דא האבן מיר געשריבן איבער די גמרא אויף דף טו בנוגע די פטור פון מעשר ביי פירות שביעית, וואס מיר האבן אויך געלערנט דערוועגן אין שקלים ג.
רש"י דא ברענגט אז דער לימוד אז פירות שביעית זענען פטור פון מעשרות לערנט זיך פון ואכלו אביוני עמך ויתרם תאכל חיית השדה, בין איך מקיש אז גענוי ווי חיות מוזן נישט געבן מעשר (מ'רעדט נישט דא פון חמורו של רפב"י..) איז דער מענטש אויך פטור ממעשר.
למעשה איז דא א באזונדערע פסוק אז הפקר איז פטור פון מעשר, מ'לערנט דאס פון ובא הלוי שאין לו חלק ונחלה עמך, נאר דארט ווי ער האט נישט קיין חלק ונחלה עמך אבער אין הפקר איז ער דאך אן אייניגער מחותן.
דער טורי אבן דא אויפן פלאץ פרעגט פארוואס מען דארף צוויי באזונדערע לימודים, שביעית איז דאך אלעס הפקר און הפקר איז דאך פטור ממעשר, ועי' גם ברש"ש דא אויפן פלאץ וואס ער רעדט דערוועגן.
איבער די שאלה צו יד הכל ממשמשין בה אליינס איז שוין א פטור פאר מעשר, מ'זעהט דא א מחלוקת און רש"י זאגט ווייל דאס איז ווי א הפקר בע"כ און באמת איז דאס גזל, דאס שטימט מיט די איבעיא פון די גמ' דארט אין שקלים צו הפקר בי"ד הפקר איז אויך לגבי פטור ממעשר, און די קשיא איז, פארוואס דען נישט? איינמאל דער זאך איז הפקר איז דאך דא א פסוק אז הפקר איז פטור ממעשר, נאר ווילבאלד די חכמים זענען עס מפקיר בע"כ פונעם בעה"ב אפשר זאל דאס נישט האבן אן הלכה פון הפקר לגבי מעשר ווי מ'זעהט דא ביים אתרוג של ששית הנכנסת לשביעית, ודו"ק.
-
וואס טוט זיך מיט תרומה, איז פירות שביעית פטור מתרומה? און פירות של הפקר?