מיינע געפילן לכבוד פורים

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

מיינע געפילן לכבוד פורים

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג פאברואר 26, 2007 4:02 pm

המן הרשע, דו גייסט נישט אויספירן, ניין! מיינסט ס'גייט גיין אזוי להשמיד להרוג – מיט א וי"ו ו'להרוג, צו אן א וי"ו אלעס איינס – בשום אופן.

המן דער פון אמאל, איז היינט גארנישט אינטערשטעליג, צו מיינט ער אז ער וועט קענען דא ביי אונז – ביי אחשדרפנאטאיזתא אין פאלאץ - איבערדרייען אלעס און דער עולם וועט פארגעסן אז ס'קומט פורים צו גיין? מיסטער המן, נעווער נעווער.

ווען די רביצין גייט ארויס איינקויפן די גלעזער פאר די קינער – מיט א נאז צו אננעדעם, אלעס איינס – מיינסטו אז ווען מ'קומט אהיים און מ'זעהט אז פארן קליינעם איז עס צו גרויס, האלטסטו אז מ'גייט אויפגעבן, מיינסט מיר וועלן וועגן דעם אפשוינען אריסי מיט זיין ברודער'ל ויזתא? מיסטער המן, נעווער נעווער.

ווען ס'קומט א מאנטיג פאר פורים, [איך האף אז דו ווייסט וואס דאס "פורים" ווארט מיינט פאר אונז..] און די דרייסט אן דעם מערכת השמים אז זיי זאלן לאזן פאלן פאר אונז ריזיגע גאלאנען מיט שניי, כדי די קליינע קינדער זאלן איבערבלייבן אינדערהיים און דערגיין די יארן פאר די בני בית, המן לעבן, אויף די תליה וועסטו סייווי הענגן.

המן, ס'רעדט צו דיר דער ראש הקהל פון די קרעטשמע, הער זיך צו, דיינע עשרת אלפים ככר כסף קענסטו זיי מוחל שיינערהייט צוריקלייגן אינעם טרעילער! דו וואלסט עפעס געקענט אויפטון דערמיט ווען די נעמסט זיך צו די ספאנישע חברה, אבער נישט מיטן כלל ישראל.

ס'לאכט פון דיר די גאנצע פמליא של מטה, אזויפיל נישט צו וויסן אז אסתר איז גאר א יוד? כ'מיין קאם אן המן, וויפיל מאל ביסטו געזיצן לעבן אסתר'ן און די האסט געטריבן קאטאוועס פון די מאשקע'ס און אלע אידעלעך, ווען דו ווייסט ווען ווי אסתר שטיקט זיך פאר געלעכטער און זי געט עס איבער פאר דיין שיך-פריינד – יא, מאך דיך נישט תעמיש, ווער ווייזט דיר כסדר די זוילן פונעם שיך? הא – דעם מרדכי הצדיק, המן ווי איז דיין שכל?

און דיינע בנים'לעך, כ'מיין אז מ'רעדט צו דיר קען מען דאס נישט אויסלאזן, אספתא אדליא און פרמשתא זאלסט מיר אנטשולדיגן אויב איך ספעל דאס נישט גוט, ביי זייער בר מצוה האסטו דיך אויך געמיטשעט ווען דער עמברודערי מענטש האט דיר געפרעגט וועלכע נעמען ארויפצונייען אויף זייער תפלין בייטל, סוי האב נישט אויף אונז קיין טענות, זאג נאר, אזעלכע חיות צו פארמאגן, דו ווייסט, אויף מיר און קרעמער קען זיך קיינעם נישט דאכטן אז אונז ברעך מיר ביימער אינעם קעניג'ס פאלאץ, אויב האבן מלאכים געקענט דאס טון און ס'זאל זיך פאר אחשורוש'ן צודאכטן אז ס'איז דיינע קינדער, שטייסטו אין א בעיד שעיפ.. סארי טא טעל יו, אבער דער חינוך דיינער איז פארפוילט פון אינטן ארויף..

המן, איך מוז דיר זאגן, דיינע פאנטאזיעס חלומות דמיונות איז אסאך מאל געווען הימל-שרייענדיג-פאני, דו האסט פארמאגט א הויכן פאזיציע אין קעניג'ס פאלאץ, געפירט מענטשן אויף די בייכער ווען דו ביסט זיי דורך, אמת, האסט זיך אינטערגעלאכט א גוטס, אבער לאמיר אפי' אוועקקוקען פון מרדכי'ן, ביסטו זעלבסט געווען דער נער אין שטאט. למשל, האסט געשפילט מעכטיג פארן עולם, געדרייעט געלט, אלעס מיטן נאמען המן. מיינסט אז מענטשן האבן נישט געוואוסט אז דו האסט נאך א ניק "ממוכן"?? חחאחאחאחא קוק ווי רויט ער ווערט מיר.. המן ממוכן, ממוכן המן היינו הך, חז"ל האבן אונז דאס שוין דערציילט, האהאהא, מיינסט נאר קמיצה האט אונזער רבי מיט אונז געלערנט יענע נאכט, ווען דו זאלסט נאר וויסן וואס ס'איז פארגעגאנגן יענע נאכט ביי אונז אין ביהמ"ד אין בית יאנאש.. וואלסטו שוין גארנישט געווען אזוי בא'גדול'ט.. טיפיקל המן..

און יא, דאס ריזיגע האלץ פון נח'ס תיבה קען נישט אויסגעלאזט ווערן פון אונזער שמועס, איך האב יעצט אראפגעלייגט מיט פעדעקס פון היימישע קרעטשמע, זאגט ער מיר נאכן אויספרעגן ווי לאנג ווי הויעך פון הרי אררט ביזן בית-המן בשושן הבירה קאסט א שיינע פאר אלפים, פלאס טעקס. טראכט איך מיך אזוי במילא דו ווילסט עס פאר מרדכי'ן אויפצוהענגן קען מען נאך הערן, אבער פאר דיר אליינס, המן, דו ווייסט וואס דאס מיינט? ממש אזוי ווי אין רוסלאנד וואס מ'האט געמוזט באצאלן פאר די רעגירונג דאס פרייז פונעם קול וואס מ'האט געשאסן אויפן מענטש, דו האסט זיך געשלעפט מיטן קלאץ, זרש דיין מכשף'טע האט דיך אריינגעקלינגן אויפן סעל: המן, ס'איז שוין 11:00 ביינאכט מ'דארף זיך שוין לייגן.. המן, ס'איז א פערטל צו צוועלעף וואס איז מיט דיר, המן סטאפ, ס'איז שוין 12:30, און דו האסט איגנארט איין קאל נאכן צווייטן, כאילו דו ביסט קרעמער און די פארמאגסט נישט קיין פאן.. און קוק וויאזוי ס'האט זיך גענדיגט!! נעקסטיים אז דיין זרש'ל קאטלט, עסטו שוין וויסן ווי אזוי מ'רעדט, רבי געלט האסטו באצאלט פאר דיין נערישן שריט.

און פאר איך ענדיג, יוי האב איך געלאכט ווען איך האב געזען דיין צוריסענע הויזן, צופליקטע טאשן, פעדימער פון אלע זייטן. פון ווי ווייס איך וויאזוי דו ביסט אנגעטון? פרעג נישט, מיין רביצין האט נעכטן געמאכט המן טאשן.. ס'האט אויסגעקוקט אזוי געפערליך און קלעבעדיג אז כ'האב געהאט א נקמה אין דיר אחת ולתמיד..

המן, איך בין עכט ביזי, איך מוז לויפן, אבער דעם תמצית פון מיין בריוו האסטו מסתמא ארויס, מיר ווילן דיך - מיט דיינע 10 בנאקעס - זעהן הענגן אויף די תליה, און פאר גאנץ כלל ישראל זאל שוין קומען די ריכטיגע ישועה.

א פרייליכן פורים.


המן, ביי!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 26, 2007 4:20 pm

יוי... הצלה!!!
איך בעט דיך איין זאך, יגר'ל טייערער. אויב קומט א המשך דערצו, זאל עס ביטע נישט זיין אטן א הפסק פון לכה"פ א האלבע שעה, ווילאנג איך וועל מיך בארואיגן פונעם ערשטן...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » מאנטאג פאברואר 26, 2007 4:23 pm

יגר דאס איז ס'ריכטיגע פשט אין די מגילה, גיימער צום שווער כא שוין א טוירע,
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג פאברואר 26, 2007 4:26 pm

יגר

כהאב נישט קיין ווערטער!!!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג פאברואר 26, 2007 4:34 pm

אזוי ווי כאב דיר שוין געגוגל'ט, יעדע פאראגראף עקסטער קאסט א לאך. אז דו העסט דאס באצאלן העליך זיין גרייט אויף ווייטער.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 26, 2007 4:34 pm

א טיפיקל יגר שמועס! עקסטערע זיס!

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מאנטאג פאברואר 26, 2007 4:37 pm

זיס זיס

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 26, 2007 4:43 pm

איזאק האט געשריבן:יגר

כהאב נישט קיין ווערטער!!!

איך קען דיר בארגן.
An article a day keeps the babies away

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג פאברואר 26, 2007 4:50 pm

גוט גוט יגר. טאקע פון דעם האמער גערעדט, כלומר, מאכסטעך שוין באלד א בעסערן דזשאב ווי יענטאאש פלעגט מאכן מיטן יעמאלטדיגען גראף...

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג פאברואר 26, 2007 4:56 pm

אםםםםםםםםם אהההההאהההה עעעעעםםםםםם, איך ווייס נישט וואס צו שרייבן.

יגר, לייג מיך נאכאמאל און אזא פאלעגנהייט, איך זאל נאכאמאל נישט האבן וואס צו שרייבן, יו ביסטו מעכטיג.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג פאברואר 26, 2007 5:51 pm

יגר'ל יגר'ל, זאל איך זוכן אנדערע ווערטער וואס דער עולם האט נאכנישט געשריבן? כאילו אויב נישט וועט עס עפעס פארמינערן פון דיר, ס'איז ריזיג, און אויך די אלע זאכן וואס די פריערדיגע האבן אלץ געשריבן, אויסער דער וואס האט נישט קיין ווערטער.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג פאברואר 26, 2007 6:01 pm

יגר, טענק יא, ענד קיפ איט אפ, איטס בעיוטיפאול,

ווי וואנט מאר, ווי וואנט מאר, פאר מאר יערס, פאר מאר יערס, כ'מיין ווי וואנט מאר...!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

תגובהדורך ירא שמים » דינסטאג פאברואר 27, 2007 2:17 am

בס"ד

יגר
יוא איז עס גגגגיטטט כ'אזוי געלאכט כ'האב נישט געוויסט אז איך קען אזוי לאכען יוא
דאס הייסט א ראש הקהל איים פראוד אףף יוא
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג פאברואר 27, 2007 12:12 pm

אוי האט די רביצין הנאה געהאט פונ'ם ארטיקל, איין זאך האט זי נישט פארשטאנען. פארוואס דארף המן נאך א ניק?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג פאברואר 27, 2007 12:12 pm

פאר די זעלבע סיבה וואס סאכדעס דארף...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג פאברואר 27, 2007 12:14 pm

דאס האביך איר נישט געוואלט זאגן, וועט זי נאך מיינען אז כ'בין פון המנ'ס חסידים, אדער גאר פון די בני המן.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג פאברואר 27, 2007 12:23 pm

סאכדעס;

גוט גוט וד"ל.

יגר'ל;

דו ביסט איבערמעכטיג, יעדע ליניע האט מיר געקאסט אן אויספלאץ.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 27, 2007 12:52 pm

סאכדעס'ל;

ווינק ווינק

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » דאנארשטאג מארטש 01, 2007 12:15 am

יגר: יא די טויגסט, נאך אזא שווערע טאג האסטי מיר ארויפגעברענגט אזא אויספלאץ, די ביזט סך בעסער וואו איך האב געמיינט.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג מארטש 01, 2015 10:14 am

טעם 'זקנים' אויף אייוועלט..
הק' איש ימיני


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: maybeeynot, הירשעלע אסטראפליער, התגלות, יש ברירה, כשר סעל, מה שמו, מים שלנו און 12 געסט