מיין "משתה היינ'דיגע" קרעטשמע דרשה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

מיין "משתה היינ'דיגע" קרעטשמע דרשה

תגובהדורך זארעכפעפער » זונטאג פאברואר 25, 2007 10:54 am

ששש... ס'זאל זיין שטיל... שטיל זאל זיין...
איז אזוי, מורי ורבותי, קודם איז דאך באקאנט די אלוועלטליכע, ברייטע, לומדישע, קשיא וואס אלע מוטשענען זיך דערויף: "קרעטשמע מן המגילה מנין?", וואו איז מרומז אונזער "היימישע קרעטשמע" אין די מגילה?. איז קודם, אין פשטות, איז דאך די קשיא מעיקרא ליתא, ווייל עס שטייט דאך קלאר ארויס אין די מגילה: "וכל מעשה תקפו וגבורתו וכו' הלוא הם כתובים על ספר דברי הימים ל... וכו' רצוי לרוב אחיו דורש טוב לעמו ודובר שלום". נו, שטייט קלאר ארויס אז די מעשה תקפו וגבורתו פון די "היימישע קרעטשמע" הלוא הם כתובים על ספר דברי הימים. טא, ווער עס וויל וויסן אירע מעשים טובים, אירע תקיפות, איר שטארקייט, איר מעכטיקייט, האט דאך פאר זיך די איין ברירה וואס די מגילה גיבט אונז, נעמליך, אביסלע בלעטערן אין די ספרי דברי הימים פון די "היימישע קרעטשמע". יא, גאנץ פשוט און פראסט, אביסקעלע ארומשפאצירן צווישן אונזערע אלטע ארכיוון, צווישן אונזערע נייע ארכיוון. און אז מען וועט דאס מקיים זיין, וועט מען זיך שוין אליין דערוויסן מעשה תקפו פון אונזער זוי באליבטע קרעטשמע. אבער וואס אן אמת אז מ'וויל ריכטיג וויסן וואו די קרעטשמע ווערט באצייכנט אין די מגילה אן קיין לאנגע מגילות, ס'הייסט וואו ווערט די קרעטשמע באצייכנט אין די מגילה אין איין ווארט, אן קיין לאנגע מאנסעס, איז דאך געוויס, זיכער, דאס וואס דער פסוק פירט אויס, אז דער הויך פונקט מיט וואס מען וועט זיך באגעגענען מישנדיג און בלעטערנ'דיג אין ספרי דברי הימים ל"היימישע קרעטשמע", איז דאך דער ס'זוי באקאנטער סאלאגאן פון אונזער קרעמעל: רצוי לרב אחיו דרש טוב לעמו ודבר שלום וכו'...

**
מאשקע... מאשקע... וואו ביסטו? דערלאנג מיר אהער נאך א גלעזלע...
ווייל ס'נאך נישט דאס ריכטיגע... כ'האלט מיך נאך דערווייל צוריק אביסקעלע...

אה... אה... דאס...
שעקויעך... אוי... אוי... אוי... מאשקעלע. דאנקע שיין. דאנק איך דיר. אוי... אוי... אוי... מאשקעלע, וואס זאל איך דיר זאגן? "אי לאו האי מאשקעלע, ווער ווייסט וואס כ'וואלט נאך אלס געהאלטן אין געהיימעניס..." אהה... אהה... א דאנק דיר מאשקעלע. ווען נישט דיינע גוטע משקאות, דיין גוטער וויין, וואלט איך דאך, חס וחלילה, זיך איינגעהאלטן און נישט ארויסגעגעבן וואס איך וויל נאך אלס זאגן דא פארן עולם. אהה... ווארט נאר ווארט...
**

איז וואו זאל עך אנהייבן? זאל איך אנהייבן ביי די קרעטשמע אדער זאל איך גיכער פארן צו מיינע ווירקליכע? זאל איך אויספראקן די "שמן-זית-זכ'דיגע-אינגעלייט" צי די "שמן-עכור'דיגע" אינגען?

איי... איי... איי... מורי ורבותי. די זיידענע אינגעלייט. איי... איי... זיידענע אינגעלייט גאנץ-יאר ארום, מיט זייער אנגעזויערטן פיקל, מיט זייער פארמאסקירטן געזיכט וועלכע לויפט זיי נעבעך נאך טריט ביי טריט. נעבעך... נעבעך... לעבן נישט קיין לעבן פאר "זיך"... נעבעך, כסדר לעבן זיי פאר "מיר", "איך" זאל מיינען, "איך" זאל קוקן, "איך" זאל זען...

און יא, דא האט "איר". "איר" לעבט דאך פאר "מיר", איא?
נו, דאן הערט וואס "איך" האב אייך צוזאגן, און לאמיך אייך טאקע זאגן: איר זענט נעבעך אזוי פאלש אז איר האט נישטאמאל די זכי' אין סאמען פורים, וועלכער איז דער איינציגסטער ארגינאלער טאג אין קיילעכדיגן יאר, ארויסצוקומען מיט אייער ארגינאלן גלאנץ. נעבעך איר דרייט זיך פארמאסקעוועט א גאנץ פורים. איר טרינקט נאר אזוי האלב וועגס'דיג, אויס מורא אז אייער ריכטיגער שלייער וועט אויפגעדעקט ווערן...
אנטשעל, דער זיידענער אינגערמאן דארט, דרייט זיך מיר ארום גאנץ פורים אזוי קלאמפערשט אנגעטרינקענ'דיג און פארקויפט מיר לאקשן:

זארעכ, איך וויל נישט גארנישט, איך וויל נאר טוהן דעם רצון ה'...
זארעכ, איך ווייס נישט גארנישט, אוי... רבוש"ע, זיי מיר מוחל אויף די עבירות... כ'בין דאך אזוי זינדיג...
זארעכ, איך וויל תשובה טוהן... בלא בלא בלא...

דו אנטשעל, דו טיפוש, ווער איז נייגעריק אויף דיר? גענוג כ'לייד פון דיר א גאנץ יאר! פורים, זיי מוחל צי דיר אראפ דיין פארשטעקטן פרצוף און הייב אן צו גיסן ארגינאלקייט... גיב ארויס וואס דו ביסט...
(און ביי. דע. וועי. האסטו נישט אמאל יוצא געווען דעם חייב אדם לבסומי, ווייל אז דו רעדסט דאס וואס א גאנץ יאר ביסטו נאך, גאנץ זיכער, ביים פילן דעת...)
אנטשעל סטאפ וויט יור בעלאוניס, פורים פארקויף מירנישט וואס ליגט אויפן צונג! יא, פורים דארף מען זיין אנגעטרונקען, זיין פרייליך, און רעדן וואס ס'לאזט זיך, על דא ועל הא. קיינער ווערט נישט פרייליך, קיינער איז נישט נייגעריק, אויף דיינע קארני זיסע, אומבאכיינטע, תשובה און רצוניות... פורים זאלסטע רעדן שטותים און לאקשן, הבל הבלים, יא, דאס וואס דו טראכסט א גאנץ יאר...
פארשטאנען?

**
מאשקע... מאשקע... וואו ביסטו? דערלאנג מיר אהער נאך א גלעזלע...
ווייל ס'נאך נישט דאס ריכטיגע... כ'האלט מיך נאך דערווייל צוריק אביסקעלע...

אה... אה... דאס...
שעקויעך... אוי... אוי... אוי... מאשקעלע. דאנקע שיין. דאנק איך דיר. אוי... אוי... אוי... מאשקעלע, וואס זאל איך דיר זאגן? "אי לאו האי מאשקעלע, ווער ווייסט וואס כ'וואלט נאך אלס געהאלטן אין געהיימעניס..." אהה... אהה... א דאנק דיר מאשקעלע. ווען נישט דיינע גוטע משקאות, דיין גוטער וויין, וואלט איך דאך, חס וחלילה, זיך איינגעהאלטן און נישט ארויסגעגעבן וואס איך וויל נאך אלס זאגן דא פארן עולם. אהה... ווארט נאר ווארט...
**

שוין, כ'בין שוין פארפארן. וויל איך דען רעדן, דא אין די קרעטשמע, צו אנטשלין? דער אנטשיל טרעט דאך נישט אריין דא, ער ווייסט דאך אפי' נישט צו זאגן פון אונז, טא וואס איז אינטערסאנט?

יא, פורים... פורים זאגט מען וואס מען וויל! וואס מען טראכט! נישטא קיין כח המעצר! הע... הע... טאקע, אמת, א גאנץ יאר בין איך דאך דער פארמאסקירטער זארעכ... דער איינגעפיקלטער, איינשטענדיגער, באלעבאס מיטן פארקנייטשטן שטערן. מען הערט נישט פון מיר קיין הויך ווארט. איך בין איינגעהאלטן. צוריק געצויגן. אהה... אהה... אבער פורים... פורים... פורים איז דאך דער פתשגן הכתב להנתן דת וכו' "גלוי" לכל העמים, ס'נישט פאראן קיין סודות, אלעס איז "גלוי". גלוי אז וואס? להיות עתידים ליום הזה להנקם וכו'

אקעי, נו, וואס וויל איך? וועם וויל איך? איז אזוי:
קודם קרעמער'ל טייערער, אוי קרעמער'ל... קרעמער'ל...
כי כן "יסד" המלך. אט אזוי, ווי מ'קוק מיר דיך אן, מיט דיין גאנצן פראכט, אט אזוי האט אונז דער מלך, דער קרעמער, מייסד געווען די קרעטשמע. כא... כא... כא... וואס זאל איך דיר זאגן קרעמער? ביסט טאקע מלך, ביסט טאקע דער מייסד הקרעטשמע, אבער ווי גרויס דו ביסט פייף איך זיך אריין אין דיר!!! הא, האסט נישט קיין נערווען צו קיין לאנגע ארטיקלען? הא?...

הערזשע קרעמער טייערער, יעצט פורים ווען עס קומען זיך צונויף דא די אלע סופרי, אחשדרפני און פחי, הקרעטשמע וועל איך דיר זאגן מיין פתשגן הכתב:
ווען נישט די לאנגע מגילות אונזערע, וואלט מיר דאך אנגעוואוירן דעם גאנצן יום טוב פורים אונזערע. ווייסטו דען נישט צו זאגן פון דעם מלך טיפוש וואס האט געפאטשקעט מיט אגרות ראשונות דערנאך אגרות שניות? אוי וואס א טיפוש ער איז...

דער נערישער, קורצער, אגרת'ל פון "ככל אשר צוה המן" האט דאך נישט ענטהאלטן מער ווי אפאר קורצע, טיפוש'דיגע, שורות. אן קיין טעם, אן קיין ראם, בלויז גשאלטן, געהארגעט, להשמיד, להרוג, לאבד, בלא בלא בלא...

אהה... ווי זיס און ווי געשמאק איז דער צווייטער איגרת'ל פון "ככל אשר צוה מרדכי הצדיק". אהה... מלא טעם... מלא חן... פיל מיט אינהאלט. דער מרדכי הצדיק האט דאך אונז אפגעשריבן אזא זיסע לאנגע שיינע מגילה. הא, האסט נישט קיין נערווען דערצו? הא, ס'צי לאנג? ס'עט דער גארנישט העלפן! דאס איז אונזער ישועה! על אפך ועל חמתך! נישט נאר איינמאל א פורים מיסטו דאס ליינען, נאר צוויי מאל, בייטאג און ביינאכט. יא, דער מרדכי הצדיק האט דאך אפגעשריבן גאנצעטע בריוון, גאנצעטע ספרים, גאנצעטע מגילות, אפשר דריי צו פיר מאל, און דאס פארטיילט און ארומגעשיקט בכל מדינה ומדינה. הא... הא... קימו וקבלו עליהם ועל זרעם. ס'נישט דא קיין צוויי ברירות. יא, לאנגע מגילות האבן א חן, ס'זיס.

יא קרעמער, קוקסט מיר פאר ווי דער מלך פון מרדכי'ס לאנגע מגילה. דער טיפוש האט נישט געהאט קיין געדולד צו ליינען גאנצעטע מגילות, האט ער געכאפט און געטוהן. אונטערגעשריבן איינמאל, צוריק געצויגן, אונטערגעשריבן נאכאמאל, צוריק געצויגן אהער צוריק געצויגן אהין, געשריבן דא געשריבן דארט. איי, שטעל זיך אפ, טראכט אריין, כאפ נישט, שרייב נישט, ליין אביסעלע מיט געדולדן וואס דא שטייט? אבער ניין! מלך טיפוש, כאפט און שרייבט, ציהט אהער ציהט אהין, און וואס איז ארויסגעקומען פון דעם? הא? וואס?:
א שיינע לאנגע זיסע מגילה פון מרדכי הצדיק... א נקמה אין דיר...

**
מאשקע... מאשקע... וואו ביסטו? דערלאנג מיר אהער נאך א גלעזלע...
ווייל ס'נאך נישט דאס ריכטיגע... כ'האלט מיך נאך דערווייל צוריק אביסקעלע...

אה... אה... דאס...
שעקויעך... אוי... אוי... אוי... מאשקעלע. דאנקע שיין. דאנק איך דיר. אוי... אוי... אוי... מאשקעלע, וואס זאל איך דיר זאגן? "אי לאו האי מאשקעלע, ווער ווייסט וואס כ'וואלט נאך אלס געהאלטן אין געהיימעניס..." אהה... אהה... א דאנק דיר מאשקעלע. ווען נישט דיינע גוטע משקאות, דיין גוטער וויין, וואלט איך דאך, חס וחלילה, זיך איינגעהאלטן און נישט ארויסגעגעבן וואס איך וויל נאך אלס זאגן דא פארן עולם. אהה... ווארט נאר ווארט...
**

יא, וואו האלט איך נאר? אה... יא... קרעמער...
שוין ער איז נעבעך נישט שולדיג, ער מוז דאך דעקן דעם שמש'ל זיינעם דארט, דעם סאכדעס'ל...

(המשך יבוא. קיינער וועט נישט ארויסגעלאזט ווערן...)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג פאברואר 25, 2007 12:32 pm

מאשקע;

הייב מיר אן דערלאנגען מיין פעיווארייט PORT WINE, איין כוסה נאכס'אנדערע, ביז איך וועל זיך שפירן גענוג אין די כלים צוריקצוענטפערן פאר זארעכ'ן להשיב לו גמולו בראשו.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג פאברואר 25, 2007 1:12 pm

קרעמער: דו כאפסט נישט. אין די צייט וואס דו וועסט טרינקען, וועט ער דאך אויך טרינקען. וועסט אים קיינמאל נישט קענען בייקומען!
זארעכ: וואס זאל איך דיר זאגן? אז דו ביזט ריזיג? דאס ווייסט דאך שוין יעדער איינער (ואתה הגדול בתוכם...).
איז וואס יא?
יה"ר שכל נטיעות שנוטעים ממך יהיו כמותך, פירותיך מתוקין וצלך נאה וכו'.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » זונטאג פאברואר 25, 2007 1:16 pm

זארעך, כ'האב עס יעצט גענדיגט ליינען, איך קען דיר אזויפיל זאגן: דאס הייסט געטרינקן.. מ'לאזט די פעדער לויפן און די מח קען נאך האלטן חשבון אז קרעמער עקזיסטירט.. געוואלדיג גוט.. ס'זינגט זיך מיר יעצט אינטער ס'לידעלע: אשרינו אשרינו אשרינו שיש לנו שריפט-שטעלער כזה..

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג פאברואר 25, 2007 1:21 pm

תיקון טעות. צ"ל שריפט-זעצער.
An article a day keeps the babies away

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » זונטאג פאברואר 25, 2007 1:28 pm

זארכעפעפער, כשמו כן היא אלעס מיט א טעם {פעפער גיט א טעם, ודו"ק}
ביסט געוואלדיג

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג פאברואר 25, 2007 2:37 pm

זארעכ, וואס זאל איך זאגן ? כ'אב נאכנישט געטרינקען, סידאך זינטאג היינט, אבער זאלסט ווויסן אז די ביסט מורה'דיג !!!!

מאשקע, כ'מיין אז ווילאנג ער שרייבט דאס קימענדיגע, וועט שוין אלסדינג אויסוועפן, כ'ווייס דאך נישט וואסערע וויין די האסט אים דערלאנגט, העמער זעהן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג פאברואר 25, 2007 2:38 pm

האסט נישט קיין מושג וואס איך האב אלץ אריינגעלייגט אין די וויין... כא כא כא כא (דא לאך איך ווי א פויער מיט א פולן מויל)...
איך קען אייך נאר איין זאך זאגן. ניכטער וועט ער מער נישט ווערן... כא כא כא כא כא כא...
An article a day keeps the babies away

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » זונטאג פאברואר 25, 2007 2:51 pm

און יא... בימים ההם... כשבת המלך... גדל המלך... את... סאכדעס'ל...
כא... כא... כא... דער 'געלער' סאכדעס פארשטעקט אונטערן 'בלויען' מאנטל פון דעם דאייען "התאחדות" בכבודו ובמקומו יהא מונח עד שיבא אלי'...

סאכדעס, סאכדעס, הער א מעשה וואס ס'פארלאפן אין קרעטשמע הבירה, היינט, און נעכטן, און אייער נעכטן, ובכל יום ויום. הער, בכל יום ויום ווען איך קום נאר אריין בחצר בית הקרעטשמע, לדעת את שלום הקרעטשמע ומה יעשה בה, שטייסטו מיר דארט אין אין די זייט מיט דיין האן פעדער און מיט דיינע תמרוקים, לפעמים בשמן המר ולפעמים בבשמים, און דו שמירסט און שמירסט און שמירסט, אזש אז דער ריח פון דיינע געשמירעכצער קריכט שוין ארויס פון די נאז לעכער. אסתר המלכה, גראדע, לא בקשה דבר, ווייל... אז מען האט אינסטינקט א חן דארף מען נישט שמירן...

הא... הא... הא... ביסט טאקע פון די שבעת שרי המלך, אבער ביסט נישט מער ווי א גוטער... א גוטער... "שר המשחה" און דעטס אלל.

כ'מיין, זאג דו אליינס, וואס א טעם וואלט ווען געהאט ווען די געלונגענע סופרי המלך קומען זיך ווען צונעזאם בשלשה ועשרים יום בו, און אנשטאט אפצושרייבן א שיינע נייע פרישער אגרת'ל, להשיב את מחשבת המן אשר כתב, וואלטן זיי ווען אפיר גענומען דעם אלטן אפגעריבענעם, אפגעחמורטער, אפגעשימלטער, אגרות ראשונות פון דעם המנ'ען, און בלויז צוגעלייגט קורצע, זיסע, בעכיינטע, געשמאקע, שמירעדיגע, הערה'לעך? וואס א טעם וואלט דער פורים געהאט? הא?

זיצן זיך די גרויסע חכמים יודעי העתים וסופרי המלך, און ברעכן זיך קאפ לכתוב ככל אשר צוה מרדכי, איך האב א פשוטע עצה, נעם דעם אגרות ראשונות און שרייב א גרויסער: "ריווערסד"... אדער למשל: "יאך קום אקוראשט פון כאחשוויירעשן און ביינונז אין קהלס אפיס איז באשלאסן געווארן להשיב מחשבתו". הא סאכדעס'ל, וואס זאגסטו? א וואזשנער איינפאל, נישט איינגעפאלן, הא?

שטעל זיך פאר וואס א פנים ס'וואלט געהאט:
כ'הער וואלט געפרעגט דערויף - ביסט זיכער?
דו וואלסט געענטפערט - יא
כ'הער וואלט צוריקגעפרעגט - שרייבסט אז יא, ווייל דו ווילסט צו פירקלען נאך א תגובה צום איגרת המן, אדער ווייל ס'טאקען אזוי?
דו וואלסט געענטפערט - כ'קלער נישט אז ס'וועגן די תגובה. אבער יאכער, גלייבסט נישט די בשורה טובה?
כ'הער וואלט געענטפערט - איך גלייב יא, נאר פשוט כ'אב דיר געוואלט מזכה זיין מיט א תגובה צום איגרת ראשונה.
און אזוי וואלט געגאנגען הין-און-צוריק. נו, שטעל זיך פאר, מיר וואלטן דאך אנגעוואוירן ח"ו דעם גאנצן פורים, דער גאנצער יו"ט וואלט דאך געשטאנען אין א סכנה...

ניין, סאכדעס'ל טייערער, די סופרי המלך זענען געווען קלוגער פאר דעם. זיי זענען געווען געלונגענע סופרים, און זיי האבן געוואוסט אז בכדי מען זאל זיי גלייבן, און ס'זאל זיין מיט אלע טעמים, מיטן גאנצן געשמאק, פעלט זיך אויס א גענצליך נייער בריוו!, "ויכתב ככל אשר צוה מרדכי"

כא... כא... כא... א נקמה אין דיר, סאכדעס, ניין! נישט געשמירט דעם אלטן איגרת. ניין! ס'האט נישט קיין טעם וחן, ס'שמעקט פון די תמרוקים דארט... הע... הע... הע... מ'האט געשריבן א גענצליך נייער אגרת'ל, לשמחת לבב כל היהודים היושבים בערי הקרעטשמע...

און יא, הא... הא... הא... די סופרי המלך... הא... הא... הא... און וואס טוט זיך מיטן "מלך" זעלבסט? כ'מיין, מ'שטיינס געזאגט, דער דאייען זעלבסט, פארוואס לאזט ער זיך נישט הערן? וואו איז ער מיר אנטרינען געווארן?
וויי געוואלד, דער שמש'ל, ס'הייסט דער סופר המלך, גיסט און גיסט אויס דעם דייענ'ס טינט אומזינסט, רח"ל, אויף אומוויכטיגע דעפעשעס. ער צושמירט און צורינט די טינט אויף אלע טישלעך אזש אז דעם דאייענ'ס פענע האט שוין אויסגעטריקנט. זאל זיך שוין דער מלך איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנען: מ'גיבט נישט די טבעת פארן שמש'ל... ווייל אויב יא דאן מוז ער שוין גיבן איגרת שניות אויך, און אז ס'דא שניות ווערט מען געוואויר וואס א טיפוש ער איז...

כא... כא... כא... דער מלך מיט זיין געלונגענע פענע זאל ביטע מוחל זיין און אליין שרייבן נייע פרישע אגרות'ן, ווייל א נישט וועט ער א פנים האבן ווי דער מלך טיפוש...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג פאברואר 25, 2007 2:53 pm

אתה זארעכ, ושמך זארעכ, וכל אשר לך זארעכ, אזוי פארזארעכט צו זיין, שוין לאנג נישט געווען, איך ווארט אויפן פארזעצונג.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג פאברואר 25, 2007 2:59 pm

יוי זארעכ, ביטע סטאפ נישט. פליז!
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג פאברואר 25, 2007 3:14 pm

זארעך מאטר.. מאטר.. מאטר..
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » זונטאג פאברואר 25, 2007 3:58 pm

יעדער זאל מיטשרייען, יעדער מיינט יעדער, נא
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
נא יעדער איינער
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » זונטאג פאברואר 25, 2007 4:00 pm

cano האט געשריבן:יעדער זאל מיטשרייען, יעדער מיינט יעדער, נא
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
נא יעדער איינער
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע



זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
נא יעדער איינער
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג פאברואר 25, 2007 4:04 pm

אוי האב איך א תאוה צו בויען יעצט א לייטער. כ'האב נאר מורא אז ס'וועט נישט זיין פארטיג אויף פורים.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג פאברואר 25, 2007 4:31 pm

שמערל האט געשריבן:
cano האט געשריבן:יעדער זאל מיטשרייען, יעדער מיינט יעדער, נא
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
נא יעדער איינער
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע



זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
נא יעדער איינער
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע
זארכ נאך ביטע


איך רעדט נאר יודיש

זארעך מאטר.. מאטר.. מאטר..
זארעך מאטר.. מאטר.. מאטר..
זארעך מאטר.. מאטר.. מאטר..
זארעך מאטר.. מאטר.. מאטר..
זארעך מאטר.. מאטר.. מאטר..
זארעך מאטר.. מאטר.. מאטר..
זארעך מאטר.. מאטר.. מאטר..
זארעך מאטר.. מאטר.. מאטר..
זארעך מאטר.. מאטר.. מאטר..
זארעך מאטר.. מאטר.. מאטר..

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג פאברואר 25, 2007 4:34 pm

מאשקע, דארפסמאן טוט שוין דיין דזשאב, ער טראכט נישט, ער הייבט אן בויען....

זארעכ, מיר ווארטן שוין בכליון עניים, נו גיי ווייטער, "ווי וואנט מאר, ווי וואנט מאר..."
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג פאברואר 25, 2007 4:34 pm

השגת גבול.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג פאברואר 25, 2007 4:48 pm

איך בין אביסל הייזעריג, איך זאג מיט שטיל.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » זונטאג פאברואר 25, 2007 4:48 pm

עי השגת גביל מיינט ריקען א צוים, או עס מיינט נישט, ריקען א לייטער.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » זונטאג פאברואר 25, 2007 4:59 pm

זארעך!! אייזן גוט!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג פאברואר 25, 2007 5:16 pm

קאנאו: לעצטנס ביזטו גוט.
כ'מיין, גוט ביזטו שטענדיג געווען, נאר לעצטנס ווערסטו בעסער.
כ'מיין, בעסער ביזטו אויך געווען, נאר יעצט ווערסטו נאך בעסער.
כ'מיין וכו'.
An article a day keeps the babies away

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » זונטאג פאברואר 25, 2007 6:53 pm

מאשקע... מאשקע... וואו ביסטו? דערלאנג מיר אהער נאך א גלעזלע...
ווייל ס'נאך נישט דאס ריכטיגע... כ'האלט מיך נאך דערווייל צוריק אביסקעלע...

אה... אה... דאס...
שעקויעך... אוי... אוי... אוי... מאשקעלע. דאנקע שיין. דאנק איך דיר. אוי... אוי... אוי... מאשקעלע, וואס זאל איך דיר זאגן? "אי לאו האי מאשקעלע, ווער ווייסט וואס כ'וואלט נאך אלס געהאלטן אין געהיימעניס..." אהה... אהה... א דאנק דיר מאשקעלע. ווען נישט דיינע גוטע משקאות, דיין גוטער וויין, וואלט איך דאך, חס וחלילה, זיך איינגעהאלטן און נישט ארויסגעגעבן וואס איך וויל נאך אלס זאגן דא פארן עולם. אהה... ווארט נאר ווארט...
**

וויי וואו בין איך? וואו האלט איך דא אויף דער וועלט?
אה... יא... כ'דערמאן זיך שוין. נו...
מאשקע... מאשקע... וואס האסטע געטוהן מיט מיר? וויי געוואלד...
שטייסטו דיר דארט אין ווינקל, אזוי מיט דיינע כלי זהב, כלים מכלים שונים, מיט די פילע פעסער וויין, און גארנישט! נאר מיר דערלאנגסטו?! כ'מיין, וואס ווילסטו פון מיין לעבן האבן? וואס מאכסטע פון מיר חוזק? הא?, פורים גייט אריבער און נער בלייבט נער... איך וועל זיך דא אזוי אנטרונקען, זיך אויסברעכן וואס מישט מיר אין געדערעם, און דער ניכטערער עולם וועט שטיין און לאכן פון מיר אין די פויסטן?... הא, גאנץ גוט, וואס?

איז אזוי: ששש... שטיל זאל זיין רבותי... אדער רעדן, אדער טרינקען. סתם שמירן האט דאך נישט קיין זין... ששש...

על כן קראו לימים האלו פורים, על שם הפור. איך מיין, רבותי, אז מען קען די ראשי-קהלה ריכטיג אנרופן "פורים" ראשי-קהלה. על שום הפור, הפיל פור הוא הגורל/וואלן...

על שם הפור, די מורא'דיגע, מעכטיגע, אויסגע'חשבונ'טע, גורל/וואלן, וואס נאר דאס האט דאך זיי, לכאורה, געפירט צום געווינס.

יא הא... הא... הא... די חכמי ושרי הקרעטשמע: מרס, מרסנא, שתר, ממוכן, ווער נאך? נו, ווער? אה... יא... "קרעטשמער" אדמתא און תרשיש. יא, זיצן זיי זיך דארט, די קרעטשמערישע יודעי דת ודין מיט די הענט אויפן שטערן און טראכטן, כדת מה לעשות. זיי פלאנירן פלאנונגען אינעם מלוכה'שן גורל וואס דארף געהאלטן ווערן אין קרעטשמע הבירה.

נו, וואס טוהט מען? ווער איז דער גרעסטער ממוכן? ווער איז דער גרעסטער חכם אויסצוווארפן דעם פור הוא הגורל? תרשיש?... עה... וואס ווייסט ער?. אפשר מרס, אדער ממרסנא?, עה... ס'דאך דער זעלבער... סאו איז זיין מיינונג מאסגעבנד אדער נישט?... אקעי דאס עמער לאזן פארן קומענדיגן כוסה... טא, ווער? נו, וואס מיינט איר ווער? "חכם קרעטשמער" אה... טאקע 'קרעטשמער' מיט די גרויסע פריצישע וואנצען, ער וועט ווארפן דעם גורל, ער וועט פארשטעלן די פארשריפטן פארן גורל.

כא... כא... פור המן נהפך לפורינו... קרעטשמער'ס גורל איז ביי אונז פארוואנדעלט געווארן אין א ריכטיגער פורים... אוי האבן מיר געהאט צו לאכן דערויף...

הערט א מעשה: זיצן זיך אזוי די יודעי דת ודין, אונטער א העכסט געהיימען פארשלאסענעם פורהאנג, וועלכע געפונט זיך אין קעניגליכן שאץ קאמער, אין קעניגליכן פאלאץ, און מ'פלאנירט וואס ווייטער. יא, מ'האמיר געווארפן גורל – זאגט דער קרעטשמער – און דער פראבלעם איז נאר, אז ס'צום סוף נישט גוט אויסגעפאלן... טא וואס'זשע טוהט מען דא???

זיצנדיג איבערגעבויגן, פארגלאצט און פארטראכט, איז איינער דארט אויפגעקומען מיט א וואזשנער איינפאל, און נעמט דאס ווארט:
דער עולם איז דאך אזוי מפוזר ומפורד בין הקרעטשמע, קיינער ווייסט דאך נישט באמת וואס דא טוהט זיך, איז אם על המלך טוב, יכתב - זאל מען ארום שיקן בריוולעך אין גאנצן לאנד, אז יעדער זאל מוחל זיין זיך אויסטוהן די שיך... און איינמעלדן פאר וועם ער האט געווארפן גורל. נו, וואס זאגט איר צו דעם? פרעגט ער אזוי כיטריש די שאר שרי המלך. יא, גוט... געוואלדיגער איינפאל... זאגן אלע ווי איינס...

ויסר המלך את טבעתו. דער איינפאל איז נכתב ונחתם בטבעת המלך. והעם לעשות בו כטוב בעיניך. הא... הא... צולאכט זיך דער מלך... דא וועל איך זיי צופיקסן, מיינע שעפעלעך, כטוב בעיני וועל איך זיי פירן, און ווי גוטע קינדער וועלן מיר אלע שיין אריינשיקן א בליץ-בריוול פאר וועם מען האט גע'גורל'ט... הא... הא... לאכט ער זיך אזוי אונטער. ויצא ביום ההוא שמח וטוב לב...
הרצים יצאו דחופים בדבר המלך והדת ניתנה בקרעטשמע הבירה...

איך, זארעך, האב דאך אבער נישט גע'גורל'ט... וויסנדיג דעם שווארצן גורל וואס ווארט אונז אפ... הוי, האב איך זיך מחלחל געווען פאר געלעכטער פון דעם גורל געווארפאכטס...

נו, וואסי ווייטער געווארן? וויזוי האט מען זיך געראטעוועט פון דעם גורל?
אהה... אויף דעם דארף מען שוין נאך א גלעזעלע משקע/משקה...

אבער איין מינוט... איין מינוט...
הא... הא... הא... דער גרויזאמער... הא... הא... דער מע"מ'דיגער מלך אויף די שבע ועשרים ומאה מדינות... הא... הא... איבעראל איז ער געווען, פון מאנגאליע ביז מאנגאליע, א חוץ ביי זיך אין היים-שטאט – "די היימישע קרעטשמע". און איר וואונדערט זיך נאך פארוואס ער האט אין אמת'ן נישט געוואונען די וואלן? און פארוואס ער זיך געמוזט ארויסלאזן אין א גאלאפירנדיגער געלויף מיט די רצים, אחשדרפנים, רכבי הרכש, האחשתרנים בני הרמכים, און ערקלערן זיין רעזעגנאציע? הא, איר וואונדערט זיך? וואס א מלך טיפוש ער איז געווען, געהאט אונטער זיך די גאנצע וואלט און קאנצענטרירט האט ער זיך בלויז אויף עפעס א פארשימלטע אויסגעדראשענע מאנגאליע...

טו א קוק, דו דורכגעפאלענער מלך, לערן זיך פון דעם אחשורש'ן, אז מ'שיקט בריוון שיקט מען דאס לכל מדינה ומדינה ככתבה, ועם ועם כלשונו. ביסטו מיר אריינגעקומען, דא אין מדינת הקרעטשמע, נאך אין אלט שטאט, און געשריבן און געשריבן בריוון אויף בריוון וואס ס'רוב איינפאכע דארפסלייט האבן קיין אנונג נישט געהאט וואס דארט שטייט... כא... כא... כא... נו וויאזוי ווילסטע ווערן א שורר בקרעטשמע ווען דו רעדסט נישט אונזער שפראך? הא? כ'הער נישט? וואס?

עממ... עממ... ח'מיין... ח'בין... נאחנישט פארטיג מיט דיר...
די מגילה איז שוין באלד צו קליין פאר דיר... אבער זארג נישט...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג פאברואר 25, 2007 7:01 pm

זארעכ איז וואויל, מ'בעט און ער לאזט זיך דערבעטן. זארעכ, מאר.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג פאברואר 25, 2007 8:30 pm

אין אמת'ן אריין וויל איך נישט אריינהאקן ביין גברא לדזשאברא און זאגן אז זארעכ איז גוט, אבער אזוי ווי איך וויל דאך אז ער זאל ווייטער אנגיין מיט די נאבעלע ארבעט, מוז איך עס יא טון.
זארעכ: קיפ איט קאמינג!
An article a day keeps the babies away


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, maybeeynot, א פיינע מענטש, בר דעת, פעטער ליפא, קיטשי און 13 געסט