וויזוי ארבעט גוגל טרענסלעיט? וואס קעמיר טון איר צו פארבעסרן?

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

וויזוי ארבעט גוגל טרענסלעיט? וואס קעמיר טון איר צו פארבעסרן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

איך קוק מיך צו ווי דער עולם מאכט דא ליצנות פון גוגעל טרענסלעיס, אן איך האלט מיך אויך אינטער...

אבער ליצנות אין א זייט געלייגט! וועל מיר אביסל מסביר זיין ווי אזוי גוגעל טרענסלעיט ארבייט און וואס מיר היימישע אידעלעך קענען טון איר צו פארבעסערן אז מיט דער צייט זאל גוגעל טרענסלעיט איבערזעצן צו א היימישן אידיש.


גוגעל האט געטוישט צו איר אייגענע טראַנסלעישן סיסטעם
גוגעל האט געטוישט די איבערזעצונג סיסטעם פֿון די אלטע מהלך פון סיסטראַן צו זיין אייגענע מאַשין איבערזעצונג סיסטעם פֿאַר אַלע די 25 שפּראַכן וואס זי טייטשט איבער, ביז איצט, האט גוגעל גענוצט זיין אייגענע סיסטעם בלויז פֿאַר אַראַביש, כינעזיש, און רוסיש.

רוב איבערזעצונג סיסטעם'ס אזוי ווי סיטראן זענען געפראגרעמט ניצן אַ אלטן מהלך געבעיסט אויף רולס און דאַרפן אַ סאַך אַרבעט דורך לינגוויסטן צו דעפינירן וואָקעביולעריס און גראַמאטיק. אבער גוגעל האט אנגעהויבן צו ניצן א צווייטען צוגאַנג, זיי פיטערן דעם קאָמפּיוטער מיט ביליאנען ווערטער פון פארשידענע ביכער און טעקסטן (אין אידיש נוצן זיי לכאורה די אלע אידעשיסטישע ביכער וואס זענען דאקומענטירט און אויך די טרייפענע אידישען וויקיפידיע און פארווערטס וועבסייט'ס וכו' אבער זיי ניצן אויך איי וועלט און הייד-פארק...),

גוגעל פיטערט אריין אינעם קאמפיוטער סיי טעקסטן וואס זענען געשריבן אין יענעם שפראך און סיי טעקסטן פון טראנסלעישאן דיקשענעריס וואס מענטשן האבן איבערגעזעצט צווישן די און אנדערע שפראַכן. און צו דעם לייגן זיי צו א פראגראם וואס הייסט "סטאַטיסטיקל לערנינג טעקניקס" וואס דורכדעים לערנט זיך דער קאמפיוטער אליינס אויס צו בויען אַ איבערזעצונג מאָדעל.

איר קענען פאַרגלייכן די נייַע גוגל טארענסלעיט מיט די יאהאא באַבעל פיש, אַ טרענסלעישאן וועבסייט וואָס ניצט נאך היינט די אלטע מהלך פון סיסטראַן צוצושטעלן טרענסלעישאן’ס, וועט איר זעהן אז גוגעל ווערט בעסער און בעסער פון טאג צו טאג (ווייל דער קאמפיוטער האלט זיך אין איין צולערנען).

מיר קענען העלפן!!!
אמת! די איבערזעצונג קוואַליטי איז נישט אַזוי גוט ווי עס דארפט צו זיין, אבער מיר קענען העלפן עס צו מאַכן מער פּינקטלעך.

גוגעל ארבעט טאקע כסדר דערויף, אבער די בעסטע סאפיסטיקעיטעד סאפטוועיר און די גרעסטע לינגיסישע עקספערטן קענען נישט אזוי גוט העלפן ווי איינער וואס אידיש איז זיין מוטער שפראך.

אָויטאַמאַטישע איבערזעצונג איז זייער שווער, ווייל דער טייטש פון ווערטער ווענדט זיך ווי דער חמרא שטייט איין, און עס איז אנדערש אין וועלכן קאנטעקסטן (צוזאמענהאנג) זיי ווערן גענוצט, גוגעל ארבעט אויף דעם פּראָבלעם, אבער עס קען נאך נעמען א שיין ביסל צייט ביז ווען גוגעל וועט קענען צושטעלן מענטש-קוואליטי טרענסעישאן'ס.

וואָס קענען מיר טאן?
וואָס קענען מיר טאן? מיר קענען צושטעלן באַמערקונגען און פארשלאגן צו גוגל? און גוגעל ווארט דערויף!

מיר קענען צושטעלן אונזערע באַמערקונגען בשעת מען טראַנסלעיט טעקסט פון גוגעל דורך קליקן די "Suggest a better translation" לינק

בילד

אָדער ווען מען טראַנסלעיט גאנצעטע וועבסייט'ס האט גוגעל געמאכט אז ווען מ'לייגט דעם מייזל העכער די איבערגעזעצטע טעקסט (וואס דעמאלטס ווייַזט עס די אָריגינעלע טעקסט אין א טול-טיפּ) און דארט זאל מען קליקן די "Suggest a better translation" לינק.

בילד

גוגעל וועט שפעטער נוצן אונזערע באמערקונגען און פארשלאגן צו פֿאַרבעסערן די איבערזעצונג קוואַליטעט אין צוקונפֿטיטגע אפדעיט'ס.

מאכן חוזק איז נישט קיין קונץ... מאכן אויס חוזק איז שוין איינמאל א קונץ..
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

זייער אויפריכטיג ר' משה אהרן!

איך האב שוין אסאך געלייסטעט פאר דעם פרוייקט, דיין אויפקלערונגן גיט חיזוק זיי ווייטער צו העלפן!
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2807
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

דער פאקט! ;l;p- ;l;p- ;l;p-

איר האט זייער שיין ארויסגעברענגט דעם גאנצן ענין, אז אפילו מיר פרומע אידן וואס "קענען נישט שרייבן קיין אידיש" (עפ"ל) קענען פארשטיין די מהלך הגוגל.

אויב אלע באנוצער פון אייוועלט וועלן זיך מיטאמאל פארלייגן אויף גוגל און פארריכטן איינס נאכ'ן צווייטען וכו', אפשר וועט עס גיין גאר שנעל איך גיך! אפשר?...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

ר' משה אהרן וואס טוהן זיי אין איבערזעצן פון אידיש צו ענגליש, אז אידיש האט נישט קיין נארמאלע כללי כתיבה, אדער עכ"פ כללי כתיבה וואס יעדער איז מודה כזה ראה וקדש, משא"כ אנדערע שפראכן.
דאס הייסט וויאזוי דערקענט ער וואס די אידיש איז.
אגב איך האב פראבירט צו ברענגן א דוגמא, זעה איך אז עס איז נעלם געווארן פון גוגל
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2807
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

והוא פלאי האט געשריבן:אגב איך האב פראבירט צו ברענגן א דוגמא, זעה איך אז עס איז נעלם געווארן פון גוגל

דהיינו?
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

איך האב יעצט געוואלט טרענסלעיטען פון יודיש צו ענגליש ביי גוגעל און איך זעה עס נישט דארט ווי איך האב עס נעכטען געזען
למה זה תשאל לשמי...
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

thefact האט געשריבן:מאכן חוזק איז נישט קיין קונץ... מאכן אויס חוזק איז שוין איינמאל א קונץ..


;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
תכלית הידוע שלא נדע
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

שכוח הרב פאקט , פאר די אויפריכטיגע קאנסטראקטיווע צוגאנג צו די זאך , נאר סתם פאר אינטערעסאנטקייט וויל איך פרעגן , וויאזוי ווייסט גוגל צו דיסיידן וועם אנצונעמען און וועם נישט, איינער קען דאך דיסיידן צו האקן ליצנות פון זיי, און סתם טרייבן שפאס , און זיך אונטערהאלטן , חנם אין כסף, און אויב די תירוץ איז אז עס ווערט איבערגעקוקט ביי פראפעשאנעל לינגוויסטן , און זיי באשליסן , דאן פארוואס שטעלן זיי לכתחלה נישט צו די ריכטיגע טייטש און שוין , ???
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2807
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

פאר מיר פערזענליך זעט עס אויס אז גוגל נעמט טאקע נישט אן די ווערטער פון בלויז איין חכם'ל, אויב זיי זעהן אז א שיינע פאר חברהלייט שרייען דער זעלבע זאך איבער און איבער, זייען זיי אז יש דברים באיד...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2807
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

גוגל האט היינט ארויסגעגעבן א ווידאוי וואס איז מסביר וויאזוי גוגל טרענסלעיט ארבעט:

ליינט דא: http://googlesystem.blogspot.com/2010/0 ... works.html
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

האלטן מיר יעצט העכער פיר יאר שפעטער, ווי האלט מען?
פארוואס איז נאך גוגל טרענסלעיט נאך אזוי צוריקגעשטאנען???

נאך א שאלה, אויב איז יא דא א טרענסלעיט מאשין פאר אידיש, איז טייטש אז ס'איז דא א דאטא בעיס מיט היבש אסאך אידישע ווערטער, איז פארוואס קען מען נישט דאונלאודען 'אידיש' פאר די גוגל קיבארד?
איך מיין אז סוויפטקי (די קיבארד וואס איך נוץ) וואלט ווען געדארפט מאכן עפעס אזא סיסטעם וואס זאל צוריק שיקן דאטא וואס מיר אידן שרייבן, בכדי זיי זאלן אליינס קענען בויען א אידישע קיבארד עד הסוף
...
מי הוא זה
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

עין טובה האט געשריבן:האלטן מיר יעצט העכער פיר יאר שפעטער, ווי האלט מען?
פארוואס איז נאך גוגל טרענסלעיט נאך אזוי צוריקגעשטאנען???

נאך א שאלה, אויב איז יא דא א טרענסלעיט מאשין פאר אידיש, איז טייטש אז ס'איז דא א דאטא בעיס מיט היבש אסאך אידישע ווערטער, איז פארוואס קען מען נישט דאונלאודען 'אידיש' פאר די גוגל קיבארד?
איך מיין אז סוויפטקי (די קיבארד וואס איך נוץ) וואלט ווען געדארפט מאכן עפעס אזא סיסטעם וואס זאל צוריק שיקן דאטא וואס מיר אידן שרייבן, בכדי זיי זאלן אליינס קענען בויען א אידישע קיבארד עד הסוף


הלואי
Disclosure: My references to Bitcoin exclusively mean Bitcoin, not other cryptos. It implies owning and holding Bitcoin in a physical hardware wallet, not on exchanges
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

אגב, איך בין יעצט ארויף אויף גוגל טרענסלעיט, און איך האלט אינמיטן
Rate this translation
ס'איז פחדים....
...
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

רבותי, כבין בכלל נישט איבערצייגט אז גוגל טראנסעלאציע אויף אידיש וואלט געווען אזא גוטע זאך פאר אונזערע אונטערעסן. ודי, לאמיר עס טאקע לאזן לויפן ווי עס איז, זאלן די שונאי ישראל האבן א שווערערע דשאב אביסל.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

אפפפססססס גערעכט
...
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

להודיע האט געשריבן:רבותי, כבין בכלל נישט איבערצייגט אז גוגל טראנסעלאציע אויף אידיש וואלט געווען אזא גוטע זאך פאר אונזערע אונטערעסן. ודי, לאמיר עס טאקע לאזן לויפן ווי עס איז, זאלן די שונאי ישראל האבן א שווערערע דשאב אביסל.

א מיליאן פראצענט!! איך ווארט געמאכט א צווייטע פראגראם, צו ארבייטען אויף די גוגל טרענסלעיט פאר אידיש, עס צו ................. ערגער מאכען!! דאס וואלט געווען א ישועה לדורות!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:רבותי, כבין בכלל נישט איבערצייגט אז גוגל טראנסעלאציע אויף אידיש וואלט געווען אזא גוטע זאך פאר אונזערע אונטערעסן. ודי, לאמיר עס טאקע לאזן לויפן ווי עס איז, זאלן די שונאי ישראל האבן א שווערערע דשאב אביסל.

א מיליאן פראצענט!! איך ווארט געמאכט א צווייטע פראגראם, צו ארבייטען אויף די גוגל טרענסלעיט פאר אידיש, עס צו ................. ערגער מאכען!! דאס וואלט געווען א ישועה לדורות!

פיינע איידיע!!!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7029
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

עין טובה האט געשריבן: גערעכט
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

ווער איך געוואר אז גוגל האט שוין א אידישע זוכן מאטאר זינט תשס"ד, פינף יאר נאכן גרינדונג פון גוגל.
מ'קען עס טרעפן דא;
www.google.com/intl/yi


ב"ה זיי האבן זיך כמעט נישט גערוקט זינט דאן.
...
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

די בעלי בתים זענען דאך להבדיל אידען.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

וועלכע בעלי בתים
...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31252
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

עין טובה האט געשריבן:ווער איך געוואר אז גוגל האט שוין א אידישע זוכן מאטאר זינט תשס"ד, פינף יאר נאכן גרינדונג פון גוגל.
מ'קען עס טרעפן דא;
http://www.google.com/intl/yi
ב"ה זיי האבן זיך כמעט נישט גערוקט זינט דאן.

קיינמאל נישט געזען, זייער קיוט. וואס איז גוט אז עס האט זיך נישט גערוקט?
עין טובה האט געשריבן:וועלכע בעלי בתים

גוגל'ס גרינדער און בעלי-בתים, סערגיי ברין און לערי פעידזש, זענען ביידע אידן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

די גוטע חלק דערפון איז, אז א איד האט רח"ל א שווערע מינוט, און וויל געבן א 'זוך' פאר עפעס וואס איז נישט אזוי איי איי איי, זאל ער זיך לפחות מוטשענען אביסל...

ווי אויך איז גוט אז זייער טרענסלעיט איז נישט מסודר, ווייל אויב איינער זוכט חלילה וחס עפעס מיט וואס אנצוקלאגן איינעם, און שטויסט זיך אן אין א אידישע זייטל, א שטייגער ווי אייוועלט, זאל דאס יעניגע נישט קענען אריינפעיסטן אין גוגל טרענסלעיט און דערנאך עס ליינען אין א פליסיגע ענגליש....

ווי אויך, אויב וועט איינער ווילן, אין א שווערע מינוט, ליינען עפעס אויף די ענגלישע שפראך, זאל ער זיך דארפן מוטשענען.

אגב; טייפ אריין "וואס זאגסטו" אין גוגל טרענסלעיט, און טרענסלעיט עס צו ענגליש. וועסט הנאה האבן....
(ס'איז נאר א משל, ס'איז דא נאך צענדליגע, אויב נישט הונדרעטע, טרענסלעישענס וואס די וועסט לאכן דערפון....)
...
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

וואס זאגסטו = What zagstu
אטעטשמענטס
IMG_20150116_125635.JPG
...
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

מער מזל ווי שכל

זיס
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
שרייב תגובה

צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”