט אהין שיקן א שטארקע מאנרא בחור זיך צו דרייען און לעבן אינאיינעם מיט אידיש רעדנדע פרייע אידן און אידענעס, כאטש דער אנפירער (און אנדערע) און די פירונג פונעם פלאץ איז ארטאדאקסיש. אבער צו זאגן אז מען טאר נישט אהין גיין פאר א טריפ וועגן דעם אדער ר' יצחק לעבאוויטש טאר נישט אהין גיין, מוז עס זיין צוליב עפעס א באהאלטענע וואוסטע אגענדע וואס שטארק זיך האט נאך דערווייל נישט באוויליגט מיטצוטיילן מיט אונז פשוטי עם.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13144
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יולי 21, 2014 12:00 pm

מי חכם האט געשריבן: מוז עס זיין צוליב עפעס א באהאלטענע וואוסטע אגענדע וואס שטארק זיך האט נאך דערווייל נישט באוויליגט מיטצוטיילן מיט אונז פשוטי עם.

גארניט באהאלעטן !
זיי שרייבען קלאר און דייטליך אז זייערע מטרות זענען
אויפלעבען אידיש נוסח פארווערטס (כל נדרי נאכט BALL אויך?)
אחדות ציוושען אלע סארט אידען
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

עמרם יודא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 26, 2014 11:30 am

תגובהדורך עמרם יודא » מאנטאג יולי 21, 2014 12:19 pm

נישט אלעס איז אמת האט געשריבן:
יאפין האט געשריבן:אין מצרים איז שוין די פארם אויך געווען אין גושן


;l;p- ;l;p-

גיט גיט!!!!!

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג יולי 21, 2014 12:20 pm

שטארק זיך האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס רב לעבאוויטש (וואודרידזש) טוט דארט, רב לעבאוויטש (פעסט/בונדאש) האט מער פשט!

אין ויואל משה'ס מאכן אן אויסוואנדערונג אהין האט גאר פשט נישט.

דארט איז א מקום זוהמה במלוא מובן המילה, די פרויען מיט די ציצית איז שוין די מצוה זייערער...

די זענען מקלקלים ומקולקלים, זיי האבן אן אגענדע היל"ת, דער נאנטסטער משל צו זיי איז פוטסטעפס


שטארק זיך, שטארק זיך!

מיט דיין שארפע פעדער קנאקסטו צומאל אריין אין פינטל, וואויל און פייל געשריבן!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג יולי 21, 2014 12:21 pm

קקיון, דו האסט אפשר פארזעהן אז דער גרינדער און אנפירער איז א ארטאדאקסישער פרומער איד? (ער האט אפילו שיינע דיקע פאות, אראפגעלאזטע - אויב דאס מאכט אויס ביי דיר). זיין ציל איז בפירוש נישט קיין כל נדרי באל חלילה, ער האט א שגעון ער וויל מרבה זיין אידיש בעולם, וואס מיט די איינע זאך איז ער גלייך צום פארווערטס אז זיי האבן אויך דעם שגעון.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג יולי 21, 2014 12:30 pm

מי חכם האט געשריבן:קקיון, דו האסט אפשר פארזעהן אז דער גרינדער און אנפירער איז א ארטאדאקסישער פרומער איד? (ער האט אפילו שיינע דיקע פאות, אראפגעלאזטע - אויב דאס מאכט אויס ביי דיר). זיין ציל איז בפירוש נישט קיין כל נדרי באל חלילה, ער האט א שגעון ער וויל מרבה זיין אידיש בעולם, וואס מיט די איינע זאך איז ער גלייך צום פארווערטס אז זיי האבן אויך דעם שגעון.


און פיר אויס, און דער שגעון פירט אים צו ארבייטן צוזאם מיט די פארווערטס ימח שמם וואס זענען כדברי שטארק זיך די נענטסטע משל צו די לאו-לייווס פון פוטסטעפס!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13144
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יולי 21, 2014 12:40 pm

1 אלע מיינע איינקלעך האבען ב"ה שיינע דיקע אראפגעלאזטע פאות
2 איך האב שוין ליידער ליידער געהערט ניבול פה פון אינגאטשעס וואס טראגען ראזשוואלקעס צום פארברענגען פרייטאג צו
נאכט אין א מקום קדוש ווען ביים נעקסטען טיש זיצען אידען מיט בענט דאון היטען און דאווענען
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נעם אין אכט און 15 געסט