קאמענטארן אויפן נייע אוצר הספרים

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

קאמענטארן אויפן נייע אוצר הספרים

תגובהדורך גרויזאמער » פרייטאג יולי 20, 2007 11:30 am

עס איז נישט אדורך קיין צוויי שעה פון די נייע אוצר הספרים האט זיך געעפנט, און עס האט שוין 12 צפיות! אומגלויבליך! איר הערט? צוועלעף צפיות, ח'מיין צוועלף קוקענגן! סארא קידוש השם!

אוקעי, גייט אהין, כאפט א בליק, איך בעט זייער נישט צו שטערן דעם אטמאספערע דארט, דער וואס וויל שמועסן זאל ארויסגיין אינדרויסן.

שטייענדיג אזוי אויפן פארטש פונעם קרעטשמע זעה איך אז דער פאסט מייסטער דעליווערט די פאסט פאר די תושבי הקרעטשמע, קוקענדיג גוט זעה איך ווי איין גרויסע געלע ענוועלאופ לייגט ער אריין אין מיין קעסטל. איך לויף אראפ די סטעפס, נעם עס ארויס נייגעריגערהייט, און א שיינע בריוול האט זיך אנטפלעקט פאר מיר בזה"ל:

צייטליך האט געשריבן:כבוד הרב החסיד ידידי עוז, מוכתר בכל מדה ומעלה, איש חי ורב פעלים, לתודה ולתעודה, זכה לזכות הרבים של רבבות לומדי תורה בהיכל אוצר הספרים של קרעטשמעתינו, עוסק בצרכי ציבור באמינה, בונה ומקים עולמת של תורה, שבחו מי ימלל, גומרין עליו ההלל, ה"ה

הרב הגאון יואל גרויזאמער שליט"א

הוא הגבר אשר זכה ליהיות ה'ספאנסער בעד האוצר הספרים החדש בהיכל התורה ד'קרעטשמעתינו

גרויזאמער!!, א יאמאנגעס שכויעך פאר דיינע לינק'ס וואס די האסט ארויפגעלייגט, ס'איז מיר שוין שטארק ציניץ געקימען,

וכל העוסקים בצרכי ציבור באמינה הקב"ה ישלם שכרם.


החותם למען כבוד בית ישראל
הק' צייטליך
בלאאמו"ר שליט"א

נ.ב., כה'אב נישט געוואלט שרייבן ד שכויעך אינעם אשכול , וויבאלד כ'האב געוואלט אז ס'זאל בלייבן אויסדריקלעך פאר דעם, כ'האף אז אנדערע וועלן מיר נאכטוען און נישט שרייבן דארט קיין שכויעך'ס אדער אנדערע באמערקונגען.


דאס האט מיר באוואויגן צו עפענען דעם אשכול, קאמענטירט אויפן אוצר הספרים! אויב פעלט א געוויסע ספר שרייבט עס דא, אין קעיס מענטשן קומען דארט אריין שמועסן און איבערדרייען שרייבט עס דא, אויב זעט איר אז איינער נעמט ארויס א ספר און לייגט עס צוריק רעפארט עס דא און מיר וועלן קער נעמען. בקיצור קאמפלימענטן ווי קריטיק, אלעס אלעס.
לעצט פאראכטן דורך גרויזאמער אום פרייטאג יולי 20, 2007 11:33 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » פרייטאג יולי 20, 2007 11:32 am

אין די רגע וואס איך ענדיג צו קוקען דעם בריווול, קומט דער פאסט מייסטער צו לויפן אז ער האט שוין נאך א בריוול פאר מיר, דאסמאל איז עס געווען אין א לענגליכיגע ענוועלאופ, נישט געהעריג צוגעקלעבט:

3x0 האט געשריבן:איך זע אז דו האסט דארט מנדב געווען א לינק פאר גימטריאות. איך האב אמאל געטראפן א לינק ווי מען קען זען אסאך ראשי תיבות איך ווייס נישט צי עס איז אינטערעסאנט, אבער אויב יא קענסטו עס לייגן אין אוצר.

http://www.temani.net/http/sprot-timan/ozar/1.htm

ביי דעם לינק זעט מען אלעס וואס זיי האבן פון אות א'. צו גיין צו אות ב', טויש איך אויבן ביי די אדרעס די 1 צו א 2, און פאר ג' 3, און אזוי ווייטער,י' וואס איז 10. כ' איז 20, און ק' איז 100, און אזוי ווייטער.


געטראפן האב איך עס ווען קרעמער האט געעפענט א אשכול פאר ראשי תבות.

גוט שבת
דריי מאל גארנישט


פיין איך לייג עס אריין. יישר כח!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג יולי 20, 2007 11:38 am

דא איז א לינק צום הויפט בלאט פון אלע אותיות, וואס טריאו האט געברענגט:
http://temani.net/http/sprot-timan/ozar/ozar.htm

*

גרויזאמער;
א גרויסע גראבע לאנגע ריזיגע שקויאח! זאלסט זיין געבענטשט פון הימל מיט אלעם גוטן!
An article a day keeps the babies away

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » פרייטאג יולי 20, 2007 11:53 am

יא, א גרויסער ישר כח, ערעב יואל, פאר'ן נעמען אויף דיינע פלייצעס דעם עול הגבאות פונעם אוצר הספרים. און קוקט נאר מיט וואס מיר האבן זיך דערלעבט; פון א ראש הקהל צו א גבאי דאוצר הספרים... עניוועי, דער משכורת שלימה מעם השם, אלס גבאי, זאל דיר באגלייטן אין אלע דיינע וועגן.

זיין וויסן ידידי, דער אויפגאבע פון א גבאי דאוצר הספרים איז זייער א שווערער, און דעריבער האב איך זיך דאס נישט אונטערגענומען. מ'דארף דאס כסדר אפדעיטן און פארשטענדליך פארפאקן די ספרים.

לולי דמסתפינא, וואלט איך פארגעשלאגן פאר די מנהלים, מ'זאל עפענען א באזונדער 'ספרים שטיבל' אינעם 'בית המדרש' בעיקר פאר די 'אוצר הספרים'. דער 'ספרים שטיבל' זאל זיין געווידמעט בלויז פאר 'ספרים'. ס'הייסט, אלעס ארום ספרים. למשל, איינער וואס זוכט א ספר - אזוי ווי געוואלד אדער קרעמער - צי אויב איינער דארף אינפארמאציע אויף א ספר, אדער וויל באארבעטן א ספר וכדומה, זאל ער דאס דארט אויסשמועסן.

אבער בעיקר ציל איך, אז, דארט אין יענעם שטיבל, זאל פארשטייט זיך זיין פלאצירט דער 'אוצר הספרים' פון דער קרעטשמע. דער 'אוצר הספרים' וואלט ווען געדארפט זיין איינגעטיילט אין סעקשאנ'ס. ס'הייסט, באזונדער תנ"ך, ש"ס, רמב"ם, ספרי הלכה, חסידות, וכו' וכו'. בתוך די אלע לינקס, וואס ר' יואל האט צו געצייכנט, איז פארהאן טויזנטער און טויזנטער ספרים, און אויב וויל זיך איינער אונטערנעמען דאס מסדר צו זיין לפי הנושאים, ועל סדר הא' ב', מה טוב חלקו וגורלו.

נאכאמאל, א ישר כח גדול ונורא פאר גרויזאמער'ן פאר די שיינע אונטערנעמונג.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » פרייטאג יולי 20, 2007 12:02 pm

גרויזאמער, נא דיר א הילכיגען ישר כח, דער אוצר הספרים איז געוואלדיג, לאמיר האפען אז יעדער וועט ארויף לייגען לינקס אז דער אוצר הספרים זאל זיך פארגרעסערען.

(איין זאך האסטו פארגעסען, אינווייניג פון יעדען ספר זעה איך נישט קיין לעי"נ. זעה אריינצולייגען סטיקער'ס לעי"נ וועם דאס איז מתנדב געווארען)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28275
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יולי 20, 2007 12:15 pm

א ריזיגן יישר כח הער גרויזאמער, זאל דיר די זכות לימוד התורה פון צענדליגער און הונדערטער אידן וואס וועלן האפענטליך פארברענגן שעות על גבי שעות אינעם אוצר הספרים, באגלייטן לאורך ימים ושנים.

---
זארעך האט די וואך געלייגט א לינק צו מונקאטשער ספרים, פילייכט וואלט גוט געווען מען זאל דאס צושטעלן צום אוצר.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » פרייטאג יולי 20, 2007 12:56 pm

יא גרויזאמער, ווען איך האב געפענט דעם לינק האב איך תיכף געזען אז דיר קען מען פארדעם נישט באדאנקן, איינס דו נעמסט דאך נישט אן קיין קאמפלימענט.. והשנית, מ'קען נישט פארדרייען אלע שענק נאר וועגן מיין ישר כח.

געוואלדיג!! האסט געטון א מורא'דיגע זאך, קיינער גייט נישט ארויס פונעם היכל אן א בליק צו טון אין א ספר.

יעצט ערנסט [האסט צייט פארדעם?..], דו ברענגסט אינמיטן:
בענטשט אויפן אינטערנעט
http://www.ebirkon.com/


כאפ איך נישט וואס דו ווילסט דערמיט:
אויב מיינסטו איינער זאל קענען קאפיען און האבן אויך די נקודות למשל, איז דאך אסאך בעסער ווען דו קענסט ברענגן א גאנצע סידור, אויב ס'איז דא אזא לינק.
ווידעראום אויב מיינסטו מ'זאל קענען בענטשן נאכן אפעסן ס'פרישטאג אינעם היכל, וואלסטו דאס געדארפט ברענגן:
http://www.tefillos.com/birchas_hamazon.asp

דרך אגב: דארט איז אויך דא, פרשת המן, קרי"ש שעל המטה, תפלת השל"ה, איגרת הרמב"ן תפלת הדרך אויף זייער א הערליכן לעכטיגן וועג.

עניוועי זיי מצליח, ייש"כ.

אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

תגובהדורך שקר_הדייעט » פרייטאג יולי 20, 2007 4:38 pm

גרויזאמער, ווען נישט דיין נאמען וואלט איך געזאגט ביזט א צדיק. ביזט א צדיק "אינדיד", גלויב מיר

אזא טייערן אוצר, אזויפיל נוצליכע לינקס. שפתיים ישק ;k9;

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג יולי 22, 2007 1:32 pm

יואלי!!!!!! דו ביזט געווארן גבאי??????? האסט מיר גארנישט געזאגט!!!!!!!
WWWWWWWWOOOOOOOWWWWWWWWWWWW!!!!!!!!! (א בחינה פון ונתנו......)
כ'דארף חוקר זיין וואס איז א שענערער טיטל, מ. ראשעקאהעל אדער גבאי דחק"ס. שוין, עמיר דאס לאזן פאר די מנהלים.

צום פוינט, יואלי, האסט מיך מחיה געווען, שוין זוי לאנג וואס כ'זוך עפעס צו לערנען, כ'האב געזוכט אין דעם בעסמעדרעש, איז נישט געווען קיין פלאץ צו זיצן. אין דאס אנדערע איז נישט געווען קיין ספרים. אין א דריטער איז נישט געווען קיין קאווע. אין דאס פערטע איז נישט געווען קיינע חברותות.
דא האסטו אונז צוגעשטעלט א 24HOUR אפערעישאן, ס'ווירבעלט זיך מיט חברותות, ספרים, יעקב אלי'ס פרישע קוקיס, מאשקע'ס געצוקערטע קאווע, ממש א מחיה.
שקויעך יואלי, זאלסטו מיר זיין 'גע'זונט און 'גע'בענטשט.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג יולי 22, 2007 8:30 pm

א ריזיגן דאנק פאר גרויזאמער פארן אהערשטעלן אזא אוצר הספרים לזכות את הרבים

ווי אויך וויל איך באדאנקן רעב יענקל מיללער פאר צוצייכענען די יזכור ביכלעך פון נ.י. פאבליק לייברערי, וואס איך האב שטארק הנאה דערפון ומענין לענין קען דארטן טרעפן פארשידענע זאכן,
איינער האט אן אהנונג צו מען קען פון דארט סעיווען א גאנצע ביכל אויף פידיעף וכדומה?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25771
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יולי 22, 2007 8:51 pm

בני בן הרחמן המרחם רחם עלינו ותן בלבנו בינה להבין........

עמטליך קען מען זיכער נישט דאונלאודן ווייל אז יא פארלירן זיי די גאנצע כח, זיי בעטן פאר א געדריקטן באנד נישט ווייניגער ווי $120.00, פארדעם איז יעדע בלעטל אן עקסטערע פייל.
ס'קען אבער זיין עפעס העקערישע חברה וועלן יא האבן עפעס אן איידיע פאר אונז, ונזכה ונחי'

איך וויל דיר זאגן אז כ'האב שוין פארברענגט חדשים אויף די ביכער ולא נגעתי באצבע קטנה ס'איז מורא'דעג אינפארמאטיוו, אגב אויב זיכסטו בילדער פון רבנים פון פאר די קריג איז דארט דאס פלאץ.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » זונטאג יולי 22, 2007 10:09 pm

פונקט אויף דאס האב איך געוואלט זאגן יישר כח פאר מיללער, איך קען פשוט נישט צוזיך קומען דערפון. מיללער האט אזוי אומגערישט צוגעבויעט א ריזיגן איכות'דיגן שטובל צום אוצר. יישר כח עצום!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25771
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 23, 2007 5:48 pm

גרויזאמער יואלי, מ'דארף אויפנעמען א פאקער אונעם אוצר ס'ווערט צופארן דער עולם ברענגט אריין אלע ערליי ספרים מ'ווארפט עס אראפ אויפ'ן טיש אן קיין שום סדר. ווער רעדט נאך דער עולם וואס ברענגט אריין ספרים אן קיין דעקלעך וואס מ'האט געטראפען אין שמות כ'דארף דורכבלעטערן דעם גאנצן ספר צו זעהן וואספארא ספר דאס איז ווער איז דער מחבר אא"וו.

נא, ווער איז גרייט צו ווערן פאקער?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג יולי 24, 2007 1:56 pm

היינט תשעה באב טאר מען נישט אריינקומען אינעם אוצר הספרים!
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » דינסטאג יולי 24, 2007 2:59 pm

פארוואס? ס'דא דארט גענוג און נאך וואס צו טון אום טישעבאוו, ווי למשל אויף די רעכטע פאליצע זעה איך גראדע א דיקן יוסיפון ביכל. ווי נאר איך האב דאס געעפנט פאלט דערפון ארויס צוויי צודריקטע באבקעס.

ווייסט איינער ווער עס האט דאס דארט אריינגעשטעלט?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג יולי 24, 2007 3:10 pm

געדענקסט נישט ווען מיר זענען געווען קינדער האבן מיר געטראפן די ספר יוסיפון און מיר האבן געלייגט די באבקעס וואס מיר האבן אראפגעריסן דארט צווישן די בלעטער? קוקט אויס אז זיי זענען שוין צודריקט געווארן פון זיין אזוי לאנגווייליג.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » דינסטאג יולי 24, 2007 3:13 pm

יא, גערעכט. זיי האבן טאקע אויסגעקוקט צו זיין זייער "לאנגווייליג", און ווי נאר איך האב זיי געוויזן דעם אוויר העולם זענען זיי ארויס פון די גלייזן און זיך ארויסגעלאזט אין א טענצל.

אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 11:54 am

תגובהדורך יעקב אלי בראך » מיטוואך יולי 25, 2007 6:10 pm

קוקט אים אן, ער לערנט שוין אויף "קרעטשמע'ס אוצר הספרים".. אויף זיין קליינעם קאמפיוטער..
צוגעלייגטע
.jpg
.jpg (75.41 KiB) געזעהן 4930 מאל

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך יולי 25, 2007 6:23 pm

איך מיין אז מ'זאל נישט אריין לאזען קינדער אינעם אוצר הספרים קוק זיי שלאפען איין אופן באנק אין נאכדעם איז נישט דא קיין פלאץ פאר די לערנערס
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » מיטוואך יולי 25, 2007 9:15 pm

יעקב אלי' בראך האט געשריבן:קוקט אים אן, ער לערנט שוין אויף "קרעטשמע'ס אוצר הספרים".. אויף זיין קליינעם קאמפיוטער..

פאר עפעס אן ענין דארף איך וויסען, ווער קען דעם אינגעל? איך זעה ער עסט זיין פינגער, איז וויל איך וויסען וואס פאר א ברכה מאכט מען דערויף?
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך יולי 25, 2007 9:43 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 1:58 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » פרייטאג יולי 27, 2007 10:49 am

בני היכלא האט געשריבן:אין השכינה שורה אלא על משפחות מיוחסות בישראל.
http://jewishgen.org/


בני היכלא;
אינעם לעצטן לינק (משפחות מיוחסות) קען מען זיך איינסיינען מיט אלע דיטאלען אז די אייניקלעך זאלן פון אונז וויסן. א שאד אז אונזערע זיידעס האבן נישט גענוצט דעם סייט.
וואס האלט דער עולם? זאל יעדער זיך דארט איינסיינען? פארשפרייטן אין די בתי מדרשים כדאי שלא תשתכח תורת יוחסין מישראל?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » פרייטאג יולי 27, 2007 10:55 am

יאך בין שוין אויפגעסיינט זייער לאנג, אבער כ'האב נאך גארנישט געטוהן דערצו.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט