שיריים פונעם געהויבענעם יו"ט פורים העעל"ט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

שיריים פונעם געהויבענעם יו"ט פורים העעל"ט

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מארטש 05, 2007 1:15 pm

דא זאל איטליכער מיטגליד פרובירן באשרייבן וויאזוי דער הייליגער טאג איז פארביי, אויף אים און זיינע ארומיגע, קאמישע עפיזאדן וואס האבן ביי אים פאסירט, אדער בייזיגע קאשמארן וואס ער וויל זיך אפשרייבן אין קוימען זיי זאלן זיך נישט איבער'חזר'ן דאס קומענדיגע יאר, למען ישמעו ויראו ולא יריחון עוד.

די פאזיטיווע חלקים פונעם פארלאפענעם טאג: איך האב ב"ה געהאט די זכיה צו לערנען, דאווענען, הערן מגילה, ליינען מגילה, מקיים זיין משלוח מנות ומתנות לאביונים, ושמחה ומשתה, מיר האבן געדאווענט מנחה און מעריב.

די נעגאטיווע חלקים דערפון: די מנחה איז שוין געווען נאך א גאנץ פלעשל פארט(-אריקאנע) וויין וואס איך האב זיך איינגעהאנדלט בעצם היום אין א לאקאלן ספיריט געשעפט (דער פארקויפער דארט איז געווען לוט שיכור, איך האב גאר פארדינט א צענער אויפן פלעשל), די צווייטע סעודה איז געבליבן ביי די פיש, ס'טייטש דער עולם האט ווייטער געגעסן די סעודה, אבער אני הדל והשפל האב שוין דאן אנגעהויבן צוריקצאלן בכפלי כפלים, אויטאמאטיש האב איך ליידער נישט געבענטשט פון יענעם סעודה - איז טעכניש ביי מיר נאך פורים!

דאן האב איך געכאפט א דרעמל, יוצא צו זיין די שיטה פונעם רמ"א אין עד דלא ידע, ווי אויך מקיים צו זיין דעם כבוד חמותו, איך האב זיך אויפגעכאפט יעדע וויילע פון די פארבייפארנדע מאבילס, און מיינע בני מעים האבן זיך מיטגעשאקלט צום טאקט פון "מה מה מה מה מה" (איך מוז אייך זאגן: איך הער ליידער אסאך אומהיימישע ניגונים דורכאויס'ן יאר, צי איז דאס אויף "מאסטלי-מוזיק" אדער קליפס פון דעם און יענעם זינגער וואס דער און יענער שיקט מיר אריין, אבער די ניגונים וואס מען הערט פורים אויף די גאסן זענען פחדים! ממש עס פאסט גארנישט פאר א אידיש קינד צו זינגען אזוי נאריש, ובזה יצאתי ידי חובת מחאה; אבער ווער עס ווייסט פון וועלכן "מה מה מה" ניגון איך רעד, זאל מיר אריינשיקן דעם נאמען פונעם זינגער, צוזאמען מיט א קליפ דערפון, און פונקטליך אראפגעשריבן די ווערטער פונעם ניגון).

ארום צענע זייגער האבן מיר אריבערגעשפרייזט די פאר בלאק פונעם באקוועמען געלעגער ביים שבר אין שטוב ביזן אייגענעם געלעגער, אינמיטן וועג האב איך בייגעוואוינט א פארברעכן, איך וואלט אויך געלאכט ווען נישט איך בין זעלבסט געווען דער פארברעכער. אבער ב"ה מען איז אפגעקומען בלויז מיט דעם... ביי טייל האט זיך עס ערגער אויסגעלאזט, אנדערע האלטן זיך נאך אינמיטן אויסלאזן, בעת מיר קענען שוין זיצן איבערן שיסל אייזקריעם און קאלא סאדע און דערציילן אין פריידן אלע תולדות נח (יא, נח איז געווען דער ערשטער טרונקער).

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג מארטש 05, 2007 1:30 pm

אהה קרעמער גוט , שרייבסט פיין, הייסט מ'דארף נישט ארויסנעמען סאכדעס פון די גלייזן ער זאל זאגן פאר זארעך אז מאשקע זאל דיך מכבד זיין צו רעדן א לאנגס, זייער שיין.

ביי מיר, סארי ס'איז ס'די ס'מוח ס'יז ס'נאכנישט קלאר, ס'שווינדלט אביסקל, איז געווען בערך אזוי

די מגילה איז מיר געבליבן שטעקן אין בויך, איך ווייס נישט צו כ'זאל זאגן ב,ה אדער נישט, אבער איך האב מיך גוט פארגעקוקט אבער מיין רביצין האט ב"ה געהאט די זכי' צו גיין ביידע צייטן אין שול, ממש ווי אן אלטע אלטע לעדי, סוי האב איך נישט געליינט די מגילה, דאס איז געווען מיין עגמת נפש דעם פורים.

יעצט די פרייליכע מאמענטן קען איך נישט אראפשרייבן, ס'איז געווען זייער זייער גוט, אפאר שרעקעדיגע עפיזאדן, שיעור עקסידענטס האב איך געהאט 3 מאל, דאס איז וואס כ'האב באמערקט.. אין עיר ואם בישראל (מעק אפ יור מיינד וועלכע ס'איז) האב איך געפארקט אויפן סיידוואלק, אן אנטיסימיט האט מיך אפגעשטעלט און געפארדערט בכל התוקף אז "דו" זאלסט נישט זיין דער וואס גייט ברעכן די ניו יארקער געזעצן, זאלסט ביהעפן, און מיט דעם איז ער אנטרינען, איך ווייס נישט וואס ס'האט אים אוועקגעשיקט צו מיינע קינדער'ס צדקה טייילן צו מיין גרינע בענדל מיט די ווערטער א גאנץ יאר פרייליך, צו סתם אזוי ער האט מורא געהאט איך גיי אים איבערפארן מיט די קאר.. עניוועי, אינעם עיר התורה (איר קענט דא אויך באשליסן וועלכע ס'איז, ס'איז שושן פורים איך געב ענק האם-ווארק..) האט א שייגעץ מיר געזאגט איך זאל שוין אוועקנעמען מיין קאר פון א פלאץ ווייל "אויב" ס'געשעט א פייער, און "אויב" די פייערלעשער וועט נישט האבן גענוג וואסער, און "אויב" דאס וועט זיין די נענטסטע פאמפ, און "אויב" איך וועל זיין דא געפארקט, און "אויב" איך וועל זיין שיכור און נישט קענען אוועקדרייווען דיקאר פון דא, און "אויב" זיי וועלן נישט האבן די שליסל, וועלן זיי "מוזן" אוועקטויען די קאר. מיט אזא חשבון איז שוין גרינגער צו געווינען א לאטערי..

אוי האט מען געטאנצן, אוי האט מען געשפרינגן, א מנחה, א סעודה, א מעריב, הערליך הערליך, איך וויל באדאנקן אלע עסקנים ביי אונז אין ביהמ"ד פארן אזוי שיין צושטעלן.

וואס ס'איז נאך געבליבן צו טון, איז אראפנעמען די באני רעביט פון די קאר, פארן צו א קאר-וואש אויסקלינען פון דרויסן און פון אינעווייניג, און ארויסנעמען פון די בעק סיט די טוי וואס זינגט ביי א יעדע שאקל...

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג מארטש 05, 2007 1:51 pm

קרעמער יגר, זייער שיין.

די גוטע חלקים: די בלאט קדושין פאר'ן תהילים זאגן, דאס זאגן תהילים אביסל אליינס אביסל מיט א הונדערט פופציג תשב"ר וואס האט אפגעהילכט און עס האט ארויסגעברענגט טרערן אפילו ביי מיר, דאס משלוח מנות געטראגאכטס, דאס דאווענען מנחה פאר'ן טרינקן, ווי אויך דארף איך דאנקן דעם אייבערשטן פארן מיך ניכטערן ממש א מינוט פאר מעריב, און דאס טיש ביי מיין רבי'ן זז"ג (פילט אריין וועלכע איר האלט), דאס טאנצן און טרינקן, דאס האבן שכל צן פארקירן דאס אויטא גלייך נאכן שאלאך מאנעס טראגן, דאס אויסטוישן מאנעס מיט'ן ארענדאר, די טעלעפון רופן פונעם ראש הקהל יגר'ל און פונעם מייסד קרעמער באטשי (ניין ביסט נאך נישט געווען שיכור), ווי אויך די פערזעהנליכע ברכות פון מאשקע איך הער אבי מלעבט, די האנט שאקל פון דיעזע ערציילונג (איך האף אז ער האט מיך געמיינט).

די אנדערע גוטע: די צופרי בעל קורא איז געווען דאס ארגסטע אין לאנגע יארן, איך האב געמוזט ליינען פאר די בני בית די מגילה (דאס איז מסתם געווען איר ארגסטע אין יארן), איך האב מיר פאדרייט די פיס ביים ערשטן פלאץ ווי איך בין געשפרינגן (אבער עס האט נישט אויסגעמאכט נעכטן, איך שפיר עס הערשט היינט), איינער וואס האט אפגעמאכט אז ער יכול'ט צו וויין געמאכאטס האט מיר פארברענט מיין מאגן.

געלאכט האב איך היבש אבאנטש, אבער איין מראה איז ווערט איבערצוגעבן, איך שפאציר מיר אזוי סוף טאג, ביי פארעסט קארנער קוויקוועי (צוויי ק"י גאסן), זעה איך ווי א קליינע רויטע קאר איז געפארקט די נאז אין קליינע ביימעלעך ביי די גראז אין די טראנק איז נאך אויף די גאדער, עס האט ארויסגערופן א געלעכטער ביי איטליכן פארבייגייער, איינער האט אראפגעלייגט וואס טוט זיך אפ ביי יענעם אין שטוב, זיין ווייב פרעגט אים ווי ליגט די איבעריגע גרעיפ דזוס, זאגט ער אין די קאר, פרעגט זי אים וואו ליגט די קאר, ענטפערט ער דא ממש אינדערויסן 'געפארקט', עס איז געווען זייער פאני ב"ה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מארטש 05, 2007 1:59 pm

קרעמער און יגר: איר מעגט אייך ביידע שעמען. ביי וועמען האט איר באקומען די וויין, הא? איר האט מורא צו דערציילן? וועל איך דערציילן, למען ידעו.
סיי קרעמער און יגר האבן זיך פארבינדן מיט מיט בעצם יום הפורים, צו פארלאנגען נאך א פלאש וויין, נאכדעם וואס די הני נשי האבן באהאלטן די ערשטע פלעשער וואס איך האב זיי געשיקט ערב פורים.
פורים צופרי האט מען געמאכט א האלד-אפ אויף מיר, און מ'האט מיך בארויבט פון די איבער הונדערט דאלאר וואס כ'האב געהאט ביי מיר אין טאש. ס'האט אבער נישט פאסירט אויף איינמאל, נאר ס'איז געווען א slow but painful איבערפאל. יעדע פאר מינוט האט מען פון מיר ארויסגערוקט נאך א דאלאר, ביז מיינע טאשן זענען ליידיג געווארן.
גלייכצייטיג וויל איך אויסדרוקן מיינע דאנק-געפילן פאר איינער פון אונזערע חשוב'ע מיטגלידער, וועלכער האט מיר אוועקגעגעבן זיין פארקינג ביים ביהמ"ד, אז איך זאל קענען דאווענען אין צייט. אויב יענער וויל, קען ער זיך אנרופן.
איך האב געטראפן אבי-מ'לעבט אינמיטן טאג. איר ווייסט וואס ער האט געטון? געלעבט.
דזשאסט פאר די רעקארד: טריאו איז שוין ניכטער.
ווער ס'האט געזען ווי א שווארצע טאיאטא קעמרי האט אריינגעהאקט אין א גרינע ווינדסטאר מיני-ווען, זאל מאכן א שווייג.
מיין ווייב האט באהאלטן די וויין פון מיר, אז איך זאל נישט קענען טרינקען. איר ווייסט וואס איך האב געטון? מיט'ן מייק אין די האנט, בין איך ארומגעגאנגען אינעם גאנצן הויז ביים שוויגער, און געזונגען להיות כל איש, איינמאל און נאכאמאל, ווען בשעת מעשה לאז איך נישט קיין איין לעדן אדער שאפע אומגעעפנט. וואס מיינט איר? איך האב עס געטראפן? נו, אוודאי אזוי. וויאזוי שטייט נאר אין פסוק? בא יבא ברנה, אז מ'זוכט די וויין, נושא אלומותיו, וועט מען טראגן די קאנסעקווענצן.
די וואן-וועי סיסטעם האט זיך זייער גוט אויסגעארבעט, אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן.
עמיצער האט איבערגעלאזט זיין משלוח מנות אין ביהמ"ד, ביי די רעכטע זייט נעבן די ביה"כ. מ'קען עס אפנעמען ביים השבת אבידה שטיבל ביז דרייסיג טעג. אויב קיינער וועט זיך נישט אנרופן ביז דרייסיג טעג, וועט עס פארברענט ווערן.
טאמער .... ..... .......... קוקט דא אין קרעטשמע, וויל איך אים זאגן: איך ווייס אז דו האסט דיך געמאכט שיכור. ביזט נישט געווען עכט שיכור. שכוח למפרע.
איך האב פארלוירן מיין הוט אויף סאטמאר דרייוו קארנער ליע עוועניו. ווער ס'טרעפט עס, זאל זיך ביטע האלטן דערמיט.
איך וויל דא מסר'ן די מודעה, אז איך בין נישט געוווען שיכור דעם פורים. איך האב נאר געשפילט אזוי, ווייל איך האב געוואוסט אז קיינער וועט מיר סיי-ווי גארנישט זאגן.
דאס איז וואס איך געדענק אויף דערווייל. אפשר שפעטער וועט מען זיך דערמאנען נאך, וועט מען שרייבן מערצעשעם.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מארטש 05, 2007 2:02 pm

אה, איך האב שיער פארגעסן. די באגעגעניש מיט יאנאש'ן אין ביהמ"ד. איי איז דאס געווען געוואלדיג. יאנאש האט ליב א יעדן איד אזוי ווי זיך אליינס.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מארטש 05, 2007 4:39 pm

לאמיך אויך אריין ווארפן מיינע פאר ווערטער.

סיי ביינאכט און סיי בייטאג, גע'קורא'ט די מגילה, פאר א מנין פון בערך צווישן צען און הונדערט, 'מענטשן' פרויען און קינדער, זיי זאגן אז זיי האבן גוט געהערט, ביינאכט אריין געפארן צו די סיטי, (איך מיין אז ס'געט נישט צופיל האום ווארק צו טראכטן וואס איך מיין.) נאך די מגילה צופרי, געגעבן מתנות לאביונים, און ארום געפארן מיט משלוח מנות בערך צוויי שעה, און דערנאך אראפ געלייגט די קאר, און אוועק געלייגט די שליסלעך פארן טאג, מ'האמיר פראבירט מקיים צו זיין די מצוות היום, פראבירט אויס צו פיגערן פארשידענע אנגעטוהענע פאני מענטשן ווער זיי זענען, און דערנאך מיטגעהאלטן א טיש ביז בערך צוועלף אזייגער מידנייט, געטראפן א היבשן עולם, און שוין.

יא שיער פארגעסן, בערך די זעלבע וואס מאשקע פארציילט וועגן איבער נעמען א פארקינג, און ער בעט זיך אזוי שיין אויב יענער וויל קען ער קומען דערציילן, איך האב געהאט פונקט דאס פארקערטע, איך האב אוועק געגעבן מיין פארקינג פאר איינעם פון די חשוב'ע מיטגלידער, ער זאל קענען דאווענען צייטליך, (נישט די ניק), און אויב ער וויל קען ער קומען פארציילן ווער ער איז.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מארטש 05, 2007 4:42 pm

נו שוין. איך האב פארציילט, ער האט פארציילט, און אלעס קלאפט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מארטש 05, 2007 4:50 pm

מאשקע האט געשריבן: און אלעס קלאפט.


איך שטיי ווייט.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג מארטש 05, 2007 5:42 pm

איך האב פארשטייט זעך אויך אסאך צו באשרייבן, דערווייל וועל איך זיך באגנוגן מיט א פשוטע אינפארמאציע; קרעמער, די ניגון איז פון שוועקי, מה טוב אוהליך יעקב משכנותיך ישראל.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מארטש 05, 2007 11:19 pm

איך_הער האט געשריבן:
מאשקע האט געשריבן: און אלעס קלאפט.


איך שטיי ווייט.

גראדע ביזטו געשטאנען גאנץ נאנט. אונזערע אויטאס האבן זיך כמעט אנגערירט.
אבער עניוועי, לאמיר דאס לאזן פאר א צווייט מאל.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מארטש 05, 2007 11:29 pm

יוי האב איך געהאט בושות היינט.
ביים שושן פורים טיש אין קרית יואל, האט עפעס א ירושלמי אויפגעטרעטן, און נישט מער און נישט ווייניגער, ער האט ארומגערעדט וועגן מאשקע!
אלעמענס אויגן זענען געווען געוואנדן אין מיין ריכטונג, און שמייכלען זענען אריינגעקומען צו מיר דורכ'ן פאקס און דורך טעקסט מעסעדזשעס.
אוי איז דאס געווען אן איבערלעבעניש.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג מארטש 06, 2007 12:01 am

און איך וויל אויך מוסר מודעה זיין אז איך האב שוין אינמיטן טאג אפגעשריבן א פרישע תגובה אין דעם אשכול, און דער רשע מרושע וואס האט ערפינדן אינטערנעט האט דאס מאיזה סיבה נישט געוואלט אדורכלאזן, א גלאבל ווארמינג אויף זיינע ביינער אין קבר אריין.

עניוועי, איינער האט דא ערווענט מיינע טעלעפאנישע געשפרעכן מיטן עולם. איז אזוי...

בערך צוויי אזייגער האב איך זיך אראפגעזעצט קידוש מאכן ביי מיר אינדערהיים, מען האט פארניכטעט א שיין שטיקל חלה מיט פיש זאפט, און צוגעטרינקן איין גלעזל פארט וויין (18 פראצענט), דאן האבן זיך די פינגער גענומען דרוקן קנעפלעך אויפן טרייבל לויט ווי די אנשי שלומינו ליסטע (מיין פריוואטע, פון די חברי הקרעטשמע) האט דיקטירט.

דער ערשטער איז געווען סאכדעס, ווייל ער האט מיר שוין געהאט גערופן אנהייב טאג און געלאזט זיין נומער אויפן איידי (א נאנטע קרובה מיט די באקאנטע פורים ניגון: איידי דידארא דיראם). סאכדעס; אין גאט'ס נאמען, וואספארא בייזע רוחות האבן דיר באטראפן אז דו האסט מיר גערופן אזוי פריה פארטאגס? 9 אזייגער פורים אינדערפרי זענען דאך די מענער אין שוהל - הגם לכבוש???

אבער סאכדעס איז נישט געווען דער ערשטער אויפצואוועקן מיין פאמיליע של מטה, ווייל מר. דזשובוי האט שוין גערופן ארום אכטע זייגער פון ירושלים, און געלאזט א שיינע הודעה אויפן מאשינקע.

JEWBOY; ברוכים תהיה, און אלעס וואס דו האסט געוואונטשן זאל מקוים ווערן ביי דיר אויך, איך האב פשוט נישט געהאט דיין נומער דיר צוריקצורופן בשעה שחל פורים בחשבונך.

שפעטער האב איך גערופן דעם ארענדער, און האלטנדיג נאך א כוסה האט זיך עפעס אן אינערליכע דראנג צושפילט, און כ'האב זיך אזוי נאריש געמאכט ביים אריינלאזן דעם מעסעדזש אין זיין מאשין, אז כ'גלייב שווער אז ער ווייסט יעצט אז דאס בין איך געווען.

איך געדענק נישט וועמען נאך איך האב דאן גערופן, יאנאש זאגט אז איך האב צו אים גערעדט... זאל זיין אזוי. מיט מאשקע'ן האב איך זיכער גערעדט, ווייל אזוי רעדנדיג האב איך אראפגעגאלפט אין גארגל נאך א כוסה פארט וויין, און מאשקע האט זיך אנגערופן אז ער דערקענט טאקע דעם שטומע פון מיין שלונג, ער הערט עס כסדר אין קרעטשמע... דאן האבן מיר איבערגעשמועסט אלע נעמען פון זיינע קינדער, ער האט זיך מזכיר געווען, די פדיון זאגט ער וועט נאכקומען ווען איך וועל אים באצאלן פאר די וויינען וואס ער שענקט מיר אין שענק א גאנץ יאר פרייליך.

שיער פארגעסן, יענטאאש'ן האב איך אנגערופן, ער האט דאן געהאלטן אקוראט ווי איך, צווישן דעם ערשטן און צווייטן גלעזל, מיר האבן אינאיינעם גערעדט דברים העומדים ברומו של גולם, צב"ש אז מען וואלט געדארפט איינפירן אז די מאבילס זאלן פארן אויף עפעס אן הייוועי העכער אונזערע קעפ, און נישט שטערן דעם טראפיק בעצם יום הפורים - לקיים מה שנאמר ויעבור מרדכי, מרדכי האט געקראסט געהעריג, אן דארפן ווארטן אויף קארס טראקס און באסעס.

יענטאאש האט מיר אויך פארשפראכן אז אן ארטיקל וועט נאכקומען, זאגנדיג כהאי לישנא: די פעטיציע האב איך זייער ערנסט אויפגענומען, און איך האף בקרוב אריינצושטעלן דעם ארטיקל וואס איך האב שוין פאראיאר פורים צייט אנגעהויבן...

שפעטער האבן מיר זיך אריבערגעצויגן צום פאטער אין שטוב, מיטנעמנדיג דעם פאס (וויין) בסלו, דארט האבן מיר זיך פארפליישיגט און פארקוגלט, און אריינגעשארט נאך א כוסה, שפעטער נאכן בענטשן האבן מיר מסיים געווען דעם פלעשל, מיטן אויסרייד אז עס איז נישט געזונט עס זאל ליגן אויפן טיש, ווייל קליינע קינדער קענען דאס נאך כאפן... מיר זענען זייער פאר SAFETY...

יעצט האבן מיר זיך ריכטיג ארויסגעלאזט אויף די יארכע, האבנדיג א גאנץ פלעשל אין כרס. די באזוכענישן ביי זיידעס באבעס איז שוין געווען עפעס לייעלע לייעלע, פרעג נישט איבער קיין פרטים, ווייל כ'דענק קוים.

ארום 4 אזייגער האבן מיר גע'מנחה'ט, דאן האבן מיר זיך געוואשן צום צווייטן סעודה - די רעשט איז שוין געשטאנען אויבן, אויסער די חלק אז מיין שוואגער האט עפעס באיזה אופן ארויסדערווישט מיין ש'שלומינו ליסטע פון טאש, און זיך גענומען ארומרופן דעם עולם אין "קרעמער" 'ס נאמען... מער האט מיר נישט אויסגעפעלט... אבער עס האט זיך למעשה געלוינט, ווייל אזוי האב איך נאכאמאל גערעדט צו "יענטאאש" (אויב כ'געדענק גוט) און צו "ארענדער" וועלכער האט זיך אויך עפעס מזכיר געווען...

----
יישר כח גרויזאמער פארן ניגון, יעצט העלף מיר זיי מוחל פארשאפן דעם קליפ דערפון, כ'האב גאנץ פיין הנאה געהאט דערפון.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מארטש 06, 2007 12:11 am

הערליך, הערליך. די טשעק ליגט שוין אין די פאסט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מארטש 06, 2007 12:23 am

יאנאש האט געשריבן:געלאכט האב איך היבש אבאנטש, אבער איין מראה איז ווערט איבערצוגעבן, איך שפאציר מיר אזוי סוף טאג, ביי פארעסט קארנער קוויקוועי (צוויי ק"י גאסן), זעה איך ווי א קליינע רויטע קאר איז געפארקט די נאז אין קליינע ביימעלעך ביי די גראז אין די טראנק איז נאך אויף די גאדער, עס האט ארויסגערופן א געלעכטער ביי איטליכן פארבייגייער, איינער האט אראפגעלייגט וואס טוט זיך אפ ביי יענעם אין שטוב, זיין ווייב פרעגט אים ווי ליגט די איבעריגע גרעיפ דזוס, זאגט ער אין די קאר, פרעגט זי אים וואו ליגט די קאר, ענטפערט ער דא ממש אינדערויסן 'געפארקט', עס איז געווען זייער פאני ב"ה.

היינט - שוושן פורים - נאכמיטאג, בין איך אדורכגעפארן באותו מקום, און טאקע געזען דעם אויטא פארקירט אויף יענעם ארט. איך בין שנעל אהיימגעפארן צו ברענגען מיין דיגיטאלער פאטאגראפיר-מאשינדל, ליהנות בו בני הקרעטשמע. אבער צו מיין שלעכט מזל, ווען איך בין צוריקגעקומען, איז דער אויטא שוין נישט דארט געווען.
שייגעץ ער, נישט גענוג ער פארקט זיך ווי א כ'וויל-נישט-זאגן-וואס, גייט ער און טראגט אוועק די קאר פונקט ווען איך וויל מאכן א בילד. ס'זאל אים נישט גערעכנט ווערן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » דינסטאג מארטש 06, 2007 3:10 am

איך ווייס נישט וואספארא קאר מאשקע האט פארקירט, ווייל פורים ביינאכט איז ער געווען אזוי טויט שיכור (נו, אוודאי האט ער זיך געמאכט, אבער כ'בין אים דן לכף זכות. פורים קוקט מען אן משוגע דער וואס איז צו נארמאל, האט מאשקע געמוזט שפילן שיכור.) אז ער האט מיך גערופן כ'זאל אים קומען נעמען אין שול אריין.

אגב, דערמאן איך זיך וויאזוי מיט דריי יאר צוריק פורים האט מאשקע זיך אנגעיאפעט, און דאן זיך ארויסגעשטעלט אויפ'ן סאמען "מעין סטריט" פון אונזער שטאט, און זיך גענומען קאנטראלירן דעם טראפיק. ווען איך האב זיך אפגעשטעלט אים צו אנוואונטשן א גוטן פורים האט ער געעפנט אויף מיר א פיסק, און געשריגן, "מאוו יור קאר, יו פריקינ' אידיאט!" איך האב שנעל אפגעפוצט פאר ער גיט מיך א פורימ'דיגן טיקעט. (מאשקע, זאג מיך נישט אז דו האסט אויך דאן זיך נאר געמאכט ווי דו ביסט שיכור, ווייל אויב יא וועל איך דיך שיסן מיט אן אמת'ן גאן, נישט א פורימ'דיגן.)

אינטערעסאנט אז יעדן איינעם פון וועמען ער האט נאר גע'חלומ'ט פורים, האט ער דערמאנט אין דעם אשכול, חוץ מיך, זיין סאמען שאפער.

און יא, דעם פורים האב איך אויך געמאכט היסטאריע, איך האב זיך באגעגנט מיט יאנאש'ן פונדערווייטנס, צום ערשטן מאל זייט ער האט זיך געגעבן צו דערקענען פאר מיר דורכ'ן טעלעפאן (און מיך ווי א הונט אידענטיפיצירט פאר א מנין אנדערע חברים - געווען איז דאס ביי מאשקע'ס פורים פארטי.) ער איז דער פערטער קרעטשמע זיצער וועלכער האט זיך אידענטיפיצירט פאר מיר, און טאקע יעצט פורים. דאס לעצטע מאל וואס מיר האבן זיך געזען איז געווען יום כפורים, ווען ער איז געזיצן נעבן מיר ביים דאווענען און מיך געטארטשורט (ער האט מיך טארטורט...) א גאנצן טאג מיט'ן ציילן די שטונדן און מינוטן ווען מען גייט שוין אויספאסטן, אנגעפאנגען שוין פון מעריב א נאכט פריער.

און בנוגע מיין פורים היי-יאר וויל איך מודיע זיין לכל מאן דבעי למידע, טו הום איט מעי קאנסערן, צו וועם עס מעג קאנסערירן, אז כ'האב געהאט א צעשטערטן יום טוב, ממש א תשעה באב.

שיכור בין איך נישט געווען היי-יאר, ווייל מיט אנדערטהאלבן וואך צוריק האט יאנאש (מיין גאסט-געבער דורכאויס מיין וואקאציע. נישט קיין קאזין מיט אונזער יאנאש) אריינגערוקט אין מיר א פלאש רוסישע וואדקע און מיך אנגע'שיכור'ט ביז טויט. דעם קומענדיגן אינדערפרי האב איך זיך אויפגעוועקט און זיך געטראפן אויף דער ערד אין א מקוה פון איינגעמאכטס, היימיש-געמאכט דורך מיין אייגענעם פארדייאונגס-סיסטעם, ערגעץ וואו אין אן אמת'ער קרעטשמע. יאנאש האט מיך געזאגט אז אין מיינע הויכע מאמענטן האב איך זיך צעלאזט און געטאנצן א קעדאטשקע מיט אמת'ע רוסישע פויערן. אך, א שאד אז איך האב פארפאסט אזא היסטארישע געלעגנהייט. כ'האף אז עמיצער ערגעץ וואו האט רעקארדירט די סצענע אויף פילם, איך זאל כאטש קענען הנאה האבן דערפון.

אלזא, ביי מיר איז היי-יאר געקומען דער פורים איין וואך צו פרי.

לכבוד דעם האב איך דעם פורים בשו"א נישט געקענט ארייננעמען וויין אין מיין קערפער. בלויז דער גערוך פון אלקאהאל האט געדראעט מיך צו מאכן פאר א פארברעכער.

ביי מיין רבי'נס טיש איז געווען ממש תחתונים למעלה ועליונים למטה, די וואס זענען מרה שחורה א גאנץ יאר זענען געווען שרעקליך פרייליך, און די וואס האבן אלעמאל א שמייכל אויפ'ן פנים ווי מיך זענען געווען שרעקליך אנגעזעצט. א פארקערטע וועלט. כ'האב דאן אזוי גוט פארשטאנען דעם משל מיט יענעם קעניג וועלכער האט געוואלט בלייבן נארמאל בשעת די גאנצע וועלט איז משוגע געווארן, און מען האט אים אפגערעדט דערפון. כ'האב זיך געשפירט כשה אחד בין שבעים זאבים. יאנאש'ס ליבליכער שמייכל האט מיך ממש געראטעוועט.

גראדע האב איך אויך מיטגעהאלטן דעם "מאשקע" אינצידענט. איך בין פונקט אריינגעפאלן צו דאווענען מעריב. דער אזוי-גערופענער לץ האט אזוי שטארק באטאנט "מאשקע", אז כ'בין געווען זיכער אז ער האט זיך גענומען צו אונזער קרעטשמע. א פחד האט מיך אנגעכאפט ווען יענער האט אויסגערופן הויך, "וואס מיין איך מיט 'מאשקע'?" כ'בין געווען זיכער אז ער גייט אט יעצט אידענטיפיצירן אונזער מאשקע. די גוטע נייעס איז אז איך האב באטראכט די פנימ'ער וועלכע זענען געוואנדן געווארן צו מאשקע (ער איז געשטאנען אויף גאר א פראמינענטן ארט, מחמת סיבות שונות. מאשקע, כ'מעג זאגן?...) און כ'האב אידענטיפיצירט נאך עטליכע קרעטשמע זיצערס. זייערע ניקס אויסצוגעפינען איז אן עבודה פאר זיך, אבער ווי זאגט די וועלט סלאולי באט שורלי. (כא, כא, כא. כ'דערמאך זיך א גוטס. כ'קום אריין אין א סטאר, הער איך וויאזוי דער ארבעטס-געבער מאכט קולות אויפ'ן ארבעטער און שרייט אויף אים, "רואיג, רואיג, סלאולי באט מעטשורלי", און דאן דרייט ער זיך אויס צו מיר מיט א שטאלצן שמייכל, ווי צו זאגן, נו קען איך נישט קיין גוטן ענגליש?...)

יעצט צוריק צו מאשקע, וואס זאגסטו צו מיין קאר? שיין געווען? בין איך גוט אדער נישט?
לעצט פאראכטן דורך דיזע ערצעלונג אום דינסטאג מארטש 06, 2007 12:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מארטש 06, 2007 9:55 am

אלעס דרייט זיך טאקע ארום מאשקע? ס'איז הימל און ערד און מאשקע? כ'מיין, פארצייל אביסל וויאזוי דער פורים איז אדורך ביי "דיר", די איבריגע צייט ווען איך בין נישט דארט געווען.
און נאך א זאך: די ווארט "פריקינ" אינעם סטעיטמענט "מאוו יור קאר, יו פריקינ' אידיאט!" האסטו אליינס צוגעלייגט! איך האב עס קיינמאל נישט געזאגט!
און פערטנס: די קאר האב איך געזען פארקירט שושן פורים. נעכטן - ווען איך האב געשריבן יענעם תגובה - איז ביי מיר געווען שושן פורים.
און צווייטנס: דאס וואס דו שרייבסט אז יאנאש האט דיך אידענטיפיצירט פאר אלע פארטי-פארברענגער, וויל איך דא מסר'ן און מודיע זיין אז ס'איז נישט אמת! איך בין נישט געוואויר געווארן ווער דו ביזט!
און ביי וועלכע נומער האלט איך יעצט? אה, יא. און צווייטנס: אוודאי מעגסטו זאגן פארוואס איך בין געשטאנען אויף א פראמינענטן ארט. כ'מיין, ס'איז נישט קיין סוד. יעדער ווייסט אז איך בין געווארן דער גבאי דורך א יושר'דיגן גורל.
און יעצט צוריק צו דיזי: יא, דיין אויטא איז געווען הערליך, לויט וויפיל איך האב געקענט באטראכטן דורך איין האלב-פארמאכטע אויג.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מארטש 06, 2007 10:18 am

שיריים פון פורים

עס איז יעצט געקומען די מעלדונג, אז אונזער טייערער ראש הקהל יגר זאל לעבן, ליגט אין בעט, אין א כוואליע פון די מעשה, נאכדעם וואס ער האט זיך איבערגעטרינקען פארגאנגענעם פורים און ער האלט עס אינמיטן אויסברעכן.
יעדער ווערט געבעטן איינצורייסן וועלטן לרפואתו השלימה.
ביטע נישט צוברעכן דעם קייט!
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג מארטש 06, 2007 11:31 am

פון וואנעט זאל איך אנהויבן, און וואו זאל איך אויסלאזן?

געליינט צופרי און ביינאכט צוויי מאל די מגילה.

געטרונקן עד דלא ידע, במלוא מבון המילה, בערך צוויי און א האלב באטלעך, נישט די שמאלע.

געטראפן פאר אלעמען טריאו'ן ווארטן ביין קארנער אויף .... כ'ווייס נישט צו כ'מעג זאגן. (בד"וו, וואס האסטו געזוכט אין מאנטריאל פורים?)

געהאקט אין די זייטן פון די צוויי חברה וואס האבן מיר געוואלט צונעמען די שליסלעך. ברוך השם נישט געדרייווט נאכ'ן ערשטען גלעזל.

קרעמער, ווען נישט דו דערמאנסט מיר, וואלט איך נישט געדענקט דעם קאל פון צופרי. אבער וואס זאגסטו? האסט מיר גערופן נאכמיטאג? כ'דענק נישט אזא זאך.

פון 7 פיעם ביז 1 עיעם איז בכלל נישט אין מיין זכרון.

פענסטער האט מיר גערופן בשעת שכרותו.

מאשקע'ן האמיר גערעדט פאר'ן דאווענען.

היינט צופרי איז די ביינער ברעכענישן הערשט אנגעקומען, קוקט אויס אז די אלקעהאל האט זיך בארואיגט.

עני קוועשאנס?! פיל פרי טו עסק.

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » דינסטאג מארטש 06, 2007 12:35 pm

מאשקע, דו בעל גאווה, האט איינער אפילו גערעדט פון דיר?

און פערטנס, אויב יאנאש האט מיך אזוי נישט אידענטיפיצירט אין פראנט פון דיין גאנצע פורים פארטי ווי דו ווייסט נישט ווער איך בין, דאן בין איך דער פאפולערסטער מענטש דא אין דער קרעטשמע.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » דינסטאג מארטש 06, 2007 1:30 pm

איך ווייס נישט ווי אנציהייבען אין ווי צי ענדיגען
ווייל גענדיגט די פורים האב איך צוויי מאל, איין מאל 4 נאכמיטאג ווען איך בין אריין אין די העכערע אטמעספערן
אין איין מאל נעכטן נאכט, ווען כאב געזען ווי מאשקע ווערט רויט ווען מען רעדט פין אים {נישט ממש דעמלאטס, אביסל שפעטער}

מיין רעפארט וועט נאכפאלגן, איך ווייס נישט ווען{כהאף אז נאך פאר די נעקסטע פורים}

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מארטש 06, 2007 1:35 pm

נישט אמת. רויט בין איך געווען די גאנצע צייט. דעמאלטס בין איך שוין געווארן ווייס.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מארטש 06, 2007 1:46 pm

כ'אב נאך נישט קיין צייט אראפצולייגן מיין גאנצען פורים, כ'ווייס נאך נישט ווען יא, אבער עכ"פ יעצט זיכער נישט,
איין זאך וואס כ'האב נאר געוואלטט מוסיף זיין, אז מאשקע איז גערעכט, רויט איז ער שוין געווארן בערך א א שעה אדער אנדערהאלבן שעה פריער, ביי די פראטעסט קעגן די מאשקע'ס איז ער שוין ווייס געווארן, איי אידאס געווען א מראה.

מאשקע, כ'סעיף די טעקס מעסעדזש, נאר איין זאך, צו שרייבן חחחח אויף ענגליש איז ביטער שווער...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מארטש 06, 2007 1:51 pm

איך זעה אבער אז אויף אידיש האסטו עס גאנץ גרינג געמאכט.
לאמיר טאקע דא אראפברענגען די חחח פון צייטליך אויפ'ן טעקסט מעסעדזש.
cha. cha. cha.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » דינסטאג מארטש 06, 2007 2:13 pm

ס'ארא חוצפה פון די יעניגע עקטארס צו טריטן דעם עולם ווי קליינע קינדער מיט די קינדערישע וויצן.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מארטש 06, 2007 2:16 pm

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:ס'ארא חוצפה פון די יעניגע עקטארס צו טריטן דעם עולם ווי קליינע קינדער מיט די קינדערישע וויצן.

אויב דו רופסט זיי אן "עקטארס", האסטו א גערעכטע טענה.
אבער צווישן מיר און דיר און יעדעם איינעם: דאס הייסט עקטארס?
An article a day keeps the babies away


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel און 8 געסט