פנינים בשיעורי תורתך שעשועי

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

אויל מחריש חכם יחשב...

תגובהדורך קושר כתרים » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 12:34 pm

למדנו היום בסוף פרק מי שהי', דף צ"ט ע"א, מכאן אמרו חכמים יפה שתיקה לחכמים ק"ו לטפשים, שנאמר אויל מחריש חכם יחשב.

פירוש מתוק - הנוגע הרבה כשנמצאים בחבורת בני אדם... - איתא בספה"ק אור המאיר (ביאורים למגילת קהלת) וזל"ק: ביארתי פירוש הפסוק (משלי יז, כח) גם אויל מחריש חכם יחשב, שמהראוי לכתוב חכם חשוב, מה הלשון חכם יחשב. אכן באמת הכרת פני הכסיל ענתה בפניו, אפילו יושב דומם ומחריש ואינו מדבר כלום, עם כל זה אומר לכל סכל הוא, ולהיפך החכם אפילו יושב ודומם ואינו מדבר שום דבר חכמה, עם כל זה חכמת אדם תאיר פניו, והכל מכירין שהוא חכם ממאירות פניו, ונמצא שניהם שיושבין, אחד חכם ואחד שוטה, ואין ביניהם דברי תורה, ודיבור אין להם אפילו במילי דעלמא, כי אם דוממים, תרצה לומר שגם שניהם שוים במעלתם, לזה רמז הכתוב, גם כסיל מחריש ואינו מדבר, עם כל זה חכם יחשב מחמתו, כיתרון החכמה מהסכלות, כי ניכרים הם בהכרת פניהם, זה לשטותו, וזה לחכמתו המאיר בפניו, ע"כ.

ודברי פי חכם חן.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 3:15 pm

אזויווי מ'האט יעצט געלערנט אין די גמרא די מעשה מיט חמורו של ר' פנחס בן יאיר און ס'מיר פונקט אויסגעקומען צו הערן א טעיפ פון הרה"ק ר' יעקב מפשעווארסק אויף די וואכעדיגע סדרה ווי ער דערמאנט די גמרא (תורה לשמה??) האב איך געקלערט פון עס דא אראפברענגען.

אין די וואכעדיגע סדרה שטייט אז אליעזר האט גענומען מגמלי אדוניו, זאגט רש"י אז ס'געווען ניכרין אז דעס איז אברהם'ס גמלים ווייל ס'האט געהאט א מויל-שלאס, זאגט ער אז די מדרש פרעגט אויף דעם אז מ'זעט אז ר' פנחס בן יאיר'ס אייזל האט נישט געדארפט האבן א שלאס נאר זיי האבן אליינס געוויסט נישט צו עסן אומגע'מעשר'ט איז פארוואס האט אברהם'ס יא געדארפט האבן א שלאס?

פארציילט ער א מעשה אז ס'געווען נאך די חתונה פון סאטמאר רבי'ן זי"ע ער האט געוואוינט אין סיגעט איז א איד אריינגעקומען צו אים מיט א קוויטעל האט ער אים געפרעגט ביזט שוין געווען ביי מיין ברידער דעם עצי חיים? און שפעטער איינמאל איז די פלאנטשער רב געווען ביים עצי חיים און ער האט אים געזאגט אז זיין איידעם פרעגט צו מ'איז געווען ביים ברידער און ער האט אים אזויווי מרמז געווען אז ער זאל אויך אזוי טון, האט אים די עצי חיים געפרעגט די אויבן דערמאנטע קשיא פונעם מדרש און ער האט אים געזאגט אז די חילוק איז, אז רפב"י האט געהאט נאר איין אייזל האט ער אים געקענט אויסלערנען משא"כ אברהם אבינו האט דאך געהאט גאר אסאך איז שווער געווען אויסצולערנען.

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » זונטאג נובעמבער 23, 2014 11:28 am

סימנה מילתה
מען האט היינט ר״ח כיסלו אנגעהובען לערנען מס׳ ראש השנה רש״י געט א משל אויף א שטר אז עס איז געשריבען חודש כיסלו.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 9:49 am

להתחדד האט געשריבן:סימנה מילתה
מען האט היינט ר״ח כיסלו אנגעהובען לערנען מס׳ ראש השנה רש״י געט א משל אויף א שטר אז עס איז געשריבען חודש כיסלו.


ס'איז נישט אזא גוטע סימן, רש"י רעדט פון א שטר הלואה.. [אילו זכינו וואלטן מיר געווען די מלוה!]

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך דעצמבער 03, 2014 6:47 pm

היכי דמי: כשישראל עושה זאת נקרא צדיק גמור, וגוי נקרא שייגעץ?? [דבר התלוי במחשבה - ולא במעשה]?

דף ד. בשביל שיחי' בני
*
אויב קודם געט מען צדקה אן א חשבון, און נאכדעם מיט א קצבה, הייסט מען א נחמץ. בגמרא שם

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2014 12:24 pm

יגרסהדותא האט געשריבן:היכי דמי: כשישראל עושה זאת נקרא צדיק גמור, וגוי נקרא שייגעץ?? [דבר התלוי במחשבה - ולא במעשה]?

דף ד. בשביל שיחי' בני
*
אויב קודם געט מען צדקה אן א חשבון, און נאכדעם מיט א קצבה, הייסט מען א נחמץ. בגמרא שם


א שווער עסק, כ'וואלט געזאגט אז די חימוץ דארט איז לגבי אראפגיין פון די רשימה פון מתוך שמלך כשר היה, צו זיין א מלך כשר דארף מען זיין פיטש פערפעקט ריין, און אויב מ'קארגט מבית המלכות איז עס שוין א שווארץ פינטל, אבער צו ווערן א שייגעצ'ל אפשר אזוי ווייט נישט?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2014 1:31 pm

דף ט', ודמוסיפין מחול על קדש מנלן, אין תוספתא לערנט מען עס ארויס פון זכור 'את' יום השבת לקדשו אז מ'איז מוסיף צום שבת קודש, ער לערנט עס פון את לרבות.

האבעך געהערט אמאל פון מרן כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א אז דער בנין דוד זאגט אז יעקב און עשיו האבן זיך געטיילט מיט די ב' עולמת, און וויאזוי קען מען הנאה האבן פון עוה"ז נאר ווייל מ'איז מוסיף מחול על הקודש איז השי"ת אויך מוסיף מעוה"ב לעוה"ז. דאס איז נאר אויב מ'לערנט ווי ר' עקיבא וואס האט געדרש'ט את ה"א תירא לרבות, אבער אויב מ'דרש'ט נישט קיין את האבעך נישט קיין לימוד אויף תוספות שבת איז שווער וויאזוי מ'קען הנאה האבן פון עוה"ז.

האב אני הקטן מפרש געווען דעם פיוט פון ברוך קל עליון, זכור 'את' יום השבת לקדשו קרנו כי גבהה נזר על ראשו על כן יתן האדם לנפשו עונג וגם שמחה, האבעך געקלערט, זכור את יום השבת לקדשו, א ת"ח וואס איז בבחינת שבת קרנו כי גבהה נזר על ראשו, אז מ'זאל אים מכבד זיין ווייל מ'לערנט את ה"א תירא לרבות תלמידי חכמים, און אויב מ'לערנט דעם את לרבות לערנט מען דאך את לרבות תוספות שבת, על כן יתן האדם לנפשו עונג וגם שמחה, מעג מען הנאה האבן פון עוה"ז אויך.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

תגובהדורך ישמחו » זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:14 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:דף ט', ודמוסיפין מחול על קדש מנלן, אין תוספתא לערנט מען עס ארויס פון זכור 'את' יום השבת לקדשו אז מ'איז מוסיף צום שבת קודש, ער לערנט עס פון את לרבות.

האבעך געהערט אמאל פון מרן כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א אז דער בנין דוד זאגט אז יעקב און עשיו האבן זיך געטיילט מיט די ב' עולמת, און וויאזוי קען מען הנאה האבן פון עוה"ז נאר ווייל מ'איז מוסיף מחול על הקודש איז השי"ת אויך מוסיף מעוה"ב לעוה"ז. דאס איז נאר אויב מ'לערנט ווי ר' עקיבא וואס האט געדרש'ט את ה"א תירא לרבות, אבער אויב מ'דרש'ט נישט קיין את האבעך נישט קיין לימוד אויף תוספות שבת איז שווער וויאזוי מ'קען הנאה האבן פון עוה"ז.

האב אני הקטן מפרש געווען דעם פיוט פון ברוך קל עליון, זכור 'את' יום השבת לקדשו קרנו כי גבהה נזר על ראשו על כן יתן האדם לנפשו עונג וגם שמחה, האבעך געקלערט, זכור את יום השבת לקדשו, א ת"ח וואס איז בבחינת שבת קרנו כי גבהה נזר על ראשו, אז מ'זאל אים מכבד זיין ווייל מ'לערנט את ה"א תירא לרבות תלמידי חכמים, און אויב מ'לערנט דעם את לרבות לערנט מען דאך את לרבות תוספות שבת, על כן יתן האדם לנפשו עונג וגם שמחה, מעג מען הנאה האבן פון עוה"ז אויך.


ודפחחחחח"ח
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 6:10 pm

למעשה זעה איך אז עס טוט זיך דא ווען איז די מלאכים געווען ביי אברהם אבינו
למעשה נאך די הגה״ה און תוס׳ בין איך נישט קלאר.

איז עס געווען פסח אזוי ווי רש״י אין חומש זאגט , קומט אויס אז יענע טאג האט מען איבער געדרייט סדום, אין יענע טאג איז געווען די מעשה מיט אבימלך -אזוי זינגט מען בליל הפסח- אלעס אין איין טאג?

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 6:18 pm

שמעלקא; זייער שיין.

-
אויף וועלכע סדר האט רש"י געשריבן זיין פירוש? ווייל דא אין ר"ה דף ד: בד"ה פז"ר קש"ב, שרייבט רש"י: כבר פירשתיו במס' יומא ומסכת סוכה..
צוגעלייגטע
Capture.PNG

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 6:31 pm

ח: מכאן אמר ר' ישמעאל בנו של ר' יוחנן בן ברוקא: מר"ה עד יוה"כ לא היו עבדים נפטרין לבתיהן ולא משתעבדין לאדוניהם אלא אוכלין ושותין ושמחין, ועטרותיהן בראשיהן וכו'

די ווערטער וואס רש"י שרייבט אויף ועטרותיהן בראשיהן, האט מיר געמאכט לאכן..
צוגעלייגטע
ועטרותיהן בראשיהן.PNG
ועטרותיהן בראשיהן.PNG (9.74 KiB) געזעהן 5917 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 6:37 pm

יגרסהדותא האט געשריבן:שמעלקא; זייער שיין.

-
אויף וועלכע סדר האט רש"י געשריבן זיין פירוש? ווייל דא אין ר"ה דף ד: בד"ה פז"ר קש"ב, שרייבט רש"י: כבר פירשתיו במס' יומא ומסכת סוכה..

די וואס לערנען דף היומי (ח"ו) ווייסן אז דער אריגינעלער סדר הש"ס איז פסחים, שקלים, יומא, סוכה, ביצה, ראש השנה, תענית, מגילה, מו"ק, חגיגה (עס איז געווען מרומז אינעם קונטרס 'מפסחים לשקלים')

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 6:39 pm

מילער; יש"כ.

-
מיר געפעלט ווי דא אויפן וועלט'ל, ווען מענדיגט ליינען דעם אשכול קומט ארויף: צוריק צו תורתך שעשועי!...
צוגעלייגטע
צוריק צו תורתך.PNG

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג דעצמבער 09, 2014 3:16 pm

מיללער האט געשריבן:
יגרסהדותא האט געשריבן:שמעלקא; זייער שיין.

-
אויף וועלכע סדר האט רש"י געשריבן זיין פירוש? ווייל דא אין ר"ה דף ד: בד"ה פז"ר קש"ב, שרייבט רש"י: כבר פירשתיו במס' יומא ומסכת סוכה..

די וואס לערנען דף היומי (ח"ו) ווייסן אז דער אריגינעלער סדר הש"ס איז פסחים, שקלים, יומא, סוכה, ביצה, ראש השנה, תענית, מגילה, מו"ק, חגיגה (עס איז געווען מרומז אינעם קונטרס 'מפסחים לשקלים')


רש"י הק' האט געדרוקט 3 מהודרות פון זיין פירוש, מילא איז נישט שווער במילא (ס'איז נישט מוכרח אז ער האט געלערנט חלילה דעם דף :grin: )
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 7:22 pm

אין בני יששכר מאמרים אויף חנוכה מאמר ב' אות כ"ו איז דא א שיינע טייטש אויף דעם פארוואס ביים מבול ביי נראו ראשי ההרים שטייט בחודש העשירי און עס מיינט חודש אב עשירי לירידת הגשמים, אזוי ווי מיר האבן געלערנט אין די גמרא מיט רש"י בדף י"א.

זאגט דער בני יששכר אז דערפאר האט די תורה מרמז געווען מיט בחודש עשירי וואס באמת אי דאס א' לחודש טבת אינמיטן חנוכה, נראו ראשי ההרים, דעמאלס איז,דא צוויי מצוות וואס מטוט בראיה, קידוש החודש עפ"י הראיה ונר חנוכה לראותם בלבד.


עיי"ש באריכות

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 01, 2015 10:13 am

עס זאגט זיך אנדערש די סליחות לעשרה בטבת נאכן הערשט לערנען די גמרא דערוועגן, און דאס זעלבע די י"ג מדות של רחמים מיטן מעביר ראשון ראשון און דער הנה אנכי כורת ברית, ויה"ר שהצום העשירי יהפך לנו עוד היום לששון ולשמחה.

א גוטער דיוק האבן מיר מדייק געווען אינעם פיוט המתחיל אזכרה מצוק, עפ"י דברי הגמרא שלמדנו בר"ה דף יח:, דער פייטן זאגט "מנין סדר החדשים בעשרה בו העיר" וואס,שטימט ווי געגאסן, ווייל לפי וואס מיר האלטן דעם צום העשירי ביום י' בטבת ווי רבי עקיבא און נישט ביום ה' בטבת ווי תלמידו רבי שמעון, איז די איינציגע סיבה פארוואס,דער צום העשירי ווערט דערמאנט דאס לעצטע אינעם פסוק איז נאר 'כדי להסדיר חדשים כתיקנן' ווייל בסדר הפורעניות איז דאס געווען ערשט ודו"ק.

איז דאס למעשה פשוט פשט אינעם פיוט?

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דאנארשטאג ינואר 01, 2015 2:54 pm

מיללער האט געשריבן:עס זאגט זיך אנדערש די סליחות לעשרה בטבת נאכן הערשט לערנען די גמרא דערוועגן, און דאס זעלבע די י"ג מדות של רחמים מיטן מעביר ראשון ראשון און דער הנה אנכי כורת ברית, ויה"ר שהצום העשירי יהפך לנו עוד היום לששון ולשמחה.

א גוטער דיוק האבן מיר מדייק געווען אינעם פיוט המתחיל אזכרה מצוק, עפ"י דברי הגמרא שלמדנו בר"ה דף יח:, דער פייטן זאגט "מנין סדר החדשים בעשרה בו העיר" וואס,שטימט ווי געגאסן, ווייל לפי וואס מיר האלטן דעם צום העשירי ביום י' בטבת ווי רבי עקיבא און נישט ביום ה' בטבת ווי תלמידו רבי שמעון, איז די איינציגע סיבה פארוואס,דער צום העשירי ווערט דערמאנט דאס לעצטע אינעם פסוק איז נאר 'כדי להסדיר חדשים כתיקנן' ווייל בסדר הפורעניות איז דאס געווען ערשט ודו"ק.

איז דאס למעשה פשוט פשט אינעם פיוט?


בעלז האט ארויסגעגעבן א סידור, דאכט זיך מיר זיי רופן עס סידור עבודת הקודש, ס'האט א פירוש אויף די סליחות און דארטן זאגט ער טאקע אזויווי דו זאגסט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 01, 2015 3:16 pm

איבערקוקנדיג זעה איך אז,באלד דערויף זאגט דער פייטן "סדר פרעניות בתוך לבבי יפעיר, בבוא אלי הפליט לאמר הוכתה העיר" וואס דארט רעדט ער לשיטת רבי עקיבא אז דער פסוק גייט 'בסדר פרעניות' און דער צום העשירי איז ה' בטבת אלס דער יום השמועה בגולה אז 'הוכתה העיר' ד.ה. אז דער םייטן שמועסט ממש אויס ביידע צדדים, קודם דער 'סדר החדשים' און דעמאלס איז עס 'בעשרה בו העיר' און אויב וויל מען מפרש זיין על 'סדר הפרעניות' דאן איז עס נישט עשרה.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21744
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 01, 2015 3:33 pm

א שיינע פשט, ולא ראיתי שמפ' כן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 01, 2015 3:36 pm

farshlufen האט געשריבן:א שיינע פשט, ולא ראיתי שמפ' כן.

אלא וויאזוי דען?

שלום הלוי
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 27, 2014 8:27 pm

תגובהדורך שלום הלוי » דאנארשטאג ינואר 01, 2015 3:43 pm

אזוימיז זיין א מגייט לפי ביידע שיטות, גראדע אין מיין סידור שטייט יבעיר נישט יפעיר

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » פרייטאג ינואר 02, 2015 12:59 pm

דאס האב איך געשריבן אין א אנדערע אשכול

המהרש"א הקדוש בראש השנה דף כ"ה ע"ב ד"ה נושאים קטנים ק"ו בעצמם וזל"ק: (דער מהרש"א פרעגט אויב רבן גמליא' האט געהאלטן אז ר' יושע איז גרעסער פון אים פארוואס האט ער נישט אנגענומען זיין פסק בנוגע קידוש החדש? ענטפער דער מהרש"א אז דאס האט רבן גמליא' נאר געזאגט מרוב עניוות נאך ענטפער דער מהרש"א) ועי"ל דלפי הענין יש דברים שניתן ביד הקטנים לשמוע להם וגם זה הדבר קידוש החדש ביד ר"ג היה שהוא הנשיא גם שהיה קטן לגבי ר' יושע עכל"ק
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » מאנטאג ינואר 05, 2015 2:54 pm

מיללער האט געשריבן:עס זאגט זיך אנדערש די סליחות לעשרה בטבת נאכן הערשט לערנען די גמרא דערוועגן, און דאס זעלבע די י"ג מדות של רחמים מיטן מעביר ראשון ראשון און דער הנה אנכי כורת ברית, ויה"ר שהצום העשירי יהפך לנו עוד היום לששון ולשמחה.

א גוטער דיוק האבן מיר מדייק געווען אינעם פיוט המתחיל אזכרה מצוק, עפ"י דברי הגמרא שלמדנו בר"ה דף יח:, דער פייטן זאגט "מנין סדר החדשים בעשרה בו העיר" וואס,שטימט ווי געגאסן, ווייל לפי וואס מיר האלטן דעם צום העשירי ביום י' בטבת ווי רבי עקיבא און נישט ביום ה' בטבת ווי תלמידו רבי שמעון, איז די איינציגע סיבה פארוואס,דער צום העשירי ווערט דערמאנט דאס לעצטע אינעם פסוק איז נאר 'כדי להסדיר חדשים כתיקנן' ווייל בסדר הפורעניות איז דאס געווען ערשט ודו"ק.

איז דאס למעשה פשוט פשט אינעם פיוט?


קוק דא אינעם פירוש

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג ינואר 05, 2015 5:16 pm

yahoo האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:עס זאגט זיך אנדערש די סליחות לעשרה בטבת נאכן הערשט לערנען די גמרא דערוועגן, און דאס זעלבע די י"ג מדות של רחמים מיטן מעביר ראשון ראשון און דער הנה אנכי כורת ברית, ויה"ר שהצום העשירי יהפך לנו עוד היום לששון ולשמחה.

א גוטער דיוק האבן מיר מדייק געווען אינעם פיוט המתחיל אזכרה מצוק, עפ"י דברי הגמרא שלמדנו בר"ה דף יח:, דער פייטן זאגט "מנין סדר החדשים בעשרה בו העיר" וואס,שטימט ווי געגאסן, ווייל לפי וואס מיר האלטן דעם צום העשירי ביום י' בטבת ווי רבי עקיבא און נישט ביום ה' בטבת ווי תלמידו רבי שמעון, איז די איינציגע סיבה פארוואס,דער צום העשירי ווערט דערמאנט דאס לעצטע אינעם פסוק איז נאר 'כדי להסדיר חדשים כתיקנן' ווייל בסדר הפורעניות איז דאס געווען ערשט ודו"ק.

איז דאס למעשה פשוט פשט אינעם פיוט?


קוק דא אינעם פירוש

יישר כחך

נאר א האלב פונעם פשט אבער אויך עםעס, למעשה האט מיר א גרויסער רב שליט"א געזאגט אז דאס איז דער פשוטער פשט אינעם סליחה.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 7:09 pm

א אינטערסאנטע דיוק, רש"י הק' טייטשט די ווערטער אויפ'ן פסוק עד אשר יאשמו "שיחזיקו את עצמם אשמים", ביז מ'וועט זיך נישט טרעפן שולדיג וועט זיין הסתלקות השכינה רח"ל.

דער ערשטער שריט צו תשובה איז אנערקענען אז מ'האט געזינדיגט און גלייך דערנאך קומט די שכינה צוריק, אזוי זעהט אויס.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט