מכתב גלוי צו אלע דרייווערס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

מכתב גלוי צו אלע דרייווערס

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מאי 07, 2007 5:25 pm

מיט די ווערטער וויל איך מיך ווענדן צו אלע חסיד'ישע דרייווערס אין ניו יארק סטעיט.
אזוי ווי ס'מאכט זיך אסאך מאל אז מ'פארט אויפ'ן שאסיי אדער אויף א לאקאלע גאס, און ס'פאסירט נישט קיין עקסידענט (דער אויבערשטער זאל אוודאי האלטן די רעכטע האנט), וויל איך אייך געבן אפאר גוטע עצות וויאזוי איר קענט פארזיכערן אז ס'זאל "יא" פאסירן אן עקסידענט.
געדענקט, אויב איז עס אייך נישט געלונגען איין מאל, וועט עס מעגליך געלונגען דאס קומענדיגע מאל!

1) עס איז נישט ערלויבט צו סטאפן ביי א סטאפ סיין. סטאפ סיינס זענען געמאכט פאר קינדער וואס פארן מיט די צוויי-רעדלדיגע בייקס.
2) ובפרט דארף מען געווארנט זיין, ווען איר קומט אן צו א סטאפ סיין ביי אן אינטעסעקשאן, און די קארס אויפ'ן אנדערן ראוד האבן נישט קיין סטאפ סיין, זאל מען נישט קוקן צי מ'קען פארן, נאר גלייך ארויספארן, משום "תעשה ואל שב". אויב מעגליך, זאל מען זיך פארמאכן די אויגן נאך בעפאר מ'קומט אן צום סטאפ סיין, כדי נישט נכשל צו ווערן בשוגג מיט'ן סטאפן.
3) אין ניו יארק סיטי, ובפרט אויפ'ן FDR, איז אומגעזעצליך צו נוצן די בלינקערס צו סיגנאליזירן אז מ'וויל טוישן ליניע. פארלעצער וועלן שטרענג באשטראפט ווערן.
4) ווען א גרויסע געלע אויטא מיט די ווערטער SCHOOL BUS אויפגעשריבן דערויף, שטייט אינמיטן וועג, און ס'בליצט דארט אזעלכע רויטע לעקטערס, איז דאס א צייכן אז דארט דארף מען פארן זייער שנעל, דאפלט ווי די ספיד-לימיט אויף יענעם גאס. צ.ב.ש., אז די ספיד לימיט אויף יענע גאס איז 30, זאל מען "אריבערשמייסן" אויף 60. מ'זאל איגנארירן די פייפערייען פונעם באס דרייווער, וואס מיינט נאר כבוד און געלט. כדי איינצושפארן צייט, איז ראטזאם גלייך צו רופן 911 צו פארלאנגען ערשטע הילף, נאך פאר מ'פארט אדורך דעם באס.
5) אויב איר זענט אין א פארקינג לאט, און ס'איז דא פלאץ פאר דריי אויטאס צו פארקן, זאלט איר וויסן אז דאס איז געמאכט בלויז פאר צוויי אויטאס, ווייל לויט'ן געזעץ דארף זיך איינער פארקן אויף צוויי פארקינג ספאטס. אין פאל ס'איז דא פיר ליידיגע פארקינג ספאטס, זאל מען פרעגן א שאלה.
6) ווען צוויי קארס שטייען ביי צוויי זייטן פון די גאס און איר ווילט אדורכפארן, איז ראטזאם דאס צו טון ווי שנעלער, כדי איר זאלט נישט 'באמערקן' ווי איר האט אראפגערוקט די שפיגל אויף איין זייט און געמאכט א 'דענט' פאר'ן קאר אויף די אנדערע זייט.
7) די סיבה וואס מ'האט געמאכט די אראנדזש לייטס, צווישן די גרינע און די רויטע, איז דערווייל אומבאוואוסט. דערפאר זאל מען דאס גענצליך איגנארירן, ביז די קומענדיגע מעלדונג.
8) אין פאל א פאליציי אפיציר שטעלט אייך אפ פאר פינף פארלעצונגען, זאלט איר נישט האבן קיין אהנונג וואס ער וויל פון אייך. אפשר וועט ער אייך לאזן גיין ווייטער.
9) ווען מ'בעקט ארויס פון א פארקינג לאט, דארף מען שטארק דרוקן אויפ'ן געז פעדעל, און בשו"א נישט קוקן אין שפיגל.
10) אויב איינער פייפט אויף אייך, פייפטס אים צוריק! ווייזט אים ווער ס'קען בעסער!!!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג מאי 07, 2007 5:36 pm

יא יא ווען די נער איז ווען נישט מיינס וואלט איך אויך געלאכט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג מאי 07, 2007 5:40 pm

נער? נאר.

גוט גוט. וואס הערט זיך אין מאנטריאל? גייען אויך אן די געזעצן?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מאי 07, 2007 5:52 pm

מאשקע, וואו ביסטו געווען ביז יעצט? איך דרייוו שוין באלד צען יאר, און כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז איך פאלג אזוי פאלגזאם די געזעצן.

אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 11:54 am

תגובהדורך יעקב אלי בראך » מאנטאג מאי 07, 2007 6:00 pm

מאשקע, ערשט קלאסיג, זייער גוט.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג מאי 07, 2007 6:29 pm

מאשקע, וויפיהל פוינטס באקומט מען פאר נישט אויספאלגן די געזעצן?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג מאי 07, 2007 7:28 pm

מאשקע, אן אויפריכטיגע אפשפיגלונג פון די טאג טעגליכע אזוי גערופענע דרייווערס.

ומדי דברו בו זכור אזכרנו, א וויכטיגער עפיזאד וואס איך האב אין די נישט לאנגע פארגאנגענהייט בייגעוואוינט:

פפיפפפ... פפיפפפפ... אינגערמאן, אפשר רוקסט דו דיך אין דער זייט, זעהסט נישט א קאר וויל פארן?

- יא, יא, איין מינוט. וואס זאגט איר?

איך זאג? איך פייפ! זיי מוחל, דו שטייסט אינמיטן גאס און דו בלאקירסט דעם טראפיק, ריק זיך ארויף אויפן טראטור און זיי דארט ממשיך דיינע געפלעפלעכצער.

- אה, דאס מיינסטו. גוט, איין מינוט, לאמיך קודם אראפלייגן דעם טעלעפאון. איין מינוט... איין מינוט... אבער, ר' איד, וואס מאכט איר אזוינע געוואלדעס? איר ווייסט דען נישט אז פדעסטריען פוירסט? איך מיין אז געזעצליך זענען מיינע רעכטן פאר אייערע, טא וואס האט איר אזוי געפיפן?

עד כאן הסיפור

געווילט זיך מיר פרעגן: זענען די סעלפאון געשפרעכן נאר א סכנה פאר די דרייווערס? אדער צי איז דען דער איסור פון רעדן מיט סעלפאונ'ס אין גאס נאר געגעבן געווארן פאר נשים?

זאל די ניו יארק סטעיט מוחל זיין און פארעפנטליכן א פארבאט-געזעץ צו רעדן אין גאס מיט סעלפאונ'ס מחמת סכנה!!!...

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » מאנטאג מאי 07, 2007 9:22 pm

סאכדעס האט געשריבן:נער? נאר.

גוט גוט. וואס הערט זיך אין מאנטריאל? גייען אויך אן די געזעצן?


אין מאנטריא-ל איז כמעט נישטא קיין סטאפ סיין וד"ל ודו"ק

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג מאי 08, 2007 12:50 am

מאשקע, ;a-1; .

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג מאי 08, 2007 10:06 am

מאשקע, ביסט ריזיג גוט!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מאי 08, 2007 10:21 am

שכוח אייך אלע.
*
זארעכ;
האסט א פוינט. גראדע האב איך לעצטנס געלייענט, אז אין א געוויסע סיטי (איך געדענק שוין נישט וועלכע), האט מען געמאכט א געזעץ אז פיסגייער טארן נישט רעדן אויפ'ן סעלפאון ביים אריבערגיין די גאס! מ'קען באקומען א טיקעט דערפאר!

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג מאי 08, 2007 10:27 am

דא אין קרעטשמע - הערסט מאשקע? - דא וועט מען לאזן יעדעם שרייבן רעדן ארויסגעבן זיינע געפילן "אין סיי וועלכן פורום". דא וועט קיין טעראר נישט הערשן.



נ.ב. אויך נישט באני רעביטין..

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דינסטאג מאי 08, 2007 10:38 am

געוואלדיג מאשקע

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דינסטאג מאי 08, 2007 10:43 am

יגרסהדותא האט געשריבן:דא אין קרעטשמע - הערסט מאשקע? - דא וועט מען לאזן יעדעם שרייבן רעדן ארויסגעבן זיינע געפילן "אין סיי וועלכן פורום". דא וועט קיין טעראר נישט הערשן.



נ.ב. אויך נישט באני רעביטין..


יגר די רעדסט ציפיהל פין טעראר כ'האב מורא אז בין לאדין איז ביי דיר נישט פרעמד

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מאי 08, 2007 10:43 am

יגרסהדותא האט געשריבן:דא אין קרעטשמע - הערסט מאשקע? - דא וועט מען לאזן יעדעם שרייבן רעדן ארויסגעבן זיינע געפילן "אין סיי וועלכן פורום". דא וועט קיין טעראר נישט הערשן.



נ.ב. אויך נישט באני רעביטין..



ווער לאטעך נישט רעדן?

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » דינסטאג מאי 08, 2007 12:13 pm

מאשקע;

עי וואן! אווי אייביג.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מאי 08, 2007 12:18 pm

כ'בין שפראכלאז!
נישט אז איך קען נישט קיין שפראכן. איך קען אביסל אידיש, לשה"ק, א צעקליאטשטע ענגליש און א רחמנות'דיגער ספאניש. אבער דאס, אז דער מ. ראש הקהל מו"ה יענטאאש זאל רוען אין ליכטיגן רעקליינער, האט געשפירט פאר וויכטיג מגיב צו זיין "אויף מיין ארטיקל", פון צווישן אזויפיל אנדערע, האט מיך איבערגעלאזט אן קיין ווערטער אין מויל!

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג מאי 08, 2007 1:09 pm

געב נאר אהער יענטאאש'ס סעלעפאן, סארא חוצפה איז דאס, לאזט ער איבער מאשקע'ן אן קיין ווערטער! אזוי גאר, מאשקע האט איינגענומען א שטילקייט, און נאכדערצו יעצט הארט פאר די וואלן.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מאי 08, 2007 1:17 pm

נישט געזארגט, יגר'ל. יא שפראך, נישט שפראך - וועסט נאך אסאך הערן פון מיר!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג מאי 08, 2007 3:24 pm

מאשקע האט געשריבן:נישט געזארגט, יגר'ל. יא שפראך, נישט שפראך - וועסט נאך אסאך הערן פון מיר!


הערן אויך, אדער נאר זען?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מאי 08, 2007 3:40 pm

ווען כ'זאג הערן, מיין איך הערן.
איכער, הערסט?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג מאי 08, 2007 3:48 pm

מאשקע האט געשריבן:ווען כ'זאג הערן, מיין איך הערן.
איכער, הערסט?


און ווען דו שרייבסט הערן?

יא.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מאי 08, 2007 5:22 pm

מאשקע, ריזיג !

האסט געמאכט מיין טאג.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מאי 10, 2007 1:17 am

טראצדעם וואס איך בין נישט קיין דרייווער (ב"ה?), שפיר איך פאר א חוב זיך צו באדאנקן פאר די שיינע ארטיקל פון מאשקע. טאמבס אפ.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט