נקודה'לעך אויפן גרויסן טאג פורים

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

נקודה'לעך אויפן גרויסן טאג פורים

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג פאברואר 19, 2007 11:11 am

אוי עדע עדע לא ידע, עדע עדע לא ידע, עדע לא ידע אוי אוי, אוי עדע עדע לא ידע, עדע עדע לא ידע, עדע לא ידע אוי אוי, די מוחות לויפן די מחשבות בלייבן נישט שטיין, לויטן ירושלמי קענען מיר שוין היינט, ר"ח אדר ליינען די מגילה, מיטן זעץ אויף המן'ס נאמען.

באקאנט די משנה אין מס' בגתן, האומר אהא צוגעלייגט ופורים ישמחינו, אין מספיקין בידו לרקוד ולשמוח, ס'גייט נישט אזוי ס'געט זיך א קום אן פורים און ס'נעמט זיך זינגן, קיינמאל נישט, אן הכנה צולייגן א פלייצע אביסעלע, אנהייבן מיט די שיעורים אין משנה ברורה, צו אין מס' מגילה וואס היינט קומט דאס שוין באגלייט מיטן ביאור "מתיבתא" וואס מ'קען אינטערשפרינגן דערפון, אזא גוטע טאטע אין הימל האבן מיר, אזא זיסע תורה המשמחי לב, און אז ס'קומט אויף א גאלדענעם טאץ ווער וועט דערפון נישט נעמען.

מ'גרייט זיך, מ'ווארימט די מאטאר, דארף מען אנזאגן אפאר קלייניגקייטן, ובוחר יבחר, און איך בעט פאראויס נוצן דעם שכל וועלכע איך מיין פאר א ווערטל און וועלכע איך מיין ערנסט (אויב ס'עקזיסטירט אזא זאך אין דעם חודש..).

א. די תלמוד תורה'ס - פון נורסערי ביז די גדולה ח"ב - שיקן שוין אהיים צעטעלעך נישט דינגן קיין מאבילס. כ'מיין וואס האט דאס מיט אונז? מיין יונגל ווייסט נאכנישט וואס דינגן מיינט און וואס מאביל באדייט, אבער אויב לערנט ער אין כתה ב' דארף מען אים אנזאגן, כדאי ער זאל קענען פרעגן, טאטי וויאזוי דינגט מען א מאביל, פארוואס טוט מען דאס, ואחרון אחרון חביב: ס'איז אזוי באנטש פאן, פארוואס טאר מען נישט?

ב. נישט שיסן קיין פייערקרעקער'ס. דאס פארשטיי איך שוין אביסל יא אביסל נישט, ס'טייטש אזוי, אויף וועלכע שעה אין טאג זארגט זיך די הנהלה? ביים מגילה ליינען איז דאך עס א מצוה, פורים נאכמיטאג ווען מיר הערן שוין סיי ווי נישט, מה כל "הרעש", פארוואס דארף מיין יונגעל זיין ערענסט ווען איך דריי מיך אויפן פלאר? ס'קען אים נאך שאטן! איך בין נישט מסכים דערצו! ער זאל אננעמען דאס בילד ערענסט, רחמנא יצילינו..

ג. משלוח מנות, צו וואס זאל איך ארויפקריכן אלע שטאקן פונעם דזלויעכםאןעס און פרובירן מסביר זיין פאר אונזער יונגן דור אז ס'איז אויסגעווארפן? כ'העל עניוועי נישט פויעלן, איך העל זאגן מ'זאל צולייגן נאך אזוי העט מען זיכער הארכן. וויל איך בעטן: לייגטס אריין עפעס אין מויל צו נעמען, איך בעט אייך, איך עפען אויף אזא פעקל און איך זעה פאפירן וויקלן ארום געניסעלטע געקאלערטע SOUR STICK'S, איך עפן דאס צווייטע אן הארטע שטיקל קאלעסטערויל פרייע, SUGER FREE גע'ספלענדעטע וועפער, איך גיי צום דריטן און צום פערדן, די אפעטיט הייבט אן צו וואקסן, אבער ס'איז נישטא וואס אין מויל צו נעמען.. לייגטס אריין א שטיקל טשאקלאד אן קיין ספרינקלס, א מזונות'ל אן קיין געפרעגלעטע זויערע קרים דערויף.

איך בעט אייך ברחמים, דערשטיקטס אונז נישט אווי די עשרת בני המן, מאכטס נישט צו נער אונזערע געפילן.

ד. וואס שייך צו זאגן לגבי דאס גיין נאך געלט צווישן די קארן, איי לאוו איט, ס'געט צו צום געשמאק פון טאג, איך טייל אויס טשענדזש פאר מיינע קינדער, מ'עפענט אלע פענסטער'ס און די קינדערלעך טיילן, אהה, כי קדוש היום לאדונינו.

אויב ס'וועט זיין צייט העט מען באלד צולייגן שפעטער נאך אפאר הערות.

באנאצ"וו (ב'לייבט א'ונז נ'אר א'יבער צ'ו וו'אונטשן) אז ס'זאל זיין שטענדיג פרייליך ביי אידישע קינדער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 19, 2007 11:15 am

באנאצ"וו אז דו זאלסט קענען ווייטער משמח זיין אידישע קינדער, אזוי ווי דו האסט געטון מיט די אויבערשטע שורות.
משנכנס יגר מרבין בשמחה.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מאנטאג פאברואר 19, 2007 12:52 pm

מען שיקט צעטלעך "וואן סייז פיטס אלל" - די ישיבה בחורים דינגען מאבילס, און די קליינע קינדער לערנען זיך דערפון אז מען טאר נישט. להזהיר גדולים על הקטנים...

פייערקרעקערס איז א מצוה? דאורייתא אדער דרבנן?... די עלטערע אידן שטיקן זיך מיטן ריח... אינדרויסן אויפן גאס איז שוין לייכטער.

מיט די משלויעכמאנעס בין איך מסכים צו דיר. לפענ"ד איז נישטא קיין אנדערע עצה, נאר אז בשעת איינער באקומט א משלוח מנות העכער אנדערהאלבן שטאק, זאל די מקבל(ת) אדער מחותנ'(סטע) נעמען דעם גאמצן פעקל און צוריקטראסקען אין פנים אריין פון דעם נותן(ת) אז ס'זאל רינען פון אלע זייטן. אנדערש וועלן די קלעצער נישט פאשטיין. אלזא, אויב זענט איר א מחותן אדער מחותנ'סטע, און אייער צוקונפטיגער שנור ברענגט אייך אזא שאלעכמאנעס, לערנט איר אויס וואס מיינט א "שוויגער". (נאר לכבוד פורים)
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

Re: נקודה'לעך אויפן גרויסן טאג פורים

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 19, 2007 1:42 pm

די פאלגענדע איז מיר דאס בעסטע געפאלן פון די גאנצע - הערליכע - תגובה:
יגרסהדותא האט געשריבן:ד. וואס שייך צו זאגן לגבי דאס גיין נאך געלט צווישן די קארן, איי לאוו איט, ס'געט צו צום געשמאק פון טאג, איך טייל אויס טשענדזש פאר מיינע קינדער, מ'עפענט אלע פענסטער'ס און די קינדערלעך טיילן, אהה, כי קדוש היום לאדונינו.


איך ווארט שוין קוים צו באגעגענען די יגר'ל משפחה ביים מאכן מיין יערליכן שפאציר צווישן די אויטאס אויף ליע קארנער בעדפארד.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג פאברואר 19, 2007 2:09 pm

ער וואונט דאך אין מאנסי ?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 19, 2007 2:17 pm

פורים איז למעלה מן הזמן ומן המקום

בכלל, ווען האט ער זיך אוועקגעצויגן פון מאנטריאל?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

Re: נקודה'לעך אויפן גרויסן טאג פורים

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 19, 2007 2:39 pm

קרעמער האט געשריבן:די פאלגענדע איז מיר דאס בעסטע געפאלן פון די גאנצע - הערליכע - תגובה:
יגרסהדותא האט געשריבן:ד. וואס שייך צו זאגן לגבי דאס גיין נאך געלט צווישן די קארן, איי לאוו איט, ס'געט צו צום געשמאק פון טאג, איך טייל אויס טשענדזש פאר מיינע קינדער, מ'עפענט אלע פענסטער'ס און די קינדערלעך טיילן, אהה, כי קדוש היום לאדונינו.


איך ווארט שוין קוים צו באגעגענען די יגר'ל משפחה ביים מאכן מיין יערליכן שפאציר צווישן די אויטאס אויף ליע קארנער בעדפארד.

קרעמער, מיר האבן נישט געוואוסט אז דו ביזט א נצרך ח"ו. וואס זאגסטו נישט אינמיטן יאר אז דו דארפסט אפאר טאלער?
און אז דו דארפסט שוין יא, גייסט דיך אראפלאזן צו די יגר'לעך? פלאחסט נישט פון דיר.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג פאברואר 19, 2007 3:04 pm

משאקע, דו הערסט אויף! יא, ער גייט זיך אראפלאזן צו די יגר'לעך!! וואס די בושה? גרעסערע פון אים חנפה'נען זיך צו צו מיר.

אויסערדעם, ער איז נישט קיין נצרך, ער טיילט עס אויס ביד רחבה ורוח נדיבה. ער וויל שפילן אלטס עושר, און ער האט נישט דאס געלט, נעמט ער פון מיר און ער טיילט הונדרעטער'ס.. און זיי וויסן, ער איז נישט דער איינציגסטער...

ווייל:

איך טוה אויך אזוי, שששששששאאא

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 19, 2007 3:08 pm

נאך צוויי תגובות, און דו וועסט קענען טיילן טויזנטערס...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג פאברואר 19, 2007 3:43 pm

אוי די נקודה'לעך, איי יגר'ל יגר'ל ביסטאך מתוק מדבש. כ'קלער ערענסט דאס יאר נישט אוועקצופארן פון מאנטריאל, כדי זיך צו קענען טרעפן מיט די יגר'ל פעמלי נאכמיטאג.

קרעמער קום אויפ מאנטריעאל

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג פאברואר 19, 2007 3:53 pm

יגר'ל מורה'דיג, בעסער ווי גוט.

כ'האב נעכטן געהערט ווי מיין שוואגער, א קליין בחור, שמועסט זיך שוין אפ מיט זיינע חבירים וואסערע ניגון מ'גייט זינגען ווען מ'גייט ארויס פון א הויז,
ס'נאך די קליינע דאגות.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג פאברואר 19, 2007 6:51 pm

פורים אינדערפרי.

ב"ה געלויבט דער פון אויבן, איך האב שוין געהאט אסאך יארן וואס איך האב געקענט אויספרובירן וויאזוי אנצוהייבן דעם טאג. ס'איז נישט גרינג, און לאמיר עס דא אראפשטעלן.

סוף פון די תר"צ יארן פלעג איך אויפשטיין 5:30-6:00, אויסזאגן גאנץ תהלים מיט מנין, דערנאך אפאר מינוט ממש געלערנט עפעס אין מס' מגילה, זיך געשטעלט מיטן גרויסן מנין.

אויף דעם וועג איז דא די פאלגענדע מעלות: איינס, דער בעל קורא פון די מגילה, איז געווענדליך רבי/רב/דיין אדער שיינער בעל קורא, וואס ס'איז געשמאק אים אויסצוהערן, ובנוסף מ'שפירט זיך זייער גוט אז מ'האט אויסגענוצט דעם טאג אווי ס'פאסט פאר א חסידישן אינגערמאן, ס'איז א גוטער פילינג.

די חסרונות לעומת זה זענען: איינס, די געלט גייער'ס מאכן דאס זייעריגע, זיי שפאצירן אויך ביים תהלים זאגן, וואס איך גלייב אז דוד המלך וואלט אין אזעלכע אומשטענדן נישט געקענט מחבר זיין דעם ספר, מ'קען זיך נישט קאנצעטרירן געהעריג, און ביים "קרובץ לפורים" זיכט דאך נישט דער בעל תפלה אוועקצוגיין אזוי שנעל, און ציט און ציט, און דאס געלט געקלאפעריי מישט זיך אויס מיט דאס ציין ברעכעריי וואס הערט זיך פון יעדן ווינקל..

צווייטענס, מ'קומט אהיים 9:30-10:00, די איינציגע צייט אין יאר וואס איך נעם א ציגערעטל אין מויל אריין, וואס ווען, דאס נערוועזיקייט הערשט איבעראל, די קינדער אינדערהיים זענען הינגעריג, שיינדעלע'ס טיטשער פארלאזט שוין באלד איר הויז, עלקע'לע וויל מ'זאל גיין צו איר מחנכת קודם, די בעבי צופליגט די נארוואס פארענדיגטע שלויעךמאנעס, ווען המן זאל דאס ווען צוזעהן העטזיך ווען א ריזיגען שמייכל אויסגעצויגן אויף זיין פנים, ימח שמו וואס ער איז.

איז דא נאך א וועג וואס כ'האב פרובירט, דאס איז אויפצושטיין 4:00-4:30 פארטאגס, אויסזאגן תהלים און לערנען עפעס און אריינכאפן א ווארט פון א חסידישן ספר און דאווענען. דאס איז שוין עטוואס בעסער, ווייל ביים תהלים זאגן זענען נאך די געלט גייער'ס נישטא. אבער מיד איז מען סוף טאג.

אבער ווען איר וועט קענען זיך איינהאלטן, און מיך נישט אויס'מוסר'ן, וועל איך אייך פארציילן וואס איך האב געטון די לעצטע צוויי יאר, און ס'האט זיך גוט גוט אויסגע'ארבעט.

ליסען טא מי, בויס.

איך בין אויפגעשטאנען 5:30, געלערנט ביי מיר אינדערהיים, א האלבע שעה, דערנאך געגאנגן צו א קליין ביהמ"ד'ל און געדאווענט, ארויסגעגאנגן נאכ'ן קריאת התורה פאר די מגילה. שא! שטיל זאל זיין, איך האלט אינמיטן.

איך בין אהיימגעקומען בערך 7:00 אויפגעוועקט די בני בית, מיט דעם קליינעם וועם איך האב געהאלטן פאר ראוי אויסצוהערן די מגילה, געליינט פאר זיי די מגילה, אנגעטון מיטן רבינו תם'ס. דארף איך אייך דאך נישט צו זאגן, אז איך בין געווען פארטיג בערך 7:30, כ'האב מיך געזעצט טרינקן א הייסע קאווע מיט א טשאקלעד, אקעי איך וויל נישט פארדרייען די שמועס, און אויך נישט אייך אנציען מיט די זשעלי וואס איז גערינען דערפון..

ווייטער, איך האב מיטגענומען א לעכטיגן שיינעם סייז תהלים אין קאר, און ווען מ'האט אנגעהויבן צו טראגן די שלויעךמאנעס (אגב: ווער ס'ווייסט וויאזוי מ'ספעלט עס זאל מיר שוין איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנען...) ווארטענדיג אינדערויסן ביז די טיטשער באטראכט מיינע פארשטעלטע, האב איך געזאגט א קאפיטל נאך א קאפיטל, אזוי געשמאק, איך האב מיך נישט געיאגט ווייל איך דארף דאך אויסזאגן גאנץ תהלים.

איך האב דא געהאנגן אלע עשרת בני המן אין איין שאס.

דער גאנצער טאג איז געווען רואיג, די בני בית האט געהעריג געהערט מגילה ליינען, הונגעריג בין איך נישט געווען, (ווייניג צדקה געטיילט, ששאששא איך שעם מיך), אויסגעזאגט תהלים. און און... שפעטער געטרינקן אזוי, אז ס'איז געגאנגן ליהודים...

באנאצ"וו...

(BTW, דאס איז מיין טויזענט'סטע תגובה! ב"ה).

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

תגובהדורך ירא שמים » מאנטאג פאברואר 19, 2007 7:17 pm

בס"ד
יגר איך הייב אן ארויף ציקוקען אויף דיר
אזא קלוגע איינפאל ס'מיז זיין אז די האסט א קאפ העכער דיינע פלייצעס
זייער שיין יישר כוח
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג פאברואר 19, 2007 8:45 pm

יגר'ל;

זייער א גוטע עצה פאר איינעם וואס קען ליינען די מגילה (וואס איך קען גראדע), און ווער ס'האט א מגילה (וואס דאס איז שוין נישטא ביי אונז), ווי אויך איז דא א שטיקל ענין צו 'הערן' די מגילה (קען זיין אז איך מיש אויס מיט די תקיעות), און מיטן ברב עם (קען זיין אז עס איז נאר ביינאכט).

וואס מיר טוהן איז אזוי, מען מאכט אפ די נאכט פארדעם, אז יהי' איך שיהי' גייט מען נישט ווערן נערוועז, ווען מען שטייט אויף זאגט מען מודה אני, און מעם לאזט די טאג ראללן.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 19, 2007 10:30 pm

יגר, הערליך.
אבער איין זאך פארשטיי איך נישט: וויפיל אזייגער האט דיך קרעמער געכאפט אויפ'ן גאס און באקומען די הונדערטערס פון דיר?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג פאברואר 19, 2007 10:44 pm

ראש הקהל טייערער, הערליך אראפ געלייגט, איך מיין אבער אז אלס ראש הקהל דארף זיין א שטיקל פראבלעם אייער נייער פירונג, איך מיין ווער דען זאל זיין ביים רבי'נס מגילה ליינען אויב נישט דער ראש הקהל?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 19, 2007 11:55 pm

יגר'ל;

מעכטיג מעכטיג מעכטיג, באמת, זייער א שיינע ארטיקל!

לענין. איך האלט אז דו ברויכסט פרעגן א דעת תורה וועגן די ברוב עם הדרת מלך חלק דערפון, ווייל טראצדעם וואס דו ליינסט טאקע אליין - מצוה בו יותר מבשלוחו - איז לכאורה נאך אלץ דא דער ענין פון ברוב עם, אויסצוהערן די מגילה אינאיינעם מיטן ציבור אין בית המדרש (איך בין גאר ווייט פון א דעת תורה, אבער אויף אזויפיל קען איך נאך זאגן: עס ברויך איבערגעשמועסט ווערן מיט א קאמפעטענטן רב).

וויאזוי מיין פורים גייט צו?

אמאליגע צייטן פלעגט מען גיין נאך געלט, איין יאר האב איך געהאט גאר א וויכטיגע צוועק, ממש א מתנות לאביונים וואס איך האב איבערגעגעבן פארן נצרך בו ביום, איז מיר געלונגען צוזאמצוקראצן צוויי מיט א האלב טויזענט דאלער. אבער אנדערע יארן פלעג איך נישט האבן אזויפיל הצלחה, וואס דען זאל מען אבער טאן אין די בחורי'שע און שנה-ראשונה-שניה וכו' יארן אויב נישט גיין נאך געלט?

היינטיגע צייטן האט זיך דער מצב געביטן, איך גיי שוין נישט נאך געלט, פורים איז דאך דער ענין צו טיילן געלט. האב איך שוין מער צייט אינעם טאג.

די ערשטע נאכט לייגט מען זיך שלאפן באצייטנס (ס'טייטש ארום 12:30 אזייגער), מען פרובירט צו שלאפן גאנצע 6 שעה, דאן האט מען צייט צו לערנען א בלאט גמרא און אנדערע שיעורים פארן דאווענען (גאנץ תהילים אויסזאגן? דאס ערלעדיג איך שוין געווענליך תענית אסתר, ווען די מצב איז רואיגער אין שטוב, און מען האט סייווי נישט דעם קאפ צו אנדערע זאכן).

מען דאווענט אין א געווענליכן מנין, מען טיילט דאלארן פאר אינגעלייט, האלבע דאלערן פאר בחורים, קוואדערס פאר אינגלעך (פאר באקאנטע ערלויבט מען זיך מער ווי א גאנצע דאלער).

מען גייט אהיים נאכן דאווענען שמח וטוב לב, נאכן האבן מקיים געווען מקרא מגילה און מתנות לאביונים (פאר איך גיי אין שוהל בין איך מקנה געלט פאר די אידענע, און איך געב אנשטאט איר אויך פאר די באקאנטע בו ביום'ניקעס), מען ליינט די מגילה פאר די בני בית (איך פארמאג ב"ה א מגילה, און איך 'קען' ליינען ביי מיר אינדערהיים וואו קיינער שרייט נישט אריין..).

איך האב שוין נישט קיין געדולד, המשך יבא אי"ה.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג פאברואר 20, 2007 12:09 am

קרעמער האט געשריבן:איך האב שוין נישט קיין געדולד, המשך יבא אי"ה.


איך האך אז די המשך יבא, גייט נישט ארויף אויף די פאר ווערטער פארדעם.

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

תגובהדורך ירא שמים » דינסטאג פאברואר 20, 2007 12:22 am

יאנאש האט געשריבן:יגר'ל;

זייער א גוטע עצה פאר איינעם וואס קען ליינען די מגילה (וואס איך קען גראדע), און ווער ס'האט א מגילה (וואס דאס איז שוין נישטא ביי אונז), ווי אויך איז דא א שטיקל ענין צו 'הערן' די מגילה (קען זיין אז איך מיש אויס מיט די תקיעות), און מיטן ברב עם (קען זיין אז עס איז נאר ביינאכט).

וואס מיר טוהן איז אזוי, מען מאכט אפ די נאכט פארדעם, אז יהי' איך שיהי' גייט מען נישט ווערן נערוועז, ווען מען שטייט אויף זאגט מען מודה אני, און מעם לאזט די טאג ראללן.


יאנאש כ'האב הנאה פין דיר אזוי דארף זיין מען לאכט פין די וועלט אין מען ווערט נישט נערוועז
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג פאברואר 20, 2007 12:32 pm

יגר'ל ראשעקאהעל, לולא דמיסתפינא העט איך ווען געזאגט אז: גוט טוסטו.

ביין מיר איז פורים, די שיא פונ'ם יאר. איי ווען נאך איז אזוי געהויבן? אבער נאר רואיג.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג פאברואר 20, 2007 12:36 pm

סאכדעס האט געשריבן:ביין מיר איז פורים, די שיא פונ'ם יאר.


וואס??

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג פאברואר 20, 2007 12:38 pm

יגרסהדותא האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:ביין מיר איז פורים, די שיא פונ'ם יאר.


וואס??


אפסס.. שהעיא טייטש הויכפונקט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 20, 2007 1:05 pm

און איך האב געמיינט אז חנוכה אוי חנוכה איז סאכדעס'נס גרעסטע יאנטעף.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג פאברואר 20, 2007 1:20 pm

ס'איז דא א נפקא מינה צווישן העכסטע און גרעסטע.

והמבין יבין.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג פאברואר 20, 2007 1:32 pm

איך האב אויך אזוי פארשטאנען, כ'האב מיך נאר נישט געוואלט אנרופן.
אבער, דאס וואס חנוכה איז דאס גרעסטע יו"ט, איז נאר נאכ'ן אכטן טאג, ווען מ'האלט שוין נאך אלע לאטקעס און דאונאטס. איוואר?
An article a day keeps the babies away


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: maybeeynot, יאנקעל פעדראטשיק און 13 געסט